☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » תגלחת נשים

תגלחת נשים

504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

אחראי » מאנטאג יולי 23, 2012 11:57 pm

· #27782
ביטע זיך האלטן צו דעם ענין פון דעם אשכול. די נושא פון יארצייט ליכט איז אריבערגעפירט געווארן צו א באזונדערן אשכול: <a class="postlink" href="/topic/1197">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=1197</a>

משכיל » דינסטאג יולי 24, 2012 3:09 pm

· #28010
ראה נזיר כח: בדברי מסורת הש"ס נ"ל היתר מכאן לשערות שהנשים נשואות נותנות בראשיהם. יהושע בועז. בתשו' באר שבע סי' יח דחה ראיה זו בשתי ידים והאריך בראיות לאיסור

קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 8:24 pm

· #28619
למעשה א היימישע ווייבל איז היינט טאג זייער שווער זיך צי לאזן וואקסען דע האר פשוט דע שייטעל\שפיצעל ליגט זייער נישט גיט אויפן קאפ מיט האר אינטער דעים

קאנצעפט » פרייטאג יולי 27, 2012 12:57 am

· #29165
כ'וואונדער זיך אז קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו מאכן א פשוט'ע גאגל סוירטש איבער דעם, אדער יא... כ'ווייס נישט. אבער ס'איז זיכער כדאי צוצוצייכענען דעם מאמר פון א שרייבער אויף היידפארק.

כ'לייג א לינק, און אין קעיס די לינק גייט נישט ארבעטן פעיסט איך אריין דעם מאמר:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=970327&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... rum_id=771</a>


