☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » תגלחת נשים

תגלחת נשים

504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

דעת תורה » דינסטאג מאי 14, 2013 12:10 pm

· #114991
די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.

הוגה » דינסטאג מאי 14, 2013 1:27 pm

· #115011
דעת תורה,

כ'האב הנאה אז דו האסט פונקט אנגעכאפט דאס צוצוגלייכן צו געבראקטס. און טאקע געבראקטס וואלט מען אוודאי מבטל געווען צוליב שלום בית, בני תשע מדות און אפילו פאר קלענערע סיבות. קיינער וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן נישט צו באגראבן א איד אין אונזער בית החיים צוליב דעם וואס ער האט געבראקט.

איך האב שוין געהערט מערערע פעלער פון חסידישע רבנים וואס האבן געפסקנט אז א יונגערמאן מעג און זאל גיין צום שווער וואס בראקט. מה דאך אז צוליב כיבוד חמיו קען מען מבטל זיין, כ"ש צוליב וויכטיגערע סיבות מעג מען אוודאי.

און אויב וואלטן "אלע" אשכנזישע זיך אזוי געפירט, און די איינציגסטע האלב פארשטענדליכע הסבר איז אז נוהגים כהזהר, וואלט איך געהאלטן די זעלבע. און נישט ווייל איך פארלאז מיך אויף די ספרדים, נאר ווייל "אלע" אשכנזים וואלטן זיך געפירט נגד התורה, און איך בין נישט משעובד צו א מנהג נגד התורה.

איך מאך נישט קיין גוגל סירטש, עס גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס און ווער עס האט זיך געפירט אזוי פאר הונדערט פופציג יאר צוריק. ב"ה אז היינט פירט זיך רוב רובו פון כלל ישראל נישט מיט דער מנהג, אינקלאדינג א שיינע חלק סאטמאר וכיוצ"ב.

דעת תורה
די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.


ביטע ציטירט פונעם ספר מיט א מראה מקום.

יידל » דינסטאג מאי 14, 2013 2:20 pm

· #115023
דעת תורה
די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.

וועלכע ספרים? שפע חיים (מכתבים ח"ה סי ע"ג), שו"ת דברי יואל (אה"ע סי' קי"ט), שבט הלוי אדער חשב האפוד (ח"ב סי' קלט) (ליסטע פון מקורות פון נטעי גבריאל)? אדרבא ברענג מיר א פריערדיגע מקור צו דעם אז עס איז מתקנת וועד ארבע ארצות.

שװאגער » זונטאג מאי 19, 2013 12:22 am

· #115414
רשי הק׳
איך האב נישט דורך געלײנט די גאנצע אשכול סא זײטס מיר מוחל
רשי הק׳ טײטשט די װאך אויף ״ופרע את–ראש האשה״ זאגט רשי
סותר את קליעת שערה כדי לבזותה מכאן לבנות ישראל שגלוי הראש גנאי להן
קען מיך אײנער פליז מסביר זײן פונקטליך װאס סותר את קליעת שערה מײנט?
מײנט עס נאר אראפ נעמען איר שפיצל 😉

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 12:29 am

· #115415
מקום המקדש איז נישט געווען אונטער די וועד ארבע ארצות.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 12:46 am

· #115423
אין פר' תצא ביי אשת יפת תואר, זאגט די תורה אז מען זאל מנוול זיין די פרוי, איינע פון די וועגן איז "וגלחה את ראשה", האסטו א אפענע דאורייתא אז אפשערן די האר איז מנוול א פרוי, אפילו א יפת תואר.

אז מען רעדט שוין, פארשטיי איך נישט דעם גאנצן ענין פון די פרשה יפת תואר. רש"י שרייבט פשט פון דעם היתר איז אז יעדע איסור האט כנגדה א היתר, ממילא האט די תורה מתיר געווען די אשת יפת תואר, ולא דיברה תורה אלא כנגד יצה"ר. אבער די אלע פסוקים דערנאך טוט דאך צעווארפן דעם יצה"ר! מען דארף מנוול זיין די פרוי אויף יעדן מעגליכן אופן, צואווארטן חודש ימים (!), און דערנאך מודיע זיין פארן מאן אז מען וועט מיט איר געבוירן א בכור שנואה, און א סורר ומורה, און פול מיט שרעקעדיגע דראונגען.... ווער וויל נאך האבן אזא פרוי?

איז דא א פאסיגע תירוץ דערויף??

שװאגער » זונטאג מאי 19, 2013 12:49 am

· #115424
[ציטאט אראפגענומען]

מיז מען זאגן "ס'מײנט" העכערע זאכן 😂

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 2:01 am

· #115471
הוגה
דעת תורה,

כ'האב הנאה אז דו האסט פונקט אנגעכאפט דאס צוצוגלייכן צו געבראקטס. און טאקע געבראקטס וואלט מען אוודאי מבטל געווען צוליב שלום בית, בני תשע מדות און אפילו פאר קלענערע סיבות. קיינער וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן נישט צו באגראבן א איד אין אונזער בית החיים צוליב דעם וואס ער האט געבראקט.

איך האב שוין געהערט מערערע פעלער פון חסידישע רבנים וואס האבן געפסקנט אז א יונגערמאן מעג און זאל גיין צום שווער וואס בראקט. מה דאך אז צוליב כיבוד חמיו קען מען מבטל זיין, כ"ש צוליב וויכטיגערע סיבות מעג מען אוודאי.

און אויב וואלטן "אלע" אשכנזישע זיך אזוי געפירט, און די איינציגסטע האלב פארשטענדליכע הסבר איז אז נוהגים כהזהר, וואלט איך געהאלטן די זעלבע. און נישט ווייל איך פארלאז מיך אויף די ספרדים, נאר ווייל "אלע" אשכנזים וואלטן זיך געפירט נגד התורה, און איך בין נישט משעובד צו א מנהג נגד התורה.

איך מאך נישט קיין גוגל סירטש, עס גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס און ווער עס האט זיך געפירט אזוי פאר הונדערט פופציג יאר צוריק. ב"ה אז היינט פירט זיך רוב רובו פון כלל ישראל נישט מיט דער מנהג, אינקלאדינג א שיינע חלק סאטמאר וכיוצ"ב.

דעת תורה
די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.


ביטע ציטירט פונעם ספר מיט א מראה מקום.


אקעי, סאיז לכאורה הארבער ווי געבראקטס וועלכע איז מעיקרא נישט אנגענומען געווארן ווי א מנהג המקום המחייב כולם נאר ווי א מנהג חסידים. עס איז מער ווייניגער אזוי ווי קטניות. איך ווייס נישט צו פון דעם האלב פארשטענדליכן הסבר אויפן איסור קטניות ביסטו יא צופרידן. אלזא דער מציאות היינט פון שערן די האר איז דומה צו א היכי תמצא אויב אנדערע מדינות אשכנז וועלן מחמת אונס אנהייבן עסן קטניות וועסטו אויך אנהייבן? (כאמור איז אנדערע מדינות בלויז לסבר את האוזן. פאר די הלכה איז גענוג אז די שטאט אדער מדינה פירט זיך אזוי).

אבער דיין חידוש אז דו ביסט נישט משועבד צו א מנהג וואס - דו האלטסט - איז נגד התורה, איז ממש מרפסין איגרא. אז דו וועסט לערנען וועסטו טרעפן נאך אסאך מנהגים שהנהיגו הראשונים צו וואס דו ביסט לדעתך הרחבה נישט משועבד. זעץ זיך לערנען עס איז א שאד יעדע רגע.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 2:09 am

· #115476
יידל
דעת תורה
די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.

וועלכע ספרים? שפע חיים (מכתבים ח"ה סי ע"ג), שו"ת דברי יואל (אה"ע סי' קי"ט), שבט הלוי אדער חשב האפוד (ח"ב סי' קלט) (ליסטע פון מקורות פון נטעי גבריאל)? אדרבא ברענג מיר א פריערדיגע מקור צו דעם אז עס איז מתקנת וועד ארבע ארצות.


איז טאקע נישטא קיין פריערדיגער מקור דערצו? איך גלייב אז יא. בכל אופן איז דאס על כל פנים געווען א מסורה רווחת ביי כלל ישראל, איך גלייב נישט אז דער חשב האפוד (וואס האט מקבל געווען פונעם טעפליקער רב) דער שפע חיים און דער דברי יואל האבן אינאיינעם קאנספירירט די המצאה. און אדרבה, אויב איז באמת נישטא קיין פריערדיגער מקור בכתב פון וועם די אלע אויבנדערמאנטע האבן עס געקענט נאכשרייבן, איז נאכמער מסתבר אז סאיז אמת און אזוי האבן זיי - יעדער איינער אין זיין מדינה - מקבל געווען פון זייערע עלטערן.

הוגה » זונטאג מאי 19, 2013 2:15 am

· #115478
נעכטן איז עס געווען געבראקטס, היינט איז עס קטניות, מעיק אפ יאר מיינד.

עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל האלטן אז דאס איז עפעס א מנהג המחייבת אלע פון אונז עד סוף כל הדורות. אדרבא, מען האלט שוין דא ביי דף ח' און קיינער האט נאך דערווייל נישט געקענט אויפקומען מיט טעמים מקורות והסברים לאיסור. מאידך גיסא, להיתר האט מען געברענגט מן התורה ומן התלמוד. און דו ווילסט מיר מוכן פילן ווי א קל? איך האלט אז א ני איד וואס פאלגט די תורה און גייט נישט נאך משוגעתן איז א פיינע ערליכע איד.

עס איז אינטערעסאנט אז יעדע אכטע תגובה קומט איינער אויף מיט א פרישע אויפטו. דער טרעפט א פארווארפענע רש"י, דער טרעפט א סברא, וכו' אבער קיינער האט נאך דערווייל נישט געטראפן קיין סיבה מוצדקת פארן גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין לקיים מנהג זה, ממש עד כדי דאס צונעמען די שלום בית פון הונדערטער אידן. עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 2:30 am

· #115486
איי מעיד אפ מיי מיינד אלרעדי. עס איז אזוי ווי קטניות.

דאס אז אפאר ניקס אויף א פארום ווייסן נישט די סיבת הדבר פארוואס מען האט מקבל געווען די חומרא, מאכט נישט אויס. למעשה איז עס מחייב פונקט ווי אנדערע מנהגי המקום וחומרות. און לכאורה עובר צו זיין דערויף איז נישט סתם א קלות נאר עס גרעניצט זיך מיט הלכה שאלות אויכעט. איך זאג נישט אז למעשה איז עס אסור, עס איז אבער בכלל נישט קיין פשוט׳ער עסק.

הוגה » זונטאג מאי 19, 2013 2:50 am

· #115503
לסיכום זעהט אויס אז מיר וועלן ביידע נישט טוישן איינער דעם אנדערע'ס דעה.

מיר ביידע ווייסן נישט די טעם ומקור המנהג, דאך האלטסטו אז ס'איז (כמעט) ביהרג ואל יעבור, אלץ צוליב די א. ג . מסורה. און איך האלט אז דאס איז נישט גענוג מחייב צו זיין אנדערי צו גיין היפך הטבע והיפך התורה.

יעצט אז דאס איז קלאר, לאמיר האפן אז אנדערע וועלן דא האבן עפעס מוסיף צו זיין, מיט נייע מקורות, סברות, און ארטיקלן.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 3:05 am

· #115512
דער טעם פון קטניות איז דיר גענוג עס צו אסר׳ן? און איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, עס איז דא צוויי שטארקע סאלידע טעמים מחייב צו זיין דעם מנהג, בכלל נישט קיין שוואכע טעמים. איינס וועגן צניעות / זוהר, אדער וועגן חציצה / סחיטה שאלות בעת׳ן גיין אין מקוה. (און אליבא דאמת מיין איך אז עס מאכט נישט צופיל אויס צי עס איז געווען א תקנה פון די וועד ארבע ארצות אדער די פרויען האבן זיך עס אליינס איינגעפירט). אויב אבער זאל זיך ארויסשטעלן אז די עכטע סיבה איז געווען וועגן מורא פון די שדים איז פשוט אז כהיום איז דאס נישט מחייב.

און נישט יהרג ואל יעבור (האסט מיר געזען שרייבן א משהו אין די ריכטונג?) און נישט מסורה קומען אריין דא אין בילד. עס איז א טרוקענע הלכה שאלה וואס נעמט אריין פארשידענע אספעקטן.

מאטי » זונטאג מאי 19, 2013 3:45 am

· #115526
[ציטאט אראפגענומען]

קען זיין ער האט געשפירט די דריוול פונעם שפיצל...

הוגה » זונטאג מאי 19, 2013 3:56 am

· #115529
דעת תורה
דער טעם פון קטניות איז דיר גענוג עס צו אסר׳ן? און איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, עס איז דא צוויי שטארקע סאלידע טעמים מחייב צו זיין דעם מנהג, בכלל נישט קיין שוואכע טעמים. איינס וועגן צניעות / זוהר, אדער וועגן חציצה / סחיטה שאלות בעת׳ן גיין אין מקוה. (און אליבא דאמת מיין איך אז עס מאכט נישט צופיל אויס צי עס איז געווען א תקנה פון די וועד ארבע ארצות אדער די פרויען האבן זיך עס אליינס איינגעפירט). אויב אבער זאל זיך ארויסשטעלן אז די עכטע סיבה איז געווען וועגן מורא פון די שדים איז פשוט אז כהיום איז דאס נישט מחייב.

און נישט יהרג ואל יעבור (האסט מיר געזען שרייבן א משהו אין די ריכטונג?) און נישט מסורה קומען אריין דא אין בילד. עס איז א טרוקענע הלכה שאלה וואס נעמט אריין פארשידענע אספעקטן.


ווי קומט תגלחת צו קטניות? אפשר צייגסטו די פשטל וואס מאכט די צושטעל.

איך בין נישט קיין אויבער–חכם וואס זוכט צו גיין פארקערט פון וואס מען טוט. איך ווייס אבער אויך נישט קיין מעשיות, די תורה הייסט שערן די האר פון די געפאנגענע גויאישע פרוי כדי לנוולה, און די זעלבע תורה זאגט ודבק באשתו, והיו לבשר אחד. וויאזוי גייען די צוויי צונעמען? דאס איז די שאלה וואס איז דערווייל נישט פארענטפערט געווארן. אויב ווילסטו מחייב זיין עני איד צו לאזן מנוול זיין זיין פרוי וועסטו מוזן אויפקומען מיט בעסערע תירוצים ווי קטניות.

די זוהר איז הייליג און טייער, איך בין אבער נאך נישט קיין בן ארבעים, און נאך נישט מילא כריסי בש"ס ופוסקים. לגבי די שאלה פון סחיטה, אויב בין איך א חסיד האב איך דאך נישט קיין פראבלעם מיט דעם. אויב בין איך א ליטוואק קען איך הייסן אפשטופען מיט איין טאג. דיני חציצה איז מבואר ביו''ד חלק ב' עיי''ש.

איך ווייס אז עס איז שווער צו דערהערן אז א מנהג וואס איז פאר לאנגע יארן פארקויפט געווארן אלץ איינס פון די הארבסטע זאכן ביי ''אונז'' עד כדי כך אז מען נוצט אויף דעם די שטערקסטע סטראשע וואס מיר האבן נאר, נישט באגראבן אין ''אונזער'' ביה''ח, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג שנשתרבב ברבות הימים, אבער וואס קען מען טון, די אמת מוז געזאגט ווערן.

א טרוקענע הלכה שאלה? וועלן הלכה?

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 10:12 am

· #115554
הוגה
איך ווייס אז עס איז שווער צו דערהערן אז א מנהג וואס איז פאר לאנגע יארן פארקויפט געווארן אלץ איינס פון די הארבסטע זאכן ביי ''אונז'' עד כדי כך אז מען נוצט אויף דעם די שטערקסטע סטראשע וואס מיר האבן נאר, נישט באגראבן אין ''אונזער'' ביה''ח, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג שנשתרבב ברבות הימים, אבער וואס קען מען טון, די אמת מוז געזאגט ווערן?


די טערמין ״מנהג שנשתרבב הרבות הימים״ איז גוט צו ניצען אויף ווייסע זאקען שבת, גייען מיט א שטריימעל, עסן בארשט מיטעל נאכט, אנטיען א רעלשוואקע, אבער נישט אויך א זאך וואס גדולים (וועד ארבע הארצות, און אנדערע) האבן איינגעפירט, אזוי אויך אנדערש ווי אסאך מנהגים וואס מען קען זאגען אז עס האט זיך גענימען פון מנהג המקום ווי מען האט געוואנט איז אבער שווער צו זאגן די זעלבע אויף אפגאלען די קאפ אז די גוי׳טעס אלע יארען פלעגן דאס טיען.

יידל » זונטאג מאי 19, 2013 11:03 am

· #115567
דעת תורה
יידל
דעת תורה
די ספרים וואס שרייבן אזוי, וואס אגב זענען זיי געווען נענטער אין צייט צו די וועד ארבע ארצות ווי אונז. דער צד אז נישט איז ווייל עס איז פשוט נישט דאקומענטירט אין די וועד'ס פראטאקאלן.

וועלכע ספרים? שפע חיים (מכתבים ח"ה סי ע"ג), שו"ת דברי יואל (אה"ע סי' קי"ט), שבט הלוי אדער חשב האפוד (ח"ב סי' קלט) (ליסטע פון מקורות פון נטעי גבריאל)? אדרבא ברענג מיר א פריערדיגע מקור צו דעם אז עס איז מתקנת וועד ארבע ארצות.


