☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » Bobov & Bobov

Bobov & Bobov

518 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1223
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

atmybest » דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:03 am

· #86276
ווייל באבוב איז ווערט 800 מיליאן דאללער.

אוהב ספרים » דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:11 am

· #86278
atmybest
ווייל באבוב איז ווערט 800 מיליאן דאללער.

די מיינסט מן הסתם 800 ביליאן

😳 😳 😳

atmybest » דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:26 am

· #86281
די גלייבסט נישט? רעכן אויס וועסטו זען.

אביגדור » דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:37 am

· #86285
יא.

משה רוקח » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:10 am

· #86287
בנימין הכהן
דאס איז ברור כשמש אז די בני 45 אידן זענען פונעם צווייטן ראנג אין באבוב, די צוגעקומענע

עקשועלי, לויט ווי איך קען מיין יחוס, זענען מיינע זיידעס (פון איין זייט) געוועהן באבובער חסידים מער דורות ארויף ווי א גרויס חלק פון די 48 חסידים.
מיין זיידע פון די אנדערע זייט (וואס איז א שטארקע 48 חסיד) איז נאך אלס בחור אוועקגעלאפן פונדערהיים כדי צו זיין ביים קדושת ציון זצ"ל הי"ד. אבי ער האט געשריגן אכט יאר צוריק אויף די באבובער בחורים פאר'ן אוועקלויפן פון דערהיים כדי צו קומען קיין באבוב.

atmybest » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:35 am

· #86299
משה רוקח
בנימין הכהן
דאס איז ברור כשמש אז די בני 45 אידן זענען פונעם צווייטן ראנג אין באבוב, די צוגעקומענע

עקשועלי, לויט ווי איך קען מיין יחוס, זענען מיינע זיידעס (פון איין זייט) געוועהן באבובער חסידים מער דורות ארויף ווי א גרויס חלק פון די 48 חסידים.
מיין זיידע פון די אנדערע זייט (וואס איז א שטארקע 48 חסיד) איז נאך אלס בחור אוועקגעלאפן פונדערהיים כדי צו זיין ביים קדושת ציון זצ"ל הי"ד. אבי ער האט געשריגן אכט יאר צוריק אויף די באבובער בחורים פאר'ן אוועקלויפן פון דערהיים כדי צו קומען קיין באבוב.

אוועקגעלאפן פון וואס? א מאדערנע שטוב?

אביגדור » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:50 am

· #86307
ניין.

באבובער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:53 pm

· #86330
אוהב ספרים
באבובער
דער עולם איז נישט אזוי צופרידן פון דער פסק, עס זעהט טאקע אויס אביסל קונדעריש אין פאני צו שרייבען יעדער מאהל עס ווערט דערמאנט דער שם באבוב: באבוב-45, (נאך דערצו ווען 48 וועט עס ענפארסען אויף זעהר א שטרענגע אויפן). אבער סהייסט אז א דאנק דעם עקספעקט מען צווישען 45-55 מליון דאלער.
אויך איז מען זיך אביסל מחזק ווייל ס'הייסט אז בי"ד וועט נישט שרייבן אז ע"פ הלכה איז מען מחויב צו טוישען, נאר אז בי"ד איז אזוי מחייב מפני דרכי שלום.

לויט די ידיעות ביז יעצט שטייט נישט מפני דרכי שלום וכו' קען זיין אז דאס וועט זעך טוישען.

די געלט איז לפי שיטת ר' אברהם ברוך נישט געבינדען מיט דעם נאמען, ר' אברהם ברוך האלט אז בעצם מעג יעדער באבובער אייניקל, נישט קיין חילוק צו ער איז א אייניקל פון מהרנ"צ מהר"ש קדושת ציון אדער דער ערשטער באבעווער רב, מעג ער זעך רופען מיט די נאמען באבוב, לגבי געלט איז א צווייט געשעפט, דאס ווענדט זעך שוין צו זיי גייען פסקענען קהלה, ירושה פרטית וכו', און אפילו אויב קהלה, וואס איז קהלה שפרשו איז דאס שייך צו ניין וכו', ממילא אויף די בעסטע פארנעם זעה איך נישט די סכומים פון מען רעדט ביי ענק, אפילו איך וועל אננעמען לויט די פראצענטען פון קהלה שפרשו וואס איז אונטער 30% אמבעסטען ווי קומסט צו די נאמבערס

א. חשובי אנ"ש זענען זייער באליידיקט פון די פסק, זיי האבן מורא אז אונז וועלן יעצט זיין א פורים אין שטאדט, עס זענען דא וואס זאגן אז ראפשיץ- באבוב וכדו' איז מער מכובדיג, ממילא פארשטיי איך אז בי"ד וועט מיזן עפעס צוגעבען געלט דערפאר.
ב. צו ווייסט איינער צו זאגן וואס טוט זיך מיט די טענות ירושה פרטית וחתנו כבנו, האט בי"ד אהנגענימען איינער פון די טענה'ס אדער אפילו א חלק פון איינער פון זיי, ?
ביי אונז זאגט מען אדער חתנו כבנו אדער ירושה פרטית ממילא קומט זיך כאטש האלב, איך זעה אז אוהב אין ער האלטן אז זיי האבען אינפורמאציע פון אינערווייניג, בין איך נייגעריג צו הערען וואס זיי זאגען.

