תגלחת נשים
504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
Re: תגלחת נשים
איז וואס פלאנסט דו שבת? מ'זאל נישט אפגאלען די קעפ? וויפיל געלט וועט מען זיך איינשפארען?
א שייטעל גייט מען מיט האר אויך, אזוי ווי מיין מאמע באבע עלטער באבע ולמעלה בקדש.
וואס רעדסט דו נאכאנאנד פון געלט? סתם ווייל דו האסט ליב געלט?
נאכאמאל, לייען וואס איך האב פריער גשריבן, אז מ'גייט במילא מיט יענעמס האר וואס קען מען נישט גיין מיט די אייגענע האר? אדער קען מען גיין מיט א טיכל/סנאוד אויף די גאס און אייגענע האר אינדערהיים אבער וואס איז די משוגעת פון זיך אפשערן אויף א זערא און זיך אנטוהן יענעמ'ס האר פאר אפאר טויזענט דאללער?
פון ווי ווייסטו אז איך האב ליב געלט? קענסט מיך? האסט מיך בכלל אמאל געזעהן? ווי קומט עס דא אריין אין די שמועס? איך רעד דען פון מיר? איך רעדט פון א ציבור וואס מוטשעט זיך אויף טעגליכע געברויכן און זיי דארפן אויסגעבן טויזענטערס במשך פון לעבן פאר גארנישט??? ווי זענען די רבנים צו מאכן תקנות וואס זאל האבן יעדעם איינעמס אינטערעסן? ווי איז איצא גליק? שרגא פרידמאן? קאסובער? און די אלע גאט פארזארגערס?
Re: תגלחת נשים
האלט גוט קאפ ווייל ס'איז א שווערע חשבון.
וויבאלד אייגענע האר מעג מען נישט גייען אויפגעדעקט ווען ס'איז צוגעקלעבט צום קאפ. אבער ווען ס'איז נישט צוגעקלעפט מען מעג יא, כמבואר בספרי היהדות. במילא דעקט מען צו די קאפ מיט עפעס.
פארוואס קאסט דער עפעס א סאך? ווייל ווייבער ווילען ס'זאל אויסזען שיין.
That was easy
כמובאר בספרי היהדות? ווער איז דאס?
הער אויס, יעדער טייטשט אריין אין די תורה וואס זיי געפעלט, ווען די רבנים וואלטן געוואלט וואלטן זיי שוין לאנג געטוישט די נארישע גזירה פון זיך אפשניידן די האר זיי ווילן נאר נישט ווייל ס'איז זיי זייער גוט אזוי, ס'איז בעסער פאר זיי אז די פרויען זאלן זיין מיאוס און אראפגעקלאפט!
Re: תגלחת נשים
רבנים ווי דער דזשוליק פון קראקא?
ספרי יהדות זענען די ספרים וואס זאגען אונז פשט אין תורה, וואס איינער פון זיי איז דער שלחן ערוך, וואס אויף דעם איז פארשפרייט א מפה פון דער פון קראקא. און ער זאגט אונז אז דער תורה איז מתיר אפגעהאקטע האר און נישט צוגעקלעבטע האר.
אז ער איז ביי דיר פונקט ווי א מתקן תקנות אין ב.פ. איז דיין פראבלעם ווידער נישט מיט'ן געזעלשאפט.
Re: תגלחת נשים
און ביטע הער אויף שפרינגען פון גאלען ביז שייטעל. ס'איז צוויי ערליי זאכען, וואס ביידער קענען זיין גוט אדער ביידער שלעכט, אדער איינער גוט און איינער שלעכט.
