איינרעדענישן און באבע מעשיות
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2014
ציבעלע-קיגלדאס איז א גוטס
מען דארף לייגען א פילטער אויף די וואסער ווייל עס איז דא ווערים
האסט פארגעסן נאך איין גוטס, מ'טאר נישט טרינקן סייענייד ווייל ס'איז סם המוות.
באבע מעשיות
טרינק נישט די הבדלה וויין - ס'וועט דיר וואקסן א בארד... עס נישט שטייעדיג - די עסן וועט דיר גיין אין די פוס...
יעדער ווייסט פון צענדליגע אזעלכע באבע מעשיות און סופערסטאציעס, און זיי זענען נישט אינגאנצן אוועקצומאכן. פערזענליך גלייך איך שטארק אזעליכע פאלקס געפירעכצער. ווילאנג ס'שטערט נישט נישט קיינעם גיט עס נאר צו טעם און קאליר צום היימישן פאלקס קולטור. וואס זאגט איר?
בד"ו איז דא א מג"א דאכט זיך אין סי' רצ"ט אדער רצ"ז וואס זאגט אז "כוס של הבדלה רגיל המבדיל לשתות כלו ואינו שותה ממנו לב"ב", (ניין ער זאגט נישט אז עס טוט אויפוועקען די האר הארמאנען).
וועגען גראבע פיס ווען מען עסט שטייענדיג ווייס איך נישט, אבער איך האב מקובל פון מיין עלטער באבע אז אויב מען עסט אסאך זיצענדיג וואקסט די בויך גרויס, איך בין נייגעריק צו יידל און יאנקל זענען מסכים דערמיט.
האפס ממי כאפט מיך אויס
אין קובץ חקירה, ווייזט דער עורך ראשי, העשי זעלצער, אז דאס שטאמט פון די גמרא אז ביר מאכט וואקסען האר באותו מקום, און וויבאלד פרויען'ס שיינקייט איז דוקא אן דעם (זעה מאחורי), און מ'פלעגט מבדיל זיין אויף ביר, ממילא וכו'.
א לינק[ציטאט אראפגענומען]
נישט דוקא אין פארעם פון גראבע פיס.
בדרך רמז קען מען זאגן אז ווען מען עסט שטייענדיג כאפט מען געווענטליך אריין נאשערייען וואס האבן די סגולה צו מאכן גראב, משא"כ זיצענדיג עסט מען געווענטליך מער נארמאלע עסן.
[ציטאט אראפגענומען]
אז דו פאנגסט אן מיט זיינע פורים תורות (ווייסט וועמען איך מיין), ענדיג שוין צו: פרעה איז כידוע געווען זייער נידריג, די סיבה איז געווען ווייל ער האט זיך דאך געהאלטן פאר א גא-ט ממילא איז ער געגאנגען טוהן זיינע צרכים ביים נילוס. וויבאלד ער האט זיך דאך געהאלטן גא-ט אליינטס פלעגט ער דארטן אויך עסן, וסתמא דמילתא האט ער געגעסן שטייענדיג בחפזון אז קיינער זאל נישט זען, ממילא זענען אים די פוס געוואקסן אין די ברייט אנשטאט אין די הייעך, אזוי ארום איז ער געווען נידריג. כפתור ופרח! ליכא מידי דלא רמיזי...
וזה היה כוונת המן בן האגגי וכו'...
[ציטאט אראפגענומען]
אייזיק נוטין ברענגט טאקע דאס פאר א ראיה לשיטתו.
עה, זייערע קינדער זענען נישט משנה פון די מסורה......
[ציטאט אראפגענומען]
מיינסט אז חז"ל אדער די וויסנשאפטליכער האבען נישט געהאט קיין באבעס?
