☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » Bobov & Bobov

Bobov & Bobov

518 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1223
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:38 pm

· #86950
איך וויל זיך נישט אריינמישען על ריב לא לו, איך וויל אבער פרעגן אז איך זע נישט על מה יצא הקצף,
בסך הכל האט ער געזאגט אז די משפחות וואס האבן אייביג באלאנגט און באבוב ( מסתם רעדט מען פון די לעצטע זעכציג יאר ) זענענן געבליבען ביי רב״ץ, און רמ״ד האט מער צוגעקימענע משפחות,

ער האט אזוי שלעכט געזאגט? ער האט אפשר געקענט ניצען א שענערע לשון... אבער קאום אן.. מען דארף נישט ווילדווען דערפאר.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:27 pm

· #86960
איך פארשטיי נישט דיינע שאלות,

בי״ד הייסט נישט אז זיי מיזען זיך ריפען באבוב45, זיי קענענן זיך פונקט אזוי ריפען צאנז באבוב אדער דאמברע באבוב אדער בכלל נישט ריפען באבוב,

בי״ד זאגט בסך הכל אז זיי קענענן זיך נישט ריפען באבוב אן עפעס צולייגען, בי״ד האלט אז צולייגען 45 איז די מערסטע בכבוד און די קלענסטע פארלאנג מצדם, אויב צד רמ״ד האלט אז זיי ווילען צו לייגען א אנדערע נאמען נישט די נומבערס 45 איז בי״ד אקעי דערמיט, עס איז רמ״ד טשויס וואס זיי זאלן צולייגען.

באבובער » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:33 pm

· #86963
דין תורה
בהסתרה
באבובער, אפשר קענט איר דא ארויפשטעלן די נאמבערס וואס מען שמועסט? און שרייבט שוין צו אויך א שטיקל אנאליזיע וואס דאס מיינט ביי אייך א הויכע נאמבער און וואס מיינט ביי אייך א נידעריגע נאמבער.
לויט וואו איך הער, האט ראב"ר מבטל געווען היינט די דין תורה זיצונג ווייל ז"ג רעדט נישט צום זאך, אין האלט נאר ביים איינגעבען צו 6-8 מליון, בעת וואס ראב"ר האלט אז וואובאלט מען איז מותיר אויף דעם נאמען באבוב כמו שהוא, קומט זיך כאטש 25 מליון, אין אזוי אויך קומט זיך א בנין, אדער דער בנות ציון בנין וואס איז נאנט צו 49 אדער דער בנין הת"ת אויף 42, דער טשאקעווער זאגט איני יודע.ד
אנ"ש זענען נישט אזוי צופריעדען ווייל ביז יעצט האט עס געהייסן אז מוועט באקומען 30-35, אבער עס איז נאך אלץ בעסער וואו וואס 48 וויל געבען.
אין נאך דערצו אז בי"ד וועט שרייבען אז ביידע זענען ממשיכי דרכי באבוב, אין אז מזאל איינגעבען מפני דרכי שלום, אין אויך ווייל 48 וועט בלייבען 48.
מען עקספעקט אז רא"ב וועט אויספירען אזוי וואו ביז היינט.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:31 pm

· #86971
איך פארשטיי נישט קימסט אריין זייער נישט קלאר, דאס אז רמ״ד מוז צולייגען א נאמען איז גאר לטובתו?? אמער זיי זענענן דאך נישט צופרידען דערפון?!

בכלל, די טראכסט אז נאכען זיצן ביי די״ת זיבן יאר גייט נאך איינער פון די צדדים נאכאמאל גיין צו די״ת??

sunbar » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:43 pm

· #86974
עס האט גארנישט מיט די גאס. ער דארף נעמען א נאמען וואס דער נאמען וועט בלייבן די נאמען לעולם.