איז טאקע נישטא קיין פריערדיגער מקור דערצו? איך גלייב אז יא. בכל אופן איז דאס על כל פנים געווען א מסורה רווחת ביי כלל ישראל, איך גלייב נישט אז דער חשב האפוד (וואס האט מקבל געווען פונעם טעפליקער רב) דער שפע חיים און דער דברי יואל האבן אינאיינעם קאנספירירט די המצאה. און אדרבה, אויב איז באמת נישטא קיין פריערדיגער מקור בכתב פון וועם די אלע אויבנדערמאנטע האבן עס געקענט נאכשרייבן, איז נאכמער מסתבר אז סאיז אמת און אזוי האבן זיי - יעדער איינער אין זיין מדינה - מקבל געווען פון זייערע עלטערן.

איך האב נישט געטראפן קיין שום פריערדיגע מקור דערצו. וואס דו גלייבסט איז נישט נוגע, נאר וואס איז די מציאות איז נוגע. די מציאות איז אז די גאנצע שמועה אז דאס איז מתקנת ועד ארבע ארצות איז פון איין אדער צוויי דורות צוריק, און די ראיה איז פשוט: עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין שום ספר פון פאר צוויי דורות צוריק.

איך גלייב אויך נישט אז דער חשב האפוד (אפגעזען פון וועם ער האט מקבל געווען) אדער דער שפע חיים אדער דער דברי יואל זאלן דאס האבן קאנספירירט אינאיינעם. יותר מסתבר איז אז עס איז איינעם איינגעפאלן אזא השערה, און ער האט דאס געזאגט/געשריבן פאר זיין חבר וחברו מסר לחברו עד שהדברים הגיעו לכדי "מסורה רווחת". ואגב בין איך נישט דער איינציגסטער וואס האלט אזוי נאר החוקר החסידי מוויליאמסבורג הרב בערל שווארץ שרייבט אויך אין זיין ספר (אדער משיב דברים אדער אמרי דבש, כ'געדענק שוין נישט וועלכע) אז עס איז נישטא קיין שום מקור מוסמך אז וועד ארבע ארצות האט דאס מתקן געווען און עס איז כנראה א השערה שהופרחה באויר און איז דערנאך אנגענומען געווארן -בטעות - אלס שמועה רווחת בישראל.

עכ"פ דאס גאנצע דיון איבער תגלחת נשים און וועד ארבע ארצות ברענגט מיך אריין פקפוקים איבער דאס ענין פון מסורה בכלל. עס איז נישטא קיין שום מקור אז וועד ארבע ארצות האט דאס מתקן געווען, און עס איז נישט כאילו מיר ווייסן נישט וואס זייערע תקנות זענען געווען - מיר האבן דאך די גאנצע פנקס התקנות און עס ווער נישט דערמאנט דארט - און דאך קען אפאר הונדערט יאר שפעטער געליפטערט ווערן אזא השערה און דאס זאל דערנאך ווערן אנגענומען אלס "פאקט", דאן ווער ווייסט וויפיל נאך צענדליגע מסורות האבן זיך אזוי אנטוויקלט?
בדחן
הוגה
איך ווייס אז עס איז שווער צו דערהערן אז א מנהג וואס איז פאר לאנגע יארן פארקויפט געווארן אלץ איינס פון די הארבסטע זאכן ביי ''אונז'' עד כדי כך אז מען נוצט אויף דעם די שטערקסטע סטראשע וואס מיר האבן נאר, נישט באגראבן אין ''אונזער'' ביה''ח, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג שנשתרבב ברבות הימים, אבער וואס קען מען טון, די אמת מוז געזאגט ווערן?


די טערמין ״מנהג שנשתרבב הרבות הימים״ איז גוט צו ניצען אויף ווייסע זאקען שבת, גייען מיט א שטריימעל, עסן בארשט מיטעל נאכט, אנטיען א רעלשוואקע, אבער נישט אויך א זאך וואס גדולים (וועד ארבע הארצות, און אנדערע) האבן איינגעפירט, אזוי אויך אנדערש ווי אסאך מנהגים וואס מען קען זאגען אז עס האט זיך גענימען פון מנהג המקום ווי מען האט געוואנט איז אבער שווער צו זאגן די זעלבע אויף אפגאלען די קאפ אז די גוי׳טעס אלע יארען פלעגן דאס טיען.

א 100$ אווארד אויב דו ווייזט מיר וועלכע גדול האט דאס איינגעפירט (עס דארף אבער זיין בכתב ממקור ראשון, נישט א דברי יואל וואס זאגט אז פאר 300 יאר צוריק האט מען דאס מתקן געווען און קיין איין ספר פון פריערדיגע דורות דערמאנט דאס).

הוגה » זונטאג מאי 19, 2013 11:31 am

· #115574
בדחן

די טערמין ״מנהג שנשתרבב הרבות הימים״ איז גוט צו ניצען אויף ווייסע זאקען שבת, גייען מיט א שטריימעל, עסן בארשט מיטעל נאכט, אנטיען א רעלשוואקע, אבער נישט אויך א זאך וואס גדולים (וועד ארבע הארצות, און אנדערע) האבן איינגעפירט.


אה, האסט עס טאקע בעסער נישט געקענט ארויס ברענגען. אין מיינע אויגן איז עס טאקע נישט מער ווי ווייסע זאקן, שטריימל, און בארשט. מען קען טרעפן שיינע טעמים פאר דער מנהג, סיי על פי קבלה און סיי על פי פשט אבער ווער עס איז נישט באקוועם דערמיט איז זיכער נישט מחוייב.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 12:00 pm

· #115582
נאך א נקודה וואס איז דוכט זיך נאך נישט בארירט געווארן, איז דאס מנהג המקום. צו זאגן אז מנהג המקום אין אונגארן קען מיר מחייב זיין איז באלד אזוי לעכערליך ווי זאגן אז ביי יו"ח פון יוצאי זיבענבערגן איז כולל זיבענבערגן עניי עירך. דאהי אין ניו יארק סיטי איז אזא מנהג המקום נישט פארהאן, און אויב יא דארף עס מחייב זיין מיין בוכארישע שכן פונקט ווי מיר, און אויב וועסטו אריבערטוישן צו די מסורה טענה וועל איך דיר צוצייגן צו טייל פון מיינע באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן, טא מאי חזית דדמי דמגולחת סומק טפי?

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 12:41 pm

· #115598
יידל
א 100$ אווארד אויב דו ווייזט מיר וועלכע גדול האט דאס איינגעפירט נישט א דברי יואל וואס זאגט אז פאר 300 יאר צוריק האט מען דאס מתקן געווען און קיין איין ספר פון פריערדיגע דורות דערמאנט דאס


פאר מיר איז עס יא גענוג, דערפאר וועל איך נישט זיכען מער,
אמת אז עס קיינער וועט נישט צושטעלן דאס וואס דו פארלאנגסט - ווייל עס איז נישט דא, אבער עפעס וואס ווערט גענוג מאל אראפגעברענגט, ועל כולם פראקטיציריט ביי אזא גרויסע חלק כלל ישראל דארף נישט - לדעתי - מער באווייזען.

יידל » זונטאג מאי 19, 2013 1:00 pm

· #115609
אבער עס איז נישט גענוג שטארק נישט צו נוצן די לשון "מנהג שנשתרבב".

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 1:05 pm

· #115611
ביזט נישט גערעכט, ווייל צו ניצען "מנהג שנשתרבב" דארפסטע אנגעבן עפעס א אופן ווי אזוי עס איז אריינגעקימען, צו אז די גוים האבן עס געטיען, אדער אז דאס איז געווען דרכו של עולם און א געוויסע תקופה און א געוויסע געגענט, אא"ווו.

דא ביי די נושא איז נישט דא קיין שכל'דיגע הסבר דערויף, נאר אז איינער האט עס בכוונה מתקן געווען, די שאלה איז נאר ווער ווען און ווי.

יידל » זונטאג מאי 19, 2013 2:05 pm

· #115633
ס'דא מער ווי איין שכל'דיגע הסבר. ליין איבער דעם אשכול.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 2:33 pm

· #115645
בדחן
ביזט נישט גערעכט, ווייל צו ניצען "מנהג שנשתרבב" דארפסטע אנגעבן עפעס א אופן ווי אזוי עס איז אריינגעקימען, צו אז די גוים האבן עס געטיען, אדער אז דאס איז געווען דרכו של עולם און א געוויסע תקופה און א געוויסע געגענט, אא"ווו.

דא ביי די נושא איז נישט דא קיין שכל'דיגע הסבר דערויף, נאר אז איינער האט עס בכוונה מתקן געווען, די שאלה איז נאר ווער ווען און ווי.


גראדע די גויטעס אין עסטאניע האבן זיך יא אזוי געפירט. אבער דוכט זיך אז זיי האבן אויפגעהערט בעפאר זייערע אידישע שכנים האבן עס אנגעהויבן צו טאן.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 2:36 pm

· #115647
געפילטע פיש
נאך א נקודה וואס איז דוכט זיך נאך נישט בארירט געווארן, איז דאס מנהג המקום. צו זאגן אז מנהג המקום אין אונגארן קען מיר מחייב זיין איז באלד אזוי לעכערליך ווי זאגן אז ביי יו"ח פון יוצאי זיבענבערגן איז כולל זיבענבערגן עניי עירך. דאהי אין ניו יארק סיטי איז אזא מנהג המקום נישט פארהאן, און אויב יא דארף עס מחייב זיין מיין בוכארישע שכן פונקט ווי מיר, און אויב וועסטו אריבערטוישן צו די מסורה טענה וועל איך דיר צוצייגן צו טייל פון מיינע באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן, טא מאי חזית דדמי דמגולחת סומק טפי?