איך האב אמאל באגעגנט א וועבזייטל וואס גיט זיך אפ מיט אוועקשטעלן די ווארהייט פון לעגנדעס און איינרעדענישן
<a class="postlink" href="http://www.snopes.com/">http://www.snopes.com/</a>
עס יאגט א צוג
די אלטע אידן פלעגן דאס אלץ שרייען אױב האט איינער געוואגט צו עפענען א פענסטער, נישט קיין חילוק צו אין דער שטוב איז געוועהן 80-90 גראד, געמיינט האט מען אז דאס איז צוליב זייער זיין אלט און נישט קענען פארנעמען קיין קעלט.
געפין איך אויס אז דאס איז א מיטאס פין פארשידענע אייראפעישער מדינות וואס לאזן נישט א צוג און א שטוב גלייבענדיג אז דאס ברענגט מיט זיך פארקילונג און רוקען ווייטאג און ל"ע בראנקייטוס.
דייטשלאנד רוסלאנד ראמעניע און נאך.
אוי די אלטשיקעס, ווען אין ווייס טוה איך זיי ווייניגער צוליב.
[ציטאט אראפגענומען]
העי, קוק נאכאמאל אויף דיין אוואטאר...
אייסערט זיך איינער צו מיר לעצטנס ווי הייליג די שפראך אידיש איז לעומת די פראסטקייט פון די ענגלישע שפראך, ווייל אין אידיש זאגט מען נישט צו אן אנגעזענע מענטש "דו" נאר מ'זאגט איידלערהייט "איר", אין ענגליש דאגעגן זאגט מען פראסטערהייט "You" וואס דאס טייטשט "דו".
שוין לאנג נישט געהערט אזא אמעראצעס, פונקט קאפויער, דאס ווארט "You" טייטשט בכלל "איר" און נישט "דו", דאס ענגלישע ווארט פאר "דו" איז "Thou", איר האט נאכקיינמאל נישט געהערט מ'זאל נוצן דאס ווארט?! אוודאי נישט, ווייל ענגליש איז אזא איידעלע שפראך, אז אפילו פאר א פשוטע מענטש זאגט מען "איר"...
רביה''ק זי''עאייסערט זיך איינער צו מיר לעצטנס ווי הייליג די שפראך אידיש איז לעומת די פראסטקייט פון די ענגלישע שפראך, ווייל אין אידיש זאגט מען נישט צו אן אנגעזענע מענטש "דו" נאר מ'זאגט איידלערהייט "איר", אין ענגליש דאגעגן זאגט מען פראסטערהייט "You" וואס דאס טייטשט "דו".
שוין לאנג נישט געהערט אזא אמעראצעס, פונקט קאפויער, דאס ווארט "You" טייטשט בכלל "איר" און נישט "דו", דאס ענגלישע ווארט פאר "דו" איז "Thou", איר האט נאכקיינמאל נישט געהערט מ'זאל נוצן דאס ווארט?! אוודאי נישט, ווייל ענגליש איז אזא איידעלע שפראך, אז אפילו פאר א פשוטע מענטש זאגט מען "איר"...
אודאי, thou shall not kill, thou shall not commit adultery, גארנישט איידל מיט דעם...
אבער למען האמת איז גארנישט אזוי זיכער אז דאס איז די חילוק צווישען you און thou. ס'האט א לאנגע היסטאריע מיט פארשידענע נפק"מ'ס אין פארשידענע תקופות אין פארשידענע מקומות, יעדעס איינס מיט אייגענארטיגע הנהגות. At some point איז טאקע געווען די נפק"מ צווישען איידל און מער פראסט.
אין אלע אלטע ביכער וועלע נוצן דעם ווארט "Thou" ווערט עס באנוצט נאר בלשון נוכח, און די ווארט "You" ווערט נאר באנוצט בלשון נסתר, שפעטער ווען ענגליש איז געווארן מער "איידל" האט מען אויפגעהערט רעדן בלשון נוכח, און מ'איז געבליבן נאר מיט'ן לשון נסתר "You". און די זעלבע איז געשען מיט אלע לשון נוכחס, "Thou shalt not kill" (דו זאלסט נישט דערמארדן) איז געווארן "You shall not kill" (איר זאלט נישט דערמארדן).
