☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » תגלחת נשים

תגלחת נשים

504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:18 am

· #3276
תגלחת נשים
מאז ומקדם איז מיר א וואונדער מהיכן איסור זה חי?
דאס אז נשים גאלען זיך אפ די האר פון א קאפ כדי זייערע נייע -נעכטען חתונה געהאטע- מענער זאלן נישט הנאה האבן פון זיי, נאר פון די נאכגעמאכטע וואס קאסט א הון צי מענטעינען.
איז דאס טאקע אן איסור פון די וועד ארבע ארצות? נו איז דען פוילען נישט אין דעם כלל? און אז איך בין עולה קיין ירושלים, איז דאך מנהג המקום נישט צו שערן (אזוי ווי די אמהות בעלת-רוח-הקודש זענען געגאנגען)? איז דא עפעס א מקורית'דיגע פראבלעם פון דאס סטאפען-וואנס-ענד-פאר-אלל? (אויסער דעם אז מ'וועט דיך נישט באגראבען צווישען אנ"ש)

והעיקר, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי ס'איז געלאנגען פאר די אוסרים ארויפצוצווינגען די נייע איסור אויף אזא ברייטע פארנעם.
בשלמא ווען מ'רעדט פון א פירצה (לשיטתם) וואס כאפט זיך אריין, למשל די רבנים האלטן נישט אויס אז זייערע ווייבער'ס אויגען איז ווייס און בלאס, ע"כ פארופען זיי אן אסיפה און שאפען אן איסור. און ס'קען אמאל געלאנגען און ווערן אויפגעכאפט. אבער בענינינו, מ'רעדט דאך פון און וואס איז בכלל נישט געווען א חסרון. סאו וויאזוי זענען די מענער אהיימגעקומען און גאזאגט די ווייבער שעהר דיך אפ?......... און האו-קאום די מענער האבן אזוי עהרליך מסכים געווען?
די צניעות-טיעטשערס וואס בויען אויף די אשה קמחית א ראיה אז מ'דארף זיך אפשערען זענען אזוי אפגעפרעגט אז נאר. ווייל משם ראיה אז ס'איז בכלל דא במציאות האר אויפן קאפ, ועוד משם ראיה אז ס'איז געווען נאר איין פרוי אין כלל ישראל וואס איז געווען נזהר אין דעם לפנים משורת הדין. נו, איז דאס א ראיה אז מ'דארף אזוי טוהען?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:33 am

· #3283
Re: תגלחת נשים
ע"פ חשבון וואלטן מיר געדארפט האבן א צוויי דריי מיליון כהנים גדולים היינטיגע צייטן. העמער מוזן זאגן אז די דור איז נישט ראוי ווייל ס'נאך דא געוויסע וואס גייען מיט שמאלע געפאסטע פאנדיעלאוס.

Maxwell » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:38 am

· #3284
Re: תגלחת נשים
It is ironic that those who trumpet the Gemorah regarding Kimchis never mention that is was only the naïve woman who attributed her children's success to covering her hair at home. The Chachomim actually thought otherwise. They replied: "many have tried [covering the hair at home for the sake of good children], but did not succeed. "

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:43 am

· #3286
Re: תגלחת נשים
ועל הכלל כולו יצא. די גאנצע גמרא פון בני תשע מידות ווערט אויך אפגעפרעגט להלכה מיט די מעשה פון א פרוי וואס איז געקומען צו רבי (ליין: רבינו הקדוש!) און האט איר געזאגט: דיין מאן מעג טוהן וואס ער וויל.....
גייט מען און מ'איז מחנך אז די אלע ענינים דארטען זענען א must?
מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?
וואלטן די היינטיגע רבנים געלאזט שבתי פרנקל דרוקען א רמב"ם וואס לייגט אזוי שיין אראפ די מעמד פון השקאת סוטה בפני קהל ועדה?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:57 am

· #3287
Re: תגלחת נשים
קאווע טרינקער

מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?

חוץ מזה וואס ר' יוסי האט נישט געמיינט פרומקייט, די אלע וואס רופן נישט די ווייבער ביים נאמען גייען אין זאא און ווייזען אויפן אקס, קוקטס קינדער, דעס איז א פעלד?
די גמרא זאגט עס בחדא מחתא, אמר רבי יוסי: מימי לא קראתי לאשתי 'אשתי' ולשורי 'שורי' אלא לאשתי 'ביתי' ולשורי 'שדִי'.

