פון די אנדערע זייט מחיצה
איך בין ניי צו קאווע-שטיבל, און איך האב געטראכט זיך צו פארשטעלן פאר'ן ציבור. געוויסע האבן שוין געהערט וועגן מיר דורך מיין מאן אדער טאטע (אה, די מעלה פון אויפוואקסן אין א רעבישע משפחה). אבער איך וואלט געוואלט זיך פארשטעלן אליינס, און ענק דערציילן מיין צד פון די מעשה.
ווען איך בין אויפגעוואקסן, פלעגט מען מיר אייביג אויסלערנען (סיי דירעקט און סיי דורכן קולטאר) אז מיין גאנצע ווערד איז באזירט אויף ווי גוט איך קען באדינען אנדערע, און זיין א גוטע מאמע און ווייב.
איך האב געהאט שאיפות, גרויסע שאיפות, אבער מ'האט מיר געזאגט אז אויב וועל איך מיר ארויסשטעלן אין א פאזיציע פון הנהגה איז זייער פראבלעמאטיש, ווייל פרויען מוזן האלטן א נידריגע פראפיל. מיין גאנצע עקסיזטענץ איז נישט מער ווי א נסיון פאר מענער, און דאס איז געווען מער וויכטיג ווי מיינע שאיפות און חלומות פאר מיין לעבן. מיין תפקיד איז צו האדעווען קינדער, קאכן שיינע מאלצייטן פאר מיין מאן, רייניגן זיין הויז, און "זיץ רואיג, קוק אויס שיין!". איך האב געדארפט זיין צופרידן מיט אזא אויסשטעל אין לעבן און טרעפן משמעות דערין. אבער וויבאלד איך בין נישט געווען צופרידן - מוז דאך עפעס זיין פראבלעמאטיש מיט מיר.
צו ציטירן שארלוט בראנטע (Charlotte Bronte) צוריק אין 1847:
פרויען דארפן בדרך כלל זיין זייער רואיג, אבער פרויען פיהלן פונקט וואס מענער פיהלן, זיי דארפן עקסערסייז פאר זייער פעקולטיס, און א פעלד פאר זייער ארבעט, פונקט ווי זייערע ברודער דארפן, זיי ליידן פון א זייער שטרענגע איינגעהאלטנקייט, א טונקעלע פארפרוירנקייט, פונקט ווי מענער וואלטן געליטן. און עס איז זייער שמאלקעפיג צו זאגן אז זיי זאלן זיך באגנוגענען מיט מאכן קוגלען און אויפנייען זאקן, צו שפילן פיאנע און שטריקן פאקעט-בוקס.
פארשטיי מיר נישט אומריכטיג, איך האב זייער ליב מיין מאן און קינדער. אבער דו ביסט אויפגעוואקסן מיט די איינגציגסטע מטרה צו זיין אן ערליכער אידישער טאטע? אדער דו ביסט אן אינדעווידואל וואס האט אויך קינדער וואס ער האט ליב און וויל זיי אויסהאלטן? עס קוקט אפשר אויס ווי נישט מער א קליינע סעמענטישע חילוק, אבער עס איז די חילוק צווישן זיין בעלעבאס אויף דיר און דיין לעבן אדער זיין דאס רכוש פונעם כלל ווען דיין לעבן איז שוין פונקטליך פארגעשריבן.
ווען איך בין עלטער געווארן, האט מען מיר ווידער און ווידער געזאגט אז איך זאל זיך אויסמעקן, ווייל דאס איז די טבע הבריאה, און אלס פריער איך וועל דאס טוהן וועל איך וויינגער ליידן.
אלזא, איינמאל ווען מיין פאטער האט געלערנט מיט זיין חברותא אויפן פאון אין אונזער דיינונג-רום, און איך האב איהם געהערט מאכן א טעות, האב איך אראפגעלייגט די טאפ וואס איך דארף קראצן און אריינמארשירט צו איהם, ווען מיין זייפיגע הענט רינען אויפן טעפעך, איך האב געפיהלט אזוי בארעכטיגט ווען מיין פאטער'ס חברותא האט גענומען מיין צד, איך האב געוויסט איך בין גערעכט, אבער עס האט גוט געפיהלט ווען עמיצער אנדערש ווייסט עס אויך.
נישט א יעדע איז אזא ברת-מזל ווי מיר, מיין פריינדינע האט מיטגעטיילט מיט מיר אז ווען זי פלעגט פרעגן טיפע פילאסאפישע פראגעס פון איהר פאטער, פלעגט ער איהר אפשלאגן: "דאס פעלט נישט אויס צו וויסן אויף צו מאכן אייערשפייז". אינטרעסאנט איז, אז איהר ברודער האט קיינמאל נישט באקומען אן ענטפער: "דאס פעלט נישט אויס צו וויסן אויף צו ברענגען פרנסה".
אפילו אויב דו ביסט פון די וועלכע וואס האלטן אז פרויען באלאנגען נאטורליך אינדערהיים, און מענער דארפן קארעריעס, דער פאקט איז אז איינער וואס בלייבט אינדערהיים ווערט גלייך ווייניגער ווערד, נישט האבנדיג די זעלבע אינטעלעקטואלע מעגליכקייטן ווי איינער וואס דריידט זיך אינדרויסן. דאס איז א רעזולטאט פון קריסטליכע ווירדן, נישט אידישע.
רעדנדיג פון קריסטליכע ווירדן, איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן היינט מישן צוזאם קאנזערוויטיזם מיט יידישקייט, נאר צוליב דעם וואס קריסטן געווענטליך נויגן צו רעכטס. איך בין א שטאלצע פראגרעסיוו אידישע פרוי! און איך שטיץ "תפיסה רעפארמעס". אין תהלים (קאפיטל ק"ד) שטייט יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, עס שטייט נישט יתמו חוטאים - די זינדיגערס. ווייל די מטרה איז נישט צו רודפ'ן די מענטשן און שטיצן טויט שטראף, נאר צו העלפן מענטשן צוריק קומען צו זיך און זיך אויסהיילן פון אדיקשנס און זייער שלעכטע חינוך.
יעצט, מיין איך, איז שוין צייט צו אדרעסירן דעם עלעפאנט אינעם צימער. איך ווייס, איך ווייס, ענק האבן מעגליך געהערט אלערליי שמועות אויף מיר, אבער גלייבס נישט אלעס וואס ענק הערן. גלייבן א שמועה וואס האט זיך אנגעפאנגען 900 יאהר נאך די פאקט דערציילט מער איבער אייך ווי איבער מיר.
דער אמת איז, מיר האבן געדארפט אריבערגיין צו לעיקוואד צוליב א משפחה קריזיס, אויב ענק ווילן זייער שטארק וויסן, נאך וואס מיינע עלטערן זענען גע'הרג'עט געווארן אין די וויליאמסבורג שיסעריי בערך פאר דריי יאהר צוריק, האט זיך מיין ברודער פארפלאנטערט מיט די איי. אר. עס. און מיין שוועסטער, האט געהאט איהר אייגענע מעשה, וואס איך קען נישט מפרסם זיין ברבים.
אונז האבן מיר געוואלט מאכן א שטילשווייגעניש פון די פרטים אז עס זאל נישט שאטן אויף שידוכים, אבער עס האט אונז נישט צוסאך געהאלפן, די מעשה וואס זיי פארציילן אויף מיר איז פונקט אזוי שלעכט ווי דעם אמת, קוקט אויס אז יענטעס האבן ליב צו יענטעווען, (און צוליב גלייכ-בארעכטיגקייט חאצקלס האבן ליב צו חאצקעלען).