אוהב ספרים » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:54 pm

· #86980
פשט איז אז באבוב 45 ווערט א נייער מציאות, אזוי ווי מאשאלוי פארקוועי רבי וואינט היינט אויף 17 עוועניו אין ב"פ.
אין אלע מקומות מושבותיהם ווי זיי האבין יעצט אדער וועלן בעתיד עפענען א מקום, איז זייער נאמען באבוב 45 אפילו אויב זיי וועלן מופען אויף 48

גאלד » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:20 pm

· #86995
מיין שכל זאגט אז 48-45 איז סילי, אדער א נאמען פון א אלטע חסידישע שטאט, אדער א נייע נאמען אזוי ווי תולדות אהרן האט געמאכט א נייע נאמען נאכן הסתלקות פון ר' אהרעלע ראטה זצ"ל, אדער ווי תולדות אברהם יצחק, כוונת הלב, בני ר' הערשעלע ספינקער וכדומה, אפשר זאל ער הייסן דער תולדות שלמה רבי צו וואס,

און דער אמת איז אז א ממשיך דרך פון די באבובער דינעסטיע וועט ר' מרדכי דוד סיי ווי זיין, צו עס הייסט "באבוב" צו נישט, פונקט ווי ס'דא פארשידענע הויפן ממשיכי דרך רוזין, נישט קיין נפק"מ צו עס הייסט, באיאן, סאדיגורא, הוסיאטן, טשארטאקאוו, בוהוש, וכדומה,
די זעלביגע מיט באבוב, ר' מרדכי דוד חסידים גייען נישט ווערן פלוצלינג פאפענע אונגארישע אידן צוליב א נאמען,

איך קלער נאך א זאך, ס'שוין פראקטיש נישט במציאות צו צוריק דרייען דער זייגער, מ'האלט שוין 7 יאר נאכן צוטיילונג, אפי' ער זאל טוישן אלע סיינס און לעדערהעדס, בעיני הבריות איז ער שוין כתוב וחתום אלס אדמו"ר מ'באבוב,

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:48 pm

· #87007
זיי וואלטען זיך גערופען "תולדות נפתלי צבי" אבער זיי קענען נישט ווייל ר' נפתלשטע ז"ל האט געשריבען אין צוואה אז מ'זאל נישט..

אוהב ספרים » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:57 pm

· #87015
אביסעל קרישקעלך פון די לעצטע פאר טאג

א. ווי שוין געשריבען אויבען איז היינט נישט געווען א זיצינג.
ב. נעכטען האט דער טשאקאווער נאכאמאל געבעהטן פארצוליינען די בריעוו וואס מהרב"צ האט בשעתו געשריבען פארן בית דין וואס ער שרייבט דארט עדות וואס זיין טאטע האט איהם און מיט זיין ברודער געזאגט, אז קודם זאל מהרנ"צ זיין רבי און נאכדעם זאל מהרב"צ, און ער האט געפרעגט צד מהרמ"ד וואס זיי האבין ענפערן אויף דעם, זיי האבין געזאגט אז זיי וועלן צוריק קומען מיט א תשובה.
ג. די סכום וואס בית דין האט אפגעשאצט די מוסדות נאך די מארטגעדזשעס אין ב"פ איז 40-50 מיליון
ד. לכל היותר די סכום וואס מען רעדט פאר צד מהרמ"ד איז 12 מיליון אויף די בעסטע פאל, די סכום איז לכאורה נענטער צו 7-8.
ה. בנוגע ירושה פרטית ומוסדות, נמסר לי אז בית דין האט אנגענומען אז די מוסדות געהערט פאר די קהלה און איז נישט קיין ירושה פרטית
**
סתם הערה בעלמא, ווענדט זעך נאך מכח וואס גייט בית דין צו טיילען געלט פאר צד מהרמ"ד, אויב מכח פשרה, האט הרב יושע רובין נישט קיין טענה דערויף ווייל די געלט גייט פאר קהלת ומוסדות מהרמ"ד. אבער אויב גייט זיין דער פסק אז עס קומט זיי די סכום געלט מכח ירושה פרטית וכו', האט ר' יהושע רובין א טענה פון 50 %פראצענט אויף די געלט, עכ"פ די בעלי חובות וואס האפין אויף די סיום הדין תורה מיט די געלטער זענען לכאורה אויף גרויסע צרות

gehlungen » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:45 pm

· #87045
אוהב ספרים

I think if seef beis would be emes then there wouldn't be a din toireh !

אוהב ספרים » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:15 pm

· #87056
gehlungen

וואס איז נישט אמת? אז מהרב"צ האט געשריבען אזא בריעוו? אז דער טשאקעווער האט נעכטען גערעדט דערפון? וואס פונקטליך?