יידל » מיטוואך מערץ 28, 2012 2:14 pm

· #3298
Re: תגלחת נשים
קאווע טרינקער
ועל הכלל כולו יצא. די גאנצע גמרא פון בני תשע מידות ווערט אויך אפגעפרעגט להלכה מיט די מעשה פון א פרוי וואס איז געקומען צו רבי (ליין: רבינו הקדוש!) און האט איר געזאגט: דיין מאן מעג טוהן וואס ער וויל.....
גייט מען און מ'איז מחנך אז די אלע ענינים דארטען זענען א must?
מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?
וואלטן די היינטיגע רבנים געלאזט שבתי פרנקל דרוקען א רמב"ם וואס לייגט אזוי שיין אראפ די מעמד פון השקאת סוטה בפני קהל ועדה?

די מישסט אביסל... די גמרא מיט בני תשע מידות ווערט נישט אפגעפרעגט מיט די גמרא פון רבי, די מעשה מיט רבי פרעגט אפ די איסור פון שלא כדרכה (ווענד זיך וואס הפיכת השולחן מיינט אין די מעשה מיט רבי).

און ווידער די היינטיגע חומרות, האב איך שוין מסביר געווען אז גדולים האבן געהאלטן אז ווען די וועלט פאלט אין מאראלישקייט, דארף מען תוספות קדושה.

יידל » מיטוואך מערץ 28, 2012 2:15 pm

· #3299
Re: תגלחת נשים
געפילטע פיש
קאווע טרינקער

מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?

חוץ מזה וואס ר' יוסי האט נישט געמיינט פרומקייט, די אלע וואס רופן נישט די ווייבער ביים נאמען גייען אין זאא און ווייזען אויפן אקס, קוקטס קינדער, דעס איז א פעלד?
די גמרא זאגט עס בחדא מחתא, אמר רבי יוסי: מימי לא קראתי לאשתי 'אשתי' ולשורי 'שורי' אלא לאשתי 'ביתי' ולשורי 'שדִי'.

עיין שם בפירוש רש"י על אתר, ס'האט נישט מיט צניעות (עכ"פ אליבא דרש"י).

עדיוקעטעט » מיטוואך מערץ 28, 2012 3:17 pm

· #3305
Re: תגלחת נשים
this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night. This was recently dramatized in the Mel Gibson movie, Braveheart, which was set in Old Scotland. But it was also true throughout much of Europe, including the Eastern and Baltic areas where most Hasidim lived. In many cases, "Prince Charming" was the local rapistand not so charming at all.

You can imagine how horrible it would be for the bride to have to submit to a rape. So the bride often tried to prevent this by shaving her head completely, in the hope that the ruler would think she was ugly and leave her alone. After the wedding, some women grew their hair back, while others chose to keep it short under their head coverings.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 28, 2012 4:22 pm

· #3326
Re: תגלחת נשים
עדיוקעטעט
this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

דאס מאכט נישט קיין סענס, קודם כל שערן זיך די כלות א טאג נאכן חתונה, און אויב האט מען פאר טויזענטער יאר געקענט זיך טובל'ן אזוי וואס איז היינט אנדערש?
עדיוקעטעט

In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night.

נא, היינט דארף מען שוין נישט מורא האבן אז אבאמא וועט קומען בועל זיין אונזערע כלות אז לאנג אז מישעל אבאמא גייט אויף שאפינג ספרי'ס און באפוצט זיך שיין.
מעל גיבסען אן די אדער הענט וואלט איך נישט אזוי געטראסט...

מרדכי הצדיק » מיטוואך מערץ 28, 2012 4:42 pm

· #3331
Re: תגלחת נשים
באמת פאר די פרויען איז עס זייער שווערע זאך, אבער פין די צווייטע זייט איז עס א מעלה פאר זיי אויך זיי דארפען נישט אזוי פיהל אריינארבעטען אין די האר נאר מען געבט א טוה אן ס'שייטעל אין פארטיג, אין א סאך מאל איז א שיינע שייטעל אסאך שענער ווי האר,

למעשה איז שווער צי צימבלען א זאך ווען מען ווייסט נישט קלאר וואס איז די מקור אין פארוואס זעהט מען אז ערליכע אידען פין אשכנזישען אפשטאם האבען שטארק מקפיד געווען דערויף,

איז ברויך מען צי וויסען ווער האט דאס מחדש געוועזען אין פארוואס,
איינע פין די סיבות וואס כ'האב אמאל געהערט איז ווייל ס'זייער שווער צי נזהר זיין אז ס'נישטא קיין איין האר וואס איז פארקניפט וואס דאס קען פסלען די טבילה, אבער ס'לייגט מיר זיך עפעס נישט אויפען געדאנק אז דאס זאל זיין די איינציגע סיבה,

פין די צווייטע זייט טאמער די האר איז סייווי ציגעדעקט איז שוין נישט אזא ווייטע זאך עס אפצישערען, ווי נישט ווי איז דאך דא א שייטעל וואס איז א זאך וואס די אשכנזישע רבנים האבען מתיר געווען, ווידעראום די ספרדים וואס שערען זיך נישט האבען טאקע אויך נישט די היתר פין א שייטעל,

מרדכי הצדיק » מיטוואך מערץ 28, 2012 4:48 pm

· #3335
Re: תגלחת נשים
דא איז א בילד פין די שדים
📎 bugs.gif

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך מערץ 28, 2012 4:53 pm

· #3336
Re: תגלחת נשים
די שדים אינעם בילד זענען גראדע קיוט. אי משום הא וואלט איך געלאזט די קאלטינעס-באצירטע האר.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 28, 2012 6:07 pm

· #3354
Re: תגלחת נשים
דאכט זיך מער אז די חברה אין בילד זענען גאר קליפות, נישט פאלנע שדים.

