☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14973
בלאט: 1 2

אבשלום בן מעכה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:21 pm

· #487563
וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?
אין א דראמאטישע שריט, האט הרב מענדעלע געמאלדן אז ער בויעט א בית-המדרש וואס דארף אפקאסטן 250 מיליאן שקל, וואס דארף אויסקומען בערך 50 מיליאן דאלער, א סכום עצום לכל הדעות. דערויף האט ער צוזאמענגענומען זיינע חסידים, זיי מחייב געווען מיט ריזיגע סומעס געלט, זאגנדיג אז מען זאל שפארן פון די אייגענע טאש, זאגאר ביז אויך אויפן חשבון פון די קינדער, רעדנדיג צו די קינדער אז זיי זאלן שפירן א זכיה דערויף וואס זיי לאזן זיך קאסטן פאר דעם נייעם בית-המדרש.

אין מיינע אויגן איז אזא בית-המדרש א ריזיגע בית-המדרש. ווייניג גרויסע חסידות'ן האבן אזא גרויסע בית-המדרש, אבער קוקט אויס אז ער דארף עס טאקע האבן (אדער דארף מען האבן, אריינצולייגן אביסל אין טאש אויך. ווער ווייסט...)

אין יעדע פאל, רעדט זיך עס דא פון א ריזיגע אונטערנעמונג, א גרויסע סומע געלט, וואס ער וויל מאכן, און וויל דאס צוזאמענשטעלן פון זיינע חסידים. די שאלה איז נאר, צי עס איז מעגליך דאס צו מאכן און צי גייט ער מצליח זיין.

פון איין זייט: - עס קען זיך לאזן טראכטן אז דער פראיעקט איז צו גרויס אויף אים. ער וועט דאס נישט קענען דעקן אזוי שנעל. קען זיין אז ער וועט ארומשלעפן צען יאר, אינצווישן וועט ער טרעפן אפאר גרויסע נדבנים, חיים שטערן וועט שוין ארויסקומען פון טורמע און מען וועט שוין עפעס מאכן דערפון. קען זיין אז ער האט שוין א חלק וואס גייט קומען פון גרויסע נתינות און דער גאנצער קאמפיין איז בלויז פאר א חלק פון די געלט וואס פעלט אים. עס איז אבער דא א צד צו טראכטן אז ער דמיונ'ט הויעך, און ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין דעם פראיעקט.

פון דער אנדערע זייט: - איז דאס דען היינט אזוי שווער? - ר' שאול אלתר - אסאך א קלענערע קהילה ווי הרב מענדעלע (איז דאס טאקע אזוי? - מאנכע טענה'ען אז אינאיינעם מיט די אמעריקאנער עולם, פארמאגט ער אסאך מער פון הרב מענדעלע - בכל אופן דערווייל איז דאס נישט קלאר), אפילו זיי האבן מצליח געווען אין זעקס-און-דרייסיג שעה, צוזאמענשטעלן בערך אזא סומע, וואס דערמיט האבן זיי אפגעקויפט א ריזיגער שטח אויף רחוב ירמיהו. אין אנדערע ווערטער, היינטיגע טעג זענען די זאכן נישט אזוי שווער, און ער קען מצליח זיין אויב ער וויל.

אמת, ר' שאול האט די וועלט געהאט א סימפאטיע צו אים, משא"כ הרב מענדעלע. פון די אנדערע זייט האט הרב מענדעלע געשוואוירענע חסידים, וועלכע גייען אין פייער פאר אים, און זיי זענען גרייט צו הונגערן און לאזן די משפחות הונגערן, פאר דעם איינעם צוועק, לקיים רצון רבינו שליט"א. הגם, איך ווייס אז א גרויסער עולם דארט האלט נישט עכט דערביי, און ס'איז מער געצווינגען, וויבאלד דער רוח איז דארט אזוי און מען איז מחנך די קינדער מיט די בחורים דערצו, און די עלטערן מוזן בע"כ זאגן אמן, איז דער פאקט אז מען טוט דאס, און מען איז גרייט צו טון וואס אימער אז דער בנין זאל געבויעט ווערן.

בכל אופן, איז דא דער מקום צו דעבאטירן, צי וועט הרב מענדעלע מצליח זיין מיט זיין פראיעקט, צי וועט ער טאקע פארטיגן דעם בנין, און טאמער יא, וועט עס טאקע זיין ביז פינף יאר, און וואס דאס גייט מיינען.

דא איז דער פלאץ אויך צו דעבאטירן, איבער זיין שיט הקדושה. אמת, די וועלט שטייט טאקע און לאכט דערפון, אבער וואס טוט זיך מיט זיין עולם, גייט עס געהעריג אריינגיין אויך לטובת דורות הבאים? - גייט מען טאקע האלטן אז ער איז געווען א קדוש וטהור, צי איינמאל ער פארמאכט די אויגן, וועלן זיי אליין לאכן פון אים? - וואס גייט זיין דער סוף מיט דעם שיכור?

ליב צו וויסן » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:50 pm

· #487566
מיינע צוויי צענט:

-כלפי די סכום נעם איך נישט קיין שטעלונג, איך האלט אז ס'איז שווער זיך אויסצורעכענען מיט א קולט און אירע מיטגלידער.
-בנוגע די אחר מאה ועשרים, ער גייט ווערן באטראכט גענוי ווי דער ריזשינער... (פארוואס נישט?).

לאנגע הויזן » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 9:04 pm

· #487571
הרב מענדעלע האט מחייב געווען יעדע אינגערמאן מיט 120,000 טויזענט שקל!!

עטס כאפטס וואס גייט דא פאר ???

מען רעדט דא פון אינגערלייט וואס קוועטשען ארויס פון כולל בדוחק 1,500 שקל א חודש, און דא דארפן זיי ברענגן "כולל ארבעט" פון 10 יאר !!!!

