Re: תגלחת נשים
פאסטעך #סאיז דאך נשתכח תורת הבעל שםאיך בין געצווינגען צו שרייבן 25 תגובות, ואתכם הסליחה.
דער קאשוי רב, רבי שאול בראך אין זיין ספר בְּהיֹת הַבֹּקֶרא (אות תמד) שרייבט אז די מקור פון זיך שערן איז א תקנה פון בעל שם טוב ותלמידיו. ע"ש. פאר מיר איז דאס זייער מאדנע, וכחוכא ואטלולא, אז פונעם בעל שם טוב ביז אים, דורכאויס אלע זיינע תלמידים, האט קיינער נישט דערמאנט אז עס איז דא אזא תקנה, נאך גאר דער אויבערלאנדישער רב נאר הונדערט יאר, האט עס מגלה געוועהן?!
וה"ה לגבי מש"כ הגאון מקלויזנבוג בשו"ת דברי יציב (אבה"ז סימן לח) שהיא תקנת ועד ארבע ארצות. ע"ש. ודו"קב.
א) זעה ספר שאול בחיר ה' (עמוד נד והלאה) א רשימה פון זיינע ספרים אויפן סדר פון א"ב ביז ת'. און דארט (עמוד נח) אויפן ספר בהית הבקר. ע"ש.
ב) ועיין במה שציינתי בויקיפידיה ערך 'גילוח הראש לנשים ביהדות' הערה 1.