☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » השבת אבידה פאר א גוי

השבת אבידה פאר א גוי

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14379

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:45 pm

· #464110
השבת אבידה פאר א גוי
וואס איז די הלכה השבת אבידה ביי א גוי?
פארוואס האט נישט יוסף מוקיר שבת נישט אפירגעזיכט די בעל הבית פונעם דיימאנדט און עס צוריקגעגעבן

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:51 pm

· #464112
מסתם נאכדעם וואס די דיימאנט איז אריינגעפאלן אין וואסער, איז ער אריינגעשפרינגען און זיך גענומען דאס לעבן.

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:51 pm

· #464113
פון וואנעט זאל ער וויסן אז די דיימאנד קומט פון א גוי אים נישט אפיר צו זיכן אז די זאלסט קענען פרעגן די פראגע

ערנסט גערעדט אין לך מציל מזוטו של ים גדול מזו

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:51 pm

· #464114
טעות

מה בכך » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 7:34 pm

· #464123
ווער זאגט אז ער האט עס נישט אויסגערופן ? ער האט געזעהן קיינער מעלדט זיך נישט, האט ער עס אריינגעפאקט און בעק פאקעט ...

נעגעל וואסער » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 8:07 pm

· #464125
Re: השבת אבידה פאר א גוי
בשולחן ערוך נפסק: "אבידת עכו"ם מותרת שנאמר אבידת אחיך, והמחזירה הרי זה עובר עבירה מפני שהוא מחזיק ידי עוברי עבירה. ואם החזיר לקדש את השם כדי שיפארו את ישראל וידעו שהם בעלי אמונה הרי זה משובח, ובמקום שיש חילול השם אבידתו אסורה וחייב להחזירה"

אריה » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 12:23 pm

· #464146
Re: השבת אבידה פאר א גוי
מאירי, בית הבחירה בבא קמא קיג ע”ב:

כל שהוא מעממין הגדורים בדרכי הדת ועובדי האלהות על אי זה צד אעפ”י שאמונתם רחוקה מאמונתנו אינם בכלל זה אלא הרי הם כישראל גמור לדברים אלו אף באבידה ואף בטעות ולכל שאר הדברים בלא שום חלוק.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 4:43 pm

· #464174
א זיסע מאירי דאס, נישט אז איך האלט אז דאס האט טאקע די גמרא געמיינט, ס׳ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען ער זאגט עס ווען איבער פאר אביי און רבא וואלטן זיי איהם צוריסן לעבעדיגערהייט, אבער ווען מ׳דארף רעדן צו די בהמות קומען אזעלכע שטיקלעך גוט צונוץ.

כרם זית » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 11:56 pm

· #465357
@רביה''ק זי''ע דער חתם סופר שרייבט טאקע אז עס איז אריינגעריקט געווארן דורך די צענזור און עס איז א מצוה צו פארמעקן.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 12:09 am

· #465359
און איך זאג אז יענע שטיקל חת"ס איז אריינגערוקט געווארט דורך די צענזור ומצוה למוחקו, ואין קץ לדברי צענזור.

למעשה אבער איז דער חת"ס יא א שטיקל גערעכט, דער מאירי האט פארדרייט די גמרא איז ער געקומען און פארדרייט די מאירי און אזוי צוריקגעשטעלט די ריכטיגע פשט אין גמרא. על דאטפת אטפוך, וסוף מטיפיך יטופון.

איז אויב איז דער חת"ס יא גערעכט פארוואס פארדריי איך דעם חת"ס, צוריקשטעלנדיג די ריכטיגע פשט אין מאירי, און פארדרייענדיג פשט אין גמרא? ווייל איך בין בכלל נישט זיכער אז ווען דער תורה זאגט השב תשיבם לאחיך קומט עס אויסצושליסן א גוי, ס'קען מעגליך זיין אז דער תורה רעדט נאר כלשון בני אדם. אויב אזוי קומט אויס אז די גמרא האט פארדרייט פשט אין פסוק, דער מאירי האט פארדרייט פשט אין גמרא צוריקשטעלנדיג די ריכטיגע פשט אין פסוק, דער חת"ס האט פארדרייט די מאירי צוריקשטעלנדיג די ריכטיגע פשט אין גמרא פארדרייענדיג פשט אין פסוק, קום איך און פארדריי פשט אין חת"ס צוריקשטעלנדיג די ריכטיגע פשט אין מאירי פארדרייענדיג פשט אין גמרא און צוריקשטעלנדיג די ריכטיגע פשט אין פסוק, והכל על מקומו יבא בשלום...

תרמב » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:11 am

· #465363
אנאנים, אנאנים......

הדסים » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:31 am

· #465366
רביה"ק, לויט דיין מהלך איז די קאץ נישט גערעכט פארן עסן די ציג, די הונט גערעכט צו בייסן, די שטעקן נישט גערעכט צו שלאגן, די פייער גערעכט, די וואסער נישט, די הונט יא, די שוחט נישט, די מלאך המות יא...

ביסטו גערעכט צוזאמען מיט די הונט...

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:42 am

· #465367
קודם כל, כ'על ענדערש זיין גערעכט מיט'ן הונט ווי טוהן שגץ שטיק מיט'ן באשעפער.

