☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » Bobov & Bobov

Bobov & Bobov

518 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1223
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

I'm back » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:18 pm

· #145743
די אמת איז, ווען די דין תורה וואלט זיך גענדיגט, און 45 וואלט עס אנגענומען אזוי ווי עס איז, וואלט איך געגעבן געלט פאר זייערע מוסדות.
@משה רוקח, געב איבער.

באבובער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 6:50 pm

· #145802
ערענסט טייערע מאכט זיך נישט צו'נער זיי נישט אזא בעל דמיון קיינער פארמאכט זיך נישט וועגן געלט, מעט אביסל שטיפן סעט ווייטער פארן,

בדחן » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 7:04 pm

· #145806
I'm back
די אמת איז, ווען די דין תורה וואלט זיך גענדיגט, און 45 וואלט עס אנגענומען אזוי ווי עס איז, וואלט איך געגעבן געלט פאר זייערע מוסדות.
[
tag]משה רוקח[/tag], געב איבער.


פון וויפל געלט רעדט מען? מער פון שני פעמים ח"י?
לאז וויסען בערך די סכום, כדי מען זאל וויסען וופיל כוחות אריינצילייגען אז זאלסט קענענן געבן דיין נדבה.

אביגדור » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:11 pm

· #146020
טאקע?

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:15 pm

· #146023
איך וויל פארשטיין א קליינקייט פארוואס קען א יעדע מוסד אין די וועלט אנגיין אפילו מיט פינאציעלע פראבלעמען
אין ביי ר' מרדכי דוד סטרייקט מען נישט דא קיין געהעריגע בנינים אין קעמפ'ס וכו.

דארט דרייען זיך עשירים בעל בית'שיע יודען פארוואס קען מען אים נישט שטעלן אויף די פוס

איך וויל א געהעריגן הסבר

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:06 am

· #146314
1) צאלן ימ'ען געלט פאר בית יעקב (וועלעכע קהילה האט אזא הוצאה), זיי האבן דאך א בית המדרש אויף 49
2) אז מ'עפענט מוסדות אויף איינמאל גרויס, איז נישט מעגליך נישט צו האבן חובות, משא"כ אנדערע חצרות בויען זיך צוביסלעך
3) דין תורה קאסט געלט

פאפריקא » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:14 am

· #146328
אשר הניא, שרייבט נאך............ווייל די צייט לויפט אויס!!!!!

פאפריקא » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:16 am

· #146330
פאפריקא
שרייבט נאך............ווייל די צייט לויפט אויס!!!!!

😂 👍 👍 🙄

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:38 am

· #146352
פאפריקא
פאפריקא
אשר הניא, שרייבט נאך............ווייל די צייט לויפט אויס!!!!!

😂 👍 👍 🙄

טעות טעות, ברענג שנעל דיין אנדערע ניק..

משה רוקח » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:07 pm

· #146364
ChasideiBobov ‏@BoboverNayes 6m
Boiee Sheurov B'soidu:
Cheider Starting 12:30.
Call hotline for schedule
#Bobov

פאפריקא » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:32 pm

· #146375
דאנערשטאג נצו"י תשע"ג

פילע באבובער באסעס פארן יעצט ארום לענגאויס גאנץ בארא פארק אויפצונעמען די צאן קדשים צום עפענונג פון נייעם זמן תשע"ד
פון דעם גרויסען תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ובראשות הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א.

די חשובע מלמדים זיצען שוין יעצט אין די כיתות אין אלע בנינים אפצווארטען די טייערע תלמידים מים שמחה ואהבה.

להרמת קרן התורה והחסידות, ולהגדיל תורה ולהאדירה!

👍 👍 👍 👍

באבובער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:59 pm

· #146391
פאפריקא
דאנערשטאג נצו"י תשע"ג

פילע באבובער באסעס פארן יעצט ארום לענגאויס גאנץ בארא פארק אויפצונעמען די צאן קדשים צום עפענונג פון נייעם זמן תשע"ד
פון דעם גרויסען תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ובראשות הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א.

די חשובע מלמדים זיצען שוין יעצט אין די כיתות אין אלע בנינים אפצווארטען די טייערע תלמידים מים שמחה ואהבה.

להרמת קרן התורה והחסידות, ולהגדיל תורה ולהאדירה!

👍 👍 👍 👍



ברוך השם

באבובער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:04 am

· #157894
דין תורה אפדעיט
@KleinaNar
קומעדיגע זיצונג אינעם באבוב'ער די"ת וועט זיין אדר א', 48 פארקויפן אז טבת געט בי"ד ארויס א פסק קעגן 45, ווייל 45 וויל נישט צוריקומען צום בי"ד

ווייסט איינער מער אינפא, צו הרב בערגער קומט, וואס וועט זיין אויב ער קימט נישט, וואו לאנג פלאנט בי"ד צו זיצען, וכו'
אויכעט וועט בכלל זיין א זיצונג טבת אדער איז עס בלויז פאנטאזיעס, אין צו פארקויפט מען טאקע אזוי אין 48?

