אויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט, און אויף דעם אז מען מעג לאזן די האר שטימן זיי נאך אויך מיט(צוגעדעקט), די קשיא דא אין שטיבל איז נאר פארוואס מען האט פארדרייט די יוצרות, און מתיר געווען די שייטל און ג׳אסרט האר. פארשטאנען???
תגלחת נשים
504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
פארגעס פונעם איסור אדער היתר, רוב חסידישע ווייבלעך היינטיגע טעג שערט מען אפּ אויף זערא און מ'טוט זיי אן א שייטל, דעס ביזטו מודה? יעצט זיי מסביר פארוואס?
אההה פארוואס איר מאמע שערט איר??? ווייל די מאן פאדערט עס בשם זיין דיין, וואס די דיין נעמט עס פון זיין פוסק.
Re: תגלחת נשים
אדונינואויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט
?????
יידלכ'קום צום מערכה ווי וויין אום שושן פורים אינדערפרי. פונקט פאר צוויי וואכן צוריק רעד איך מיט אן עלטערן איד פון וויליאמסבורג, זיין ווייב איז א מקוה אידענע (טיקערין בלשון הפוסקים, בלנית בעברית, מקוה לעידי אין היינטיגן שפראך) און זי זאגט אים אז ליידער די מאס פרויען וואס שערן זיך נישט אויף זערא מערט זיך משנה לשנה. ער זאגט מיר אז זיין ווייב האט גערעדט צום דיין און ער האט איר געזאגט זי זאל מאכן "איידעלע מחאות", אבער די מחאות פאלן אויף טויבע אויערן און די פרויען קומען צוריק מיט די גרויסע האר.
וואס וויל איך זאגן דערמיט? ליפא ארויף ליפא אראפ, מיר זעט אויס ווי פרויען טוען זיך סיי ווי וואס זיי ווילן.
קענסט מיר מסביר זיין פון וואו די בלנית האט די חוצפה צו מוסר׳ן א פרוי, בשעת זי קומט זיך רייניגען צוליב די תורה? ווער ווייסט צו דאס איז נישט מונע פרויען צו קומען אין מקוה. נאך א מזל ג-ט האט מיך נישט געמאכט פאר א פרוי, און אויב די פרוי וואלט מיר עפעס געזאגט וואלט איר דערשריגען צום טויט.
mevakeshאדונינואויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט
?????
עיין בקונטרס ״הנסיון האחרון״ דף י״ט.
שיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891
Re: תגלחת נשים
זה מחלוקת הפוסקים ואם תנסה לומר לתלמיד חכם ההיא שיש לך איזה מקור תראה שאינו מוכן אפילו לשמוע מה שאתה אומר
אדרבה, אני מוכן לשמוע!! תגיד לי ואני ירוויח הכסף!!
Re: תגלחת נשים
עס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.
גר ותושבעס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.
הער עס דא
Re: תגלחת נשים
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%A4%D7%90%D7%94_%D7%A0%D7%9B%D7%A8%D7%99%D7%AA/%D7%A9%D7%99%D7%98%D7%95%D7%AA_%D7%94%D7%A4%D7%95%D7%A1%D7%A7%D7%99%D7%9D
תתחיל בזה אבל כמו שכתבתי למעלה לא תרוויח כלום משום שהיא לא ישמע לך
תתחיל בזה אבל כמו שכתבתי למעלה לא תרוויח כלום משום שהיא לא ישמע לך
Re: תגלחת נשים
שלום על ישראלגר ותושבעס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.
הער עס דא
Thanks
בענדזשאמין פרענקליןקאצקע ציקערליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת
א גיטן פורים
כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).
אגאנצע בקי מיר געווארן. פארוואס זאל די גמרא עס יא שרייבן? אפשר וועסטי אויך ברענגן א ראי' אז קיין איין תנא'ס ווייב האט נישט געהייסן קריינטשא ווייל מ'טרעפט עס נישט אין גאנץ ש"ס?
אדונינושיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891
ראבינאוויטש מציע מאה אלף דולר למי שיוכיח שמותר להסתכל בסמארטפאון
נו מי אמר שמותר???
בקיצור קיינער האט נישט קיין גראדע נארמאלע ביאור פארוואס אין אונזערע רייען שנייט מען אראפ די אייגענע האר פון א יונגע מיידל פאר גארנישט און פאר נישט און מ׳טוט איר אן א שייטל וואס קאסט אפ א הון רב! ניטאמאל אויסעגעהאלטן ע״פ הלכה! אבער די רבנים און די יושבי חושך זענען למעשה זייער צופרידן מיט דעם ווייל דעס שטיפט זייער רשעותדיגע אגענדע פון דערנידערען פרויען און צונעמען זייער נאטיריליכע שיינקייט און גלייכע רעכטן! פאר די זעלבע סיבה האבן אונז אדאפאטירט אז א פרוי טאר נישט דרייווען און רייכענען נאר זי מוז בלייבן אינדערהיים וואטשען די קינדער בשעת איר מאן גייט מכלמרפשט צום שיעור און דאווענען מעריב און זיך אויסלופטערן אין זיין סיענע אדער אדעסי זיצט זי ווי א שקלאף אינדערהיים מיט זיבן קינדער וואס וויינען און שרייען אויף איר קאפ!
רבותי וועקט זיך אויך פון שלאף! אויב דארף מען איינפירן חתונה תקנות וואס מאכן סענס וואלט מען די ערשטע געדארפט איינצוימען די נערישע געפיראכטץ פון אפשניידן האר און אנטוהן שייטלעך אדער טוט מען זיך אן א שפיצל אדער אייגענע האר! פארוואס דארף מען שפענדען איבעריגע טויזענטערס פאר א זאך וואס מאכט נישט קיין פשט און ס׳איז קעגן די הלכה ???? ווי איז דער אדמור פון מאנרא וואס האט ליב צו מאכן חתונה תקנות ? הא? דעס שטימט נישט מיט זיין אגענדע????
רבותי וועקט זיך אויך פון שלאף! אויב דארף מען איינפירן חתונה תקנות וואס מאכן סענס וואלט מען די ערשטע געדארפט איינצוימען די נערישע געפיראכטץ פון אפשניידן האר און אנטוהן שייטלעך אדער טוט מען זיך אן א שפיצל אדער אייגענע האר! פארוואס דארף מען שפענדען איבעריגע טויזענטערס פאר א זאך וואס מאכט נישט קיין פשט און ס׳איז קעגן די הלכה ???? ווי איז דער אדמור פון מאנרא וואס האט ליב צו מאכן חתונה תקנות ? הא? דעס שטימט נישט מיט זיין אגענדע????
כדי צו באמערקען אז מוטה פראנק איז א ירושלימ'ער, און דארט האט מען זיך אייביג אזוי געפירט. ד"ה אז די פרויען האבן זיך נישט געשוירען אבער זיי זענען נאר געגיינגען טיכעלעך און נישט קיין שייטעלעך.
שבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.
ליטוואק פון בודאפעסטשבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.
הרב ליטוואק פון בודאפעסט, קענט איר מיר אנצייגן דעם רמ"א ביטע?
או"ח סי' ע"ה סעי' ב'
ליטוואק פון בודאפעסטאו"ח סי' ע"ה סעי' ב'
די לשון הרמ"א איז הגה: והוא הדין השערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן (בית יוסף בשם הרשב"א) וכל שכן שער נכרית אפילו דרכה לכסות (הגהות אלפסי החדשים).
דו זאגסט אז דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, אבער דער אמת איז אז ער רעדט פון אינדעהיים, און צו איר מאן מעג לייענען קר"ש קעגען דעם שייטל.
Re: תגלחת נשים
אינטערעסאנט ווי ממאכט אזא עסק פון וואס ליפא זאגט , פארוואס מאכט מען נישט קיין עסק פון וואס איך שרייב אויף ק״ש ???