די עיקר איז צו קענען אפזיצען 5 חדשים א יאר אין שווייץ, מיט א פראוואטע סווימינג פאל.

תרמב » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 9:12 pm

· #487576
איך האב געמאכט א חשבון אזוי, ער האט מערסטנס 250 משפחות, דאס מיינט אז יעדע משפחה דארף אריינברענגען א מיליאן שקל וואס דאס קומט אויס איבער 300 טויזנט דאלער, פער משפחה, דאס איז א אסטראנאמישע סכום, מיטן גאנצן שטארקן ווילן קען עס נישט א אוועריזש אינגערמאן צושטעלן, אפשר וועלן זיי בארויבן עטליכע בענק.
און לגבי די בית מדרש איז מיר אויך א פליאה, וואס גייט ער טון מיט אזויפיל געלט, סקווירא בויעט א ריזיגע בניין פאר 50 מיליאן דאלער, און ער האט פינעף מאל אזוי סאך מענטשן ווי וויזניץ מרכז ר' ישראל וויזניצער האט געדארפט דרייסיג מיליאן דאלער פאר זיין בית מדרש וואס איז לכאורה די גרעסטע בית מדרש אין די וועלט אדער פון די גרעסטע פינעף, וואס גייט ר' מענדעלע טון מיט אכציג מיליאן דאלער? מאכן גאלדענע טירן? זילבערנע בענקלעך?
נאך א נקודה האב איך באמערקט אז סאיז געווארן א קאמפעטישאן ציווישן די רבי'ס ווער קען ארויסשלעפן מער געלט פון די חסידים פאר ריזיגע פראיעקטן, באבוב 45 האט פארלאנגט אכצן טויזנט דאלער באבוב 48 האט געבעטן צעהן טויזנט פער קינד ועוד ועוד יעצט האלט מען שוין אז ר' מענדל דארף שוין מיליאן שקל און די קינדער זאלן עסן פלייש איינמאל א וואך, (און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף וואקאציע קיין אמעריקא גלייך נאכדעם) ווער ווייסט וואס קומט נעקסט, וואס קען נאך בייפאלן פאר די חברה...

מחצה''ק » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 9:31 pm

· #487577
לאנגע הויזן

די עיקר איז צו קענען אפזיצען 5 חדשים א יאר אין שווייץ, מיט א פראוואטע סווימינג פאל.

ער זיצט אין א נארמאל'ע האטעל צווישן מענטשן ער האט נאר אפאר שטיבלעך מער דארט
איך בין געווען מיט עם איין יאר

תרמב » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:07 pm

· #487582
ער איז מער צייט אויף וואקאציע ווי אינדערהיים

אבשלום בן מעכה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:14 pm

· #487583
זיין בית-המדרש איז טאקע צושטיפט? - נישטא ממש קיין פלאץ דארט?

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:32 pm

· #487589
אבשלום בן מעכה
זיין בית-המדרש איז טאקע צושטיפט? - נישטא ממש קיין פלאץ דארט?

אפילו אויב יא, דארף מען נישט אזא מאסיווע בנין פאר אזויפיל געלט.

איך האב מורא אז דא ליגט קנאת סופרים פונעם ברודער, אבער איך וויל נישט זיין קיין חושד בכש....

אבשלום בן מעכה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:34 pm

· #487591
ס'איז נישט קנאת סופרים, ס'איז א מלחמת מצוה למען כבוד בית ויז'ניץ. מ'קען נישט צולאזן אז א פלאץ וואס איז קעגן דער הייליגע ישועות משה, זאל זיין דער צענטער און זיין גרויס. מ'מוז בויען א גרעסערע פלאץ, אזוי אז דער פלאץ וואס פארט מיטן רוח פונעם ישועות משה, זאל זיין גרעסער און אנערקענט ווערן אלס דער עכטער ויז'ניץ.

ס'איז פשוט א הייליגע פליכט, פארן כבוד פון ויז'ניץ און ישועות משה.

און איר ווייסט וואס? - דער סוף וועט נאך זיין אז ר' ישראל'טשע וועט אים נאך העלפן... שיקן געלט און איינשפאנען זיינע נדבנים זאלן געבן געלט פאר דעם הייליגן פליכט...

Lesser » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:36 pm

· #487592
די בראך איז אז ער האט נישט אזויפיל מענטשען, אין דערפאר מיז ער בעטן אזוי סאך פער מענטש, אבער אזוי ווי פילע האבן געפרעגט, צו וואס דארף ער א גרעסערע בית המדרש, אויף די בילדער פון די היינטיגע אסיפה גדולה, קוקט אויס צו זיין גענוג פלאץ והותר, אדרבה אויב איינער האט מער אינפא..

Lesser » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:37 pm

· #487593
איך האלט בכלל, אז מען דארף בעטן אין שטארק בעטן פון די חסידים צו שאפן, אבער צווינגען? מאן דכאר שמיה, דאס איז אסור.

Lesser » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:38 pm

· #487594
Lesser
איך האלט בכלל, אז מען דארף בעטן אין שטארק בעטן פון די חסידים צו שאפן, אבער צווינגען? מאן דכאר שמיה, דאס איז אסור.

אין אוודאי נישט צינעמען די וויכטיגע עסן וואס קינדער דארפן.

לאנגע הויזן » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:54 pm

· #487598
הרב מענדעלע האט נעכטן ביי זיין דרשה געגעבן דריי אויסוואלן:

1) די ערשטע דרגה איז עשירים מוזן געבן א מיליאן שקל אדער מער
2) די צווייטע דרגה זענען פארמעגליכע אידן מוזן געבן 250,000 שקל.
3) די דריטע דרגה זענען פאר אלע איבערגעבליבענע חסידים, אז יעדער מוז געבן 120,000 שקלים.

אויב איינער האט נישט דער געלט האט דער הייליגער געגעבן א גאר קלוגע עצה פון פארקויפן די נכסים פון די הויז.