נאר,,פרייליך » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:52 am

· #158127
באבובער
@KleinaNar
קומעדיגע זיצונג אינעם באבוב'ער די"ת וועט זיין אדר א', 48 פארקויפן אז טבת געט בי"ד ארויס א פסק קעגן 45, ווייל 45 וויל נישט צוריקומען צום בי"ד

ווייסט איינער מער אינפא, צו הרב בערגער קומט, וואס וועט זיין אויב ער קימט נישט, וואו לאנג פלאנט בי"ד צו זיצען, וכו'
אויכעט וועט בכלל זיין א זיצונג טבת אדער איז עס בלויז פאנטאזיעס, אין צו פארקויפט מען טאקע אזוי אין 48?


אזעלכע אפדעיט'ס הערט מען שוין א קיי'ל פון אכט יאר ווען וועט זיך שוין עפעס רירען למעשה,

און זיך ענדיגען אפדעיט'ן פריש יעדן שני וחמישי??

בארא פארקער » פרייטאג מערץ 7, 2014 1:55 pm

· #189344
די ערשטע מאל יעצט אין היסטאריע וואס ר' חיים יענקל טויבער שרייבט זיך אונטער אויף איין קול קורא צוזאמען מיט באבובער רבי (45)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 7:59 pm

· #196309
ליינענדיג די נייע וועבזייטל חרדים10 שטויס איך מיך אן מיט א זאץ וואס האט מיר צושטורעם פאר יענע-געלעכטער

מתח בפוניבז': הכרעת הדין של הגרא"ב רוזנברגר ממונסי על נכסי הירושה שהותיר אחריו נשיא הישיבה, רבי אברהם כהנמן זצ"ל, עומדת להינתן בימים הקרובים. מדובר בנכסים שהותיר הרב כהנמן למשפחתו, ללא קשר לבעלות על הישיבה – עליה מתנהלים דיונים אצל הגרח"ג צימבליסט.
....
הגרא"ב רוזנברגר שימש בעבר בורר במחלוקת בחב"ד ובסאטמר, והוא מומחה בהנפקת פסקי דין תוך תקופה קצרה, ללא עינוי דין. לפי הסיכום, פסק הדין של הגרא"ב ישלח לצדדים לא יאוחר מר"ח אייר תשע"ד.

אכשיר דרא » דינסטאג יוני 17, 2014 12:15 pm

· #206406
בארא פארקער
די ערשטע מאל יעצט אין היסטאריע וואס ר' חיים יענקל טויבער שרייבט זיך אונטער אויף איין קול קורא צוזאמען מיט באבובער רבי (45)

בארא פארקער,
אין א קורצער איבערבליק אויף דיינע תגובות צייגט אז די ביסט א פייערדיגע שונא פון באבוב 45
און האסט דיך געפענט דא א ניק פון זיי חוזק צו מאכן דא ברבים, אפשר בעיני די ניקס דא געלונגט דיך עס, אבער סיי ווער עס קען אביסל באבוב 45 באמערקט גאנץ שנעל אז דאס איז א פאלשער שפיל.
דער שפראך אין באבוב 45 לויפט נישט ארום באבוב 48 א גאנצען טאג, ווי דיינע תגובות פרובירן אנצושטעלן, און מען איז דארט גאנץ פיין ריעליסטיש, קיינער רעדט זיך נישט איין אז באבוב 48 האט נאר 400 חסידים (פארקערט גראדע איז יא אזוי), ווי די שרייבסט אין אן אנדערע אשכול,
אין א באבוב'ער פון 45 זוכט נישט צו קומען עדווערטייזן א נייעם בנין וואס באבוב 48 קויפט, ער לאזט פאר זיי אליינס צו מאכן די ארבייט.
אצינד
לאז דיך נישט פון מיר, שפיל ווייטער דעם שפיל, אז די ביסט א באבוב'ער פון 45, און ברענג אלע נייעס פון באבוב 48 בבחינת הפוך על הפוך,

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 17, 2014 2:52 pm

· #206443
שמעתי אז דער נעקסטע זיצונג איז פרשת עקב, נו, נראה ונחזה.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 6:18 pm

· #206509
דולה ומשקה
שמעתי אז דער נעקסטע זיצונג איז פרשת עקב, נו, נראה ונחזה.

עיס איז דא דארט טוילעט פאפיר?

בארא פארקער » דינסטאג יולי 29, 2014 1:18 pm

· #214389
ס'דא נייעס
📎 BtuFr7KCEAUr_El.jpg

באבובער » דינסטאג יולי 29, 2014 2:10 pm

· #214398
בארא פארקער
ס'דא נייעס



פארוואס רעגן זיי זיך אזוי?
פאר זיבען יאר האבען זיי געשלעפט די דין תורה, ווייל ס'האט זיך זיי אזוי געלוינט.
יעצט קענען אונז שלעפען נאך א שטיק צייט.

