☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #2405

אשכול אן א טיטל #2405

531 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:25 pm

· #156624
א אמתע ווארט!!!

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 5:44 pm

· #161551
די דברי חכמה זענען באזירט אויף די באקאנטע proverb: "When life gives you lemons make lemonade". דאס דארף צו זיין אן אפטימיסטישע וועג אנצוקוקען דאס רעאליטעט פון די לעבן.

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דער cliche און איך האב עס אלעמאל אנגעקוקט גאר נער'יש. כ'מיין, וואס אויב איך האב נישט קיין פיטשער אין וואס צו מאכן די לעמאנאדע? ווער זאגט אז איך פארמאג בכלל וואסער און צוקער, אפשר האט מיר life געגעבן לעמאנס און נאר לעמאנס? ואת"ל אז כ'פארמאג יא די אלע זאכן, מאן יימר אז life גיבט מיר די טשאנס צו מאכן לעמאנאדע, אפשר שטאפט ער עס אראפ מיין האלדז בעפאר איך האב א טשאנס צו טראכטן פון מאכן לעמאנאדע?

עד שבא חכם אחד, און ער איז געווען לאנגווייליג אין טוילעט, און בשעת'ן ירידת השפע האט ער אונז מגלה געווען די אמת'ע ווערסיע פון די געוואלדיגע דיבורים.

If life gives you lemons, just shut the @#$& up and eat the lemons. ~ intelligent guy on the wall in a public lavatory




.

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:37 pm

· #161579
מ'קען אפשר ממתיק זיין א מער פאזיטיווער טייטש. וחסורי מחסרי והכי קתני, בערך אזוי.
If you think that "life" gives you only Lemons , think again! And perhaps you'll find that you can turn it into Lemonade

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:46 pm

· #161582
דאס איז געהעריג מגלה פנים שלא כהלכה! וואס מיינסטו, אז מיר זענען רעפארמער וואס קענען אריינלייגן ווערטער וואו מ'וויל נאר ווייל די פשט שטימט בעסער אזוי?

On a serious note, ס'קען זיין אמאל אז ס'מאכט זיך אז ס'לעמענאדע און נישט לעמאנס. אבער געווענטליך, אויב זעהט עס אויס ווי לעמאנס און די טעם איז ווי לעמאנס איז עס לעמאנס.

יואב » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 2:28 pm

· #165688
דענקער'ס אונטערשריפט האט מיך געקאסט א שמייכל, צוזאמען מיט א קרעכץ! אוי ווי אמת!

"דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט".

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:58 pm

· #167324
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:27 pm

· #167329
@יואב איז א רבי אין חדר!!
צוליב דעם "ואני", וועט נישט זיין קיין חתימה די וואך. וד"ל. מיט אנטשולדיגונג!

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:42 pm

· #167336
נהורא נפישא
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃

דער ציטאט איז פון ספר מידות הראי"ה. לכאורה א פשוטע טעות וואס יאיר האט עס פארביטן מיטן דברי יואל...
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות(?)...

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:46 pm

· #167340
ווער ווייסט וואס נאך טעותים ער ריקט אלס אריין.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:59 pm

· #167341
ווי למשל, שכר מצווה בהאי עלמא ליכא.

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 3:02 pm

· #167342
מאטי, און וואס מיינט דיין חתימה?
און וואס איז געשען מיט ערפה?

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 5:19 pm

· #167366
ס'איז אן אויסדריק ארויסצונעמען דער עיקר נאראטיוו פון א מעשה, און נישט שטיין בלייבן אויפן טפל, א שטייגער ווי איינער וואס לערנט רות און נאכן ענדיגן פרעגט ער : און וואס איז געבליבן מיט ערפה.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:04 pm

· #167382
נהורא נפישא
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃

ברסלבער
נהורא נפישא
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃

דער ציטאט איז פון ספר מידות הראי"ה. לכאורה א פשוטע טעות וואס יאיר האט עס פארביטן מיטן דברי יואל...
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות(?)...