אופס... יעצט זעה איך אז ידידנו ר' ריכטיג האט מיר אויסגעכאפט... אבער נעכטן איז נאך דארט נישט געווען דעם שטיקל צום סוף...אויבן האט מען ארומגערעדט איבער דעם דעת פון חזון איש איבער דעם ענין. איינער האט נאכגעזאגט אז ער האט געזאגט אז פאר אונגערישע יודן איז עס ביהרג ואל יעבור. איז אזוי, אין ספר פאר הדור (חלק ד') ברענגט ער אז עס זענען געווען אין ארץ ישראל עלעטערע אונגערישער בחורים, האט זיי הג"ר יעקב ניימן - ר"י אור ישראל בפ"ת - געפרעגט הלמאי זיי האבן נישט חתונה, האבן זיי געענפערט ווייל זיי טרעפן נישט קיין מיידלעך וואס ווילן זיך שערן די האר, האט ער זיי פרובירט משכנע צו זיין וכו', אבער עס האט נישט געהאלפן, האבן זיי מחליט געווען אז מען וועט אנפרעגן דעם חזון איש וואס צוטוהן. (
דא איז דער בריוו צום חזו"א.) האט דער חזון איש געענפערט אז די בחורים זענען גערעכט ווייל מען דארף מקפיד זיין אויף די גדרים אויף וואס מען איז אויפגעוואקסן (ובירכם החזו"א וב"ה מצאו זיווגם זי"ע). ממילא איז דער אויבנדערמאנטע שמועה גערעכט און נישט גערעכט; נישט גערעכט, ווייל דער חזו"א האט נישט געזאגט יהרג ואל יעבור, יא גערעכט ווייל אין אונגארן גופא מיינט יהרג ואל יעבור סימפלי אז מען טאר נישט ( 😉 ).
און וואס האט דער חזון איש לכשעצמו געהאלטן אויף דעם מנהג? אט ליינט (מספר מעשה איש):
📎 מעשה איש ז קכו.JPG(
קרעדיט)
איך האב פארשטאנען אז דער חזו"א האט געמיינט אז י אונגארישע וואס האלטען אז ס'איז הארב, טאמער זיי גיבען עס נאך, וועלען פיהל נאך זאכען נאכגעבען. דעריבער זאל מען זיי נישט הייסען אפלאזען. משא"כ ווען דער מאן וויל נישט, איז נישט. ס'איז נישט קיין צושטעל אז ס'דארף א תירוץ.
הבהרה, איך האב נישט געמיינט צו פרעגן א קשיא. דער חזון איש זעלבסט וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזא תקנה, ווייל עס (א)עקלט*, כלשון קדשו, אבער איינער וואס האלט זיך אן אונגערישער, האט ער געהאלטן ער זאל נישט נאכלאזן אזא הייליגער מנהג.
און וואס טוט זיך מיט ליטוואקעס פון בודאפעסט? איז ווי אויבנדערמאנט אין דעם אשכול זענען די היינטיגע "ליטאים" א גרויס חלק פון זיי אונגערישע, וכנראה אז בענין זה אמרינן יהפוך הונגרי עורו. (וזה אולי שייך לסוגיות אל תטוש, התרת נדרים, מקום שנהגו, ולע"כ כה"צ)
*די ישראלים זענען מקפיד צו שרייבן אידיש מיט גרייזן כידוע...
ר' משה שרייבט א פאר מאל אז א מנהג איז אויף די פלאץ וואו מ'געפונט זיך, נישט ווי מ'שטאמט. מיר זענען אמערעקאנער און מ'דארף נישט קלערען מער ווי 'וואס איז מנהג אמעריקא?'
די אונגארישע האבן א מנהג אננצונעמן מנהגים פון וואו מ'שטאמט.
ליטוואק פון בודאפעסטר' משה שרייבט א פאר מאל אז א מנהג איז אויף די פלאץ וואו מ'געפונט זיך, נישט ווי מ'שטאמט. מיר זענען אמערעקאנער און מ'דארף נישט קלערען מער ווי 'וואס איז מנהג אמעריקא?'
מנהג אמעריקע איז נישט ארויסצונעמען א סמארטפאון אין ביהמ"ד....