ובכן צדיקים...

פארווע חסיד » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 12:01 am

· #487602
אבשלום בן מעכה

פון דער אנדערע זייט: - איז דאס דען היינט אזוי שווער? - ר' שאול אלתר - אסאך א קלענערע קהילה ווי הרב מענדעלע (איז דאס טאקע אזוי? - מאנכע טענה'ען אז אינאיינעם מיט די אמעריקאנער עולם, פארמאגט ער אסאך מער פון הרב מענדעלע - בכל אופן דערווייל איז דאס נישט קלאר), אפילו זיי האבן מצליח געווען אין זעקס-און-דרייסיג שעה, צוזאמענשטעלן בערך אזא סומע, וואס דערמיט האבן זיי אפגעקויפט א ריזיגער שטח אויף רחוב ירמיהו. אין אנדערע ווערטער, היינטיגע טעג זענען די זאכן נישט אזוי שווער, און ער קען מצליח זיין אויב ער וויל.

אמת, ר' שאול האט די וועלט געהאט א סימפאטיע צו אים, משא"כ הרב מענדעלע. פון די אנדערע זייט האט הרב מענדעלע געשוואוירענע חסידים, וועלכע גייען אין פייער פאר אים, און זיי זענען גרייט צו הונגערן און לאזן די משפחות הונגערן, פאר דעם איינעם צוועק, לקיים רצון רבינו שליט"א.

איין פיצי חילוק ר' שאול האט מיט די סימפאטיע וכו' אינאיינעם צוזאמגעשטעלט 50 מיליאן שקל, און דער רעדט פון 50 (ענדערש 80) מיליאן דאלער.
כ'ווייס נישט וויפיל די קליינטשיקע חילוק מאכט אויס, אבער ס'איז דאך ווערד צו ווערן פארצייכנט.

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 1:25 am

· #487605
די רבי'ס האבן באקומען א רייץ צו איבערשטייגן דעם צווייטער מיט געלט שפענדעריי. אז מ'שלעפט געלט פון עשירים, מהיכי תיתי (כאטש זיי וואלטן עס געקענט געבן פאר וויכטיגערע צוועקן). אבער צווינגן אינגעלייט וואס קענען נישט דעקן די אייגענע בוזשעט איז פשוט רשעות.
וועט ער מצליח זיין? ער האט מסתמה געמאכט א חשבון פאר ער איז ארויסגעקומען מיט די גזירה.

עניוועי, איי גיוו אפ

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 10:08 pm

· #487685
Re: וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?
כ'הער זאגן אז אפי' ער האט זיך איינגעצויגן די פאסיק און אויפגעגעבן זיין סאבורבען פאר א יוקאן.....

לאנגע הויזן » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 5:21 pm

· #487745
זאגט מיר א מענדעליסט אז א גביר פון די חסידות איז געווארן זייער ווארעם און צוגעזאגט 4 מיליאן דאלער.

אזוי אויך האבן זיך 20 אינגערלייט אין ארץ ישראל אינטערגענומען צו שאפן א מיליאן שקל יעדער עקסטער.

כפתור » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 5:41 pm

· #487746
לאנגע הויזן
הרב מענדעלע האט נעכטן ביי זיין דרשה געגעבן דריי אויסוואלן:

1) די ערשטע דרגה איז עשירים מוזן געבן א מיליאן שקל אדער מער
2) די צווייטע דרגה זענען פארמעגליכע אידן מוזן געבן 250,000 שקל.
3) די דריטע דרגה זענען פאר אלע איבערגעבליבענע חסידים, אז יעדער מוז געבן 120,000 שקלים.

אויב איינער האט נישט דער געלט האט דער הייליגער געגעבן א גאר קלוגע עצה פון פארקויפן די נכסים פון די הויז.

ובכן צדיקים...

די שאלה איז אויב מ'וועט אליינס לאזן אפמאכן אויף וועלכע דרגה מ' איז, אדער ס'וועט זיין א וועדה וואס וועט אפשאצן.
מ' קען נישט לאזן קיין הפקר וועלט

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 5:53 pm

· #487748
לאנגע הויזן

אזוי אויך האבן זיך 20 אינגערלייט אין ארץ ישראל אינטערגענומען צו שאפן א מיליאן שקל יעדער עקסטער.

ווי פלעיגט נאר די באבע זאגן? ציזאגן קאסט נישט קיין געלט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 6:22 pm

· #487749
קהל'ס נער: ס'איז (ב"ה) דא גענונג בתי מדרשים אין אמעריקע און . הייזער און אפיסעס וואו אב"י וואוינען און ארבעטן.

פלאנטעליי » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 8:03 pm

· #487755
Lesser
די בראך איז אז ער האט נישט אזויפיל מענטשען, אין דערפאר מיז ער בעטן אזוי סאך פער מענטש, אבער אזוי ווי פילע האבן געפרעגט, צו וואס דארף ער א גרעסערע בית המדרש, אויף די בילדער פון די היינטיגע אסיפה גדולה, קוקט אויס צו זיין גענוג פלאץ והותר, אדרבה אויב איינער האט מער אינפא..

איך האב די זעלבע פראגע.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 10:23 pm

· #487767
לדעתי וועט ער זיכער נישט מצליח זיין מיט די יעצטיגע קאמפיין. אלע הצלחה'דיגע קאמפיינס האבן א גרויסע עולם שטיצער, און די שטיצער שלעפן ארויס נדבות פון די גאנצע וועלט. ער האט נישט האט נישט אזא גרויסע ציבור, און די אלגעמיינע ציבור גייט גארנישט געבן. חוץ מזה, עס איז נאכנישט געווען קיין היימישע קאמפיין נאנט צו אזא נאמבער, ווער רעדט נאך פאר אזא אומוויכטיגע צוועק.

