תגלחת נשים
504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
Re: תגלחת נשים
.
פרוי פרוי ווי איז דיין האר. האר האר ווי איז דיין פרוי.
תגלחת נשים
ל׳ הרמב״ן ״ותגלח את ראשה שהוא נוול גדול״ ער קען עס איבער מאכן און זאגן אנשטאט רש״י די רמב״ן.
Re: תגלחת נשים
אביסל שפעט, נו נו.
לויט וואס איך האב געזעהן, איז אפילו דער 'אור-אלטע' מנהג איז נישט אזוי איי איי איי. דער חת''ס שרייבט דוכט זיך 'מנהג נשים צדקניות', נישט דער אלגעמיינע מנהג. דער מהר''ם שיק איז דער דעה וואס מ'נוצט פאר גייען אין מקוה ליל שני דיו''ט און מ'קען נישט וואשען די האר. דער שואל ומשיב, ווי פריערדערמאנט האט עס נישט געזען אלס אן אנגענומענער מנהג. אלזא, אמבעסטענ'ס איז דאס געווען א פיהראכץ פון כ'ניאקישע פרויען. דאס איז נישט מחייב זייער קינדער, ס'איז א הנהגה'לע פונקט ווי זינגען דער צו יענער ליד שבת חוה''מ סוכות.
דער ענין פונ'ם וועד ארבע ארצות איז סתם מאדנע. ווי איז געהערט געווארען פון א תקנה, נישט קיין חומרא צח מנהג, פאר פריוואטע מענטשען? אלע תקנות זענען נוגע א כלל. אז צוויי מענטשען מאכען ביזנעס, צו איינער טוט עפעס וואס טוט וויי דער רבים, האט מען געמאכט א תקנה דאקעגען. אבער אז יעדער פרוי דארף מחמיר זיין פאר זיך, אויף א זהר צו וואס? דער הוו''א איז מיר מאדנע.
און לאז אפ מיט'ן חשב האפוד מיט'ן טעפליקע רב. יא, ער איז געווען אין כולל ביי איהם. דאס מיינט אז כל דבריו איז דברי רבו? ער דערמאנט איהם דען אזוי אפט אין זיין ספר אז ער איז דער תלמיד מובהק?
Re: תגלחת נשים
.
תגלחת נשים
ס'איז דא צוויי זוהר'ס, איינס רעדט זיך פון צודעקן די קאפ און די אנדערע זוהר ווארפט אריין אפאר ווערטער פון זיך אפשערן. אבער למעשה זעט מען פון די הויפט מקובלים, ווי ר' חיים וויטאל און די רמ"ק אז א פרוי טאר זיך דווקא נישט אפשערן די האר. און דאכט זיך אז די רמ"ק אין אור יקר לערנט אזוי אריין און די זוהר.
בן אדםס'איז דא צוויי זוהר'ס, איינס רעדט זיך פון צודעקן די קאפ און די אנדערע זוהר ווארפט אריין אפאר ווערטער פון זיך אפשערן.
איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזעהן א זהר וואס רעדט פון פרויען זיך שערן. אפשר ברענגסטו אראפ דעם לשון הזהר.
עירמאנטע רב געבט א ביאור אין די הלכתה
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=sRK-28Ei--Q&sns=em">http://www.youtube.com/watch?v=sRK-28Ei--Q&sns=em</a>
Re: תגלחת נשים
הוגהבן אדםס'איז דא צוויי זוהר'ס, איינס רעדט זיך פון צודעקן די קאפ און די אנדערע זוהר ווארפט אריין אפאר ווערטער פון זיך אפשערן.
איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזעהן א זהר וואס רעדט פון פרויען זיך שערן. אפשר ברענגסטו אראפ דעם לשון הזהר.
עס איז דא דער באקאנטער זוהר וועגן האר וואס איז געוויקסן בימי נידותה (דוכט זיך מיר אויף דעם באציט זיך בעיקר דער אבני צדק אויפצו ווייזן אז די מנהג איז נישט ווי דער זוהר).
Re: תגלחת נשים
סיז דא א זוהר וועגן די הארבקייט אז די האר פון די פרוי זאל זיין אויפגעדעקט אפילו א שפיץ פון א האר זאל נישט ארויסשטעקן, איך געדענק נישט יעצט צו די זוהר רעדט נאר אויפן גאס אדער אויך אינדערהיים, בסתמא מיינט מען דעם זוהר.
די זוהר רעדט אויך אינדערהיים. די אנדערע זוהר פון ימי נידותה וואס רעדט זיך יא פון שערן געדענק איך נישט ווי ס'איז.