פון דעם רעד איך דאך. דאס איז לכאורה די עיקר הלכה שאלה וואס איז דא דערביי.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 2:47 pm

· #115649
אויב דיין גאנצע הלכה איז מטעם מנהג המקום האסטו גאר א שוואכע טענה עס צו מאכן איינער פון די ג' חמורות, א מנהג איז א מנהג, גארנישט מער, העכסטענס איז המשנה ידו על התחתונה, שוין, וועט דער וואס זיין האנט איז פון אונטן זיך דארפן אן עצה געבן ווי אזוי עס אויפצוהייבן, אבער ווי אזוי הייסטו ארויס דעם מנהג העכער פון אלע אנדערע מנהגים? אויב שלאג איך נישט כפרות ווייל איך האלט נישט פון דעם מנהג גייסטו ארויסווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות? טאמער גיי איך אין בעט שבועות ביינאכט גייסטו מיר נישט אריינלאזן אין בית החיים? מיין פראבלעם איז נישט מיט די מנהג, נאר מיט די איבערגעטריבענע הארבקייט וואס מ'האט צוגעטשעפעט דערצו.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 3:06 pm

· #115660
וואו האסטו געזען מיר עס מאכן פון די ג' חמורות? די סיבה פארוואס עס איז אזא סענסיטיווע אישו ביי רוב ניקס דא, איז די צניעות אישו ביי די מחמירים און די תאווה אישו ביי די מקילים.

הוגה » זונטאג מאי 19, 2013 3:55 pm

· #115674
דעת תורה
די סיבה פארוואס עס איז אזא סענסיטיווע אישו ביי רוב ניקס דא, איז די צניעות אישו ביי די מחמירים און די תאווה אישו ביי די מקילים.


איך שעם זיך בכלל נישט מיט מיינע תאוות. ס'זעהט עפעס אויס פון דיינע ווערטער אז עס איז א חסרון צו האבן תאוות און הנאה פון די אייגענע ווייב. מהיכן דנתני ?

למעשה זעהט מיר ענדערש אויס אז די מחמירים זענען פשוט סטאק אין די באקס פון וואס די א. ג. מקילים האבן זיך ב''ה באפרייט. בלייבן וואוינען אינעם באקס איז נישט שלעכט אויב זענט איר באקוועם דארט. צווינג אבער נישט אנדערע צו בלייבן דארט.

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 4:12 pm

· #115683
דעת תורה
די סיבה פארוואס עס איז אזא סענסיטיווע אישו ביי רוב ניקס דא, איז די צניעות אישו ביי די מחמירים און די תאווה אישו ביי די מקילים.


אלמלא ווען מענטשן האבן ווען א ברירה צו טיען מה שליבם חפץ און אויב איינער קומט צו די החלטה אז לאזען וואקסן די האר איז גאר א הידור רב בשלום בית אדער בקדושה וצניעות קען ער עס אויספירען עכ"פ אינדערהיים, דעמלאטס וואלט שייך געווען מחמירים אדער מקילים, און עס וואלט געווען צוויי זייטען רעכטע אדער לינקע.

עכשיוו אז יעדער איז אינעם זעלבן באקס, יעדער {אין ווילי/ב"פ/מאנסי/קר"י} מוז ענעוועי טיען וואס די רולס זאגען, די מערסטע וואס איינער קען זיך ערלויבען איז צו האבן א פיר אינטשעס האר בימי עיבור והנקה, און דאס קען מען אויך נאר ארויס נעמען ווען קיינער זעט נישט, א"כ מה הועילו חכמים?

עס איז נישט דא קיין רעכטע אדער לינקע, און עס איז נישט דא קיין מחמירים אדער מקילים, יעדער מוז טיען וואס מען הייסט..!
עס איז בדך הכל דא צופרידענע מענטשן וואס צופרידען אפילו זאכען קלאפען נישט 100% און עס איז דא וואס זיכען כסדר אויפווייזען אז די דרך טויג נישט אבער בפועל מוזען זיי זיך אויך פירען ווי די מחמירים, און דאס קען זיין גאר סענסעטיוו.

{דרך אגב, שרייבענדיג די שורות איז מיר ביי געפאלען א שאלה צו א וומסב"ג אינגערמאן האט בכלל א בחירה..? און אויב ער וועט באקימען שכר? ואכמ"ל}

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 4:14 pm

· #115686
בדחן
{דרך אגב, שרייבענדיג די שורות איז מיר ביי געפאלען א שאלה צו א וומסב"ג אינגערמאן האט בכלל א בחירה..? און אויב ער וועט באקימען שכר? ואכמ"ל}

מען האט עס שוין ערגעץ אויסגעשמועסט.. נעבעך, די וועלט האבען זיי זיכער נישט, און ס'איז נאך א שאלה צו יענע וועלט וועלן זיי יא האבען....
# א בכיה לדורות

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 4:19 pm

· #115689
שמעקעדיג
מען האט עס שוין ערגעץ אויסגעשמועסט..נעבעך, די וועלט האבען זיי זיכער נישט, און ס'איז נאך א שאלה צו יענע וועלט וועלן זיי יא האבען....


איך האב שוין כמה פעמים געשריבען, לדעתי, א תמימות'דיגער ראדני בענה"ב האט אויך דער וועלט,
און אפילו איינער וואס איז נישט קיין תמים נאר ער איז גענוג קלוג מחליט צו זיין אז ער גייט מיטען שטראם לטבתו, האט יא דער וועלט..!

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, ווי האט מען גערעדט דערפון? שיק מיר די לינק ווי עס ווערט אויסגעשמיעסט,

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 4:20 pm

· #115690
לכאורה יא, זיי האבן די ברירה צו גיין צום כותל אין די טונקעל.

הוגה » זונטאג מאי 19, 2013 4:40 pm

· #115707
בדחן,

זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט די ווייטאג און די פלאג.

איך בין אמאל געזעצן ביי א קידוש וואו מען האט איבערגעשמועסט אסאך פראבלעמען אינעם סיסטעם. איינער האט זיך אנגערופן אז ביז מיר וועלן ענדיגן קעמפן פאר אונזערע רעכטן וועלן מיר שוין זיין צו אלט צו קענען הנאה האבן דערפון. מיר וועלן זיצן ווי אלטע קאקערס און צוזעהן ווי אונזערע קינדער מאכן א לעבן אויפן חשבון פון אונזערע שווייס און בלוט.

און איך זאג, זה חלקי מכל עמלי, זאל מיין קינד נישט דארפן לעבן מיט דער קרעפ! איך פארגין אים מיטן גאנצע הארץ.

האמת היא, אז די טענה'ריי איז בארעכטיגט, סתם לשם טענה'ריי, איך מוז נישט מודה זיין אין א דבר בדוי, נאר ווייל איך קען מיך נישט העלפן. ועוד, עס ליגט ביד כאו''א עס צו טוישן, און זיך נישט לאזן ראונירן די לעבן פון די פארפאולטע סיסטעם. מען דארף אבער זיין א חכם דערפאר.

אין מיין ערשטע הודעה אין דער אשכל האב איך אפילו געשריבן אפאר עצה טובה'ס, וזה לשון קדשי.

הוגה


פראקטיש גערעדט, אויב האט איר מורא צו טון דער שריט, דא האט איר אפאר עצות. באנוצט אייך נישט מיט א סאטמארער מקוה, מאכט זיכער אז די האר ווייזט זיך נישט ארויס אין פאבליק, און פארציילט פאר קיינעם איבער דעם, פונקט ווי איר פארציילט פאר קיינעם איבער די סדר המטות וכדומה.

חזקו ואמצו! פילט נישט שלעכט ווען איר טוט די ריכטיגע זאך, און הו קעירס וואו מען וועט אייך באגראבן.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 7:33 pm

· #115793
הוגה
דעת תורה
דער טעם פון קטניות איז דיר גענוג עס צו אסר׳ן? און איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, עס איז דא צוויי שטארקע סאלידע טעמים מחייב צו זיין דעם מנהג, בכלל נישט קיין שוואכע טעמים. איינס וועגן צניעות / זוהר, אדער וועגן חציצה / סחיטה שאלות בעת׳ן גיין אין מקוה. (און אליבא דאמת מיין איך אז עס מאכט נישט צופיל אויס צי עס איז געווען א תקנה פון די וועד ארבע ארצות אדער די פרויען האבן זיך עס אליינס איינגעפירט). אויב אבער זאל זיך ארויסשטעלן אז די עכטע סיבה איז געווען וועגן מורא פון די שדים איז פשוט אז כהיום איז דאס נישט מחייב.