על כל פנים, דאס אלעס האט גארנישט צוטוהן מיט ענק, דאס איז מיין פריוואטע לעבן, איך מיין נאר צוזאגן אז מענטשן האבן זייער שווער געארבעט צו נוצן די שמועות כדי מיר צו דיסקרעדיטן.
דורכאויס מיין לעבן, פלעג איך באקומען אזעלכע "קאמפלימענטן": ממש א שאד אז דו ביסט א מיידל, כביכול - האבן א מוח איז ממש א שאד ווייל איך בין נישט קיין מאנספערזאן. איך פלעג ווערן זייער איבערגענומען ווען מ'האט מיר דאס געזאגט, ביז איך האב איינגעזעהן אז איך נעם אריין די זעלבסט דערנידערונג וואס מ'האט מיר אריינגעבאקט.
איך האב אסאך פרויען פריינדינעס, און וואונדער איבער וואונדער, איך האב נישט קיין מושג וואו זיי קויפן איין, אדער וואס זיי האבן געמאכט פאר נאכטמאל, איך קען דיר אבער זאגן וואס זיי האלטן וועגן די אמעריקאנער עקענאמישער סיסטעם, איבער די הלכה'דיגע פרינאופ (prenup), אדער איבער פלעיטא'ס טעעטעטוס (Plato's Theaetetus).
אלזא, עס וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן זאגן אז די שמועות איז א שטראף פון הימל פארן מטיל ספק זיין אין די חכמים, און אז איך דארף אקטן אזוי ווי איך בין א וואונדער-מיידל אנדערש ווי יעדן. ניין! די איינציגסטע חילוק צווישן מיר און אנדערע פרויען איז אז איך בין דא און איך שרייב עס ברבים. ענק איינצורעדן אז אן אינטולעקטואלע פרוי איז זעלטן, וואלט איך פארראטן מיין דזשענדער, און וואלט געוויס געווען א שרייעדיגע ליגנט.
Wow, ריינע גאונות.
בְּרוּכָה הַבָּאָה!
אגב, הרב איתם הנקין
שפעקילורט אז די מקור פון די מעשה איז נישט פון רש"י, נאר איז יאהרן שפעטער אריינגעפאלן. אזוי אז די שמועה איז א שמועה רחוקה, מער פון טויזנט יאהר.
זבולוןWow, ריינע גאונות.
בְּרוּכָה הַבָּאָה!
אגב, הרב איתם הנקין
שפעקילורט אז די מקור פון די מעשה איז נישט פון רש"י, נאר איז יאהרן שפעטער אריינגעפאלן. אזוי אז די שמועה איז א שמועה רחוקה, מער פון טויזנט יאהר.
דו ווייסט אז דו וואלסט געקענט זאגן ״די מקור איז נישט פון רש"י, נאר שפעטער אריינגעפאלן. אזוי איז א שמועה רחוקה, מער פון טויזנט יאהר.״
אזוי וואלסטו זיך געשפארט 9 ווערטער… ווייסטו דען נישט אז מיט פרויען דארף מען וואס ווייניגער רעדן?
סמבטיוןאיך בין צימישט
דארפסט לערנען הויך וועסטו געדענקען דאס לערנען
Re: פון די אנדערע זייט מחיצה
בְּרוּכָה הַבָּאָה, מיר האפן אז דו וועסט זיך דא גוט געפונען.
פון די אנדערע זייט "פון די אנדערע זייט מחיצה" קען איך פארשטיין און מיטשפירן דיינע געפילן. הגם איך האב שוין לאנג א קלער, צו אונזערע פרויען האבן באמת אנדערע איינגשאפטן (צוליב קולטור) אדער ווערט עס פשוט אונטערדרוקט. לדוגמא צניעות וכדו'.
פשיאה! זייער שיין, ענדליך אביסל פרישע בלוט דא אויף קאווע שטיבל!
עטליכע זאכן האב איך נישט פארשטאנען, אבער בעיקר בין איך נייגעריג וואס איז די מעשה מיט די שיסעריי אין ווילאמסבורג? איך האב גארנישט מיטגעהאלטן, אפשר מיינסטו עפעס אנדערש, אנטשולדיגט פארן נישט כאפן.
ברוכה הבאה ברוריה! עס איז גוט צו אויסברייטערן דעם עזרת נשים דא אין אונזער שטיבל. מי יגלה עפר מעיניך
@געפילטע פיש, מיר האבן שוין דא ב''ה נשים, אילו זכינו...
געוואלדיג געשריבן און טיף, כמעט אזוי גוט ווי א מאן... 😉
עס איז צום האפן אז מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון דיינע טיפזיניגע רעיונות.
יעצט דארף בלויז
@מי אני אריינקומען מיט א טוץ מראי מקומות אויב מ'דארף זאגן 'איר' ווען מ'אינטערעקט מיט א פרוי בכתב, און אויב מ'קען צוקומען לידי הרהור בלויז ע''י חכמתה וכו' וכו'
ס׳טוט מיר זייער וויי צו זען ווי די נאטור פון די בריאה ווערט פארדרייט און פארהרג׳ט אויף אזוי פיל וועגן... דער קלימאט, פאלושען, וכו׳ וכו׳. ווי אויך דער מענטש זעלבסט האט נישט דעם ארגינעלן ריכטיגן ענווייערמענט אויפצו-וואקסן. אפילו דעי וואס האלטן אז זיי האבן זיך ארויסגעריסן פון זייער דיספאנקשענעל פעמעליס און אפ-ברינגינג און מאכן שבת פאר זיך, דרייען זיך ארום מיט הויפענס זעק און פעק פון השקפה, צוגאנג צום לעבן ועוד מיט וואס מ׳האט זיי אנגעלאָדנט פון די סעקונדע די אייגעלעך האבן זיך ג׳עפענט אינעם קליינעם בעטל אין שפיטאל... ביז... ביז...
לענינו, איז זייער שווער ארויסצוהאבן די שיינקייט פון די בריאה ווי יעדע זאך האט זיין תכלית. יעדע סארט דומם, צומח, חי׳ און מדבר, יעדע סארט מאטריאל, געוואוקס, בעל חי׳ און דזשענדער האט זיך זיין ספעציעלע אויפגאבע און ווען אלעס ארבייט ארגינעל דאן איז דאס גלייך צו א רייע פון פילצאליגע און פארשידענארטיגע כלי זמר וואס טוען זייערע פונקציעס ריכטיג און אויפן ריכטיגן פלאץ און עס קומט ארויס דעם הערליכן געזאנג מיטן פולסטן פראכט און שיינקייט.
אבער... מטוט וואס מ׳קען. און שוין.
תרמבפשיאה! זייער שיין, ענדליך אביסל פרישע בלוט דא אויף קאווע שטיבל!
עטליכע זאכן האב איך נישט פארשטאנען, אבער בעיקר בין איך נייגעריג וואס איז די מעשה מיט די שיסעריי אין ווילאמסבורג? איך האב גארנישט מיטגעהאלטן, אפשר מיינסטו עפעס אנדערש, אנטשולדיגט פארן נישט כאפן.
באמת האב איך געשריבן דא מיינע געפילן איבער די ענין וויאזוי איך טרעף פיל מענער קוקן אן געלערנטע פרויען, און וויאזוי איך און אנדערע ווערן אפעקטעט דערפין.
דערנאך האב איך געקלערט צו צולייגן א פאר רעפערענסעס צו ברוריה׳ס לעבן כאילו זי וואוינט היינט.
