☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #2405

אשכול אן א טיטל #2405

531 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

איש עברי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:05 pm

· #176335
אפטעמיסט
איזה עשיר השמח בחלקו. עטס זעהטס? ווען איך הייס ווען שמעקעדיג וואלט איך מיר שוין לאנג גע'הרג'עט. אבער דער שמעקעדיג גייט אן כאילו לא היה. מ'קען זיך לערנען.


דאס איז ריכטיג אפטימיזם!

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 21, 2014 3:16 pm

· #178110
@יאיר'ס נייע חתימה:
הצדיקים הטהורים: אינם קובלים על הרשעה אלא מוסיפים צדק, אינם קובלים על הכפירה אלא מוסיפים אמונה, אינם קובלים על הבערות אלא מוסיפים חכמה.
הרב אברהם יצחק הכהן קוק

א שטארקע נקודה. אויף פלעין אידיש זאגט מען עס, "חשכות קען מען נישט פארטרייבן מיט שטעקענעס נאר מיטן אנצינדן א ליכט".
אבער די קאלערינג איז עפעס נישט אזוי גוט אויסגעקומען, עס צומישט די אויג. פילייכט וואלט בעסער געווען ווען עס מער איינפאך געשריבן, איך גלייב אז מען וועט עס אזוי אויך באמערקן.

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:04 pm

· #178123
ברסלבער
@יאיר'ס נייע חתימה:
הצדיקים הטהורים: אינם קובלים על הרשעה אלא מוסיפים צדק, אינם קובלים על הכפירה אלא מוסיפים אמונה, אינם קובלים על הבערות אלא מוסיפים חכמה.
הרב אברהם יצחק הכהן קוק

א שטארקע נקודה. אויף פלעין אידיש זאגט מען עס, "חשכות קען מען נישט פארטרייבן מיט שטעקענעס נאר מיטן אנצינדן א ליכט".
אבער די קאלערינג איז עפעס נישט אזוי גוט אויסגעקומען, עס צומישט די אויג. פילייכט וואלט בעסער געווען ווען עס מער איינפאך געשריבן, איך גלייב אז מען וועט עס אזוי אויך באמערקן.

א דאנק ברסלב'ער פאר'ן עס ארויפברענגען. אין מיין קאלארינג פון הרב קוק'ס הייליגע דיבורים ליגט באהאלטן טיפע סודות נשגבים, גלייך ווי אין יעדן אות ותג פון מיינע ווערטער. ווער עס קען צוטרעפן די כונה בין איך מבטיח א שטול אין גן עדן לעתיד לבא צווישן מיר און הרב קוק, וואו ער וועט זיך קענען צוהערן צו אלע אונזערע דערהויבענע שמועסן בסוד שיח שרפי קודש.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:09 pm

· #178125
איך האב עס צוגעטראפן אבער וויל איך נישט זיצן מיט דיר און קוק דארט אין גן עדן אדער גיהינם

הוגה » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:12 pm

· #178127
דער (פינטעל) איד
איך האב עס צוגעטראפן אבער וויל איך נישט זיצן מיט דיר און קוק דארט אין גן עדן אדער גיהינם


איך גיב דיר מיין הייליג ווארט אז דו וועסט דארט נישט זיין.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:12 pm

· #178128
דו געסט נישט גארנישט. א לייק פון יאיר איז וואס דו דארפסט

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:21 pm

· #178133
פינטעלע, אויב דו מיינסט לשם שמים וועסטו דארט זיין. אבער איך קען דיר גאראנטירן אז דו וועסט סייווי נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס מיר רעדן. דער קל רחום וחנון וועט דיר זיכער נישט שטראפן מיט אזא שרעקליכע עונש אז דו זאלסט זיך נישט טרעפן דאס פלאץ אין גן עדן. נאר איך קלער, לויט די מעשה וואס בערל וועט באלד דערציילן, אז אויף יענע וועלט וועט מען דיר געבן א בייטש אין די האנט און דו וועסט שמייסן אויף אלע מזרחיסטן, ציוניסטן, קאווע-שטיבליסטן, כופריסטן, און פארשטייט זיך, אויף די לייקיסטן, די אלע וואס שרייבן כדי צו באקומען לייקס, און מיט דעם וועסטו באקומען דיין שכר מיט פראצענט.
לעומת זה וועסטו אליין באקומען לייקס, און נישט סתם, נאר עד אשר יצא מאפכם. פאר יעדן שמייס א לייק. איינס? טויזנט! זעק מיט לייקס וועסטו באקומען דארט אויף יעדן פערלווארט וואס גיסט זיך ארויס פון דיין מויל, און אין צוגאב וועלט אלע מלאכים ושרפים לאכן פון דיינע וויצן. הו, עס רינט מיר שפייעכץ פון מויל!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:24 pm