שרגא » מיטוואך מערץ 28, 2012 6:43 pm

· #3363
Re: תגלחת נשים
עדיוקעטעט
this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night. This was recently dramatized in the Mel Gibson movie, Braveheart, which was set in Old Scotland. But it was also true throughout much of Europe, including the Eastern and Baltic areas where most Hasidim lived. In many cases, "Prince Charming" was the local rapistand not so charming at all.

You can imagine how horrible it would be for the bride to have to submit to a rape. So the bride often tried to prevent this by shaving her head completely, in the hope that the ruler would think she was ugly and leave her alone. After the wedding, some women grew their hair back, while others chose to keep it short under their head coverings.

ווען מ'קאפיעט פון "יאהו ענסערס" דארף מען עס שרייבן.

טעלעפאן » מיטוואך מערץ 28, 2012 7:18 pm

· #3368
Re: תגלחת נשים
אז מ'רעדט שוין.... אחוץ דעם זוהר וואס כעלעמער מגיד ברענגט דא צו (און אגב, וואו איז דער זוהר געווען ביז די וועד ארבע ארצות?) זעה איך לכאורה נישט קיין טעם פארוואס צו שערן, אדרבה, א שייטל איז נאך לכאורה ערגער ווי פון האבן אייגענע האר ווייל 'מחזי כשערה' און מגייט מיט אפענע שייטלען אויפן גאס און משא"כ עכטע האר וואלט מען געהעריג אינגאנצן צוגעדעקט ווייל סאיז הלכה

איך וואלט זייער דאנקבאר געווען עמיצער זאל אראפברענגען דעם טעם פון די גאנצע שערן, און אויב מעגליך איבערן "שפיצל" (סאטמאר)

אךשמח » מיטוואך מערץ 28, 2012 9:20 pm

· #3376
Re: תגלחת נשים
איך האב נאכנישט געהעריג געליינט דעם אשכול ביז אהער. איך וויל נאר צולייגן קורצע נקודות אינעם ענין, און אויב האט מען עס שוין געשריבן, וועל איך עס פארמעקן.

פאר די וואס ווילן צוגלייכן אייגענע האר צו א שייטל, במחילת כבודכם, עס איז אינגאנצן נישט די זעלבע זאך. מ'קען, אפילו היינט ווען די שייטלען זענען גאר פארגעשריטן, באמערקן א חילוק צווישן האר וואס קומט גראד פונעם קאפ און שייטלען וואס איז ארויפגעהאנגען אויפן קאפ.

ערגעץ האב איך געהערט אז בימי חז"ל אויב א פרוי האט זיך געשוירן די האר פון קאפ האט מען איר געקענט פארשיקן אן א כתובה.

אךשמח » מיטוואך מערץ 28, 2012 9:48 pm

· #3381
Re: תגלחת נשים
אינטערעסאנט.

קוק אין להורות נתן פון ר' נתן געשטעטנער וואס שרייבט פון ווי עס נעמט זיך דער ענין פון שניידן די האר פון נשים נשואות:

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=938&pgnum=140">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=140</a>

מרדכי הצדיק » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:20 pm

· #3391
Re: תגלחת נשים
איינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,

מרדכי הצדיק » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:34 pm

· #3392
Re: תגלחת נשים
אבער וואס כ'וועל יא זאגען איז אז מנהג ישראל תורה היא, ס'איז א מנהג וואס איז אנגענומען געווארען בכל תפוצות ישראל (אשכנזים), ס'נישט א זאך פין די אדער יענע קרייז, ס'איז א זאך וואס אונדזערע עלטערען פיהרען זיך שוין פאר דורות אין חלילה צי משנה זיין, אין בפרט אז ס'דא דער שייטעל,
כ'בין זיכער אז ס'דא אויף דעם ערענסטע טעמים, מען רעדט דאך דא פין ערענסטע גדולי ישראל פין דורות וואס האבען אזוי געהאלטען, מען רעדט נישט דא פין קיין שטרוי זעק רבנים, איז חלילה צי משנה זיין, אין טאמער איינער וויל דוקא משנה זיין זאל ער זיך מתיר נדר זיין ווייל רב וואזנער שרייבט אז פאר בני אשכנז קען עס זיין א מנהג ונדר,

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:22 am

· #3413
Re: תגלחת נשים
מרדכי הצדיק

איינער האט מיך אמאל געזאגט אז דער חזון איש האט געזאגט אז פאר אונגארישע אידן איז דאס ביהרג ואל יעבור!

