☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #2405

אשכול אן א טיטל #2405

531 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

מאטי » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:08 pm

· #109801
פארטייטשן שעפערישע חתימות און אנדערע ווערטליך
איך ווייס אז אין קאווע שטיבל אפטיילונג איז דא אן אשכול פאר אינטערסאנטע חתימות וויל איך אבער דא אין קונסט אפטיילונג עפענען אן אשכול ווי יעדער איז געלאדענט צו ברענגען חתימות אדער סתם גוט זאגעריי וואס לאזט זיך פארטייטשען לכמה דרכים און לאמיר זעהן וואס אונזערע געלונגענע חכמים וועלן קענען מחדש זיין.

איך וועל אנהייבן מיט מיין חתימה ,היות עימיצער האט מיר געפרעגט אין אישי.. (אוי איך ליידט שוין אויך דערויף) וואס זענען די שטארקע גרויסע קליינע פעטש פון וואס דו רעדסט ? איך דערשרעק מיך!

איר האט די פאלגענדע ברירות! אדער צו כאפן גרויסע פעטש מיט א גרויסע האנט אדער קליינע פעטש מיט א קליינע האנט אדער גרויסע פעטש מיט א קליינע האנט אדער קליינע פעטש מיט א גרויסע האנט קלויבט אייך אויס.


האב איך אים געענפערט אזוי.

אדם לעמל יולד.

יעדער האט זיך זיין פעקל,ווילסט זיין אזוי ווי יענער, ווערסט געוואויר אז יענער האט סאך א גרעסער.

מאטי » מאנטאג אפריל 29, 2013 2:12 pm

· #109834
כ׳האב אנערקענט אז יענער אשכול איז ענדליך. אבער יענער איז אן אשכול אין קאווע שטיבל אפטיילונג וואס אידענטיפיצירט אינטערסאנטע חתימות דאך האב איך געהאלטן אז דא אין קונסט אפטיילונג פאסט זיך אן אשכול ווי דער עולם ברענגט פארשלייערטע זאצן לאו דוקא חתימות און יעדער זאל פרובירן מחדש זיין דישעפרירן די מיינונג דערפון. אויב האלטסט נאך אלץ אז איך בין עובר אויף double dipping לאז מיך וויסן.

שרגא » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:41 pm

· #110041
יואב
געזעהן שרגא'ס אונטערשריפט, האב איך מיר אהער געיאגט צו רעאגירן, למעשה זעה איך אז יידל האט שוין קאמענטירט.

איך בין שארף מחולק, איך וואלט געזאגט אז "מסקנות" איז א מאנגל אין אינפארמאציע, זינט ס'אוממעגליך צוריקצודרייען היסטאריע,און אינפארמאציע איז כמים שאין להם סוף.
קווענקלענישן עפענט דיך דיין אויגן אין צענטער פון א ענדלאזע קוואל אינפארמאציע, און גיבט דיר אלץ דער געלעגנהייט צו נייגן איין וועג אדער דער אנדערן נאכפאלגענדיג נאך און נאך אינפארמאציע וואס ווערט געזאמעלט, צומאל לכאן און צומאל לכאן. משא"כ מסקנות, ווי לאנג די לעבסט ביזטו נאך אלץ אונטערשטעליג מיט אינפארמאציע.

לדעתי א טיפה סרוחה וועלעכער כאפט א טבילה אויף דעם עולם השפל פאר עטליכע דעקעיטס, ער האט נישט קיין אהנונג וואס עס איז געוועזן פאר אים, און ווייסט נישט וואס ס'וועט זיין דענאך, און קוים וואס ער קען זיין גענוג קלאר מיטן הווה, קען נאר ווייניג אינפארמאציע אים פירן צו פאסן מסקנות.