מתוך הודעותיו של מהפכן

תולדות מנהג התגלחת לנשים נשואות [אשכנזיות]
רבים וטובים רוצים לדעת היכן נהג מנהג הנשים הנשואות לגלח שערות הראש, ומי הנהיגו. והנה כפי הנראה הונהג ע"י רבותינו הפוסקים האחרונים בכל מדינות אירופה, שבחלקם היו תחת שלטון הצר הרוסי.
שהרי הגאון הנצי"ב מוואלוז'ין – ליטא בספרו העמק שאלה (על השאילתות חלק ויקרא – שאילתא צ"ו - עמוד קע"ד – טור ב') כותב "בזמן הפוסקים האחרונים ז"ל הנהיגו הנשים לגלח שערן" (ועיי"ש שכותב שלדעתו הסיבה לתקנה רבותינו היתה מניעת חשש סחיטה בשבת).
ועי' בספר עמוד אש [תולדות ותקנות הגאון מהרי"ל דיסקין מבריסק דליטא, ובסוף ימיו בירושלים (פרק י"ב- אות ל"ו- עמוד קפ"ט)] שכתב כי המהרי"ל דיסקין הורה שהנשים חייבות לגלח שערות ראשן, ולא די בכיסוי ראש, ואומרים בשמו כי שיעור השערות שצריכות לגלח הוא כדי נטילת הזוג (עי' נדרים נ"א.), דהיינו כיון שצמחו בגודל כזה יש להעבירן, עיי"ש. ושם בהג"ה הביא מעשה שהגאון מרן רבי יוסף חיים זוננפלד התקין בכולל שומרי החומות בירושלים תקנה השוללת את תמיכת החלוקה מאותן הנשים שאינן מגלחות, אחדים מבני הכולל באו אליו בטענה על היותו מחמיר בדינו כ"כ, וכשהוא סיפר זאת לרבינו (המהרי"ל דיסקין) נענה רבינו לאמר: מה היה אילו היה כתוב מפורש בבאר היטב שהנשים חייבות להעביר שערות ראשן בתגלחת, כלום לא היו שומעים לו, ולא תהא הוראת פי שונה, עיי"ש.
וכן ברוסיא היה המנהג כן, שהרי בספר ליקוטי הלכות (מתורתו של מהר"נ מברסלב, שנכתב ע"י תלמידו ר' נתן, חלק ו' – אה"ע – הלכות קידושין – סוף הלכה א') כתב וז"ל: וזהו שקולעין שערות הכלה ואחר כך קוצצין אותם בעת הנשואין קודם החופה, בבחינת שקלעה לחוה בחי' שערות קלועים כמובא שם, ועל כן מתחילה הולכות פרועות ראש [וכו'], ועל כן פורעין השערות כדי שינקו ויגמרו להוציא כל המותרות, ואחר כך קוצצין אותן – לגמרי, כי אז הוא מפלתם, בבחינת ואת נפש אויביך יקלענה וכו', ואחר כך צריכה לילך תמיד בכיסוי הראש, כי אח"כ אסור ליתן להם יניקה ח"ו.. עכ"ל.
וכן היה נהוג בגליציא, כמבואר בספר החיים (להגאון רבי שלמה קלוגר מבראד, או"ח סי' רס"ג) שכתב וז"ל: נשאלתי בדין כלה "שקודם חופתה גוזזין שערות ראשה וקליעות שלה", ואירע דהיה לה נישואין בערב שבת, והדליקה הכלה נרות של שבת קודם החופה, אם מותר אחר כך לגוז שער ראשה, או לא, עכ"ל.
והגאון המקובל רבי עקיבא פרוש [מצאצאי תלמידי הגר"א] בקונטרסו קדושת ישראל (עמוד כ'- טור ב') כתב בזה"ל: על כל פנים זה קבלנו וראינו שבכל העולם היה מנהג לגלח כל השער וכל שכן פה עיה"ק ת"ו, וטעמם ונימוקם עמם, כיון דקיי"ל דאפילו אלו שמחוץ לצמתן הוי ערוה מוכרחים לגלח אותן, דבלא זה בודאי יהיו בגלוי כיון שהם מחוץ לצמתן, וגרע משער שלמעלה בראש דנקל לכסות אותן, עכ"ל.
ובספר בטוב ירושלים (להגה"צ רב"צ יאדלער ברי"ז מיאדל שבליטא, עמד נ"ה) כתב וז"ל: בא וראה עד היכן הגיעה הריסת הקדושה בישראל, וכל כך למה, על שביטלו הסייגים והגדרים הראשונים, עוד בדורינו זה הייתה מוטלת חובה על האשה, שמיד למחרת יום החופה תגלח שער ראשה, ותנאי קודם למעשה היו מתנים אז בירושלים, שמיד ממחרת הנשואין תגלח הכלה כל שער ראשה, כפי המנהג המקובל מאבותינו הקדושים וכו', עד שבאו החדשים והעמידו דבריהם על דין תורה, ואמרו די להם לנשים בכיסוי השערות, ואין צורך לגלחן, מה היה לבסוף, שהתחילו לגלות משערותיהן מעט מן הצדדים, בפניהם וכו', ובודאי שעוברין בזה על דת יהודית וכו', עכ"ל.