No Rush

דא האט איר דער בריעף ר' שמחה ראטה האט געשיקט פאר יאהר חודש אדר, ווען בי"ד האט געהאלטען ביים ענדיגען די פסק:

[ר' שמחה ברענגט ארויס די נקודה, אז אזוי וואו 48 האט געשלעפט ביז היינט, וועט גארנישט פאסירען אז מ'שלעפט נאך א ביסל.]
📎 Roth[1].jpg

יין שרף » דינסטאג יולי 29, 2014 9:43 pm

· #214479
ראו מה בין בני לבן חמי... זיי שיקן א בריוו פון בי"ד און זיי...
1406679466.jpg

אוהב ספרים » דאנערשטאג יולי 31, 2014 6:33 pm

· #214890
בארא פארקער
ס'דא נייעס

דער בריעוו איז א תשובה אויף א בריעוו וואס צד 45 האט געשריבען פאר ב"ד אז זיי ווילען אפשטיפען די זיצונג וואס איז באשטומט אויף פרשיות עקב ראה ווייל זיי האבן נייע טענות ומענות ותביעות שונות

איז אזוי » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:12 am

· #215317
איך האב איין שאלה פאר׳ן עולם. גלייבט איינער באמת אז די אזוי גערופענע ״דין תורה״ וועט זיך אמאל ענדעגין?! איך פרעג ווייל נעכטען נאכט אין די קאנטרי האר מיר דאס מיין רעבעצין גאנץ ערענסטערהייט געפרעגט... אין איך האב באמת נישט געהאט קיין ענפער...

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 12:09 pm

· #215358
כלל גדול אמרו: יעדע תשובה וואס הייבט זיך אן מיט 'איז אזוי' איז געווענליך נישט קיין תשובה.

איז אזוי » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 7:36 pm

· #215463
עס איז געוועהן א שאלה, נישט א תשובה

באבובער » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 5:35 pm

· #215883
איז אזוי
איך האב איין שאלה פאר׳ן עולם. גלייבט איינער באמת אז די אזוי גערופענע ״דין תורה״ וועט זיך אמאל ענדעגין?! איך פרעג ווייל נעכטען נאכט אין די קאנטרי האר מיר דאס מיין רעבעצין גאנץ ערענסטערהייט געפרעגט... אין איך האב באמת נישט געהאט קיין ענפער...



אמאל ווייסן זיי וואס זיי רעדען - חכמת נשים,
ס'שוין היינט א פאקט דער באבובער דין תורה וועט זיך קיינמאהל נישט ענדיגן.
עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס באבוב (45) זאל מסכים זיין צו אזא עם-ארצ'ישע פסק, דער בי"ד האט נישט די כח ארויסצוגעבען די פסק בע"כ.
די אלע חלומות פון 48 אז בי"ד וועט ארויסגעבען א פסק און צופיקסען באבוב (45), זענען לא דמים ולא יער, ס'קען ע"פ דרך הטבע נישט פאסירען.

אוהב ספרים » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 9:03 pm

· #215928
אפדעיט
בי"ד גייט זיצען דאנערשטיג פרשת עקב (במקום זיצען א גאנצע וואך)
און 3 טעג אין פרשת ראה (במקום א גאנצע וואך)

45 וועט זאגען דאנערשטיג פאר בי"ד וואס זייער נייע טענות זענען און בי"ד וועט מחליט זיין אויב מען נעמט עס יעצט אהן אדער מען גייט ממשיך זיין פארטיגען דעם פסק

ונזכה ונחיה ונראה

באבובער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:54 pm

· #216624
אוהב ספרים
אפדעיט
בי"ד גייט זיצען דאנערשטיג פרשת עקב (במקום זיצען א גאנצע וואך)
און 3 טעג אין פרשת ראה (במקום א גאנצע וואך)

45 וועט זאגען דאנערשטיג פאר בי"ד וואס זייער נייע טענות זענען און בי"ד וועט מחליט זיין אויב מען נעמט עס יעצט אהן אדער מען גייט ממשיך זיין פארטיגען דעם פסק

ונזכה ונחיה ונראה



איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט אייער אינפורמעישן.
איך האב יעצט קאנפירמד אז בי"ד גייט נישט זיצען נישט מארגען און נישט נעקסטע וואך.

אלע פאנטאזיעס זענען חלומות בהקיץ
ווייל קיין פסק וועט ע"פ דרך הטבע נישט זיין.

הדד בן בדד » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:28 am

· #216958
באבובער
אוהב ספרים
אפדעיט
בי"ד גייט זיצען דאנערשטיג פרשת עקב (במקום זיצען א גאנצע וואך)
און 3 טעג אין פרשת ראה (במקום א גאנצע וואך)

45 וועט זאגען דאנערשטיג פאר בי"ד וואס זייער נייע טענות זענען און בי"ד וועט מחליט זיין אויב מען נעמט עס יעצט אהן אדער מען גייט ממשיך זיין פארטיגען דעם פסק

ונזכה ונחיה ונראה



איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט אייער אינפורמעישן.
איך האב יעצט קאנפירמד אז בי"ד גייט נישט זיצען נישט מארגען און נישט נעקסטע וואך.

אלע פאנטאזיעס זענען חלומות בהקיץ
ווייל קיין פסק וועט ע"פ דרך הטבע נישט זיין.


