☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

257 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3381
בלאט: 1 2 3 4 5 6

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 16, 2013 6:04 pm

· #105531
פיקציע
קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?


עס קוקט מיר נישט אויס ווי דאס זענען אירע פראבלעמען

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 16, 2013 7:25 pm

· #105565
פיקציע
קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?

מ'קען דאס אויסטוהן פונקט ווי א אויערינגעל.
הדד בן בדד
עס קוקט מיר נישט אויס ווי דאס זענען אירע פראבלעמען

פארוואס נישט, ווייל זי גייט נישט מיט סיעמס?

זר זהב » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:37 pm

· #105600
כ'האב הערשט יעצט געענדיגט קוקן דעם קליפ, און כאב כמעט נישט געליינט דעם אשכול ביז אהער. -- כ'האב געמיינט ס'ערגער ווי ס'האט אויסגעזען צו זיין, דער אינדיג רעד גראדע גאנץ גוט, ער איז וואויל אידישלעך. און די מערסט ראדיקאלע זאך וואס כאב באמערקט פון די איינוואוינער וואס מ'האט דא פילמירט, איז דאס מאכן קידוש און פירן דעם שבת טיש אנעם שטריימל בעקישע, עפעס וואס איך טוה אויך, און איך וואוין נישט אין עירמאנט...

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:48 pm

· #105604
הוגה
קאווע טרינקער
אבער מיט דעם אלעם בין איך ביים מיינוג אז א מוסד (וואס געהערט סוכ"ס צו א יחיד) האט א רעכט צו סקרינען וועם ער וויל וויאזוי ער וויל, ס'זיינס. ער איז א משוגענער? קען זיין. רעכט האט ער אבער.


יעצט וועט מען מוזן גיין פרעגן ריכטער קרעמער און זיצן אין דין תורה פאר אכצן יאר איבער א יעדע מוסד און דורכטון אויב עס באלאנגט צו א יחיד אדער צום כלל.

סיריעסלי ספיקינג, די מוסדות פון חסידישע קהלות פארשטייט יעדער איינער אז עס איז דא צו דינען פאר די גאנצע קהלה אפגעזעהן ווי דיק די מאמעס שטרימפ איז.

חוץ מזה, דו האלטסט אז ווען די מוסד איז זיינס האט ער רעכט. און וואס האלט אונזער טאטע אין הימל?, איז ער מסכים מיט דעם?


We should have a new thing

Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form

Private?0

or

Public?0

If its private they will loose tax exempt status. end of story

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:53 pm

· #105606
פיקציע
קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?


די וואך גע'לערנט מיט מיין זוהן...

כל לנאותו אינו חוצץ

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:57 pm

· #105608
גנדי

We should have a new thing Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form
Private?0
or
Public?0
If its private they will loose tax exempt status. end of story


אויב מעגליך, ביטע זיי עס מסביר, במשכול ראשון קימסטע אריין זייער נישט קלאר,

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:00 pm

· #105609
זר זהב
כ'האב הערשט יעצט געענדיגט קוקן דעם קליפ, און כאב כמעט נישט געליינט דעם אשכול ביז אהער. -- כ'האב געמיינט ס'ערגער ווי ס'האט אויסגעזען צו זיין, דער אינדיג רעד גראדע גאנץ גוט, ער איז וואויל אידישלעך. און די מערסט ראדיקאלע זאך וואס כאב באמערקט פון די איינוואוינער וואס מ'האט דא פילמירט, איז דאס מאכן קידוש און פירן דעם שבת טיש אנעם שטריימל בעקישע, עפעס וואס איך טוה אויך, און איך וואוין נישט אין עירמאנט...


דאס ערגסטע איז אפשר, אז די פרוי גייט מיט א שמאלע געפאסטע טיכל, וואס מקען דורכזעהן די צורת הראש און צורת הקוקו...

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:07 pm

· #105610
בדחן
גנדי

We should have a new thing Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form
Private?0
or
Public?0
If its private they will loose tax exempt status. end of story


אויב מעגליך, ביטע זיי עס מסביר, במשכול ראשון קימסטע אריין זייער נישט קלאר,


א יעדע קהילה וואס ווערט פארמירט האט שטאטוטען.