איין זאך יא. עס איז מעגליך ער גייט זיין ביזי בויען די שול זיין גאנצע לעבן, ער וועט מעלקן און מעלקן זיין ציבור פאר די נעקסטע צוואנציג דרייסיג יאר, און מצליח זיין צו ענדיגן די בנין סוף כל סוף. קען זיין פאר אים פערזענליך וועט זיין בעסער די וועג, ער זאל אייביג האבן עפעס וואס צו רעדן, און א קאסע פון וואו צו לעבן.

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 10:30 pm

· #487768
יעקב מעקסוועל

ער האט טאקע נישט אזא גרויסע עולם שטיצער, און ווייט נישט קיין רייכע חסידים. אבער לענ"ד וועט ער יא מצליח זיין! מ'רעדט דא פון א חסידות ווי יעדע יחיד איז רעדי זיך מוסר נפש צו זיין פאר דעת הקודש והטהור והצחצוח פון העיליגן רבי, און זענען גרייט צו הונגערען אבי צו ערפילן זיינע חלומות, פארשטייט זיך למען כבוד "פונעם העיליגן טאטען".

ס'איז א גרויסע רחמנות אויף אלע זיינע שוואנצאנעם, וועל זיי גייען נישט האבן קיין מנוחה, ביז די בנין שטייט בהדרתו 😕 זיי גייען הונגערן און שנארען פאר גארנישט! עס איז נישט דא קיין שום סבה אין די וועלט פארוואס וויזניץ מרכז דארף א 250 מיליאן שקלים'דיגע בנין!! בלויז ווייל זיין קאמפעטישען האט יעצט געענדיגט זיין בנין, דארף ער ווייזן אז ער קען מער מעכטיג?!

משיח דארף שוין קומען...

מעשה מרכבה » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 11:27 pm

· #487773
ווי איך פארשטיי האלט נישט משיח ביים זיך מטפל זיין מיט דעם

ישן מלא חדש » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:18 am

· #487853
Re: וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?
נעכטן נאכט האבו זיך 445 שוואנצן זיך אונטער גענומען צו זאמלען א הונדערט מיליאן שח.
ווי זענען די מבינים וואס קענען זאגן צו עס איז א הצלחה?

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

ליב צו וויסן » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:22 am

· #487854
ישן מלא חדש
נעכטן נאכט האבו זיך 445 שוואנצן זיך אונטער גענומען צו זאמלען א הונדערט מיליאן שח.
ווי זענען די מבינים וואס קענען זאגן צו עס איז א הצלחה?

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

דאס איז א געוואלדיגע הצלחה.
אצינד דארפן זיי עס למעשה שאפן.... 😂

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:01 pm

· #487874
ר' מענדעלע איז געווען דעם שבת אין גרוזיה-גורגיה.

מישו מאוד מעניין » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:14 pm

· #487886
וואס איז בכלל די שאלה "טאמער ער גייט מצליח זיין"
100% אז יא, זיינע חסידים גייען און פייער פאר איהם ער קען זאגן וואס ער וויל און אלע פאלגען איהם.
לאמיר פרעגן א צווייטע שאלה, מיט די שוואנצנוס האט ער מצליח געוועהן?
הונדערט פרצענט אז יא... אז ער זאגט א זאך זענען אלע דארט שטילהייט טראכט איך אז מיין רבי וואלט זיך געווינטשען צו האבן אזעלכע חסידים אזוי ווי בין ר' מנדעל

סביב העולם » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:18 pm

· #487972
ישן מלא חדש
נעכטן נאכט האבו זיך 445 שוואנצן זיך אונטער גענומען צו זאמלען א הונדערט מיליאן שח.
ווי זענען די מבינים וואס קענען זאגן צו עס איז א הצלחה?

כ'ראל זיך פאר געלעכטער. מ'הייבט אן דעם קאמפיין מיט א בעילום שם...

אוהב ספרים » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:43 pm

· #487974
לאנגע הויזן
הרב מענדעלע האט מחייב געווען יעדע אינגערמאן מיט 120,000 טויזענט שקל!!

עטס כאפטס וואס גייט דא פאר ???

מען רעדט דא פון אינגערלייט וואס קוועטשען ארויס פון כולל בדוחק 1,500 שקל א חודש, און דא דארפן זיי ברענגן "כולל ארבעט" פון 10 יאר !!!!

די עיקר איז צו קענען אפזיצען 5 חדשים א יאר אין שווייץ, מיט א פראוואטע סווימינג פאל.

2 לגיונות לדוגמא וואס זענען קלאר, מילא וואס צייגט דאס אויף דיינע אנדער הודעות.

זיצט ער דען 5 חדשים א יאר אין שווייץ
האט ער דען א פריוואטע סווימינג פאל

ניין וניין, נאר ער איז דאך א אדמו"ר מעגען צו באקען לגיונות

אוהב ספרים » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:47 pm

· #487975
תרמב
איך האב געמאכט א חשבון אזוי, ער האט מערסטנס 250 משפחות, דאס מיינט אז יעדע משפחה דארף אריינברענגען א מיליאן שקל וואס דאס קומט אויס איבער 300 טויזנט דאלער, פער משפחה, דאס איז א אסטראנאמישע סכום, מיטן גאנצן שטארקן ווילן קען עס נישט א אוועריזש אינגערמאן צושטעלן, אפשר וועלן זיי בארויבן עטליכע בענק.
און לגבי די בית מדרש איז מיר אויך א פליאה, וואס גייט ער טון מיט אזויפיל געלט, סקווירא בויעט א ריזיגע בניין פאר 50 מיליאן דאלער, און ער האט פינעף מאל אזוי סאך מענטשן ווי וויזניץ מרכז ר' ישראל וויזניצער האט געדארפט דרייסיג מיליאן דאלער פאר זיין בית מדרש וואס איז לכאורה די גרעסטע בית מדרש אין די וועלט אדער פון די גרעסטע פינעף, וואס גייט ר' מענדעלע טון מיט אכציג מיליאן דאלער? מאכן גאלדענע טירן? זילבערנע בענקלעך?
נאך א נקודה האב איך באמערקט אז סאיז געווארן א קאמפעטישאן ציווישן די רבי'ס ווער קען ארויסשלעפן מער געלט פון די חסידים פאר ריזיגע פראיעקטן, באבוב 45 האט פארלאנגט אכצן טויזנט דאלער באבוב 48 האט געבעטן צעהן טויזנט פער קינד ועוד ועוד יעצט האלט מען שוין אז ר' מענדל דארף שוין מיליאן שקל און די קינדער זאלן עסן פלייש איינמאל א וואך, (און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף וואקאציע קיין אמעריקא גלייך נאכדעם) ווער ווייסט וואס קומט נעקסט, וואס קען נאך בייפאלן פאר די חברה...