צווייטנס, אין אונזער פאל איז קיינער נישט גערעכט. צו מ'מעג זיך דינגען מיט די תורה, גמרא, מאירי, צו חת"ס ווייס איך נישט, אבער איך האלט קלאר אז בלאפן און אריינקוועטשן פשטים וואס מ'ווייסט אז דער שרייבער פון די שורות האט נישט געמיינט איז א גרויסע עולה.

צפור בודד » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:05 am

· #465373
Re: השבת אבידה פאר א גוי
קאצקע ציקער

פארוואס האט נישט יוסף מוקיר שבת נישט אפירגעזיכט די בעל הבית פונעם דיימאנדט און עס צוריקגעגעבן


ווייל נאך דער רבי האט געענדיגט די מעשה האט ער געהייסן אויפמישן די משניות און נישט אראפנעמען דער פינגער.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 10, 2021 10:09 am

· #465384
די סיבה פארוואס מציל מזוטו של ים איז פטור פון השבה איז נישט ווייל ער האט עס מציל געווען, נאר ווייל עס איז געווען בזוטו של ים און די בעלים האבן זיך שוין לאנג מייאש געווען, לפי זה איז נישט קיין חילוק צו ער האט עס מציל געווען צו ער האט עס סתם געטראפן בזוטו של ים אדער אין א פיש וואס קומט מזוטו של ים.

אריה » זונטאג יאנואר 10, 2021 10:21 am

· #465386
Re: השבת אבידה פאר א גוי
רביה''ק זי''ע
קודם כל, כ'על ענדערש זיין גערעכט מיט'ן הונט ווי טוהן שגץ שטיק מיט'ן באשעפער.


דאס איז דאך די שיטת המאירי. ממילא איז נישט קיין חילוק ווער עס האט וואס געמיינט ווילאנג מ'איז גערעכט איז מען גערעכט, און אז מ'קען אריינלערנען פשט אז דער באשעפער איז אויך מסכים צום גערעכטן הונט איז דאך מה טוב ומה נעים.

צפור בודד » זונטאג יאנואר 10, 2021 10:51 am

· #465388
Re: השבת אבידה פאר א גוי
קאצקע ציקער

פארוואס האט נישט יוסף מוקיר שבת נישט אפירגעזיכט די בעל הבית פונעם דיימאנדט און עס צוריקגעגעבן


מיט דער קשיא ווערט מיר פארענטפערט נאך א קשיא.
שטייט אין תהילים שש אנכי על אמרתיך כמוצא שלל רב. לכאורה וואס איז די שמחה? ער דארף דאך מקיים זיין השבת אבדה. נאר הא גופא איז טאקע די שמחה, אז ער וועט מקיים זיין די מצווה

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 11:13 am

· #465390
אריה
רביה''ק זי''ע
קודם כל, כ'על ענדערש זיין גערעכט מיט'ן הונט ווי טוהן שגץ שטיק מיט'ן באשעפער.


דאס איז דאך די שיטת המאירי. ממילא איז נישט קיין חילוק ווער עס האט וואס געמיינט ווילאנג מ'איז גערעכט איז מען גערעכט, און אז מ'קען אריינלערנען פשט אז דער באשעפער איז אויך מסכים צום גערעכטן הונט איז דאך מה טוב ומה נעים.

נישט מסכים, אז דער מאירי האלט אז ער איז גערעכט אז מ'דארף צוריקגעבן אן אבידה פאר א גוי וועל איך מיר נישט דינגען מיט איהם ווייל איך האב נישט קיין שום וועג איהם אפצופרעגן, די פראבלעם איז נאר אז די מענטשן וואס לערנען דעם מאירי זענען נאר אינטערסירט אין זיינע רייד אויף וויפיל ער גיבט זיי איבער די ריכטיגע כוונה פון די אמוראים'ס ווערטער, ער ווייסט עס גאנץ גוט און ער פארפירט זיי נאכאלץ מיט פאלשע פשטים.

כרם זית » זונטאג יאנואר 10, 2021 5:36 pm

· #465406
@רביה''ק זי''ע ליידער אן דיין אמונת חכמים דארף מען דיר ענטפערן חילונ'דיג. דער וואס קען די שניט פון דער הייליגער מאירי (און ב''ה איך האב א שטארקע אהבה צו זיינע ווערק) ווייסט אז פאר אים צו זאגן אזא חידוש וואס ווערט נישט דערמאנט אין פריערדיגע ראשונים, איז בכלל נישט מסתבר. דער בית המאירי איז געבויט מלקט צו זיין אלע שיטות פון די ראשונים און אריינגיין אין זייערע שיטות מיט מתוק מדבש'דיגע מהלכים און צומאל אייגנארטיגע אחרונישע סברות (וואס אגב עס איז נישט סתם אן אויסדריק אסאך פון זיינע סברות ווערן דערמאנט אין אחרונים מדעת עצמם). פאר אים צו קומען מיט נייע מהלכים אין גמרא איז זעלטן בפרט מיט אזא ''באמבע''.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 10, 2021 6:04 pm

· #465420
זעהט אויס אז דיינע תגובות ווערן צענזורירט. 😂