פאר וועלכע פריקען גוטע יאר דארף נאך זיין א פסק, ווער למשל דארף עס נאך האבן?

Chuchem » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 9:44 am

· #216978
As per @Bobov on Twitter;
45 Borrer asked B"D to review from a Halachic point of view, if Dayan Gross can be a Borrer.
He also asked for additional time to say "new TayNos", and will bring along a new Toan for 45.
48 asked B"D to reject this request, since they would like to have a Psak before They travel this coming Shevat to Israel.

Developing.

בארא פארקער » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:14 am

· #217229
יעצט קומט אריין די נייעס אז באבוב 45 האט גענומען א נייע טוען אונעם פלאץ פון שמחה ראטה,
מ'גייט למעשה יא זיצן די קומעדיגע וואך

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 11:40 am

· #217273
ווער איז דער נייע טוען?

באבובער » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:49 pm

· #217277
משולם שטיינפעלד
ווער איז דער נייע טוען?



דער נייע טוען איז הרה"ג ר' גרשון שפיגעל פון לעיקוואד,
א טוען מומחה וואס דעשרעקט זיך נישט פון קיינעם.

אוהב ספרים » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:59 pm

· #217278
באבובער
משולם שטיינפעלד
ווער איז דער נייע טוען?



דער נייע טוען איז הרה"ג ר' גרשון שפיגעל פון לעיקוואד,
א טוען מומחה וואס דעשרעקט זיך נישט פון קיינעם.


און ר' שמחה דערשרעקט זעך יא?

אויף וואס איז דער נייער טוען
איבערקייען די אלטע טענות? ארויף ברענגען נייע?
וואס העלפעט א נייע טוען ווען מען האלט שוין בכלומרשט אין מיטען שרייבען דעם פסק

האט בי"ד מאשר געווען דעם נייעם טוען?
ארויפברענגען נייע טענות?

אוהב ספרים » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:39 pm

· #217365
דאס איז די אפדעיט פון היינט אין בי"ד לפי ידיעתי
א. צד מהרמ"ד האט נישט געברענגט א נייער טוען במקום הרב שמחה ראטה.
ב. צד מהרמ"ד האט ארויף געברענגט אז זיי ווילען פסל'ן א חלק פון דעם הרכב בית דין, און פארדעם דארפן זיי א נייער טוען, און וויבאלד זיי האבן דערוואל נישט קיין נייער טוען זאל מען אפשטופען די ישיבות בית דין ביז ווי לאנג זיי וועלן קענען אהער שטעלן א נייער טוען.
אויף דעם האט בי"ד גענטפערט, אז מען שטופט נישט אפ גארנישט נאר מען איז ממשיך ווייטער בכתיבת הפסק, ווייל וואס איז געשעהן אין די לעצטע צייט אז מען זאל קענען דורכדעם פסל'ן דעם הרכב, נאכדעם וואס די צדדים האבן אונטערגשריבען שטרי בירורין פאר 9 יאר און נאכאמאל פאר 3 יאר. און זיי האבן מוסיף געווען אז סוף וואך וועלן זיי געבען א החלטה אויב מען וועט געבען בכלל צייט פאר צד מהרמ"ד צו פארקויפען זייער טענות צו פסל'ן דעם הרכב.

ג. צד מהרמ"ד האט אריינגעעבען פאר א פאר וואכען א טענה פאר בי"ד, אזוי בי"ד האט שוין צוגעשריבען 10-12 פראצענט פון די ווערט פון די בנינים פאר צד מהרמ"ד, כדי צו העלפען די קאסטען פון צושטעלן נייע בנינים וכו', און די קאסטען פון צו שטעלען נייע בנינים איז היינט טייערער געווארען, בעטען זיי די 10-12 פראצענט פון די נייע קאסטען.
אויף דעם האבין זיי באקומען מארגען א טאג אהערצושטעלן זייערע טענות וועגען די ווערט און קאסטען פון בנינים.

ד. בית דין וועט זיצען ביז סוף וואך און ממשיך זיין בכתיבת הפסק.

ה. הרב יודל גרובער האט געבעטן פון בית דין אז בית דין זאל זעך מער נישט אפהאלטען וועגען נייע טענות נאר ממשיך זיין בכתיבת הפסק דין ביזען ענדיגען, און אויב צד מהרמ"ד האט נייע טענות קענען זיי דאס ברענגען פאר בית דין נאכ'ן פסק.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:05 am

· #217402
עס איז ניכרים דברי זויערע פארלירער והדברים ידועים

אוהב ספרים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:11 pm

· #217484
אפדעיט

הוספה לנעכטען
נעכטען זענען הרבנים בערגער און ראטה נישט געקומען אין בית דין, און צבי ארי' ריינהאלד האט גערעדט בשם צד מהרמ"ד

