☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער ארויסגייענדער מעיאר פון ניו יארק סיטי צולאזט זיך

דער ארויסגייענדער מעיאר פון ניו יארק סיטי צולאזט זיך

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14969

ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 11:56 am

· #487409
דער ארויסגייענדער מעיאר פון ניו יארק סיטי צולאזט זיך
דער לאנגער ביל דע-בלאסיא האט אפגעמאכט אז ס'נישט פעיר אז נאר ער זאל האבן א שווערע צייט איצט (צוליב זיין ארויסגיין פון מעיאר'ס אפיס), האט ער אפגעמאכט זיך א לאז טוהן אויף אלע ניו יארקערס און זיי דערקוטשען די יארן, און ער סטראשעט מיטן פייערן מענטשן פון זייערע דזשאבס "אויב פאלגט מען נישט וואס ער הייסט" זיך צו גיין וואקסינירן.

דערמאנונג:
-אונז לעב מיר אין א לאנד וואס דארף צו זיין פריי.
-וואקסינירטע -כאטש זיי זעלבסט ווערן ווייניגער אפעקטירט- קענען זיי אבער פארט ארום טראגן די וויירוס.
-די וואקסין האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין א מיאוס'ע דורכפאל צו "ענדיגן" די פענדעמיק, און אין א"י האלט מען שוין ביי די פערטע שאט.
-ס'איז נישט פארהאן קיין שום פאבליק עמערדזשענסי צוליב עפעס א פרישע אויפשטייג, קיין איין ניו יארקער שפיטאל איז נישט נאנט צו Full Capacity צוליב דעם פענדעמיק.
-אינגע געזונטע מענטשן האבן א כמעט 0 טשאנס צו שטארבן פון Covid, פון די אנדערע זייט הערט מען פון זייטיגע עפעקטן פונעם וואקסין ביי אינגע מענטשן (כאטש דערווייל א גאר קליינע פראצענט), אזוי אז דאס נעמען די וואקסין פאר זיי טוט מעגליך מער שאדן ווי ריוח.

נאכן וויסן די אלע זאכן (וואס איז פאקטן וואס קיין איין סייענטיסט דיסעגריד נישט דערויף), האט דער פאדארבענער פאוער-הונגעריגער מאיער אפגעמאכט אז וויבאלד "פאר אים" לוינט אזא מאנדאט וועט ער עס יא דורכפירן, אפילו ער האלט אט אט ביים אפפיצן פונעם מאיערס אפיס.

אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז די קאנסערוואטיווע "Limited government" מאוומענט, עפנט פרישע ישבות און כוללים צוליב די איבערפלוס פון נייע אנהענגער....

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 12:23 pm

· #487411
מיין רבי פלעיגט עס רופן "געזעיגענונגס פעטש".

פערינא » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 3:26 pm

· #487436
ער גייט ארויס אַ ריזיג געווינער. ביידע קאומא ברידער'ס, זיינע דם שונאים זענען נישטא מער.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:57 pm

· #487599
די רשעות פון דעם דיבלאזיא איז אז ער האט ארויסגעגעבן אן אולטימאטום בשעת ער איז נאך אויפ'ן בענקל, ווייל ער איז זיך משער אז עדעמס וועט צוריקדרייען לכה"פ טייל פון זיינע גזירות.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 1:36 am

· #487606
מענין לענין, לכאורה א פאטאשאפ אבער מ׳האלט שוין נענטער ווי ווייטער.
📎 photo_2021-12-08 01.36.07.jpeg