☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » כח הגמרא

כח הגמרא

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14086
בלאט: 1 2

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 7:03 pm

· #455666
כח הגמרא
שאלה:
פארוואס טוט סיי וואס פארא זאך וואס שטייט אין גמרא (משניות וכו') אונז מחייב זיין?

אזאך וואס איז א קלארע הלכה למשה איז פארשטענדליך, אבער סיי וואס עפעס אנדערש וואס איז זייער כח אז זיי קענען אונז מחייב זיין?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 31, 2020 7:19 pm

· #455668
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13923">viewtopic.php?f=13&t=13923</a><!-- l -->

ליב צו וויסן » פרייטאג יולי 31, 2020 7:31 pm

· #455669
רביה"ק, צייכנסט צו זייער א שיינע אשכול, איך זעה אבער נישט אז אז מען פארענטפערט מיין פראגע, דעריבער לאמיר זיך קלאר מאכן:

1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?

וואלווי » מוצ"ש אוגוסט 1, 2020 10:44 pm

· #455674
ליב צו וויסן

1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?

1) אויב חכמים קענען נישט פסק'נען פון זייער אייגען פארשטאנד, דעמאלטס וואס דארף איך לא תסור, וואס מיינט אפי' מן הדבר אשר "יגידו" לך, אויב ס'איז נאר הלכות מפורשות אין תושב"כ? און וואס מיינט ימין ושמאל אויב אלס איז הונדערט פערצענט אמת'דיגע תורה שבכתב?

אלא מאי, קען זיין די חידוש איז, אז זיי קענען פסק'ענען לפי ראות עיניהם, און ס'איז א כח וואס חכמים האבן. ובכלל אז א חכם דארף מכריע זיין אין א שאלה, איז לא ימלט אז ער זאל נישט צילייגען, אדער מתיר זיין, לויט זיין פארשטאנד, וואס איז נישט מפורש אין די תורה. איינס פון די צוויי וועט אייביג געשעהן.

2) קענסט זיך טאקע דערקלערן. נאר וואס, א ליגענער קענסטע נישט זיין, און קענסט נאר אויסניצען דיין חכם דעקלערונג אויב יענער קויפט עס אפ. און אלס עם הארץ קויפט דאס קיינער נישט. און אויב ביסט טאקע א חכם ווערט געברענגט אין חז"ל און הלכה אופנים ווי אזוי די קענסט דאס אויפווייזען. אפי' אויב ס'געלונגט דיר, נאכאלס קענסטו נאר "אנטיילען" פאר די ציבור וואס האט אייך ממנה געווען.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אוגוסט 1, 2020 11:34 pm

· #455677
לויט'ן רמב"ם פאנגט זיך די גאנצע קשיא נישט אן, פאלגן די חכמים איז פונקט אזא מצוה ווי אלע אנדערע מצוות, האסט א מצוה פון תפילין, א מצוה פון שמירת שבת, האסטו אויך א מצוה צו פאלגן די חכמים אפילו מיט זייערע אייגענע ערפינדונגען. אז דו פארשטייסט אנדערש פשט אין פסוק איז עס דיין פראבלעם, דארפסטו פאלגן די חכמים מיט דעם אויך....

ווידער לויט'ן רמב"ן אז ס'איז נאר אן אסמכתא ווענדט זיך צו וועם דיין קשיא איז געוואנדן. אויב דיין קשיא איז אויף די חכמים פארוואס זיי האלטן אז זייערע מיינונגען איז דיר מחייב פארשטיי איך נישט די קשיא, לאמיר זאגן אז די חכמים האלטן אז ס'פאסט נישט צו רוקן א האמער אום שבת אוודאי וועלן זיי זאגן אז מ'טאר נישט, כלומר זיי האלטן אז מ'טאר נישט, וואס זאלן זיי זאגן, אז מ'מעג יא? זיי האלטן דאך אז מ'טאר נישט.

ווידער אויב די קשיא איז אויף אונז פארוואס אונז פאלגן ווי לעמעלעך איז דער ענטפער פאר יעדעם אנדערש, די רבנים און דיינים וועלן פארשטייט זיך ווייטער שטופן אז מ'דארף זיי נאכטאנצן, ס'איז דאך זייער פרנסה. סתם עמך אידן זענען דא וואס זענען איינגערעדט (יעדער אין עפעס אנדערש), אנדערע טאנצן נאך ווייל ס'איז גרינגער ווי זיך שלאגן מיט'ן סיסטעם, און אנדערע מאכן טאקע א גרויסע ביי ביי און פוצן זיך אפ.

מי אני » מוצ"ש אוגוסט 1, 2020 11:42 pm

· #455678
Re: כח הגמרא
לגבי די שאלה פארוואס א שפעטערע חכם קען זיך נישט דינגען אויף די משנה פרעגט דאס דער כסף משנה בהלכות ממרים פ״ב ה״א. ער זאגט דארט וז״ל:
ואפשר לומר שמיום חתימת המשנה קיימו וקבלו שדורות האחרונים לא יחלקו על הראשונים וכן עשו גם בחתימת הגמ' שמיום שנחתמה לא ניתן רשות לשום אדם לחלוק עליה ע״כ ע״ש; והיינו אפילו בנוגע הגמרא

דער רמב״ם אין זיין הקדמה צום יד החזקה זאגט אז די כח און סמכות פונעם גמרא איז טאקע מכח דעם אז ס׳איז נתפשט בכל ישראל מער ווי די שפעטערע און דאס גיבט עס איר תוקף, ואפילו אויף גזירותיהן וואס זענען נישט מסיני [והם מכח לא תסור] ע״ש. @לעיקוואד רעדט ארום דערפון אין זיין צווייטע מאמר איבער ירידת הדורות אין וועקער 12.

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 8:24 am

· #455706
וואלווי
ליב צו וויסן

1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?

1) אויב חכמים קענען נישט פסק'נען פון זייער אייגען פארשטאנד, דעמאלטס וואס דארף איך לא תסור, וואס מיינט אפי' מן הדבר אשר "יגידו" לך, אויב ס'איז נאר הלכות מפורשות אין תושב"כ? און וואס מיינט ימין ושמאל אויב אלס איז הונדערט פערצענט אמת'דיגע תורה שבכתב?

אלא מאי, קען זיין די חידוש איז, אז זיי קענען פסק'ענען לפי ראות עיניהם, און ס'איז א כח וואס חכמים האבן. ובכלל אז א חכם דארף מכריע זיין אין א שאלה, איז לא ימלט אז ער זאל נישט צילייגען, אדער מתיר זיין, לויט זיין פארשטאנד, וואס איז נישט מפורש אין די תורה. איינס פון די צוויי וועט אייביג געשעהן.