זאל דער פורק עול גיין אויף טערעפי אויב ער ווערט קראנק ביי יעדע האריגע אין נישט משוגע מאכען כלל ישראל צו טוישן א הלכה אין מסורה, רוב כלל ישראל איז זייער צופרידן מיט די הלכה אין מסורה
Re: תגלחת נשים
אפשר ביזטו מרחיב אביסל אויף די '' מסורה''?
Re: תגלחת נשים
די הלכה און מסורה נישט צו שערען צו יא שערען? ווייל רוב כלל ישראל שערט זיך נישט, און אפילו רוב שומרי תורה ומצוות.
מ'דארף טאקע קלערען. נאך דער גזירת המלבושים, וואס מאנכע טענה'ן אז דעמאלס האט זיך אויפגעהערט דער שערען ביי רוב בני אשכנז, איז דען דא אן ענין צוריק צו גייען צו יענער מנהג? אפילו לויט די וואס זאגען אז אלע האבען זיך אזוי געפיהרט?
ס'איז נישט משמע אזוי, ווייל מ'האט גארנישט אזוי געזען אין ספרים. נישט דער חפץ חיים דערמאנט עס און ר' חיים עוזר האט עס נישט געפרעדיגט. די ספרים רעדען ווייניג דערפון, און ערשט נאכ'ן ערשט'ן וועלטס קריג איז אריין אין לעקסיקאן דער ענין פון ביי-האר ביי די פאנאטישע אונגארישע. אפילו פון דעמאלס וועסטו נישט זען פונ'ם טאשנאדער רב צו דער מהרש''ג וכדו' קיין רעדע דערוועגען. דער 'מסורה' זעט מיר אויס ענדליך צו דער 'מסורה' פון דאווענען שחרית אויף א באס, צו עס'ן פלאומ'ס כריין מיט'ן זיסע געפילטע פיש פון איי&בי.
-
Re: תגלחת נשים
וואו קומט ביי האר דא אריין למען ה' ?
ליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת
א גיטן פורים
וואו טרעפט מען א ליסטע פון האקעלע און נישט האקעלע ענינים? איך פרעג ווייל ליפא וויל וויסן פון וואס ער מעג רעדן און פון וואס נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
א. קבל את האמת ממי שאמרו.
ב. ביי אזא זאך וואס איז נוגע דעם געפיל פונעם פשוט'ערן שיכט (סאררי... ) פון כלל ישראל איז טאקע ער דער בעסטער מענטש צו ברענגען צום טיש דעם פראבלעם וואס מאכט זיך ביי די וועלכע ווילן נישט שערן, אין די צייט וואס די שיינע יודן וועלן בלויז קרעכצן אויף דעם ''שוואכן'' יונגערמאן וואס פרעגט אזעלכע מאדנע קשיות און זיך אונטערברומען ''א שוואך דור...''
ג. אויב כ''ק אדמו''ר מ..... שליט''א וואס האט נאכנישט געעפנט קיין אידיש ספר האט א רעכט צו זאגן דעות אין יודישקייט, און נאך צו זיין העכער פון די דיינים, דאן מעג יעדער וואס האט השפעה אויך זאגן וואס אימער ער וויל.
ד. צו ''קענען'' הלכות מנהג דארף מען נישט זיין קיין תלמיד חכם נאר אדער א קוגל טיילער וואס איז בקי בשבילי הבאבע מעשיות, אדער א היסטאריקער וואס ווייסט וויאזוי מאדנע מנהגים ווערן פארהייליגט ביי טויזנטער מענטשן. ווי אין אונזער פאל דער מאדנער 'מנהג' פון זיך אפשערן דעם שענסטן חלק פונעם פרוי, אן קיין שום סיבה און הסבר, אין דער צייט וואס אין יעדן איינציגן פון די פונדאמענטאלע ספרים פון יודן שטייט קלאר פארקערט, און איז א זאך וואס קיין שום אנדערע מענטש על פני תבל טוט נישט און פארשטייט נישט, אין אזא נושא קען אדער אריינרעדן א מקובל וואס זעט בחוש די שוידערליכע מזיקים וואס הויערן אויף די האר, אדער איינער וואס ווייסט אז דער מנהג האט קיין הענט און קיין פיס, און פאר'מיאוס'ט הונדערטער מענטשן פון יודישקייט אן קיין שום צוועק.
ואצטרף לקריאת רבינו ''אויב איין פרוי וועט לאזן וואקסן איין האר, והיה שכרי''.