הייסט עס אז ווען איינער קומט צו א קלארע מסקנא, ווי למשל אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון, און נישט פארקערט, קומט דאס לויט דיר צוליב "א מאנגל אין אינפארמאציע"?
דו ווילסט אפשר זאגן אז "אומריכטיגע מסקנות" איז א מאנגל אין אינפארמאציע, און דאס איז אבוויעסלי אויך אמת (און איז נכלל אין וואס איך זאג, נאר דער חילוק איז צי דער מענטש ווייסט אז ער ווייסט נישט, אדער ער רעדט זיך איין אז ער ווייסט. אין ביידע פעלער איז עס א חסרון אין אינפארמאציע.)

יואב » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:48 pm

· #110044
אזעלכע אסטראנאמישע מסקנות האבן זיך שוין מער ווייניגער ארויסגעשטעלט צו זיין א פאקט, מילא ס'כאפט א קנאפישן נפקא מינה צו אן אינדעווידועלער וויל דערקלערן קריג קעגן מציאות.
איך רעד איבער פיליזאפישע, אידילאגישע מיינונגען, וועלעכע אנבלאנגט מייסטענס טעאלאגישע ענינים.

שרגא » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:56 pm

· #110048
אין פילאזאפיע איז מען טאקע פול מיט קווענקלענישן צוליב דעם דאזיגן טעם ווייל עס איז דא א גרויסער מאנגל אין טאפנדיגע אינפארמאציע.

יואב » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:00 am

· #110050
דערפאר, ווען עס קומען צו גיין אנטשלאסענע לייט כל עוף למיניהו, און שטעלן פאר זייערע שווארץ אויף ווייסע מסקנות, טוהט דאס אין מיינע אויגן סימבאליזירן א מאנגל אין אינפארמאציע.
זעהט זיך אויס מיר קריגן זיך בכלל נישט, עס איז פשוט הא לן והא להו.
אבער היות אייער אונטערשריפט טוהט נישט ספעציפירן איבער וואספארא סארט מסקנות איר באציהט זיך, און איר זענט דאך אליינס מודה אז אין געוויסע ענינים, עכ"פ וואו אנדערע מענטשן קענען מיט רעכט אוויסטייטשן איר באציהט זיך, האלט איר אויך דאס פארקערטע.
אלזא שיינט דאס צו זיין א היבש מאדנע אונטערשריפט.

אביגדור » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:55 pm

· #110513
קינות גירושין.

קינות גירושין » מיטוואך מאי 1, 2013 6:27 pm

· #110870
פלוץ פלצתי

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 9:24 am

· #112225
ממרום.

ברסלבער » מאנטאג מאי 6, 2013 9:32 am

· #112226
דער קאפיטאן שרייבט זיך אונטער:
--------------------------------------------------------------
נ.ב. געשריבן מיט א שינוי, מחמת קדושת ששת ימי המעשה.
---------------------------------------------------------------

ומעולם תמהתי על זה, אטו בשופטני עסקינן? פיזיקס ווייזט קלאר אז ער שרייבט מיט אלע באק-ציין אז עס גייט א רויך, אן קיין שום שינוי.
ולכן נראה בפשט הכתוב, אז דאס גייט טאקע ארויף נאר אויף די חתימה אליין, אז דאס איז געשריבן בשינוי, אבער די תגובות ראקן ווייטער בלי שום שינוי של זוז כלשהו.
און מיט דעם קען מען שוין אויך פארשטיין די מחיצות המבדילות וואס ער האט צוגעלייגט העכער און אונטער זיין חתימה, דאס איז כדי עס אפצוטיילן פון די תגובות, אז דאס האט נישט קיין שייכות והשפעה אויף די תוכן התגובות.

כן נתגלה לי בחלום, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר וכו'

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 9:37 am

· #112230
שפאקטיוו חודש אייר תשע"ג.

בירגער » מאנטאג מאי 6, 2013 9:39 am

· #112232
אריינגעשמאלצן "פארטייטשן שעפערישע חתימות און אנדערע ווערטליך" אין דעם אשכול.

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 6, 2013 11:42 am

· #112261
אביגדור
ממרום.