ווייטער מיט לגיונות.
באבוב האט געבעטען 10 אלפים פער יונגערמאן, נישט פער קינד.
ער האט זיך נישט ארויס געלאזט קיין אמעריקא גלייך נאכדעם אויף וואקאציע, ער איז געפארען קיין גרוזיע שאפען געלט פאר זיין אקציע.

אה, און וויזניץ שיכון האט אריינגעלייגט מער פון 30 מיליון,
45 פרויעקט גייט אויכעט קאסטען א קיימא לן פון 50-75 מיליון [נאך אלע בנינים טוישערע וכו']

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:31 pm

· #488006
שכח פארן אויפמערקן אויף מיינע טעותים, וואס אגב טוישט נישט די נקודה, איך האב געהערט אז ר' מענדעלע פארט אויף זשארזשיע, האב איך פארשטאנען אז ער גייט אויף אמעריקא, אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי שאפט מען געלט אין גרוזיע, וועלכע עשירים וואוינען דארט? קיין שווייץ פארט ער אויך צו שאפן געלט?
וויזשניץ האט געדארפט 30 מיליאן און ער איז כאטש דריי מאל אזוי גרויס ווי מרכז, פארוואס דארף מרכז דריי מאל אזוי סאך געלט?

מיינונגזאגער » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:44 pm

· #488089
שמעון וואלף
וועט ער מצליח זיין? ער האט מסתמה געמאכט א חשבון פאר ער איז ארויסגעקומען מיט די גזירה.

האט הצדיק ר' מענדעלע, געמאכט א חשבון פאר ער האט גערעדט? שכינה מדברת מתוך גרונו און פון דארט און ווייטער זאל זיך דער עולם מוטשען.

מפיל קינד » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 9:52 pm

· #488798
וויזניץ האט געשאפט אסאך אסאך מער פון 30 מיליאן, די ריזיגע בית המדרש אין שיכון וויזניץ האט אפגעקאסט כאטש 60 מיליאן. וויזניץ שיכון איז דער רבי ארומגעפארן די וועלט צו שאפן דאס געלט. ער האט ממש נישט געהאט קיין נגידים דערפאר, חוץ חיים משה פעלדמאן. זיינע ארימע חסידים האבן אריינגעצאלט אלפים ורבבות, נאר זיי האבן געוואוסט עס צו מאכן מער פראפעסיאנאל...

ר' מענדעלע זאגט אז ער מאכט א בית המדרש פארן טאטן, און ער איז גערעכט. שטעלט אייך פאר ווי דער טאטע קוקט אראפ פון אויבן, ער זעט ווער עס זיצט אין דעם ריזיגן בית המדרש אין שיכון, עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן... זיין באליבט קינד ר' ישראל וועמען ער האט געקושט יעדע נאכט... אודאי דארף ער אים מאכן א שול.

באבוב 45 האט געבעטן זיינע אינגעלייט צו "געבן" 18 טויזנט דאלער, און מ'האט צוגענומען די סטימיולעס טשעק א וואך פאר פסח פאר דעם. אין סקווירא האבן אינגעלייט ארויסגענומען מארטגעדזשעס צו קענען פארן מיטן רבין קיין מעזיבוזש פאר מאה אלף דאלער פארן נייעם בית המדרש. אין בעלזא האט מען ביים בויען דעם גרויסן טעמפל צוגענומען ברויט מיט פיטער פון בעלזער אינגעלייט ארום די וועלט. ר' מענדל בעט צו "שאפן" 120 טויזנט שקל אין לויף פון אפאר יאר, וואס קומט אויס א חשבון פון בערך 35 טויזנט דאלער. טאקע גאר גאר אסאך געלט, בפרט פאר א חסידות אין ארץ ישראל, אבער ער האט חסידים וואס וועלן ארומלויפן גאנץ ארץ ישראל און אויך קיין ירדן און עגיפטן צו שאפן דאס געלט.

זיין פרעכע שפראך וואס ער האט גערעדט צו די קינדער איז גאר געמיין און גרויליג און הארצלאז. אויסער דעם באדערט מיך נישט די גאנצע קאמפיין, ווייל יעדער טוט דאס זעלבע. ווען ר' בנציון באבובער דארף ווען עכט געלט וואלט ער געבעטן פון יעדן 100,000,000 דאלער. נאר ער דארף עס נישט און ער קען עס נישט באקומען... ר' מענדלע ווייסט ער קען עס יא באקומען און אים שמעקט יעצט א שיינעם בנין.

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:16 am

· #488815
ווען איך קען בעטן און באקומען טוה איך עס אויך, און דו אויך.

מישו מאוד מעניין » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:18 am

· #488864
האב איך גהערט א גוט ווארט
און בעלזא בית המדרש טאהר מען נישט אריין גיין פסח ווייל עס איז געבויט גווארען מיט ברויט פון די חסידים
און די נייע ויזניצע בית המדרש גייט מען נישט מעגן אריין גיין און די ניין טעג ווייל עס גייט ווערן געבויט מיט די פלייש פון די חסידים

מורינו ורבנו » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 9:40 am

· #489089
ס'איז אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי זאכן וואס האבן אמאל נישט געהאט קיין שאנס מצליח צו זיין, גייט היינט מיט א שטארקן קראפט.