Re: תגלחת נשים
קוקט'ס נאכאמאל אינ'ם אשכול וואס ריכטיג האט צוגעצייכענט אין דער אוצה"ח סייט. איינער 'חיים שיש בהם' צייכענט צו צענדליגע מראה מקומות, אז מ'האט נאר איין מאל געגאלט די קאפ און דערנאך נאר געשניטען קורץ. ער ברענגט פון זהר און נאך פארשידענע אינטרעסאנטע זאכען. ווערט א קוק
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: תגלחת נשים
איש חזוןאופס... יעצט זעה איך אז ידידנו ר' ריכטיג האט מיר אויסגעכאפט... אבער נעכטן איז נאך דארט נישט געווען דעם שטיקל צום סוף...אויבן האט מען ארומגערעדט איבער דעם דעת פון חזון איש איבער דעם ענין. איינער האט נאכגעזאגט אז ער האט געזאגט אז פאר אונגערישע יודן איז עס ביהרג ואל יעבור. איז אזוי, אין ספר פאר הדור (חלק ד') ברענגט ער אז עס זענען געווען אין ארץ ישראל עלעטערע אונגערישער בחורים, האט זיי הג"ר יעקב ניימן - ר"י אור ישראל בפ"ת - געפרעגט הלמאי זיי האבן נישט חתונה, האבן זיי געענפערט ווייל זיי טרעפן נישט קיין מיידלעך וואס ווילן זיך שערן די האר, האט ער זיי פרובירט משכנע צו זיין וכו', אבער עס האט נישט געהאלפן, האבן זיי מחליט געווען אז מען וועט אנפרעגן דעם חזון איש וואס צוטוהן. (
דא איז דער בריוו צום חזו"א.) האט דער חזון איש געענפערט אז די בחורים זענען גערעכט ווייל מען דארף מקפיד זיין אויף די גדרים אויף וואס מען איז אויפגעוואקסן (ובירכם החזו"א וב"ה מצאו זיווגם זי"ע). ממילא איז דער אויבנדערמאנטע שמועה גערעכט און נישט גערעכט; נישט גערעכט, ווייל דער חזו"א האט נישט געזאגט יהרג ואל יעבור, יא גערעכט ווייל אין אונגארן גופא מיינט יהרג ואל יעבור סימפלי אז מען טאר נישט ( 😉 ).
און וואס האט דער חזון איש לכשעצמו געהאלטן אויף דעם מנהג? אט ליינט (מספר מעשה איש):
📎 מעשה איש ז קכו.JPG(
קרעדיט)
דא האט איר דעת החזון איש
עס איז וואר אז דער חזון איש האט ביי איין פונקט מחזק געווען אונגארישע בחורים זיך צו האלטן צו זייער טראדיציע ווי עס ווערט געברענגט אין פאר הדור און ענליך אין מעשה איש זע
דא, פונקט ווי דער חזון איש וואלט מסתמא אונטערגעשטיצט אז מ'זאל נישט טוישן דעם סארט קאפולעטש און זיך האלטן צו דער מסורה אפילו אויף דברים של מה בכך, אבער עס איז אים אין וויסטן חלום נישט איינגעפאלן אז איינער וואס האלט נישט דעם מנהג זאל זיין אן עוברת על דת יהודית.
ווייסעך נישט צי דער מגיד איז א פערד אדער אן עם הארץ אדער סתם א שקרן און א בלאפער ווי לבן.
Re: תגלחת נשים
דער רעדנער איז אן אדמו"ר וואס לויט חוקי הנימוס טאר מען נישט אזוי רעדן אויף איינער וואס זיין טאטע האט עהם איבערגעלאזט א קהילה צו פירן
אז מ'האט שוין ארויפגעברענגט דער אשכול, דא האט איר א
העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל וואס טוט אדורך די מעשה פון קימחית פון אן אקאדעמישע פערספעקטיוו.
.
Re: תגלחת נשים
וואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?
מפוזריוואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?
אפילו אויב די מסקנא איז נישט אינטערעסאנט, איז אבער יא אינטערעסאנט די שאלות והערות וואס ווערן אויפגעברענגט.
מפוזריוואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?
געטראכט די זעלבע, סתם געמאלן לופט צו מצדיק זיין איר משכורת.
ליטוואק דא שטייט אויך וועגן וועד ארבע הארצות אבער אויך נישט קלאר.
א חשוב'ע תפלה ביים זיך אפגאלן די קאפ. אין א כתב יד ישן נושן האב איך געפונען די פאלגענדע:
ונשות חסידות מוסיפות: "ושערות ראשי המגלחות יהיו כשערות הסוטה המגולחת אשר כריסה נבקעת ולבה מתגלה בפני קהל ועדה למען ישמעו וייראו הנשים ולא ירימו ראשן עוד". ע"כ.
קרעדיט:
פרעד מעקדאוועל.
Re: תגלחת נשים
אויף די נושא (כ׳האב נישט געזעהן מ׳זאל עס האבן אראפגעברענגט. אפשר אין די לינקס; כ׳האב נישט געקענט עפענען אלע).
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1600&pgnum=12">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 0&pgnum=12</a>
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: תגלחת נשים
אדונינושיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891
📎 IMG_4414.jpg(אבה״ע ח״ב.)