ואח"כ מצאתי המשנה ברורה:
ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש
Re: תגלחת נשים
עיי"ש בדרכי משה
איך קען נישט העלפען איינער וואס זיין קאפ אי פארשטאפט. לערן אפ די מחלוקת, און נאך דעם זעה וויאזוי דער רמ"א ברענגט דער הכרעה, און אזוי וועט מען וויסען אז דער רמ"א מיינט מכריע צו זיין אז שער נכרית איז נישט די האר פונ'ם פרוי, און נישט אויף דעם איז דא דער חיוב לכסות, און ממילא קען מען ליינען קר"ש אקעגען איהר, וכן נקטו כמעט כל האחרונים בדעת הרמ"א, כולל המג"א און דער ביאור הגר"א.
טאמער ס'איז דיר צו פיל, האט איינער א גרויסע איד פארפאסט א חיבור פאר דער וואס ווייסט נישט וויאזוי נאכצוקוען מקורות, און דארף אלס בקיצור און ער שרייבט עס קלאר.דא
טאמער ס'איז דיר צו פיל, האט איינער א גרויסע איד פארפאסט א חיבור פאר דער וואס ווייסט נישט וויאזוי נאכצוקוען מקורות, און דארף אלס בקיצור און ער שרייבט עס קלאר.דא
שלום על ישראלואח"כ מצאתי המשנה ברורה:ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש
זייער פיין, הייסט'ס דער רמ"א אסר'ט, און דער משנה ברורה ברענגט די חולקים פאר א סבה. קוק ווייטער דארט אין מ"ב.
mevakeshעיי"ש בדרכי משה
כ'בין פויל. וואס שטייט דארט?
ליטוואק פון בודאפעסטשלום על ישראלואח"כ מצאתי המשנה ברורה:ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש
זייער פיין, הייסט'ס דער רמ"א אסר'ט, און דער משנה ברורה ברענגט די חולקים פאר א סבה. קוק ווייטער דארט אין מ"ב.
נאכאמאל, די מדובר איז קלאר נאר אויב א מאן מעג לייענען קריאת שמע קעגען די ווייב'ס שייטל; נישט אויב זי מעג טראגן א שייטל אויף די גאס [און זיכער נישט אויב זי מעג אויפגעדעקט].
דו ביסט צו פויל צו ליינען, קומט זיך דיר נישט מ'זאל דיר אויפקלערען. בלייב אן עם הארץ.
אבער ס'איז מעגליך דא א ליינער וואס ווייסט נישט, און וועט דיר אפשר גלויבען וועל איך ברענגען לשון המ"ב.
אבער ס'איז מעגליך דא א ליינער וואס ווייסט נישט, און וועט דיר אפשר גלויבען וועל איך ברענגען לשון המ"ב.
שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש
ליטוואק פון בודאפעסטדו ביסט צו פויל צו ליינען, קומט זיך דיר נישט מ'זאל דיר אויפקלערען. בלייב אן עם הארץ.
אבער ס'איז מעגליך דא א ליינער וואס ווייסט נישט, און וועט דיר אפשר גלויבען וועל איך ברענגען לשון המ"ב.שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש
דו מאכסטיך?
דא האסטו די גאנצע זאך:
- די מחברשער של אשה שדרכה לכסותו אסור לקרות כנגדו.
- די רמאהגה: אפילו אשתו. והוא הדין השערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן (בית יוסף בשם הרשב"א) וכל שכן שער נכרית אפילו דרכה לכסות (הגהות אלפסי החדשים).
- די משנה ברורהשער נכרית קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש וכתב הפמ"ג דבמדינות שיוצאין הנשים בפיאה נכרית מגולה יש להם לסמוך על השו"ע ומשמע מיניה שם דאפילו שער של עצמה שנחתך ואח"כ חברה לראשה ג"כ יש להקל ובספר מגן גבורים החמיר בזה עי"ש. וכתב עוד שם דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין עי"ש.
דו קענסט קלאר זעהן אז די גאנצע נושא איז איבער א מאן'ס קריאת שמע.