אביגדור » דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:32 pm

· #86342
יא.

moshe613 » דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:34 pm

· #86351
די חברה אין 48 זענען אינגאנצן פין זינען אראנגעפאלען זעהט זיך אויס אז אין פלאץ פין זיך אויס לערנען וויאזוי משלינגט אראן דעם ביטערן פילל פירן זיי זיך אויף כאילו לא היה דבר, בסדר כאפסט אריין נאך אפאר טאג ביז די פסק וועט זיין געפרינטעט מיט גרויסע אותיות. גרייט זיך אהן גרויסע בלעכענע הויזן ווייל די קלעפ גייען ברענען, גרייט זיך אהן אפאר פילן אין ביזעם טאש אין בויטס אויף הויכע פארענטשעס לעבן די וועריזאנא בריק כדי אלע זאלן קענען מיטהאלטן די גרויסע צעראמאניע ווי עטס וועטס טאנצן אין וואסער אריין פין גרויס בושה.

בדחן » דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:11 pm

· #86366
באבובער
אבער סהייסט אז א דאנק דעם עקספעקט מען צווישען 45-55 מליון דאלער

דו דארפסט א דאקטער? 45-55 מליון דאלער??
אפשר גייען ענק גאר באקימען א ביליאן דאלער??

וועק אפ ענד סמעל די קאפי, אויב וועט עס זיין 7 מיליאן וועט עס שוין זיין א חידוש, ערגעץ צווישן 4 און 5 איז די ריכטיגע נומבער.

אביגדור » דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:54 pm

· #86380
קען זיין.

באבובער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:55 pm

· #86382
בדחן
באבובער
אבער סהייסט אז א דאנק דעם עקספעקט מען צווישען 45-55 מליון דאלער

דו דארפסט א דאקטער? 45-55 מליון דאלער??
אפשר גייען ענק גאר באקימען א ביליאן דאלער??

וועק אפ ענד סמעל די קאפי, אויב וועט עס זיין 7 מיליאן וועט עס שוין זיין א חידוש, ערגעץ צווישן 4 און 5 איז די ריכטיגע נומבער.

moshe613
די חברה אין 48 זענען אינגאנצן פין זינען אראנגעפאלען זעהט זיך אויס אז אין פלאץ פין זיך אויס לערנען וויאזוי משלינגט אראן דעם ביטערן פילל פירן זיי זיך אויף כאילו לא היה דבר, בסדר כאפסט אריין נאך אפאר טאג ביז די פסק וועט זיין געפרינטעט מיט גרויסע אותיות. גרייט זיך אהן גרויסע בלעכענע הויזן ווייל די קלעפ גייען ברענען, גרייט זיך אהן אפאר פילן אין ביזעם טאש אין בויטס אויף הויכע פארענטשעס לעבן די וועריזאנא בריק כדי אלע זאלן קענען מיטהאלטן די גרויסע צעראמאניע ווי עטס וועטס טאנצן אין וואסער אריין פין גרויס בושה.

ער האט דיר שוין גענפערט, אפשר זאלסטו זיך דארפען אויפוועקען.....
ימים יגידו...............

באבובער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:30 pm

· #86387
אוהב ספרים
מיינע מקורות געבען איבער אזוי [נכון ליום אתמול בערב]
אז דער פסק קוקט אויס בערך אזוי
א. די נאמען באבוב בלעדי געהערט נאר פאר צד ב [דהיינו מהרב"צ] בכל העולם כולו
ב. די נעמען קהל שערי ציון, ת"ת בני ציון, בנות ציון, כרם שלמה, מתיבתא עץ חיים וכו' געהערט אויסדריקליך נאר פאר צד ב
ג. די פסק איז נוגע אויכעט פאר די מקומות וואס מען האט נישט געחתמ'ט שטרי בירורין, [דהיינו לאנדאן ארץ הקודש וכו']
ד. לסימן היכר דארף צד א צולייגען 45 באותו גודל ובאותתו שורה בכל פעם שמשתמשים עם השם באבוב
ה. צד א צריך להודיע לכל מכת"ע ירחונים וכו' ולכל מקום שמזמינים אותם שהם באבוב45 ולא באבוב לבד
ו. בענין היוניפארם אצל הבנות צריך צד א לשנות שלא יהיה אותו צבע וסגנון כמו צד ב

דער עולם איז נישט אזוי צופריעדען פון דער פסק, עס זעהט טאקע אויס אביסל קונדעריש אין פאני צו שרייבען יעדער מאהל עס ווערט דערמאנט דער שם באבוב: באבוב-45, (נאך דערצו ווען 48 וועט עס ענפארסען אויף זעהר א שטרענגע אויפן). אבער סהייסט אז א דאנק דעם עקספעקט מען צווישען 45-55 מליון דאלער.
אויך איז מען זיך אביסל מחזק ווייל ס'הייסט אז בי"ד וועט נישט שרייבן אז ע"פ הלכה איז מען מחויב צו טוישען, נאר אז בי"ד איז אזוי מחייב מפני דרכי שלום.

