איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון ליטוואק פון בודאפעסט'ס השקפות, כידוע, אבער פארט קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל פון זיין מאדנע חתימה:
By giving a like you are making a statement that you only accept the best for your family and guests credit: Mayim Chaim soda
וועלכע קומט ממקורו פון מים חיים'ס סלאגאן אויף יעדן באטל סאדע...
.
ס'איז איראניש ווייל פונקט ער וואס האט אזאלכע זיסע כינויים אויף חסידות בכלל און סאטמאר בפרט, זאלל נוצן א סלאגאן פון א סאטמאר'ער פראדוקט. למשל, ער רופט אן חסידות, אן עביט של מי רגליים, פון פרעסערס און זויפערס... 🙄
דו האסט א פיינעם אוואטאר, און שרייבסט הערליכע תגובות, איי ריעללי לאוו יו און עפרישעט יו, אבל מה אעשה אז יעדע מאל איך שטויס מיך אן מיט דיין חתימה כאפט מיר אן א עקל.
דריידל: איך האב יעצט געענדיגט ליינען א שיינעם מאמר פון דיר ( אין מאחורי. ..."ליל ששי אין די הרי הקעטסקילס"...) נאכדעם האביך געזעהן דיין חתימה. ביי מיר זעהט עס אויס ווי א סתירה צו וואס דו זאגסט. הגם ס'איז אן אינטרעסאנטע חתימה וואס ברענגט ארויף א שמייכל... 😂
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון איינע פון די עלטערן אין זייער דעוועלעפינג יארן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. -יואליש,ק״ש
שש, יישר כח פארן ענטפערן אבער פאר איך גיי עס ווייטער לייענען און פראבירן צו פארשטיין וואס דו זאגסט, וויל איך מיך באציען צו איין זאך וואס דו שרייבסט, איך האב נישט איבערגעלאזט קיין אידישקייט וועגן אט די איינע טענה, וואו איז דער אייבישטער געוועהן ביי די האליקאוסט אדער וכדומה איך האב איבערגעלאזט אידישקייט ווייל איך גלייב נישט דערינען פונקט ווי דו גלייבסט נישט אין יאשקע! איך האב מיך באצויגן צו @הקטן טשעפע און זיין חתימה ״בנים אתם לה׳ אלוקיכם״ וואס דערווייל מיינט עס אז ער פארברענט פיצלעך קינדער טאמער זיי גייען זיין כופרים און ער געט זיי נישט בכלל קיין בחירה?
שבת אחים: אזוי ווי איך האלט אז דו ביסט מיר א גוטער פריינט און ס'אינטרעסירט מיך דיין מצב. ספעציעל דיין סטאטוס אין אמונה בהשי"ת וקיום המצות. איך בין געווארן שאקירט צו ליינען צווישן די שורות אז דו ביסט א מענטש וועלכער איז צוגעקומען צו א קריזיס אין גלויבן אז דער באשעפער פון די וועלט פיהרט זי אויך. און האט אינזין אלע זיינע באשעפענישן, אידן ווי גוים. (בורא ומנהיג לכל הברואים). לפענ"ד. לויט מיין אפשאצונג איז עס א רעזולטאט פון דיין פארשונג איבער די מציאות הבורא, וואס איז אייגנטליך א מצוות עשה לויט דעם מחבר פון ספר חובת הלבבות, וועלכער שרייבט אין די הקדמה אז ס'איז א מצוה אז א מענטש זאלל צו קומען צו אמונה בהשם דורך חקירה. נאר ס'האט א שטארקע ריזיקע פון נישט פארשטיין און אפטייטשן ריכטיג געוויסע טיילן פון די אינפארמאציע און מ'קען ח"ו צו קומען צו אפיקורסות. למשל אזוי ווי אלבערט איינשטיין, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין אן אסימילירטע אידישע פאמיליע אין דייטשלאנד, וואו מ'האט נישט געלערנט אמונה בה' און קיום המצוות. אבער דורך זיינע סייענטיפישע פארשונגען (די טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וכדומה) איז ער צו געקומען צו די איבערצייגונג אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט וועלכער האט באשאפן דעם יוניווערס מיט אלע זאכן וואס זענען דארט דא. אבער דאס איז ערשט געווען ביי די ענדע פון זיין לעבן. ער האט אפגעלעבט די מערסטע פון זיינע יארן אין לייקענונג פון די מציאת הבורא. דאן איז פארהאן אן אנדערע וועג פון צו קומען צו אמונה. אמונה פשוטה. אן חקירות. און איך, און די מערסטע פשוט'ע מענטשן האבן אויסגעוועלט דעם וועג. ווייל איך זעה די יד ה' אין טאג טעגליכן לעבן. אן חכמות און חקירות. איך קען ברענגען צענדליגער מעשיות פון טאג טעגליכן לעבן ווי השי"ת האט מיר געהאלפן. און ווער ס'גייט אויף דעם וועג, ענדערש ווי אויף דעם ערשטן וועג נעמט נישט די ריזיקע פון פארלירן די גלייבונג אין השי"ת...!