Re: תגלחת נשים
יא יא. מ'זעט קלאר אז ער רעדט פון אלס, הן איסור קריאת שמע הן איסור פריעת ראש. ממש ווי מ'האט גערעדט.
Re: תגלחת נשים
וואו קען זען די שני וחמישי פון יעדע מאל ? מקען עס באשטעלן צו באקומען אויף אימעיל ?
[ציטאט אראפגענומען]
אמת, ס׳איז א אנדערע ראשון
שלום על ישראלmevakeshעיי"ש בדרכי משה
כ'בין פויל. וואס שטייט דארט?
... 😂
ליטוואק פון בודאפעסטשבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.
יעדער ווערט דא פלוצלינג א גאנצער תענית חלום! ס׳איז יא מותר ס׳איז נישט, ס׳איז א בפירושע רמ״א! איינער זאגט די רמ״א האט נאר געמיינט א שייטל אינדערהיים דער צווייטער זאגט נאר אין שבת ראש חודש נאכן לייענען די הפטורה ,דער דריטער זאגט אז ס׳איז נאר מותר בדיעבד מיט א סענטעטיק שייטל! ווען איך בין אויפגעוואקסן האב איך געהערט אסאך מאל אז א אפענע שייטל איז פראבלעמאטיש ע״פ הלכה!
און דו אליינס זאגסט אז אפשערן האט א שוואכע מקור! איז גיימיר צוריק צום אלטן אז די סיבה מ׳האט נאכנישט געסטאפט די רשעותדיגע נאונסענס פון אפשניידן אייגענע האר פון א אינגע מיידל איז לויטערע רשעות און סעקסיזם!!! גארנישט מעהר! האט גארנישט צוטוהן מיט קיין הלכות! ווען די רבנים וואלטן געוואלט אויפהערן מיט די מנהג וואלטן זיי געטראפן א אפענע מקור ערגעץ אין די גמרא אז א פרוי מוז זיין שיין פאר דעם מאן וכודומה! זיי וואלטן שוין אויפגעקומען מיט קראנטע מקורות פון אינטער דער ערד! ס׳איז פשוט נישט אין זייער אינטערעסע! דאס אלעס!!!
איך קוק עס אן ווי א לבוש/דעקלעראציע. פונקט ווי מענער טראגן בערד, גייען א קאפל, די זעלבע שניידן פרויען די האר. די מקורות זענען נישט וויכטיג, ביי ביידע, ס'איז פשוט א חלק פון קולטור וואס זאגט "איך בין א חסידישע אידישע מאמע."
Re: תגלחת נשים
איז דיין פראבלעם מיט דיין אויפוואקסען, נישט מיט'ן הלכה. פאר דער וואס האט פראבלעמען מיט ליינען קען איך אויך נישט העלפען. אז ליינען און טייטשען א פשוט'ער רמ''א איז שוין א גאנצע ת''ח, זענען מיר ערשט אין פעקל. און נישט צוליב א געגאלטע'ן קאפ.
מאטיאיך קוק עס אן ווי א לבוש/דעקלעראציע. פונקט ווי מענער טראגן בערד, גייען א קאפל, די זעלבע שניידן פרויען די האר. די מקורות זענען נישט וויכטיג, ביי ביידע, ס'איז פשוט א חלק פון קולטור וואס זאגט "איך בין א חסידישע אידישע מאמע."
רבש״ע וואס פארא פארגלייך איז דעס צו א מאנספערזאנ׳ס בארד???
קודם כל בערד קאסט נישט קיין צוויי טויזענט דאללער א שטיקל!!! און ס׳איז נישט קיין שום פארגלייך צו האר פון א פרוי! אין א נארמאלע סאסייעטי שניידט כמעט קיין איין פרוי נישט אפ אויף א זערא! דעס פלעגט מען טוהן און מ׳טוט עס נאך אלץ אין געוויסע צוריקגעשטאנענע קולטורס ווען מ׳האט געוואלט באשטראפן א פרוי און איר ארפקלאפן! דעס הייסט צונעמען זייערע גלייכע רעכטן!!! איך גלייב אז ווען רוב מיידלעך וואלטן ווען געוויסט דעם ריינעם אמת אז ס׳האט גארנישט צוטוהן מיט קיין הלכה און אידישקייט וואלטן זיי קיינמאל אין לעבן נישט מסכים געוועהן מ׳זאל זיי אראפנעמען זייער האר פון קאפ! וואס איז א קרוין פאר א יעדע פרוי!!!