די פסוק איז זיך מסביר זייער קלאר:
ס'איז דאך פאראן די הלכות פון דם, נגע וכו', וואס טוט זיך אז מען איז נישט קלאר וואס ס'גייט אריין אין גדר פון א נגע? פשוט! גיי צום כהן הגדול! וכו'.
אין פסוק שטייט אבער נישט קיין ווארט אז ער האט א כח צו מאכן "נייע מצוות אדער גזירות פאר עקזיסטירנדע".

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 8:47 am

· #455707
וואלווי
ליב צו וויסן

1-ווי ווערט דערמאנט אין תושב"כ אז חכמים קענען "צולייגן" גזירות וכו (לא תסור איז אין פשטות הפסוק נאר אויף שאלות אויף עקזיסטירנדע הלכות, ווידער משמרת למשמרתי איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..)
2-פארוואס קען איך זיך נישט דעקלערן א חכם און אנטיילן פארן כלל וואס צו טוהן..?

2) קענסט זיך טאקע דערקלערן. נאר וואס, א ליגענער קענסטע נישט זיין, און קענסט נאר אויסניצען דיין חכם דעקלערונג אויב יענער קויפט עס אפ. און אלס עם הארץ קויפט דאס קיינער נישט. און אויב ביסט טאקע א חכם ווערט געברענגט אין חז"ל און הלכה אופנים ווי אזוי די קענסט דאס אויפווייזען. אפי' אויב ס'געלונגט דיר, נאכאלס קענסטו נאר "אנטיילען" פאר די ציבור וואס האט אייך ממנה געווען.

1) ווי אין פסוק שטייט די הגדרות?
2) בקיצור, יעדע חכם -פאר זיינע מענטשן- קען מאכן וועלכע נייע זאכן ער וויל. וועסט דארפן קלארער מאכן דיין הגדרה, ווייל אויבן אויף ווערט צוריק די שאלה:
וואס פארא כח האט א שטיקל גמרא? איינער האט עפעס אויפגענומען "די גמרא" אז סיי וועלכע זאך פון סיי וועלכע אמורא זאל איינעם מחייב זיין? ס'איז בסך הכל אראפגעשריבענע שמועסן פון צענדליגער אמוראים.

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 8:57 am

· #455708
רביה''ק זי''ע
לויט'ן רמב"ם פאנגט זיך די גאנצע קשיא נישט אן, פאלגן די חכמים איז פונקט אזא מצוה ווי אלע אנדערע מצוות, האסט א מצוה פון תפילין, א מצוה פון שמירת שבת, האסטו אויך א מצוה צו פאלגן די חכמים אפילו מיט זייערע אייגענע ערפינדונגען. אז דו פארשטייסט אנדערש פשט אין פסוק איז עס דיין פראבלעם, דארפסטו פאלגן די חכמים מיט דעם אויך....

ווידער לויט'ן רמב"ן אז ס'איז נאר אן אסמכתא ווענדט זיך צו וועם דיין קשיא איז געוואנדן. אויב דיין קשיא איז אויף די חכמים פארוואס זיי האלטן אז זייערע מיינונגען איז דיר מחייב פארשטיי איך נישט די קשיא, לאמיר זאגן אז די חכמים האלטן אז ס'פאסט נישט צו רוקן א האמער אום שבת אוודאי וועלן זיי זאגן אז מ'טאר נישט, כלומר זיי האלטן אז מ'טאר נישט, וואס זאלן זיי זאגן, אז מ'מעג יא? זיי האלטן דאך אז מ'טאר נישט.

ווידער אויב די קשיא איז אויף אונז פארוואס אונז פאלגן ווי לעמעלעך איז דער ענטפער פאר יעדעם אנדערש, די רבנים און דיינים וועלן פארשטייט זיך ווייטער שטופן אז מ'דארף זיי נאכטאנצן, ס'איז דאך זייער פרנסה. סתם עמך אידן זענען דא וואס זענען איינגערעדט (יעדער אין עפעס אנדערש), אנדערע טאנצן נאך ווייל ס'איז גרינגער ווי זיך שלאגן מיט'ן סיסטעם, און אנדערע מאכן טאקע א גרויסע ביי ביי און פוצן זיך אפ.

די רמב"ם איז זיכער נישט פשוט פשט אין פסוק.. ס'איז א בחינה פון ערבך ערבא צריך..
והעיקר די פסוק רעדט פון א זמן ווען די חכמי (כהנים, לוויים ?) הדור זענען אלע אויף איין פלאץ און קלאר דעפינירט, אבער נישט אין גלות.

לויטן רמב"ן איז די עיקר שאלה אויף די מענטשהייט.

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:01 am

· #455709
מי אני
לגבי די שאלה פארוואס א שפעטערע חכם קען זיך נישט דינגען אויף די משנה פרעגט דאס דער כסף משנה בהלכות ממרים פ״ב ה״א. ער זאגט דארט וז״ל:
ואפשר לומר שמיום חתימת המשנה קיימו וקבלו שדורות האחרונים לא יחלקו על הראשונים וכן עשו גם בחתימת הגמ' שמיום שנחתמה לא ניתן רשות לשום אדם לחלוק עליה ע״כ ע״ש; והיינו אפילו בנוגע הגמרא

דער רמב״ם אין זיין הקדמה צום יד החזקה זאגט אז די כח און סמכות פונעם גמרא איז טאקע מכח דעם אז ס׳איז נתפשט בכל ישראל מער ווי די שפעטערע און דאס גיבט עס איר תוקף, ואפילו אויף גזירותיהן וואס זענען נישט מסיני [והם מכח לא תסור] ע״ש. @לעיקוואד רעדט ארום דערפון אין זיין צווייטע מאמר איבער ירידת הדורות אין וועקער 12.

הא גופא קשיא, ווי איז די מקור אז איין דור קען עפעס אפמאכן פאר שפעטערע דורות?
חוץ מזה, וואס הייסט קיימו וקבלו? ווער? די וואס האבן געשריבן די גמרא? וואס פארא כח האבן זיי אויף "כלל" ישראל אפילו "בימים ההם"?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:37 am

· #455710
שוין יארן וואס איך זוך אן עמטליכע תירוץ צו די פראגע. פאראיאר סוכות בין איך געווען אין א סוכה פון א חבר מיינער מיט זיין מחותן, וואס איז א נאנטער תלמיד פון פרפ' דוד ווייס הלבני זז"ג, און ער האט דאך אסאך צו זאגן אויף דער טעמע. דער איד האט מיר צוגעצייכענט א ביאור הגר"א אין חו"מ סי' כ"ה און דער באר אליהו פון הרב קוק דארט. ער זאגט מער ווייניגער אז די אוטאריטעט פון ש"ס איז פון דעם אז כלל ישראל האט עס אנגענומן אויף זיך. באקאנט איז אבער אז הרב אלחנן וואסערמאן האלט נישט אזוי, אין זיין קונטרס דברי סופרים, ווי ער זאגט אז ש"ס האט באמת נישט קיין אוטאריטעט, און דער חזון איש האט צו אים בריוון דערוועגן.