און נישט יהרג ואל יעבור (האסט מיר געזען שרייבן א משהו אין די ריכטונג?) און נישט מסורה קומען אריין דא אין בילד. עס איז א טרוקענע הלכה שאלה וואס נעמט אריין פארשידענע אספעקטן.


ווי קומט תגלחת צו קטניות? אפשר צייגסטו די פשטל וואס מאכט די צושטעל.

איך בין נישט קיין אויבער–חכם וואס זוכט צו גיין פארקערט פון וואס מען טוט. איך ווייס אבער אויך נישט קיין מעשיות, די תורה הייסט שערן די האר פון די געפאנגענע גויאישע פרוי כדי לנוולה, און די זעלבע תורה זאגט ודבק באשתו, והיו לבשר אחד. וויאזוי גייען די צוויי צונעמען? דאס איז די שאלה וואס איז דערווייל נישט פארענטפערט געווארן. אויב ווילסטו מחייב זיין עני איד צו לאזן מנוול זיין זיין פרוי וועסטו מוזן אויפקומען מיט בעסערע תירוצים ווי קטניות.

די זוהר איז הייליג און טייער, איך בין אבער נאך נישט קיין בן ארבעים, און נאך נישט מילא כריסי בש"ס ופוסקים. לגבי די שאלה פון סחיטה, אויב בין איך א חסיד האב איך דאך נישט קיין פראבלעם מיט דעם. אויב בין איך א ליטוואק קען איך הייסן אפשטופען מיט איין טאג. דיני חציצה איז מבואר ביו''ד חלק ב' עיי''ש.

איך ווייס אז עס איז שווער צו דערהערן אז א מנהג וואס איז פאר לאנגע יארן פארקויפט געווארן אלץ איינס פון די הארבסטע זאכן ביי ''אונז'' עד כדי כך אז מען נוצט אויף דעם די שטערקסטע סטראשע וואס מיר האבן נאר, נישט באגראבן אין ''אונזער'' ביה''ח, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג שנשתרבב ברבות הימים, אבער וואס קען מען טון, די אמת מוז געזאגט ווערן.

א טרוקענע הלכה שאלה? וועלן הלכה?


פשוט, ביידע (סיי קטניות און סיי שערן די האר) זענען זאכן וואס זענען מעיקר הדין מותר און די בני אשכנז האבן זיך איינגעפירט להחמיר כדי מען זאל נישט צוקומען צו קיין איסורים. און אויב האסטו א פראבלעם מיט דעם קאנצעפט פון אסר'ן זאכן וואס די תורה האט נישט גע'אסר'ט, זאגט דאך שוין תוספות אז פאר דעם איז געווען די כפיית הר כגיגית.

די ספעציפישע זוהר האט נישט צוטון צו מען איז פערציג צי נישט, כמבואר בתשובת חתם סופר אז כיון שנהגו כזוהר בזה אף דהוא נגד הש"ס הלכה כמנהג שנהגו כספרים חיצונים. מילא א חומרא אין די נושא איז בכלל נישט פרעמד. (דער אמת איז נאכמער, אז די זעלבע חומרא איז אויך שייך מחשש אז א האר וועט זיך ארויסשטעקן אין רה"ר וואס דארט איז עס שוין א איסור תורה. סאו דארפסט בכלל נישט צוקומען צום זוהר). ווייטער לענין סחיטה / חציצה, די פרויען (אדער רבנים) וואס האבן איינגעפירט די חומרא האבן אויך געוויסט וויאזוי מען גיט זיך א עצה על פי הלכה, דאך האבן זיי מחמיר געווען זעענדיג אז עס קומט לידי מכשול למעשה.

(איך פיל פאני אז איך דארף מסביר זיין דברים פשוטים. דו זעהסט נישט אויס ווי אן עם הארץ, אבער כנראה ביי דעם ענין גייט אויך אן דער טעם וואס חז"ל זאגן פארוואס אין דורשין בעריות בשלשה).

די הלכה שאלה איז מצד מנהג המקום שיצא משם. מנהג אבותיו ועוד.

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 8:03 pm

· #115804
יידל

איך האב נישט געטראפן קיין שום פריערדיגע מקור דערצו. וואס דו גלייבסט איז נישט נוגע, נאר וואס איז די מציאות איז נוגע. די מציאות איז אז די גאנצע שמועה אז דאס איז מתקנת ועד ארבע ארצות איז פון איין אדער צוויי דורות צוריק, און די ראיה איז פשוט: עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין שום ספר פון פאר צוויי דורות צוריק.


לא ראינו אינו ראיה. אין די ספרים רעדט מען קוים פון דעם עצם זיך אפשערן די האר, כאטש וואס סאיז קלאר אז זינט דריי הונדערט פופציג יאר צוריק בערך האט מען דאס אנגעהויבן צו טאן. דאס אז דו האסט נישט געטראפן א ספר וואס זאל רעדן דערפון א) מיינט נישט אז עס איז טאקע נישטא, ב) אפילו סאיז נישטא איז עס נישט קיין הכרח אז עס איז נישט געווען קיין תקנה.


יידל

איך גלייב אויך נישט אז דער חשב האפוד (אפגעזען פון וועם ער האט מקבל געווען) אדער דער שפע חיים אדער דער דברי יואל זאלן דאס האבן קאנספירירט אינאיינעם. יותר מסתבר איז אז עס איז איינעם איינגעפאלן אזא השערה, און ער האט דאס געזאגט/געשריבן פאר זיין חבר וחברו מסר לחברו עד שהדברים הגיעו לכדי "מסורה רווחת".


איך האב מדגיש געווען געשריבן, ווייל לדבריך איז עס נישט געווען געשריבן אין ערגעץ פאר זיי. דאס לייגט זיך דיר אויפן שכל אז ערגעץ פאר דריי אדער פיר דורות צוריק האט איינער אין איין עק אייראפע מעלה געווען אזא השערה, עס נישט געדרוקט, און דאן פלוצלינג האט זיך די השערה פארשפרייט ביז דער טעפליקער רב במעונו אין פאדאליען האט עס אויפגעפיקט, דער סאטמאר רב בבית אבותיו אין סיגעט און דער קלויזנבורגער רבי אין צאנז.


יידל

עכ"פ דאס גאנצע דיון איבער תגלחת נשים און וועד ארבע ארצות ברענגט מיך אריין פקפוקים איבער דאס ענין פון מסורה בכלל. עס איז נישטא קיין שום מקור אז וועד ארבע ארצות האט דאס מתקן געווען, און עס איז נישט כאילו מיר ווייסן נישט וואס זייערע תקנות זענען געווען - מיר האבן דאך די גאנצע פנקס התקנות און עס ווער נישט דערמאנט דארט - און דאך קען אפאר הונדערט יאר שפעטער געליפטערט ווערן אזא השערה און דאס זאל דערנאך ווערן אנגענומען אלס "פאקט", דאן ווער ווייסט וויפיל נאך צענדליגע מסורות האבן זיך אזוי אנטוויקלט?


או כלך לדרך זו: איך נעם ארויס פון דעם, אז נישט אלס איז די דאקומענטאציע אזא שטארקע ראיה. למשל די תקנה פון שערן די האר, איז טאקע נישט פארבליבן דאקומענטירט אין די פראטאקאלן פון די וועד ארבע ארצות, דאך איז פארבליבן א מסורה בעל פה וואס דערציילט אז די מקור איז פון זיי. (באמת מען דארף נישט זיין קיין איינשטיין דאס אויסצופיגורן, יעדער פארשטייט אז הונדערט יאר ארום וועט זיין דיסקוסיעס און וויכוחים איבער וויאזוי זאכן זענען געווען בימינו, כאטש וואס ווער עס לעבט דאס מיט היינט איז זיך גארנישט מסתפק דערין, דאך אויב א זאך איז נישט געווארן דאקומענטירט קען מען זיך דערויף דינגען).

דעת תורה » זונטאג מאי 19, 2013 8:13 pm

· #115809
הוגה


איך ווייס אז עס איז שווער צו דערהערן אז א מנהג וואס איז פאר לאנגע יארן פארקויפט געווארן אלץ איינס פון די הארבסטע זאכן ביי ''אונז'' עד כדי כך אז מען נוצט אויף דעם די שטערקסטע סטראשע וואס מיר האבן נאר, נישט באגראבן אין ''אונזער'' ביה''ח, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג שנשתרבב ברבות הימים, אבער וואס קען מען טון, די אמת מוז געזאגט ווערן.