היינט איז בית דין געזעצען בינם לבין עצמם והמשיכו בבירור הפסק

הרבנים הנ"ל לא הופיע בבית דין

ווייט פיש » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:23 pm

· #217487
וואס איז די אמת די רבנים זענען משוחד פאר רבי בנציון מער ווי רבי מרדכי דוד?
פארוואס?
קען עס רבי מרדכי דוד איבערווייזען שווארץ אויף ווייס? דאן זאלן זיי נישט זיין קיין נערנים נעמט אייך א פען און פעדער און שרייבט אפ דעם גאנצער מציאות קבל עולם ומלאו און צייגט איבער די שקאצעריי פון די מקבלי שוחד וירא הקהל וישפוט למי החותמת ולמי הפסולים.
סתם שלעפן און צעגערן אין בי''ד ? פארוואס און פארווען

I'm back » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:23 am

· #217571
[ציטאט אראפגענומען]


LOL

אוהב ספרים » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:01 am

· #217574
[ציטאט אראפגענומען]


ר' זלמן גרויז תפקיד איז צו מהפך זיין בזכות מהרב"צ ער איז זיין בורר
פונקט ווי הרב בערגער דארף מהפך זיין בזכות מהרמ"ד ווייל ער איז זיין בורר
זיי דארפען זיין איינזייטיג

די אנדערע 3 בוררים דארפען זיין נייטראל

יעצט די טענה אויף הרב באב"ד איז מגוחך, דאס איז די שוחד, איך האב געמיינט אז זיי האבין איהם אויף טעיפ מקבל זיין שלמונים וכו'

קודם די השגחה אויף עטרת גאלדא, איז פאר די בעלי בתים פון פאראדייס וואס זיי האבין געליסט עטרת גאלדא פון באבוב, הרב באב"ד ארבעט און באקומט בייצאלט פון זיי נישט פון באבוב
ווי אויכעט השגחה בדינר עמודי ציון, געט הרב באב"ד די השגחה פאר די קעיטערער וואס מען האט געדונגען צו קאכען דעם דינער און נישט פאר באבוב און נישט באבוב באצאלט איהם פאר זיין השגחה [דאס איז אויב בכלל האט הרב באב"ד געגעבען השגחה אויף איינע פון די קעיטערער'ס וואס מען האט גענוצט די לעצטע יארען ביי עמודי ציון דינער'ס]


נאר וואס דען די הסבר איז פשוט, צד מהרמ"ד זעהט און ווייסט וויאזוי די פסק גייט אויסקוקען, און זיי גייען פארלירען, און זיי האלטן נישט ביים פאלגען כנראה, דארפען מען האבין א פנים פאר די גאס, רבנים וכו', מען קען נישט סתם אנפייפען דין תורה, בפרט ווען די ביסט דער וואס האט גערופען, זינגט מען דעם ניגון פון משוחד, און יעדער איז צופרידען

און די פארשטייסט נישט וואס איז LOL

באבובער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:09 am

· #217594
[ציטאט אראפגענומען]



קלילא,
טעיק עיט איזי,
הרבה דרכים למקום, אזוי וואו כ'האב שוין כמה פעמים געשריבען, קיין פסק וועט קיינמאהל נישט זיין.
ס'דא כמה עצות און מהלכים, אז קיין פסק זאל נישט ארויסקומען.
סא בארוהיג דיך, ווער נישט ווילד, אלעס וועט זיין גוט.

ראש כבש » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:41 am

· #217599
איך ווייס נישט וואס מדארף צוקומען צו שוחד,סאיז נישט קיין סוד אז ר' יחיאל באב״ד האט לכתחילה געבעקט צד מהרב״ץ, ווער סדרייעט זיך ארום עם קען מעיד זיין אויף דעם.
לכתחילה פלעגט ער אפען חוזק מאכען און אוועקמאכען צד מהרמ"ד,שפעטער ווען מהאט געמאכט א שטינק דערפון האט ער פרובירט זיך צו האלטען נוטראל,אבער פאר זיינע נאנטע קען ער זיך פשוט נישט אנהאלטען און ער זייטיגט אפען מיט צד מהרב״ץ.
און דאס איז די עיקר סיבה פארוואס ער איז די שליש, ר' יחיאל איז בכלל נישט און די די״ת ליין,זיין ברידער ר' נפתלי מאיר איז בעיקר און די די״ת ליין, אבער צד מהרב״ץ האט עם נישט געוואלט נעמען מיט א טענה אז ער איז נוטה צו צד מהרמ״ד, (וכלשונו של ר' נפתלי מאיר ווער סהאלט אז צד מהרמ״ד האט בכלל א צד,איז אוטאמאטיש קאנסידערט א זייעריגער ביי צד מהרב״ץ)