פאליטיקאנט » זונטאג אוגוסט 2, 2020 12:16 pm

· #455717
Re: כח הגמרא
ליטוואק פון בודאפעסט
שוין יארן וואס איך זוך אן עמטליכע תירוץ צו די פראגע. פאראיאר סוכות בין איך געווען אין א סוכה פון א חבר מיינער מיט זיין מחותן, וואס איז א נאנטער תלמיד פון פרפ' דוד ווייס הלבני זז"ג, און ער האט דאך אסאך צו זאגן אויף דער טעמע. דער איד האט מיר צוגעצייכענט א ביאור הגר"א אין חו"מ סי' כ"ה און דער באר אליהו פון הרב קוק דארט. ער זאגט מער ווייניגער אז די אוטאריטעט פון ש"ס איז פון דעם אז כלל ישראל האט עס אנגענומן אויף זיך. באקאנט איז אבער אז הרב אלחנן וואסערמאן האלט נישט אזוי, אין זיין קונטרס דברי סופרים, ווי ער זאגט אז ש"ס האט באמת נישט קיין אוטאריטעט, און דער חזון איש האט צו אים בריוון דערוועגן.
ביז יעצט האט מען נאר געזוכט 'פארוואס' עס איז מחייב, יעצט זאגסטו אז ר' אלחנן האט טאקע געזאגט אז עס איז נישט מחייב?

אויב דו קענסט מער אויסברייטערן אויף ר' אלחנן'ס שיטה, און די נאכפאלגענדע חזון איש בריוון.
ייש"כ

הקטן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 12:28 pm

· #455718
בדרך כלל איז אן אמורא נישט חולק אויף א תנא, פארוואס?
און אויב אן אמורא האט פארזעהן א ברייתא און איז יא חולק ענדיגט זיך דאס געווענדלך מיט א גרויסע תיובתא
איך מיין אז ר' אלחנן מאכט א חילוק צווישען א מימרה פין א תנא און א משנה

א משנה איז מחייב ווייל ס'איז בהסכמת כל חכמי הדור!!! (איז וואס?)
אפשר די זעלבע איז אויך בנוגע די גמרא

מי אני » זונטאג אוגוסט 2, 2020 12:52 pm

· #455719
Re: כח הגמרא
ליב צו וויסן
מי אני
לגבי די שאלה פארוואס א שפעטערע חכם קען זיך נישט דינגען אויף די משנה פרעגט דאס דער כסף משנה בהלכות ממרים פ״ב ה״א. ער זאגט דארט וז״ל:
ואפשר לומר שמיום חתימת המשנה קיימו וקבלו שדורות האחרונים לא יחלקו על הראשונים וכן עשו גם בחתימת הגמ' שמיום שנחתמה לא ניתן רשות לשום אדם לחלוק עליה ע״כ ע״ש; והיינו אפילו בנוגע הגמרא

דער רמב״ם אין זיין הקדמה צום יד החזקה זאגט אז די כח און סמכות פונעם גמרא איז טאקע מכח דעם אז ס׳איז נתפשט בכל ישראל מער ווי די שפעטערע און דאס גיבט עס איר תוקף, ואפילו אויף גזירותיהן וואס זענען נישט מסיני [והם מכח לא תסור] ע״ש. @לעיקוואד רעדט ארום דערפון אין זיין צווייטע מאמר איבער ירידת הדורות אין וועקער 12.

הא גופא קשיא, ווי איז די מקור אז איין דור קען עפעס אפמאכן פאר שפעטערע דורות?
חוץ מזה, וואס הייסט קיימו וקבלו? ווער? די וואס האבן געשריבן די גמרא? וואס פארא כח האבן זיי אויף "כלל" ישראל אפילו "בימים ההם"?
ווי אזוי איך פארשטיי ארבעט דאס אז טאמער נעמט מען אן אלס א פּרעמיס סיי דאס אמיתת התורה שבכתב ווי אויך דאס אמיתת תורה שבע״פ אז עס איז דאס ריכטיג מפרש און אז זייערע גזירות דארף מען מקיים ומציית זיין מה״ת (וע״ש בהרמב״ם פ״א ה״ב), דעמאלטס נעמט מען דאך לכאורה אויך אן די כלל פון אין בי״ד יכול לבטל דברי בי״ד הראשונים אלא א״כ גדול הימנו בחכמה ובמנין. אין אנדערע ווערטער, מיינענדיג אז מ׳נעמט בעצם אן דעם כלל, נאר מ׳פרעגט דא אז איה״נ זאל מען נוצן די עצם כלל אליין צו מבטל זיין די גזירות וכו׳ פונעם גמרא אליין אויב זענען די שפעטערע גרעסער. יעצט, קומט לכאורה ווייטער אויס דערפון אז טאמער האט יעדע סאָבּסיִקווענט בי״ד דאס אליין אנגענומען אז זיי זענען נישט גרעסער [דהיינו ״מנין״, וע״ש להלן בהרמב״ם ה״ב] פון די [בי״ד] חכמי המשנה והתלמוד בחכמה ובמנין [״קימו וקבלו״], קענען די שפעטערע זיך נישט דינגען אויף זיי, אחוץ אויב זיי האלטן אז זיי זענען גרעסער בחכמה ובמנין פון אלע ב״ד בדורות הקודמין להן. דאס איז שוין א טאָל אָרדער.

‏ועיין ברדב״ז שם בפ״ב ה״ג. עס זעהט אויס אז אויף סתם דרשות מהפסוקים וכו׳ איז נישט גילטיג די כלל פון ״פשט״ פונקט אזוי ווי עס איז נישט גילטיג די כלל פון ״גדול״. אבער ווי אזוי איך פארשטיי איז די נידון דא בעיקר אויף זייערע גזירות וכדומה.

כנלע״ד לפום ריהטא.