אגב, בנוגע דאס וואס מ׳זאגט אז זיך נישט שערן, (פאר די וואס די עלטערן, סביבה וכו׳ פירן זיך אז יא, דארף א התרת נדר, וויל איך פרעגן (אפשר א קלאץ קשיא). איז נישט ״די פרוי״ די וואס דארף מתיר נדר זיין ווי איידער די מאן? אפילו לויט דעם מנהג ליגט עס דאך דאך אויף איר צו טוהן ווי איידער דער מאן זאל עס... עממ... ארויפצווינגען. איך האב עס געזוכט אין שבט הלוי און נישט געטראפן. איך וואלט געווען שטארק דאנקבאר ווען איינער קען מיר צוצייכענען א פונקטליכע מראה מקום. ייש״כ למפרע.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: תגלחת נשים
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז אביסל איראניש, אבער אינ׳ם פריערדיגן קליפ האט זיך ליפא בעיקר אנגעהאנגען אין א רש״י (אפגעזעהן צו רש״י באציט זיך אויף די התגלחות אדער ועשתה את צפרניה, ווי ערווענט). רש״י דערמאנט אין צוויי פלעצער, בנוגע כהונה גדולה (ויקרא טז לב; הגם די לשון דארט איז ״שאם״ בנו ממלא את מקומו) און בנוגע מלכות (דברים יז כ), אז בנו קודם לכל אדם. דאס איז (עטוואס) בניגוד צו ליפא׳ס טעזע אין די קליפ. (איך פארשטיי אז דער בן דארף זיין ״הגון לכך״.)
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: תגלחת נשים
אין שו״ת דברי ישראל (ח״ב אבה״ע סימן כו-ל; אראפגעברענגט אין מנהג ישראל תורה אויף אבה״ע סימן כא. כ׳האב נישט געקענט טרעפן דעם ספר) פון הרב וועלץ זצ״ל פון א״י, פסק׳נט ער אז אפילו התרת נדר העלפט נישט אויף דעם.
Sent from my iPhone using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
עיין ערך
אמונות הכרחיות.
מענער
אינטערסאנט אז קיינער האט עס נישט אנגעמערקט ביז יעצט, אבער די וואס טענה׳ן וועגן חציצה קומט אויס אז מענער בזמן שבית המקדש היה קיים (אדער ביים בית המקדש השלישי) וואס מען וועט זיך דארפן טובל׳ען מן התורה בכמה אופנים, לאמיר זעהן אויב זיי וועלן אזוי מחמיר זיין אויף חציצה און זיך אפגאלען פון אויבן ביז אונטען....
פאר יענעם איז מען מחמיר...
מרדכי הצדיקאיינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,
אפשר וואלט מען געברויכט אפגאלען די בארד עס זאל נישט זיין קיין חשש סחיטה ווען מען גייט אין מקוה שבת.
Re: תגלחת נשים
ווען האט זיך אנגעפאנגען די שייטלעך? לויט ווי איך פארשטיי פלעגט מען גיין ארפגעבינדען,
Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
📎 The_Garment_of_Torah_Clothing_Decrees_an.pdf
איך האב יעצט געזען די מאמר, וואס מ'רעדט דארט ארום די גזירת המלבושים, גער און די גזירה קעגן פרויען זיך שערן
אישתישבימרדכי הצדיקאיינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,
אפשר וואלט מען געברויכט אפגאלען די בארד עס זאל נישט זיין קיין חשש סחיטה ווען מען גייט אין מקוה שבת.
די אמאליגע ליטוואקעס האבען טאקע אזוי אקוראט געהאלטן.
די אמאליגע ליטוואקעס, ווי היינט, האבען דאך נישט געהאלטן אז עס איז אזוי וויכטיג צו גיין אין מקוה. נאר ביי פרויען איז עס אן עסק.
Re: תגלחת נשים
די בלוט קומט מיר ארויף ווען איך האב געלערנט די משנה ווי עס ווערט גע'פסק'נט אז מ'מעג גורם זיין אז קדשים זאלן ווערן פסול, אויב די מאן איז נישט מסכים זיין פרוי זאל זיך אפשערן, און ער קען זאגן אז ער וויל דווקא איר האר, נישט קיין פאה נכרית.
Re: תגלחת נשים
קען איינער ווייזען וואס איז דו ערשטע מקור אויף תגלחת נשים ?