דאס איז איינע פון א רייע בטלנישעקייטען פון צד מהרמ״ד,
נאך א געוואלדיגע בטלנישעקייט איז געווען נעמען ר' אברהם ברוך ראזענבערג,ווען גראוז איז געווען אויפען אנדערע צד,א יעדער וואס איז באקאנט און די די״ת ליין,ווייסט אז דיע צוויי האבען א שטארקע פארשטענדניש צווישען זיך, און סאיז זייער זעלטען אז ראזענבערג זאל נישט פארען צוזאמען מיט גראוז (נאכדערצו ווען סשלעפט זיך אזוי לאנג און זיי שמועסן און פארברענגען שעות ע״ג שעות.
ווער סהאט מיטגעהאלטען מיט די סאטמער די״ת און בארא פארק, ווען צד מהר״א האט גענומען גראוז האט צד מהרז״ל געזאגט אז דאס קען נאר געשען אויב ראזענבערג איז נישט די דיין.
א די״ת איז פיל מיט שיקולי דיעות,און ווען דיינים זענען געווענליכע בעלבעתישע ביזנעס מענטשען,אהן קיין רעבנישע און תורהדיגע פרינציפען,ווערט זייער פסק בעיקר מאנווערט פון די סארט זאכען.
צד מהרב״ץ האט געטוהן א געוואלדיגע ארבעט מיט מאנאווערען די ווינט פון די גאס, און די דיינים.
די גאנצע שלעפן פון די ערשטע פאר יאר איז נאר געווען כדאי אוועקצושטעלן אז זיי האבען אלע בנינים,און זיי זענען די אלטע באבוב, יעצט האט קיין שום דיין נישט די ביצים צו גיין קעגען די רוח.

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:44 am

· #217601
צד מהרמ"ד ווילן פסל'ען די צוויי רבנים פון צד מהרב"צ, דהיינו רב גרויז און טארטיקוב'ע רב, ר' יחיאל באב"ד.

זייער טענה איז אז רב גרויז האט שוין מחווה געווען דעתו אין זיין ארויסגעגעבענעם ספר הברי והשמא, נאכפאר מען האט גענדיגט די דין תורה, וואס איז אסור משום דיין שחווה דעתו לפני הפס"ד.
און די טענה אויף רב יחיאל באב"ד אז ער האט אפען אין גראב גענומען שוחד פון צד מהרב"צ, מיטן געדינגען ווערן ביי זייער עמידי ציון דיננער, און אויך איז ער בעל מכשיר אין זייער זאל "עטרת גאלדא".

איך ווייס נישט פארוואס, אבער די טאקטיק פון צד מהרמ"ד די לעצטע פאר יאר (ביז דאן האט אויסגעזעהן פארקערט ודו"ק) איז אין בעסטן פאל אז א פסק דין זאל נישט פארמירט ווערן, אדער אין ערגסטן פאל צו שלעפן און ציען ווי לענגער די ד"ת.
כ'ווייס נישט וואס זיי האבן צו דערלייגן פון א פסק, פארלירן קענען זיי גארנישט, אויב עפעס נאר פארדינען אפאר מיליאן דאללער, ווי עס זעהט טאקע אויס עס וועט געשעהן (זעהט אויס אז די RUMER אז בי"ד וויל זיי הייסן צולייגן א נאמען צו "באבוב" איז אמת, ווייל זייט דעמאלס בויקאטירן זיי יעדע געפלאנטע מושב ב"ד מיט טענות וטענות שונות)

עכ"פ זייער לעצטע טענה אפצושטופן די דין תורה איז אז רב בערגער פון צד מהרמ"ד איז א נוגע בדבר, אין די דיבעיט אויב מען דארף פסל'ען די צוויי רבנים פון צד מהרב"צ. (כ'מיין אוודאי איז ער א נוגע בדבר, ער האלט דאך אז מען דארף פסל'ען זיין קעגענער) ממילא קען ער נישט קומען, ווי אויך נישט זיין טוען רב ראטה. נאר געשיקט מראשי קהילת מהרמ"ד צו זאגען פאר בי"ד אז מען דארף דא שטעלן א גאנצע נייע הרכב בי"ד צו דן זיין אויב מען זאל זיי פסל'ען.
פארשטייט זיך אז ביים נייעם הרכב בי"ד וועט די אלטע טוען רב ראטה נישט קענען אויפטרעטן ווייל ער איז דאך אויך א נוגע, מוז מען אויפנעמען א נייע טוען רב שפיגל, אבער ער דארף זיך נאך צוגרייטן...
ווי אויך האבן זיי "נייע טענות" וואס מען האט נאכנישט ארויפגעברענגט אין בי"ד, אבער דאס קענען זיי נאר זאגן נאכן שטעלען א נייע בי"ד...

למעשה זעהט אויס אז בי"ד איז מיד געווארן פון די נאכנאנדע אפשטופערייען פון צד מהרמ"ד, אין אזוי עס איז שוין פון לאנג געווען געפלאנט צו זיצן 4 טעג פון פרשת עקב און 5 אין פרשת ראה, און פרשת עקב איז צד מהרמ"ד נישט אנגעקומען, האט בי"ד געלאזט וויסען אז פרשת ראה זיצט מען מיט ענק צו אן ענק!