חטאתי נגדי
מיר הערן אז הרמ"ד אונגאר איז היינט אריין צו שחרית אום 11:47,
יששכר באוהליך
גם אני שמעתי את נאקת בני ה45 ווי זיי רעדן זיך אפ אז 45 איז על שם עפעס א מאדערנע מיידל שולע, נו - האב איך עס רעפארטעד
באבובער
דער עולם איז נישט אזוי צופרידן פון דער פסק, עס זעהט טאקע אויס אביסל קונדעריש אין פאני צו שרייבען יעדער מאהל עס ווערט דערמאנט דער שם באבוב: באבוב-45, (נאך דערצו ווען 48 וועט עס ענפארסען אויף זעהר א שטרענגע אויפן). אבער סהייסט אז א דאנק דעם עקספעקט מען צווישען 45-55 מליון דאלער.
אויך איז מען זיך אביסל מחזק ווייל ס'הייסט אז בי"ד וועט נישט שרייבן אז ע"פ הלכה איז מען מחויב צו טוישען, נאר אז בי"ד איז אזוי מחייב מפני דרכי שלום.
חשובי אנ"ש זענען זייער באליידיקט פון די פסק, זיי האבן מורא אז אונז וועלן יעצט זיין א פורים אין שטאדט, עס זענען דא וואס זאגן אז ראפשיץ- באבוב וכדו' איז מער מכובדיג, ממילא פארשטיי איך אז בי"ד וועט מיזן עפעס צוגעבען געלט דערפאר.

פאר דעם דארף מען א בי"ד?? דאס האט מען געקענט י"ב אדר תשס"ה אליינס,זיך שלאגען ...
תלמידי חכמים מרבים שלום פארוואס קענען זיי נישט ארויס געבן א פסק וואס קיינער האט נישט קיין נצחון אין יעדער איז צופרידען
דער פסק האבען ביידער א נצחון (45: ב"צ קען נישט שלאפען ביינאכט אז עס איז דא נאך א באבוב וכדו' 48: אז זיי וועלן דארפען בכ"מ שרייבען מיט קידוש לבנה אותיות באבוב-45 , אויף אלע באסעס צעטלעך אין בנינם וכו')
,קיינער איז נישט צופרידען ווייל באבוב-45 איז טאקע א חוזק, אין באבוב 48 בפי כל בלייבן זיי'
what a joke!
א פסק וואו צאנז באבוב וכו', וואלט קיינער נישט געהאט קיין נצחין, אין יעדער וואלט געווען צופריעדען, וחמת המלך שככה!

בדחן » דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:35 pm

· #86389
באבובער
בדחן
באבובער
אבער סהייסט אז א דאנק דעם עקספעקט מען צווישען 45-55 מליון דאלער

דו דארפסט א דאקטער? 45-55 מליון דאלער??
אפשר גייען ענק גאר באקימען א ביליאן דאלער??

וועק אפ ענד סמעל די קאפי, אויב וועט עס זיין 7 מיליאן וועט עס שוין זיין א חידוש, ערגעץ צווישן 4 און 5 איז די ריכטיגע נומבער.

moshe613
די חברה אין 48 זענען אינגאנצן פין זינען אראנגעפאלען זעהט זיך אויס אז אין פלאץ פין זיך אויס לערנען וויאזוי משלינגט אראן דעם ביטערן פילל פירן זיי זיך אויף כאילו לא היה דבר, בסדר כאפסט אריין נאך אפאר טאג ביז די פסק וועט זיין געפרינטעט מיט גרויסע אותיות. גרייט זיך אהן גרויסע בלעכענע הויזן ווייל די קלעפ גייען ברענען, גרייט זיך אהן אפאר פילן אין ביזעם טאש אין בויטס אויף הויכע פארענטשעס לעבן די וועריזאנא בריק כדי אלע זאלן קענען מיטהאלטן די גרויסע צעראמאניע ווי עטס וועטס טאנצן אין וואסער אריין פין גרויס בושה.

ער האט דיר שוין גענפערט, אפשר זאלסטו זיך דארפען אויפוועקען.....
ימים יגידו...............
דו ווייסט און די זעסט בעסער פון מיר אז דער ניק moshe613 איז נישט מער ווי איינער וואס פראבירט - פאר אומבאוויסטע סיבות - צו שפילען א געים כאילו ער באלאנגט צו א אנדערע זייט.... דערפאר ענטפער מיר נישט מיט עפעס וואס יענער האט געשריבען.

2) איך באלאנג בכלל נישט אין באבוב איך האלט נאר מיט די נייעס פון דערווייטענס.