בן תמליון » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:25 am

· #3430
Re: תגלחת נשים
דער מקור פון תגלחת נשים איז מיסטריעז, נישטא קיין שום מקור אז עס איז א תקנה פון וועד ארבע ארצות און חלילה נישט ווייזן פאר די ווייבער דעם רמב"ן אנהייב כי תצא ער זאגט פארוואס די יפת תואר איז וגלחה את ראשה: שגילוח שער ניוול גדול לאשה. דאס מערסטע מסתבר איז עס איז געווארן איינגעפירט צו דורך רבנים אדער מעגליך דורך די פרויען אליין קעגן דעם פארשפרייטן קרענק אין איירופע Plica Polonica דאס פארקאלטענטע גרויל האר די גוים האבן געגלייבט האט היילונגס קראפטן אויך איז עס געווען חציצה פאר טבילה זע דא:
<a class="postlink" href="http://onthemainline.blogspot.com/2011/01/bald-jewish-women-revisited-were-london.html">http://onthemainline.blogspot.com/2011/ ... ondon.html</a>

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:27 am

· #3431
Re: תגלחת נשים
בן תמליון

גראדע א חציצה איז עס נישט געווען, ווייל די פוסקים זאגן אז א שד האט געמאכט די קאלטענעס און ס'איז געווען א סכנה דאס אפצושניידן. אבער ווי שוין דערמאנט דא קען אפשר זיין אז מ'האט מקדים געווען עס אפצושניידן בעפאר די שדים וועלן קומען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:36 pm

· #3443
Re: תגלחת נשים
אויב ס'איז אמת אז די סיבת התגלחת איז צוליב חציצה, פארוואס זענען די רבנים נישט מעורר פאר נשים זיך צו שערן פון אונטען באותו מקום.
אין מס' סנהדרין איז מפורש אז דאס איז א ספעציעלע שיינקייט פאר אידישע טעכעטר. וראה עוד בפרק אלו עוברין כמה שקדו חכמים להתיר פארשידענע געשמירעכץ פאר אידישע טעכטער (מיידלעך בכלל) אין פסח כדי זיי זאלן יא יא יא יא יא אויסזעהן שיין.
אגב, כ'האב אמאל בתוך הדברים מציין געווען די גמרא פאר א חתן-מורה-דרך א-ראצער, זיין פנים איז אים רויט געווארן, ס'איז אים געווען א חידוש אין יסודות הדת.
נו, שרייטס אלע "מ'האט אונז פארדרייט די ארגינעלע אידישקייט".

מרדכי הצדיק » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:43 pm

· #3451
Re: תגלחת נשים
אין אנדערע ווערטער ווילסטע זאגען אז ס'איז א מנהג וואס איז געווארען פין זיך אליינס אן עס געהעריג אדורעך טראכטען, אין איינמאל ס'שוין געווען א מנהג איז עס שוין געווארען א מסורה וואס מען טאר נישט משנה זיין, ס'מאכט סענס פאר עפעס א חסידישע מנהג אבער נישט פאר אזא זאך וואז געווארען אנגענומען אין אין אלע אשכנזישע קרייזען, ס'מיז האבען עפעס א שטארקערע מקור,
ווער גייטעס טרעפען ?

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:50 pm

· #3453
Re: תגלחת נשים
מרדכי הצדיק
וואז געווארען אנגענומען אין אין אלע אשכנזישע קרייזען,

עממ, די ליטווישע האבן עס נישט אנגענומען. זיי זענען נישט קיין אשכנזים?

שרייבער » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:55 pm

· #3454
Re: תגלחת נשים
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14823&hilit=%D7%AA%D7%92%D7%9C%D7%97%D7%AA&start=25">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... A&start=25</a>

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:02 pm

· #3456
Re: תגלחת נשים
שרייבער
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14823&hilit=%D7%AA%D7%92%D7%9C%D7%97%D7%AA&start=25

איך האב געמיינט אז נאר אין אייוועלט קען מען נישט עפענען אן אשכול אן באקומען א רייע לינקס אז די אשכול בעצם עקזעסטירט שוין לאנג. יעצט זע איך אז דא אין קאווע שטיבל קען מען אויך נישט 😂 just kidding

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:55 pm

· #3469
Re: תגלחת נשים
שרייבער
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14823&hilit=%D7%AA%D7%92%D7%9C%D7%97%D7%AA&start=25

איך האב נישט געוואוסט אז מ'רעדט שוין דערפון אויף אייוועלט, אבער אין בית מדרש (והקאווע שטיבעל שבבית המדרש בעיקר) בלא חידוש.
מסתמא זענען האלב פון די תגובות שוין פארמעקט.