<a class="postlink" href="https://www.quora.com/What-is-the-difference-between-you-and-thou-In-what-condition-can-I-use-the-latter">https://www.quora.com/What-is-the-diffe ... the-latter</a>
באמת שטייט שוין די ווארט אין רש"י, ביי לא תגנוב זאגט רש"י אז ס'גייט ארויף אויף קידנעפן, וואס דאס טוען נאר פראסטע מענטשן, און ביי לא תגנובו ולא תכחשו מיינט עס רויבן געלט, וואס דאס איז א פאך וואס איז געאייגנט בעיקר פאר אנגעזעהנע מענטשן... מרופט עס אפילו "White collar crime"...
עי' אבן עזרא דאי' לשון רבים כי גם הרואה ומחריש גנב הוא!!
[ציטאט אראפגענומען]
וועגען דעם שטייט לא תגנבו אין פרשת "קדושים".
און פלעינע לא תגנוב, אין פלעינע פרשת "יתרו"...
א מיידל וועליכע האלט די הבדלה לעכט הויעך וועט האבען א הויכען חתן
אויב מען עפענט א שירעם אינדערהיים אדער מען איז א נאשער (עסט אסאך נאש) אלץ קינד וועט רעגענען ביים די חופה
פאלאצ'ינטא: מיין אייניקל האט געהאלטן די הבדלה לעכט הויעך. און זי האט באקומען א הויעכן חתן...!
מיין ווייב האט געהאלטן די הבדלה לעכט הויעך, און זי האט נישט באקומען א הויעכ'ן חתן...!
מיין ווייב האלט הויך די הבדלה, און איך בין נאכאלץ נישט געוואקסן (אין די לענג)
ווילסט נאכמאל ווערן איר חתן?
גוטזאגער האט געזאגט: אז ווען מ'רעדט פון א מענטש קומט ער (א סאך מאל) אן...!
דאס איז מער ווי אן איינרעדעניש אדער באבע מעשה. ווייל דאס געשעהט זייער א סאך מאל.
ס'איז דא איבער דעם א ווערטל סיי אין אידיש און סיי אין ספאניש.
דאס ווערטל אין אידיש גייט אזוי:...ווען מ'רעדט פון מלאך, קומט דער גלח...!
אין ספאניש גייט עס אט אזוי..."Hablando d'el loma' el Burro se assoma"...!
ווען מ'רעדט פון שטרוי, קומט אן דער אייזל...!
נאך אן איינרעדעניש. אדער באבע מעשה: דא אויף קאווע שטיבל. אויב מ'שרייבט א גוטע תגובה אדער מאמר וועט דער עולם געבן לייקס.
רבותיי. איך הייב שוין אן צו גלייבן אין א טייל פון די איינרעדענישן. זעהטס אז איך זאלל נישט בלייבן אומגערעכט...לאל.
איך אויךווילסט נאכמאל ווערן איר חתן?
איך אויך: אפשר אין נעקסטן גילגול. אין דעם גילגול איז גענוג איינמאל...!
berlbalagulehגוטזאגער האט געזאגט: אז ווען מ'רעדט פון א מענטש קומט ער (א סאך מאל) אן...!
דאס איז מער ווי אן איינרעדעניש אדער באבע מעשה. ווייל דאס געשעהט זייער א סאך מאל.
דאס איז ווייל די אנדערע הונדערט מאל וואס מען רעדט פון איינעם און ער קומט "נישט" אן, געדענקט נישט דער מח... במילא די פאר מאל וואס ער קומט יא אן פאפט עס דער מח אז עפעס ספעציעל איז דא פארגעקומען.
(דאס זעלבע איז בנוגע "מופתים" אדער פארשידענע Health וואונדער מיטלען ואכמ"ל)
ביי מיר אין שטוב ווייס מען אז א בעבי טאר נישט קוקן אין שפיגל ביז ער קען רעדן... האט נאך איינער געהערט פון די באבישע משוגעת?...