באמת האב איך בה ביידע עלטערן, און מיינע געשוויסטער זענען פיין.
אבער די עיקר נקודה? דאס איז אמת יעדע ווארט.
נפה
זי האט יא געשריבן רעפערענעסן צו ביידע.
אגב, "בטשה ביה" מוז נישט מיינען א שטויס.
איי איי איי
זאג מיר נישט אז איך באקום דא א קאנקורענט.
שיין זיך צו באקענען.
הערליך!! מ'דארך מאכן פיס-נאטיצן אויף יעדעס ווארט..
ברוריהנאך וואס מיינע עלטערן זענען גע'הרג'עט געווארן אין די וויליאמסבורג שיסעריי בערך פאר דריי יאהר צוריק, האט זיך מיין ברודער פארפלאנטערט מיט די איי. אר. עס. און מיין שוועסטער, האט געהאט איהר אייגענע מעשה, וואס איך קען נישט מפרסם זיין ברבים
???
בת קולאיי איי איי
זאג מיר נישט אז איך באקום דא א קאנקורענט.
שיין זיך צו באקענען.
נישט קיין קאנקורענט, א שוועסטער.
<a class="postlink" href="https://www.forbes.com/sites/forbescoachescouncil/2020/01/21/why-women-dont-always-support-other-women/?sh=28ff7f1f3b05">https://www.forbes.com/sites/forbescoac ... ff7f1f3b05</a>
פונעם ארטיקל:
This is also … when women behave in ways more typical of men to display toughness and fit in. For women at the very top, part of their success is convincing men that they aren’t like other women.
טאקע דעס האב איך געמיינט מיטן זאגן אז מיר זענען נישט קיין מציאה. בה פעלט נישט קיין קנאקדיגע פרויען.
זייער שיין ברוריה עס איז מיר נאר אינטערעסאנט פארוואס די האסט נישט ענדערש אויסגעקליבן די ברתא דר’ נחמן זיי זענען געווען אסאך מער קאנטרעווארסיאל
נאר א ווערטל הערליכע ארבייט קיפ איט אופ
פארוואס?נפה
זי האט יא געשריבן רעפערענעסן צו ביידע.
אגב, "בטשה ביה" מוז נישט מיינען א שטויס.
יעצט זע איך אז זי שרייבט וועגן איר מעשה אבער איך זע נישט וואו זי שרייבט וועגן בטשא ביה.
אגב זע איך נישט וואו זי האט זיך גע׳טענה׳עט מיט איר טאטע איך זע נאר
מיט איר ברידער אויך קען זי שרייבען
וויפיל זי האט געלערנטברוריה ווען די וואלסט געוויסט וויפיל מען האט מיר געפאניגט און ישיבה צליב דיין בטשה ביה ווייס איך נישט צו די וואלסט נאך געווען אזוי שטאלץ
נפהאגב זע איך נישט וואו זי האט זיך גע׳טענה׳עט מיט איר טאטע איך זע נאר
מיט איר ברידער
גערעכט
אבער די לשון התוספתא איז זייער מאדנע, ווייל ר' שמעון בן חנניה איז ר' חנניה בן תרדיון'ס זוהן איז וויאזוי פרעגט ער זיך זעלבסט, און בפרט די ווערטער פון ר' יהודה בן בבא "יפה אמרה בתו מהוא" איז משמע אז די מחלוקת איז צווישן טאטע און טאכטער, לכן יתכן אז די ווערטער "בנו של" איז א טעות, וכצ"ל "שאלתי את שמעון בן חנניא ששאל את רבי חנניא בן תרדיון וגו'" ודו"ק, וכן הוא
בוויקיפדיה.
ברוריהנאך וואס מיינע עלטערן זענען גע'הרג'עט געווארן אין די וויליאמסבורג שיסעריי בערך פאר דריי יאהר צוריק, האט זיך מיין ברודער פארפלאנטערט מיט די איי. אר. עס. און מיין שוועסטער, האט געהאט איהר אייגענע מעשה, וואס איך קען נישט מפרסם זיין ברבים
שוב מצאתי במסכת שמחות
ומעשה בבנו של רבי חנינא בן תרדיון שיצא לתרבות רעה, תפשוהו ליסטין והרגוהו,
ונמצא תפוש לאחר שלשה ימים, נתנוהו בכרכדות, והניחוהו על גבי המיטה, והכניסוהו לתוך העיר
געוואלדיג! די מליצה׳דיגע רעפערענצן זענען אבנארמאל פיין! 👍
וואס
@ברוריה ברענגט ארויס דערמאנט אויך אביסל פון דאס וואס כ׳האב געהאט
צוגעברענגט פון קריסטיִן דע פּיִזאן.
***
בדרך צחות איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז לפי המעשה דברוריה ברש״י האט זי דאך (ווי נישט) נישט געהאט קיין געהעריגע בחירה; עס איז דאך געווען א וודאי אז זי וועט נתפתה ווערן. וכידוע אז לפי
דעטערמעניזם האט דאס׳ן ״שטראפן״ פאר א חטא נישט קיין פשט
(ועיין, לדוגמא, בדברי דר. ראבּערט סאַפּאָלסקי אז מ׳דארף טאקע טוישן דאס גאנצע קרימינאלע סיסטעם פון אן עמפאסיס אויף ״שטראפן/עונש״ צו איינס וואס האלט טאקע אפ און זוכט צו טוישן דעם קרימינאל און די אקטן אליין וכו׳) ולפי״ז אז ברוריה האט דאך נישט געהאט קיין געהעריגע בחירה איז דעריבער איז זי געווען קעגן דרס ״שטראפן״
חוטאים כאילו זיי זענען שולדיג אינעם זיין א ״חוטא״, נאר מ׳דארף פאָקוסירן אויפ׳ן ״חטא״,
חטאים, דאס מבער צו זיין דורך פועל ונפעל וכו׳.
מיימוןיעצט דארף בלויז @מי אני אריינקומען מיט א טוץ מראי מקומות אויב מ'דארף זאגן 'איר' ווען מ'אינטערעקט מיט א פרוי בכתב, און אויב מ'קען צוקומען לידי הרהור בלויז ע''י חכמתה וכו' וכו'
😂
איז (אהעם…) אזוי. איך פארשטיי אז די שאלה הייבט זיך אָן ווייל אין די לוחות (אשר מזה ומזה הם ״כתובים״) טייטשט מען דאך לא תנאף אלס
Thou shalt not commit adultery
וואס ״thou” באדייט דאך ״דו״ לעומת “you” וואס באדייט ״איר״…
😃
איז פאר איינער וואס איז
סעיפּיאוֺסעקשועל וואלט געווען א הוו״א צו אסר׳ן מכח ווייל דאס קען אים חלילה צוברענגען חלילה צו חלילה שרעקליכע הירהורים חלילה. אבער אונז זעה׳מיר אז (מגילה טו.) כל האומר רחב רחב מיד נקרי איז דוקא ביודעה ומכירה. נו, איז אפילו וואו מ׳איז עטרעקטעד צו איר ״יודעה/ידיעה״ פעהלט אבער דאך אויס ״מכירה״ צו אסר׳ן אן אמירה צו איר דירעקט…
מאידך גיסא זעהט מען אבער דאך (גיטין עא.) אז ביי עדות ״אשה״ האט מען דאך געזאגט אז הגדה מתוך הכתב איז פונקט ווי מפיהם…
און אז די שאלה דא איז ווען מ׳אינטערעקט דוקא בכתב אָנע זעהן א פנים זה לזה וכו׳ האב איך געקלערט אז
@ברוריה האט דאך רעפערענצט אפלטון׳ס
טיִאטיִטוס.