· #178134
ענדליך עפעס פאזעטיוו

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:26 pm

· #178136
יאיר
א דאנק ברסלב'ער פאר'ן עס ארויפברענגען. אין מיין קאלארינג פון הרב קוק'ס הייליגע דיבורים ליגט באהאלטן טיפע סודות נשגבים, גלייך ווי אין יעדן אות ותג פון מיינע ווערטער. ווער עס קען צוטרעפן די כונה בין איך מבטיח א שטול אין גן עדן לעתיד לבא צווישן מיר און הרב קוק, וואו ער וועט זיך קענען צוהערן צו אלע אונזערע דערהויבענע שמועסן בסוד שיח שרפי קודש.

דאס האב איך אליין פארשטאנען אז עס ליגט גרויסע סודות אין דעם. אין מיט דעם אלעם מאכט עס נאך אלץ נערוועז. א פלא פון א מעשה...

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:32 pm

· #178139
מוז על כרחך זיין אז דו ביסט נאך נישט אויף די מדריגה פון באנעמען די קאלירן פון מיינע חתימות אויף אן אופן וואס עס זאל דיר נישט בלויז נישט נערוועז מאכן, נאר עס זאל דיר אריינפירן אין א טראנץ וואס עין לא ראית אלקים זולתך. מיינע קאלירן זענען געמאכט פאר די געהויבענע אידן, א שטייגער ווי דו וואס האבן ארויס די סודות פון די קאלירןפולע רבי'שע בעקישעס און פון זייער סייז פון די בלומען, ווי אויך פון דעם צאל שפיצן אויף'ן שטריימל (און אודאי פון יא אדער נישט מגלה זיין די עטרה), פון האבן סנעפס אנשטאט קנעפלעך אויף די סטראקעס וכו' וכו' וכבוד אלקים הסתר דבר. (מ'זאל חלילה נישט אויסגעפינען וואס ליגט אונטער דעם ווייל ס'וועט זיין גרויסע בזיונות).

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:46 pm

· #178144
יאיר
נאר איך קלער, לויט די מעשה וואס בערל וועט באלד דערציילן

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:47 pm

· #178146
שמעקעדיג
יאיר
נאר איך קלער, לויט די מעשה וואס בערל וועט באלד דערציילן

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

: 👍 👍 ❗ ❓ 💡 ➡️ 😕 🤓 🙄 😠 😂 😎 😮 😲

מאטי » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:51 pm

· #178150
יאיר, איך וויל וויסן.. די קאליר פון ״הצדיקים הטהורים״ איז יא דיפאלט?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:54 pm

· #178152
יאיר
שמעקעדיג
יאיר
נאר איך קלער, לויט די מעשה וואס בערל וועט באלד דערציילן

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

: 👍 👍 ❗ ❓ 💡 ➡️ 😕 🤓 🙄 😠 😂 😎 😮 😲

נאריש, האסט יעצט געספויעלט די זאך און אונז שוין פארציילט די ענדע פון זיין מעשה!

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:19 pm

· #178241
אזוי ווי איך זע אז דער עולם איז נישט משיג די עמקות אשר מים עמוקים ידלם איש תבונה, און די רחבות הרחבה מני ים פון מיינע טיפע קאלירן פון מיין אונטערשריפט, וועל איך באין ברירה מוזן זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים און אנטפלעקן א קליינער טייל פון די סודות וואס ליגן דארט, והוא רחום יכפר וכו'.
אלזא נייגט צו אן אויער. נענטער, כוויל נישט רעדן צו הויך, כדי אז די אומגעווינטשענע אויערן זאלן נישט הערן. אט אזוי. לאמיר אנהייבן צוביסלעך:

הצדיקים הטהורים אינם קובלים על הרשעה אלא מוסיפים צדק

אין די ערשטע ווערטער פון רבינו הרב קוק ז"ל, ליגט דערין דער תשוקה צו צדק און יושר. ווי מיר ווייסן אלע דארף מען פייטן פאר'ן יושר ביז'ן לעצטן טראפן בלוט, דאס איז עפעס וואס קומט אן נאך גרויס שוועריקייטן. דערפאר האב איך דאס באצייכנט מיט'ן רויטן קאליר, וואס סימבאליזירט א התלהבות און פייערליכקייט. מיר דארפן אלע זיין קנאים פאר צדק און יושר, נישט דורך זיין פארנומען מיט'ן זוכן רשעות, נאר דורך זיין אליין א סימבאל פון צדק און יושר!