ובשו"ת מהר"י שטייף (סי' מ"ח) הביא שמתשובות חת"ם סופר וגדולי האחרונים משמע שכבר בזמנם היה המנהג כן, וז"ל: אמנם בעיקר המנהג לא אדע אם היא מתקנת ד' ארצות כמש"כ מעלת כבודו, אבל מצינו בתשובות גדולי האחרונים שכבר בזמנם היה כן המנהג שבנות ישראל הכשרות והחרדות חתכו שערם, כי אי אפשר ליזהר שלא לגלות שערה כלל, וגם משום... שלא יצאו השערות לחוץ ..., ועי' תשובות חת"ם סופר או"ח סי' ל"ו שציין לזוהר הקדוש פרשת נשא איך החמיר על חוט שער שגורם ח"ו עניות וצרות ומגדלת בנים רעים, ועי' תשובות חת"ם סופר יו"ד סי' קצ"ה... ועל כן אין לשנות, עכ"ל.
ובשו"ת מהרי"ץ (דושינסקי, ח"א – סי' קכ"ז) כתב וז"ל: וכן הוא במנהג זה [ -דגילוח] דנתפשט הדבר בכל גלילות בני אשכנז מסוף העולם עד סופו בכל מקום שנתפזרו וכו', ובפולין החמירו עוד הנשים להקיף ראשן [ -בתער] שלא ישאר שום שער, וכו', עכ"ל. ומנהג פולין זה נזכר בשדה חמד, ובדרכי תשובה (יו"ד – סי' קפ"ב - ס"ק י"ב) שמקיפות בתער לצניעות, כדי שלא יצא אף מקצת שערן חוץ לצמתן, (ועיין בספר יד הקטנה (דף רע"ח – ס"ק פ"א) שכתב שאין שום איסור בתגלחת הראש לאשה נשואה, כי אינו גלוי כאיש, ואף בתער אינו רואה איסור, אלא הכל במנהג המקום, ורק לבתולות שהולכות בגילוי - אסור, עיי"ש).
ועוד כתב בדרכי תשובה (יו"ד סי' קצ"ח – סוף ס"ק צ"א) וז"ל: אבל אצלינו בני אשכנז קבלנו באיסור שלא להניחם רק לספרן, וכמו שכתב המגן אברהם בסי' ע"ה – ס"ק ד' שמחמירין כדברי הזוהר הקדוש וכו', וכיון שזהו מן הנמנעות ליזהר בביתו שלא לגלותן, על כן החמירו לספרן, וכל שאינה מספרת לפרוצה תיחשב, וכמו שכתבו הרבה גדולים בתשובותיהם כנודע באחרונים, עכ"ל.
* * *
והנה סביב לשנת תרי"א גזרה מלכות הצר את גזירת הלבוש המפורסמת, ובהשפעת המשכילים כללו בגזירה זו גם סעיף נגד מנהג התגלחת של הנשואות, שהצר אף לא ידע כלל על מנהג נפוץ זה מחמת כיסוי המטפחת, ובעקבות גזירה זו החלה התפשטות הפאה נכרית באירופה [בצורה המונית], (לא כמו שיש הטועים שהפאה באה ממנהגי המשכילים, שהרי נשותיהם גילו שערן לגמרי ולא נצרכו כלל ללבוש פאה נכרית), אלא התפשטות הפאה נכרית באירופה באה [בעיקר] מחמת גזירת המלכות בכל מדינות רוסיא (דהיינו : רוסיא, פולין, ליטא,, ועוד) שלא יגלחו הנשים שער ראשם, ומאז החלו הנשים ללכת בגילוי ראש (בחלקן או לגמרי) כי פחדו מבדיקות השוטרים, ודוקא הנשים הצנועות [בתור פתרון לכיסוי הראש] החלו ללבוש פאה נכרית לכיסוי השער, כמבואר ב-ג' מקומות בספרי הגאון המפורסם רבי שלמה קלוגר אב"ד בראד (המזכיר גזירה זו והשלכותיה), בספרו שו"ת קנאת סופרים (דף ל"ח – סי' כ"א) כתב בזה"ל: ע"ד אשר שאל וז"ל, באשר ידוע שבמדינותנו גזרו על הנשים "שלא יגלחו" שערות ראשם וכו', עכ"ל, ובספרו ובחרת בחיים (סי' פ"ו) למו"צ דברדיטשוב שברוסיא, כותב בענין הגזירה שנתחדשה שם שלא תגלחנה הנשים שערות ראשם, עיי"ש.
ובספרו שו"ת שנות חיים (סי' שט"ז – דף צ' – טור ד') כתב וז"ל: ובפרט במדינות רוסיא דהגזירה הוי שם שילכו הנשים בשערות שלהם [ולא יתגלחו] ודאי אסור [בפאה נכרית] וכו'.. ובפרט במדינות רוסיא דהגזירה שם כן, והרבה הולכין כן מכח הגזירה, א"כ בודאי הרואה יאמר שגם זו כאחת מהם וכו'.. ובפרט במדינות רוסיא כיון דהוי הגזירה על כך הוי ערקתא דמסאני, ובודאי אסור לעשות כן, ואף דמתיר שם המלכות לילך מכוסה בפרציילא [ -מטפחת], מ"מ הוי שעת הגזירה, כי ידוע שלא ילכו כן, כי הוי כדי בזיון להנשים וילכו בשערותיהן, ומכיון שלא יחשבו אנוסים, רק שיהיה ברצון ויתחייבו יותר, לכך חלילה לילך בפאה אפילו נכרית, רק בפרציילא [מטפחת], אולי ירא ה' וישפוט וימהר גאולתנו, אמן, עכ"ל הגרש"ק שם.