באבובער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:46 pm

· #86390

איך כאפ נישט וואס איר זאגט, איך בין זייער קלאהר מט מיין צד, נאר איך בין נישט אזוי פארנאטיש צו גלייבען אין האלטען אלעס וואס מען פיטערט מיר

בדחן » דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:47 pm

· #86391
באבובער
פאר דעם דארף מען א בי"ד?? דאס האט מען געקענט י"ב אדר תשס"ה אליינס,זיך שלאגען ...
תלמידי חכמים מרבים שלום פארוואס קענען זיי נישט ארויס געבן א פסק וואס קיינער האט נישט קיין נצחון אין יעדער איז צופרידען
!

מען דארף נישט באשולדיגען בי״ד פאר וואס די די״ת האט געדוירט אזוי לאנג, ווייל ביידע צדדים האבן געוואלט אז עס זאל נעמען ווי לענגער,

צד רב״צ וואס האט געהאט אלעס האט געוויסט אז א די״ת איז נישט גוט פאר ווייל ממה נפשך גייט זיי עס קאסטן, דערפאר האבן זיי געהאלטן אז די לצרה לשעתה, און זיי האבן נישט געזיכט אז עס זאל זיך ענדיגען,

די זעלבע איז מיט צד רמ״ד, זיי האבן זיך געוואלט בויען די חסידות באר זיי גייען כאפן א קלאפ פון בי״ד אז זיי זענענן נישט באבוב וואלט ארויס געקימען א פסק זעקס יאר צוריק אז רמ״ד דארף צולייגען א נאמען, וואלט ער היבש דערלייגט, יעצט איז שוין אלעס אנדערש.

יעדער האט עס געזיכט צו שלעפן.

אביגדור » דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:03 pm

· #86394
ניין.

אביגדור » דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:24 pm

· #86397
😂

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:45 pm

· #86401
בדחן
באבובער
אבער סהייסט אז א דאנק דעם עקספעקט מען צווישען 45-55 מליון דאלער

דו דארפסט א דאקטער? 45-55 מליון דאלער??
אפשר גייען ענק גאר באקימען א ביליאן דאלער??

וועק אפ ענד סמעל די קאפי, אויב וועט עס זיין 7 מיליאן וועט עס שוין זיין א חידוש, ערגעץ צווישן 4 און 5 איז די ריכטיגע נומבער.

בדחן, ביסט א ריכטיגער בדחן. חוץ אויב דו האסט געמיינט פיר פינף טויזענט...

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:51 pm

· #86402
משה רוקח, משה 613, באבובער וגו', איך האב שוין געשריבן אז איך האב געדולד, איך האב געווארט אכט יאר, איך האב געדולד צו ווארטן נאך אכט און נאך אכט. אויב עס וועט געדויערן ווייניגער, איז הכל ריוח. אבער איך בין זייער רואיג. מיינע ווייטערדיגע קאמענטארן האלט איך פאר נאכן פסק.

moshe613 » דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:02 pm

· #86405
חברה אין 48, איך דארף נישט עפענען דריי פיר נעמען אין שרייבן אין פארום בבחינת הוא מותיב ליה והיא מפרך ליה אין מיין מצב רוח איז ברוך השם זייער דערהויבן אין איך מיז נישט אהנקומען צו קיין אויפגעמאכטע נערישע דמיונות מעשהלאך וואס א חוץ פינם כותב אליינס וואס צושמייכלט זיך גלייב איך נישט אויב נאך איינער העכער 13 האט בכלל געלאכט פין דעם. צו איז פשוט אן עקל צו זעהן ווי שטארק די חלומסט בית דין גייט מכלומפרשט צופיקסן 45 אין נאך א גרעסערע רחמנות איז נאר צו טראכטן וויאזוי די גייסט אויס זעהן ווען די גייסט ליינען די פסק ווארט ביי ווארט.

בדחן » דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:40 pm

· #86410
לפי כללי מענטשליכקייט, ולפי תקנות המקום, איז נישט ערלויבט צו שפילען פארטיי, לאז אפ די שטותים,

atmybest » דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:49 pm

· #86450
פון א קראנטע מקור:

עס וועט פארקומען א באגעגעניש צווישן די צוויי רבי'ס אין די טעג נאכן פסק.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:55 pm

· #86452
atmybest
פון א קראנטע מקור:

עס וועט פארקומען א באגעגעניש צווישן די צוויי רבי'ס אין די טעג נאכן פסק.

זייער נישט מסתבר

atmybest » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:03 pm

· #86453
משולם שטיינפעלד
atmybest
פון א קראנטע מקור:

עס וועט פארקומען א באגעגעניש צווישן די צוויי רבי'ס אין די טעג נאכן פסק.