אינם קובלים על הכפירה אלא מוסיפים אמונה

דערנאך קומט דער יסוד פון אמונה, דאס דארף מען אריינברענגען אין די הערצער פון דעם היינטיגן דור, וואס איז נעבעך פארפלייצט פון איין זייט מיט אן עקסטרעמע סקעפטיציזם וואס אזי בעצם א פאלשע אמונה אין זיך אליין, און פון די אנדערע זייט זענען דא די פאלשע מאמינים וועלכע האבן צוגע'גנב'עט דעם טיטל פון אמונה פשוטה כדי צו באהאלטן אונטער דעם זייערע דעות כוזבות. אויף דעם דארף מען אריינבלאזן א ריכטיגע אמונה, אן עניוות צו די העכערקייט וואס ליגט אין די בריאה. בלוי, ווי מיר ווייסן אלע, איז מרמז אויף אמונה, תכלת דומה לים, ים דומה לרקיע. אין דעם ליגט אויך א געוואלדיגע טיפקייט, וויבאלד דער קאליר בלוי איז א גאר באלאנסירטער און רואיגער קאליר, ווייל א מענטש וואס איז אן אמת'ער מאמין איז ביי זיך אין הארץ רואיג און באלאנסירט.

אינם קובלים על הבערות אלא מוסיפים חכמה

די דריטע חלק, דאס איז חכמה, אויף דעם דארף זיין געווידמעט אונזערע כוחות צו אריינברענגען חכמה אויף א פאזיטיווער אופן, ארויסהייבן די שיינקייט פון די מאיעסטעטישע גאונות וואס ליגט אין די בריאה און אין די מענטשן. אויף דעם איז מרומז דער קאליר געל, וואס איז דאך פשוט אז דאס איז מרמז אויף דעם אור הגנוז וואס איז באהאלטן אין די טיפע דברי חכמה וואס ליגט אין תורה, סייענס און פילאזאפיע, ווי עס שטייט אין גמרא, כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים, זו חישוב התקופות והמזלות, און ווי עס איז ידוע בשם דעם חכם ישראל רבינו הרמב"ם.

הרב אברהם יצחק הכהן קוק

און פאר דעם גרויסן בעל המימרא הכהן הגדול מאחיו שהיה מבני בניו ותלמידיו של אהרן הכהן, וואס איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים, ראויים הדברים למי שאומרם, האב מיר גאט ממש יעצט חוננן דעת געווען צו באשטימען פאר אים דעם קאליר פינק, וואס ווי באקאנט איז פינק דער קאליר וואס צייגט אויף ליבשאפט און ווייכקייט, אזוי ווי דער גדול בישראל וואס האט פארמאגט אן אהבת נפש צו די גאנצע בריאה און האט ליב געהאט זיינע גרעסטע שונאים.


באמת האב איך געוואלט מאכן די ווערטער אנהייב "הצדיקים הטהורים" ווייס, וויבאלד דער קאליר ווייס איז כולל אין זיך אלע קאלירן, כידוע מחכמי הקבלה והמדע, נאר אזוי ווי מען וואלט דאס נישט געהעריג אנגעזען האב איך באין ברירה מוותר געווען דערויף. ווען משיח וועט קומען און ס'וועט זיין דער תיקון השלם וועט דאס זיכער ווייס ווערן פון זיך אליין און מיט דעם אלעם וועט מען דאס קענען זען, וויבאלד די ווערטער שיינען שבעתיים כאור הבוקר, וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דיבר.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:47 pm

· #180469
@מאטי האט א ציפעדיגע אונטערשריפט וואס דארף פאראייביגט ווערן (איידער ער טוישט עס). קורץ און צום פונקט:

געזונט: דער לענגסטער וועג צום טויט.