און פאר מרדכי הצדיק:
ליין איבער מיין קשיא פון בראשית, איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי ס'האט זיך אזוי גוט אויפגעכאפט.
זאת ועוד, דיין ווייב/טאכטער אסתר, וואס די מגילה איז מעיד אויף איר שיינקייט, קענסטו זיין זיכער אז זי האט געהאט לאאאאאאנגע האר, אז נישט וואלטסו קיינמאל נישט געווארן א משנה למלך און באקומען המן'ס פאלאץ. טינק אבאוט איט.
אפשר טאקע, צוליב דעם וואס די נס פון פורים איז געשעהן דורך די שיינקייט פון א פרוי, זאל קאווע שטיבל איינפירען אז פורים זאלן אלע פרויען זיך בעסער אהערשטעלן....... און די שיכורים וועלן זאגן הויך וואס זיי טראכטען... ס'וועט זיין לעבעדיג.

מרדכי הצדיק » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:34 pm

· #3485

קודם כל, ווען אסתר וואלט געוויסט אז זיך אפשערען די האר וועט איר העלפען נישט צי אריינפאלען צי אחשורוש וואלט זי עס מסתם געטוהן,

צווייטענס האלט איך אז די גאנצע נושא איז נישט אזא וויכטיגע פאר די שיינקייט פין א פרוי, ווייל צידעקען דארף מען עס עניוועי, אין די מציאות איז אז ווען מען קען נישט גיין מיט די האר אין פאבליק איז עס נישט געהעריג קעירגענומען אין ס'איז בכלל נישט אזא גרויסע מציאה, למעשה אין דורעכשניט זענען די חסידישע ווייבלעך מער אהערגעשטעלט ווי די ליטוואקעס אין ווי די ספרדים סאו כ'מיין אז ס'סתם געדרייט א קאפ, ס'נישט אזא טראגעדיע צי שערען די האר,

בן תמליון » פרייטאג מערץ 30, 2012 9:08 am

· #3566
Re: תגלחת נשים
דער גרעסטער חידוש איז נאך שוין נניח אז נעבעך מאיזה סיבה איז און די דערפער געווארן פאפולער א בייזער איינגעפירעכטץ ווילט איר זיך אפשערן כבודכם במקומה מונח, פארוואס אבער איז געווארן א גאנצער יהרג ואל יעבור דערפון? רבי'לעך האבן נישט געטראפן וויכטיקער וואס צו וויינען און שרייען ביי כל נדרי ווי נשים שערט אייך די האר? ווילסטעך שערן ביסט א צדיקת ווילסטו גיין ווי די טעכטער פון ר' פפא וועסטן זיין מיט זיי אין גן עדן.

מרדכי הצדיק » פרייטאג מערץ 30, 2012 10:26 am

· #3568
Re: תגלחת נשים
בן תמליון
דער גרעסטער חידוש איז נאך שוין נניח אז נעבעך מאיזה סיבה איז און די דערפער געווארן פאפולער א בייזער איינגעפירעכטץ ווילט איר זיך אפשערן כבודכם במקומה מונח, פארוואס אבער איז געווארן א גאנצער יהרג ואל יעבור דערפון? רבי'לעך האבן נישט געטראפן וויכטיקער וואס צו וויינען און שרייען ביי כל נדרי ווי נשים שערט אייך די האר? ווילסטעך שערן ביסט א צדיקת ווילסטו גיין ווי די טעכטער פון ר' פפא וועסטן זיין מיט זיי אין גן עדן.

יהרג ואל יעבור איז טאקע א איבערגעטריבענע אויסדריק כ'גלייב נישט אז דער חזון איש האט עס געזאגט,
אבער צי זאגען אויף א מנהג וואס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל אין האט די שטיצע פין די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט אז ס'איז עפעס א דערפערישע מנהג איז אויך איבער געטריבען,
סך הכל איז איינס עקסטרעים רעכט אין די צווייטע עקסטרעים לינקס,

פראפעסאר שפירא » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 12:32 am

· #4057
Re: תגלחת נשים
זייער פשוט פארוואס שידוכים איז אנגעוויזען אויף דעם, ווייל וויבאלד ס'איז א דראסטישע שריט וואס איז סתם אזוי שווער צי טוהן מיז די וואס פיהרען זיך אזוי זיין זייער שטארק דערמיט אין שטאלץ דערמיט, ממילא ווילען זיי די קינדער זאלען אויך אזוי טוהן,

אין פארקערט דער וואס טוהט עס נישט, איז נארמאל אז ער זאל וועלען דוקא נישט ווייל ס'צי דראסטיש פאר אים, ממילא קומט אויס אז ס'נישט קיין שידוך, אז יעדער האלט זיך ביי זיינעם קען מען זיך נישט משדך זיין,
אין למעשה איז עס פין די קלענסטע פראבלעמען וואס מיר האבען אין גלות

gehlungen » מאנטאג יולי 23, 2012 8:43 am

· #27336
שרגא
עדיוקעטעט
this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night. This was recently dramatized in the Mel Gibson movie, Braveheart, which was set in Old Scotland. But it was also true throughout much of Europe, including the Eastern and Baltic areas where most Hasidim lived. In many cases, "Prince Charming" was the local rapistand not so charming at all.