באמת, קען זיין אז איך האב פשוט נישט גוט אויפגעפאסט, אבער איך געדענק נישט אז מען זאל מאכן דערפון אזא בער. דער רבי זי"ע פלעגט אסאך וויינען אויף צניעות, איך געדענק מעודי ווען אימער איך האב זיך אנגעשטויסן אין קול קורא'ס, דרשות, איז די טאפיק געווען שמאלע קליידער, דורכזיכטיגע שטרימפ, ביי האר, אבער דער ענין פון שערן די האר געדענק איך בכלל נישט. עס זעט אויס אז סאיז בכלל נישט געווען קיין אישו, אדער איז מען געגאנגען מיט אייגענע האר, אדער האט מען צוגעדעקט דעם קאפ, און יעדע פרוי האט בפשטות געטון אזוי ווי איר מאמע פלעגט טון. דאס אז די היינטיגע וועדי הצניעות און חברא קדישא איז מקפיד דערויף, איז נישט מוכרח אז עס איז אמאל אויך אזוי געווען.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 8:43 pm

· #115823
בדחן
עכשיוו אז יעדער איז אינעם זעלבן באקס, יעדער {אין ווילי/ב"פ/מאנסי/קר"י} מוז ענעוועי טיען וואס די רולס זאגען, די מערסטע וואס איינער קען זיך ערלויבען איז צו האבן א פיר אינטשעס האר בימי עיבור והנקה

דו חלומס'ט?

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 9:04 pm

· #115829
ניין, אויסנאמען איז אייביג דא, איך רעדט וואס עס איז די סטאנדערט, און ביז מען קימט נישט ארויף אויפן ראדאר, סוכ"ס איז ניש יעדער גריט צו מופען קיין עירמאנט און נישט יעדער איז א"ח פ"ר זז"ג.

הוגה » זונטאג מאי 19, 2013 9:57 pm

· #115846
דעת תורה

פשוט, ביידע (סיי קטניות און סיי שערן די האר) זענען זאכן וואס זענען מעיקר הדין מותר און די בני אשכנז האבן זיך איינגעפירט להחמיר כדי מען זאל נישט צוקומען צו קיין איסורים. און אויב האסטו א פראבלעם מיט דעם קאנצעפט פון אסר'ן זאכן וואס די תורה האט נישט גע'אסר'ט, זאגט דאך שוין תוספות אז פאר דעם איז געווען די כפיית הר כגיגית.


דו פארשטייסט נישט די חילוק צווישן קטניות וואס איז סך הכל עסן אביסל ווייניגער פאר אכט טעג א יאר און א מנהג וואס די תורה און חז''ל זאגן עטליכע מאל אז דאס איז מנוול אשה על בעלה? די גאנצע מנהג איז איין גרויסע תמיהה אפילו אם תמצא גוטע מקורות וחששות להחמיר. עס איז בכלל נישט קיין צוגלייך. דאס איז מער כעין א חומרא להמתין עד אחר חצות הלילה. (ומדאתינא להכי, מה ראית להקל בכמה עניינים לצורך, כגון להאפיל בטלית וכדומה ולהחמיר בזה?)

דעת תורה

די ספעציפישע זוהר האט נישט צוטון צו מען איז פערציג צי נישט, כמבואר בתשובת חתם סופר אז כיון שנהגו כזוהר בזה אף דהוא נגד הש"ס הלכה כמנהג שנהגו כספרים חיצונים. מילא א חומרא אין די נושא איז בכלל נישט פרעמד. (דער אמת איז נאכמער, אז די זעלבע חומרא איז אויך שייך מחשש אז א האר וועט זיך ארויסשטעקן אין רה"ר וואס דארט איז עס שוין א איסור תורה. סאו דארפסט בכלל נישט צוקומען צום זוהר). ווייטער לענין סחיטה / חציצה, די פרויען (אדער רבנים) וואס האבן איינגעפירט די חומרא האבן אויך געוויסט וויאזוי מען גיט זיך א עצה על פי הלכה, דאך האבן זיי מחמיר געווען זעענדיג אז עס קומט לידי מכשול למעשה.


מיר ווייסן אז די חת''ס האט דא אנגענומען שיטת הזוהר, ואשרי חלקך אז די פילסט דיך גענוג באקוועם זיך אויך צו פירן במדריגה עילאה זו, אבער מיר האבן כללים ודרכים אין הלכה, זוהר ווערט בכלל נישט גענומען אין באטראכט אלץ א הלכה'דיגע מחייב, אויף צו מקבל זיין א חומרא אדער מנהג טוב, אפשר.

בנוגע גילוי שער וואס קען זיין אן ערווה, וועלן מיר זיך נוהג זיין אזוי ווי מיר טוען מיט אלע מקומות המכוסים.

ווייטער לענין סחיטה/חציצה, די פרויען (אדער רבנים) - רוב רובו של כלל ישראל - וואס האלטן נישט דער חומרא, ווייסן טאקע ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן על פי הלכה, און עס קומט נישט לידי מכשול למעשה. (רעד דיך נישט איין אז נאר חסידישע פרויען האבן א כשר'ע טבילה.)


(איך פיל פאני אז איך דארף מסביר זיין דברים פשוטים. דו זעהסט נישט אויס ווי אן עם הארץ, אבער כנראה ביי דעם ענין גייט אויך אן דער טעם וואס חז"ל זאגן פארוואס אין דורשין בעריות בשלשה).

פשוט איז וואס די תורה זאגט, פשוט איז די פאקטן. זוהר און חת''ס זענען שוין דרושים.

בנוגע מנהג המקום, איני בקי בעניינים אלו, איך ווייס נישט צו עס איז מער מחייב מער ווי מיין טאטעס מנהג פון עונה משבת לשבת איז מיר מחייב. אדרבא, שרייב א לענגס, און ווייז אויף.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 10:26 pm

· #115858
דעת תורה
(דער אמת איז נאכמער, אז די זעלבע חומרא איז אויך שייך מחשש אז א האר וועט זיך ארויסשטעקן אין רה"ר וואס דארט איז עס שוין א איסור תורה. סאו דארפסט בכלל נישט צוקומען צום זוהר).

אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף.
דעת תורה
ווייטער לענין סחיטה / חציצה, די פרויען (אדער רבנים) וואס האבן איינגעפירט די חומרא האבן אויך געוויסט וויאזוי מען גיט זיך א עצה על פי הלכה, דאך האבן זיי מחמיר געווען זעענדיג אז עס קומט לידי מכשול למעשה.

אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף, און די שבת אינדערפרי מקוה פון די מענער.
דעת תורה
די הלכה שאלה איז מצד מנהג המקום שיצא משם. מנהג אבותיו ועוד.

ס'איז קלאר אז אויב קום איך פון א מקום ווי מ'האט געדאווענט נוסח אשכנז, און היינט בין איך אין א מקום וואס מ'דאווענט נוסח ספרד דארף איז אוחז זיין במנהג המקום ווי איך בין יעצט, און משום מנהג אבותיו האב איך גענוג באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן, ווי אויך די באבעס וואס האבן זיך יא געשוירן האבן אויך משנה געווען פון זייער באבעס וואס האבן זיך נישט.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 10:27 pm

· #115860
זוהר ווערט בכלל נישט גענומען אין באטראכט אלץ א הלכה'דיגע מחייב, אויף צו מקבל זיין א חומרא אדער מנהג טוב, אפשר.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/7945">viewtopic.php?p=7945#p7945</a><!-- l -->

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 10:46 pm

· #115872
ם

יידל » זונטאג מאי 19, 2013 10:59 pm

· #115876
דעת תורה
יידל

איך האב נישט געטראפן קיין שום פריערדיגע מקור דערצו. וואס דו גלייבסט איז נישט נוגע, נאר וואס איז די מציאות איז נוגע. די מציאות איז אז די גאנצע שמועה אז דאס איז מתקנת ועד ארבע ארצות איז פון איין אדער צוויי דורות צוריק, און די ראיה איז פשוט: עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין שום ספר פון פאר צוויי דורות צוריק.


לא ראינו אינו ראיה. אין די ספרים רעדט מען קוים פון דעם עצם זיך אפשערן די האר, כאטש וואס סאיז קלאר אז זינט דריי הונדערט פופציג יאר צוריק בערך האט מען דאס אנגעהויבן צו טאן. דאס אז דו האסט נישט געטראפן א ספר וואס זאל רעדן דערפון א) מיינט נישט אז עס איז טאקע נישטא, ב) אפילו סאיז נישטא איז עס נישט קיין הכרח אז עס איז נישט געווען קיין תקנה.

לא ראינו אינו ראיה איז גוט ווען מיר האבן א שטיקל סיבה צו טראכטן אז עס איז פארהאן אזא זאך. אבער ווען עס איז נישט פארהאן קיין איין מקור(!) פון בעפאר 150 יאר צוריק וואס שרייבט אז דאס איז תקנות וועד ד' ארצות, פארוואס אין די וועלט זאלן מיר טראכטן אז יא? נאכמער, און דו פארפאסט צו אדרעסירן דעם נקודה, עס איז נישט קיין בלויזע "לא ראינו". עס איז דאך מער פון דעם. מיר האבן די פולקאמע ספר התקנות פון וועד ארבע ארצות, און די א.ג. תקנה פון תגלחת נשים ווערט נישט דערמאנט דארט. איז דאס נישט קיין ראיה אז עס איז נישט זייער'ס א תקנה? פארוואס איז פונקט דער [גאר וויכטיגער] תקנה ארויסגעפאלן? זאגט דאס נישט עפעס?