און אז מען גייט שוין אין דער ריכטונג קומט צו דערמאנען די אונטערשריפט פון @דענקער וואס גייט אויפן זעלבע מהלך:

דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.


אפשר ווילן די אויבנ-דערמאנטע חברי השטיבל קומען מיטטיילן מיט אונז הסברים ע"פ דרוש וע"פ סוד, ווייל ע"פ פשטות איז עס גאנץ קלאר...


.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:27 pm

· #180494
ס'איז סתם א גוטער כאפ. ווער וויל דען נישט אז דער וועג צום טויט זאל זיין ווי לענגער?




.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:43 pm

· #180504
דער (פינטעל) איד
ס'איז סתם א גוטער כאפ. ווער וויל דען נישט אז דער וועג צום טויט זאל זיין ווי לענגער?




.

פינטעל קרוין דאס איז פשט,דרוש, אדער סוד. נ. ב. איך האב דיר באמת ליב.

מאראנצןזאפט » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:29 pm

· #181061
ברוכים תהי', אי"ה ביי ענק אויף סימכעס, ערגעץ די וואך האב איך געפראוועט מיין בוירטדעי, יוניאר 22 כמדומה, ווען איך האב מיך איינגעשריבן דא אלס א מעמבער נישט מער געדאכט, טאקע פון מיין באליבטן זיץ ארט, די גרויסע הענדיקעפט סקיסע אין כולל, און די יארן לויפן! אפילו קאווע טרינקער פארשטייט שוין ס'צייט פאר א מעיקאווער, יעצט איז שוין בענגס אין סטייל, און א פינקע טאפ איז שוין אויך נישט אזוי גאנגבאר, קאלירן זענען אוועקגעפלויגן כשמא דקא גרים פלייאינג קאלערס, ווארום אין פאריז האט מען שוין געטוישט מיינונגען.

גם אני לכבוד מיין געבורטס טאג האב איך אגב געטוישט מיין אוואטער וואס איז דורך בשתיקה, און היינט האב איך געטוישט מיין חתימה, כאפט א בליק ביטע.

יא! דאס איז מיין לעקציע פונעם לאנגען קייליכיגן יאר. קריגערייען זענען זינלאז!
צוויבל קוגל און לאקשן קוגל וועלן אלעמאל בלייבן צוויי קוגלען, און בו בעת וואס מנשה פרעפערט א געצוויבלט וועל איך ענדערש גיין מיט א סטוטשינער גאליציאנער געפעפערטן קוגל.
ביי איינעם איז פוסטריט אגיטאציע, ולא גרע פון אלע אנדערע קריסטליכע הומאנטארישע הילפס ארגאניזאציעס למיניהם וואס דינען אלע געטריי דעם יוזלען, און ביי א צווייטן איז עס עבודת הקודש.
וכו' וכו', איינער גלייכט דעם משנה ברורה, און ביי א צווייטן איז ער א קינד וואס געהערט אין א וויגל, ואטו כי רוכלא אויסצורעכענען די אלע וועלט געפעכטן וואס מיר האבן דא מיטגעלעבט דורכאויס די לעצטע צוועלף חדשים.
הצד השוה שבהם, אז רובא דמינכרא סטיקט יעדער צו זיין פריערדיגן מיינונג, זעלטן וואס איינער זאל טוישן זיין דעה, כי אין דעות בני אדם משתוות וועט אלעמאל בלייבן דער פאקט.

אלזא איז דאס די ערשטע פאראגראף וואס איך לאז צוואה פאר מיינע קינדערלעך: קריגטס ענק נישט, שוינטס אייער צייט און מי, לערנט אייך אויס צו דולדן, עס מוז נישט יעדער מיטטאנצן קדוש אויף אלעם וואס איר האט נאר אמאל געקלערט, ברוך חכם הרזים זאגן אונז חז"ל, דאס איז די שיינקייט פון דער בריאה, אז יעדער האט זיין געדאנקען, וכשם שאין פרצופיהן שוות, אזויווי איינער איז בלאנד און דער צווייטער שווארץ, איינער האט בלויע אויגן און דער צווייטער ברוינע, וועט אלעמאל בלייבן דעם אומלייקבארער פאקט, אז אין דיעותיהן שוות.