דאכציך אז ס'איז א תשובות חתם סופר
(ער דערמאנט דרך אגב, ביי איינער וואס די מנהג איז זיך אפצושערן, פארוואס איז עס נישט קיין חציצה פאר די חתונה, ווייל כל העומד לגזוז כגזוז, אבער ער זאגט נישט אז מ'דארף)
Re: תגלחת נשים
מענין לענין,
אפשר איז שוין דא א אנדערע אשכול (נישט געטראפן), אדער קען איינער עפענען אן אשכול.
רוקען די העיר ליין, פון שטערן, פון קאפ, מיט לייזער, וואס איז שטערן, וואס איז קאפ, (די זעלבע פון די קנאק זייט) אוסרים, מתירים, פראקטיש ?
Re: תגלחת נשים
LIVE112233 #
מענין לענין,
אפשר איז שוין דא א אנדערע אשכול (נישט געטראפן), אדער קען איינער עפענען אן אשכול.
רוקען די העיר ליין, פון שטערן, פון קאפ, מיט לייזער, וואס איז שטערן, וואס איז קאפ, (די זעלבע פון די קנאק זייט) אוסרים, מתירים, פראקטיש ?
אויב ווילסטו וויסן וועגן דעם מנהג, איך לעצמי - ווען ס'איז געווען נוגע - האב אפגעמאכט אז ס'איז אזויווי תפלין. דא א שמועס ווען די האר גייט אראפ, און למעשה נעמט מען אן אז מ'קען גיין נאך רוב מענטשן. אלס פראקטישקייט איז עס אבער נישט עכט נוגע, ווייל נאך צוויי דריי וואכן הייבט זיך אן ארויסזעהן הארעלעך דארט און ביי די וועלכע שערן זיך איז עס זייער אומבא'טעמ'ט. כ'האב אסאך געפרעגט אין מיינע אינגע יארן, און דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער. אויב דו טרעפסט אן ענטפער בין איך נייגעריג דאס צו הערן.
Re: תגלחת נשים
דער מיידל פון פלעטבוש האט ארויסגעלייגט אזא מעסעדזש נאכפאלגנדיג מיט א בילד פון א ספעציעלע צעטל וואס א פרוי דארף צו טויספילן צו קענען האלטן די קינדער טין די מוסדות אין קרית יואל.
לויט ווי זי זאגט, אויב איז דא חששות אויף א פרוי אז זי שערט זיך נישט, צו זאל עס זיין פון א מקוה לעידי וואס האט עס באמערקט, אדער א שכנ'טע וכדומה, און עס קומט אן די די אויערן פון די וואס זענען ממונה דערויף, דאן דארף מען אינטערשרייבן די בייגעלייגטע צעטל, און עס קומט אראפ צום שטוב יעדע 6 וואכן א ספעציעלע "בודקת" וואס מאכט זיכער אז זי שערט זיך טאקע. אויב ברעכט זי ווייטער די תקנה פליען די קינדער פון די מוסדות.
קען איינער פון קרית יואל דאס באשטעטיגן? קומט נאך פאר אזעלכע זאכן? וועלכע חלק איז אמת און וועלכע חלק נישט?
📎 Screenshot_20240226_201409.jpg📎 Screenshot_20240226_200742.jpg
Re: תגלחת נשים
א מוסד איז אזוי ווי יעדער ביזנעס, דו מוזט נישט קויפן... אז ס'געפעלט דיך נישט די תנאים, גיי צו אן אנדערע מוסד!
(אוי גיי איך כאפן פאר דעם...)
Re: תגלחת נשים
ריכטיג. אבער וויבאלד פלעטבוש גירל האט דעס היינט געפאסט אויף אינסטעגרעם אדרעסירט מען עס דא.
Re: תגלחת נשים
דער שטות דא איז נישט אזוי ווייט דער תוכן פונם צעטל אדער די הוראות ותקנות המוסדות (וואס זיי מעגן לכאורה אוועקשטעלן כרצונם), עס איז מער אז דעי האבן נישט שכל אז אזא צעטל זאל נישט ארויסרינען און פובליק, לטובתם.
Re: תגלחת נשים
אין 2024 רינט (כמעט) אלעס ארויס.
Re: תגלחת נשים
לאכעדיג #
אין 2024 רינט (כמעט) אלעס ארויס.
100% !
וועגן דעם, החכם עיניו בראשו, און מען מאכט נישט אזוינע צעטל.
אדער סיי וואס די ווילסט נישט שפעטער זעהן אויפן אינטערנעט.