גאלד » זונטאג אוגוסט 2, 2020 1:52 pm

· #455721
סדא א שטוינענדע אור החיים הק' איבער דעם נושא, וואס לפענ"ד פארענטפערט עס אסאך קשיות, (הגם סמאכט קשיות אויך)

ער טענה'ט אז חז"ל ארבעט פונקט פארקערט ווי מיר מיינען,
מיר מיינען אז נאך קבלת התורה מסיני איז אלעס געווען סתום
און חז"ל בחכמתו האבן דיסייפערט די קאודס פון די תורה דורך די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת וכדומה,
זאגט ער לא הי' דברים מעולם,
כלל ישראל האט שוין אלעס געוויסט בעפאר, זיי האבן מקבל געווען מסיני כל פרטי התורה,
ממש אלעס, זיי האבן שוין געהאט די ענד רעזאלט פון אלע הלכות,
און אזוי איז עס געגאנגען די קבלה מדור לדור ווי די ערשטע משנה אין אבות,
חז"ל'ס דשאב איז געווען צו מאכן די קאנעקשן, און טרעפן ווי אין דער תורה ליגט יעדער הלכה וואס זיי האבן שוין לאנג געוויסט,
און אלע הלכות וואס מהאט נישט געקענט אויספיגרן וויזוי עס איז משמע פון תורה שבכתב, איז געבליבן על חזקתו אלס סתם הלכה למשה מסיני,

ווען איך האב געזעהן דעם אור החיים הק' בין אין אראפגעפאלן על הרצפה, אויפן פאדלאגע, אויפן פלאר,

לפי"ז איז דער גאנצער קשיא פון דעם אשכול אפס ואין

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 1:56 pm

· #455722
הייסט עס אז ווען חז"ל זאגן אז שלמה המלך האט געמאכט א תקנה האבן זיי סתם ליגן געזאגט ווייל מ'האט עס שוין געוואוסט פון פריער, אינטערעסאנט.

גאלד » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:01 pm

· #455723
רביה''ק זי''ע
הייסט עס אז ווען חז"ל זאגן אז שלמה המלך האט געמאכט א תקנה האבן זיי סתם ליגן געזאגט ווייל מ'האט עס שוין געוואוסט פון פריער, אינטערעסאנט.

איר האט נישט די קרידענשל עס צו קאראקטיזרן אלס א א "ליגן" איר קענט זאגן לכל היותר אז ס'איז א "קשיא",

איין זאך וואס כאב פארגעסן, אז פארשטייט זיך "גדרים וסייגים" איז יא פון חז"ל, וואס בעצם איז מן התורה ווייל ס'א לימוד פון א פסוק צו מאכן גדרים וסייגים,

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:06 pm

· #455724
אויב איך זאג אז איינס פלאס איינס איז פינעף האט איר נישט די וואטעווער עס צו קאראקטיזירן אלס "ליגן" איר קענט לכל היותר זאגן אז ס'איז א "קשיא".

גאלד » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:18 pm

· #455725
רביה''ק זי''ע
אויב איך זאג אז איינס פלאס איינס איז פינעף האט איר נישט די וואטעווער עס צו קאראקטיזירן אלס "ליגן" איר קענט לכל היותר זאגן אז ס'איז א "קשיא".

ווען מיר זעהן אין א חז"ל אדער אנדערע מקורות נאמנים, אז איינס פלאס איינס איז פינף איז פשט אז מיר קליינע קעפלעך זענען נישט יורד לסוף דעתם, אין מיר ברויכן עס מער נאכפארשן, פארדעם האט כלל ישראל זיך ערווארבן אזא ריזיגן ספרים שאנק, אויב קען מיר ווען גיין מיט א שארט קאט און אלעס דימיסן אלס טעותים און שקרים, וואלט מיר אפשר געהאט איין קליינע שעלף אין אונזער ספרים שאנק,

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:20 pm

· #455726
גאלד
ווען מיר זעהן אין א חז"ל אדער אנדערע מקורות נאמנים, אז איינס פלאס איינס איז פינף איז פשט אז מיר קליינע קעפלעך זענען נישט יורד לסוף דעתם,

דאס האב איך טאקע געמיינט, דו ביזט נישט יורד לסוף דעתו פונעם אוה"ח הק'.

גאלד » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:24 pm

· #455727
רביה''ק זי''ע
גאלד
ווען מיר זעהן אין א חז"ל אדער אנדערע מקורות נאמנים, אז איינס פלאס איינס איז פינף איז פשט אז מיר קליינע קעפלעך זענען נישט יורד לסוף דעתם,

דאס האב איך טאקע געמיינט, דו ביזט נישט יורד לסוף דעתו פונעם אוה"ח הק'.

אדער זעמיר נישט יורד לסוף דעתו פון חז"ל לגבי שלמה המלך, איינע פון די 2, און אונזער דשאב איז זיך צו מייגע זיין בתורה און פרובירן צו פארענטפערן אלע סתירות ופלאים,

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:27 pm

· #455729
אויב איך מעג מיך דינגען מיט דיר, אונז זענען גארנישט מחויב צו פארענטפערן, אז דער אוה"ח הק' זאגט פארקערט פון חז"ל איז עס זיין פערזענליכע אישו, זאל ער זיך אליינס פארענטפערן. אויב מ'האט א ספק וואס אפצולערענען כפשוטו און וואס נישט דארף מען נוצן דעם אייגענעם דשעלי אין קאפ, מיין דשעלי זאגט מיר אז די אוה"ח הק' איז נישט כפשוטו, אז דיין דשעלי זאגט דיר פארקערט כל הכבוד.

גאלד » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:35 pm

· #455730
רביה''ק זי''ע
אויב איך מעג מיך דינגען מיט דיר, אונז זענען גארנישט מחויב צו פארענטפערן, אז דער אוה"ח הק' זאגט פארקערט פון חז"ל איז עס זיין פערזענליכע אישו, זאל ער זיך אליינס פארענטפערן. אויב מ'האט א ספק וואס אפצולערענען כפשוטו און וואס נישט דארף מען נוצן דעם אייגענעם דשעלי אין קאפ, מיין דשעלי זאגט מיר אז די אוה"ח הק' איז נישט כפשוטו, אז דיין דשעלי זאגט דיר פארקערט כל הכבוד.