ביז די הונדערט און צוואנציג אי"ה.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:24 pm

· #181081
פינקע קאלירן זענען אפשר מער נישט די מאדע; אבער לעצטנס איז געווארן אין סטייל דא אין שטיבל אז יעדער שמויגער לאזט צוואה. א אנשיקעניש!

נאכאמאזל דו פירסט אויס ביז די 120....

טעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:02 am

· #181132
העפי בירדעי מאראנצען, ביז 120 טויזענט תגובות!

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:19 am

· #181135
יאפ העפי בירטדעי. אין די איינע יאר האסטו אונז באלויכטן און באשאנקען מיט הונדערטער מאמרים. תגובות, און אפשאצונגען/ביאגראפיעס אויף פארשידענע פערזענליכקייטן, בטוב טעם ודעת, מיט דיין רייכן פעדער. באמת א געשמאק צו ליינען, ווי עס וועלן עדות זאגן די טויזענטער לייקס. מיר בעטן, עד הנה וכו' ואל תטשנו לנצח....

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 3:07 pm

· #181256
אז מען רעדט שוין, איך האב שוין געשריבן א ענליכע צוואה קרוב צו 2 יאר צוריק, ושמעקעדיג עדיף ממאראנצן.......

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/6475">viewtopic.php?p=6475#p6475</a><!-- l -->

אפטעמיסט » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:24 pm

· #185038
"If you say something, see something"-- לא זכיתי לרדת לסוף דעתו של @מאטי, וה' הטוב יכפר.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:27 pm

· #185040
קען זיין ער מיינט צו זאגן אויב זאגסטו עפעס 'קוק' נאכדעם צו האסט באקומען א לייק דערפאר.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:13 am

· #185050
אפטעמיסט
"If you say something, see something"-- לא זכיתי לרדת לסוף דעתו של @מאטי, וה' הטוב יכפר.

אויב דו זאגסט עפעס, זאג נישט אין די וועלט אריין, זע וואס דו זאגסט, טראכט דאס דורך, פארשטיי עס (וירא און ער האט פארשטאנען) און נאר דאן זאג עפעס.
גענומען פון. NYC MTA. אויפשריפט If you see something say something.
פינטעל א שיינער פשט.

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:47 pm

· #194730
sefish פרעגט: ?Why isn't 11 pronounced onety one

אויף יאהו[!] שרייבט איינער:

It all dates back to the ancient Hittites, who while driving their chariots in battle would cry, "Onety-One", which was eleven, signifying the 11 provinces of ancient Hititeia.

Unfortunately, those in the first brigade would always hear their number called and would be sent into battle accidentally. Thus, nobody ever wanted to be in the first brigade.

To solve this problem, King Nonayou Bisniz decided to refer to the new number by his son, Yo-Levy . . .who coincidentally had six fingers on his right hand.

Sources:
I also got a bridge to sell you.

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:57 pm

· #194732
אחד עשר ווערט אויך גערופן עשתי עשר.

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 6, 2014 1:53 pm

· #194895
פישל'ע העררינג
אחד עשר ווערט אויך גערופן עשתי עשר.

מען פלעגט אמאהל ציילן דורך סעטס פון צעהן. איין צענער, צוויי צענערס, דריי צענערס, פיר צענערס, וכך הלאה. ממילא קומט אויס אז אחד עשר איז באמת 10, נישט עלף.

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:58 pm

· #197886
@אפטעמיסט,



😂 😂 😂

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:19 am

· #197915
הייסט א גרויסער עולם דא רעד כינעזיש. אפשר קען מען אנהייבן מאכן כינעזע בלעטער, 那你說這樣的計劃嗎?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:36 am

· #197916
כינעזיש איז אסאך קורצער. פישל וועט נישט דארפן ארבייטן אזוי שווער.

ברסלבער » דינסטאג מאי 20, 2014 9:58 am

· #201262
יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

[list]Arbeit Macht Frum[/list:u]
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.

עפל סיידער » דינסטאג מאי 20, 2014 11:09 am

· #201286
ברסלבער
יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

[list]Arbeit Macht Frum[/list:u]
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.

אמת ויציב ונכון........

דריידל » מיטוואך מאי 21, 2014 7:46 am

· #201496
ברסלבער
יעצט באמערק איך דער נייע חתימה:

[list]Arbeit Macht Frum[/list:u]
א שיינע ווערטער שפיל. און אייגטליך א גמרא מפורשת אין כתובות, "בטלה מביאה לידי שיעמום ולידי זימה", וההיפוך בהיפוכו.