ביי דע וועי, א טערעפיסט האט מיר לעצטענס געזאגט אז בעיביס האבן ליב צו קוקן אין שפיגל, און ס'בארואיגט זיי. כ'האב זיך פארשטייט זיך צוגעשטאפט דו אויער, נישט נכשל צו ווערן ח"ו מיט קיין דברי כפירה 😃
yn.NYביי מיר אין שטוב ווייס מען אז א בעבי טאר נישט קוקן אין שפיגל ביז ער קען רעדן... האט נאך איינער געהערט פון די באבישע משוגעת?...
ביי דע וועי, א טערעפיסט האט מיר לעצטענס געזאגט אז בעיביס האבן ליב צו קוקן אין שפיגל, און ס'בארואיגט זיי. כ'האב זיך פארשטייט זיך צוגעשטאפט דו אויער, נישט נכשל צו ווערן ח"ו מיט קיין דברי כפירה 😃
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://www.hidabroot.org/article/1122304&ved=2ahUKEwjowtyRgbnzAhVEpnIEHdhpCbsQFnoECAYQAQ&usg=AOvVaw0g5VB07BfU2Tee_CooNdj8&cshid=1633634165463">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 3634165463</a>
שמחה'לע קאפשטיק: אז א בעיבי וואס קען נאכנישט רעדן זאלל נישט קוקן אין א שפיגל האביך געהערט. דאס האט מען ביי אונז אויך (האלב) איינגעהאלטן. איך ווייס אבער פאר א פאקט אז א טאדדלער וואס גייט שוין ארום, האט א פאר ציינדלעך. און זאגט שוין א פאר ווערטער. אויך. אז די בעיביס ענדזשויען זייער שטארק צו קוקן אין א שפיגל. זיי רעדן אפילו און שפילן זיך מיט די פיגור וואס זיי זעהען. זיי מיינען אז ס'איז זייער פרענד. און זיי שפילן זיך מיט איהם/איהר.
אויסלעשן די הבדלה לעכט מיט בלאזן אויף דעם, דאס טוה איך אייביג. איך ווילל נישט האבן אזא פנים ווי דער פראפעסאר וואס האט געדרשנ'ט אין א אוניווערזיטעט אז דזשערמס איז נאר אן איינרעדעניש. ער האט געהאלטן א גלאז אנגעפולט מיט וואסער. ער האט געזאגט צו די סטודענטן אז די וואסער איז אנגעפולט מיט דזשערמס..."קוקטס. איך גיי עס אויסטרונקען און ס'וועט גארנישט געשעהן צו מיר."...ער האט אויסגעטרונקען די וואסער און ער איז תיכף געשטארבן...לאל.
berlbalaguleh איך ווילל נישט האבן אזא פנים ווי דער פראפעסאר וואס האט געדרשנ'ט אין א אנייווערזיטעט אז דזשערמס איז נאר אן איינרעדעניש. ער האט געהאלטן א גלאז אנגעפולט מיט וואסער. ער האט געזאגט צו די סטודענטן אז די וואסער איז אנגעפולט מיט דזשערמס..."קוקטס. איך גיי עס אויסטרונקען און ס'וועט גארנישט געשעהן צו מיר."...ער האט אויסגעטרונקען די וואסער און ער איז תיכף געשטארבן...לאל.
דאס איז אויך א באבע מעשה?
נע, קוקט ענדערש אויס ווי א "זיידע מעשה"...
צ/ק
מיט׳ן באצייכענען א זאך ווי אן איינרעדעניש אדער באבע מעשה וועלן מענטשן אויפהערן גלייבן דערין.
שמעקעדיגנע, קוקט ענדערש אויס ווי א "זיידע מעשה"...