דא האב איך געזוכט צאמצושטעלן די
ספּיירעל פון טעאדארוס, וואס אפלטון ברענגט אראפ אין אט דעם דיאלאג, מיט דעם אז אין דעתם דומה זה לזה. נו, דאס שטעלט מען דאך צאם (ברכות נח.) מיט דעם אז אין פרצופיהן דומה זה לזה - ווען די פרצופין זענען נישט זה לזה… 😃
וואס איז אינטערעסאנט אז אין
סדר הדורות ברענגט ער פון א ״ספר קטן״ א מעשה ווי ר׳ מאיר איז דורעכגעפאלען קוקט עפעס אויס ווי מען האט זיך גענומען אויף ר׳ מאיר מיט זיין רעבעצין
מיימוןברוכה הבאה ברוריה! עס איז גוט צו אויסברייטערן דעם עזרת נשים דא אין אונזער שטיבל. מי יגלה עפר מעיניך
@געפילטע פיש, מיר האבן שוין דא ב''ה נשים, אילו זכינו...
געוואלדיג געשריבן און טיף, כמעט אזוי גוט ווי א מאן... 😉
עס איז צום האפן אז מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון דיינע טיפזיניגע רעיונות.
יעצט דארף בלויז
@מי אני אריינקומען מיט א טוץ מראי מקומות אויב מ'דארף זאגן 'איר' ווען מ'אינטערעקט מיט א פרוי בכתב, און אויב מ'קען צוקומען לידי הרהור בלויז ע''י חכמתה וכו' וכו'
עההמם, שקויעך
@מיימון פארן מיר אויפוועקן פון מיין לאנגן דרימל! זאל'ך אריינקומען דא מיטן קישן געריבענעם פנים און געביגעלטע פיאות? כ'ווייס ניטאמאל וועלכע שפראך מ'רעדט דא. שוין, נישט פאר דעם בין איך דא.
ווילקאמען רעביצן
@ברוריה! מאכט אייך היימיש. איך פלעג דא זיין היימיש אין די יונגע יארן העעל"ט. טאמער ביזטו מצליח צוריק צו ברענגן אהער דעם אמאליגן חן וועל איך דיר שטארק מכיר טוב זיין, מי יתן! וועגן די מעשה מיט דיין שוועסטער וואס דו שעמסט זיך אזוי האב איך געהערט פון א פארלעסליכע מקור אז דו דארפסט זיך נישט שעמן מיט איר. ז'איז טאקע אין א געמיינע ארט מיט נידעריגע עלעמענטן, אבער פירט זיך בקדושה און זינדיגט נישט.
געפילטע פישוועגן די מעשה מיט דיין שוועסטער וואס דו שעמסט זיך אזוי האב איך געהערט פון א פארלעסליכע מקור אז דו דארפסט זיך נישט שעמן מיט איר. ז'איז טאקע אין א געמיינע ארט מיט נידעריגע עלעמענטן, אבער פירט זיך בקדושה און זינדיגט נישט.
און אפילו דו זעהסט איר זיך ארומנעמען מיט א מזנה, וויסן זאלסטו אז דאס איז אליהו הנביא פארשטעלט (
ער טוט דאס פון צייט צו צייט).
ברוריהזבולוןWow, ריינע גאונות.
בְּרוּכָה הַבָּאָה!
אגב, הרב איתם הנקין
שפעקילורט אז די מקור פון די מעשה איז נישט פון רש"י, נאר איז יאהרן שפעטער אריינגעפאלן. אזוי אז די שמועה איז א שמועה רחוקה, מער פון טויזנט יאהר.
דו ווייסט אז דו וואלסט געקענט זאגן ״די מקור איז נישט פון רש"י, נאר שפעטער אריינגעפאלן. אזוי איז א שמועה רחוקה, מער פון טויזנט יאהר.״
אזוי וואלסטו זיך געשפארט 9 ווערטער… ווייסטו דען נישט אז מיט פרויען דארף מען וואס ווייניגער רעדן?
גוט גוט, אבער נישט זאגן בשם אמרו איז נישט קיין option. ״כל האומר דבר בשם אמרו״ שטייט דוקא ביי א פאל וואו א פרוי האט גערעדט צו א מאן ״שנאמר ותאמר אסתר למלך בשם מרדכי״
Re: פון די אנדערע זייט מחיצה
שלום עליכן, רביצן ברוריה אוו אַ דאנק אייערע פערל ווערטער.
לא'מיך אייך פרעגן פון אייער און אפשר אויך אייערע חבר'טעס קוקווינקל, וואו ליגט דער תיקון? בלויז צו אנערקענען אז פרויען זענען מער ווי א קינדל מאשין און א קעכערטע וועט נישט אויפטוען למעשה, איז פרעג איך ווי ווייט האלט איר דארף מען אנערקענען פרויען אין אונזערע געזעלשאפטן?
לערנען מיט מיידלעך און פרויען גמרא און פוסקים? יועצות הלכתיות? מצרף זיין אויף מזומן און מנין? זיי אויפנעמען צו העכערע אמטן אין קהילות? מאכן זיי פולקום גלייך צו מענער אין הלכה לדוגמא אין גיטין, קידושין אדער שררה?
וואו האלט איר איז די רויטע ליניע אויב איז בכלל דא אזא ליניע?
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
החוקרבְּרוּכָה הַבָּאָה, מיר האפן אז דו וועסט זיך דא גוט געפונען.
פון די אנדערע זייט "פון די אנדערע זייט מחיצה" קען איך פארשטיין און מיטשפירן דיינע געפילן. הגם איך האב שוין לאנג א קלער, צו אונזערע פרויען האבן באמת אנדערע איינגשאפטן (צוליב קולטור) אדער ווערט עס פשוט אונטערדרוקט. לדוגמא צניעות וכדו'.
וואו כאפט א נפקא מינה (אויסער פאר נאלעדזש סעיק)?
ציפור בודד: די קאנסערוואטיווע אידן און כש"כ די רעפארמער האלטן שוין גאנץ ווייט אין איקוועל רייטס פאר פרויען.זיי האבן חזניות אזוי ווי חזנים. אויך פרויען ראבייס. נאכמער. פאר זיי איז שוין נישט געניג גוט די מטבע שטבעו חכמים ביי ברכות. זיי האבן אוועקגעווישט אדער מאדיפיצירט די ברכה .."!שלא עשני גוי"... מיט די ברכה..."שעשני בצלמו"...אויך זאגן זיי אלוקי אברהם ושרה. מגן אברהם ופוקד שרה...! ביי קידוש (פרייטיג צו נאכטס) הייבן זיי אן בורא פרי הגפן...ביי הבדלה הייבן זיי אויך אן בורא פרי הגפן (פון סברי מרנן האלטן זיי נישט.) פון די אנדערע זייט זענען זיי ..."פרומע"... זיי זאגן אין כאלוקינו ביי מעריב. אויך מאכן זיי אויף דעם ארון קודש ביי עלינו. (נישט נאר ר"ה און יום כיפור.). די קאנסערוואטיווס האלטן נאך פון נטילת ידים און המוציא. אבער נישט פון לחם משנה. די רעפארמער האלטן פון נטילת ידים אויך נישט. ראביי אבי ווייס גייט אויך אויף דעם זעלבן דרך. ער האלט נאכנישט אינגאנצן דארט וואו די רעפארמער. אבער צוביסלעך. ער האלט אויך אז נוצן אן אוידיאו וויזשועל סיסטעם און מיוזיק אום שבת איז מותר...!