C/P
"ליפא האט גארנישט מחדש געווען אויסער איין חידוש, אז ס'איז די ערשטע מאל וואס ער רעדט צום זאך"
Re: תגלחת נשים
דעת תורהוואו קומט ביי האר דא אריין למען ה' ?
דוכט זיך דער 'פרצה' פון ביי-האר איז א חלק פון 'מצות שערען', ניין?
קאצקע ציקעראלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת
איז וואס? נעמען מער ווי איין פרוי איז נאך נישט בכדי שיעשו. הגם, ס׳קען נאך געשען און די נישט ווייטע צוקונפט (עיין ר׳ אביגדור מיללער און Q&A)אבער האר, רוב וועלן זיך כאפן דערצו. ס'איז א win win situation
Re: תגלחת נשים
אודאי יעצט אז ערמאנטער רב בכובודו ובעצמו האט זיך אזוי שארף אויסגעדריקט אודאי וועלן זיך אלע כאפן דערצו …
[ציטאט אראפגענומען]
גארדעמעכעלע: אזוי ווי דו זאגסט. ליפא איז נישט אונזער פוסק. נישט נאר צוליעב זיין אומוויסן אין הלכה. נאר צוליעב זיין פערזענליכן עקלדיגן אויפפיהרונג, קען ער בשום אופן נישט זיין א מוסטער נאך וועם מ'דארף ארויפצוקוקן.
איבער די עצם הלכה קענמען זיך דינגען. מיין מיינונג (די מיינונג פון א בעל עגלה) איז, אז א יעדער זאלל טון וויאזוי ער אדער זי פארשטייט. ווער ס'וויל זיך שערן וועגן פראקטישקייט, אז די שייטל זאלל בעסער פיטן אדער וועגן פרומקייט, זאלל עס טון. און ווער ס'וויל זיך נישט שערן די האר, איז אויכעט נישט קיין שייגעץ אדער שיקסע. אלע זענען וואוילע אידן...!
Re: תגלחת נשים
בערל האסט גארנישט געהערט וועגן דעם ענין פונעם רעבעזיכרוינעליווראכע אדער פון סענדער דער דייטש ?
ירא שמיםבערל האסט גארנישט געהערט וועגן דעם ענין פונעם רעבעזיכרוינעליווראכע אדער פון סענדער דער דייטש ?
ירא שמים (יוצא ידי שניהם...): כ'האב גראדע יא געהערט. סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו זאגט אדער שרייבט אז די רעבע זכוסע יאגן אליינע האט פאר כל נדרי גערעדט איבער די עניינים. פון גיין דורזיכטיגע שטרימפ און פון ביי האר...!... 😂
מיימון: איבער די נקודה אז דער עירמאנטער רעבע שליט"א קען נישט זיין אונזער פוסק הדור, ביניך מסכים מיטי דיר 100%.
איבער די צווייטע נקודה, אז נאר מקובלים קענען אונז זאגן איבער די שדים און רוחות רעות וועלכע רוען אויף די האר פון א פרוי, ביניך בפירוש נישט מסכים. ווייל נאכדעם פאלל פון די דריי ערמארדעטע ישיבה בחורים אין ארץ ישראל, האמיר אלע געזעהן וויפיל די מקובלים זענען ווערד. ספעציעל די מישקאלצע רעבע... 😂 🙄
תגלחת נשים
.
[פארמעקט]
קאצקע ציקערליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת
א גיטן פורים
כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).
ליפא׳ס סטעיטמענס איז נישט אונזער ישועה.
אויב עפעס פארקערט,רוב באזעצענע מענטשען און א קאממיונוטי זענען נישט גרייט זיך אהערצושטעלן אלץ רעבעליעס,און ווען ער רעדט דערוועגען ווערט עס א רעבעליעס איידיע וואס מאכט נאר ערגער פאר די באזעצענע צווישען אונז.
ווילאנג די באזעצענע צווישען אונז זענען נישט באמת גרייט דאס אדורכצוברעכן,ווילאנג די באזעצענע צווישען אונז זענען ניטאמאל גרייט זיך משדך צוזיין,און ווערען א מחותנ׳עסטע מיט א פרוי וואס שערט זיך נישט העט זיך גארנישט טוישען.
ווען וועלט איז וועלט, וואלט מען זיך לכאורה געדארפט צאמנעמען ברוב עם,און מאכען א גרויסע התרת נדרים און יום גידול שיער,און אנצייכענען דעם טאג א יומא טבא כיום שהותרו לבוא זה בזה.