שוין ווייטער קומט ער מיט פיזיקס, וואס גייט מיר אן וואס די נארישע סייענטיסטן זאגן? זייער איינציגע אגענדע איז אויסצורייסן אמונה ביי אידן. אז די גוטע בוך זאגט אז ס'פאלט אין פנים פאלט עס אין פנים, אקעי?

ממרום שלח אש » מאנטאג מאי 6, 2013 5:03 pm

· #112353
אביגדור
ממרום.


כוועל קוואטירן מארק טוועין

The reports of my death are greatly exaggerated

לגבי די עצם פשט, שטים איך מיט געפילט'ן אז סאיז פאלש פשט. דער גוטער בוך דארף נישט שטימען מיטן מציאות, והדברים עתיקים.

אבער כוועל דיר געבן איין וועג צו פארעטנפערן,

אין אמת'ן ברויך עס יא לאנדן אין פנים, אבער נאר בזמן שבית המקדש היה קיים, עכשיו נשתנו הטבעיים."

מאטי » דינסטאג מאי 7, 2013 12:44 am

· #112521
ברסלבער
דער קאפיטאן שרייבט זיך אונטער:
--------------------------------------------------------------
נ.ב. געשריבן מיט א שינוי, מחמת קדושת ששת ימי המעשה.
---------------------------------------------------------------

ומעולם תמהתי על זה, אטו בשופטני עסקינן? פיזיקס ווייזט קלאר אז ער שרייבט מיט אלע באק-ציין אז עס גייט א רויך, אן קיין שום שינוי.
ולכן נראה בפשט הכתוב, אז דאס גייט טאקע ארויף נאר אויף די חתימה אליין, אז דאס איז געשריבן בשינוי, אבער די תגובות ראקן ווייטער בלי שום שינוי של זוז כלשהו.
און מיט דעם קען מען שוין אויך פארשטיין די מחיצות המבדילות וואס ער האט צוגעלייגט העכער און אונטער זיין חתימה, דאס איז כדי עס אפצוטיילן פון די תגובות, אז דאס האט נישט קיין שייכות והשפעה אויף די תוכן התגובות.

כן נתגלה לי בחלום, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר וכו'

איך וואלט געזאגט א פשט בדרך דרש אז אזויווי דער פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט״א האט דאך גע׳פסק׳נט אז זיך זעצן פארנט פון א סקרין וואס האט אינטערנעט נישט פאר פינאנציעלע געברויכן איז אסור בתכלית אין די ששת ימי המעשה. משא״כ שבת וואס מאיז נישט עוסק אין קיין פינאנציעלע עסקים איז דאך נישט דא דער פה שאסור. דעריבער וויל ער ח״ו נישט עובר זיין על דברי סופרים און ער מאכט א מה מצינו פונקט ווי שבת וואס האט א קדושה און איז אסור בעשיית מלאכה דאך איז א דרבנן לצורך מצוה מיט א שינוי מותר בדיעבד. די זעלבע זאך די ששת ימי המעשה וואס איז אויך אסור באינטערנעט מדרבנן צוליב קדושת ישראל וועט לצורך מצוה מיט א שינוי בדיעבד האבן א צד היתר
יעצט איז שוין זייער מדיוק די ווערטער ״מחמת ״קדושת״ ששת ימי המעשה״ ודפח״ח וקרוב לאמת

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2013 12:23 am

· #112894
מאטי107 האט א נייע חתימה, וועלכע האט מיר געקאסט א שמייכל:

There's 4 vital components that a human being needs in order to survive. 1) food 2) clothing 3) shelter 4) someone to blame for his faults

הוגה » מיטוואך מאי 8, 2013 12:49 am

· #112906
שמעקעדיג
מאטי107 האט א נייע חתימה, וועלכע האט מיר געקאסט א שמייכל:

There's 4 vital components that a human being needs in order to survive. 1) food 2) clothing 3) shelter 4) someone to blame for his faults


פארדעם האט מען חתונה. וי"א פארדעם האט מען קינדער.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2013 12:56 am

· #112910
אזוי זאגט דאך רש"י אין פרשת ויצא.

מאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 1:00 am

· #112913
שמעקעדיג איך מיין ס׳איז שוין צייט זאלסט טוישן דיין חתימה חוץ אויב די טוישט דעם scent flavor יעדע שטיק צייט.

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 1:08 am

· #112918
"דין ריחא ובר ריחא".

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2013 10:21 am

· #112984
אדרבה, גיב מיר עפעס א גוטס. (זיינס האט שוין עקספייערט נאך ל"ג בעומר.)

דער אמת איז, אז מערערע חתימות האבן נישט קיין שייכות מיטן ניק נאמען, און מיינס מוז אויך נישט האבן. לכתחילה אפשר יא, אבער ס'איז נישט מעכב.

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 10:26 am

· #112987
בשפע ב'ריחא' העליונה...

מאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 10:48 am

· #112993
איך האלט אז א חתימה מוז זיין דער אייגענטום פונעם בעל הניק זעלבסט, ס׳איז אזא שעפערישע געזאגעכטס וואס ליגט אים טיף הארצן און האט אזא געדראנג דאס צו דיספלעיען.. א געבארגטע זאך פארלירט דעם גאנצן טעם.

אביגדור » פרייטאג מאי 10, 2013 12:44 pm

· #113856
נו נו.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 10, 2013 1:31 pm

· #113894
יא, ס'א גוטס, אייגענס?

אביגדור » פרייטאג מאי 10, 2013 2:48 pm

· #113928
נעה.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 10, 2013 3:14 pm

· #113931
אריין אין אויסגעדראשענע זאצן...

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 10, 2013 3:45 pm

· #113933
moti107
שמעקעדיג איך מיין ס׳איז שוין צייט זאלסט טוישן דיין חתימה חוץ אויב די טוישט דעם scent flavor יעדע שטיק צייט.

כ'האב צוגעלייגט אפאר ווערטער.

אביגדור » פרייטאג מאי 10, 2013 3:50 pm

· #113935
איך מיין אז נישט. דער מרדכי ברענגט עס פון זיין רבי דער מהר"ם רוטנבערג, און די נושאי כלים רעכענען עס אלץ צירוף להתיר.

ברסלבער » פרייטאג מאי 10, 2013 3:58 pm

· #113936
שמעקעדיג
moti107
שמעקעדיג איך מיין ס׳איז שוין צייט זאלסט טוישן דיין חתימה חוץ אויב די טוישט דעם scent flavor יעדע שטיק צייט.

כ'האב צוגעלייגט אפאר ווערטער.

ריחא מילתא היא - לריח ניחוח אשה לה'
צי האט איר געוואוסט אז שמעקעדיג פון קאווע שטיבל איז געזונט בגשמיות אויך? זעהט דא:
Wake up and SMELL the coffee

ענדליך מצאתי את שאהבה נפשי, איך ווארט שוין לאנג צו הערן א גוט ווארט אויף קאווע (די עכטע), יעדער איז נאר ביזי ווי שעדליך דאס איז, אבער סוף כל סוף שווימט דער אמת ארויף ווי בוימאייל אויף וואסער.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 10, 2013 5:28 pm

· #113963
אנכי השם אלקיך

פיש'פיש ולא מצא, יתלה בקאווע שטיבל!

מען האט שוין אמאל ערווענט צי מען שרייבט פיש מיט א פינטעלע אין די פ"א... לויט דיר קומט אויס פאזיטיוו.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 10, 2013 5:43 pm

· #113973
ארלעדיגט.

יואב » זונטאג מאי 12, 2013 3:57 am

· #114120
אומגלויבליך, אבער א פאקט.
קאווע שטיבל - נארוואס אריינגעטראטן אין א פרישן פאזע, און איר פארצווייגטקייט האט געגרייכט אזוי ווייט אז, "קינדער" זענען שוין פארמאסקירט אינטער ניקס, און לופטערן זייערע מיינונגען ביתר עז. זיי לייקן, קריגן לייקס, זענען מגיב, חוזק'ן, לאכן אפ, עפענען אשכולות, אא"וו.