צפור בודדשלום עליכן, רביצן ברוריה אוו אַ דאנק אייערע פערל ווערטער.
לא'מיך אייך פרעגן פון אייער און אפשר אויך אייערע חבר'טעס קוקווינקל, וואו ליגט דער תיקון? בלויז צו אנערקענען אז פרויען זענען מער ווי א קינדל מאשין און א קעכערטע וועט נישט אויפטוען למעשה, איז פרעג איך ווי ווייט האלט איר דארף מען אנערקענען פרויען אין אונזערע געזעלשאפטן?
לערנען מיט מיידלעך און פרויען גמרא און פוסקים? יועצות הלכתיות? מצרף זיין אויף מזומן און מנין? זיי אויפנעמען צו העכערע אמטן אין קהילות? מאכן זיי פולקום גלייך צו מענער אין הלכה לדוגמא אין גיטין, קידושין אדער שררה?
וואו האלט איר איז די רויטע ליניע אויב איז בכלל דא אזא ליניע?
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
איך האב זייער הנאה פון דע קשיא.
קודם כל, איך האלט אז אנערקענונג איך די ערשטע שטאפל צו סיי וועלכע פראבלעם. לאז מיך געבן א משל. מיין חברטע׳ס טאטע איז געווען ביי א שיעור דורך ר׳ ישעוה בערמאן. פארשטייסט, ס׳איז געווען א גרויסע שווייג דערוועגן, און נאר די באהאלטענע אויפגעקלערטע זענען אנגעקומען.
פרעגט דארט ר׳ בערמאן פארוואס עס איז נישט דא קיין פרויען, רופט זיך אן אן (אויפגעקלערטע!) יונגערמאן, ״אונזערע פרויען זענען נישט אינטערעסירט אין לערנען.״
גלייב מיך, ווען מען וואלט אונז מודיע געווען וואלטן מיר געקומען.
וואס מאכט דעס א חילוק הלכה למעשה? א גרויסע. ווען מען מאכט שוין אפ פון פאראויס עפעס, איז נישט דא צו וועם צו רעדן און עס אפעקט וויאזוי מען רעדט און פירט זיך אויף צו פרויען בעצם.
אבער קום רעדן פראקטיש א מינון. וואס זוך איך? גראדע האלט איך נישט אז מען דארף יעצט טוישן הלכה אדער גיין די דרך פון די קאנסערוועטיוו אדער רעפארמע וועלט. איך בין אויך נישט דערקעגן, אבער איך פארשטיי אז עס איז קאמפליצירט און צו מאכן א טויש וואס זאל טאקע מאכן א חילוק דארף מען בלייבן אין די פרעימווארק פון הלכה.
לערנען מיט פרויען גמרא און פוסקים איז נישט קיין שלעכטע עצה. אונז אויסלערנען לשון הקדוש אז מיר זאלן קענען מיטהאלטן איז די ערשטע סטעפ. יועצות הלכתיות איז עפעס וואס איך האלט זייער דערפון. הערן א פרוי׳ס בליק ווען מען פאסקנט זאכן וואס זענען אונז נוגיע. אויסהערן מיין מיינוג און השקפות מיטן זעלבע ערנסטקייט וואס דו וואלסט געגעבן א מאן. מיך נישט זאגן אז עפעס פעלט מיך אז איך וועל ליינען און ארבעטן מצליח צו זיין אין ביזנעס אנשטאט צו ביגעלן און באקן קאקאש קעיק.
יע
זייער א שיינער דזש'אוק, נאר די אויסגערעכנטע סומאטוכעס האבן מענער פארוואנדלט און מענער זאלן זיי לייזן. א פרוי'ס מיינונג איז טאקע בלויז "נאך א מיינונג" כאטש פונדעסטוועגן הערט מען זיי קוים. משא"כ וואס איך האב געפרעגט איז דירעקט נוגע פאר פרויען און דאך אין אונזערע קרייזן פרעגט מען זיי און מ'הערט זיי נישט.
אז איר האלט אז ביי דעם אויך איז זייער מיינונג נישט מער נוגע ווי א מאנ'ס, הער איך, נאר איך בין נישט מסכים. און אפילו אז זיי זענען שווה בשווה הערט מען זיי אפילו אזוי אויך נישט טראץ דעם אז סאיז איבער זיי. נו, מעג איך דאך לכה"פ פרעגן.
ואפילו ביקורת המקרא איז דאך (לפי עליזאבּעט קעידי סטענטאן)
א ״מענערישע״ פראבלעם…
📎 CCEAB44E-420A-47A9-8BB5-1C90C709EA04.jpeg📎 B69379DA-6CC5-448E-A0A5-C68E8457D354.jpegRe: פון די אנדערע זייט מחיצה
צו בערל און ברוריה: פארגלייכן מיט קאנזערוויטיוו און רעפארם איז לייכט אויף צו פארשווייגן ארגומענטן קעגן דער סטאטוס קוואו אבער למעשה איז עס א שוואכער קאמפאראטור. רעפארמער האלטן אינגאנצן נישט איין קיין הלכה און קאנסערוואטיווער האלטן שוואך איין ממילא איז לייכט צו מאכן פון זיי א גז"ש לאיסור אויף יעדער פראגרעסיווער ענדערונג.
ווי וועט אבער זיין אז היימישע פרויען וואס יראתן קודמת לחכמתן ווילן עפעס איינפירן וואס איז א חידוש אבער נישט קעגן הלכה? אדער וואס איז נישט מער קעגן הלכה ווי מענער וואס דאווענען נאך זמן תפילה און נאך אומצאליגע קולות?
דער לעצטער מאל עס האט פאסירט אזא פאל איז לכאורה געווען שרה שנירער מיט בית יעקב און זי האט עס דורכגעבראכן. ס'וועלן אוודאי זיין נאך און מיר קענען זיין זיכער וויאזוי דער מענערישער עסטאבלישמענט וועט רעאגירן. צי זיי וועלן אויספירן וועט זיך ווענדן אויף דער זמן, די פערשוינען וואס ווילן עס איינפירן און אויף דער שינוי גופא.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
צפור בודדצו בערל און ברוריה: פארגלייכן מיט קאנזערוויטיוו און רעפארם איז לייכט אויף צו פארשווייגן ארגומענטן קעגן דער סטאטוס קוואו אבער למעשה איז עס א שוואכער קאמפאראטור. רעפארמער האלטן אינגאנצן נישט איין קיין הלכה און קאנסערוואטיווער האלטן שוואך איין ממילא איז לייכט צו מאכן פון זיי א גז"ש לאיסור אויף יעדער פראגרעסיווער ענדערונג.
ווי וועט אבער זיין אז היימישע פרויען וואס יראתן קודמת לחכמתן ווילן עפעס איינפירן וואס איז א חידוש אבער נישט קעגן הלכה? אדער וואס איז נישט מער קעגן הלכה ווי מענער וואס דאווענען נאך זמן תפילה און נאך אומצאליגע קולות?
דער לעצטער מאל עס האט פאסירט אזא פאל איז לכאורה געווען שרה שנירער מיט בית יעקב און זי האט עס דורכגעבראכן. ס'וועלן אוודאי זיין נאך און מיר קענען זיין זיכער וויאזוי דער מענערישער עסטאבלישמענט וועט רעאגירן. צי זיי וועלן אויספירן וועט זיך ווענדן אויף דער זמן, די פערשוינען וואס ווילן עס איינפירן און אויף דער שינוי גופא.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
“You cannot buy the revolution. You cannot make the revolution. You can only be the revolution. It is in your spirit, or it is nowhere.”