איך בין געווען נייגעריג ווי לאנג ס'וועט נעמען פאר'ן עולם צו כאפן אז דאס שטייט נישט אין דברי יואל 😂
מיין שאלה איז, פארוואס טאקע טרעפט מען נישט אזעלכע סארט זאצן אין דברי יואל? פארוואס ווען מען פארבינדט אהבת הבריות מיט'ן סאטמאר רב בליקט יעדער מיט ערשטוינונג?
דוכט זיך אז מ'קען נאך טרעפן אזויפיל מקורות פאר אהבת הבריות און אהבת ישראל ווי פאר די הארבע איסורים פון דחיקת הקץ, כאפן פיקטשערס, לערנען מורה נבוכים, און ועל כולם דער שרעקליכער איסור מן התורה פון חדש. פארוואס איז הרב קוק געווען לכאורה דער איינציגער חרדי'שער רב צו רעדן דעם שפראך?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:05 pm

· #167383
נו יעצט אז מ'האט שוין געכאפט קענסטו מאכן א נייע חתימה

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:09 pm

· #167385
דער (פינטעל) איד
נו יעצט אז מ'האט שוין געכאפט קענסטו מאכן א נייע חתימה

יעצט זאל זיך יעדער נעמען די ווערטער און איבער'חזר'ן הונדערט און איין מאל ביז עס וועט ווערן איינגעקריצט אין די ביינער. כתבם על לוח ליבך, תעשם ענקים לגרגרותיך, כי זה כל האדם.

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:10 pm

· #167386
יאיר, עס איז נישט ממש נאר די נושא פון אהבת ישראל, די סגנון הכתב שטימט אויך נישט מיטן דברי יואל.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:12 pm

· #167387
זיינע אהבות האבן סותר איינער מיט'ן צווייטן. און דאס האט עם מקלקל געווען. ליב האבן "יעדן וואס איז געבוירן געווארן ביי א אידישע מאמע" און ''ליב האבן ג-ט'' גייט נישט צוזאמען. הלא משנאיך ה' אשנא.
זיינע גרויסע אהבות האט עם פארדארבן דעם קוק ער האט ליב געהאט יעדן אפיקורס.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:16 pm

· #167390
דער (פינטעל) איד
זיינע אהבות האבן סותר איינער מיט'ן צווייטן. און דאס האט עם מקלקל געווען. ליב האבן "יעדן וואס איז געבוירן געווארן ביי א אידישע מאמע" און ''ליב האבן ג-ט'' גייט נישט צוזאמען. הלא משנאיך ה' אשנא.
זיינע גרויסע אהבות האט עם פארדארבן דעם קוק ער האט ליב געהאט יעדן אפיקורס.

געווען אן אנדער גדול אין ארץ ישראל וואס האט געשריבן אויף אפיקרוסים "ועלינו לקרבם בעבותות אהבה עד כמה שידינו משגת." אפשר ווייסטו ווער דאס איז געווען?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:18 pm

· #167391
שרייבן איז איין זאך. וואס קוק האט געטון האט למעשה קיינער נישט געטון און גדולי ארץ אין זיינער צייט האבן געהאקט אויפ עם. כ'בין נישט אויסן זיך אריינלאזן דא אין א פאלעמיק

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:24 pm

· #167397
יאיר

מיין שאלה איז, פארוואס טאקע טרעפט מען נישט אזעלכע סארט זאצן אין דברי יואל? פארוואס ווען מען פארבינדט אהבת הבריות מיט'ן סאטמאר רב בליקט יעדער מיט ערשטוינונג?

סתם פאר אינטרעסאנטקייט, צי דארף עפעס לויט דיין מיינונג יעדער גדול רעדן פון אהבת ישראל? בפרט אז דאס איז א פשטות פאר יעדן בר בי רב?
סאטמאר רב האט דאך קלאר געזאגט אז ער שפירט אז זיין תפקיד אויף דער וועלט איז געווען אויסצושרייען דעם אמת. יעדער גדול האט זיין אויפגאבע. מען קען נישט קאמפערן.
כ'קען דיר ברענגען א טוץ פון גדולים וקדושים פון פריערדיגן דור וואס האבן אויך נישט גערעדט פון אהבת ישראל, נאר געשריגן דעם אמת כסדר, און סאטמאר רב האט זיך אויף זיי פאררופן,
לדוגמא דער בעלזער רב (מהרי"ד), שינאווער רב, קאלאשיצער רב, און נאך אסאך אנדערע, זכותם יגן עלינו. עס איז נישט געווען סאטמאר רב'ס נייער אויסגעטראפענער דרך.
און דאס איז שוין חוץ וואס דער דברי יואל האט טאקע נישט געפאמפעט אהבת ישראל, אבער איז געווען א אב הרחמים פיל מער ווי אנדערע פאמפערס, מיט מיליאנען דאלארן צדקה וחסד באופנים שונים כידוע.