You can imagine how horrible it would be for the bride to have to submit to a rape. So the bride often tried to prevent this by shaving her head completely, in the hope that the ruler would think she was ugly and leave her alone. After the wedding, some women grew their hair back, while others chose to keep it short under their head coverings.

ווען מ'קאפיעט פון "יאהו ענסערס" דארף מען עס שרייבן.

gehlungen » מאנטאג יולי 23, 2012 9:02 am

· #27338

You don't have to be so mean

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 9:11 am

· #27339
די אריגינעלע אשכול איז איבער די "מקור" פון די נייע מנהג פון תגלחת נשים וואס איז לכאורה אין קאנטראסט מיט אידישע ווירדן פון דורות הקודמים. קיינער האט נישט קיין תירוץ דערויף. נאך מער, יעדער חדר אינגל ווייסט אז דאס איז א תקנה פון וועד הארבע ארצות, אבער אויף דעם איז אויך נישט דא קיין מקור. ס'איז לכאורה אמת אז די מנהג האט זיך אנטוויקעלט יעמאלט אינעם מיטל אלטער, אבער ס'איז נישט דא קיין שריפט אדער מקור אז דאס איז געווען א תקנה ביי די רבנים.

וואס לערענט עס אונז? אז גאנצע שטיקער כלל ישראל קען זיך פירן און מוסר נפש זיין אויף א מנהג וואס יעדער ווייסט ס'איז ניי, קיינער ווייסט נישט פון ווי און פארוואס (מ'האט שפעטער אנגעגעבן צענדליגע סיבות וואס יעדער פאר זיך האט פירכות און ס'איז קלאר אז ס'איז בבחינת פטור בלא כלום אי אפשר). ס'לערענט אונז אז אזוי שפעט ווי 500 יאר צוריק האבן געקענט אריינקומען נייע מנהגים און ס'איז געווערן תורת אמת. כבר היו לעולמים.

לייג צו צום ליסט: יאהרצייט לעכט. וויאזוי איז האט די קריסטליכע מיטל-אלטער שמייליגער מנהג אריינגעדרינגן אין די אידישע קווארטלן?

לייג צו צום ליסט: שליסל חלה. ווי שוין ערגעץ אנדערש ערווענט איז עס לויט אלע ווארשיינליכקייטן א קריסטליכע מנהג פון איסטער.

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 9:14 am

· #27341
דרך אגב, דער תשובת חת"ס גיבט זיך נישט אן מיטן מקור, פארקערט, ס'איז ביי אים א דבר פשוט דער איינגעריסענער מנהג. ער ענטפערט נאר פארן שואל פארוואס כלות גייען אין מקוה מיט די האר, פארוואס מ'איז נישט חושש אלס כל העומד לקצוץ כקציץ דמי איז א חציצה. איר הערט? אויב איז עס נישט עומד לקצוץ איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א חציצה, נישט פארן שואל און נישט פאר חת"ס. און דער חת"ס פארטיידיקט די כלות מיט די גרויסע לאנגע לאקן זיך צו טינקען אן קיין חשש חציצה אלס קניפען אדער אלס עומד לקצוץ. מכאן תשובה להנותנים סיבת חשש חציצה, אז דאס איז אבי א דרש תירוץ אויף צוריק.

gehlungen » מאנטאג יולי 23, 2012 9:25 am

· #27345
יידל
מרדכי הצדיק
וואז געווארען אנגענומען אין אין אלע אשכנזישע קרייזען,

עממ, די ליטווישע האבן עס נישט אנגענומען. זיי זענען נישט קיין אשכנזים?

But I just don't understand why a woman wouldn't jump on the opportunity to shave her head #1 its anyway 99% of the time covered #2 its something she has to wash & clean & shampoo at least 2 times a week (or more ) #3 she has a problem when it comes to THEHARA vd"l

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 9:41 am

· #27350
המממ, דו האסט גערעדט צו פרויען? אדער דו פרובירסט זיך צו קאנווינסן? פארוואס בנות ישראל החמירו על עצמן בטיפת דם כחרדל האסטו אויך א באקוועמע תירוץ אדער דארט שרייסטו נשים דעתן קלות? פרויען, אין אלע דורות, האבן זיך אונטערגענומען אסך זאכן וואס איז שווער.

