שמעקעדיגמשה געציל'ס נייע חתימה:יעצט דריי איך מיך נאך מיט קראקס און איך שרייב וואס עס שמעקט.
ווען איך וועל אנטוהן מיינע שיך?! אוי עס כאפט א פחד!
חתימה הזה אומר דרשוני
געווענליך מיט קראקס שמעקט נאך נישט, נאר נאכן אנטון די שיך. וצ"ב.
מיין ניק האט אויך וואס אריינצורעדן? שמעקעדיג שרייבט אויך וואס ס'שמעקט.
לשון נופל על לשון, און דער אונטערשטער לשון האט זיך גוט צוקלאפט.
איך בין געווען פאריגע וואך אויף א מיטינג מיט א איד אין די זעכציגער יארן בערך, דער איד איז געזעצן דארט צוזאמען מיט זיין זין א אינגערמאן. ווען איך האב גענדיגט די מיטינג האב איך אים געבעטען פאר זיין אימעיל אדרעס, דער איד איז געבליבן שטיל א מינוט, נאך א מינוט נעמט ער זיך ארויס שטאמלען... דזשעק@.... און ער גיבט זיך א ריף אן אזוי פאר זיין זין אז ער מיינט אז עס איז שוין צייט צי טוישן זיין אימעיל אדרעס צו עפעס מער פאסענד...
וואס זאל איך דיר זאגן? עס האט מיר אנגעכאפט א פחד! איך זיץ און שרייב דא וואס עס ליגט מיר אויפ'ן צינג בבחינת דזשעק מיט קראקס... אין א שיינעם טאג אן פארטער נאטעיס גיי איך מיך קוקען איין שפיגל ווי דער יעניגער בבחינת ר' יעקב מיט די שיך?! עס כאפט א פחד!