[ציטאט אראפגענומען]
אם לא מצינו שגלחו או שגדלו, הנח השערות על חזקתם.
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: וגם לא מצינו שהשתמשה בשעהר מאשינדל. והלכה אצל אמא שלה לעשות לה תגלחת בשירותים...כמו שאשתו של בעל עגלה אחד עושה ל'הבת שלה... 😂 🙄
[ציטאט אראפגענומען]
סתם געשאסן ווייל אין כמעט יעדע מסכתא אין ש"ס איז משמע אז די סטאנדארט אין יענע צייט איז געווען אז פרויען זענען געגאנגן מיט האר, משא"כ צוויי פרויען איז נישט געווען די סטאנדארט.
Re: תגלחת נשים
און ווען מ'רעדט פון ביי-האר אין וומסב''ג היינט, מיינט מען שערות מגולות?
מיר דוכט זיך אז ביי-האר איז ווען מ'לאזט אביסל די פארדישטע האר פון קאפ וואקסען, כדי אז טאמער דער טיכל/שייטעל גליטשט אביסל, זאל מען נישט אויסקוקען פארריקט.
וואס ווייס איך? שוין צען/צוואנציג דורות וודאי וואס אונז שערען זיך נישט. איך האב בילדער פון עלטע באבעס פון ליטא מיט א שטרענגע געזיכט און א שאל העכער די טיכל, און זייער מענער האבען לאנגע בערד און רבניש'ע קאפעל'ס אבער געשוירען זענען זיי נישט געווען.
בענדזשאמין פרענקליןקאצקע ציקערליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת
א גיטן פורים
כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).
ערלעידיגט האסט מיך געכאפט ביים ווארט, די עיקר איז די פאוינט וואס איך וויל ארויסברענגען. און תנך זעהט מען יא?
Re: תגלחת נשים
מאן הוי ליומא
דאס ווייב ווייזט מיר אויף ״איך בין א מוטער״ וועבזייטעל שרייבט ״א מוטער״,אז DH איז א געוואלדיגע טיעפע חוקר,און ער גייט נאך איעדע ענין עד הסוף,און זי איז בטוח אז ער דעגרינטורט טאקע צום שורש הענין,ואין אחר דבריו כלום.
עכ״פ DH זאגט,אז די גזירה פון שערען נעמט זיך גאר פון א תקופה וואס באלעסטיגען פרויען איז געווען א אפטע ערשיינונג,און מאיז אויפגעקומען מיט א לייזונג ווי פאלגענג, א יעדע פרוי זאל זיך הויל מאכען די קאפ פון האר און עס פארדעקן,ווי נאר מזעעט א פארדעכטיגטע פארשוין זאל מען באלד אראפנעמען די צודעק פון קאפ,און פארשטייט זיך אז קיינער וועט שוין נישט צורירען.
איך גלייב אז אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אזא גרינגע פעלד ווי דער מאן.
ליטוואק פון בודאפעסטמאן הוי ליומא
משם ראיה להיפך, עיין עוללות לרשכבה"ג ר' ראובן מרגלית זי"ע
אספקלריהדאס ווייב ווייזט מיר אויף ״איך בין א מוטער״ וועבזייטעל שרייבט ״א מוטער״,אז DH איז א געוואלדיגע טיעפע חוקר,און ער גייט נאך איעדע ענין עד הסוף,און זי איז בטוח אז ער דעגרינטורט טאקע צום שורש הענין,ואין אחר דבריו כלום.
עכ״פ DH זאגט,אז די גזירה פון שערען נעמט זיך גאר פון א תקופה וואס באלעסטיגען פרויען איז געווען א אפטע ערשיינונג,און מאיז אויפגעקומען מיט א לייזונג ווי פאלגענג, א יעדע פרוי זאל זיך הויל מאכען די קאפ פון האר און עס פארדעקן,ווי נאר מזעעט א פארדעכטיגטע פארשוין זאל מען באלד אראפנעמען די צודעק פון קאפ,און פארשטייט זיך אז קיינער וועט שוין נישט צורירען.
איך גלייב אז אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אזא גרינגע פעלד ווי דער מאן.
עס שיינט אביסל דמיונ'דיג. א מקור וואלט עס ווידרויט פון דמיון צו מעגליכע פאקט.
נוא אוודאי דמיון.
איך שרייב עס נאר ארויסצוברענגען אז אויב מאיז זוכה, קען מען פארקויפען די ווייב וואס מוויל און זי נעמט עס אהן ווי תורה מסיני.
