קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14883
קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אין מאנסי טוט זיך טישן אויף בענק די לעצטע וואכן ווען הרב יחזקאל ווייס פירט אן מיט א העפטיגע קאמפיין קעגן די מאנסי פייער דעפארטמענט. ער שרייט אויף די חילול שבת און חילול השם וואס קומט דארט פאר.
ער האט אנגעהויבן די קאמפיין נאכדעם וואס די פייער דעפארטמענט האט אפאלירט צום היימישן ציבור זיך אנצושליסן אין די אגענטור.
ער שרייט אז זיין אנגעשלאסן אין די דעפארטמענט ברענגט ערענסטע פראבלעמען אין שמירת שבת און צניעות.
ער ארבעט צו איבערדרייען די דעפארטמענט צו א גענצליך אידישע פייער סטאנציע וואס וועט זיך פירן פולקאם ע״פ דרך התורה.
📎 B2CFAA86-73A3-4389-9138-6DA5C8276F1D.jpeg
פאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.
קורקלענדפאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.
ס'איז טאקע אזוי שלעכט ווי ער לייגט עס אראפ? אדער ס'איז טיפיקעל חזקל ווייס - "אישו פון א טישו"...
איך פרעג ווייל כ'ווייס נישט.
yn.NYקורקלענדפאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.
ס'איז טאקע אזוי שלעכט ווי ער לייגט עס אראפ? אדער ס'איז טיפיקעל חזקל ווייס - "אישו פון א טישו"...
איך פרעג ווייל כ'ווייס נישט.
וואו שלעכט לייגע ער עס שוין אראפ? אז מהאט געמאכט א פילם אום שבת ווען דערביי דרייען זיך דארט יידישע קינדער?
שוין געהערט אזאנס, כווייס אפילו נישט צו סאיז אן איסור
אויב מיינט ער עס לשם שמים ווינטש איך אים הצלחה אויף אלע פראנטן און ער זאל קענען אויספירן זיין מטרה
פאר די וואס ווייסען נישט דארף מען אביסעלע מסביר זיין, וואס דא גייט פאר (לויט ווי סאך איך ווייס...)
אנדערש ווי אין די סיטי, איז די פייער דעפארטמענט אין אפסטעיט מער ווייניגער צוזאמגעשטעלט פון וואלונטירן, וואס לויפן צו קאול"ס פונקט אזוי ווי חברה הצלה, מיט זייער אייגענע קארס. (עס ארבעט און א שיפט, ווער ס'דארף קומען קודם צו די גאראדזש און אויפ-פיקען די טראק)
און מאנסי איז דא די Brewer Fire Company וואס איז שוין פאר צענדליגע יארן ליידער געווען אנגעפילט אפגעפארענע בחורים ובחורות וואס האבן פארברענגט אינאיינעם און נישט געהאט קיין פראבלעם מיט חילול שבת וכו.
די לעצטע שטיק צייט האט זיך אבער אריינגעריקט א נייע סטייל ביי אפילו היימישע יונגעלייט וואס זענען אביסעל מער קיל... זיך צו גיין אנשליסן דארט, עד כדי כך אז אפי' די פייער טשיפ'ס זענען היינט צוטאגס שוין היימישע יונגערלייט!
יעצט האט זיך חעזקל ווייס זיך אריינגעריקט דארט (פארוואס, האבעך נישט קיין אנונג...) און ער פרובירט צו מאכן א מצב וועגען די חילול שבת. אין אנהויב האבן די פייער וואלונטירן געבלאזן אויף איהם, אבער יעצט זענען זיי גרייט צו הערן וואס ער האט צו זאגען, און אין פאקט איז היינט זונטאג דא א שיעור אין פאפא ביהמ"ד אין מאנסי דורך די רב פון מצילי אש און קרית יואל, און די מאנסי פייער דעפארטמענט האט געשיקט זייערע וואלונטירן הערן וואס ער האט צו זאגען!