זייער נישט מסתבר

פארוואס?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:08 pm

· #86454
אדמו"ר מהרב"צ האט נישט קיין שום סיבה זיך צו טרעפן מיט מהרמ"ד חוץ אז דאס גייט אים געבן לעגעטעמאציע

atmybest » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:14 pm

· #86455
ביסט גערעכט, אבער איך ווייס דאס פון א גאר נאנטע מענטש

משה רוקח » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:27 pm

· #86460
גאר נאנט צו וועם?

משה רוקח » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:29 pm

· #86461
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב עס באקומען אויף וואטסעפפ און עס ווייטער געשיקט.
איינער האט מיר דאס געענטפערט.
So don't you think that's it's much better for such a rebbe to be called just bobov and a rebbe that has everything on one street should be called by that street name?

טעפל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:09 am

· #86480
יעצט באקומען אפדעיט אז אין 48 הענגט א צעטל אז דאס מ'האט גערעדט אז מ'דארף סך הכל צולייגען 45, איינער קען קאנפירמען?

gehlungen » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:04 am

· #86484
טעפל
יעצט באקומען אפדעיט אז אין 48 הענגט א צעטל אז דאס מ'האט גערעדט אז מ'דארף סך הכל צולייגען 45, איינער קען קאנפירמען?

It looks & smells like plain nonsense ! VD"L

בדחן » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:10 am

· #86486
טעפל
יעצט באקומען אפדעיט אז אין 48 הענגט א צעטל אז דאס מ'האט גערעדט אז מ'דארף סך הכל צולייגען 45, איינער קען קאנפירמען?

קימסט אריין זייער נישט קלאר.

טעפל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:25 am

· #86491
בדחן
טעפל
יעצט באקומען אפדעיט אז אין 48 הענגט א צעטל אז דאס מ'האט גערעדט אז מ'דארף סך הכל צולייגען 45, איינער קען קאנפירמען?

קימסט אריין זייער נישט קלאר.

איינער האט מיר דערציילט אז ס'הענגט דארט א צעטיל אז די פסק פון בי"ד גייט זיין אז ס'איז נאר דא איין יורש-מהרב"צ און די אנדערע מוזען צולייגען א היכר וגומר..כ'מיין אויב ס'וואלט געוועהן אמת וואלט שוין געוועהן דא די צעטעל..

moshe613 » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:27 am

· #86508
אינטערעסאנט אז די וואך ווען מען רעדט פין א צעטיל וואס הענגט גלייבט קיינער נישט אבער אז נאכן פסק דין גייען דארט הענגן מענטשן דאס מאכט שוין מער סענס

איינגעמיירעט » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:32 am

· #86511
חבל על דאבדין
ס'איז נאך פארן דאווענען, נאר וויבאלד ס'איז ראש חודש און ס'איז א לענגערע דאווענען

איך בין אן אונגערישער,איך האב נישט קיינמאל עכט קיינמאל גרונטליך קענען געלערענט די באבוב׳ע מונטאלעטעיט.
מיינע ספיקות זענען ווי פאלגענד,
וואס איז דאס די עמקות פון עכט באבוב ? וואס איז דאס צווייטע קלאס באבוב ? וואס איז פשט פון די אויסגעשפראכענע פייערדיגע שנאה פון די אזוי גערופענע ערשטע קלאס באבוב
צו די צווייטע קלאס באבוב ?
מיין אומפארשטענדינישט גייט ווייטער וואס איז דאס באבוב ? א פילוזופיע,א אידיאלוגיא,א קולטור ,א הנהגה ,צו פשוט א פעישין סטייל ?
לכאורה נאכן פארשטיין וואס איז דאס באבוב וועל איך פארשטיין וואס איז דאס ערשטע קלאס באבוב און צווייטע קלאס באבוב ווי אוכט וואס איז דאס ארגינעל באבוב און וואס איז דאס אומארגעניל ,
פון זייןדיסקריפטין זעעט אויס אז באבוב באשטייט פון א געוויסע סארט אויסזעען כדוגמת א פעישין סטייל ,און די אלע וואס האבען זיך נישט געקענט צושטעלן מיט די גאנצע (ווי למשל וואס ער רעדט זיך אפ אויף די בענדלעך וואס הענגען,די בורד איז אוכט עפעס נישט געהעריג צאמגענומען וכדו.) דיע אלע גייען אריין און די אומארגענילע קעטעגארי.