הראוני צילום מאמר של פרופ' שחקר גזירה זו, ושם כתב שהגזירה החלה באפריל 1851 [– תרי"א] בהטלת איסור לגלח ראש הכלות, ובאוגוסט 1852 [– תרי"ב] פורסם גם גזירת הלבוש ואיסור גידול זקן ופאות, ובשנת 1853 [– תרי"ג] גזרו השלטונות שהכלה תקרא לבדיקה במשטרה, והיו בנות ישראל מערימות ושולחות בתולות במקומם, ובשנת 1862 [– תרכ"ב] ציוה הצר להחמיר בכל הדרכים, כי ראו בוורשא שאין היהודים נשמעים, ומסרבים להתבולל, ומאז היו השוטרים בודקים ראשי הנשים בכל מקום.

קאנצעפט » פרייטאג יולי 27, 2012 1:09 am

· #29166
עס איז כדאי צוצוברענגן וואס דער דברי יואל האט כמה פעמים געזאגט, ער האט געווענדליך געבעיסט אויפן תשובות חת"ם סופר או"ח סי' ל"ו וואס בויעט זיין איסור אויפ'ן זוהר פרשת נשא וואס רעדט וועגן אויפדעקן די האר אפי' אינדערהיים מיט אלע קללות נמרצות, ער פלעגט זאגן אז דער חת"ס האט קיינמאל נישט געברענגט א לשון הזוהר אלס א ראי' צו א פסק, נאר ביי דעם ענין. איז א ראי' ווי הארב דער ענין איז.

פלעגט ער זאגן, אויב דער זוהר לאזט עס סייווי נישט אויפדעקן קעגן קורות הבית, דאן צו וואס זאל א פרוי שלעפן די משא כבד אויפ'ן קאפ, אויב נישט זיך אמאל שיין צו מאכן דערמיט וואס דאס איז דאך אסור ע"פ הזוהר?

עניוועי, קומט אויס לויט'ן זוהר אז אפילו ווען א פרוי טראגט אייגענע האר טאר זיך עס קיינמאל נישט אויפדעקן אפי' אין בעדרום, סאו טאף לאק עניוועי...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 29, 2012 5:21 pm

· #29483
פשוט-קאמפליצירט
די שדים אינעם בילד זענען גראדע קיוט. אי משום הא וואלט איך געלאזט די קאלטינעס-באצירטע האר.

די טראבל איז, אז זיי הייסן "ניטס" און לייז, און זיי בייסן.
איך גיי יעצט זאגן א שטיקל "אפיקורסות". ס'איז דא א געוויסער גדול. לאו דוקא א חסידישער רבי, וואס אויף אלע פיקטשערס אין די לעצטע יאהרן האט מען געזעהן אז ער האט קאלטנס אין זיין בארד. אבער לעצטנס האט מען איהם אפגעשארן די בארד.

איך אויך » זונטאג יולי 29, 2012 6:12 pm

· #29500
געוויס מיינסטו הרב שטיינמאן, מען האט עם נישט אפגעשוירן די בארד, נאר אזוי ווי ער רירט נישט צו זיין בארד ווערט עס פארהארטעווט און יעדע שטיק צייט ברעכט זיך עס אף פון זיך אליינס, איך האף אז דו פארשטייסט אז "קיינער שערט עם נישט אף די בארד".

sunbar » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:02 pm

· #35337
למעשה פארוואס זענען די אונגארישער מער מחמיר ?

sunbar » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:28 pm

· #35352
[ציטאט אראפגענומען]


עס איז דא נאך זאכן ביי פרויען, וואס די אונגארישע זענען מער מקפיד אויף?