-Ursula K. Le Guin
רעוועלאציע איז נישט אייביג א גרויסע איבערקערעניש. עס איז אפט איינצלנע מענטשן וואס מאכן אפ נישט נאכצוגיין די כלל בלינדערהייט. נאך א קלייניקייט, נאך א טויש, מענטשן זעען און זייער פחד פון זיין אן אויסווארף קילט זיך אביסל… און מען טרעפט זיך צוויי דורות שפעטער מיט א נייע סאב-קולטאר.
און אונזער קאלטור שיינט צו זיין עפעס א באג וואס מאכט עס נאר ארבעטן אויף פארקערט, דהיינו אפאר אידן/אידענעס טוהן נאך עפעס אן עקסטרעמע חומרא און צוביסלעך טוהן עס מער און מער מענטשן, און די רבנים/מעלות כאפן זיך גלייך ארויף אויפן וואגן, און דאן ווערט דאס אן עסטעבלישט חומרא וואס מיטן טוהן פארקערט ריזיקירט מען אסאך (בפרט טאקע מיט צניעות/פרויען רעכטן).
מחיצה תרתי משמע…
לעצם הענין האט מיין טאטע זיך אמאל אפגערעדט צו מיר אויף איינע פון מיינע קליינע שוועסטער אז זי איז צו קלוג (זעהט אויס אז זי ראט אין איר עלטערע ברודער 😳 😃 ), מילא אינגלעך - זאגט ער - דארפן זיין קלוג ווייל זיי דארפן לערנען תורה, אבער וואס האט א מיידל צו זיין קלוג? ס׳קען נאר קאליע מאכן 😂 😂 😂 נעבעך. אינאייוועגס האב איך שוין פארשטאנען פשט אין די ווערטער פון רבי אליעזר כל המלמד את בתו תורה כאילו מלמדה תפלות, און ווי די מפרשים זענען אזוי שיין מסביר אז א פרוי וואס קען לערנען תורה וועט טרעפן היתרים אויף אלעם אפילו תפלות (זנות). פשט איז אז בעצם טויג אויך נישט פאר מענער צו לערנען תורה/זיין קלוג ווייל אז מ׳קען לערנען קען מען טרעפן לופהאולס אויף אלעם און מטהר זיין שרצים, זנות, און ווער ווייסט וואס נאך בק״ן טעמים, דאס גאנצע תורה לערנען איז בעצם א גרויסע דיעבד, נאר ביי מענער האט מען נישט קיין ברירה, צו ווייל איינער דארף דאך לערנען אז נישט ווער וועט אונז ווייזן את הדרך ילכו בה? צו ווייל אונז מענער קענען ביישטיין זיך צו טרעפן היתרים נאר יענעם (די פרויען) פארגינט מען נישט, צו ווייל סוף כל סוף האבן דאך מענער א חיוב צו לערנען תורה און פרויען נישט (לכאורה איז דאס אליין א תוצאה פון די ערשטע צוויי), אבער פאר פרויען פעלט נישט אויס צו לערנען תורה און זיין קלוג גייט מען צוריק צום לכתחילה זיי צו האלטן אומוואוסנד און איגנארענט. אשרי העם שככה לו.
רביה''ק זי''עמחיצה תרתי משמע…
לעצם הענין האט מיין טאטע זיך אמאל אפגערעדט צו מיר אויף איינע פון מיינע קליינע שוועסטער אז זי איז צו קלוג (זעהט אויס אז זי ראט אין איר עלטערע ברודער 😳 😃 ), מילא אינגלעך - זאגט ער - דארפן זיין קלוג ווייל זיי דארפן לערנען תורה, אבער וואס האט א מיידל צו זיין קלוג? ס׳קען נאר קאליע מאכן 😂 😂 😂 נעבעך. אינאייוועגס האב איך שוין פארשטאנען פשט אין די ווערטער פון רבי אליעזר כל המלמד את בתו תורה כאילו מלמדה תפלות, און ווי די מפרשים זענען אזוי שיין מסביר אז א פרוי וואס קען לערנען תורה וועט טרעפן היתרים אויף אלעם אפילו תפלות (זנות). פשט איז אז בעצם טויג אויך נישט פאר מענער צו לערנען תורה/זיין קלוג ווייל אז מ׳קען לערנען קען מען טרעפן לופהאולס אויף אלעם און מטהר זיין שרצים, זנות, און ווער ווייסט וואס נאך בק״ן טעמים, דאס גאנצע תורה לערנען איז בעצם א גרויסע דיעבד, נאר ביי מענער האט מען נישט קיין ברירה, צו ווייל איינער דארף דאך לערנען אז נישט ווער וועט אונז ווייזן את הדרך ילכו בה? צו ווייל אונז מענער קענען ביישטיין זיך צו טרעפן היתרים נאר יענעם (די פרויען) פארגינט מען נישט, צו ווייל סוף כל סוף האבן דאך מענער א חיוב צו לערנען תורה און פרויען נישט (לכאורה איז דאס אליין א תוצאה פון די ערשטע צוויי), אבער פאר פרויען פעלט נישט אויס צו לערנען תורה און זיין קלוג גייט מען צוריק צום לכתחילה זיי צו האלטן אומוואוסנד און איגנארענט. אשרי העם שככה לו.
איך האב הנאה אז דו נעמסט נישט ארויס די גמרא (סוטה ג ד) פון קאנטעסקט אזוי ווי רוב וועלט.
“ מכאן אומר בן עזאי: חייב אדם ללמד את בתו תורה, שאם תשתה, תדע טז שהזכות תולה לה.
רבי אליעזר אומר: כל המלמד את בתו תורה, כאלו מלמדה תפלות.”
ר׳ הענרי אבראמסאהן רעדט דערוועגן:
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=Z3El2cH2ZwA&t=42m">https://m.youtube.com/watch?v=Z3El2cH2ZwA&t=42m</a>
ס׳נאר אינטערעסאנט צו באמערקן אז בן עזאי דינגט זיך בעצם נישט מיט רבי אליעזר איבער די פאקטן, ער איז מסכים אז איינער וואס לערנט אויס זיין טאכטער תורה לערנט איר אויס א וועג צו טרעפן היתרים אויף תפלות/זנות, ער זאגט נאר אז ס׳פשוט נישט דא קיין אנדערע ברירה ווייל אויב זיין טאכטער וועט נישט לערנען קיין תורה וועט זי באקומען קשיות אויף אידישקייט און זי קען צוקומען אינגנצן צו גיין OTD און דעמאלטס וועט זי שוין טוהן תפלות/זנות אן קיין היתרים, ענדערש זאל א מענטש יא אויסלערנען זיין טאכטער תורה אזוי וועט זי כאטש בלייבן א איד (ער גייט דאך מיט׳ן הנחה אז אלע קשיות קומען פשוט פון איגנארענס, פארשטייט זיך אליין).
מה שנוגע ארויסנעמען גמרות פון קאנטעקסט איז עס לאו דווקא אזא שלעכטע זאך כמבואר
כאן.
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז בן עזאי האט מייעץ געווען פאר א איד אז ער זאלל לערנען מיט זיין טאכטער תורה, ווייל ער אליינס האט נישט חתונה געהאט. ווען ער וואלט געווען א ישיבה מאן אדער אין ביזנעס. און ער קומט אהיים ביינאכט און די סאפער איז נישט גרייט. ווייל זיין רביצין האט פארגעסן אנצוצינדן דעם געז . ווייל זי האטציך פארטיפט אין א תוספות. אדער א ר' חיים. וועט איהם שוין גארנישט שמעקן די גאנצע תורה ביזנעס פון זיין ווייב...!