Re: תגלחת נשים
שמן למאור #
לויט ווי זי זאגט, אויב איז דא חששות אויף א פרוי אז זי שערט זיך נישט, צו זאל עס זיין פון א מקוה לעידי וואס האט עס באמערקט, אדער א שכנ'טע וכדומה, און עס קומט אן די די אויערן פון די וואס זענען ממונה דערויף, דאן דארף מען אינטערשרייבן די בייגעלייגטע צעטל, און עס קומט אראפ צום שטוב יעדע 6 וואכן א ספעציעלע "בודקת" וואס מאכט זיכער אז זי שערט זיך טאקע. אויב ברעכט זי ווייטער די תקנה פליען די קינדער פון די מוסדות.
קען איינער פון קרית יואל דאס באשטעטיגן? קומט נאך פאר אזעלכע זאכן? וועלכע חלק איז אמת און וועלכע חלק נישט?
ס'איז ליידער אמת, איך ווייס פון אזא פאל אין מוסדות ויואל משה.
Re: תגלחת נשים
מיט די גאנצע עקל און אפשיי איך האב פון אזא התנהגות, קען דאס ווייבל נישט האבן טענות אויף קיינעם, גיי שיק ערגעץ אנדערש.
סב"י האט רעכט פאר זייער רולס און רעגולעישענס,
אזוי אויך יעדער אנדערער מוסד,
(חוץ אויב זיי זענען די אפיציעלע מוסדות אין שטאט)
Re:
הוגה #
א חשוב'ע תפלה ביים זיך אפגאלן די קאפ. אין א כתב יד ישן נושן האב איך געפונען די פאלגענדע:
ונשות חסידות מוסיפות: "ושערות ראשי המגלחות יהיו כשערות הסוטה המגולחת אשר כריסה נבקעת ולבה מתגלה בפני קהל ועדה למען ישמעו וייראו הנשים ולא ירימו ראשן עוד". ע"כ.
קרעדיט:
פרעד מעקדאוועל
.
פיינע נייעס.
מיט דעם ועשית ככל אשר יורוך ווערט א יעדע שיגעון א חיוב און א מצווה מיט העכערע כוונות.
נעקסט אין ליין קומט די סימס.
סדר הלבשת הסימס.
בבוקר כשתקום האישה מיד תאמר הנני מוכנת ומזומנת לקיים מצות ככל אשר יורוך על ידי הלבשת הסימס של הפאלם טייץ, וסימס זה תהא נחשב כאילו הקרבתי אשם שפחה חרופה כדי להכרית את כל החוחים והקוצים הסובבים את השושנה העליונה אמן כן יהי רצון.
ואז תלבשנה את הסימס, ואז שערי השמים נפתחים ואפשר לבקש כל מה שרוצים ומובטחת לראות ישעות ורפואות.
בפרק הבא נלמד סדר הלבשת הסינטעטיק שייטל
Re: תגלחת נשים
whatever #
א מוסד איז אזוי ווי יעדער ביזנעס, דו מוזט נישט קויפן... אז ס'געפעלט דיך נישט די תנאים, גיי צו אן אנדערע מוסד!
(אוי גיי איך כאפן פאר דעם...)
ווען "גיי צו אן אנדערע מוסד" וואלט געווען אן אנגענומענע זאך ביסטו גערעכט, אבער די פאקט איז אז פארן שיקן אין א בעסערע מוסד וועסטו שוין ווערן א האלבע אויסווארף. עס דערמאנט מיך פון מענגעלע וויזניצער וואס לאזט יעדן גיין ביז מ'גייט
Re: תגלחת נשים
סקעפטיקער #
ווען "גיי צו אן אנדערע מוסד" וואלט געווען אן אנגענומענע זאך ביסטו גערעכט, אבער די פאקט איז אז פארן שיקן אין א בעסערע מוסד וועסטו שוין ווערן א האלבע אויסווארף. עס דערמאנט מיך פון מענגעלע וויזניצער וואס לאזט יעדן גיין ביז מ'גייט
אדער ווען זיי זענען געווארען ווילד ווען ס'איז נאר געווען א שמועה פון א הוא אמינא אז וויזניץ וומסב"ג וועט עפענען מוסדות אין בלומינגראוו.
Re: תגלחת נשים
סאטמאר קימערט זיך גאר ווייניג ווען דו נעמסט ארויס דיינע קינדער פון זייערע מוסדות.