דער סיסטעם האט מיר גערודפט פראבירענדיג צו לינקען צו מיין שטיקעל ווי איך בין מסביר דער חלום פון וואס איך רעד. אלץ נקמה וועט דער ווידיו פון מרטין לותר קינג בלייבען דארט ביז יעדער מעמבער פון קאווע שטיבל האט אויסגעהערט די דרשה מהחל ועד כלה.
בין איך slow ??? איך דריי מיך ארום אין שטיבל און מארטין לוטיר לויפט מיך נאך ווי איך גיי... נאך 10 מינוט האב איך גלייך געכאפט אז לעיקוואד נוצט דעם קליפ פאר א חתימה... OMG...
כ'וויל בעטן די גבאים זאלן אויסשטעלן די סיסטעם פון אונטערשריפטן, יעדער תגובה זאל שטענדיג בלייבן מיט די אונטערשריפט עס איז בשעתו געפאוסט געווארן. איך קען למשל ליינען א תגובה פון זר נאך פון די מלחמה יארן דא, דהיינו, ווען שפיזן זענען געווען געצילט דיקא אויף זיין דעמאלטדיגן פערסאנאלעטי, און יעצט ליינען יענע תגובות מיט זיין יעצטיגן געטוישטן פערסאנאלעטי מיט אנטזאגטע אחריות.
איך בין זיך מעיין אין א שטיקל סייענס פון יידל מיט א שארפן ווארט פון ריטשארד פיינמאן, דארף איך יעצט אריינוואנדערן אין ליפא'ס א פשוטען יוד אלבוים, וואס איך טוה דיקא ווען איך בין נישט אין דער גוסטע פון סייענס.
צו ליינען תורה'דיגע באמבעס פון יאיר, מיט זיין ווינדערבארן פיליזאפיע, מיט די בענקנדיגע ליבי אומר לי חתימה וועלעכע האט געדינט ווי נר לרגלו, דארף איך זיך נאכאמאל דערמאנען פונעם טאטע פון די עוועלאציע טעאריע,
און ווער רעדט נאך פון קאווע טרינקער, ער האט גאאטס צו טרייבן שפאס פון קופערניקס אויף אונטערשריפטן, בעת ער האט שוין געטוישט זיין אונטערשריפט, מער מאל וויפיל תגובות ער האט געשריבן. כהנה וכהנה פילע אלטע תגובות וואס איך קום אן שפעט, און עס וואלט געווען ראטזאם צו זעהן די חתימה פונעם שרייבער באשר הוא שם.
אין ליכט פון די הונדערטע טויזענעטע ניקים וואס האלטן מיך און איין אישי'ן: "כ'וואלט דיר געוואלט לייקן אבער איך קען אבער נישט ווייל דיינע ווערטער איז נישט אויסגעהאלטן מיט די שיטה הקדושה" אדער "ווייל עס איז צו לינק געשריבן", אדער פאר די וואס דערוואגן זיך יא צו לייקן און נאכדעים פארענטפערן זיי זיך ברבים "אז איך לייק נאר די שפת הפלפלין און נישט די תוכן ח"ו" פאר די אלע האב איך געמאכט א דיסקלעימער אין מיין אונטערשריפט, אלזא מהיום והלאה קענט איר מיר באהאגלן מיט לייקס אן קיין שום חשש כלל וכלל.
איך האב א געדאנק פאר א נייע חתימה, וואס איז שטארק נוגע מיין מהלך דא אויף ק"ש, אבער איך לאז שווער אפ מיין חלום, דעריבער איז מיר איינגעפאלען עס אהערצוברענגען דא, זאל עס שטיין דא אלץ זכר בעלמא, און איך בלייב מיט מרטין קינג און זיין חלום. אדער אויב דער עולם האט אן אנדערע עצה אפשר, אולי אפשר לקיים שניהם. איך פרעג נאר.
Great minds discuss ideas; average minds discuss events; small minds discuss people." - Eleanor Roosevelt
איך האלט זאלסט בלייבן מיט'ן יעצטיגן. פשוט פארדעם אליין וויבאלד כ'האב נאכנישט אויסגעפיגערט די טיפקייט וואס שטעקט דערין. יעדן מאל איך זע דיין חתימה ספענד איך נאך א מינוט טראכטן וואס די גדולה דערמיט איז. ס'קען דאך נישט זיין אזוי פשוט ווי ס'שיינט.
און דאס אז א ניגון שמחה, the universe is singing, עס קומט פון חסידי הרה"ק הגורו המפורסם מוהר"ר אושו זצ"ל. אין דער פילם זעהט מען טאקע ווי דער רבי מיט די חסידים טאנצן צו דער ניגון.