דער אוה"ח איז אויסדריקלעך מיין און דיין אישו, פארשטייט זיך נאר אויב איר פראקטיצירט דעם פרומען אידישען רעליגיע ומסורה, ווי מיר, אויב נישט, דאן סליחה שפגשני, און סטאקע לגמרי נישט דיין אישו,

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2020 2:46 pm

· #455731
ליעב צו וויסן: פאר א פשוט'ן טעם. ווייל די גמרא איז א דאקומענט וואס טוט אריינעמען אין זיך אלע הלכות פון די תורה שבכתב. און אלע שפעטער'דיגע פוסקים ווי דער רי"ף און דער רמב"ם. טור און בית יוסף. און רמ"א און מגן אברהם. און מחצית השקל. טו"ז. און פרי מגדים. און משנה ברורה. און ערוך השולחן זענען גארנישט מחדש בהלכה. זיי זאגן נאר אז לפי ראות דעתם איז די הלכה אזוי. ממילא איז די גמרא דער יסוד פון אלע הלכות...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 3:05 pm

· #455734
גאלד

דער אוה"ח איז אויסדריקלעך מיין און דיין אישו, פארשטייט זיך נאר אויב איר פראקטיצירט דעם פרומען אידישען רעליגיע ומסורה, ווי מיר, אויב נישט, דאן סליחה שפגשני, און סטאקע לגמרי נישט דיין אישו,

איך פראקטיציר דעם זעלבן רעליגיע ווי דון יצחק אברבנאל, וז"ל על מאמרם "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה": "והדברים האלה לחכמינו ז״ל הם דרכי הדרש ואין לי להשיב עליהם. ודי במה שאמרו 'רבי (רבי יהודה הנשיא) דאתי מדוד, מהפך ודריש בזכותיה דדוד' (=רבי יהודה הנשיא, שמוצאו המשפחתי מדוד, הופך ודורש בזכותו של דוד) כי היה אצלם זה דרך דרש, והיה רבי מהפך הדבר מחמתו לקירבתו והיותו מזרע בית דוד ולא כפי האמת. ואיך נאמר שביקש לעשות ולא עשה? והכתוב מעיד על המעשה הרע כולו בפירוש, ואם דוד לא חטא איך אמר חטאתי להשם? ולמה עשה תשובה מעולה, ואמר 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד'? וגם הפסוק שהביאם לזה, 'וַיְהִי דָוִד לְכָל דְּרָכָיו מַשְׂכִּיל וַה' עִמּוֹ', הוא קודם הסיפור ולא ישלול אותו מחטאו אחר כך, כי אם שהיה אז משכיל ונבון ומצליח במעשיו ושהשם היה עמו בכל אשר יעשה. כל שכן שעם היות שחטא באמת לפי שקבל עונשו ועשה תשובה היה השם עמו. ולכן לא יסבול דעתי להקל בחטאת דוד, ולא אכחיש האמת הפשוט, ואיך אתפייס עם הגט שאמרו שהיו נותנים אל נשותיהם? והנה הפסוק שהביאו לראיה רחוק מזה, ודוד אמר לאוריה שילך הלילה ההוא לביתו ושילך בבוקר, ויורה שלא היה שם גט והיה הייחוד כשר ונאות, ואין זה כי אם כדמות אמרם שם בגמרא שהיה אוריה מורד במלכות וחייב מיתה, לפי שאמר ואדוני יואב שקרא אל יואב אדוני בפני המלך. סוף דבר אם הכתוב קראו חוטא והוא הודה חטאו, איך היה טועה אדם בהאמינו? טוב לי שאומר שחטא מאד והודה מאוד, ושב בתשובה גמורה וקבל עונשו ובזה נתכפרו עונותיו." עכ"ל הזהב.

לעניננו, דער אוה"ח הקדוש קען זאגן וואס אימער ער וויל, אבל לא אכחיש האמת הפשוט וואס די גמרא זאגט בפירוש צענדליגער מאל אז חז"ל האבן יא צוגעלייגט אייגענע זאכן.

און אט האט איר א טיילווייזע איבערזעצונג פונעם אברבנאל אין ענגליש וואס כ'האב אמאל צאמגעשטעלט:
📎 David &amp; Batsheva.pdf

הקטן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 3:28 pm

· #455737
דארט וואו ס'איז נישט קיין נפקא מינה להלכה קען יעדער זאגן ווייל ס'איז אויף דעם נישט דא קיין הסכמת כל הדור

אויבערפלעכלעך עז יאשעל

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 2, 2020 5:33 pm

· #455757
גאלד
סדא א שטוינענדע אור החיים הק' איבער דעם נושא, וואס לפענ"ד פארענטפערט עס אסאך קשיות, (הגם סמאכט קשיות אויך)

ער טענה'ט אז חז"ל ארבעט פונקט פארקערט ווי מיר מיינען,
מיר מיינען אז נאך קבלת התורה מסיני איז אלעס געווען סתום
און חז"ל בחכמתו האבן דיסייפערט די קאודס פון די תורה דורך די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת וכדומה,
זאגט ער לא הי' דברים מעולם,
כלל ישראל האט שוין אלעס געוויסט בעפאר, זיי האבן מקבל געווען מסיני כל פרטי התורה,
ממש אלעס, זיי האבן שוין געהאט די ענד רעזאלט פון אלע הלכות,
און אזוי איז עס געגאנגען די קבלה מדור לדור ווי די ערשטע משנה אין אבות,
חז"ל'ס דשאב איז געווען צו מאכן די קאנעקשן, און טרעפן ווי אין דער תורה ליגט יעדער הלכה וואס זיי האבן שוין לאנג געוויסט,
און אלע הלכות וואס מהאט נישט געקענט אויספיגרן וויזוי עס איז משמע פון תורה שבכתב, איז געבליבן על חזקתו אלס סתם הלכה למשה מסיני,

ווען איך האב געזעהן דעם אור החיים הק' בין אין אראפגעפאלן על הרצפה, אויפן פאדלאגע, אויפן פלאר,

לפי"ז איז דער גאנצער קשיא פון דעם אשכול אפס ואין

ווי זאגט ער דאס?

דער משך חכמה זאגט עס אלץ אייגענס, קופערמאן מאכט א גאנצע מאמר אויף דעם.

בעיקר לגבי תורה שבעל פה, נישט ווי די לייגסט עס אראפ לגבי אלעס.

לעיקר האשכול דארף מען מחלק זיין צווישן וואס די גמרא זאגט אז די חכמים האבן געזאגט, און וואס די גמרא זאגט אליין אז מען מוז טוהן.

דוגמא לדבר, רוב משניות און גמרא איז אלטע זאכן וואס ווערט געברענגט, אבער צומאל איז דא וואס די גמרא זאגט אז עס איז א סכנה, אדער אז עפעס איז אסור צוליב א לאו וכדומה, און דעמאלס איז די שאלה, מאן יימר אז איך מוז אננעמען אלעס.