יידל

איך גלייב אויך נישט אז דער חשב האפוד (אפגעזען פון וועם ער האט מקבל געווען) אדער דער שפע חיים אדער דער דברי יואל זאלן דאס האבן קאנספירירט אינאיינעם. יותר מסתבר איז אז עס איז איינעם איינגעפאלן אזא השערה, און ער האט דאס געזאגט/געשריבן פאר זיין חבר וחברו מסר לחברו עד שהדברים הגיעו לכדי "מסורה רווחת".


איך האב מדגיש געווען געשריבן, ווייל לדבריך איז עס נישט געווען געשריבן אין ערגעץ פאר זיי. דאס לייגט זיך דיר אויפן שכל אז ערגעץ פאר דריי אדער פיר דורות צוריק האט איינער אין איין עק אייראפע מעלה געווען אזא השערה, עס נישט געדרוקט, און דאן פלוצלינג האט זיך די השערה פארשפרייט ביז דער טעפליקער רב במעונו אין פאדאליען האט עס אויפגעפיקט, דער סאטמאר רב בבית אבותיו אין סיגעט און דער קלויזנבורגער רבי אין צאנז.


ניין, נישט פלוצלינג, נאר צעביסלעך. דו ביזט ווייזט אויס נישט באקאנט אין דעם געדאנק פון memes. עס איז פיל מער מסתבר צו זאגן אז דאס איז אן השערה וואס האט זיך צעשפרייט איבער אייראפע ווי צו זאגן אז דאס איז א תקנת וועד ארבע ארצות וואס קיין איין איינציג רב האט נישט געזען פאר וויכטיג דאס אראפצושרייבן, גאר א מאדנע פראפאזיציע אין ליכט פונעם פאקט אז צענדליגע רבנים האבן געשריבן איבער דעם נושא.


יידל

עכ"פ דאס גאנצע דיון איבער תגלחת נשים און וועד ארבע ארצות ברענגט מיך אריין פקפוקים איבער דאס ענין פון מסורה בכלל. עס איז נישטא קיין שום מקור אז וועד ארבע ארצות האט דאס מתקן געווען, און עס איז נישט כאילו מיר ווייסן נישט וואס זייערע תקנות זענען געווען - מיר האבן דאך די גאנצע פנקס התקנות און עס ווער נישט דערמאנט דארט - און דאך קען אפאר הונדערט יאר שפעטער געליפטערט ווערן אזא השערה און דאס זאל דערנאך ווערן אנגענומען אלס "פאקט", דאן ווער ווייסט וויפיל נאך צענדליגע מסורות האבן זיך אזוי אנטוויקלט?


או כלך לדרך זו: איך נעם ארויס פון דעם, אז נישט אלס איז די דאקומענטאציע אזא שטארקע ראיה. למשל די תקנה פון שערן די האר, איז טאקע נישט פארבליבן דאקומענטירט אין די פראטאקאלן פון די וועד ארבע ארצות, דאך איז פארבליבן א מסורה בעל פה וואס דערציילט אז די מקור איז פון זיי. (באמת מען דארף נישט זיין קיין איינשטיין דאס אויסצופיגורן, יעדער פארשטייט אז הונדערט יאר ארום וועט זיין דיסקוסיעס און וויכוחים איבער וויאזוי זאכן זענען געווען בימינו, כאטש וואס ווער עס לעבט דאס מיט היינט איז זיך גארנישט מסתפק דערין, דאך אויב א זאך איז נישט געווארן דאקומענטירט קען מען זיך דערויף דינגען).

איך האף אבער אז דו פארשטייסט אליין אז א "מסורה בעל פה", וועלכע איז תלוי ב"שמועה שמעתי" אדער אין "בימי חורפי אמרו לי" איז גאר שוואך, און איז נישט אנדערש ווי פאפולערע פאלקלאר און לעגענדעס וועלכע איינער טראכט אויס און דאס צושפרייט זיך ווי א ווילד פייער. אודאי קען אלעס זיין. for all I know, קען אפילו זיין אז דער קרעטשניפער האט טאקע מקבל געווען לאקשן קוגל במסורה, ארויף ביז משה מסיני. מיר זענען אבער ברי דעת וואס פרובירן צו נוצן קאמען סענס, און קאמען סענס זאגט אז דאס איז נישט קיין תקנת ועד ד' ארצות.

chosen people » מאנטאג מאי 20, 2013 12:32 am

· #115915
אויב די פראבלעם איז חציצה, פארוואס א כלה די ערשטע מאל וואס זיי גייט אין מקוה, און איר חתן גייט זיין די ערשטע מאל מיט זיין כלה אין אזא הייליגע טאג פון די יום החופה איז מען נישט מקפיד אויף די חומרא?
און אויכט דאס איז זעכער אז היינטיגע זייף און בארשטן איז אסאך בעסער ווי די אמאליגע זייף און בארשטן, אויב אזוי פארוואס זאל עס זיין א חומרא?

דעת תורה » מאנטאג מאי 20, 2013 12:41 am

· #115917
געפילטע פיש
דעת תורה
(דער אמת איז נאכמער, אז די זעלבע חומרא איז אויך שייך מחשש אז א האר וועט זיך ארויסשטעקן אין רה"ר וואס דארט איז עס שוין א איסור תורה. סאו דארפסט בכלל נישט צוקומען צום זוהר).

אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף.


דו פארשטייסט הייסט עס אז די פראצענט מעגליכקייט א הארל זאל זיך ארויסשטעקן איז די זעלבע במקום התורפה ווי אויפן קאפ? וואסערע קליידער גייט מען ביי אייך?


געפילטע פיש
דעת תורה
ווייטער לענין סחיטה / חציצה, די פרויען (אדער רבנים) וואס האבן איינגעפירט די חומרא האבן אויך געוויסט וויאזוי מען גיט זיך א עצה על פי הלכה, דאך האבן זיי מחמיר געווען זעענדיג אז עס קומט לידי מכשול למעשה.

אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף, און די שבת אינדערפרי מקוה פון די מענער.


שער בית השחי ושער בית הערוה איז סייווי דער סדר פון פרויען צו שעיווען קלין כמבואר בגמרא אז א מאן טאר דאס נישט טון משום לא ילבש (עס איז מיר א פלא די משמעות דא אין קאווע שטיבל בכמה מקומות - לפנים מן הפרגוד - אז ביי היימישע פרויען איז דער ענין נאכגעלאזט. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען דערויף גוזר תענית געווען).


געפילטע פיש
דעת תורה
די הלכה שאלה איז מצד מנהג המקום שיצא משם. מנהג אבותיו ועוד.

ס'איז קלאר אז אויב קום איך פון א מקום ווי מ'האט געדאווענט נוסח אשכנז, און היינט בין איך אין א מקום וואס מ'דאווענט נוסח ספרד דארף איז אוחז זיין במנהג המקום ווי איך בין יעצט, און משום מנהג אבותיו האב איך גענוג באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן, ווי אויך די באבעס וואס האבן זיך יא געשוירן האבן אויך משנה געווען פון זייער באבעס וואס האבן זיך נישט.


אז דו האסט דיר שוין מברר געווען די הלכה לענין זה, מה טוב ומה נעים. נאר אלס אל תמנע טוב מבעליו זיי מפרסם דיין בירור. וואס רעכנסטו פאר א מקום היינט? איז בכלל שייך אין א שטאט מיט צענדליגער מיני קהילות און מנהגים אזא זאך ווי א מנהג? ומה הדין לגבי קרית יואל, שיכון סקווירא? ואת"ל דשם מנהג המקום להחמיר ומחייב את כולם (גם התימנים כידוע דעת דוד עקשטיין בזה), וואס וועט זיין דער דין לגבי כתר וויליזש? גייט מען בתר שמא אז דאס הייסט א מקום בפני עצמו אדער בתר טעמא און עס ווערט נכלל אין מאנסי? ואיך הדין בבני עיר שהעתיקו כולם לעיר אחרת (מארץ הגר לוויליאמסבורג) דארפן זיי אנהאלטן די אלטע? איז שייך אזא זאך ווי מנהג החסידות / חוג אפילו מען וואוינט אין א שטאט וואס רוב באלאנגען נישט אהין?

אז דו האסט באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן - ביסט שוין נישט קיין ריינער אונגארישער באטשי - איז שוין א צווייטע נושא. דארף מען דן זיין לויט וואסערע טשולענט דו עסט און פאר וועלכע כולל דו האסט א געפיל...

chosen people » מאנטאג מאי 20, 2013 12:47 am

· #115920
@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..

דעת תורה » מאנטאג מאי 20, 2013 12:57 am

· #115923
@יידל, דאס אז עס שטייט נישט אין די פראטאקאלן איז באמת א שטארקע טענה, אזוי ווי כהאב געשריבן שוין אין מיין ערשטע תגובה דא אין דעם אשכול. און איך האלט אויך אז עס איז מער מסתבר צוזאגן אז עס קומט נישט פון זיי, און לדינא איז עס א קנאפע נפקותא צי דאס איז א מנהג שנהגו מעצמן אדער עפעס וואס דער וועד האט איינגעפירט. עס ווענדט זיך צי דער טעם המנהג איז געווען לשם גדר וסייג אדער נישט. מכל מקום איז למעשה אויך דא א שטארקע צד אז עס קומט יא פון די וועד, דאס איז די מסורה רווחת בעל פה ביי די אידן אין אייראפע.