[ציטאט אראפגענומען]

אבער ווי יודעי הדבר געבן איבער איז עס סתם
משולם שטיינפעלד
ניכרים דברי זויערע פארלירער והדברים ידועים


קודם כל צד מהרב"צ מאכט יעדעס יאר א פענסי דינער פאר עמידי ציון, און עפ"ר איז עס אין א גויאישע האטעל. זיי דינגען יעדעס מאל אן אנדערע קעיטערער, און עס איז די קעיטער'ס דאגה און אחריות אז אלעס זאל ווערן גע'כשר'ט און זיין עצהיו"ט. דאס מאל האבן זיי געדינגען א קעיטער מיטן הכשר פון רב עקשטיין גאר! (בעלזא ב.פ.) און רב עקשטיין האט געדינגן רב באב"ד צו כשר'ן די האטעל! (ווען איך האב געשיקט מיינס א חבר -א משגיח כשרות- דאס וועריפייען, האב איך אים געפרעגט פשט דערין, זאגט ער מיר אז עס איז נארמאל בעולם ההכשירים, צו שיקן א צווייטן בעל מכשיר, ווי אויך זיך גענצליך פארלאזן אויף אנדערע הכשירים, ווי התאחדות אויף OU וכדו'... ואכ"מ להאריך)
ווי אויך אין די זאל עטרת גאלדא, האט נישט באבוב אן אייגענע קעיטער, נאר זיי ליעסען עס צו paridise manor catering, און פאראדייס נוצט טארטיקוב פאר זייער בעל מכשיר. ר' יחיאל זעהט נישט קיין רויטע גרייצער פון מהרב"צ, און לכאורה איז אלעס מותר ע"פ הלכה.

לגבי די "פסול" פון רב גרויז, אלץ דיין שחווה דעתו קודם גמר הדין.
קודם דארף מען וויסען אז דער וואס איז אויפגעקומען מיט די "פסול" איז זייער זייער נישט באקאנט מיט דין תורה'ס! די דיינים פון ארץ ישראל געבן אייביג ארויס א בירור בכתב איידער מען פסק'ענט, און דער ראש בית דין שרייבט דער ענדגילטיגע פסק דין באזירט אויף די בירורים פון די אנדערע צוויי דיינים, זה בונה וזה סותר, און די אנדערע צוויי מוזן אייביג אונטערשרייבן דער פסק דין וואס דער ראש בית דין שרייבט - אפילו אויב עס איז למעשה נגד זייער אייגענע בירור. קוקט דורך גאנץ "פסקי דין רבנים" (בערך 25 בענדער).

רב גרויס איז געווען די "מסדר הדברים" ביי בי"ד, דהיינו ווען די הרכב בי"ד האט זיך פארמירט צום ערשטען מאל, בערך 9 יאר צוריק, נאכוואס ביידע צדדים האבן אינטערגע'חתם'עט שטרי בירורין, און בי"ד האט קוים געוואוסט מיט וועלכע טענות אנצופאנגען, און מיט וועלכע הלכות צו דן זיין, האבן "אלע אנדערע 4" געבעטען רב גרויז צו מסדר זיין די הלכות פאר זיי (ווי גערעכט ער איז, און ווי משוגע, ONE TRACK MINDED, און בייעסד ער איז, איז ער א בקי נפלא אין הלכות ירושה ושררה, נאכן זיין ביי שערי יושר, באונעס אייערוס, וויזניץ וומס"ב, און קראסנא דין תורה'ס) און ער האט טאקע אויסגעארבעט און דורכגעאקערט אין בית דין "צוזאמען" און "בשליחות" פון די דיינים אלע נושאים און מראה מקומות, בהסכמת ובעצה אחת פון דער בורר פון צד מהרמ"ד, ווייל דאס איז פשוט געוועהן א סערוויס וואס ר' זלמן האט צוגעשטעלט פאר'ן בית דין, און איבער צוויי יאר האט מען ממש די נושאים כפי סדרו דיבעיטעד אין בי"ד.

פאר בערך דריי יאר צוריק האט מכלומרשט געהייסן אז די ד"ת ענדיגט זיך שוין, דהיינו די צוויי צדדים האבן שוין גענדיגט מיט זייער טענות, און שוין אפילו געווען כמה זיצונגען ביז דאן וואו יעדע צד האט אפגעפרעגט די אנדערע'ן טענות. די צוויי צדדים האבן נאכאמאל גע'חתם'עט שטרי בירורין, און מען אנפאנגען שרייבן די פסק דין.
ערשט דאן האט רב גרויז געשריבן -טאקע פאר זיך- כפי ראית חוות דעתו בענין די חלוקה, און דאס האט ער געשריבן למסקנה אין זיין ספר אן שרייבן די נעמען פון קיין איין מח' במפורש, און אפילו נישט ברמז (ס'איז דאך צאמגענומען פון כמה חלוקות און קהילות, נישט נאר פון באבוב). שכפי סברתו איז שוין געווען די ד"ת אווער! נאר א פיינעל פס"ד האט מען נאכנישט געשריבן, ממילא האט ער געהאט די פילע רעכט פאר זיך צו פארשרייבן די אויסקום פון די ד"ת, וויבאלד לויט בי"ד האט מען שוין גענדיגט זאגען אלע טענות און שוין גענדיגט עלעברירן.
ערשט דערנאך האט צד מהרמ"ד אנגעפאנגען מאכן פורים פון בי"ד מיטן נישט קומען, און יעדע מאל געקוועטשט נייע טענות!