אבער לאמיר נישט פארגעסן דא איז א געשמאקע קאמענטארן אשכול פאר אונטערשריפטן, און ווי (פינטל) שטעכער זאגט שוין, לאמיר זיך נישט אריינלאזן אין א פאלעמיק. שוין גענוג געדראשן די נושא אין אנדערע אשכולות.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:27 pm

· #167399
פינטל (שטעכער) האט אין זיין חתימה אויסגעפירט א שוידערליכע נקמה אקציע אקעגן יאיר.
איך האף @יאיר וועט אדורכשלאפן די נאכט.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:32 pm

· #167404
גענומען רענדעמלי פון שו"ת דברי יואל. פארוואס טאקע זעט מען נישט מער אזעלכע לשונות אין בן גריונ'ס מיליאן ביכער און בריוון ? דוכט זיך אז מ'קען נאך טרעפן אזויפיל מקורות פאר תשובה ווי פאר די גרויסע וויכטיגייט פון האבן אן אייגענ לאנד בעפאר ביאת משיח.

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:35 pm

· #167405
זעהט אויס אז בן גוריון האט געהאלטן אז מ'מעג יא מוז"ל זיין.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:35 pm

· #167406
שוין.... ער האט'ך אבער נישט געהאלטן אז מ'מעג זיין א נטורי קרתא'ניק!

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:42 pm

· #167409
בן גוריון האט גראדע געפאלגט דעם דברי יואל, און מקפיד געווען נישט צו מאכן דעם ברכה

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:53 pm

· #167414
מאטי, דו פארפעלסט נישט אריינצושיסן שטיקעלעך הומאר דא און דארט!
👍 👍

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:31 pm

· #167420
moti107
בן גוריון האט גראדע געפאלגט דעם דברי יואל, און מקפיד געווען נישט צו מאכן דעם ברכה

האהא

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:00 pm

· #167668
I'm back

דארפסט אפגרעידן צו 'שר ארבע מאות'.

דענקער » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:51 am

· #169749
איך האב הנאה געהאט פון @חביבי'ס אונטערשריפט

לעב נישט ווי א ארימאן צו קענען שטארבען ווי א עושר

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:09 am

· #169784
איציק האט זייער א שיינע חתימה אבער ס'איז צו גרויס און ס'גייט אויף די נערווען.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:50 am

· #169795
רויטע וואנצעס:

א שטורעמיש ווינקל צו שמועסן, פאברענגען, לאכן, וויינען, שרייען, גראפיטין, חוזק'ן, זינגען, טאנצן, רעדאגירן און קריכן אויף די געהירן.

אויס מענטש » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:03 pm

· #169826
איציק האט א פיינע חתימה.

👍

איך וויל קאמענטירן וועגן א ניק נישט וועגן א חתימה ווי טוט מען דאס ?

ברסלבער » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:07 pm

· #169828
אויס מענטש
איך וויל קאמענטירן וועגן א ניק נישט וועגן א חתימה ווי טוט מען דאס ?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4363">viewtopic.php?f=4&t=4363</a><!-- l -->

איציק » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:21 pm

· #169829
טעפל
איציק האט זייער א שיינע חתימה אבער ס'איז צו גרויס און ס'גייט אויף די נערווען.

מ'זאגט אז "איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער," דערפאר האב איך עס געברענגט אין בילד פארמאט. אבער איך וויל זיך נישט שפילן מיט יענעם'ס נערוון. ביז די נערוון!

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:40 pm

· #169836
איציק
טעפל
איציק האט זייער א שיינע חתימה אבער ס'איז צו גרויס און ס'גייט אויף די נערווען.

מ'זאגט אז "איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער," דערפאר האב איך עס געברענגט אין בילד פארמאט. אבער איך וויל זיך נישט שפילן מיט יענעם'ס נערוון. ביז די נערוון!

יעצט האטו מיר בארואיגט די נערווען!!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 7:33 pm

· #175162
@איש עברי שרייבט - זייער פאסיג:

אויב דאס לעבן איז א וויץ דאן איז עס א אומגעלונגענע. ווייל איך כאפ עס נישט


👍 👍

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 7:35 pm

· #175165
מיר ליגט אין זכרון אז איינער האט עס שוין גענוצט דא אמאל

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:12 pm

· #175218
@הילל'ס חתימה:
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)