פארט ארום ווידיאו ווי ר' יחזקאל האט היינט געגעבן א ענגלישע סטעטמענט אין פאפא ביהמ"ד וועגן דעם ענין
ער האט גאנץ א פיינע ענגליש
איינער קען עס ארויףברענגען
סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
רביה''ק זי''עסתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
Freedom fighters
פארשייסטו יא?
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
רביה''ק זי''עסתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
ווייל באמת וואלט מען זיי געדארפט רופען
מכבי אש - נאר וויבאלד אזוי רופט מען די פייערלעשער אין די מדינה - האט מען געטוישט דעם נאמען
ותנוח דעתו דרביה"ק...
אונז אלע ווייסן מיר די מעשה מיט'ן רעבינ'ס קוה. שוין איבערדערציילט עטליכע מאל דורך בערל בעל עגלה.
דער הרב יחזקאל ווייס שליט"א וועט אזוי לאנג פארפיהרן און מקנא זיין קנאת ה' צבקות, ביז...איין שבת וועט (ה' ישמרנו, רחמנא ליצלן, דער אייבישטער זאל אפהיטן, היו לא תהיה. ס'זאלל נישט אויסגערעדט זיין. ח"ו) אויסברעכן א פייער ביים רעבי'ן שליט"א אינדערהיים. דער טשאלנט אויפ'ן בלעך האטציך אוועקגערוקט און ס'האט איבערגעדרייט א טאפ מיט הייסע אויל וואס איז דארט געשטאנען גרייט פאר'ן קוגל פון די קומענדיגע וואך. וואס די רביצין שתליט"א האט נישט געהאט קיין צייט אריינצולייגן אין רעפרידזשערעיטאר. דער טאפ מיט די אויל האטציך אויסגעגאסן אויף די פלאם פייער פון געז רענטש. און ס'האטצחיך גענומען פלאקערן. אום 3 אזייגער פארטאגס. דער רב שליט"א זיצט אין דיינינג רום. און ער דרימלט האלב. און איז אויך מעביר סדרה. און קוקט זיך פאר דאס ליינען פון די פ' השבוע. פלוצלינג געט ער א שפרונג אויף און ער זעהט דעם פייער וואס פלאקערט אוועק. ער הייבט אויף דעם פאון אין קאך. ער רופט 911. א יונגערמאן הייבט אויף און פרעגט אויף אידיש...וואו איז דער פייער? דער רב שליט"א נעמט זיך שרייען אויף איהם פרעג נישט קיין קשיות. קום שוין אריבער. שיק דעם גאנצן פייער דעפארטמענט. אבער שנעלל...! מ'וועקט אויף די רביצין שליט"א און די קינדער. די גאנצע משפחה לויפט שנעלל ארויס. די רבי דערמאנט זיך אז די לעדערנע בערזל (פול מיט הונדערטערס) ליגט אין בעדרום הינטער'ן מאטראץ. ער הייסט דעם (אידישן) פייערלערשער ער זאלל שוין אריינלויפן און ארויסברענגען די אפותיקי...ער האט נישט געוואלט הייסן פאר דעם גוי דאס טון וועגן 2 טעמים. איינס. אמירה לעכו"ם בשבת (א שבות). 2 ער האט מורא געהאט אז דער גוי וועט אראפנעמען א ביסל מעשר געלט פאר זיך...!
אזא חלום האביך געהאט די פארגאנגענע וואך פ' לך לך תשפ"ב לפ"ק...!)
שמחהלע קאפשטיקרביה''ק זי''עסתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
ווייל באמת וואלט מען זיי געדארפט רופען
מכבי אש - נאר וויבאלד אזוי רופט מען די פייערלעשער אין די מדינה - האט מען געטוישט דעם נאמען
ותנוח דעתו דרביה"ק...
אויב מען האט א פראבלעים מיטן ציוניסטישע מכבי אש (אגב, לויט דעים דארף מען אויפהערן צילייגן תפילין, ווייל ס'דא ציונים וואס לייגן תפילין) זאל עס כאטש זיין
לוחמי אש .