נאך אזאך איז מיך משמע פון אנדערע פאסטס פון איהם אז אפי׳ די ציבור האט זיך נישט אריינגעפאסט צו ווערען אנגערופען ארגינעלע באבוב,מיט דעם אלעם פרייען זיך נישט די ארגענעלע אויבער קלאס פון באבוב ווען די צווייטע קלאס באבוב האט זיך אפגעטראגען פון זיי און און געמאכט שבת פאר זיך ,זיי קוקען עס אהן ווי א מרידה און די אויבער קלאס און למען ישמעו ויראו סזאל מער נישט פאסירען אזא חוצפה מוז בי״ד העלפען דערשטיקען דיע געפערליכע מרידה,זאת ועוד סזעט מיר אויס אז די אויבער קלאס וואלט ווען יא געוואלט אז די אונטער קלאס באבוב זאל בלייבען מיט זיי,ווייל כידוע אין מלך בלא עם ואין אויבער קלאס בלא אונטער קלאס ואין ארגינעל בלא אומארגעניל,ממילא שפירען זיך די אויבער קלאס אז זיי האבען מער נישט אויף וועם זיך צוגרויסען און אויף וועם צו שולט זיין און אויף וועם צו טרעטען היות די אונטער קלאס האט געמאכט שבת פאר זיך.
דאס אלעס זענען מיינע ספיקות און דעם באבוב סוטמאכע וואס איך מוטשע מיך צו פארשטיין.
א נאנטע חבר מיינע האט מיר געזאגט אז במופלא ממך אל תדרוש און איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין די עמקות פון די באבוב׳ע סוטמאכע,איך האב אבער נישט אויפגעגעבן און איך האף נאך איין טאג צו פארשטיין וואס איז דאס באבוב

באבובער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:05 pm

· #86594
בית דין אפדעיט
פארוואס הערט מען נישט קיין אפדעיטס פון בי"ד די לעצטע דריי טעג?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:10 pm

· #86596
איינגעמיירעט
איך בין אן אונגערישער,איך האב נישט קיינמאל עכט קיינמאל גרונטליך קענען געלערענט די באבוב׳ע מונטאלעטעיט.
מיינע ספיקות זענען ווי פאלגענד,
דאס אלעס זענען מיינע ספיקות און דעם באבוב סוטמאכע וואס איך מוטשע מיך צו פארשטיין.
א נאנטע חבר מיינע האט מיר געזאגט אז במופלא ממך אל תדרוש און איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין די עמקות פון די באבוב׳ע סוטמאכע,איך האב אבער נישט אויפגעגעבן און איך האף נאך איין טאג צו פארשטיין וואס איז דאס באבוב

איך בין אן אראמישער, איך קען נישט גוט קיין אידיש,
מיינע ספיקות זענען,
וואס אידאס סוטמאכע? איינער וואס מאכט א סוט?

..צוריק צום נושא.

אביגדור » מיטוואך פעברואר 13, 2013 6:13 pm

· #86686
יא.

משה רוקח » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:38 pm

· #86701
אזא עקלדיגע און שאנדפולע תגובה האב איך דאכצעמער נאכנישט געזעהן זייט קאווע שטיבל שטייט. שעם אן יו.

אביגדור » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:11 pm

· #86713
אהא.

petergrifin » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:13 pm

· #86714
סתם אזוי
איינגעמייערט, הוא הדבר אשר דיברנו.

משפחת ר. פון קליוולאנד למשל איז שוין אין באבוב כאטש פיפצען יאר אבער סאיז נישט קײן נפקא מינה איך האב קײנמאל נישט גיקענט פארשטײן
װאס איז דער גרויסער יוחס פון די שײנע משפחת װער און װען האט מען דאס מחליט געװען?

משה רוקח » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:25 pm

· #86720
ניט געדייגעט
משה, סתם אלס אן עצה טובה: פונקט ווי ביי שלום בית, ווען דער דיסקוסיע ווערט דערקייקלט צו באשולדיגונגס אז "דו האסט נישט געזאלט רעדן צו מיר אזוי, האסט מיר באליידיגט" אדער אנדערע אזעלכע זייטיגע פייטס, קומט עס נישט צו קיין תכלית, אזוי אויך דא, אויב ווילן מיר קענען דיסקוסירן די עניינים העומדים על הפרק נארמאלערהייט, דארפן מיר זיך אויסלערנען צו טאלערירן יענעם'ס פערספעקטיוו און אנדערע מיינונג.

ביז אהער האב איך געליינט אלע אייערע שטותים שטילערהייט, אהן זיך אריינמישן.
אבער ווען עס קומט צו אזא עקלדיגע תגובה - מיט נעמען נאכדערצו - האב איך געפילט אז איך מוז מוחה זיין.
דו ביסט ענטייטלד צו דיין אפיניען און קענסט טוהן וואס דו ווילסט. אבער מיט א גבול. ס'דא זאכן וואס דארפן ווערן געהאלטן ביי דיר אין בויך.
__________
נעקסט?

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:34 am

· #86874
סתם אזוי
איינגעמייערט, הוא הדבר אשר דיברנו.

ביים קדושת ציון איז געוועהן נאר קעססלער-מאנדעלבוים-לעזער??. כ'האב געמיינט אז ער האט געראטוועט הונדרעטע בחורים פון אונטערגאנג פארן קריג? אפשר גאר איז קעססלער-מאנדעלבוים-וואקסמאן-לעזער די געראטווועט בחורים????

Atgan » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:25 am

· #86884
סתם אזוי
איינגעמייערט, הוא הדבר אשר דיברנו.

סתם אזוי ביטערע,

דאכט זיך אז קעססלער איז קיין באבובער פאמיליע פונדערהיים.....
און אזוי אויך ואקסמאן, בין איך מסופק פון ווי זיי שטאמען..... אבער כבין נישט זיכער דערין.