תפארת » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 12:11 pm

· #491570
יעצט אז חיים שטערן איז באפריייט געווארן דורכן טאנצען אין אילת איז אודאי דער ויאמינו במשה עבדו שטערקע געווארן אהן קיין ספיקות דעריבער וועט ער זיכער מצליח זיין...

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 6:52 pm

· #491618
מעמד הישועות לכל? תלוי כמה אתה נאמן!

לפני נסיעתו לאילת ל"מעמד הישועות" קרא האדמור הקוה"ט מויזניץ מרכז לחדרו 27 איש המכונים "ועד הנאמנים" וערך איתם חוזה דרמטי במיוחד.

וזה לשונו הקדוש:
"קראתי דווקא לכם כי אתם הצלחתם ב"מבחני נאמנות" שעשיתי לציבור עד עתה ואתם אכן נותנים את רב כספכם לי.
אמנם אני מתכוון להתפלל עבור עשירות לכל החסידים שלי, אבל אני לא יכול לעשות את זה כי אני מאוד פוחד שברגע שתהפכו לעשירים זה ישפיע עליכם לרעה ותפסיקו להיות נאמנים לי, את הכסף שתקבלו בזכותי תנצלו לרעה ולא תתנו אותו אך ורק רק לי אלא תפזרו אותו למקומות / מוסדות אחרים עבור כבוד האישי שלכם, העשירות תגרום לכם לפתח דעות אישיות משלכם, ומזה אני מאוד חושש! כידוע הסיפור עם אחד החסידים אצל 'אהבת ישראל' זצוק"ל שזכה בעשירות, לאחר שנהיה עשיר התנתק ממקור מחצבתו ושכח מי הביא לו את כל זה. גם אני בעצמי נכוותי בזה". (הכוונה למאיר דוד טובאק, דוד שמחה סימקוביץ, חיים סימקוביץ, דוד רוזנברג, אהרן שלמה פלדמן, יוסי פלדמן וכו' הנחשבים לעשירים בחסידות ולא ממש כנועים באופן מוחלט למרותו).

עוד מוסיף האדמו"ר הקוה"ט: "לכן רוצה אני שתחתמו לי על חוזה שכאן לפניכם בו אני מתחייב להביא לכם עשירות עד $50,000,000 (לא פחות!!!) ואתם מתחייבים בתמורה מהיום והלאה להיות נאמנים אלי באופן מוחלט ובידיעה ברורה שכל כספכם הגיע אליכם אך ורק בזכותי! כמו שכתוב בספר 'תפארת שלמה' שכל השפע של אדם מושפעים לו בזכותו של הצדיק, ולכן אתם מתחייבים לתת את כספכם אך ורק לי ולא לשום מוסד אחר שלא שייך אלי. מרשה אני לכם לתת רק קצת כסף קטן למוסדות זרים (קליין געלט, כהגדרתו).

ואז מוסיף הקוה"ט אמירות קשות מאוד: "והיה מי שיבגוד בי, אני עצמי אתפלל עליו שירד מטה מטה עד כדי שיקבץ נדבות ברחוב רבי עקיבא" (כלשונו ממש).

במהלך הדברים הסביר האדמו"ר את רצינות החוזה באומרו "רציתי להביא עורך דין שתחתמו מולו אבל לבסוף החלטתי שאפר גם בלי".

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:03 am

· #491629
רבונא דעלמא כולא!!! 😲 😠

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:22 am

· #491632
גרויסע מענטשעלע

וואו שרייבסטו דא נאך פון?
ס'ממש נישט צום באגרייפן וואס אזאנס עס גייט פאר,
איך בין נאר נייגעריג, וואס די צווייטע טייל פון די דיעל איז, דהיינו, אויב ביז למשל א יאר, האט נישט יעדער איינער פון זיי קיין פיפציג מעלאנעס, קענען זיי בפועל ממש אריינלייגן דעם קדו''ט אין די אדמה אריין מיט קלעפ? איך מיין,.... עס דארף זיין א פעיר דיל וואס גייט ביידע וועגן..

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:26 am

· #491636
איינער שרייבט דא אז ער האט נאר 250 מענטשן. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע שמועס. נישט ווייל איך בין מיט אים אדער קעגן אים נאר למען האמת האט ער אפאר מאל אזויפיל ווי 250 משפחות. אין די נומבערס אין די וואלן ביי אגודה אין ארץ ישראל האט ער אסאך מעהר פון דעם. איך רעד פון די גאנצע וועלט. פונקטליך וויפיל ווייס איך נישט אבער לכאורה קרוב צו צוויי טויזנט משפחות.

ס’פעלט נישט קיין משוגעים, ס'פעלט נישט קיין שווענץ!

מיינונגזאגער » זונטאג יאנואר 16, 2022 12:42 am

· #491721
Re: וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?
די מכלומערשטע נארמאלע וויזניץ ישראלים פרובירן אים צו מאכן אסאך קלענער ווי ער איז באמת.
און די מענדעליסטן ווילן אים מאכן א סאך גרעסער ווי ער איז באמת.
ער איז נישט אזוי קליין נישט אזוי גרויס
אבער זייער אסאך רבי'ס וואונטשן זיך זיינע משוגעים

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג יאנואר 16, 2022 1:18 am

· #491727
די סיבה פארוואס רבי ישראל פון ב”ב וויזניץ האט נישט געהאט קיין געלט פאר די גרויסע ביהמ”ד אין בני ברק איז זייער פשוט.