און היינט אויך, ווען א רב גיבט א שיעור און זאגט צענליגער הלכות, און ווארפט אויך אריין אז מען טאר נישט נעמען בורט קאנטראל, מוז מען פאלגן אלץ לא תסור?

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 5:40 pm

· #455758
אז א רב מאכט א נייע איסור פארוואס זאל מען פונקט איהם פאלגן? מ'קען פונקט אזוי מקיים זיין דעם לא תסור מיט'ן פאלגן די אנדערע רב וואס איז נישט מסכים צו דעם איסור. אדער נאך בעסער, גיי נאך רוב רבנים, היינט איז נישט דא אזא מציאות אז רוב רבנים זאלן זיין פאראייניגט אויף א נייע איסור. פאר א נויט קען מען אויך מקיים זיין דעם לא תסור מיט אבי ווייס, משה פירוז, אדער איינער פון אברהם גייגער'ס תלמידים, און אז דו וועסט טענה'ן אז זיי זענען נישט קיין לעגיטימע רבנים וועלן זיי צוריק'טענה'ן אז דו ביזט נישט קיין לעגיטימע רב.

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:38 pm

· #455767
Re: כח הגמרא
גאלד
סדא א שטוינענדע אור החיים הק' איבער דעם נושא, וואס לפענ"ד פארענטפערט עס אסאך קשיות, (הגם סמאכט קשיות אויך)

ער טענה'ט אז חז"ל ארבעט פונקט פארקערט ווי מיר מיינען,
מיר מיינען אז נאך קבלת התורה מסיני איז אלעס געווען סתום
און חז"ל בחכמתו האבן דיסייפערט די קאודס פון די תורה דורך די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת וכדומה,
זאגט ער לא הי' דברים מעולם,
כלל ישראל האט שוין אלעס געוויסט בעפאר, זיי האבן מקבל געווען מסיני כל פרטי התורה,
ממש אלעס, זיי האבן שוין געהאט די ענד רעזאלט פון אלע הלכות,
און אזוי איז עס געגאנגען די קבלה מדור לדור ווי די ערשטע משנה אין אבות,
חז"ל'ס דשאב איז געווען צו מאכן די קאנעקשן, און טרעפן ווי אין דער תורה ליגט יעדער הלכה וואס זיי האבן שוין לאנג געוויסט,
און אלע הלכות וואס מהאט נישט געקענט אויספיגרן וויזוי עס איז משמע פון תורה שבכתב, איז געבליבן על חזקתו אלס סתם הלכה למשה מסיני,

ווען איך האב געזעהן דעם אור החיים הק' בין אין אראפגעפאלן על הרצפה, אויפן פאדלאגע, אויפן פלאר,

לפי"ז איז דער גאנצער קשיא פון דעם אשכול אפס ואין

דאס איז נישט נאר א אור החיים נאר דאס איז פשוט פשט און אלע ראשונים שרייבען אזוי... חז"ל האבען נישט געקענט לערנען פשט אין מצוות אנדערש ווי דאס וואס מהאט געטוהן ביז זייער צייטען זיי האבען נישט געקענט פארדרייען זאכען אנדערש ווי די מסורה איז געוועהן...(והפשט בזה שיש הרבה פעמים מחלקות ביניהם זה נושא אחר...)
דאס איז אבער אלס מיט מצוות וואס די תורה רעדט שוין פון די קשיא איז נאר אויף די נייע תקנות וסייגים....

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:44 pm

· #455768
עוקר הרים
חז"ל האבען נישט געקענט לערנען פשט אין מצוות אנדערש ווי דאס וואס מהאט געטוהן ביז זייער צייטען זיי האבען נישט געקענט פארדרייען זאכען אנדערש ווי די מסורה איז געוועהן.

איי מ'זעהט דאך אז זיי האבן יא אזוי געטון? קשיא.

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:46 pm

· #455769
Re: כח הגמרא
רביה''ק זי''ע
גאלד

דער אוה"ח איז אויסדריקלעך מיין און דיין אישו, פארשטייט זיך נאר אויב איר פראקטיצירט דעם פרומען אידישען רעליגיע ומסורה, ווי מיר, אויב נישט, דאן סליחה שפגשני, און סטאקע לגמרי נישט דיין אישו,

איך פראקטיציר דעם זעלבן רעליגיע ווי דון יצחק אברבנאל, וז"ל על מאמרם "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה": "והדברים האלה לחכמינו ז״ל הם דרכי הדרש ואין לי להשיב עליהם. ודי במה שאמרו 'רבי (רבי יהודה הנשיא) דאתי מדוד, מהפך ודריש בזכותיה דדוד' (=רבי יהודה הנשיא, שמוצאו המשפחתי מדוד, הופך ודורש בזכותו של דוד) כי היה אצלם זה דרך דרש, והיה רבי מהפך הדבר מחמתו לקירבתו והיותו מזרע בית דוד ולא כפי האמת. ואיך נאמר שביקש לעשות ולא עשה? והכתוב מעיד על המעשה הרע כולו בפירוש, ואם דוד לא חטא איך אמר חטאתי להשם? ולמה עשה תשובה מעולה, ואמר 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד'? וגם הפסוק שהביאם לזה, 'וַיְהִי דָוִד לְכָל דְּרָכָיו מַשְׂכִּיל וַה' עִמּוֹ', הוא קודם הסיפור ולא ישלול אותו מחטאו אחר כך, כי אם שהיה אז משכיל ונבון ומצליח במעשיו ושהשם היה עמו בכל אשר יעשה. כל שכן שעם היות שחטא באמת לפי שקבל עונשו ועשה תשובה היה השם עמו. ולכן לא יסבול דעתי להקל בחטאת דוד, ולא אכחיש האמת הפשוט, ואיך אתפייס עם הגט שאמרו שהיו נותנים אל נשותיהם? והנה הפסוק שהביאו לראיה רחוק מזה, ודוד אמר לאוריה שילך הלילה ההוא לביתו ושילך בבוקר, ויורה שלא היה שם גט והיה הייחוד כשר ונאות, ואין זה כי אם כדמות אמרם שם בגמרא שהיה אוריה מורד במלכות וחייב מיתה, לפי שאמר ואדוני יואב שקרא אל יואב אדוני בפני המלך. סוף דבר אם הכתוב קראו חוטא והוא הודה חטאו, איך היה טועה אדם בהאמינו? טוב לי שאומר שחטא מאד והודה מאוד, ושב בתשובה גמורה וקבל עונשו ובזה נתכפרו עונותיו." עכ"ל הזהב.