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:32 pm

· #35354
נעמן נאר א שויער און נישט א באד בימי ה7 נקיים איז אויך א אונגערישע זאך ניין?

sunbar » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:39 pm

· #35358
איך אויך
נעמן נאר א שויער און נישט א באד בימי ה7 נקיים איז אויך א אונגערישע זאך ניין?


קען זיין, אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך.
אגב, איז נישט שירצליך פרייטאג צונאכטס מער שכיח ביי די אונגארישע?

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:38 am

· #35505
[ציטאט אראפגענומען]

מענטשן נוצן אלץ ראיות פאר אידישקייט, מען קען נישט איינרעדן אזויפיל מענטשן וואס מ'וויל, אז גאט האט דאס געזאגט יענס געזאגט.
אויב האט געקענט דאס פאסירן - די האר אפגעשניידאכטס, דאן קען אלעס פאסירן.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:44 am

· #35508
נולד מאוחר
מענטשן ניצן אלץ ראוית פאר אידשקייט , מען קען נישט אוינרעדן אזויפיל מענטשען וואס מעוויל, אז גאט האט דאס געזאגט יענס געזאגט.
אויב האט געקענט דאס פאסירן - די האר אפגעשניידאכטס, דאן קען אלעס פאסירן.

וואס דארפסטו צוקומען צו דעם? האסט ביליאנען קריסטען און מוסלמענער אויפן וועלט וואס גלייבן אז גאט האט דאס און יענס געזאגט.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:27 am

· #35534
פיין, אבער מ'רעדט דאך פון אונז אידן, דער עם הנבחר, דאס קלוגסטע!
וואו איז אינזער חכמה? ווייסעך נישט.
אבער לענינינו, אז אזא גרויס חלק פון כלל ישראל גלייב אין א זאך וואס גאט האט קיינמאל נישט פארלאנגט, טאקע א פלא.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:19 am

· #35571
קאווע טרינקער
פיין, אבער מ'רעדט דאך פון אונז אידן, דער עם הנבחר, דאס קלוגסטע!
וואו איז אינזער חכמה? ווייסעך נישט.
אבער לענינינו, אז אזא גרויס חלק פון כלל ישראל גלייב אין א זאך וואס גאט האט קיינמאל נישט פארלאנגט, טאקע א פלא.

ווער זאגט זיי גלייבן? יעדער טוט ווייל יעדער טוט. דאס איז אזא סאסייעטי רול.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:34 am

· #35590
אמת יידל. 90% פון אונזערע מעשים (כ'רעדט אויסער 613 מצוות - וואס דאס די 10%) זענען געבויט אויף סאסייעטי רול.
אבער, כ'פארשטיי נאך אלץ נישט ווי אזוי אזא פריוואטע זאך האט זיך גוט איינגעגעסן ביים עולם, אזוי ווייט, אז ווען כ'האב אמאל מרמז געווען פאר מיין "לא זכה - כנגדי", אז ס'היבשע עולם שערט זיך נישט, האט איר גענומען אפאר מינוטין צו רעאגירן, כאילו כ'האב ארויפגעברעגט חזיר פלייש אויפן טיש.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:36 am

· #35594
קאווע טרינקער
אמת יידל. 90% פון אונזערע מעשים (כ'רעדט אויסער 613 מצוות - וואס דאס די 10%) זענען געבויט אויף סאסייעטי רול.
אבער, כ'פארשטיי נאך אלץ נישט ווי אזוי אזא פריוואטע זאך האט זיך גוט איינגעגעסן ביים עולם, אזויווייט, אז ווען כ'האב אמאל מרמז געווען פאר מיין "לא זכה - כנגדי", אז ס'היבשע עולם שערט זיך נישט, האט איר גענומען אפאר מינוטין צו ראגירן, כאילו כ'האב ארויפגעברעגט חזיר פלייש אויפן טיש

נו, נשים דעתן קלות...