רבי ישראל איז היינט פון די גרעסטע רבי’ס אויף די וועלט, מיט טויזנטער חסידים. אבער רוב פון זיינע חסידים וואוינען אין ארץ ישראל און זיי זענען ארימעלייט וואס האבן קוים צו ענדיגן די חודש. רוב וויזניצער עשירים (און אזוי אויך אלע היימישע עשירים אין אלע אנדערע חסידות) וואוינען אין חוץ לארץ. אין ארץ ישראל איז כמעט נישטא קיין גרויסע מיליאנערן- היימישע אידן.

סאיז פונקט אזוי אויסגעקומען אז די עשירים פון וויזניץ אין אמעריקע, זענען אדער מאנסי-וויזניץ חסידים אדער מענדליסטן. די מאנסי וויזניץ-חסידים האבן טאקע געשטיצט די קאמפיין. צווישן די מעטשערס ביי די גרויסע קאמפיין איז געוועהן די מאנסי-וויזניצער ראה”ק הישיש הנגיד המפואר ר’ פנחס ניימאן און זיין איידעם הנגיד המפואר ר’ יהודא יואל ראזענפעלד.

די ביהמ״ד האט אפגעקאסט קרוב צו זיבעציג מיליאן דאללער!!! ס׳איז לכאורה יעצט די גרעסטע ביהמ״ד אויף די גאנצע וועלט, מיט קרוב צו 17,000 זיצן. ביז די נייע גורער ביהמ”ד וועט פארטיג זיין- וואס האט איבער 20,000 זיצן. וועט עס דאן זיין די צווייטע גרעסטע שול אויף די וועלט.

אמאל איז געוועהן עשירים אין וויזניץ מאדערנע אידן וואס האבן געשטאמט פון וויזניץ אינדערהיים און האבן געהאט א געפיהל פאר וויזניץ, אבער רוב פון זייערע קינדער זענען שוין אזוי מאדערניזירט אז זיי האבן שוין נישט כמעט קיין שייכות צו וויזניץ. וויזניץ איז געווארן מעהר א פרומע חסידות ווי אמאל און זייערע קינדער טרעפן זיך נישט די פלאץ מעהר דארט.

די אמאליגע מאדערנע עשירים:

ר’ מאיר שלום ראזענבערג ז”ל- אנטווערפן
נישט איבערגעלאזט קיין קינדער
מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ”ד אין שיכון וויזניץ, און געוועהן פון די גרעסטע שטיצער פאר וויזניץ נאך די מלחמה.

ר’ יצחק (איצא) קאסירער ז”ל- אנטווערפן
מנדב געוועהן די צווייטע ביהמ”ד אין שיכון וויזניץ, די ישיבה אין מאנסי אויף עישעל לעין. די וויזניצער ביהמ”ד אין וויליאמסבורג-ראסס סטריט. און פון די גרעסטע שטיצער פאר וויזניץ.

ר’ נפתלי טעסלער ז”ל- שיקאגוי
מנדב געוועהן די צווייטע בנין הישיבה אין שיכון וויזניץ- און פון די גרעסטע שטיצער.

ר’ מנחם גאנץ ז”ל- שיקאגוי
מנדב געוועהן אפאר בנינים פאר וויזניץ אין די בראשית יאהרן נאך די מלחמה (בית מנחם אין ב”ב)

ר’ מענדל עדעלשטיין ז”ל- מיאמי
נישט איבערגעלאזט קיין קינדער- חלק פון זיין ירושה (א שיינע פאר מיליאן) איבערגעלאזט פאר וויזניץ. סיי פאר בני ברק סיי פאר מאנסי. ישיבה ספרינג וואלי אין מאנסי האט ער מנדב געוועהן א גרויס חלק.

ש”ב ר’ שלמה ברוך קעסט ז”ל- לאס אנג’לעס
פון די רייכעסטע היימישע אידן אין די גאנצער וועלט- א ווילחאוויצער אפשטאמיגער. האט געגעבן פאר וויזניץ שווערע מיליאנען אין זיין לעבן. די וויזניצער בנין הת”ת אין בארא פארק און מאנסי, און דעריבער הייסט עס “ווילחאוויץ” ווייל ער האט זיך אזוי אויסגענומען.

זיינע קינדער ע”פ רוב האבן גארנישט מיט וויזניץ היינט חוץ איינער וואס איז יא געבליבן היימיש געשטימט.

Sol B. Kest
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sol_B._Kest">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sol_B._Kest</a>

<a class="postlink" href="https://www.goldrichkest.com/">https://www.goldrichkest.com/</a>

ש”ב ר’ משה אליעזר פוקס- טראנטא

ר’ משה פעלדמאן- בארא פארק-
שווער פון הנגיד ר’ משה רייכמאן- טראנטא
זיין זוהן איז גראדע יא געבליבן א שטיקל וויזניצער און א שטיצער.

משפחת לאקס- פלעטבוש- פאראקעווי

וכו׳

איך אויך » זונטאג יאנואר 16, 2022 11:44 am

· #491757
דער האט זיך ווייטער צולאזט דעם פה העליון, ווער עס האט זיינע טפזיניגע חלומות איז מכובד ארויפצולייגן להנאת הציבור.