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:20 pm

· #87060
אוהב ספרים

ב. נעכטען האט דער טשאקאווער נאכאמאל געבעהטן פארצוליינען די בריעוו וואס מהרב"צ האט בשעתו געשריבען פארן בית דין וואס ער שרייבט דארט עדות וואס זיין טאטע האט איהם און מיט זיין ברודער געזאגט, אז קודם זאל מהרנ"צ זיין רבי און נאכדעם זאל מהרב"צ, און ער האט געפרעגט צד מהרמ"ד וואס זיי האבין ענפערן אויף דעם, זיי האבין געזאגט אז זיי וועלן צוריק קומען מיט א תשובה.

והאמין יאמין, שווער צו גלייבען אז נאך זיבן יאר האט זייער טוען נישט גרייט קיין ענטפער אויף אזא יסודתדיגע שאלה.

באבובער » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:20 pm

· #87061
אוהב ספרים
gehlungen
אוהב ספרים
.
ב. נעכטען האט דער טשאקאווער נאכאמאל געבעהטן פארצוליינען די בריעוו וואס מהרב"צ האט בשעתו געשריבען פארן בית דין וואס ער שרייבט דארט עדות וואס זיין טאטע האט איהם און מיט זיין ברודער געזאגט, אז קודם זאל מהרנ"צ זיין רבי און נאכדעם זאל מהרב"צ, און ער האט געפרעגט צד מהרמ"ד וואס זיי האבין ענפערן אויף דעם, זיי האבין געזאגט אז זיי וועלן צוריק קומען מיט א תשובה.

I think if seef beis would be emes then there wouldn't be a din toireh !

וואס איז נישט אמת? אז מהרב"צ האט געשריבען אזא בריעוו? אז דער טשאקעווער האט נעכטען גערעדט דערפון? וואס פונקטליך?

למאי נפנ"מ פאר קהל שחלקו איז נישט קיין נ"מ, פאר ירושה פרטית איז אויך נישט קיין נ"מ, אלא מאי ירושת רבנות וחתנו כבנו?

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:23 pm

· #87064
פאר די וואס טענה'ן ירושה פרטית, א"כ פארוואס האט נישט רב"צ באקימען האלב ווען זיין ברידער איז געווארן רבי?

משה רוקח » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:29 pm

· #87071
ער האט נישט געדארפט באקומען.
א. ב. ב. מיט נאך אנדערע האבן אליינס גענומען אלעס וואס זיי האבן געוואלט פאר זייער פירער.

Shmilly » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:30 pm

· #87073
.
📎 korchien.jpg

אביגדור » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:00 pm

· #87086
.

אוהב ספרים » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:30 pm

· #87095
זייער ערענסט
.

אלעס פיינע סברות וכו', ווי אויך די מגיבים פריער, איך האב נאר איבערגעגעבען אזאך וואס האט פאסירט, ווי אזוי איך האב דאס מקבל געווען

moshe613 » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:55 pm

· #87102
מיין אנאליז: לגבי געלט אין מוסדות שטייט 45 נישט שלעכט, זיי האבן א ריזן קאמפלעקס אויף 14&49 זיי האבן די מתיבתא ישיב״ג אויף ניו יוטריכט, זיי האבן דעם ריזן בלאק בילדינג אויף 60&15 אין אויכעט פארמאגן זיי לפחות צוויי דריי אייגענע קעמפס. איך מיין אז זייערע ריליסטעיט איז איבער די 50 מיליון דולר, די נערישע מעשלך כאילו א יעדער נדבה וואס 45 האט באקומען לעצטע 8 יאהר איז געווען אן הלוואה אויפן חשבון פין דין תורה, דאס זענען 48 מעשלך אזוי ווי זיי פארקויפן שוין 8 יאהר אז אט אט גייען זיי שוין אינטער, ממילא איז מיין אנאליז אז געלט קומט אין געלט גייט אין 3 יאהר פין היינט וועט קיינער נישט וויסן די נפקא מינה צו 8 אדער 25 קיין זכר וועט ממילא נישט בלייבן. ווייטער לגבי שם באבוב האט 48 קלאהר אריין געגעבן א פארלאנג אז 45 טאר נישט נוצן בכלל דעם נאמען, אין דא פסקנט לכאורה בית דין אז ער מעג זיך קלאהר רופן באבוב אפילו אהן א צונאמען, אין די גאנצע 45 מעשה איז נאר אויף געוויסע ספעציעלע אופנים ווי מקען זיך פארמישן. דאס מיינט אז זיי זענען באבוב אפילו אהן א צוה נאמען. נאך הער איך אז בית דין גייט קלאהר ארויסשרייבן אז ביידע זענען יורשים אין ממשיכי דרך פין די באבובע רביס אין אויב דאס איז אמת איז דאס די גרעסטע קלאפ פאר 48 וואס פרובירט שוין 8 יאהר אויסרייסן 45 פין די באבובע גזע. שוין האבן זיך די 48 צוגעכאפט צו די סימן היכר פין 45 אין עס אויפגעבלאזן אזוי גרויס מזאל פארגעסן פין די אנדערע סעיפים וואס טוט באמת וויי.