תוהו ובוהואון אונזער קאלטור שיינט צו זיין עפעס א באג וואס מאכט עס נאר ארבעטן אויף פארקערט, דהיינו אפאר אידן/אידענעס טוהן נאך עפעס אן עקסטרעמע חומרא און צוביסלעך טוהן עס מער און מער מענטשן, און די רבנים/מעלות כאפן זיך גלייך ארויף אויפן וואגן, און דאן ווערט דאס אן עסטעבלישט חומרא וואס מיטן טוהן פארקערט ריזיקירט מען אסאך (בפרט טאקע מיט צניעות/פרויען רעכטן).
מען קען פארשטיין די "באג" אלס נאטורליכע סעלעקציע. וויבאלד די מציאות איז אז יעדער וואס רוקט זיך אביסל לינקס ווערט אויסגעשפיגן פון די קולטור, און ווער עס רוקט זיך רעכטס שפראצט און בליט מיט הצלחה. זעט מען נאטורלעך די גאנצע קולטור זיך רוקן אין איין דירעקציע.
יעקב מעקסוועלדי מציאות איז אז יעדער וואס רוקט זיך אביסל לינקס ווערט אויסגעשפיגן פון די קולטור, און ווער עס רוקט זיך רעכטס שפראצט און בליט מיט הצלחה. זעט מען נאטורלעך די גאנצע קולטור זיך רוקן אין איין דירעקציע.
מ׳קען זאגן די זעלבע געדאנק אן דעם נעגאטיווען טאן (קיינער ווערט נישט אויסגעשפיגן, און אך און וויי צו אזא ״הצלחה״), די מציאות איז אז ווען איינער רוקט זיך לינקס איז דא זייער ווייניג וואס קען איהם צוריקהאלטן פון אינגאנצן גיין לינקס ביז ער דערזעהט זיך אויפ׳ן אנדערן זייט פונעם געטאו מויער זה מתחיל בשיריים ומסתיים בשמיים, אויטאמאטיש בלייבט מען נאר איבער מיט די masochists וואס זענען אדדיקטעד צום געטאו און אלע אירע קאמפליקאציעס.
רביה''ק זי''עס׳נאר אינטערעסאנט צו באמערקן אז בן עזאי דינגט זיך בעצם נישט מיט רבי אליעזר איבער די פאקטן, ער איז מסכים אז איינער וואס לערנט אויס זיין טאכטער תורה לערנט איר אויס א וועג צו טרעפן היתרים אויף תפלות/זנות, ער זאגט נאר אז ס׳פשוט נישט דא קיין אנדערע ברירה ווייל אויב זיין טאכטער וועט נישט לערנען קיין תורה וועט זי באקומען קשיות אויף אידישקייט און זי קען צוקומען אינגנצן צו גיין OTD און דעמאלטס וועט זי שוין טוהן תפלות/זנות אן קיין היתרים, ענדערש זאל א מענטש יא אויסלערנען זיין טאכטער תורה אזוי וועט זי כאטש בלייבן א איד (ער גייט דאך מיט׳ן הנחה אז אלע קשיות קומען פשוט פון איגנארענס, פארשטייט זיך אליין).
מה שנוגע ארויסנעמען גמרות פון קאנטעקסט איז עס לאו דווקא אזא שלעכטע זאך כמבואר
כאן.
און דא האב איך עס נאך געליינט ווי ר׳ אליעזר באנוצט זיך מיט satire.
שוין, זעהסט וואס איז דא געשעהן? א פרוי לערנט סוטה און שוין האב איך עס אויסגעדרייט צו תפלות… 😉
כ׳בין סתם נייגעריג וואו דו האסט געזעהן סאטירע דא ❓
וואס אנבאלאנגט די עצם מעשה מיט ברוריה האב איך עס קיינמאל נישט דורכגעטון, כ׳האב אמאל געהערט דערוועגן אין ישיבה אבער ס׳מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן נאכצוצוקן ווייל די גאנצע מעשה האט מיר געשמעקט פאלש, אזויפיל געדענק איך יא אז די מפרשים זאגן שוין אז כל האומר ברוריה חטאה אינו אלא טועה, וואס דארפן מיר מער פון דעם?
רביה''ק זי''עכ׳בין סתם נייגעריג וואו דו האסט געזעהן סאטירע דא ❓
וואס אנבאלאנגט די עצם מעשה מיט ברוריה האב איך עס קיינמאל נישט דורכגעטון, כ׳האב אמאל געהערט דערוועגן אין ישיבה אבער ס׳מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן נאכצוצוקן ווייל די גאנצע מעשה האט מיר געשמעקט פאלש, אזויפיל געדענק איך יא אז די מפרשים זאגן שוין אז כל האומר ברוריה חטאה אינו אלא טועה, וואס דארפן מיר מער פון דעם?
פיר שוין אויס די גאנצע גמ', אלא מתוך שבלבלה יצועי וכו'
ברוריה
אפילו אויב דו ביסט פון די וועלכע וואס האלטן אז פרויען באלאנגען נאטורליך אינדערהיים, און מענער דארפן קארעריעס, דער פאקט איז אז איינער וואס בלייבט אינדערהיים ווערט גלייך ווייניגער ווערד, נישט האבנדיג די זעלבע אינטעלעקטואלע מעגליכקייטן ווי איינער וואס דריידט זיך אינדרויסן.
...האבן א מוח איז ממש א שאד ווייל איך בין נישט קיין מאנספערזאן. איך פלעג ווערן זייער איבערגענומען ווען מ'האט מיר דאס געזאגט, ביז איך האב איינגעזעהן אז איך נעם אריין די זעלבסט דערנידערונג וואס מ'האט מיר אריינגעבאקט.
מיינסט אוודאי צו זאגן נישט האבנ'דיג די בעסיק בריאות הגוף מעגליכקייטן ווי צוטריט צו א בית כסא אינדרויסן פון דערהיים? האסט דאך אוודאי מיטגעלעבט יענע שווערע צייטן... (אדער נישט ביזט אוודאי געזעצן על התורה ועל עבודה...)און די גאנצע סיבה פארוואס מ'האט עס ענדליך אנגעהויבן איינצופירן איז געווען נישט ממש פון גוטהארציגקייט און גערעכטיגקייט, נאר ווייל מ'האט דיין גרופע באטראכט אלס אינפיריער שוואכלינקעס וואס קענען צו לאנג נישט שטיין אויף די אייגענע פיס, און אז מ'לאזט ענק שוין יא בלית ברירה צו צו א רעדיא אפערעיטינג מאשינדל, און אז מ'גיט ענק שוין יא בענקלעך צו זיצן ביי די ארבעט, און קורצערע שעות, מיט אפאר גראשן שכירות דערצו, אז מ'עפענט שוין יא אויף טעאטערס און דעפארטמענט געשעפטן אייך אויך צו לאזן אטעמען אביסל פרישע גאסן לופט, איז דאס נאך אלס נישט גענוג... משוגע האט דאך נישט קיין גבול... מוז מען ענק נאך געבן אייגענע אפרוה-צימערן דערינען, אויסגעשטאט מיט כלערליי באקוועמליכקייטן ווי בעדער, וועניטיס, סאופעס, און אויך געברויכן צוגעהערן צו די האנט. אלעס אין די זעלבע שטוב מיט א דאך איבערן קאפ, ווי עטס קענטס נעמען פאזע'ס פון די ארבעט וויפיל עטס שפירטס עטס שוואכערע אפגעמאטערטע סארט באגערטס. די ציל איז איין זאך: ענק מאכן זיך שפירן ממש ווי אינדערהיים! ווייל דארט איז עכט ווי עטס באלאנגטס... ששש...