יעדע קאנגרעגעשאן אדער מוסדות וואס ווערט רעגיסטרירט דארף אויספילן פאפירן.

אויף די פאפירן זאל זיין א פשוטע קליינע פראגע:

דאס געהערט פארן ציבור? אדער פארן יחיד?

דאס וועט פארמיידן אלע קאפ ווייענישען פון די לעצטע יארן....



אויב שרייבט מען אז דאס געהער צו דעם יחיד, זאל עס פארלירן די TAX EXEMPT STATUS

smart » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:11 pm

· #105612
צוויי נאיאיווע קשיות
1) גאלדבערעגר האט די אייגענע האר אדער דאס איז א שייטעל?
2) אויב נישט דאן וואס איז די הלכה א פרוי מעג גיין מיט איר איגענע האר? איננדרויסען אויף די גאס איך רעד נישט פון אינדערהיים.

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:12 pm

· #105614
עפעס מאכט נישט קיין סענעס מיט דיין תגובה,

ווייל אפילו א מוסד פון א ציבור האט אויך תקנות, און ווער עס פאלגט נישט די תקנות גייט פונעם מוסד, א שטייגער ווי סאטמערע קהלה האט שטאטוטען, UTA האט תקנות בנוגע בארד שניידען, היים קאמפויטער, צניעות ועוד, דערפאר איז עס זייער נישט קלאר וואס עס מיינט - לויט דיר - ציבור און וואס עס מיינט יחיד, א ציברוישע מוסד קען האבן, און האט די זעלבע באגרענצונגען ווי א יחיד קען האבן ביי זיך אינדערהיים.

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:14 pm

· #105616
smart
צוויי נאיאיווע קשיות


איך האלט אז נישט אז דא איז די פלאטץ אריינצוגיין און די סארט דיטעלס,

גנדי » דינסטאג אפריל 16, 2013 9:42 pm

· #105633
smart
צוויי נאיאיווע קשיות
1) גאלדבערעגר האט די אייגענע האר אדער דאס איז א שייטעל?
2) אויב נישט דאן וואס איז די הלכה א פרוי מעג גיין מיט איר איגענע האר? איננדרויסען אויף די גאס איך רעד נישט פון אינדערהיים.


יא. עיין ערוך השלחן..

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:49 am

· #105718
אויב מיינסטו דאס דארף מען וויסען אויב אין ערמאנט גייען רוב מיט אויפגעדעקט האר.

פשטידא » מיטוואך אפריל 17, 2013 2:37 pm

· #105906
נולד מאוחר
אויב מיינסטו דאס דארף מען וויסען אויב אין ערמאנט גייען רוב מיט אויפגעדעקט האר.

אויך דארף מען וויסן אויב דער ערוך השולחן איז א היתר צו גיין אויפגעדעקט, אדער נאר בנוגע זאגן קר"ש דערקעגן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:33 pm

· #106329
איך האב מיר ענדליך געשאפט אביסל צייט און אדורכגעקוקט דעם פילם. גאנץ אינטרעסאנט, אבער ענטהאלט אויך אסאך שטותים, וכדרכם, נישט קיין גרויסע נייעס.
און ליידער מוז איך אגריען צו זיי אז די אלע עקלהאפטע מחלוקת אינערהאלב אונזער קאמיוניטי, טוט פארשיקן אסאך וואוילע נשמות.

אינטרעסאנט ווי די אלע זוכן א געשמאק אין אידישקייט, וואס זיי טענה'ן אז ביי די חסיד'ישע איזאלירטע קאמיוניטי עקזיסטירט עס נישט, זיי קומען אונז אויסלערנען וואס מיינט א שבת קודש. צו זיצן אן שטריימל בעקישע און אלע קינדער אינאיינעם מיטן טאטן פויקן און זינגען ושאלאלאלאה לא יחסאר...

