☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן

קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14986

היכי דמי » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:04 pm

· #487968
קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן
הער איך היינט צופרי אין מקוה אז ראצפערט קהילה אין בארא פארק פארמאכט זיך צוליב פרעשור פון סאטמאר'ע מוסדות אין בארא פארק קעגן אירע מתפללים וועלכע שיקן אין די מוסדות.

איינער מיט מער באריכטן?

לאמיר זאגן » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:12 pm

· #487970
מה זה ראצפערט?

היכי דמי » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 2:12 pm

· #487977
די קהילה איז געווען הערליך באשריבן אין מאמענט פאריגע פסח. (זעה בייגעלייגט בילד פון די דעקל)

ער איז אן אייניקל פון האדמור רבי אהרן מסטאמאר און זיך גימאכט שבת פאר זיך. א שיין חלק פון זיין ציבור זענען אויפגעקלערטע סאטמארע חסידים און דאס האט אנגעמאכט פראבלעמען מיט די מוסדות. איך בין נישט באקאנט פונקטליך מיט די פרטים אדער מיט אים, פארדעם קום איך אהער צו הערן מער

📎 מאָמענט טאָפלטער נומער פסח תשפ״א.jpeg

מיליאנער » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 6:13 pm

· #487995
איך ווייס נישט פונטקליך וואס די מוסדות האט געטון פאר די מתפללים פון ראצפערט - איך גלייב נישט עפעס מוראדיג - אבער אזויפיל אז די מער ערנסטע אינגעלייט זענען אוועקגעגאנגען און עס איז געבליבן בלויז די שוואכערע.

ממילא האט דער רב מהרח''ץ באשלאסן צו מאכן א אויפשאקלונג, און ער פארמאכט דעם ביהמ''ד פאר עטליכע וואכן, און ער פלאנט עס צוריק צו עפענען א שטיק צייט ארום אויף א אוועקגעשטעלטע אופן מיט ערנסטע אינגעלייט.

כך שמעתי.

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 6:32 pm

· #488000
כ'האב געהערט זאגן אז זיין וואטסאפ-סטעריס איז נאך דערווייל געבליבן אפען

מיליאנער » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:49 pm

· #488005
עצי שטים
כ'האב געהערט זאגן אז זיין וואטסאפ-סטעריס איז נאך דערווייל געבליבן אפען

ווי קומט עס דא אריין?

כלבאשבוע » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:41 am

· #488023
📎 CF1E263B-90D6-4130-AED7-152DDD26D088.jpeg

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 9:20 am

· #488029
ס'איז מיר א חידוש אז דער רב שליט"א האטציך געבויגן צו די פרעשור. ס'איז אייביג בעסער אז מ'האט א טשויס, אן אויסוואל. נישט א יעדער איז א "פרומער"... איך, למשל האב ליעב אז מ'דאוונט במתינות, אפילו מען "כיפערט" נישט האט עס דאך א בעסער'ן טעם ווען מ'דאוונט נארמאל. אבער איך האב נישט ליעב צו זאגן א סאך יוצרות, דערפאר קוק איך אריין אין א ספר ווען מ'זאגט יוצר. אויסער די גרויסע "פאבליק" שטיקלעך...!

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 9:49 am

· #488030
ווי עס קוקט מיר אויס איז נישט ממש אז פרעשור האט געמאכט די זאך, נאר די סאטמארע מוסדות האט געניצט דעם קינדער - ערבות מיטל = נוצן די קינדער אלס א שטעקן ווען מען וויל עפעס אויספירן. דאס זעלבע מיטל וואס מען ניצט פאר די אינטערנעט תקנות

יאסל ראקאווער » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:16 am

· #488032
צוקוועטש זיי גענוג לאנג, מער און מער ווילאנג די באלון וועט פלאצען. כאשר יענו אותנו וועל מיר זיך עפענען שבת פאר זיך, פראגרעסיוו חסידישע מוסדות.


ווי האט מיין באבע געזאגט: א נחת צו זעען די נקמה אין היטלער ווען איך זעע די אייניקלעך. אידן נקמה! די געשלאגענע גייען זיך מאכען שבת פאר זיך. ס'פעלט זיי נאר א מצה בעקעריי און אפאר בילדינגס.