באשטעטיגט » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:17 pm

· #87118
משה די ביסט א זיכערע געווינער ווייל נאכדעם וואס די פסק וועט ארויסקימען אין דארט וועט שטיין אז עס איז קלאר א צינאמען... אין אז עטס מעגסט נישט שרייבען נתיסד ע"י כ"ק אדמור זצוק"ל וכדו' וועסט די אויכעט האבען פשעטליך פארוואס עטס שטייטס זייער גיט כה לחי

moshe613 » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:46 pm

· #87145
מיין אנאליז איז נאר לויט וואס איך הער היינט, קען זיין מיין אנאליז וועט זיך טוישן האכן ליינען די געשריבענעם פסק דין. יחי ההבדל הקטן איך שרייב אנאליז וואס איך מיין וואס גייט זיין, די/עטס שרייבן די אנאליזן לויט ווי עטס וואלטס געוואלט צו זאל זיין, ווי זאגט מיר היינט איינער פין 48? 3 בלעטער פינם פסק גייט מסביר זיין ווען אין וויאזוי אין ווי גרויס די אותיות 45 מיז ווערן געשריבן - נו, גיי לערן מיט א גוי תנא קמא. אין אז נאר רב״צ איז די יורש, אין אז רבי יהושע רובין איז מער נישט אבד״ק , אין אז די געלט גייען זיי צאלן אין 20 יאהר פעימענטס, אין אז רמ״ד טאר נישט רופן רב״צ ״48״, וכו׳ - יעצט לייגסטו צו וועגן די ״נתייסד״ - איז דאס די ״ריינע ראסע״ וואס דער אובנדערמאנטער אנטיסעמיט טוט רעדן פין? מיר איז דאס מער ״ריינע משוגעים״. Give me a break

איינגעמיירעט » פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:55 am

· #87180
[ציטאט אראפגענומען]

דו בילסט און דו שרייסט, דו זאגסט אבער נישט וואס האט ער אזוי שלעכט געזאגט.

איינגעמיירעט » פרייטאג פעברואר 15, 2013 4:23 am

· #87182
זייער ערענסט
איינגעמייערט, הוא הדבר אשר דיברנו.

ערענסט טייערער האסט מיר געמאכט מער צומישט ווי איך בין געווען
איך האב מיך געמיטשעט צופארשטיין באבוב מהו ?
וואס נויטיגט זיך צו ווערען א ערשטע קלאס באבוב׳ע ?
בעסיקלי וואס די זאגסט איז אז סאיז א ראסע אישו,אבער דאס פארשיי איך נישט,היטלער האט אונז אויסגעמארדעט ווייל אונז זעמיר נישט אריען ראסע,וואס א סארט ראסע איז באבוב ? זענט ענץ חס ושלום נישט מזרע ישראל, ווי קען מען נוצען א ראסע דיפרענץ צווישען צוויי יודען ? סקראנקט מיר טיף אריין וואס די שרייבסט?
איך וועל דיך דן זיין לכף זכות אז די ווייסט נישט פונקטליך וואס איז דע באדייט פון ראסע,די מיינסט מן הסתם צוזאגען אז די עכט באבוב איז א געוויסע טיפ וואס דער וואס שטימט נישט מיט דעם ווערט אנגערופען צווייט קלאס ,און היות איך בין אן אונגערישער קען איך נישט פארשטיין וואס דאס מיינט,
איך וועל דער מודה זיין אז איך פארשטיי טאקע נישט אינגאנצען,וואס יא אויב ענקער גאנצע קהילה באשטייט עקסקלסוולי נור פון אזעלכע עטיטאדס וואס די האסט אויסגערעכענט דעמאלס וואלט איך מיך אוכט אריינגעלייגט און די צווייטע קלאס
בלייב געזונט ערענסט שרייב ווייטער איעדען תגובה דיינע לערנט מיך אויס פרישע חידושים וואס און אויף וואס איז מבוסס די באבוב׳ע דיסקוסיע

אביגדור » פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:38 am

· #87193
אודאי.