פון די אלע דאקומענטן, באשרייבונגען און קליפס וואס איך האב שוין געליינט פון די "אריגינעלע" אידישקייט אידן (וועלכע אקצעפטירן נאר די געשמאקע קוגל און טשולענט וכדומה), האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן באשריבן די זיסקייט פון זיך פארטיפן אין א שטיקל גמרא, שפירן א טעם און א קשר מיטן באשעפער, פון א הארציגע תפלה, אדער אנדערע זאכן וועלכע א פאלנער גוי וועט נישט פארשטיין. אוה"ח הק' האט שוין שלום דיען מודה געווען (שיין פון אים...), אבער די אנדערע רעדן נישט דערפון. זיי רעדן נאר פון די פאר שעה א וואך וועלכע ענטהאלט גשמיות'דיגע הנאות, און פרובירן אונז מסביר זיין ווי גוט איז צו זיין א איד...

איך וויל נישט אוועקמאכן וואס זיי זאגן, קבל את האמת ממי שאמרו, איך פרוביר אויך צו מאכן זיסע שבתים און ימים טובים ביי מיר אינדערהיים, זינג מיט די קינדער, און מען שפילט געימס פונקט ווי אין בדחן'ס משפחה, מען פארט אויף שיינע פלעצער, פארקס, וואסער, אנדערש ווי אנדערע וועלכע פארביטערן דאס לעבן אין שטוב. אבער, אבער... עפעס פעלט דא, וואס מען פרובירט צו באהאלטן... הא???

בדחן » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:05 pm

· #106362
שיינע תגובה, שיין באשריבען כבוד הרב שמעקעדיג.

בעל הבית » מאנטאג אפריל 22, 2013 5:10 pm

· #107718
גייט די תולדות אברהם זרח רבי גיין באזוכן האדמו"ר המרא דאתרא מעירמאונט שמעלצער רבי שליט"א



<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/213145">http://www.jdn.co.il/news/213145</a>

שרייבער » מאנטאג אפריל 22, 2013 6:16 pm

· #107752
שמעקעדיג
איך האב מיר ענדליך געשאפט אביסל צייט און אדורכגעקוקט דעם פילם. גאנץ אינטרעסאנט, אבער ענטהאלט אויך אסאך שטותים, וכדרכם, נישט קיין גרויסע נייעס.
און ליידער מוז איך אגריען צו זיי אז די אלע עקלהאפטע מחלוקת אינערהאלב אונזער קאמיוניטי, טוט פארשיקן אסאך וואוילע נשמות.


איך קען נישט רעדן על הכלל כולו, אבער אין דעם ספעציפישן כלל קען איך דיר מעיד זיין אז נישט מחלוקת האט אים פארשיקט, ס'איז פונקט גוט ווען מען וויל זיך אליין קלאפן אין רוקן אז איך בין וואויל

ווי האט יענער געזאגט, מען רעדט ביי ליפא אין שול אז מען דארף ליב האבן יעדן איד, זאל פרובירן עפעס א פארפרומטע צדקתך איד דארט אריינצוקומען און זאגן א דרשה וועגן זאכן וואס שמעקן זיי נישט, אוי בין איך אים נישט מקנא

דייטל » מיטוואך מאי 8, 2013 12:14 am

· #112888
שוין ווידער אראפ
ווער איז זיך מרחם? שכוח פון פראנאויס

boxcover » מיטוואך יוני 19, 2013 9:03 am

· #126214
בן תמליון
עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.

מקור?

boxcover » מיטוואך יוני 19, 2013 9:27 am

· #126215

smart » מאנטאג יולי 1, 2013 9:27 pm

· #129902
boxcover

ארבעט אויך נישט

בעריש » דינסטאג יולי 2, 2013 10:55 am

· #130048
boxcover
בן תמליון
עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.

מקור?

אייגענע האר איז ציגעלייגט דער סאטמאר רב האט געזאגט אז אדרבה זאל ער ברענגען 10 מענטשען און מאכן א מנין בנוסח אשכנז
הרה"צ רח"י הב"ש האט מעיד געווען אז זיין באבע אשת ר' אהרן ט"ב ע"ה איז געווען א שליח פון דעם רב צי טשעקן אויב מגייט מיט האר (אדער אפשר ביי האר)

הערשי » זונטאג יולי 14, 2013 11:25 am

· #133309
<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/171300/lipa-schmeltzer-exclusive-interview/">http://yiddish.forward.com/articles/171 ... interview/</a>

berlbalaguleh » זונטאג יולי 14, 2013 11:44 am

· #133315
בעל הבית
גייט די תולדות אברהם זרח רבי גיין באזוכן האדמו"ר המרא דאתרא מעירמאונט שמעלצער רבי שליט"א