מצילי אש מיינט אז די פייער פייטערס קימען און זיי פרובירן צי פארלעשן די פייער, קומען אן די מצילי אש זיי ראטעווען די פייער פון די שונא די פייער פייטערס וואס ווילן מיט זייער רשעות הרג'נען די פייער, און די מצילי אש זאגן היל"ת אונז וועלן מיר העלדיש ראטעווען די פייער.
אזא אמעראצעס האב איך נאך נישט געזעין זייט הורקנוס.
(ווען סקווירא גייט עפענען א פייער דיפארטמענט, גייט עס הייסן פייער שלעגער 😂 )
רביה''ק זי''עסתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פיקח עצוםגראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
וואו האסטו מיר געמאכט לאכן..
אלוקי אברהם = גאט פון אברהם
מצילי אש = ראטעווערס פון פייער.
אליבא דאמת איז די חילוק פון 'מציל' און 'מצילי' צו מ'רעדט פון א יחיד צו א רבים.
צום עצם נאמען איז עס טאקע זייער מאדנע, און ברענגט ארויס די מצב פון אונזער לשה''ק, ווי ס'ממש נישט מעגליך צו טרעפן א צעטל אין ביהמ''ד אן זיבעציג גרייזן, א מישעניש פון יחיד/רבים, זכר/נקבה, עבר/הווה/עתיד, נסתר/נוכח ווי נאר ס'גייט.
פיקח עצוםרביה''ק זי''עסתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
אזוי זעיט מען אויס ווען מען לערנט נישט קיין דיקדוק אין חדר.
פון אויף אידיש האט צוויי מיינונגען, וואס אויף לשה"ק איז דא צוויי באזינדערע ווערטער פאר זיי דאס איז
של און
מ'.
אזוי ווי עס איז דא הגדה של פסח און נישט הגדה מפסח.
און מזאגט הגר"א מוילנא אין נישט הגר"א של וילנא.
לענינינו אלוקי אברהם איז פשט אלוקי של אברהם.
און מצילי אש איז פשט מציל של אש.
אבער ווייל אין אידיש מיינט
פון אויכעט
מ' מיינען מענטשן אז דאס מיינט
מציל מאש, וואס דאס איז אזוי ווי צו זאגן
אלוקי מאברהם.
און אויף דעם ארויף האב איך מיך אויסגעדריקט אז...
דווקא אין די שטאט ווי וויזניצער רבי ז"ל האט געהאקט קעגען די הייליגע חברה הצלה ארגענעזאציע ווייל ער האט מורא געהאט אויף חילול שבת וואס פארשטייט זיך ער איצט זעעט יעדער אז ליידער האט ער געהאט א טעות. דווקא אין זיין שטאט איז דא אפענע חילול שבת דורך מצילי א"ש און ער מוז נעבעך זעען פון אויבן אז סגייט זיין א היימישע פייער דעפארטמענט בנוסף צו די הייליגע חברה הצלה. אלעס צו ראטעווען די כבוד פון שבת.
עולם הפוך, אויבן זעעט ער אז ער האט עס געהאט upside down.
הרינו כפרות משכבו.