אביגדור » פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:46 am

· #87194
קען זיין.

moshe613 » פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:09 am

· #87200
זאג נאר מיסטער, פארוואס רעכנסטו אויס נאר 4 משפחות אין באבוב 48? וואס איז שלעכט מיט בארנפריינד? בראכפעלד? עליאס? די לאזט איבער ממש די שמנתה ומסלתה פין באבוב, נישט שיין. ווער רעדט נאך פין די אנשי ספרד אין ירושלים וואס דאווענען מנחה אין ענקער שטיבלאך אין ארץ ישראל וואס בייקומען בחינם טיקעאס פאר יום טוב אין חתונות כדי צוצוגעבן א טעם צום גיטן פיהלינג פין ריינעם ראסע, מהאט אפילו אויסגעטיילט צעטלעך מיט אהנווייזונגען פאר די עולם וויאזוי מזאל זיי אויפנעמען, איינער פיו די אהנווייזונגען איז געווען מזאל גיבן שלום אין נישט פרעגן וויאזוי מהייסט ווייל צו קען יענעם מאכן פילן אומבאקוועם. פארשטייסט? דא טוסטו אהן דעם ראסע היטל אין שפילסט כאילו גרויסע שמחה אז די צווייטע מכלומפרשט ראנג האט זיך אפגעטיילט אין דא דרייסטו דעם היטל אין ברענגסט אריין 5 ראנגע פרענקען אהנצופילן דיינע פארענטשעס.

שרייבער » פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:22 am

· #87202
איך ליין דא אזוי בעק און פארווערד פון די ריינע ראסע, איך האב באמת נישט קיין שטעלונג און די צוויי רבי'ס, איך באלאנג נישט אין באבוב, נישט איך און נישט מיינע עלטערן פון אלע צדדים דורות ארויף

אבער סתם א נקודה למחשבה, איך קען נישט די אלע משפחות וואס מ'רעכנט דא אויס, בלויז די נעמען זענען מיר באקאנט, זיי זענען אלע מן הסתם חשובע משפחות, אבער איך זע נישט פארוואס ווען איינער באשליסט צו סוויטשן רבי, זאל ער זיך רעכענען מיט די אלע ברענד חסידות נעמען, אין סאטמאר האבן אויך אסאך א. ג. סאטמערע נעמען זיך אפגעזונדערט פונעם ברך משה, ווי למשל די טירנויער'ס וואלדמאן'ס לעפקאוויטש, יאקאבאוויטש וכו'
האט עפעס איינער אמאל געטראכט איך לאז מיך אפ פונעם ברך משה ווייל איך וויל מיך קענען ווייטער ווייקן מיט די דורות סאטמארע חסידים?
און די זעלבע ביים לעצטן טיילונג, האט איינער וואס באלאנגט צו צד מהר"א א מינוט געקלערט פון בלייבן אין ראדני ווייל דארט דרייען זיך אסאך משפחות וואס זענען דורות סאטמארע חסידים? קאט די קרעפ! איך דארף א רבי, און הא קערס ווער נאך ס'זיצט מיט דארט.
אז איינער האלט אז רב"צ איז נישט גוט פאר אים, ווארפט ער די אלע עליטע באבובע חסידים אויפן דראנג און גייט צו רמ"ד, מען קען עפעס נאר בלייבן א באבובער ווען מען דרייט זיך מיט מאנדלבוים'ס? א באבובער איז מען ווען מען טוט וואס דער אלטער באבובער רב האט פארלאנגט, און אויף וואס ער איז געווען דער סימבאל בימיו (וה"ה סאטמאר)

אביגדור » פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:42 am

· #87210
אהא.