<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/213145">http://www.jdn.co.il/news/213145</a>

איך ווייס נישט וועיגן תולדות אברהם זרח רעבע, אבער הרה"צ כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז איינער פון די חשוב'סטע רבי'ס פונ'ם היינטיקן דור וואס די אהבת ישראל שיינט ארויס פון זיין הייליגע צורה, און ער איז מקרב אידן לאביהם שבשמים. ער איז מקיים דעם מאמר חז"ל (פרקי אבות). "אהוב את הבריות ומקרבן לתורה".

berlbalaguleh » זונטאג יולי 14, 2013 11:52 am

· #133316
בעריש
boxcover
בן תמליון
עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.

מקור?

אייגענע האר איז ציגעלייגט דער סאטמאר רב האט געזאגט אז אדרבה זאל ער ברענגען 10 מענטשען און מאכן א מנין בנוסח אשכנז
הרה"צ רח"י הב"ש האט מעיד געווען אז זיין באבע אשת ר' אהרן ט"ב ע"ה איז געווען א שליח פון דעם רב צי טשעקן אויב מגייט מיט האר (אדער אפשר ביי האר)

ס'איז נישט מסתבר אז כ"ק הגהצה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט אייביג געשריגן אקעיגן אייגענע האר, אפילו "ביי האר" ביי פרויען, זאל טאלערירן איינער מיט אייגענע האר. נאר ער האט אייביג זייער טארק משתוקק געווען צו האבן אן אייגענע אידישע שטעיטל, נישט דווקא נאר פון סאטמארער חסידים.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 14, 2013 1:20 pm

· #133345
berlbalaguleh
הרה"צ כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז איינער פון די חשוב'סטע רבי'ס פונ'ם היינטיקן דור וואס די אהבת ישראל שיינט ארויס פון זיין הייליגע צורה, און ער איז מקרב אידן לאביהם שבשמים. ער איז מקיים דעם מאמר חז"ל (פרקי אבות). "אהוב את הבריות ומקרבן לתורה".

מיינסט צו זאגן ווילאנג מען האלט נישט אנדערש ווי איהם?

אריין אין צימעס...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 14, 2013 1:24 pm

· #133347
כ'ווייס נישט. כ'האב נאכנישט געהערט אז מ'זאל ברעכן שויבן און שניידו טייערס, אננעמענדיג זיך פאר זיין כבוד המבוזה...

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 14, 2013 1:27 pm

· #133349
אויב איר ווילט הערן אן עירמאנטע' פרוי מיט די קרית-יואלע הברה, דאן קליקט דא:
<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/171300/lipa-schmeltzer-exclusive-interview/">http://yiddish.forward.com/articles/171 ... interview/</a>

berlbalaguleh » זונטאג יולי 14, 2013 1:43 pm

· #133359
סאו, דאס איז נאך געבליבן פונ'ם אריגינאלן אויפציאונג. ב"ה. שלא שינו את לשונם..

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 17, 2013 9:04 am

· #134178
ס'קוקט מיר אויס מאדנע, אז הרב גיל סטודענט ברענגט דעם לינק צווישען אנדערע תורה'דיגע / תוכנ'דיגע לינקס, אויף זיין טעגליכע בליץ-פאסט.
כ'האב געמיינט ער איז קלוגער / העכער פון דעם.
am I missing something וועגן ליפא?
יעדער וואס וויל טוישן לייף-סטייל דארף זיך יעצט אידענטיפיצירען מיט ליפא? נישט איך.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 2:17 pm

· #134235
קאווע טרינקער
ס'קוקט מיר אויס מאדנע, אז הרב גיל סטודענט ברענגט דעם לינק צווישען אנדערע תורה'דיגע / תוכנ'דיגע לינקס, אויף זיין טעגליכע בליץ-פאסט.
כ'האב געמיינט ער איז קלוגער / העכער פון דעם.
am I missing something וועגן ליפא?
יעדער וואס וויל טוישן לייף-סטייל דארף זיך יעצט אידענטיפיצירען מיט ליפא? נישט איך.

