☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15172
בלאט: 1 2 3 4 5

מי אני » זונטאג יולי 14, 2024 3:02 pm

· #568024
ס׳איז נישט זיכער אז מנהג באונס, וואו למעשה ווייסט מען יא הטעם והוא בלי טעות, איז ‏כמנהג בטעות. די לשון המחבר שם ביו״ד סימן ריד סעיף ב איז:
קבלת הרבים חלה עליהם ועל זרעם ואפילו בדברים שלא קבלו עליהם בני העיר בהסכמה אלא שנוהגין כן מעצמם לעשות גדר וסייג לתורה
זעה׳מיר אז ס׳איז נישט דוקא תלוי בהסכמתן, נאר נהגו כן מעצמן מחמת איזה סיבה, ואפשר אפילו אם מאנסין. אזויפיל יא, דער ש״ך זאגט דארט בס״ק ז אז דאס איז נישט נוגע במנהג ״גרוע״, עכ״פ שלא בפניהן וכשאין שם חשש מחלוקת ע״ש. אלס׳ן אונס קען עס זיין סיי ״גרוע״ אבער אויך סיי ״חשש מחלוקת״. (ועיין להלן בסימן רכח סעיף כה וסעיף כח.)

זאגסט, דאס קען זיין א רמז אז ביי א ״מאנס״ איז (דברים כב כט) ולו תהיה לאשה…

מי אני » זונטאג יולי 21, 2024 5:14 pm

· #568409
דעם שב"ק, עסענדיג די סעודות ביי מיין מאמע תחי', איז ארויפגעקומען די טעמע פון די אטענטאט פרואוו אויף טראמפּ דעם פאריגן שב"ק. מיין ברודער קויפט די עמי און (ענגלישע) משפחה מאגאזינען, ווי אויך עטליכע אנדערע אידישע אויסגאבעס. איך האב געשמועסט איבער וויאזוי עס איז געלונגען פאר'ן פאָטאָדזשורנעליסט עוואן וואוּטשי צו אפכאפן פון אַן אונטערשטן ענגעל אַן איקאנישע פאָטאָ וואו טראמפּט הייבט אויף א פויסט נאכ'ן פרואוו, האבענדיג א בלוטיגן פנים, ארומגענומען מיט סיקרעט סערוויס אגענטן און אַן אמעריקאנעם פאן פלאטערענדיג העכער אים. די בילד איז געווען געפלאסטערט אויף מערערע הויפט זייטן פון צייטונגען ארום די וועלט. מיין מאמע איז געווען נייגעריג צו זעהן דעם בילד, אבער אונז האבן דאס נישט געקענט טרעפן אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס. ביז איך האב געכאפט אז עס איז דאך דא א פ...פ...פ...רוי אינעם בילד!... 📎 טראמפ.jpg הגם עס זענען יא געווען אביסל דערפון אין חרדי'שע אויסגאבעס. דאס דערמאנט פונעם באקאנטן קאנטראווערסיע מיט די צייטונג און דאס אויסמעקן פון הילערי קלינטאן ביים בילד פון פּרעזידענט אָבּאַמאַ און זיין קאַבּינעט בשעת הריגת אָסאַמאַ בין לאַדען.

(לויט @קטלא קניא איז ביי די בילדער סתם אזוי דא די פראבלעם פונעם מ"א באו"ח סימן רכה ס"ק כ...)

***

אגב, אין דעם סוגיא איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז תוס' זאגט בע"ז נ. בד"ה בנן, לגבי די גמרא מאן ניהו בנן של קדושים רבי מנחם ברבי סימאי ואמאי קרו ליה בנן של קדושים דאפי' בצורתא דזוזא לא מיסתכל:
וא"ת מה חסידות איכא בזה הא אמרינן פרק שואל (שבת דף קמט.) דיוקנא עצמה אסורה להסתכל אפי' בחול כדכתיב אל תפנו אל האלילים ושמא בצורתא דזוזא שרגיל לראות בה תדיר לא שייכא בה הפנאה ואפ"ה לא מסתכל
ועיין בב"ק צז: תוד"ה מטבע.