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:20 pm

· #217630
ס'איז מיך א חידוש עצום טאמער די עולם גלייבט דער שקר וואס צד רמ"ד פארקויפט,
ס'איז א דבר פשוט אז די צד וואס פיהלט פארלוירען טוט אלץ וואס איז ביכולת צו פארדרייען די אמת,
ווען צד רב"צ וואלט געפיהלט אז זיי גיין פארלירען וואלט ארויס געקומען אז באבד איז פסול ווייל זיין מאמע'ס שכן איז א צוויייטע קאזען צו די בעקער אין תלמוד תורה פון רב"צ.
אין בערגער איז פסול ווייל ער קויפט זיינע טיקיטס ביי א טרעוועל עיזענט וואס האט א אינגערמאן אנגעשטעלע דארט וואס געבט עיהם ס'פעציעלע סערוויס, אין יענע איז פון צד רמ"ד.
די נקודה איז יעדער איז א saw loozer כ'פארשטיי די ווייטאג פון צד רמ"ד זייער גוט אין ס'זייער פארשטענדליכ וואס זיי טוען יעצט,

אוהב ספרים » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:37 pm

· #217631
לכבוד הרב פאפריקא
איך ווייס נישט וואס האט דיר אזוי ארויף געברענגט די בלוט אין קאפ אז די שפרינגסט און די האסט מיר געשיקט אין אישי די פאלגענדיגע הודעה
אבער איך האב דיך פארפאקט צוזאמען מיט וועמען די ארבעסט פאר, איך בין דא מפרסם די הודעה, כדי דער עולם זאל זעהן

אזהרה

געשיקט געווארן: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:41 pm
דורך פאפריקא

מיר ווייסען ווער דו ביסט
זיך נישט אז דיין תולדות און בילדער זאלן ארומפליען
האב רחמנות אויף דיין פאמיליע און קינדער

ווייט פיש » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:05 pm

· #217637
שטילע אינגערמאן
ס'איז מיך א חידוש עצום טאמער די עולם גלייבט דער שקר וואס צד רמ"ד פארקויפט,
ס'איז א דבר פשוט אז די צד וואס פיהלט פארלוירען טוט אלץ וואס איז ביכולת צו פארדרייען די אמת,
ווען צד רב"צ וואלט געפיהלט אז זיי גיין פארלירען וואלט ארויס געקומען אז באבד איז פסול ווייל זיין מאמע'ס שכן איז א צוויייטע קאזען צו די בעקער אין תלמוד תורה פון רב"צ.
אין בערגער איז פסול ווייל ער קויפט זיינע טיקיטס ביי א טרעוועל עיזענט וואס האט א אינגערמאן אנגעשטעלע דארט וואס געבט עיהם ס'פעציעלע סערוויס, אין יענע איז פון צד רמ"ד.
די נקודה איז יעדער איז א saw loozer כ'פארשטיי די ווייטאג פון צד רמ"ד זייער גוט אין ס'זייער פארשטענדליכ וואס זיי טוען יעצט,

ממ''נ אויב האסטו וואס אפצוענטפערן ענטפער נישט סתם שיס אז די אנדערע קענען ווען זאגן די זעלבע
אויב רעטאריק דעמאלטס האט שוין פאפריקא שטערקערע מעטאדען

פלעין יודיש » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:14 pm

· #217648
אוהב ספרים
לכבוד הרב פאפריקא
איך ווייס נישט וואס האט דיר אזוי ארויף געברענגט די בלוט אין קאפ אז די שפרינגסט און די האסט מיר געשיקט אין אישי די פאלגענדיגע הודעה
אבער איך האב דיך פארפאקט צוזאמען מיט וועמען די ארבעסט פאר, איך בין דא מפרסם די הודעה, כדי דער עולם זאל זעהן

אזהרה

געשיקט געווארן: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:41 pm
דורך פאפריקא

מיר ווייסען ווער דו ביסט
זיך נישט אז דיין תולדות און בילדער זאלן ארומפליען
האב רחמנות אויף דיין פאמיליע און קינדער

לעטס פייט עגעינסט טעראר

פאפריקא » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:05 pm

· #217672
אוהב ספרים
לכבוד הרב פאפריקא
איך ווייס נישט וואס האט דיר אזוי ארויף געברענגט די בלוט אין קאפ אז די שפרינגסט און די האסט מיר געשיקט אין אישי די פאלגענדיגע הודעה
אבער איך האב דיך פארפאקט צוזאמען מיט וועמען די ארבעסט פאר, איך בין דא מפרסם די הודעה, כדי דער עולם זאל זעהן

אזהרה

געשיקט געווארן: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:41 pm
דורך פאפריקא

מיר ווייסען ווער דו ביסט
זיך נישט אז דיין תולדות און בילדער זאלן ארומפליען
האב רחמנות אויף דיין פאמיליע און קינדער



גוט אז עס איז פאבליק, דער עולם וועט טאקע קענען זעהן און הנאה האבן דיך צו באקענען פון דערנאנט, ודי בזה.

ווייט פיש » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:29 pm

· #217681
פאפריקא סטאפ מיט טעראר
גענוג אז מען רייסט זיך אין בי''ד שטיבל צו וואס גיין אין פובליק?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11