צופלאטשקטע פיאות » זונטאג פעברואר 27, 2022 9:45 am

· #495749
פאר אלע מבינים
חסידות ויזניץ (מרכז) באשטטייט פון איבער 600 משפחות נאר אין ארץ ישראל
מהאט געבעטן פון יעדע יונגער מאן 120000 אויף 10 יאר וואס קומט אויס אינטער 1000 שקל א חודש ארום 250 $ א חודש
וואס אגב העלפט די מוסדות צי באקומען ביליגע לאונס פון די בענק פאר קליינע פראצענטן דורך קומען אלטס א קבוצה צוזאם
רוב יונגעלייט ברענגן עס פון פרעמדע . אין ויזניץ איז דא א מושג פון עסקנות וואס יעדע יונגערמאן גייט ארויס איינמאל א וואך עסקנות אין פארלעך פון צוויי יונגעלייט ברענגן געלט פון ספרדישע אין פרייע יודען איבער גאנץ ארץ ישראל
יעדע חודש קומט שוין יעצט אריין איבער מיליון שקל נאר פון דעם אליין די חשבון פון 250 מיליון שקל איז אריין גערעכנט בויען א ישיבה קטנה וואס יעצט איז עס אויפן שטח הבניה
מיט די וועיטדשעס פאר אלע כלי קודש אזוי זאל נישט ווערן א מצב א די מוסדות קראכט וועגן די קאמפיין האט מען אלעס אריין גערעכנט
אגב דא האט מען גענומען א יעקע וואס פירט די קאסע כדי סזאל נישט זיין קיין לקיחות אזוי ווי אין שיכון וואס נאך פאר די בנין איז פולשטענדיג גרייט האבן די עסקנים און משפחת המלוכה זיך ערלויבט נייע דירות פון טיפס וואס מהאט אראפ גענומען צום אייגנעם טאש

וואלווי » זונטאג פעברואר 27, 2022 7:54 pm

· #495774
250 א חודש פאר 10 יאר?
אראפ פון זינען?
3000 א יאהר?
צען יאר רבונו של עולם!

מ'רעדט נישט דא פון אפאר בעל בתי'שע נדבות, דא רעדט מען פון דורך שניטליכע יונגעלייט וואס מוטשען זיך אויף ברויט!

דער מנהיג פארברענט צענדליגע טויזענטער א נסיעה צען מאל א יאהר ער מיט גבאים און א מאל קינדער. ער מאכט די נסיעות אסאך מאל א יאר צו די כנפות הארץ. זאל ער מיט די סוויטע פארן עקאנאמי (פארשטייט זיך אויב מ'קען זאגען אמתא באמתא יתיב...) זאל ער זיצען אין בית מדרש און אויף מאכן א אידיש ספר און שפארן הונדערטע אלפים א יאר אויב וויל ער אזא פאלאץ.

קלוגע יודל » זונטאג פעברואר 27, 2022 11:30 pm

· #495787
אזוי פול שטותים און איין קליינע תגובה, דערמאנסט מיר פון די רוס'ן וואס גלייבן נעבעך יעדע ווארט וואס די פראפעגאנדע מאשין פארקויפט זיי (אדער גאר די ווייסט אויך אז עס איז שטותים, נאר די ווילסט מיר איינרעדן אז די גלייבסט (אזוי ווי אסאך פון די הייליגע מענדעליסטן))
צופלאטשקטע פיאות
חסידות ויזניץ (מרכז) באשטטייט פון איבער 600 משפחות נאר אין ארץ ישראל

פארוואס נאר 600? זאג שוין 6000! איך קען נישט די פינקטליכע נומערף אבער אפילו נישט קרוב צו 600
צופלאטשקטע פיאות
אין ויזניץ מרכז איז דא א מושג פון עסקנות וואס יעדע יונגערמאן גייט ארויס איינמאל א וואך עסקנות אין פארלעך פון צוויי יונגעלייט ברענגן געלט פון ספרדישע אין פרייע יודען איבער גאנץ ארץ ישראל

צופלאטשקטע פיאות

אגב דא האט מען גענומען א יעקע וואס פירט די קאסע כדי סזאל נישט זיין קיין לקיחות אזוי ווי אין שיכון וואס נאך פאר די בנין איז פולשטענדיג גרייט האבן די עסקנים און משפחת המלוכה זיך ערלויבט נייע דירות פון טיפס וואס מהאט אראפ גענומען צום אייגנעם טאש

פונקטליך וועלכעכ יעקע האט מען אויפגענומען?
וואס איז פארגעראנגען אין ויזניץ וואס באדערט דיר?
איך פארשטיי אז עס שטערט דיר אז זיי האבן געבויט א גרויסע שול שנעל קע"ה, אבער פארדעם דארף מען נישט פארקויפן קיין שטותים
(אגב יא אין ויזניץ האבן יודן געמאכט געלט פון די שנארעריי, כמקובל אז א יעדע שנארער פארדינט געלט. כדוע האט הרה"ק מסאטמאר נישט געוואלט אז איינער זאל צוזאם נעמען געלט אויב ער מאכט נישט, פארלירט ער די אפעטוט צו שנארען. נישט געזארגט און מרכז ויזניץ וועלן אויך זיין יודן וואס גייען אי"ה מאכ'ן שיין געלט)

צופלאטשקטע פיאות » מאנטאג פעברואר 28, 2022 2:50 am

· #495792
אויב וויסטי נישט איז וועל איך אריין קומען קלאר די אמת איז ניצחתנו זיי האבן מער ווי 600
אין בני ברק 255
אשדוד 172
אלעד 124
בית שמש 19
ירושלים 26
אנדרע שטעט אין ארץ ישראל 24
וואס דעס איז נאר עקטיווע מעמבערס אן ידידים וכדומה וואס האבן זיך אינטער גענומען צי לערנן אויף כ אדר איז האלטסטי ביי 620 אן חוץ לארץ

דעם וועם מהאט אויפגענומען הייסט שלמה ברוננער ער פירט גרויסע פרויעקטן אין ירושלים אין אין נאך שטעט
סגייט מיר נישט אן וואס איז פארגעקומען אין שיכון איך האב פארציילט עובדות פאקטן וואס איז געווען

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 28, 2022 10:57 am

· #495804
ביטע נעם אראפ מינימום א דריטל פון די נומערן
און אויך שרייב נישט זיי, ווען מען רעדט פון א פלאץ וואס מען גהערט פאר זיי שרייבט מען אונז
ווי אויך כנראה גייט דיר זייער שטארק אן וואס עס קומט פאר ביי די גרויסע ויזניץ
בלאט: 1 2