מיליאנער » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:31 am

· #488040
כלבאשבוע
📎 CF1E263B-90D6-4130-AED7-152DDD26D088.jpeg

די צעטל איז באזירט אויף געוויסע אמת'ע פונקטן אבער איז נישט פון רח''צ אליינס.

Hadasim » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:45 am

· #488337
א רחמנות אויף אונזער society אז א קהילה דארף שליסן בניגוד לרצונה, נאר צוליב אנדערע מענטשן'ס רצונות.

Hadasim » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:47 am

· #488338
אוי לדור שכך עלתה בימיו. פני הדור כפני הכלב. און יעצט ברויכט מען שנעל גיין איבערבעטן די כלבים.

גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:32 pm

· #488762
ווען ער האט שכל עפענט ער א מוסד

אבשלום בן מעכה » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:25 am

· #489067
וואו דאוונט היינט דער ראצפערטער רב?

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 7:50 pm

· #489139
אפשר אין ביהמ"ד ד'אויק גלען. ער קען קומען דארט דאווענען. ווייל דער רב, שליט"א. דער מרא דאתרא והגלילות איז א גרויסער עניו. ער דארף נישט קיין מזרח. און ער געט אייביג אוועק ששי. היינט האט ער אויך געוואלט אוועקגעבן ששי. נאר דער גבאי (שני) האט איהם אויסגעשפיעלט. און אויפגערופן ששי. היינט איז געווען א ספעציעל געהויבענער שבת אין ביהמ"ד ד'אויק גלען, יצ"ו. מ'האט אריינגעגעבן א נייע ספר תורה וואס א איד א נגיד האט געלאזט שרייבן. נאר ער איז (ליידער) נפטר געווארן אינצווישן. האבן זיינע קינדער משלים געווען די מצוה, לשמו ולזכרו. ס'זענען אויך געווען הקפות מיט די נייע ס"ת. (כמעט) אזוי ווי שמחת תורה. נאכ'ן דאווענען איז געווען א קידושא רבה. מיט אלע מפרשים... אויך. איינער פון זיינע קינדער האט מנדב געווען א נייעם ארון קודש (מיט די ספאטלייטס און נר תמיד). א צווייטער זון האט מנדב געווען א פרוכת לעילוי נשמת זיין טאטע...! דער ראצפערטער רבי שליט"א איז געלאדנט צו קומען דאווענען אין ביהמ"ד ד'אויק גלען. די שאלה איז נאר אויב ס'איז אין תחום שבת...!

מורינו ורבנו » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:35 pm

· #489548
וואס מאכט ידי"נ הרב שליט"א? - וואו האט ער געדאוונט די וואך?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:47 pm

· #489554
מורינו ורבינו: ס'הייסט וואו? ביי אונז אין ביהמ"ד...איך האב איהם דאך מכבד געווען מיט ששי...! אוי... איך האב מיך פאררעדט...! נישט איך. דער גבאי (שני)...!

שושן פורים » פרייטאג מערץ 4, 2022 1:41 pm

· #496056
Breaking! ratsfert shul hired the famous speaker Rav Shea Horowitz to be their ruv!

C/P

קאצקע ציקער » פרייטאג מערץ 4, 2022 3:07 pm

· #496057
שושן פורים
Breaking! ratsfert shul hired the famous speaker Rav Shea Horowitz to be their ruv!

C/P

Nice!!

moneyminded » זונטאג מערץ 6, 2022 4:31 am

· #496102
Re: קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן
שושן פורים
Breaking! ratsfert shul hired the famous speaker Rav Shea Horowitz to be their ruv!

C/P
ווער איז דאס

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

מיליאנער » פרייטאג מאי 6, 2022 12:32 am

· #499466
[ציטאט אראפגענומען]
און ווען ער האט געזאגט אז ס'איז צו שווער האט מען אים געזאגט אז אויב הגה''צ יעקב בער מסיגוט שליטא קען דאן קענסטו אויך.