[NAMELESS] » זונטאג יולי 21, 2024 5:32 pm

· #568413
Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15
מען מוז זאגען אז די פרוי איז אידענטיפיצירט געווארען אלץ מאן אין די חרדישע אויסגאבעס

מי אני » זונטאג יולי 21, 2024 7:48 pm

· #568420
[ציטאט אראפגענומען]
איז דאך דעמאלטס דא א מקום לומר אז זי(?...) האט א דין גבר, וממילא וואלט מען דאך געקענט צייגן איר(?...) בילד...
🙂

דאס דערמאנט פון וואס @אנאנים האט געהאט געשריבן ערגעצוואו:
אונז הא'מיר א טאקטיק: איגנאריר א פראבלעם ביז זי ווערט פארשוואונדען.

עס איז נישטא קיין מאלעסטעישאן

עס איז נישטא קיין אמונה קריזיס

עס איז נישטא קיין וועד הצניעות

און נאך בעסער, עס איז בכלל נישט פארהאן קיין פרויען

עסקן בדברים » מוצ"ש יולי 27, 2024 10:05 pm

· #568880
Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15
אינטערסאנטער שמועס (פון 38:09 אין די ווידיא) פון א קנאישער שטאנדפונקט פון דער זון פון דער וויזניצער רבי פון לאנדאן וועגן א בילד פון א מיידל מיט קורצע ערמל פאר מזל בתולה אין די רמ״א׳ס שוהל אין קראקא. מערקט אז אנהייב שיעור ברעגנט ער ארויס ווי שטארק פארלעסליך ס׳ איז אלע הלכות און מנהגים וואס מ׳ קען זיך ארויסלערנען פון דעם שול ווייל אלע דורות זייט די רמ״א האט מען שטארק מקפיד געווען גארנישט צו טוישן דארט, אבער דא מיז ער זאגן אז ס׳ אנדערש

מי אני » זונטאג יולי 28, 2024 9:35 am

· #568897
דער רמ״א לייגט דאך דארט צו באבה״ע סימן קטו סעיף ד (עפ״י הרשב״א) צו מראה זרועותיה לבני אדם שעוברת על דת יהודית, אז דאס איז דוקא ״כשרגילה בכך״ ע״ש (וע״ש בח״מ ובב״ש ס״ק יא). נו, איז לפי הרמ״א אין זיין שוהל קען מען דאך זאגן אז עס איז פונקט אזוי געווען ביי די בתולה ואינה רגילה בכך…

‏דער פירוש (המיוחס לה)הרא״ש עה״ת (בראשית ו ב) והבעלי תוס׳ (להלן כח יג) ברענגען צו א מדרש אז פאר׳ן מבול האבן די נפילים/בני האלהים תובע געווען א בתולה לזנות. האט זי מקודם געבעהטן זייערע פליגלען אלס משכון. און ווען זיי האבן איר דאס געגעבן, איז זי ארויפגעפלויגן אויבן, און הקב״ה האט איר אוועקגעשטעלט און קובע געווען אלס מזל בתולה. און די מלאכים זענען געבליבן סטאָק דא, ביז זיי האבן געקענט צוריק ארויפגיין לשמים מיט יעקב׳ס לייטער בהחלום ע״ש (‏אינסעפּשאן ווייבּס…). נו, איז דאך די בתולה געווען פאר מתן תורה ‏והלכות צניעות…

ובסתם גייט דאס אריין אינעם חילוק צווישן בילדער און לייוו ממש, ובפרט ווען ס׳איז א געמאלענע בילד.

ואגב, עיין בב״ק מח. למיפא כיון דבעיא היא צניעותא מרוותא דחצר מסלקי נפשייהו, ופירש״י שמגלה זרועותיה ע״ש.

עס איז אויך אינטרעסאנט ווי עס שטייט במשנה בב״ק (פ״ח מ״ו):
ומעשה באחד שפרע ראש האשה בשוק, באת לפני רבי עקיבא וחייבו ליתן לה ארבע מאות זוז. אמר לו רבי, תן לי זמן, ונתן לו זמן. שמרה עומדת על פתח חצרה ושבר את הכד בפניה ובו כאיסר שמן, גילתה את ראשה והיתה מטפחת ומנחת ידה על ראשה. העמיד עליה עדים ובא לפני רבי עקיבא, אמר לו רבי, לזו אני נותן ארבע מאות זוז? אמר לו לא אמרת כלום, החובל בעצמו אף על פי שאינו רשאי, פטור.
(וע״ש בתויו״ט עפ״י אבדר״נ פ״ג מ״ד. ועיין לעיל בדברי הרב יהושע ענבל.)
בלאט: 1 2 3 4 5