וואס דארפסטי ברענגן א גמרא און דרשענען משמעות ווען ס'איז א בפירושע משנה און אבות: טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שנים משכחת עון.

דרך אגב, בין איך דער איינציגסטער וועם עס שמעקט נישט פישעלעס חתימה? עפעס איז עס מיר נישט אזוי פאני צו מאכן ווערטלעך בשייכות מיט'ן האלאקאוסט.

איך אויך » מיטוואך מאי 21, 2014 9:18 am

· #201503
מיר אויך נישט.

סאו וואט » מיטוואך מאי 21, 2014 10:52 am

· #201521
דו רמב"ם ז"ל שרייבט דאך קלאר אזוי: אין מחשבת עריות בא אלא בלב פנוי מן החכמה.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:51 pm

· #217422
@אויליגער שרייבט:

לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך

ע"ש די ניגון עוה"ב איז א גוטע זאך..
ונהניתי.

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:52 am

· #224231
@סאשי פיש האט ארויסגעשטעלט א נייע חתימה:
יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, (כוכב)

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:12 pm

· #226579
לעצטנס איז געווארן אין סטייל צו נוצן א ציטאט פון ר' כוכב'ן פאר אן אונטערשריפט.

@שמעקעדיג
מדברי כוכב: מורינו רבי שמעקעדיג מיט דיין מדות טובות און שכל הישר, מיט דיין טוב עין, פאזיטיווקייט, ישרות, חכמה, ביזטו די האופ פאר די יומען רעיס, דו ביזט דער ריח ניחוח לה', מיט יעדע תגובה באלייכסטו אונזער האריזאנט, און ברענגסט אור צו דער ענדע פונעם טונעל, און מיר טוען אייך מכיר טובה זיין דערויף.


@סאשי פיש
יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, (כוכב)

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:22 pm

· #226584
כוכב
לעצטנס איז געווארן אין סטייל צו נוצן א ציטאט פון ר' כוכב'ן פאר אן אונטערשריפט.

מעג איך דאס נוצן פאר אן אונטערשריפט?

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:38 am

· #226695
@כוכב, אויב וועסט מיר אויך געבן אזא זאפטיגע קאמפלימענט ווי פאר שמעקעדיג, וועל איך עס אפשר אויך פאראייביגן אין מיין אונטערשריפט.

#האסט געהערט א מעשה.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 11:06 am

· #228257
קאווע טרינקער
ייש"כ כוכב.


😂

הוגה » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:13 pm

· #230458
לאגיק ארבעט נאר ווען געפיל ארבעט נישט.
ווען געפילן ארבעטן נישט איז דער מענטש טויט.
(קאווע טרינקער, מיטאג טיש)


@קאווע טרינקער, מיין געפיל הייסט מיר גיין נאך לאגיק.


.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:48 pm

· #231600
איך פראקלאמיר א קאמפיין, אז יעדער זאל שרייבן אלץ זיין חתימה, עפעס לכבוד די שמחה בבית שמעקעדיגסוויל.

כוכב » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:06 pm

· #232300
@רויטע וואנצעס
גאון במידות. רך לב. עט הדר. הומאר. דעה ישרה. חסד. פאזעטיוו. עשר אלף. מזל טוב. שמעקעדיג.


@מאטי
אויב שמעקעדיג רעדאגירט דיין תגובה, דאן ביסטו אין ביג טראבל.
(שעפטל)


@כוכב
כ'לויף שוין
צו ממרא'ס פלוין
כאפן עלאגאלעס באס כ'וויל
קיין שמעקעדיגסוויל!


@קאווע טרינקער
שמעקעדיג'ס 10,000 זאכליכע תגובות קומט נישט צו פוס.. ס'קומט פון קאפ!
לחיים!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:57 pm

· #234316
ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:18 pm

· #234466
@בשבילי

Use this quote as a signature so people will think you're smart
~ Punchidfto Cynkeldfg ~


👍 👍

נתן מנחם » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:22 pm

· #234468
berlbalaguleh
ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!


פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:02 pm

· #234537
נתן מנחם
berlbalaguleh
ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!


פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........

נו, וואס אי די מעשה. אדער כמעשה...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11