יישר כח ר׳ בערל, דו שרייבסט צום זאך! (נישט אזויווי יענעם ווייסטאך דיין ליבלינג וואס פלעגט שרייבן אין וכו׳ 😃 ) באמת שכוח פארן שרייבן צו מיר און זיך פארופן מיין ידיד אפילו כהאב מיך דערקלערט אלץ א נישט גלייביגער, איך עגרי נישט מיט אלעס וואס איר שרייבט, אבער אויב זעהט איר דעם אייבערשטען אויף טריט און שריט בין איך אביסל jealous אויף אייך! באמת! נישט קיין וויץ! ווייל איך זעה עפעס אנדערש!, און הלואי וואלט איך באמת געגעלייבט, ס׳וואלט מיר געוועהן אין א וועג אסאך גרינגער, בעיקר איך בין צובראכן ווייל מיינע עלטערן זענען ממש אין צער וועגן מיר, און איך האב זיי באמת ליב און איך וויל זיי נישט מצער זיין, אבער איך גלייב נאך אלץ נישט אין דעם, וואס זאל איך טוהן???
איך געדענק א פאליס האט מיך אפגעשטעלט גאנץ אנפאנג נאכדעם וואס איך האב אפגעלאזט די רעליגיע און איך האב געמורמלט צו מיר אליינס, לוי יצחק בן שרה סאשע צו אלקא דמאיר ענני, און דערנאך האב איך געטראכט הלואי ווען עס איז טאקע דא אזא זאך אז מ׳קען בעטן דעם אייבערשטען! אבער די אידן אין אוישוויץ האבן אויך געבעטן דעם אייבערשטן? גרויסע רבנים זענען אריין אין פייער אריין!
יישר כח פאר די חיזוק, איין זאך קען איך זאגן אז איך באלעק מיך די פינגער ווען איר שרייבט, שרייבט מעהר אפטער!
א ווארט וואס איך האב געהרט לעצטנס און האט מיר געפאלן, איך האלט אויך אז עס איז נישט אמת, נאר די כלל איז אז מען מאכט נישט קאליע א שיינע מעשה מיט די אמת'ע פאקטן. 😉
אברמלע אברמעלע ליגט אין שניי אוי וויי טרינק טיי טיי איז ביטער גיב מיר צוקער צוקער איז צו זיס עס דיין פיס דער פיס איז פעט גיי אין בעט דער בעט איז נאס גיי אין גאס אין גאס האב איך מורא לערן תורה תורה איז הייליג עס בייליק.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
ביבער, איך האב ליב דיין חתימה אבער איך האב שלעכטע נייעס פאר דיר. דאס איז נישט וואלטעיר'ס. זע דא: <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Evelyn_Beatrice_Hall">https://en.wikipedia.org/wiki/Evelyn_Beatrice_Hall</a>
In The Friends of Voltaire, Hall wrote the phrase: "I disapprove of what you say, but I will defend to the death your right to say it"[4] (which is often misattributed to Voltaire himself) as an illustration of Voltaire's beliefs.[5][6][7] Hall's quotation is often cited to describe the principle of freedom of speech.