קינדער ? יא גוט געליינט. די סארט וועלעכע שטייען אויס צו זיין וויקטימס, מ'קען זיי מיט די הילף פון א חומש מצרף זיין צו מנין, די וועלעכע מעגן זיך מישן פסח, א שטיקל סאמאטוכע האט זיך ערווארבן איבער מ'זאל זיי יא צו נישט לאזן גיין צום כינוס, אזש דער בלתי להראות האט שיעור פארארדענט א באויקאט אויפן תפילת השל"ה, אט פון דעם רעדן מיר.
און אויב האט איר נישט באמערקט דער אלעמען באליבטער וואויל באקאנטן "קאווע טרינקער"ס חתימה, דאן גיט א בליק דא:

קאווע טרינקער: א רואיג "יונגעל" צו שמועסן און פארברענגען.

בשם איחוד פעלד בעהט מען זאל נישט צופיל פארברענגען מיט אים, שלא אירע כמו שאירע לפלוני.

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 12, 2013 4:20 am

· #114123
נו, און לייבעלע איז נאכנישט קיין 10...

אביגדור » זונטאג מאי 12, 2013 9:01 am

· #114132
ונבנתה העיר
נו, און לייבעלע איז נאכנישט קיין 10...

יליד/ילד.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 12, 2013 9:05 am

· #114133
א רואיג יונגל וואס איז א קאווע טרינקער? קאווע מאכט נערוועז, נישט רואיג, אזוי געדענק איך פון אלע מיינע מלמדים...
און בכלל, אויפן אוואטאר האט ער א מאדנע שפיציגן ספאדיק, זייט ווען גייט דאס א רואיג אינגל?
עס מוז זיין עפעס א חסורי מיחסרא והכי קתני.

איך אויך » זונטאג מאי 12, 2013 9:18 am

· #114138
קענסט עפענן א אשכול 'סתירה פון אוועטער צום ניק' או 'סתירה פון ניק צום חתימה' אדער 'סתירה פון חתימה צום אוועטער'.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 12, 2013 11:37 am

· #114179
איך פיל אביסל פאני to state the obvious, אבער פאר ווער ס'ווייסט נישט, קאווע שטיבל'ס סלאגאן איז
קאווע שטיבל: א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען.

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 12, 2013 3:05 pm

· #114279
אביגדור
ונבנתה העיר
נו, און לייבעלע איז נאכנישט קיין 10...

יליד/ילד.

אבער אז ער שרייבט אז ער איז שוין קרוב צו 10 יאהר א יליד מאנסי, איז ער לכאורה נאכנישט קיין 10 יאהר אלט, נישט אזוי?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 12, 2013 5:47 pm

· #114366
ך' געדענק שוין נישט אויב ך' האב עס שוין דערמאנט ערגעץ דא, אבער אפילו יא, איז כדאי עס איבערצו'חזר'ן, ווייל עס איז א טיף ציפעדיג ווארט:

הוגה'ס חתימה בשם אומרו:

Honesty is a very expensive gift, Don't expect it from cheap people. - Warren Buffet


איי וויפיל אמת ליגט אין דעם זאץ!

זר זהב » זונטאג מאי 12, 2013 5:50 pm

· #114370
נאך א מזל באפעט האט געלט, פון וואו וואלט מען גענומען אזא זאץ אויב נישט?!

הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 5:59 pm

· #114375
שמעקעדיג
ך' געדענק שוין נישט אויב ך' האב עס שוין דערמאנט ערגעץ דא, אבער אפילו יא, איז כדאי עס איבערצו'חזר'ן, ווייל עס איז א טיף ציפעדיג ווארט:

הוגה'ס חתימה בשם אומרו:

Honesty is a very expensive gift, Don't expect it from cheap people. - Warren Buffet


איי וויפיל אמת ליגט אין דעם זאץ!