No_name » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:57 pm

· #35662
איינער פרעגט מיר א שטארקער קשיא לעצטנס.

ס'איז באקאנט די מעשה פון און בן פלת וואו זיין ווייב האט איהם געראטעוועט פון מחלוקת ווען זי האט זיך ארויסגעזעצט אינדרויסן מאכן אירע האר אזוי ווען די בעלי מחלוקת זענען געקומען איהם רופן, און זיי האבן געזען ווי א פרוי זיצט ביים טיר און מאכט זיך די האר, זענען זיי אוועקגעגאנגען,
איך פארשטיי נאר נישט איין זאך - זאגט מיר יענער - וויאזוי האט עס אויסגעקוקט ווען זי האט אויסגעטוהן דעם טורבאן און אנגעהויבן צו מאכן די האר אויף אן אפגעגאלטע קאפ.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:21 pm

· #35674
נא, ער'ז דאך געוועזן פון קורח'ס חברה, פארדעם האט ער געהאט א ווייב מיט האר.

משכיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:04 pm

· #35711
בנות ישראל החמירו על עצמן זיך אפ צוגאלען, גיי ווייס פארוואס שרה אמינו וכו' האבען גמעגט גיין אייגענע האר, און פלוצלונג האבען א געוויסע חלק פון כלל ישראל איינגעפירט אזא מין עקרסטרעמע זאך, און פיין אויב נאר די פרומע טועהן עס, אבער היינט ווער עס שערט זיך נישט איז גערעכענט ווי א פארדארבענע

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:54 pm

· #35754
משכיל
בנות ישראל החמירו על עצמן זיך אפ צוגאלען, גיי ווייס פארוואס שרה אמינו וכו' האבען גמעגט גיין אייגענע האר, און פלוצלונג האבען א געוויסע חלק פון כלל ישראל איינגעפירט אזא מין עקרסטרעמע זאך, און פיין אויב נאר די פרומע טועהן עס, אבער היינט ווער עס שערט זיך נישט איז גערעכענט ווי א פארדארבענע

גערעכענט? ווער דארף וויסן? ווילסט נישט, שער נישט. העכסטענס וועסטו אנקומען אין די זעלבע גהינום ווי די מאמע רחל.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:56 pm

· #35756
און פארוואס טאר איך נישט האבן 4 פרויען אוואו יעקב אבינו?
ס'עסט מיר.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:11 pm

· #35766
זר זהב
און פארוואס טאר איך נישט האבן 4 פרויען אוואו יעקב אבינו?
ס'עסט מיר.


זר דו קריכסט שוין אריין אין א אנדערע נושא.
אבער דו וואלסט נישט געקענט אויסהאלטן 4 פרויען.
נישט מיט געלט, נישט מיט סופפארט, און אודאי נישט צו אזויפיל שלום בית פראבלעמען.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:13 pm

· #35767
ס'נאך א משל אז מ'האט געטוהן אנדערש ווי היינט, נישט נאר מיט האר.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:23 pm

· #35775
אבער אויב אזוי דארף עס דיר נישט עסן.....

משכיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:01 pm

· #35804
א לץ האט געזאגט אזוי, די טערקן האבען צו פיר ווייבער, די אידן האבן נאר איין פרוי, נו אז איך האב נישט קיין כח צו זיין א איד גיי זיי א טערק. אשפ"ג

sunbar » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:03 pm

· #35898
געפילטע פיש
נא, ער'ז דאך געוועזן פון קורח'ס חברה, פארדעם האט ער געהאט א ווייב מיט האר.


קורח איז געווען א הייליגע איד.