נישט א יעדער. נאר דער וואס וויל וואוינען אין די עירמאנט געגנט און וויל בלייבן אן ערליכער איד.

שרגא » מיטוואך יולי 17, 2013 10:40 pm

· #134360
איך האב מורא עס זאל נישט איין טאג ארויסקומען די ריכטיגע "דאקומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי"? באשרייבן די הינטער-די-קוליסן געשיכטעס איבער טייל פון די "גליקליכע" פארפעלקער וואס וואוינען דארט.
גלייבט מיר, עס וועט זיין סאך סאך מער דזשוסי ווי פרומעטל'ס שיינע געשיכטעלע. עס וועט זיין העכסט טראגי-קאמיש. מער צום וויינען, ווי לאכן. עס וועט האבן "אלע" אינגרידיענטס וואס א סוקסעספולע פילם דארף האבן, אריינגערעכנט ביטרעיעל אויף א הויכן פארנעם. נאר ווער זאל דען מאכן דעם אינטערוויו, פראדוסן דעם פילם?
אבער דעמאלט וואלטן מיר כאטש געהאט ביידע זייטן פון די מטבע. אנשטאט בלויז זען ווי די זיסע קאפל שפאצירט אריין צום חתונה זאל און אלעס קלאפט און שמעקט, וואלט מען אויך געזען די אנדערע זייט פנים. און וואלטן כאטש די מקנאים געזען אז דארטן איז אויך דא ווייניג צו מקנא זיין. עס וואלט ווידער געשטארקט דעם פונקט אז אפילו דער מאטעריאליסטישער חסיד וואס גלוסט צו געניסן פון א פעטן גשמיות, וועט דאס אהינלויפן אים נאך בכלל נישט גאראנטירן קיין עולם הזה.

boxcover » מיטוואך יולי 17, 2013 10:53 pm

· #134368
אז פארציילן, פארצייל כאטש די גאנצע מעשה. דאס וואס דו מיינסט איז היסטארי; עס גייט שוין מער נישט פאר.

שרגא » מיטוואך יולי 17, 2013 10:59 pm

· #134373
אויב א חודש צוריק מיינט "היסטארי", ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן. נאר איך בין נישט אין די ביזנעס פון באשמוצן מענטשן. איך האב ליידער געהערט די והותר, און מיין הארץ טוט וויי.

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 11:31 pm

· #134401
און ווען עס וועט ארויסקומען די ריכטיגע דקאומענטערי איבער'ן סאטמערע קאמיוניטי? אדער סקווערע קאמיוניטי? אדער וויזשניצער קאמיוניטי? אדער באבובער קאמיוניטי? אדער פאנאוויזשער קאמיוניטי? אדער לעיקוואדער קאמיוניטי? אדער בעלזער קאמיוניטי? אדער עובדיה-יוסף-ש"ס קאמיוניטי? אדער גערע קאמיוניטי?
און דארט רעדט זיך נישט פון פרעזענליכע מענטשען מיט זייערע יצר הרע'ס און פראבלעמען נאר פון פאבליק פיגורן וואס האבען געגזל'ט און גע'רצח'ט און ביטרעיט זייערע משפחות קינדער חסידים וכו' וכו', א גרויס חלק דערפון וואס מיר אלע האבען מיט געהאלטען לעיני העמים.
איבעראל איז דא שמוץ און פראבלעמען און איך זעה נישט מיט וואס ק"ק עירמאנט איז בעסער אדער ערגער פון יעדער אנדערע קהילה אדער מוסדות. אחוץ די נקודה אז דא בארעדט מען סתם פריוואטע מענטשען משא"כ דארט רעדט זיך פון פאבליק סקאנדלאן און קאראפטשין.

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 11:56 pm

· #134411
מדברי כ"ק האדמו"ר מעירמאנט שליט"א: "ברוך השם דער אייבישטער האט אונז געגעבן א מורא'דיגע מתנה, עס הייסט די אינטערנעט".

ווערט געזוכט א וואלונטיר זאל דאס אריינלייגען אין זיין חתימה. @יידל נישט דו פירסט זיך נאכברענגען פערל-ווערטער פון ליפא אין דיין חתימה?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:17 am

· #134417
שרגא, ווילאנג קען מען אונז האלטען אין געטא דורך רעדען פון זייער פאלטשע צופריעדנקייט?
אפשר ווייזט איר מיך אויף אויף ווי צופרידן אונז זעמיר?

הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:38 am

· #134424
לעיקוואד
מדברי כ"ק האדמו"ר מעירמאנט שליט"א: "ברוך השם דער אייבישטער האט אונז געגעבן א מורא'דיגע מתנה, עס הייסט דיאינטערנעט".


איך האב פונקט די וואך געהערט אקוראט די זעלבע ווערטער פון צוויי אנגענומענע רבנים (איינער גראדע א רבי), ווען וועט שוין זיין די טאג ווען די טעראריזאציע וועט זיך אפשטעלן און ערליכע אידן וועלן נישט מורא האבן ארויסצוזאגן די אמת?

לעיקוואד » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:44 am

· #134426
די טאג איז שוין דא. זאג פאר דער רב ער זאל באזוכען קאווע שטיבל אדער פעיסבוק.

גדעון » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:56 am

· #134431
ך
📎 2013-07-18_00-55-51.jpg

שרגא » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:07 am

· #134435
קאווע, לעיקוואד, גערעכט, נאר ענק מיסן ביידע די פוינט וואס איך האלט אין איין זאגן: אויך אויפ'ן אנדערן זייט בריק איז העפינעס נישט קיין גרינגע אדער אויטאמאטישע זאך. דער מענטש, אין סיי וועלכן מצב ער איז, דארף ארבעטן דאס צו עררייכן. איך זאג נישט אז דא איז לויטער ווייס אדער אז דארט איז לויטער שווארץ, נאר אז איבעראל איז גרוי, און דו, יחיד, קענסט טון דערצו דיך צו מאכן באקוועם ווי ווייט מעגליך און הנאה האבן.

לעיקוואד » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:29 am

· #134468
שרגא
דאס וואס דו זאגסט אז העפינעס איז בעיקר תלוי אין דער מענטש זעלבסט איז א זאך וואס אלע זענען מודה דערין. אבער די מסקנה וואס דו ציהסט פון דעם לענינינו איז בכלל נישט אויסגעהאלטען. שטעל דיך פאר א מענטש וואס זיינע ציינער טוהן עם וויי, וועסטו אויך שרייען וואס האט ער צו גיין צו א דאקטער ער זאל זיך מער ארבעטן אויף מידת ההשתוות וכו'? עס איז דא מענטשען וואס געוויסע זאכען פון א געוויסע סאסייעטי טוהן זיי וויי, טוהן זיי א ראציאנאלישע שריט און גיין צו א צוייטער סאסייעטי, וואס דארט זענען נישט דא די ספעציפישע פראבלעמעמן וואס זיי האבען. אזויווי די גמרא זאגט מאן דביש ליה בהאי מתא זאל ער גיין צו א צוויטער שטאט. אמת אין די צווייטער שטאט איז אויך דא פראבלעמען, אבער פאר דער מענטש איז דאס בעסער און וועט זיך אפשר בעסער אויסארבעטען.

אויב איז טאקע איבעראל גרוי איז דאך אוודאי דארף יעדער בוחר זיין וואסארא פלאץ עס זעהט עם מער אויס ריכטיג און גוט פאר עם. וכשם שאין פרצופיהם וכו'.

טעפל » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:28 am

· #134473
גדעון
ך

עכט, פאלש, פאטאשאפ??? זיי מסביר!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:17 am

· #134483
ס'עכט און ס'הייס.

קינות גירושין » דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:44 am

· #134486
לויט ווי איך הער וואס סטוט זיך דארטען, איז קיינער נישט פארזיכערט אז זיין מאן/ ווייב איז געטריי נאר צו עם/איר