יעצט וועלן זיי שוין זיכער זיין צופרידן! כ'זעה נישט וואס נאך מ'קען זיי צושטעלן... זאגט מיר מיין נערווירנדער שכן וואס קלאפט אויף מיינע הינער אויג מיטן גריצלדיגן טייפרייטער טאג איין און טאג אויס, אויפן וועג אראפ די שטיגן פון אפיס פאריגע וואך.
אונז האב מיר שפעטער יענעם אווענט פארברענגט אינאיינעם אין א סעלאאן, ווי ס'איז פארבאטן פאר א פרוי איבערצוטרעטן די שוועל. אזוי האט מען געקענט רוהיג דורכטוהן דעם ענין איבער א גלעזל ביר, אפגעזונדערט פון א פעמענין אויער.
מיינע קא-ווארקערס האלטן אלע חי וקים אז א פרוי האט נישט וואס צו זוכן אין א סאויאינג פעקטארי, און זי זאל זיך, מיט די גאנצע שוויץ באד לאונדזש אינאיינעם לאזן אינדערהיים, ווייל דארט וועט זי זיך "אייביג" פילן מער באקוועמער וויפיל מ'זאל איר נאר פרובירן איינצוגלידערן אין די ביזנעס געזעלשאפט, וועט עס נישט ארבעטן. א שאד די צייט, אך, ס'וועט קיינמאל נישט קומען דערצו... ווער רעדט נאך פון א קארפרעט פאזיציע? ביזט אינגאנצן פארנארט? א צווייטער האט צוגעשטימט: יא, זיי וועלן אלס בלייבן ביים צאמנייען לאטעס און דאכענע ציכן, וואס דאס קענען זיי פונקט אזוי טוהן אינדערהיים אויך, איך זעה עכט נישט די גאנצע אויפטוה... איך האב מיך געגעבן א רוף אן האלב צו מיר: כ'מיין אז די אלע פעדעסטעלס פעלט אפשר נישט אויס זיי צו דערהייבן אין סאסייעטי און טריעטן מיט מער דיגניטי און רעספעקט ווי די מאנספערזאן'ס צימער נאר א מער איינפאכע שטעלונג; מ'זאל זיי טריעטן מיט גלייכבארעכטיגונג ווי נאך א מענטש צווישן מענטשן, באהאנדל איר נישט ווי א צווייטע קלאס געשטרויכלטע סארט באשעפעניש און אויך נישט ווי א פארצעלטע פרינצעסן פון די מיטל אלטער... נארמאל. אבער מ'האט מיך אויסגעלאכט און קאטעגאריש באשטעטיגט אז איך האב נישט קיין איין פארבליבן שרייפל וואס איז נישט לויז אדער אינגאנצן ארויס פון פלאץ... "יעדער" ווייסט אז א פרוי איז נידריגער אין ראנג פון די פעטריארכי און די מאן וועט אייביג שולט זיין אויף איר, און זי מוז זיך צושטעלן צו ס'געפעלט איר צו נישט. אזוי איז עס! האט ער געשריגן מיט רעליגיעזע חשק. א פרוי האט נישט קיין רעכט צו גט'ן איר מאן, צו זיין אן איינגעטומערין אויף פראפערטי, באקומען איר אייגענע וועידזש, זיי קענען ניטאמאל שטימען!! זיי דארף מען נאכגעבן? פארוואס? פארוואס? פארווען? ווער זענען זיי שוין אין געזעלשאפט? זייער צירקל איז די פאמיליע לעבן. און דארט ענדיגט זיך עס! און חוץ דעם מ'האט קוים באפרייט די אפריקאנע פון קנעכטשאפט, דאס קען מען נאך פארשטיין, וויפיל קנעכט איז שוין דא אין גאנצן לאנד... אבער פרויען? דאס עקזיסטירט אומעטום! ווילסטו זיי געבן פרייהייט?! מיינסט מ'וועט אמאל ענדיגן? און וואס וועט זיין די סוף? דו האסט א מושג וואס פרי לאוו וועט אנווערטשאפטן? פליז. זיי זאלן זיצן אינדערהיים ווי די נאטור פון א "עכטע פרוי" און ליינען Godey's Lady's Book
אוי... ביז עטס האטס ענק בכלל געפילט באקוועם דאס אפי' צו נעמען אין באטראכט און נעמען עדווענטעדזש פון דעם נייעם המצאה, און זיין דער אויבער חכם'טע וואס קען שוין נישט נוצן קיין outhouse ווי יעדער איינער... און דערנאך ווילאנג ס'האט געדויערט ביז עטס האטס ענק צוגעוואוינט צו די מאדנע אויפפירעכץ פון נוצן א עפנטליכע סאציאלע בית הכבוד אן קיין בושות אדער פחדים אז יעדער מאן טראכט יעצט פון ענקער פריוואטע מינוטן אלעס אדאנק אריינקויפנדיג אין די דערנידערנדע דזשענדער בייעסד כל כבודה און ענליכע דאגמאטישע אידילאגיעס...
שוין האסט מיך אריינגעלייגט אין קערעקטער... קאָט!
וועלקאם אויפן ברעט! יעדע ווארט איז אזוי טיף אז איך קען שווער קאמענטירן דערויף ס'איז בכלל נישט אויף מיין מדריגה. דו/זיי/עטס האטס א זעלטענע פאעטישע פעדער, כ'גיי דאס נאך מוזן גוט איבערליינען... אבער אויף דעם שטיקל האב איך געמוזט ציטירן. כ'בין מוח פאר'נפחה'ט אויף מיר איז מקוים געווארן מידה כנגד מידה פון גברים דעתן קלות וואס דיין גאטזעליגער מאן האט אויף
דיר געזאגט ווען ער האט דיר פארראטן...
איין שורה האב איך עכט געהאט א הארד טיים מיט: ווען כ'בין עלטער געווארן האט מען ווידער און ווידער געזאגט כ'זאל מיך אויסמעקן? ס'מיינט באגיין זעלבסטמארד?
אין ארץ ישראל איז דא א (בעלזע) פרוי מיט'ן נאמען מלכי רוטנער וואס איז שטארק פארנומען מיט'ן נושא האשכול, זי הארעוועט דף היומי, ועוד, געטס א זוך איר פעיסבוק אקאונט ותמצאו נחת...
צקון לחשאין ארץ ישראל איז דא א (בעלזע) פרוי מיט'ן נאמען מלכי רוטנער וואס איז שטארק פארנומען מיט'ן נושא האשכול, זי הארעוועט דף היומי, ועוד, געטס א זוך איר פעיסבוק אקאונט ותמצאו נחת...
מיסטער לחש: די מישט גאלע מיט גריז.
מלכי רוטנר איז א באקאנטע פעמיניסט וואס גייט אויף אלע ט"וו סטאנציעס אבער זי געט נישט קיין שיעור אין דף יומי, איר אגענדע איז בעיקר צי אריינברעינגען חרדים אין די שוק העבודה (אין אנדערע ווערטער די כולל שטיפערס זאלן גיין ארבעטען).
ס'דא א אנדערע פרוי "מישל פרבר" א מזרחיסט וואס געט שיעורים אין דף היומי.
זי האט אויך א BA אויף גמרא, כ'ווייס נישט וויאזוי מען לערנט גמ' אין קאלעדזש.
"לימא מתני' דלא כבן ננס" איז עס נישט ווי בן ננס, who cares?