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:23 pm

· #35912
געפילטע פיש
משכיל
בנות ישראל החמירו על עצמן זיך אפ צוגאלען, גיי ווייס פארוואס שרה אמינו וכו' האבען גמעגט גיין אייגענע האר, און פלוצלונג האבען א געוויסע חלק פון כלל ישראל איינגעפירט אזא מין עקרסטרעמע זאך, און פיין אויב נאר די פרומע טועהן עס, אבער היינט ווער עס שערט זיך נישט איז גערעכענט ווי א פארדארבענע

גערעכענט? ווער דארף וויסן? ווילסט נישט, שער נישט. העכסטענס וועסטו אנקומען אין די זעלבע גהינום ווי די מאמע רחל.

א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

קאנצעפט » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:23 pm

· #35913
חברה נעמט אין קאפ אריין אז איר וואלט סייווי נישט געקענט ענדזשויען די האר - אויב האלט איר ביים פאלגן דעם זוהר הקדוש - ווייל חוץ אונטערן דאכענע וואלט איר עס סייווי ניט געקענט זען די שיינע לאנגע האר... דער זוהר לאזט נישט דעם דאך פון הויז זען די האר.

אחוץ אז איר ווילט צאמשעלטן די זוהר אויך....

(כ'בין טאקע נייגעריג צו די פרומעס ספרדים האלטן איין דעם זוהר, אדער זיי זענען נישט גורס דעם זוהר?)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:25 pm

· #35914
און ווער דארף עכטע האר ווען די שייטלען זענען סאך בעסער?

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:29 pm

· #35919
זר זהב
און ווער דארף עכטע האר ווען די שייטלען זענען סאך בעסער?

ביסט פון קאפ געפאלן? מ'זעט אז דו האסט נאך נישט טועם געווען טעם האר.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:30 pm

· #35922
און אפילו אויב ס'גייט נישט קעגן חז"ל, נעמען מיר דען אן יעדע זוהר? איך קען דיר צוצייגען גענוג און נאך זוהר'ס וואס זענען קיינמאל נישט אנגעקומען צו דעם אכשר דרא'דיגן לעקסיקאן.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:31 pm

· #35924
זוהר איז נישט "מחייב".
האלסטו דען אז אלע דורות וואס זענען געווען פאר די זוהר איז נתגלה געווארן, 800 יאהר צוריק, זענען אין גיהנום?

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:33 pm

· #35925
קאנצעפט
חברה נעמט אין קאפ אריין אז איר וואלט סייווי נישט געקענט ענדזשויען די האר - אויב האלט איר ביים פאלגן דעם זוהר הקדוש - ווייל חוץ אונטערן דאכענע וואלט איר עס סייווי ניט געקענט זען די שיינע לאנגע האר... דער זוהר לאזט נישט דעם דאך פון הויז זען די האר.

וכי אונטערן דאכענע מלתא זוטרתא הוא?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:33 pm

· #35926
יידל
זר זהב
און ווער דארף עכטע האר ווען די שייטלען זענען סאך בעסער?

ביסט פון קאפ געפאלן? מ'זעט אז דו האסט נאך נישט טועם געווען טעם האר.

דו זעהסט גוט יידל
😢

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:33 pm

· #35927
אשכנ
א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:35 pm

· #35928
געפילטע פיש
אשכנ
א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.

און וויאזוי באמערקט מען נישט פון אונטערן טורבאן?

אגב, אפשר רוקט מען אריין דעם שמועס אין מאחורי?

קאנצעפט » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:38 pm

· #35930
[ציטאט אראפגענומען]


אויב ברענגסטו פון חתם סופר דאן ביסטו אויף צרות, ווייל דא איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס ער שרייבט א פסק הלכה אז מדארף יא שערן, און ער בעיסט עס אויפ'ן זוהר (ווי איך האב שוין נאכגעברענגט צוויי דפים צוריק)

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:40 pm

· #35932
קאנצעפט
אויב ברענגסטו פון חתם סופר דאן ביסטו אויף צרות, ווייל דא איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס ער שרייבט א פסק הלכה אז מדארף יא שערן, און ער בעיסט עס אויפ'ן זוהר (ווי איך האב שוין נאכגעברענגט צוויי דפים צוריק)

אינטערעסאנט, ווייל ביי שערן די בארד זאגט ער אויפן זוהר אז אין לנו עסק בנסתרות און מ'קען שערן די בארד, איז מאי אולמא האי שטיקל זוהר מהאי שטיקל זוהר?