און וואספארא נערישע גערעדעכץ איז דעס אז די מקורות איז נישט וויכטיג? וואס איז פשט אין דיינע ווערטער??? וואס הייסט? אונז טוען משוגענע זאכן אן קיין שום פשט וואס קאסט אפ אידיש בלוט און געלט על לא דבר און די מקור איז נישט וויכטיג?? אתמהה!
Re: תגלחת נשים
[ציטאט אראפגענומען]
ווי אויך מיט די פסוק פון ׳די וואך׳ כי האדם עץ השדה גו׳ …די געלט איז פאר'ן שייטעל. מ'קען לייגען א טיכעל פאר א פאר דאללאר, אבער פרויען גיבען אויס אסאך געלט פאר זייער קליידער, און די שייטעל איז נישט אנדעריש. און דער צודעקען די האר איז א חיוב כאמור, און די שייטעל איז די בעסטע וועג פאר זיי.
און אגב, אלס איינער וואס פלעגט אפגאלען מיין בארד, קען איך דיר זאגען ס'איז אויך אן אנקומעניש. נאר פארוואס האב איך עס געטוהן? ווייל די געזעלשאפט האט עס געפאדערט. ס'איז די נארמאלע זאך צו טוהן פאר א ליטוואק אין ישיבות, און איך האב זיך נישט געוואלט אויסרופען אלס עפעס אנדעריש, בפרט אז די וואס גייען בערד זענען נישט געווען מיין טיפ בכלל, און איך וואלט בעצם דערמיט געזאגט ליגענט.
דאס אפגאלען קאסט נישט קיין געלט, נאר ס'איז א מ יאוס'ער זאך. איך בין נייגעריק צו פאר א פארפרומטע פרוי איז דאס אן אייביגע אפקומעניש, צו מ'געוואוינט זיך צו און ס'איז אזוי ווי די הייסע קליידער וואס א מאן דארף דורכגייען און מ'געוואוינט זיך צו און מ'באשולדיגט די וועטער פאר'ן שוויצען אנשטאט'ס די באקליידונג.
און אגב, אלס איינער וואס פלעגט אפגאלען מיין בארד, קען איך דיר זאגען ס'איז אויך אן אנקומעניש. נאר פארוואס האב איך עס געטוהן? ווייל די געזעלשאפט האט עס געפאדערט. ס'איז די נארמאלע זאך צו טוהן פאר א ליטוואק אין ישיבות, און איך האב זיך נישט געוואלט אויסרופען אלס עפעס אנדעריש, בפרט אז די וואס גייען בערד זענען נישט געווען מיין טיפ בכלל, און איך וואלט בעצם דערמיט געזאגט ליגענט.
דאס אפגאלען קאסט נישט קיין געלט, נאר ס'איז א מ יאוס'ער זאך. איך בין נייגעריק צו פאר א פארפרומטע פרוי איז דאס אן אייביגע אפקומעניש, צו מ'געוואוינט זיך צו און ס'איז אזוי ווי די הייסע קליידער וואס א מאן דארף דורכגייען און מ'געוואוינט זיך צו און מ'באשולדיגט די וועטער פאר'ן שוויצען אנשטאט'ס די באקליידונג.
ליטוואק פון בודאפעסטדי געלט איז פאר'ן שייטעל. מ'קען לייגען א טיכעל פאר א פאר דאללאר, אבער פרויען גיבען אויס אסאך געלט פאר זייער קליידער, און די שייטעל איז נישט אנדעריש. און דער צודעקען די האר איז א חיוב כאמור, און די שייטעל איז די בעסטע וועג פאר זיי.