אביגדור » פרייטאג פעברואר 15, 2013 11:12 am

· #87228
נישט ממש.

sefish » פרייטאג פעברואר 15, 2013 11:32 am

· #87234
???????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????

sefish » פרייטאג פעברואר 15, 2013 12:41 pm

· #87263
yes, you make no sense whatsoever

and atgan only wrote 1 tgive, and u say that he always attacks others

אביגדור » פרייטאג פעברואר 15, 2013 12:51 pm

· #87277
יא.

moshe613 » פרייטאג פעברואר 15, 2013 4:58 pm

· #87359
@BobovCentral: Interesting FACT: All Donnors when MhR"Sh Built Bobov, are now by 45... Bm"Hg 48: R"Sh Shturem, 42: Frishvaser, Mesivta: R' Issach Deutch.

איינגעמיירעט » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 11:40 pm

· #87437
זייער ערענסט
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס מען שרייבט דא.

ערענסט טייערס איי מאסט סעי איי לאוו יאי ,פון איעדען תגובה דיינס לערען איך מער און מער איבער וואס איז דאס ערשטע קלאס באבוב ,און וואס איז דאס צווייטע קלאס באבוב
יעצט לאמיר מאכען א תמצית הדברים,

ערשטע קלאס באבוב (המכונה לדבריך ריין ראסע באבוב)
נישט גיין אויף קיין שמחות צו אייגענע קינדער און אייניקלעך ,ברידערס,שוואגערס,פעטערס,וכו -ריין ראסע באבוב
נישט אריין לאזען קינדער צו זייער טאטעס שמחות וכו-ארגינעל באבוב
שיקען אן אלטען בחור צו פראסקענען און צומאל צעברעכען א האנט פון איינעם-ערשטע קלאס באבוב
ארויסווארפען בחורים פון אייגענע מענטשען פאר סיבות שונות ומשונות -אויבער קלאס באבוב
זאגען פאר אן אייגענע מענטש וואס מוטשעט זיך מוט א שידוך פון א טאכטער דיין טאכטער איז א מכוערת- עכט באבוב
אראפציען טליתים און פראסקענען אייגענע קרובים דורך שיינע יודען און בימד״ר-ממש באבוב
ארומלויפען ווי א פארסאמטע מייז ביים דאווענען שטיל מאכען יעדער וואס פרובירט נור זיך צובלאזען די נוז - האלבערשטאם באבוב

צווייט קלאס באבוב
מקרב זיין כל צרוע וכל זב ועוד יותר לאזען זיי מעורב ווערען בתוך הקהילה עד כדי כך אז זיי באקומען שטים רעכטן -נישט עכט באבוב
די בורד צושלאכט די רוקען צוהויקערט די ווייסע זאקען שטריק הענגעדיג -צווייט קלאס באבוב
פארפירען און פארלאנגען אייגענע רעכטען און שרייען ווען משפירט זיך בעוולט - אומארגעניל באבוב
איך בעט דיר ערענסט שרייב און שרייב און הער נישט אויף שרייבען

איינגעמיירעט » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 11:47 pm

· #87439
כדכוותיה
שרייבער ועוד,
איר קענט אייך איבערצייגן אין דעם, פשוט פון ציקוקען וויאזוי די בני ארבעים וחמשה פירן זיך אויף אין די לעצטערע טעג, וועט איר פארשטיין זייער מהלך וויאזוי זיי האבן זיך אפגעטיילט פון באבוב.

ערענסט טייערס איי מאסט סעי איי לאוו יאי ,פון איעדען תגובה דיינס לערען איך מער און מער איבער וואס איז דאס ערשטע קלאס באבוב ,און וואס איז דאס צווייטע קלאס באבוב
יעצט לאמיר מאכען א תמצית הדברים,

ערשטע קלאס באבוב (המכונה לדבריך ריין ראסע באבוב)
נישט גיין אויף קיין שמחות צו אייגענע קינדער און אייניקלעך ,ברידערס,שוואגערס,פעטערס,וכו -ריין ראסע באבוב
נישט אריין לאזען קינדער צו זייער טאטעס שמחות וכו-ארגינעל באבוב
שיקען אן אלטען בחור צו פראסקענען און צומאל צעברעכען א האנט פון איינעם-ערשטע קלאס באבוב
ארויסווארפען בחורים פון אייגענע מענטשען פאר סיבות שונות ומשונות -אויבער קלאס באבוב
זאגען פאר אן אייגענע מענטש וואס מוטשעט זיך מוט א שידוך פון א טאכטער דיין טאכטער איז א מכוערת- עכט באבוב
אראפציען טליתים און פראסקענען אייגענע קרובים דורך שיינע יודען און בימד״ר-ממש באבוב
ארומלויפען ווי א פארסאמטע מייז ביים דאווענען שטיל מאכען יעדער וואס פרובירט נור זיך צובלאזען די נוז - האלבערשטאם באבוב