גאלד » מאנטאג יולי 23, 2012 11:22 am

· #27375
יומא מ"ז.
ת"ר שבעה בנים היו לה לקמחית וכולן שמשו בכהונה גדולה אמרו לה חכמים מה עשית שזכית לכך אמרה להם מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי

שימעלע » מאנטאג יולי 23, 2012 11:37 am

· #27384
לייען דארוך די אשכול פאר די שרייבסט. די גאנצע שמיעס איז גבויט ארום די גמרא

gehlungen » מאנטאג יולי 23, 2012 11:59 am

· #27392
יואליש
המממ, דו האסט גערעדט צו פרויען? אדער דו פרובירסט זיך צו קאנווינסן? פארוואס בנות ישראל החמירו על עצמן בטיפת דם כחרדל האסטו אויך א באקוועמע תירוץ אדער דארט שרייסטו נשים דעתן קלות? פרויען, אין אלע דורות, האבן זיך אונטערגענומען אסך זאכן וואס איז שווער.

YOILISH I don't understand what you want to tell me. Is it that I am wrong on my points. If so explain which point & explain why you think I am wrong on that point & so on

ידען » מאנטאג יולי 23, 2012 12:01 pm

· #27394
גאלד
יומא מ"ז.
ת"ר שבעה בנים היו לה לקמחית וכולן שמשו בכהונה גדולה אמרו לה חכמים מה עשית שזכית לכך אמרה להם מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי

האסט געלייענט ביז דא?

מע האט שוין פריער עס געברענגט און געברענגט אויך די שטיקל וואס דו האסט נישט נאכגעברענגט.

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 2:18 pm

· #27454
דו - א מאן- זאגסט אז פרויען זענען מער באקוועם מיטן אפגעגאלטן קאפ ווייל מ'דארף נישט פאשטקענען מיט די האר. קען זיין ס'איז דא אזוינע פרויען, פונקט ווי ס'איז פארהאן מענער וואס קוקען ארויס אויף תשעה באב כדי זיי זאלן זיך נישט ברויכן אפגעבן מיט די גאנצע קאפוויי פון פארן אין רעסטוראנט און אויסוועלן עסן פון א מעניו און שפענדן צייט און געלט צו עסען פרישטאג און נאכטמאל. געניג פרויען וויינען אויפן טאג וואס מ'האט זיי אפגעשניטן די קרוין פון קאפ און זיי געמאכט אזוי ווי די פרויען און פראנקרייך וועלכע האבן קאלאבארירט מיט די נאציס.

דאס אז פרויען האבן אמאל ענטוזיאסטיש זיך אונטערגענומען די חומרא (?), זאג איך אז זיי האבן זיך אויך אונטערגענומען די חומרא פון טיפת דם כחרדל און היינט וויינען זיי דערויף.

gehlungen » מאנטאג יולי 23, 2012 2:47 pm

· #27468

Sorry you are wrong & you are not answering directly on my points & I now why. Because you really have nothing solid to say because you now that my points are right

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 3:21 pm

· #27477
דו זאגסט אז פרויען ברויכן זיך פרייען אז מ'שינדט זיי די האר פון קאפ ווייל ס'איז סך באקוועמער אזוי. גערעכט?

gehlungen » מאנטאג יולי 23, 2012 4:56 pm

· #27543
יואליש
דו זאגסט אז פרויען ברויכן זיך פרייען אז מ'שינדט זיי די האר פון קאפ ווייל ס'איז סך באקוועמער אזוי. גערעכט?

Nobody is forcing anybody anything but I am just asking why every woman doesn't grab the opportunity to shave off her hair for the above mentioned obvious practical reasons ?????

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 5:24 pm

· #27556
הער איך. די נעט בענעפיט איז נישט אזוי אביעס פאר רוב פרויען און פאר רוב מענער.

פראבירן » מאנטאג יולי 23, 2012 10:22 pm

· #27668
וועגן דעם נושא האשכול, וועגן פרויען זיך שערן די האר, איך ווייס נישט די טעם דערפון, אבער דאס איז זיכער איינער וואס די עלטערן האבן זיך אזוי געפירט איז אסור מדין נדר צו משנה זיין, אזוי ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן, און למעשה איז עס באמת נישט קיין חילוק ווער עס האט עס איינגעפירט און פארוואס.