קהל'ס נער: דו ביסט בעצם גערעכט (מיט'ן דיקדוק פארט). אבער עכט אויב איינער האט (ח"ו) א פייער ביי זיך אין הויז איז ער זייער שטארק צופרידן אז די פייערלעשערס קומען. וויאזוי דו זאלסט זיי נאר נישט אנרופן. וכל שום וחניכא דאית להו...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט א משל וואס דער חפץ חיים האט פארציילט. ס'איז געווען ווען דער אינערן (אדער עדיוקעישן) מיניסטעריום האט געוואלט ארויסגעבן א גזירה אז מ'מוז לערנען (אויף) פויליש/רוסיש אין די חדרים און ישיבות. איז געפארן א דעלעגאציע פון חשוב'ע רבנים און עסקנים אפצושרייען די גזירה. דער ח"ח האט געוואלט זיך נעמען רעדן. האטציך אנגערופן איינער פון די דעלעגאציע אז ער זאלל נישט רעדן ווייל ער קען נישט אזוי גוט די שפראך. האט איהם דער ח"ח געענטפערט מיט א משל...ס'איז געווען אין פוילן/רוסלאנד פון אמאל איינגעפיהרט אז אויב ס'האט אויסגעבראכן א פייער אין שטעטל האט מען גערופן אלע איינוואוינערס פון שטעטל אז זיי זאללן קומען העלפן לעשן דעם פייער. אויף פויליש/רוסיש הייסט א פייער..."פאזשאר"... מיט א פ"א דגושה. איז געווען א מענטש וועלכער האט נישט גוט ארויסגעזאגט דאס ווארט. ער האט עס געזאגט מיט א פ"א רפה אזוי ווי ..."עף"...האטציך איינער (א חכם) אנגערופן..."דו זאגסט נישט גוט"...ארויס דעם ווארט.! האבן איהם די מענטשן אנגעשריגן...וואס איז א חילוק וויאזוי ער זאגט ...ווען ס'ברענט דארף מען רופן מענטשן אז זיי זאללן קומען לעשן די פייער...! דאס איז דער נמשל---זאגט דער חפץ חיים. ווען ס'איז דא א גזירה דארף מען שרייען. נישט קיין חילוק וויאזוי מ'זאגט עס...!
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1T0WNvsf4WOviO9IH0kxq8bAmzxRfdDJg/view">https://drive.google.com/file/d/1T0WNvs ... fdDJg/view</a>
גראדע מצילין מפני האש איז דירעקט היימיש לשון המשנה. מכבי אש איז א מאדערנישע איבערטייטש. באמת וואלט די דעפט געדארפט הייסן מצילים מפני האש, נאך מחמת חביבות הקיצור.
קהל'ס נער
(ווען סקווירא גייט עפענען א פייער דיפארטמענט, גייט עס הייסן פייער שלעגער 😂 )
אדער שפיצערס פייער סערוויסעס.
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז געוועין א שווערע אמארעץ ווען כ'וועל האבן מער צייט וועל איך ברעינגען די מעשה.
עדיאלגראדע מצילין מפני האש איז דירעקט היימיש לשון המשנה. מכבי אש איז א מאדערנישע איבערטייטש. באמת וואלט די דעפט געדארפט הייסן מצילים מפני האש, נאך מחמת חביבות הקיצור.
עדיאל: אויב דו ווילסט דווקא קען איך מיך דינגען מיט דיר. מצילין מפני האש מיינט אז מ'ראטעוועט ארויס זאכן פונ'ם פייער. אבער לעשן דעם פייער אליין נישט. וועגן דעם זאגט די גמרא (אדער תוספות) אז מ'רופט די פייערלערשער מכבי אש. אדער כבאים...לאל
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב נישט געמיינט אראפצורייסן ר' חזקל (וועלכע קוקט אויס צו זיין א וואוילע איד מיט גוטע רצונות), מיין שאלה איז נאר אויב ווען מ'פארפירט אויף "חילול שבת" מיינט עס אז מ'עסט חלילה די פיש מיט א גאפל אדער אז ס'ליגט נישט קיין ווייסע טישטוך אויפ'ן טיש בשעת'ן עסן פאפקארן וכדו'...
רביה''ק זי''עסתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
רביה"ק זי"ע: אזוי ווי מ'האמיר שוין געשמועסט. ..."מכבי אש"... אדער ..."כבאים"...קענמען זיי נישט אנרופן. ווייל דאס איז דאך ליידער, בעוה"ר ציוניסטיש. אזוי הייסן זיי נעבעך אין די (טמא'נע) מדינה הציונית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא (ומדעתא בכלל)... נאר איך בין זיכער אז דער גרעסטער קנאי און מבני היואל'ים אויב האט ער ח"ו א פייער אין זיין הויז וועט ער זאגן און שנעלל...!...נישט קיין חילוק וויאזוי עטץ רופטס ענק. נאר קומטס
איך האב געמיינט אז מצילי אש האט עפעס מיט א שניצל סענדוויטש.
איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן גענומען א פאוקוס גרופ און זיי האבן מציע געווען די נאמען..
אגב: זיי פארדינען שוין צו ווערן אנגערופן א "הייליגע" ארגענעזאציע?
כפתור: יא. וויבאלד זיי הייסן נישט א ציוניס'טישן נאמען זענען זיי שוין הייליג. כל הכופר בעבודה זרה, זאגט די גמרא. נקרא יהודי...!וועגן דעם האט מרדכי הצדיק געהייסן איש יהודי...!
📎 E8EF1689-EF95-44FE-9138-71E8C5BF5B70.jpeg
📎 57996BA1-BBF3-478C-B5CC-12D1FEE95361.jpeg
📎 11B35D8E-A7BA-485E-9270-FCA9A5252926.jpeg
📎 F9FFBFB7-8568-47C3-BE70-4A41BD55E4D4.jpeg
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
עס טוהט זיך היינט אין מאנסי וועגן וויילן פאר א וויזניצער יונגערמאן יאנקי פליגמאן פאר א פייער קאמישענער. האט ער מיט די יחזקאל ווייס סומאכטע מיט די פייער דעפארטמענט?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
ער האט אויסגערופן ווי די אייער ליגט און מ'זאל נישט ווארפן....?
לויט די וועג וויזאזוי די צעטל איז אויסגעשטעלט, קוקט עס אויס אז ס'האט מיט איהם
chosen people
ווער איז די בעל ה'אינטערוויו?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
הוגהאויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
כאש תבער עיר וכלהבה תלהט ערים. כן תרדפם בטראקעך ובפלעי מאביל תבהלם
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
הוגהער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6
נפההוגהער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6
מצילי אש ווייס איך נישט צו ער איז געווען, אבער דעם זעקסטן איז ער געווען. קענסט טרעפן אפילו א בילד פון איהם אויף די געוועב.
נפההוגהער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6
די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)
הוגה(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)
מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .
הוגהנפההוגהער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6
די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)
די בילד ווייס איך נישט איבער מצילי אש ווייס איך אויף קראנט אז ער האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל
וואלוויהוגה(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)
מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .
Pure nonsense.
הוגהנפההוגהער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...
יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6
די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)
איך מיין אז דו מישט אויס לגבי זיין א מצילי אש וואלונטיר, זיין קעגנער דאכט זיך ער הייסט אונגער איז געווען א מצילי אש וואלונטיר.
סאיז דא אסאך בילדער און ווידיא'ס פון פליגמאן ווי ער איז ל"ע לוחם מלחמת השם אויף יאנואר דעם זעקסטן....
רבינו הקדוש פרעגט א באמבע קשיא, דער גאנצע שטאט איז פארנומען מיט דער קשיא. הלמאי, וואס איז פשט? ווי איז דער שכל? אזא עמיראצות? מצילי אש? וועלכע פייער ראטעווען זיי? דער פייער פין דער בוילער? דער נועם אלימלך זאגט טאקע אש שורף אש מחמם, אבער ווען ברויך מען ראטעווען א פייער? אפשר פרייטאג ביינאכט ווען דער בלעך פייער האלט ביים אויסגיין. אבער א גאנצע חברה ברויך מען אויף דעם?
ויש ליישב, מצילי מיינט נישט ראטעווען!! עס איז פין דער לשון וינצלו את מצרים, זיי ליידיגען אויס, נוצען אויס דער פייער!! אויף וואס? וואס הייסט אויף וואס!! צו זיין פעסט!!! והכל מיושב בס"ד.
וואלוויהוגה(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)
מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .
וואלווי: ווייל דעמאקראטן און ליבעראלן האבן אפגעפסק'נט אז יאנואר 6 איז די גרעסטע אומגליק וואס האט באטראפן אמעריקע אין איהר היסטאריע, מיינט נאכנישט אז ס'איז טאקע אזוי...! פון די ראיאטן וואס זענען זיך פארלאפן א גאנצן זומער, אנגעפיהרט דורך די שווארצע און ווייסע ליבעראלן רעדן זיי בכלל נישט...!
אביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבען אנדערש ווי צוזאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.
אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.
ניין. אונז געמיר נישט אויף. מ'קען נישט טוישן די פאקטן אז די דעמאקראטן האבן אוועקגעגנב'ט די עלעקשן... דורך דעם נייעם טריק... עבסענטי בעלאטס...! זיי האבן אנגעברענגט מער (עבסענטי) בעלאטס ווי ס'איז דא איינוואוינערס אין אמעריקע...!
אין 1812, האבן די בריטישע אויך גע'טענה'ט אז מ'האט זיי אוועקגענומען דאס לאנד. א ברירה האבן זיי געהאט? זיי האבן געמוזט ראטעווען אמעריקא, איז ווי אזוי האבן זיי געקענט נישט פארברענען דאס ווייסע הויז? טאקע וועגען דעם פייערט מען יעדעס יאר די טאג וואס אמת איז אוועקגעשטעלט געווארן, און אמעריקא האט זוכה געווען צו זיך צו לאזן פארברענען למען האמת והצדק...
וואלוויאביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבן אנדערש ווי צו זאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.
אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.
אטאקע אויף די "קארפארטירטע רעגירונג" אוודאי...
אטאקע אויף די "מענטשן פונעם לאנד"? נישטא ווער ס'זאל לאכן...
ווייסט וואס אן אטאקע אויף די מענטשן מיינט?
אז הונדערטער ציושעטע אינגען טוען - במשך "חדשים" - באפאלן טויזנטער אומשולדיגע בירגער און זייערע פראפערטיס און די רעגירונג זיצט און שווייגט.
ליב צו וויסן
אטאקע אויף די "קארפארטירטע רעגירונג" אוודאי...
אטאקע אויף די "מענטשן פונעם לאנד" נישטא ווער ס'זאל לאכן...
ווייסט וואס אן אטאקע אויף די מענטשן מיינט?
אז הונדערטער ציושעטע אינגען טוהן -במשך "חדשים"- באפאלן טויזנטער אומשולדיגע בירגער און זייערע פראפערטיס און די רעגירונג זיצט און שווייגט.
יעצט פארשטייט מען פשוט. אויב BLM האט זיך צוווילדעוועט אין לאנד, ווי אזוי קען מען בכלל דן זיין דעם טראמפ? אז מ'לייגט נעבעך אריין אזא ווארימע פאטער'ליכער פירער אין אזא פארדארבן לאנד, מה יעשה האב שלא יחטא? די גאנצע ינואר דעם זעקסטען איז אויך נאר געווען א תוצאה ווייל ער האט נישט געקענט צו קוקען ווי די לאנד פארט אויף רעדער, אזא בעל יסורים קען מען בכלל דן זיין...?
אמנם, לויט ווי איך געדענק, איז ער
ער געווען פרעזידענט בשעת וואס BLM האט איבערקערט דאס לאנד ולאו עכברי גנבי אלא חורי גנבי, איי ער האט דאך געשוואוירן אין די פרעזידענטיאל שבועה to preserve and protect to the best of my ability, אויף דעם איז תשובתו בצדו, אז אונס רחמנא פטריה, און protect and preserve, איז שוין געווען beyond his ability.
אבער דאס איז כולי עלמא מודי אז to faithfully
execute the office of the president of the united states, האט ער פארשטאנען בפשטות אז execute איז א מצוה בגופו literally. פארשטייט זיך אז דאס איז שוין יא געווען within his ability.
ווי אזוי
זאגסטו נאר, נישטא ווער זאל לאכן....
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

איך זעה עס איז שוין די אן אפיציעלע ארגאניזאציע. מיט א אימעיל אדרעס.
אינטערסאנט אז עס איז א פשוטע Gmail.com
ווייסט איינער אביסל מער פון דעם. ווער זענען די פייער עקספערטן. און איז זייער פלאן. ו עוווענטל עפענען א נייע פייער סטאנציע?