צווייט קלאס באבוב
מקרב זיין כל צרוע וכל זב ועוד יותר לאזען זיי מעורב ווערען בתוך הקהילה עד כדי כך אז זיי באקומען שטים רעכטן -נישט עכט באבוב
די בורד צושלאכט די רוקען צוהויקערט די ווייסע זאקען שטריק הענגעדיג -צווייט קלאס באבוב
פארפירען און פארלאנגען אייגענע רעכטען און שרייען ווען משפירט זיך בעוולט - אומארגעניל באבוב
איך בעט דיר ערענסט שרייב און שרייב און הער נישט אויף שרייבען

gehlungen » זונטאג פעברואר 17, 2013 7:49 am

· #87588
bobev & bobev
I would like to know is this a PSAK or PSHUREH ?

משה רוקח » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:20 pm

· #87698
אויב איז עס אמת איז עס געשעהן צו די בעסטע משפחה וואס קען נאר געשעהן - קורץ (פון די ריינע ראסע באבוב)!

אביגדור » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:51 pm

· #87728
אפדעיט פרשת תצוה
יא.

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:11 pm

· #87738
איך האב פיינט בתכלית השנאה דעם גאנצען צימעס אפטיילונג, דאס איז א שורש פורע ראש ולענה, דאס מרבה לשון רכילות און מחלוקות, אויף אופנים וואס אונז אליינס באגרייפען נישט. פאר מיר פרעזענטליך טוט דאסטארק וויי אז עס איז פארהאן אזא מערדערישע און עקל'האפטיגע אפטיילונג אינעם קאווע שטיבל.

רבי שלמה האלברשטאם - דער באבוב'ער רב עד פטירתו, א איד מיט זעלטענע כשרונות אין טאלאנטאן, ער האט אויך געוויסט זיינע שוואכקייטן, ער האט אבער שווער געארבעט איבערצוקומען מיט אומ-נאטירליכע כוחות זיינע שוואכקייטן, זיינע מדות הסבלונות איז אומ-שרייבאר, וויפיל געדולד דער מענטש האט פארמאגט, אוי דאס קען מען נישט ארויס ברענגען, עד לחולשתו בערך תשנ"ז-נ"ט, האט יעדעס מאל באזונדער געארבעט צו האבען געדולד, רוב מאל האר ער טאקע נישט געהאט אבער שווער געארבעט אויף יא, וויפיל צייט דער מענטש האט געהאט פאר ווער עס איז נאר אריין צו איהם, אוי, זיינע סבלנות, אויב האט ער נישט געהאט קיין נערווען אין א מאמענט צו הערען אדער שמועסן מיט איינעם (וואס איז געוועהן דבר יום ביומו) האט ער דאס קיינמאל ארויס געוויזען, ער האט אזוי באהאלטן זיינע פנימיות, אז א צווייטע איד זאלן קענען אוועק גיין מיט א שמייכעל אדער גוט הארציג, דאס האט געגעבען פארן באבוב רב פריש צו ארבעטן אויף זיך.

דעם כסדר ארבעטן אויף דער זיך, אט דאס, האט אריין געגעבען אין דער פרעזענטליכקייט אין דער עצמיות פון שלמה האלברשטאם, צו זיין דער באקאנטע באבוב'ער רב וואס אונז האבען געקענט, ער האט שטארק געהאלטן זיין דיגניטי אבער אין דער זעלבע צייט אפגעגעבן די אטענטשען פאר איינער וואס האט דאס געברויכט.

וויפיל דער איד האט מוותר געוועהן אויף דער זיך, אפילו בשעת מעשה האט עס איהם געקענט גוט וויי טוען פארוואס ער איז מוותר, דאך האט ער געקענט לייגען זיי נגיעות אין דער זייט, אעפ"י וואס בשעת מעשה האט ער זיך געבייזערט אויף פארוואס טאקע ער לייגט זיינע נגיעות אין דער זייט.