דבילה » מאנטאג יולי 23, 2012 10:47 pm

· #27675
פראבירן
דאס שרייבן א ספר פשוט אויף מנהגי יום ויום, האט זיך אנגעהויבן ווי געשריבן אין די שפעטער צייטן, און די סיבה דערצו איז ווי עס שרייבט מהרי"א טירנא אין זיין הקדמה צו זיין ספר מנהגים: "יען כי נתמעטו הלומדים ותלמידי חכמים בעונותינו הרבים. [ומ]אחר שאבדו ואפסו אנשי אמנה ותורה ומעשים [טובים] שבאושטריך, עד שראיתי ישוב או אפילו קהילות שלא נמצא בהם ב' או ג' אנשים היודעים אמתת מנהג עירו על בוריו וק"ו [של] עיר אחרת", און ער לאזט זיך אריין אין א שמועס וועגן מנהגים וואס זענען פארבינדן מיט הלכה ווי אזוי מען האט זיך יא געפירט צו נישט געפירט, וואס מענטשן געדענקן עס שוין נישט, און טוען אנדערש ווי זייער מנהג איז געווען.

וואס מען זעט דערפון איז אז היות עס איז געווארן ווייניגער און ווייניגער מענטשן וואס זענען געווען באהאוונט אין מנהגים, און נישט נאר אין סתם מנהגים (וואס היות מען האט זיך אזוי איינגעפירט האט עס א דין נדר) נאר אפי' מנהגים וואס זענען פארבינדן מיט אנדערע הלכות, וואס מען האט זיך איינגעפירט ווי די און די מהלך, האט ער זיך געשטעלט שרייבן א ספר אויף מנהגים, אבער באמת אסאך מנהגים האט ער נישט געשריבן, פארוואס? ווייס איך נישט, קען זיין אלץ כשם שאי אפשר לבור בלי תבן וכו' איז נישט מעגליך צו שרייבן ממש אלעס, אבער היות ער שרייבט נישט וואס יא און וואס נישט, ווייס איך נישט קיין טעמים, אבער דאס איז זיכער אז אסאך מנהגים איז נישט דערמאנט געווארן דארט, וואס ווערט דערמאנט אין שפעטערע ספרים.

אינטרעסאנט ווי ממש דער נקודה וואס דו ברענגסט פון די קדמונים אז גאר ווייניג מענטשן זענען געווען באהאווענט אין מנהגים און דער שטארקע הפסק אין א קראנטע מסורה אידעך די שטערקסטע סיבה פאר אלערליי מנהגים וואס זאלן זיך אריין כאפן פון דרויסענדע מקורות אן קיין שום דין וחשבון. נאך וואס דער מנהג איז נשתרש בלייבט דעך פאר'ן גדול גארנישט מער צו טון ווי געבן גוטע הסברים דערויף, און פאר יואליש צו שפעקולירן אויב דאס קומט פון די קריסטן...

פראבירן » מאנטאג יולי 23, 2012 11:05 pm

· #27691
אנאנים, פונקט פארקערט, די ווארט פון נדר איז דאך מטעם אז אונזערע עלטערן האבן זיך אזוי געפירט, און אונז האבן דאס נאכגעטון דריי מאל סתם, אדער אפי' אויב נאר איין מאל אבער עס איז געווען מיטן דעת צו טון אזוי אייביג, דעמאלטס מעגן אונז שוין נישט משנה זיין מדין נדר, יעצט אזוי, איך האב נישט דורכגעלערנט גאנץ הלכות נדרים, אבער אין הל' פסח איז עס דערמאנט געווארן דאס האב איך יא געלערנט שרייב איך לויט וואס איך ווייס פון דארט.

דארט קומט אויס אזוי, א מנהג וואס די טעם דערפון איז דורך א תלמוד חכם מכח גדר, אדער מכח הלכה, נישט סתם עולם גולם, טארן די קינדער נישט משנה זיין אלץ דין נדר.

ווייטער א מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן נישט דורך א תלמוד חכם, נאר פשוט די עולם גולם האט זיך אזוי געפירט, למשל נישט צו טון קיין מלאכה פארן נץ החמה ערב פסח צופרי, אויב די קינדער האבן זיך אזוי געפירט דריי מאל סתם, אדער אפי' נאר איין מאל אבער די כוונה איז געווען אייביג זיך צו פירן אזוי, טארן זיי מער נישט משנה זיין. אבער אויב די קינדער האבן זיך נישט אזוי געפירט דריי מאל און אויך נישט געטראכט אזוי זיך צו פירן אייביג, מעגן די קינדער משנה זיין.

יעצט ברענג די הלכות דא אהער, לויט די תגובות דא רעדט מען דאך אז מען איז מסופק צו עס איז עולם גולם, צו עס איז מכח גדר וסייג, איז בין כך ובין כך טארן אונז נישט משנה זיין, היות מען האט זיך אזוי געפירט די ערשטע מאל מיטן דעת אזוי צו טון אייביג. אויב ווילסטו אנזאגן פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיך נישט אזוי פירן, דארט ווייס איך שוין נישט וואס די הלכה וועט זיין, היות אונז ווייסן נישט די מקור הדברים, און צו די מקור איז געווען מכח גדר וסייג (וואס איז די ספק, א דאורייתא? דרבנן?).
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11