איך האב עס געזעהן אין א דרשה וואס ער האט געהאלטן פאר יוגנטליכע איבער ווי אזוי מען בויט רייכטום. עס איז מיר אזוי שטארק געפאלן אז איך האב עס מיר גענומען, קונה געווען מיט כל דאלים גבר.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 13, 2013 10:08 am

· #114583
איך זע אז קיינער קומט מיר נישט קלאפן אין רוקן, וועל איך אליין קומען און אייך אויפדעקן די סיבה דערצו. ווייל אפ' טאקע איך בין אליין אויפגעקומען מיט דעם חתימה קומט זיך אבער די קרעדיט פאר "בענדזשאמין פרענקלין" זיין חתימה איז מיר אזוי געפאלן, אז כ'האב פארשטאנען ס'מוז זיין דערויף א צווייטע זייט מטבע אויך, און היות איינער האט מיר לעיטלי מסביר געווען אין דזשימעיל אז ער פארשטייט נישט גענוי מיין סיסטעם פון געבן לייקס, האב איך פארשטאנען אז איין זאך מוז איך קודם קלאר מאכן ברבים. ובכן הננו נותן לו את בריתי שלום.

מיין לייק מיינט חלילה נישט קיין הסכמה אויף אייערע אומליבליכע לעכערליכע דעות.

כ'האב געפיהלט פאר וויכטיג אונטערצושטרייכן קלאר, אז מיין "לייק" ליבט נישט חלילה זיינע "אומליבעראלע" דעות. ווען מ'איז ליבעראל האט מען אויטאמאטיש ליב יעדן באשעפעניש. ס'דא גענוג אנדערע סיבות פארוואס כ'האב עס געלייקט, צי איז עס צוליב נוסח; הומאר; איידיע; כוונת דעתי (למחצה לשליש ולרביע); חוצפה; און יא אמאל אויך - צעפראסקעניש.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:01 pm

· #117375
כאפטס א בליק אויף newkave חתימה.
די חתימה פונעם חודש!
😂 😂 😂

לעמיל » דינסטאג מאי 28, 2013 5:37 pm

· #119004
אמ"ג זר זהב טיילט געלט פאר לייקס
דא האט איר זיין חתימה

האט איר באקומען א לייק פון משולם שטיינפעלד? ביטע לאזט מיר דאס וויסן אין אישי און שיקט מיט א לינק צו יענע תגובה וואס ער האט געלייקט. פאר יעדע לייק וואס שטיינפעלד געט געב איך 2 דאלער פאר זיין רבינ׳ס מקוה טהרה.
א דאנק

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 28, 2013 5:45 pm

· #119009
בן תמליון:
אייזקרעים ווילט עטס? במדבר הזה יפלו פגריכם!

[quote="berlbalaguleh"]בן תמליון, איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".[/quote]

בערל, זכה מלאכתך נעשה ע"י שמעקעדיג!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2013 8:54 pm

· #119088
[quote="שמעקעדיג"]בן תמליון:
אייזקרעים ווילט עטס? במדבר הזה יפלו פגריכם!

[quote="berlbalaguleh"]בן תמליון, איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".[/quote]

בערל, זכה מלאכתך נעשה ע"י שמעקעדיג![/quote]
פון דא איז א ראי' אז ריחא מילתא היא. נו. זאל טאקע זיין לריח ניחוח אישה (מיט א סגולללל...) לה'.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:14 pm

· #119691
LOL 😃

יואב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:25 pm

· #119785
וויאזוי קען מען איגנארירן יאיר'ס אונטערשריפט?
נאט אייך.

כִּי אֱוִיל עַמִּי, אוֹתִי לֹא יָדָעוּ. בָּנִים סְכָלִים הֵמָּה, וְלֹא נְבוֹנִים הֵמָּה; חֲכָמִים הֵמָּה לְהָרַע, וּלְהֵיטִיב לֹא יָדָעוּ. ~ ירמיהו הנביא (ד כב)
מקובלני שנבואה הזה נפלט מפיו של ירמיהו בעת שהראהו הקב"ה דור דור ודורשיו והגיע לתקופת החרדים בעקבתא דמשיחא

אביגדור » פרייטאג מאי 31, 2013 11:21 am

· #119932
@שעפטל,
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11