שמעקעדיג: איבער דעם מקור פון דעם אויסדרוק..."באבע מעשה"... איז דא 2 פשטים. איינס אז ס'איז געווען א גרויסער , דיקער בוך וואס האט געהייסן דער בוך פון בבא. און דארט איז געווען אלערליי מעשיות. די 2'טע, און מער פשוט'ע פשט איז, אז די באבעס פלעגן פארציילן אלערליי מעשיות פאר די קליינע קינדער. לויט דעם קומט גוט אויס אז ס'זענען פארהאן אויך זיידע מעשיות...!
ר' בערל, מיין כוונה איז געווען אז דו פארציילסטַ דאס, און דו ביסט דאך דער זיידע פון שטיבל, וק"ל.
שמעקעדיג: ייש"כ. איך בין טאקע אן אונגערישער. אבער ס'האט מיר נישט גענומען קיין 2 וואכן צו כאפן.
berlbalagulehשמעקעדיגנע, קוקט ענדערש אויס ווי א "זיידע מעשה"...
שמעקעדיג: איבער דעם מקור פון דעם אויסדרוק..."באבע מעשה"... איז דא 2 פשטים. איינס אז ס'איז געווען א גרויסער , דיקער בוך וואס האט געהייסן דער בוך פון בבא. און דארט איז געווען אלערליי מעשיות. די 2'טע, און מער פשוט'ע פשט איז, אז די באבעס פלעגן פארציילן אלערליי מעשיות פאר די קליינע קינדער. לויט דעם קומט גוט אויס אז ס'זענען פארהאן אויך זיידע מעשיות...!
נע די זיידע איז געווען צי נערוועיז צי דערציילן א מעשה.
berlbalagulehשמעקעדיגנע, קוקט ענדערש אויס ווי א "זיידע מעשה"...
שמעקעדיג: איבער דעם מקור פון דעם אויסדרוק..."באבע מעשה"... איז דא 2 פשטים. איינס אז ס'איז געווען א גרויסער , דיקער בוך וואס האט געהייסן דער בוך פון בבא. און דארט איז געווען אלערליי מעשיות. די 2'טע, און מער פשוט'ע פשט איז, אז די באבעס פלעגן פארציילן אלערליי מעשיות פאר די קליינע קינדער. לויט דעם קומט גוט אויס אז ס'זענען פארהאן אויך זיידע מעשיות...!
די בבא בוך איז פארפאסט געווארן דורך ר' אליהו בחור.
סעגאלberlbalagulehשמעקעדיגנע, קוקט ענדערש אויס ווי א "זיידע מעשה"...
שמעקעדיג: איבער דעם מקור פון דעם אויסדרוק..."באבע מעשה"... איז דא 2 פשטים. איינס אז ס'איז געווען א גרויסער , דיקער בוך וואס האט געהייסן דער בוך פון בבא. און דארט איז געווען אלערליי מעשיות. די 2'טע, און מער פשוט'ע פשט איז, אז די באבעס פלעגן פארציילן אלערליי מעשיות פאר די קליינע קינדער. לויט דעם קומט גוט אויס אז ס'זענען פארהאן אויך זיידע מעשיות...!
נע די זיידע איז געווען צי נערוועיז צי דערציילן א מעשה.
סעגאל: וואספארא מעשה ווילסטו הערן? טשאדעלע באדעלע. אדער די מעשה מיט דעם מיידעלע וואס איז געגאנגען באזוכן איהר באבע.אבער דער וואלף האט איהר אויפגעגעסן. און ר'האטציך אנגעטון איהרע קליידער... דו ווילסט וויסן דעם סוף פון די מעשה...?!
גראדע האב איך שוין געהערט צוויי גרסאת אויף די סוף פון די מעשה פין די קליינע רויטע רייטעדיגע היט.
אלו ואלו דברי אלוקים חיים, איך האלט אינמיטן שרייבן א ספר מיישב צו זיין די ״סתירות״ על דרך פרד״ס און אויפצווייזן אז באמת איז עס אינגאנצן נישט קיין סתירה.