קאנצעפט » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:45 pm

· #35937
יידל
קאנצעפט
אויב ברענגסטו פון חתם סופר דאן ביסטו אויף צרות, ווייל דא איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס ער שרייבט א פסק הלכה אז מדארף יא שערן, און ער בעיסט עס אויפ'ן זוהר (ווי איך האב שוין נאכגעברענגט צוויי דפים צוריק)

אינטערעסאנט, ווייל ביי שערן די בארד זאגט ער אויפן זוהר אז אין לנו עסק בנסתרות און מ'קען שערן די בארד, איז מאי אולמא האי שטיקל זוהר מהאי שטיקל זוהר?


קען זיין דער חתם סופר איז אויך געפעלטשט... 😂

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:00 pm

· #35955
לאמיר נישט אריינגיין אין א שמועס אין מגלה זיין איבער געוויסע תשובות וואס ------ ז"ל האט ארויסגענומען , און זיי זענען נישט געדריקט געווארן.
אבער, צוריק צום ענין.

sunbar » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:20 pm

· #36033
געפילטע פיש
אשכנ
א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.


מיין בני בית וויל טאקע נישט שערן......

איך האלט אז עס איז נישט קיין פראבלעם.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:34 pm

· #36044
מיין ווייב וויל אויך נישט שעירען, אלעס טויז האלט זי פאר זיך...

אשכנ » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:11 am

· #36064
געפילטע פיש
אשכנ
א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.

ווי פיל טאקע? איך בין בלויז נייגעריג, פון מיין זייט קען יעדער טוהן סיי וואס אבי עס איז אויסגעהאלטען ע"פ שו"ע (חוץ אויב עס איז א נדר פראבלעם, איך ווייס נישט).

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:21 am

· #36068
פון ווי זאל איך וויסן? איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע, אבער לויט וואס מ'זעט ביי מיינע און מיין ווייבס חבירים\ות איז דאס גאנץ א נארמאלע פענאמענאן.

טעלעפאן » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:24 am

· #36069
געפילטע פיש
פון ווי זאל איך וויסן? איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע, אבער לויט וואס מ'זעט ביי מיינע און מיין ווייבס חבירים\ות איז דאס גאנץ א נארמאלע פענאמענאן.


פון וועלכע קרייז רעדסטו?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:40 am

· #36071
טעלעפאן
געפילטע פיש
פון ווי זאל איך וויסן? איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע, אבער לויט וואס מ'זעט ביי מיינע און מיין ווייבס חבירים\ות איז דאס גאנץ א נארמאלע פענאמענאן.


פון וועלכע קרייז רעדסטו?

נישט באזירט אויף קיין שום ספעציפישן קרייז, (שאקער, איך האב חבירים אינדרויסען פון מיין חסידות!) נאר אין אלגעמיין.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:43 am

· #36147
אפשר די נשים העומדים על הטבילה זאלן נעמען אן אנקעטע, כ'מיין אז די ריזאלטס וועט זיין בעסער ווי געראכטען

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:02 am

· #36155
קאווע טרינקער
אפשר די נשים העומדים על הטבילה זאלן נעמען אן אנקעטע, כ'מיין אז די ריזאלטס וועט זיין בעסער ווי געראכטען

איך ווייס פון לכה"פ צוויי גרויסע אדמו"רים וואס האבן געפונען פאר וויכטיג אין לויף פון די לעצטע יאר צייט מעורר צו זיין ברבים איבער די נייע פירצה פון זיך נישט שערן. די צוויי אדמו"רים פארמאגן א מקוה טהרה לנשים אונטער זייער נשיאות, און עס איז דערפאר מסתבר אז די נייע פירצה האבן זיי געהערט פון די נשים העומדים על הטבילה.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:07 am

· #36164
איינער פון זיי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11