פארשטיי אז סאטמאר רב איז געבוירן אביסל מער ווי 2 הונדערט יאר פון ווען דער מנהג האט זיך אנגעהויבן, און ער האט עס געהערט פון עלטערע פון אים. עס איז נישט עפעס א לעגענדע מעשה פון די צייטן פון די ראשונים, עס איז בכלל נישט פאני צו זאגן אז צוויי הונדערט יאר נאך א פאסירונג איז נאך געווען א קראנטע מסורה דערויף. און ווער זענען די "צענדליגער" רבנים וואס האבן דן געווען בטעם הדבר במשך די צוויי הונדערט יאר? למיטב ידיעתי איז נישטא קיין גרויסער דיון דערויף, און ווען יא איז עס בעיקר נאר אגב, ווען מען וויל פון דעם ברענגען א ראיה צו עפעס אנדערש. און דער דיון איז אין די טעם הדבר, נישט אין די מקור.

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 20, 2013 1:06 am

· #115930
דעת תורה
געפילטע פיש
דעת תורה
(דער אמת איז נאכמער, אז די זעלבע חומרא איז אויך שייך מחשש אז א האר וועט זיך ארויסשטעקן אין רה"ר וואס דארט איז עס שוין א איסור תורה. סאו דארפסט בכלל נישט צוקומען צום זוהר).

אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף.


דו פארשטייסט הייסט עס אז די פראצענט מעגליכקייט א הארל זאל זיך ארויסשטעקן איז די זעלבע במקום התורפה ווי אויפן קאפ? וואסערע קליידער גייט מען ביי אייך?

פראצענט אהער פראצענט אהין, מאך נישט קיין פשעטליך, גראדע גייט מיין ווייב מיט א פיר אינטשיגע שפיצל, איז די בית השחי א גרעסערע חשש, כ'האב נישט געזען קיינעם רעדן מ'זאל זיך פאר'שעוה'נען אדער עלעקטריזירן כדי שלא להכשיל את הרבים, חוץ מזה וואס איך בין נישט אזוי זיכער אז א הערל וואס שטעקט זיך ארויס פון קאפ אין א איסור תורה, האסט א מקור דערויף?

דעת תורה
געפילטע פיש
דעת תורה
ווייטער לענין סחיטה / חציצה, די פרויען (אדער רבנים) וואס האבן איינגעפירט די חומרא האבן אויך געוויסט וויאזוי מען גיט זיך א עצה על פי הלכה, דאך האבן זיי מחמיר געווען זעענדיג אז עס קומט לידי מכשול למעשה.

אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף, און די שבת אינדערפרי מקוה פון די מענער.


שער בית השחי ושער בית הערוה איז סייווי דער סדר פון פרויען צו שעיווען קלין כמבואר בגמרא אז א מאן טאר דאס נישט טון משום לא ילבש (עס איז מיר א פלא די משמעות דא אין קאווע שטיבל בכמה מקומות - לפנים מן הפרגוד - אז ביי היימישע פרויען איז דער ענין נאכגעלאזט. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען דערויף גוזר תענית געווען).

סדר וואו? אפשר בזמן הגמרא, פארוואס זעט מען נישט רבנים זאלן דאס אפילו דערמאנען אז ס'איז א ענין, אפגערעדט אז מ'זאל זיך שטעלן אויף דעם, ס'דאך א בפירושע גמרא? עכ"פ אזוי בפירוש ווי די זוהר.

דעת תורה
געפילטע פיש
דעת תורה
די הלכה שאלה איז מצד מנהג המקום שיצא משם. מנהג אבותיו ועוד.

ס'איז קלאר אז אויב קום איך פון א מקום ווי מ'האט געדאווענט נוסח אשכנז, און היינט בין איך אין א מקום וואס מ'דאווענט נוסח ספרד דארף איז אוחז זיין במנהג המקום ווי איך בין יעצט, און משום מנהג אבותיו האב איך גענוג באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן, ווי אויך די באבעס וואס האבן זיך יא געשוירן האבן אויך משנה געווען פון זייער באבעס וואס האבן זיך נישט.


אז דו האסט דיר שוין מברר געווען די הלכה לענין זה, מה טוב ומה נעים. נאר אלס אל תמנע טוב מבעליו זיי מפרסם דיין בירור. וואס רעכנסטו פאר א מקום היינט? איז בכלל שייך אין א שטאט מיט צענדליגער מיני קהילות און מנהגים אזא זאך ווי א מנהג? ומה הדין לגבי קרית יואל, שיכון סקווירא? ואת"ל דשם מנהג המקום להחמיר ומחייב את כולם (גם התימנים כידוע דעת דוד עקשטיין בזה), וואס וועט זיין דער דין לגבי כתר וויליזש? גייט מען בתר שמא אז דאס הייסט א מקום בפני עצמו אדער בתר טעמא און עס ווערט נכלל אין מאנסי? ואיך הדין בבני עיר שהעתיקו כולם לעיר אחרת (מארץ הגר לוויליאמסבורג) דארפן זיי אנהאלטן די אלטע? איז שייך אזא זאך ווי מנהג החסידות / חוג אפילו מען וואוינט אין א שטאט וואס רוב באלאנגען נישט אהין?

אז דו האסט באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן - ביסט שוין נישט קיין ריינער אונגארישער באטשי - איז שוין א צווייטע נושא. דארף מען דן זיין לויט וואסערע טשולענט דו עסט און פאר וועלכע כולל דו האסט א געפיל...

יעדער איז א טשולענט פון כל מיני יחוס'ן, וואס איז אויב איינער איז א דריי פערטל תימנער, אכטל רוסיש און זעכטסענטל פויליש? איז ער נוקט חומרי כולם? תצא מזה ומזה ובניה ממזרים?

דעת תורה האקט, לאמיר שוין זאגן נניח אז א גרויס חלק יהדות הוגריא האט זיך אזוי געפירט, וואס עפעס ביי דעם מנהג ווערסטו אזוי פארהאנקעט (איך מיין נישט דוקא דיר פערזענליך, נאר די איידיע), אז מיין זיידע האט געטראגן א האמבורגע הוט האט מיר קיינער נאך נישט מוסר געזאגט פארן משנה זיין, מה נשתנה הלילה הזה?

דעת תורה » מאנטאג מאי 20, 2013 1:29 am

· #115944
@הוגה, איך פארשטיי אז דו האסט א פראבלעם מיט דעם חומרא שנהגו און עס קומט דיר אן זייער שווער איר מקיים צו זיין, אבער לפום צערא אגרא. דאס אז א געוויסע מצווה איז שווער איז א לימוד זכות אבער נישט קיין היתר. אויב למעשה איז דא א הלכה'דיגן תוקף צו דעם מנהג מאכט נישט אויס ווי שווער עס איז. (נאר אגב, קטניות בימים ההם - פאר פאטעיטאס, און פאר כשר לפסח קאקאש קעיק - איז געווען א ביטערע שווערע חומרא פאר גאר אסאך ארימעלייט, נישט סתם א מניעת תאוה יתירה).

לענין דעם ספעציפישן זוהר, קוק אריין אין "תשובות" חתם סופר, ער שרייבט עס זייער קלאר להלכה פארוואס עס איז יא מחייב.

די זעלבע וואס דו שרייבסט אז מען קען זיך א עצה געבן מיט די אנדערע פראבלעמען, האב איך דיר שוין געשריבן אז אוודאי ביסטו גערעכט. די נקודה וואס דו האסט נישט געכאפט איז, אז קטניות קען מען זיך אויך א עצה געבן און יעדע זאך וואס די חכמים האבן גע'אסר'ט איז עס נישט ווייל דער וואס טוט די זאך וועט בהכרח נכשל ווערן אין א דאורייתא, עס איז נאר דא אזא מין זאך ווי גודר זיין א גדר, עשו משמרת למשמרתי. און אויב האט זיך א מקום איינגעפירט א מנהג משום סייג וגדר, איז דא דערין א געוויסער הלכה'דיגער תוקף וואס מען איז מחויב עס איינצוהאלטן.

(איך פיל פאני אז איך דארף מסביר זיין דברים פשוטים. דו זעהסט נישט אויס ווי אן עם הארץ, אבער כנראה ביי דעם ענין גייט אויך אן דער טעם וואס חז"ל זאגן פארוואס אין דורשין בעריות בשלשה).

לעיקוואד » מאנטאג מאי 20, 2013 3:38 am

· #115965
קען איך אפשר פארשטיין וואס איז די גרויסע נפק"מ צו עס איז א תקנה פון וועד ארבע ארצות? זייט ווען זענען די תקנות זייערע אונז מחייב? איינער פירט זיך ווי די אלע אנדערע תקנות זייערע? איך האב קיינמאלנישט געהערט אז סזאל זיין א נושא בכלל אחוץ ביי דער ענין.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11