און יעצט פארפוילטע סתם אזוי:
איך בין שוין א ליינער א שטיק צייט, נאך קיינמאל נישט מגיב געווען. דיינע שאנד ווערטער האבן מיר געצוואונגן צו מגיב זיין.

דיינע דעות און אנאליזן לויטן שלעכטן נאטור פון מענטשהייט, האבן נישט מחדש געווען דיינע הויכע פענסטער מיט זייערע רשעות. דאס שטאמט פון זייערע מורה דרך, די שאנדפולע און רשע און אכזר, מאסן מערדער און קריפל, ושמו אדאלף היטלער ימח שמו וזכרו וסייעתיו, וועלכע האבן אויך געוואלט ארויפצווינגן א דאס "ריינע ראסע" אויף דאס גאנצע וועלט, און זיך ג'עקל'ט פון יעדן אנדערע נפש, איר אפגעשחט'ן און פארברענט.

עקספערטן האבן דאס צוגעבינדן צו א קראנק פערזענליכקייט, און מאנסטער טייפ נאטור, וועלכע וויל פארציקן און געוועלטיקן אויף יעדן איינעם.

להבדיל באלף אלפי הבדלות,
אונזער הייליגע רבי'ס לדורותיהם האבן מקרב געווען און ליב געהאט יעדן איד באשר הוא, מיט אהבת ישראל שאין לה גבול.
די הייליגע קדש"צ האט מקרב געווען און אפ'געראטעוועט יעדן אידיש נפש, נישט קיין אונטערשיד זיין אפשטאם אדער ראסע, אם מזרע ישראל הוא, האט ער איהם אריינגענומען תחת צילו און איהם אויפגעהויבן ביז צו די העכסטע מדריגות. פון א דייטשע בחור, ביז א טורקע בחור, כידוע ליודעי דבר.
בנו אחריו וממשיך דרכו, די הייליכע פריערדיגער רב ז"ל, איז געווען א יחיד במינו מיט ארויסווייזן אן אמת'ע אהבת ישראל און במאור פניו, מקרב געווען יעדן איינעם ללא הבדל, געבויעט אידישקייט מיט אט די מידה, און געפרעדיגט די מידות און פארלאנגט פון אלע הולכי בדרכו זיך מתדבק זיין אין דעם דרך, און זיך געבייזערט ווען איינע האט געטוהן פארקערט.
בנו אחריו וממשיך דרכו, די הייליגע רב ז"ל, האט זיך מוסר נפש, געווען ארויסצוהעלפן און מקרב זיין, ארויסווייזן אן אהבה צו יעדן איד, אריינגענומען צו זיך אין שטוב, די נידריגסטע עלעמנטן, און זיי אויפגעהויבן און געראטעוועט, זיי אלע האבן לרוב הימים אויפגעשטעלט שטובער לתפארת.
יבח"ל חתנו וממשיך דרכו, אונזער רבי'ן זז"ג און שטארק, איז אויך מקרב יעדן איד מיט אן ספעציעלע ליבשאפט, און האלט אהן די הייליג דרך, אדרבה, לך וראה, פרעג דיר נאך ביי די עסקנים אין די גאס, ווער פון די אדמור"י דורנו איז די אדרעס ביי יעדן פאל פון א קעיס, און ביי וועמען מ'האט אן אוזן קשבת... בכל הענינים.

איך וויל נישט מאריך אין די הנהגה פון להבדיל אלף הבדלות די צד שכגנד, מיינע געפילן גריבלן מיר אז ביי אונז אין באבוב זענען ליידער אויפגעוואקסן אזאנע בעלי מידות רעות.

אשרינו שזכינו צו דעם אמת'ן אידיש - און באבובע'ן דרך, און יעלה תחינתי אז אויך דארט ביי דעם צד שכנגד, זאל די רבוש"ע העלפן זיי זאלן זיך כאפן אין וואסערע בלאטע זיי געפונען זיך און נאך דעם פורים מקבל זיין דעם הדר קבלוה די תורה מיט אירע מידות, און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין להרבות שלום בעולם עד ביאת משיח צדקנו.

באבובער » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:46 am

· #86889
Atgan
סתם אזוי
איינגעמייערט, הוא הדבר אשר דיברנו.

סתם אזוי ביטערע,

דאכט זיך אז קעססלער איז קיין באבובער פאמיליע פונדערהיים.....
און אזוי אויך ואקסמאן, בין איך מסופק פון ווי זיי שטאמען..... אבער כבין נישט זיכער דערין.

און יעצט פארפוילטע סתם:
איך בין שוין א ליינער א שטיק צייט, נאך קיינמאל נישט מגיב געווען. דיינע שאנד ווערטער האבן מיר געצוואונגן צו מגיב זיין.