און אט האט איר א טיילווייזע איבערזעצונג אין ענגליש וואס כ'האב אמאל צאמגעשטעלט:
דאס איז נאר לגבי דרשות און מעשות פון חז"ל נישט אבער ווען זיי זאגען הלכות און דינים...
ועיין הקדמה לפירוש המשניות להרמב"ם ובהקדמת הרמב"ם ליד ס'איז בכלל נישט עפעס וואס די אור החיים הקדוש איז מחדש....

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:47 pm

· #455770
Re: כח הגמרא
רביה''ק זי''ע
עוקר הרים
חז"ל האבען נישט געקענט לערנען פשט אין מצוות אנדערש ווי דאס וואס מהאט געטוהן ביז זייער צייטען זיי האבען נישט געקענט פארדרייען זאכען אנדערש ווי די מסורה איז געוועהן.

איי מ'זעהט דאך אז זיי האבן יא אזוי געטון? קשיא.
ווי למשל??

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:49 pm

· #455772
נישט בלאזן שופר אום ראש השנה וואס געפאלט אום שבת.

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:55 pm

· #455774
Re: כח הגמרא
דאס שוין ווייטער וועגען א סייג וואס זיי האבען געהאלטען איז וויכטיג געוועהן צו מאכען... אבער זיי וואלטען למשל קיינמאל נישט געקענט זאגען אז א שופר מיינט עפעס אנדערש ווי וואס דאס וואס מהאט גענומען ביז היינט און אפילו אויב זיי ברענגען א פסוק אויף דעם.... (שכוח פארען ברענגען דער משל עס ברענגט זייער גוט ארויס מיין פוינט...)

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:01 pm

· #455775
ביזט גערעכט, זיי האבן נישט געקענט פארטייטשן אז א שופר מיינט א טראמפייטער אבער זיי האבן געקענט זאגן אז מ'זאל נעמען א טראמפייטער אנשטאט א שופר, זאל זיין אזוי, למאי נפקא מינה?

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:07 pm

· #455776
Re: כח הגמרא
רביה''ק זי''ע
ביזט גערעכט, זיי האבן נישט געקענט פארטייטשן אז א שופר מיינט א טראמפייטער אבער זיי האבן געקענט זאגן אז מ'זאל נעמען א טראמפייטער אנשטאט א שופר, זאל זיין אזוי, למאי נפקא מינה?
נאר ווען עס איז געוועהן א נייע חשש וואס איז אינטער געקומען און מהאט געדארפט מאכען א תקנה אבער נישט טוישען פשט אין די תורה און זאגען אז ענקער טאטעס ביז היינט האבען געמאכט א טעות ... די זעהסט נישט די נפקא מינה?

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:09 pm

· #455777
איך זעה א חילוק אבער נישט קיין מחלק, די מדובר דא איז צו חז"ל האבן געטוישט זאכן צו נישט, נישט מיט וואסערע מעטאדן זיי האבן זיך באנוצט דערפאר.

די אלע חקירות איבער חז"ל'ס מעטאדן וויאזוי זיי האבן געטוישט זאכן איז פונקט גוט פאר שטופן די צייט מיט אוננות אינטלקטואלית, דא איז מען אבער דן איבער א למעשה'דיגע שאלה אויב חז"ל האבן געטוישט זאכן פארוואס זאל מען זיי פאלגן, די אלע חקירות כאפן נישט קיין שום נפקא מינה דא.

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:32 pm

· #455779
Re: כח הגמרא
כהאב פשוט געוואלט ארויס ברענגען אז חז"ל האבען נישט געקענט אויפמאכען און טוישען זאכען סתם דורכען טרעפען א דרש צו א לימוד אין א פסוק און זאגען אז ממילא איז פשט אנדערש ווי די מסורה זיי זענען נאר געקומען מאכען סייגים ווען זיי האבען געהאלטען אז סאיז אינטער געקומען א נייע חשש וואס איז נישט געוועהן ביז היינט און ממילא האבען זיי געהאלטען אז אפילו די מסורה איז איין וועג דארף מען יעצט טוישען....אבער בעצם איז אלע מצוות הלכה למשה מסיני....

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:34 pm

· #455780
ס'איז טאקע נייע זאכן אבער ס'איז דאך הלכה למשה מסיני?

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:55 pm

· #455784
Re: כח הגמרא
רביה''ק זי''ע
דו זעהסט מיר אויס אביסעלע צומישט, ס'איז טאקע נייע זאכן אבער ס'איז דאך הלכה למשה מסיני, דער עיקר איז אז דו פארשטייסט וואס דו רעדסט.
אלע מצוות זענען מסיני נישט די נייע סייגים...

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:58 pm

· #455785
איינער דא האט געזאגט אז נישט?

עוקר הרים » זונטאג אוגוסט 2, 2020 7:59 pm

· #455786
Re: כח הגמרא
רביה''ק זי''ע
איינער דא האט געזאגט אז נישט?
די האסט געזאגט די פארשטייסט נישט די אור החיים הקדוש...
און איינער האט דא געזאגט אז די אור החיים הקדוש איז א גרויסע חידוש....

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 2, 2020 8:05 pm

· #455789
קוקענדיג נאכאמאל אינעם ערשטן תגובה פונעם אוה"ח הק' זעה איך טאקע אז מ'האט סתם אזוי אהערגעטראללט א שטיקל וואס האט קיין שייכות אהער, אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט. הגם דאס איז אויך היבש איבערגעטריבן, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך וואס גייט שוין אריין אין ריכטיגע אפיקורסת.

חתן בחור » זונטאג אוגוסט 2, 2020 8:44 pm

· #455794
Re: כח הגמרא
איך האלט אז תושבע״פ גייט ארויף נאר אויף די משנה. די גמרא איז נישט מער ווי א שקלא וטריא אויפ׳ן משנה און ברייתות, צו טרעפן אסמכתאות. אלע נייע הלכות וגדרים וואס זענען צוגעקומען אין די גמרא זענען נישט נכלל אין תושבע״פ.

פאליטיקאנט » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:21 pm

· #455800
Re: כח הגמרא
חתן בחור
איך האלט אז תושבע״פ גייט ארויף נאר אויף די משנה. די גמרא איז נישט מער ווי א שקלא וטריא אויפ׳ן משנה און ברייתות, צו טרעפן אסמכתאות. אלע נייע הלכות וגדרים וואס זענען צוגעקומען אין די גמרא זענען נישט נכלל אין תושבע״פ.
דו האלטסט אזוי מסברא (גיין אייגענע)?
אדער דו נעמסט עס פון ערגעץ?