אויב אזוי איז היינט שוין נישט נוגע קען זי טיהן וויאזוי זי וויל אדער איז עס א תקנה וואס מען מיז אנהאלטן אדער איז די טעם שוין נישט נוגע בלייבט עס אין איר הענט און גארנישט מיט די מאן
וואו קומט אריין די מאן דא? אוודאי איז דאס איר גוף און זי מעג טון דערמיט וואס זי וויל. אויב זי וויל קען זי זיך אנשמירן די פנים מיט צואה אויך, אבער אויב וויל זי איר מאן זאל האבן סיי וועלכע סעקסואלע משיכה צו איר דארף זי פארשטיין אז זיך מנוול זיין איז נישט דער וועג דערצו.
(דאס איז אלץ, ווי מ'זאגט, מאדערען גערעדט, דו אבער אלץ תורה'דיגע איד וואלסט געמעגט וויסן אז די מאן לשיטתך האט פולע רעכטן אויפן ווייב, און קען זאגן אין רצוני במנוולת)
אספקלריה זאגט מען קען פארקויפן די ווייב וואס מען וויל אבער איך זעה נישט וואס ער זאל האבן אויפגעטיהן מיט אזאלכע נערישקייטן
ליסען, א מנהג שטות וואס מ'האט איינגעווארצעלט מיט נארישקייטן און קעץ אין בויך מעג מען פראבירן אויסצורייסן מיט נארישקייטן. כבעלו כך פלטו, ווייל באמת וויל זי זיך אויך נישט שערן, נאר שאור שבעיסה מעכב, נו, באקט מען א מעשה, אופין אותו עד שתאמר רוצה אני...
(נישט ליטעראל, כ'מאך מיך סתם נאריש, כ'האלט אז ס'איז קיינמאל נישט גלייך אפצונארן א מענטש, איבערהויפט ווען מ'פירט זיך אויף צום ווייב ווי צו א קליין קינד.)
כ'קום צום מערכה ווי וויין אום שושן פורים אינדערפרי. פונקט פאר צוויי וואכן צוריק רעד איך מיט אן עלטערן איד פון וויליאמסבורג, זיין ווייב איז א מקוה אידענע (טיקערין בלשון הפוסקים, בלנית בעברית, מקוה לעידי אין היינטיגן שפראך) און זי זאגט אים אז ליידער די מאס פרויען וואס שערן זיך נישט אויף זערא מערט זיך משנה לשנה. ער זאגט מיר אז זיין ווייב האט גערעדט צום דיין און ער האט איר געזאגט זי זאל מאכן "איידעלע מחאות", אבער די מחאות פאלן אויף טויבע אויערן און די פרויען קומען צוריק מיט די גרויסע האר.
וואס וויל איך זאגן דערמיט? ליפא ארויף ליפא אראפ, מיר זעט אויס ווי פרויען טוען זיך סיי ווי וואס זיי ווילן.
דו רעדסט פון א מיעוט אויפגעקעלערטע, רוב שערן זיך שוין איינמאל! ס'קען זיין אז איר זענט גערעכט אז ס'ווערט פון יאר צו יאר מעהר און מעהר, אבער נאך אלץ זענען זיי גאר א קליינע פראצענט לדעתי!
פון דעם וואס עס ווערט מער און מער קען מען זאגן פאר די צוקומפט אז ווען עס גייט ווערן אז רוב עולם גייט זיך נישט שערן (לכאורה גייט אזוי זיין) זאל מען נישט קומען זאגן ליפא'ס ארבעט ניין עס האט זיך אנגעהויבן פריער און אסאך זאכן קען נישט קומן אויף איינמאל עס נעמט צייט ביז עס זינקט די יסוד און די מוחות פון אחינו כל בית ברוקלין ואפסטעיט און מיט דעם וואס מען מאכט אן אפיציעלע מערכה מאכט עס נאר אביסל שטייטע די פרוצידור
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז טאקע פשט פון אפשערן די האר פון א כלה??? ממה נפשך אויב מעג מען נישט גיין מיט קיין האר וואלט א שייטל אויך געדארפט זיין אסור אויב מעג מען יא פארוואזשע פעלט אויס אפצושניידן די ״אייגענע״ האר??? לדעתי האט מען דעס נאר איינגעפירט כדאי אראפצוקלאפּן די פרויען! ס׳איז נאך איין רינגעלע אין די קייט פון פאַנאטיסיסם רשעות עקסטרימיזאם און סעקסיסם!