דיינע דעות און אנאליזן לויטן שלעכטן נאטור פון מענטשהייט, האבן נישט מחדש געווען דיינע הויכע פענסטער מיט זייערע רשעות. דאס שטאמט פון זייערע מורה דרך, די שאנדפולע און רשע און אכזר, מאסן מערדער און קריפל, ושמו אדאלף היטלער ימח שמו וזכרו וסייעתיו, וועלכע האבן אויך געוואלט ארויפצווינגן א דאס "ריינע ראסע" אויף דאס גאנצע וועלט, און זיך ג'עקל'ט פון יעדן אנדערע נפש, איר אפגעשחט'ן און פארברענט.

עקספערטן האבן דאס צוגעבינדן צו א קראנק פערזענליכקייט, און מאנסטער טייפ נאטור, וועלכע וויל פארציקן און געוועלטיקן אויף יעדן איינעם.

להבדיל באלף אלפי הבדלות,
אונזער הייליגע רבי'ס לדורותיהם האבן מקרב געווען און ליב געהאט יעדן איד באשר הוא, מיט אהבת ישראל שאין לה גבול.
די הייליגע קדש"צ האט מקרב געווען און אפ'געראטעוועט יעדן אידיש נפש, נישט קיין אונטערשיד זיין אפשטאם אדער ראסע, אם מזרע ישראל הוא, האט ער איהם אריינגענומען תחת צילו און איהם אויפגעהויבן ביז צו די העכסטע מדריגות. פון א דייטשע בחור, ביז א טורקע בחור, כידוע ליודעי דבר.
בנו אחריו וממשיך דרכו, די הייליכע פריערדיגער רב ז"ל, איז געווען א יחיד במינו מיט ארויסווייזן אן אמת'ע אהבת ישראל און במאור פניו, מקרב געווען יעדן איינעם ללא הבדל, געבויעט אידישקייט מיט אט די מידה, און געפרעדיגט די מידות און פארלאנגט פון אלע הולכי בדרכו זיך מתדבק זיין אין דעם דרך, און זיך געבייזערט ווען איינע האט געטוהן פארקערט.
בנו אחריו וממשיך דרכו, די הייליגע רב ז"ל, האט זיך מוסר נפש, געווען ארויסצוהעלפן און מקרב זיין, ארויסווייזן אן אהבה צו יעדן איד, אריינגענומען צו זיך אין שטוב, די נידריגסטע עלעמנטן, און זיי אויפגעהויבן און געראטעוועט, זיי אלע האבן לרוב הימים אויפגעשטעלט שטובער לתפארת.
יבח"ל חתנו וממשיך דרכו, אונזער רבי'ן זז"ג און שטארק, איז אויך מקרב יעדן איד מיט אן ספעציעלע ליבשאפט, און האלט אהן די הייליג דרך, אדרבה, לך וראה, פרעג דיר נאך ביי די עסקנים אין די גאס, ווער פון די אדמור"י דורנו איז די אדרעס ביי יעדן פאל פון א קעיס, און ביי וועמען מ'האט אן אוזן קשבת... בכל הענינים.

איך וויל נישט מאריך אין די הנהגה פון להבדיל אלף הבדלות די צד שכגנד, מיינע געפילן גריבלן מיר אז ביי אונז אין באבוב זענען ליידער אויפגעוואקסן אזאנע בעלי מידות רעות.

אשרינו שזכינו צו דעם אמת'ן אידיש - און באבובע'ן דרך, און יעלה תחינתי אז אויך דארט ביי דעם צד שכנגד, זאל די רבוש"ע העלפן זיי זאלן זיך כאפן אין וואסערע בלאטע זיי געפונען זיך און נאך דעם פורים מקבל זיין דעם הדר קבלוה די תורה מיט אירע מידות, און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין להרבות שלום בעולם עד ביאת משיח צדקנו.

זייער גיט געשריבען!

איך ווייס נישט וואס סתם וויל, מיר האבען אויך א שיינע פאהר משפחות מיחסות, משפחת ג. משפחת ר. משפחת ש. משפחת ג. ועוד ועוד , חוץ מזה וואס מיר האבין כמעט אלא קדו"צ אייניקלעך, אין א שיינע פאר צאנזער אין ראפשיצער אייניקליך..
איך וויל זיך נישט אראפלייגען צו אזא נידריגע שטאפל זיך מתוכח צו זיין אויף אזעלעכע נידריגע אין נער'ישע ויכוחים ממילא וועל איך זיך אפשטעלען דא.
דער עיקר איז דער פסק דין וואס וועט אי"ה ארויסקומען בקרוב, דער עולם אין ביהמ"ד פרעדיקט ריזיגע ציפערין.

sunbar » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:19 am

· #86897
.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:07 am

· #86908
atgan (עד כאן?) שלום עליכם, גוט געזאגט, מאך דיך באקוועם און זיי ממשיך צו אנדערע אשכולות!

אביגדור » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:30 am

· #86930
ניין.

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:11 pm

· #86944
און איך האב געמיינט אז נאר און סאטמער קען מען זיך שלאגען ווי בעיביס.....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11