הרב אשר לעווין האט דעם חודש אין דער שטערן א שיינע אריכות אויף דעם, ער טייטשט "זה כלל גדול בתורה", עס איז נישט אפגעשריבן קיין פרטי הלכות אויף אהבת ישראל, אויף הלכות אהבת הבריות, ווייל דאס איז א זאך וואס דארף קומען פונעם אייגענעם מענטשליכן געפיהל, די תורה זאגט נאר דער "כלל" ואהבת לרעך כמוך. ואידך פירושא - די פרטי הלכות, זיל גמור - דאס דארף זיך א מענטש אליין לערנען און וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אנדערע מענטשן.
ער איז נאך מאריך דארטן זייער שיין, אפשר וועט @שמעקעדיג שאפן דעם גאנצן ארטיקל פון עפעס א רוצה בעילום שמו.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:25 pm

· #175226
א שיינע ארטיקל איך האב עס געליינט. אז מ'רעדט פון שטערן וויל איך זיי בעטן אויפהערן שרייבן אין זייערע מודעה יעדע חודש וועגן קאלירפול שיינע עדס אז זיי זענען דער איינציגסטע אויסגאבע וואס ליגט ביי יעדן אינדערהיים א גאנצע חודש.. ס'נישט אמת. מעלות ליגט אויך א גאנץ חודש אויב נישט א גאנץ יאר/יארן... און ס'דא נאך. פארוואס דארף מען ליגענט זאגן? ס'נישט עטיש.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:43 am

· #176226
קאווע טרינקער האט געטוישט זיין חתימה, טרם ישאלו ואני אענה, ס'איז מיוסד אויף אן ענדליך ווארט: האסט נישט וואס צו טוהן? טוה עס נישט דא.

מאטי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:43 pm

· #176283
האסט נישט וואס צו חתמ'ען חתמ'ע נישט דא.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:49 pm

· #176285
מאנכע קריכן ארויס פונעם ״קליינעם באקס״ בלויז זיך צו טרעפן אין א גרעסערן.


מאטי וואס איז די טיפקייט פון דיין חתימה? אוודאי איז א גוטע זאך צו ארויסגיין צו א גרעסערע באקס מען קען זיך א ריר געבן סאיז דא מער פלאץ צו אטעמען, וואס איז דיין פוינט?

און נאך א הערה לויט דיינע געשמאקע תגובות וואלסטו געמעגט האבן מער א זאפטיגע נאמען @moti107 קלונגט עפעס ווי נאך איינער פון די פיר הונדערט קאממענטס אויף א נייעס וועבזייטל

מאטי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:13 pm

· #176296
על ראשון ראשון כ׳על דיר דאס מסביר זיין מיט א משל: ס׳אמאהל אריינגעקומען א אינגערמאן אין שול מיט א שיינער האריגע ״קוטשמא״ צום ערשטען מאהל. זיין חבר פרעגט אים וואס איז געשען ? גארנישט גארנישט - זאגט ער - איך קאק אויפן סיסטעם.....

על אחרון, ביסטו טאקע גערעכט, מיין ניק איז צושטאנד געקומען שלא ברצוני, ניטאמאהל געכאפט אז דאס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר א יעדן צו זען.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:32 pm

· #176299
moti107
מיין ניק איז צושטאנד געקומען שלא ברצוני, ניטאמאהל געכאפט אז דאס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר א יעדן צו זען.

דארף דיין ניק מאכן א ברכה "שלא עשני כרצוני".

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:13 pm

· #176310
moti107
על אחרון, ביסטו טאקע גערעכט, מיין ניק איז צושטאנד געקומען שלא ברצוני, ניטאמאהל געכאפט אז דאס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר א יעדן צו זען.

איך מיין אז מען קען אריינגעבן א פארלאנג צו טוישן די ניק. גבאי שני שרייבט דא:
[ציטאט אראפגענומען]

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:21 pm

· #176312
מען קען זיכער טוישן, אבער נישט אלץ לוינט עס.
אז דער עולם איז שוין געוואוינט דערצו, לאז עס לענ"ד.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:23 pm

· #176313
און בכלל, וואס טראכטן די אלע וואס "כאפן נישט" אז עס גייט בלייבן אן דיספלעי פאר יעדן צו זעהן?

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:26 pm

· #176315
איזה עשיר השמח בחלקו. עטס זעהטס? ווען איך הייס ווען שמעקעדיג וואלט איך מיר שוין לאנג גע'הרג'עט. אבער דער שמעקעדיג גייט אן כאילו לא היה. מ'קען זיך לערנען.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:56 pm

· #176319
סארי צו זאגן אבער דיין אוואטאר קוקט אויך אויס אביסל שמעקעדיג 😈

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:30 pm

· #176322
איך בין אינטער א שטענדיגע suicide watch.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11