חתן בחור » זונטאג אוגוסט 2, 2020 9:25 pm

· #455802
Re: כח הגמרא
פאליטיקאנט
חתן בחור
איך האלט אז תושבע״פ גייט ארויף נאר אויף די משנה. די גמרא איז נישט מער ווי א שקלא וטריא אויפ׳ן משנה און ברייתות, צו טרעפן אסמכתאות. אלע נייע הלכות וגדרים וואס זענען צוגעקומען אין די גמרא זענען נישט נכלל אין תושבע״פ.
דו האלטסט אזוי מסברא (גיין אייגענע)?
אדער דו נעמסט עס פון ערגעץ?
איך האלט אזוי פערזענליך. יעדע זאך וואס א מענטש טוט, טוט ער נאר ווייל ער האלט אזוי מסברא. אפילו ווען א מענטש נעמט עפעס פון ספר, אדער נעמט עפעס אן וואס ער הערט פון זיין רבי אדער טאטע, האלט ער אויך מסברא אז ער דארף זיי צוהערן. קענסט זיך נישט ארויסדרייען פון דעם.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 11:36 am

· #455840
Re: כח הגמרא
חז"ל האבן געזאגט נישט בלאזן שופר, אי די פשט אז ביז דעמאלס איז עס אויך אזוי געווען, דאס איז געווען תושב"פ און זיי האבן עס אפגעשריבן
דאס זעלבע איז מיט ספירה חמשים יום וכדומה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

הקטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 4:30 pm

· #455851
א חסיד פון ווילנא
חז"ל האבן געזאגט נישט בלאזן שופר, אי די פשט אז ביז דעמאלס איז עס אויך אזוי געווען, דאס איז געווען תושב"פ און זיי האבן עס אפגעשריבן
דאס זעלבע איז מיט ספירה חמשים יום וכדומה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נישט בלאזען שופר איז א נייע גזרה וואס זיי האבן א כח (ריף עס יא אדער נישט תושב"פ)
ספירה חמשים יום איז ריין תושב"פ וואס איז אייביג געווען

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 6:25 pm

· #455871
עוקר הרים
גאלד
סדא א שטוינענדע אור החיים הק' איבער דעם נושא, וואס לפענ"ד פארענטפערט עס אסאך קשיות, (הגם סמאכט קשיות אויך)

ער טענה'ט אז חז"ל ארבעט פונקט פארקערט ווי מיר מיינען,
מיר מיינען אז נאך קבלת התורה מסיני איז אלעס געווען סתום
און חז"ל בחכמתו האבן דיסייפערט די קאודס פון די תורה דורך די שלש עשרה מדות שהתורה נדרשת וכדומה,
זאגט ער לא הי' דברים מעולם,
כלל ישראל האט שוין אלעס געוויסט בעפאר, זיי האבן מקבל געווען מסיני כל פרטי התורה,
ממש אלעס, זיי האבן שוין געהאט די ענד רעזאלט פון אלע הלכות,
און אזוי איז עס געגאנגען די קבלה מדור לדור ווי די ערשטע משנה אין אבות,
חז"ל'ס דשאב איז געווען צו מאכן די קאנעקשן, און טרעפן ווי אין דער תורה ליגט יעדער הלכה וואס זיי האבן שוין לאנג געוויסט,
און אלע הלכות וואס מהאט נישט געקענט אויספיגרן וויזוי עס איז משמע פון תורה שבכתב, איז געבליבן על חזקתו אלס סתם הלכה למשה מסיני,

ווען איך האב געזעהן דעם אור החיים הק' בין אין אראפגעפאלן על הרצפה, אויפן פאדלאגע, אויפן פלאר,

לפי"ז איז דער גאנצער קשיא פון דעם אשכול אפס ואין

דאס איז נישט נאר א אור החיים נאר דאס איז פשוט פשט און אלע ראשונים שרייבען אזוי... חז"ל האבען נישט געקענט לערנען פשט אין מצוות אנדערש ווי דאס וואס מהאט געטוהן ביז זייער צייטען זיי האבען נישט געקענט פארדרייען זאכען אנדערש ווי די מסורה איז געוועהן...(והפשט בזה שיש הרבה פעמים מחלקות ביניהם זה נושא אחר...)
דאס איז אבער אלס מיט מצוות וואס די תורה רעדט שוין פון די קשיא איז נאר אויף די נייע תקנות וסייגים....

ווי זאגען עס אלע ראשונים?

לאמיר צונעמען די זאך, איך ווייס נישט ווי דער אור החיים איז, אבער אין משך חכמה שטייט עס אויך, און איך וועל מסביר זיין לויט זיינע ווערטער.

פשוט ווען יעדער זאגען אז תורה שבעל פה איז געגעבען געווארען אין צוגאב צו תורה שבכתב, דאס הייסט אז תורה שבעל פה קומט מסביר זיין וואס שטייט אין תורה שבכתב. זאגט דער משך חכמה (און אפשר דער אור החיים) אז פונקט פארקערט, קודם איז געגעבען געווארען אויף בארג סיני אלע תורה שבעל פה, און תורה שבכתב איז נישט געוועהן בשלימות (בפרט לויט דער שיטות אז תורה שבכתב פין חומש האט גענומען דורך אויס די פערציג יאר אין מדבר), און אלע הלכות פין תורה שבעל פה זענען געוועהן מרומז אין דער תורה שבכתב וואס איז דעמאלס געוועהן, און למשל אלע הלכות וואס אונז ווייסען מיר היינט אז מען לערנט זיי ארויס פין פסוקים אין סדר דברים האט מען ארויס געלערנט פין דיוקים פין פסוקים וואס איז געגעבן געווארען אויף בארג סיני. אויב אויף בארג סיני איז נאר געזאגט געווארען די עשרות הדברות איז עס פין דארט, און טאמער איז אויף בארג סיני געזאגט געווארען אלע וידבר ד' אל משה לאמור'ס, איז עס פין די פרשיות אויך, און מען האט געהאט אנדערע יסודות פין די י"ג מדות ארויסצולערנען פין די פסוקים אלעס.

איז ממילא פארקערט, אז לכתחילה איז געגעבען געווארען תורה שבעל פה, און די תורה שבכתב איז געוואקסען איבער צייט, און די רמזים וויאזוי צו טרעפען די הלכות אין תורה שבכתב האבען זיך מיטגעטוישט לפי הזמן.

ע"כ

שטייט עס אין אלע ראשונים? לכאורה נישט.

עוקר הרים » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 7:46 pm

· #455883
Re: כח הגמרא
אישתישבי

אין בזה שום חידוש עיין בהקדמת פירוש המשניות להרמב"ם ובהקדמת הרמב"ם ליד וזה פשוטו של דבר
בלאט: 1 2