שרגא » דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:09 am

· #134493
לעיקוואד,

לאמיך נעמען דיין משל און אויסבעסערן. שטעל דיך פאר איינער שפירט ווייטאג אין א ציין, וואלסטו אים געראטן צו גיין צו א דאקטאר וואס וועט אים טאקע אוועקנעמען די ווייטאג אין יענעם ציין, אבער דערביי וועט ער אים מעגליך מאכן לעכער אדער אנדערע פראבלעמען אין אנדערע ציין, און אפשר בשעת די טריטמענט וועט ער נאך יעצט אויך צובאקומען א לעכל אין די גומען, א ריס אין די ליפן און רוקן ווייטאג. איך וואלט געזאגט, יו נאו וואט, לאמיך זען וויאזוי איך קען לינדערן די ווייטאג אין דעם ציין אויף אן אנדערן אופן. אפשר וועט עס טאקע נישט אינגאנצן אוועקנעמען די ווייטאג, אבער כאטש ווייס איך פונקטליך וואס דאס איז, און קען פרובירן זיך ספראווען דערמיט, ווי איידער ריזיקירן א גאנצע הויפן פון פרישע פאטענציעלע פראבלעמען.

נאר אוודאי, אויב שפירט איינער ווי זיין ציין איז גענצליך דורכגעפוילט און זיינע נערוון און ווארצלען גענצליך אפגעטויטעט, יא, דעמאלט אינטערעסירט אים אפשר גאנץ ווייניג פון אנדערע מעגליכע פראבלעמען. ער וויל זיך זען פטור פון דעם צאן און דעציט. נו, איך האב שוין קלאר געשריבן אז צו אזא איינעם האב איך קיין טענות.

און ביים נמשל וואס איז מובן מאליו מיין איך אז א גרויסע מערהייט זענען בעיקר אנגעווייטאגט אויפ'ן "סיסטעם" און ווילן זען מאדיפיקאציעס, אבער נישט אז זייערע ווארצלעך צום איד און זיין גאט זענען גענצליך אפגעטויטעט, ממילא צו זיי רעד איך. זיי לוינט נישט וועגן די ביסל ווייטאג צו טון קיין דראסטישע שריט וואס קען פונקט אזוי ברענגען אנדערע ווייטאגן.

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:42 am

· #134516
שרגא
אויב א חודש צוריק מיינט "היסטארי", ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן.

אויב א חודש צוריק מיינט "היסטארי" דארפסטו גארנישט זאגן, אבער דאס איז דא נישט נוגע, ווייל עס איז שוין לאנג אויסגעראטן. אנדערש ווי אין אנדערע פארמאכטע קאמיוניטיס, ווי די מנהיגים זענען די וואס שטופן אלעס אונטער די קארפעט, האבן זיך די עמך פון עירמאנט צוזאמגענומען און געלייגט א ענדע צו די פראבלעם.

קרעמער1 » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:21 pm

· #136353
קינות גירושין
לויט ווי איך הער וואס סטוט זיך דארטען, איז קיינער נישט פארזיכערט אז זיין מאן/ ווייב איז געטריי נאר צו עם/איר

וואו אין דער פלאנעט וואס רופט זיך "וועלט", איז מען יא פארזיכערט?

הוגה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:30 pm

· #136356
לויט מיין אינפארמאציע ווערט די געגנט דארט פרומער פון טאג צו טאג. עס ציען זיך אהין מער און מער חסידישע אידן פון מאנסי וואס ווילן נאך אנהאלטן די ארגינעלע גלאנץ פון מאנסי, דהיינו סינגעל פעמעלי הייזער אויף ריזיגע לאטס פאר גאר ביליג. עס האבן זיך געעפענט אין די לעצטע יאר צייט מערערע חסידישע שולן, ובתוכם ספינקא, ראדאשיץ, סאדיגורא, שטיינווארצל.

אויך די ארגינעלע עירמאנטער חסידים האבן זיך שטארק געשטארקט לעצטענס בעיקר אדאנק די פעולות פון רבי מוטה פראנק. איינער פון די מתפללים ביי ליפא זאגט מיר אז מען מוטשעט זיך דארט פאר מנין נאכדעם וואס מוטה'ס חסידים האבן אנגעהויבן דאווענען אין ברסלב.

מען זעהט שוין די פירות פון די ימין מקרבת אידן, הלוואי שמהם ילמדו וכן יעשו כולם. ווער קען זיך פארשטעלן וויפיל דורות פון טויזנטע אידישע נשמות וואלטן אוועק געשניטן געווארן פון די אילנא דחיי ווען נישט ליפא און רבי מוטה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6