און אגב, אלס איינער וואס פלעגט אפגאלען מיין בארד, קען איך דיר זאגען ס'איז אויך אן אנקומעניש. נאר פארוואס האב איך עס געטוהן? ווייל די געזעלשאפט האט עס געפאדערט. ס'איז די נארמאלע זאך צו טוהן פאר א ליטוואק אין ישיבות, און איך האב זיך נישט געוואלט אויסרופען אלס עפעס אנדעריש, בפרט אז די וואס גייען בערד זענען נישט געווען מיין טיפ בכלל, און איך וואלט בעצם דערמיט געזאגט ליגענט.
דאס אפגאלען קאסט נישט קיין געלט, נאר ס'איז א מ יאוס'ער זאך. איך בין נייגעריק צו פאר א פארפרומטע פרוי איז דאס אן אייביגע אפקומעניש, צו מ'געוואוינט זיך צו און ס'איז אזוי ווי די הייסע קליידער וואס א מאן דארף דורכגייען און מ'געוואוינט זיך צו און מ'באשולדיגט די וועטער פאר'ן שוויצען אנשטאט'ס די באקליידונג.
ליטוואק! קיינער כמעט טוט נישט אן קיין טיכל! האק נישט אין קאפ אריין! און איך רעדט דא פון חסידים וואס זענען אויפגעוואקסן אזויווי מיר אין וויליאמסבורג צו אין אנדערע חסידישע געגענטער ווי 90 פראצענט שניידט אפ די אייגענע שיינע האר און באצאלט א הון רב פאר יענעמעס האר פון אינדיע! וואס איז פשט פון דעם? פארדעם דארף מען שוויצן מיט טיי אווענטס און צדקה פארטיס ווען כמעט א יעדער מאכט חתונה א קינד? צו קויפן פרעמעדע האר פון אינדיע??? פארוואס? פארווען? פארוועם? זיי מסביר דברים של טעם און הער אויף ארומצודרייען די ווערטער! פאקטן בלייבט פאקטן! ס׳איז נישט דא קיין שום סיבה שבעולם אראפצושערן איינעמס האר און באצאלן פאר יענעמעס! פארוואס מעג זי נישט האבן קיין אייגענע האר אויב זי טראגט יענעמס???
שבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
Re: תגלחת נשים
דו שטופסט צוזאמען צוויי זאכען. ס'איז נישט דא קיין סבה צו שערען די קאפ, ס'איז יע דא א סבה צוצודעקען די קאפ, און מ'טוט עס טייער ווייל אזוי ווילט זיך. דו קענסט נאכאמאל פרעגען פארוואס, אדער ליינען די ענטפער.
ליטוואק פון בודאפעסטאון אגב, אלס איינער וואס פלעגט אפגאלען מיין בארד, קען איך דיר זאגען ס'איז אויך אן אנקומעניש.
דאס איז נישט רעלעוואנט. פונקט ווי ס'איז נישט רעלעוואנט די פראקטישקייט פון שערן די פרוי'ס האר בנוגע שוויצן. מ'רעדט דאך נישט צו ס'לוינט זיך דאס שערן די פרוי'ס קאפ אדער מאנ'ס בארד; מען רעדט צו מוז אדער ס'איז אסור.
Re: תגלחת נשים
ער פרעגט פארוואס מ'טוט א זינלאזער זאך, און מ'זעט אז ער איז ברוגז אז דער פרומקייט קען אזוי אראפשטופען א מענטש פון די שינדעס. ענטפער איך אז ס'איז נישט קיין מצוה צו גאלען די בארד און נאכאלס האב איך עס געטוהן. וועגען די געזעלשאפט.
That was simple.
That was simple.
מאטישבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
זיי מסביר דיינע ווערטער
1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?
2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???
3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???
4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???
דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
Re: תגלחת נשים
Too many "!!!!!!!".
petergrifinToo many "!!!!!!!".
So sorry!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ❗ ❗ ❗