ווען מ'רעט פון 'ממלא מקום' פון דער באבוב רב, וואס מיינט דאס? וואס מיינט אנפילען דעם פלאץ פון באבוב רב? רבי שלמה הרלברשטאם האט בכלל נישט געהאט דער זעלבע הנהגה ווי זיין טאטע דער 'קדושת ציון', דער 'קדושת ציון' האט איבערהויפט נישט געהאט א ענדליכקייט אין זיין טאטעס הנהגה דער ערשטע באבוב'ער רב, נו, אויב אזוי וואס מיינט איבערנעמען דעם פלאץ פון דעם מהר"ש השני מבאבוב?

זיצט א דין תורה וואס ציט און עס שלעפט זיך קרוב צו אכט יאר! ענדליך הייבט אן ארויס צו אינען א כמו-פסק, ווי לעכערליך אין נעריש איז דאס געווארען אויף געכאפט. אויף דעם, אויף אזא פסק ווארט מען שוין זיבען און א האלב יאר? ווי אזוי האט דער חכם געזאגט ווי נאר דער מ'איז אריין צו ערשטן מאל אין בית דין שטיבל: "סטמר האט געמאכט א חילול השם דורך גיין אין קאורט, באבוב מאכט א חילול השם דורך גיין אין בית דין", די ווערטער פון דעם חכם הרואה את הנולד איז דאן געוועהן שווער צו פארשטיין, אבער, נאך זיבען און א האלב יאר ווען עפעס א פסק, אדער מחצה שליש ורביע פון א פסק איז ארויס, פארשטייט מען שוין זייער גוט די ווערטער פון דעם חכם.

וואס פאר א ירושה האט רבי שלמה האלברשטאם איבערגעלאזט נאך זיך, וואס פאר א הדרכה האט ער געלערנט, וואס האט דער נישט-באבוב'ער ווי יא-באבוב'ער זיך געלערנט פון דעם איד? האט ער געלערנט אז פרויען דארפען זיך אנטוען א הוט, בחורים מוזען אנטוהן שווארצע זאקען, אז מ'מוז רעדן בלויז אידיש, אז מ'טאר נישט גיין אין א צווייטע בית מדרש אויסער באבוב, אז ממוז דאווענען א ספעציעלע נוסח, איז ער געווען א דיקטאטור צו זיינע חסידים, וואס יעדע יומא דפגרא האט ער אפגעשאסען נאך א פרישע רייע פון תקנות וחרמות?

דער קדושת ציון שרייבט ב'אגרת הקודש' הידוע חסידי באבוב: "שמעתי בשם זקיני מצאנז זי"ע שאמר וכו' והבעש"ט זי"ע אחז צדיק דרכו בקודש לדורות עולם בעמוד גמ"ח והוא לזכות גם את חבירו בנפש ובגוף, וזהו דרך החסידות לסייע לזולתו הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא, עכדה"ק. האט דער קדושת ציון זיך איינגערעדט אז דער דרך הבעש"ט איז אנגעקומען קיין באבוב, און נאר צו באבוב, און נאר א באבוב'ער פירט זיך אין דעם דרך הבעש"ט, אין ווען ער שרייבט "לסייע לזולתו הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא", מיינט דאס נאר דער וואס איז מאנ"ש, דהיינו מאנשי שלומינו?

איז דער סאטמאר רבי געוועהן גערעכט אז נשתכחה תורת הבעל שם טוב? איז באבוב אויך מודה צו דער ווערטער פון דעם ספר ויואל משה? ווען דער קדושת ציון האט געשריבען "לזכות גם את חבירו בנפש ובגוף" וואס דאס איז דער דערך הבעש"ט, האט ער דאס אפגעשריבען בלויז צו א באבוב'ער חסיד? און ווער עס באלאנגט נישט צו אנ"ש (אנשי שלומינו) דערביי איז דא אנדערע דינים?

פון ביידע יורשים ואדמורי"ם וואס האבען איבער גענומען די אדמורות פון רבי נפתלי צבי האלברשטאם, וויל זעהט מען אין זיי דאס ארבעטן אויף זיך, צו ברעכן זייער נאטור פאר א צווייטע איד'ס וועגן, זייער מדות הסבלנות, זייער מוותר זיין פון דער זיך, זיך זעלבסט זיך נישט אזוי שטארק ליעב צו האבען, דער ואהבת לרעך כמוך זאל זיך מער אנזעהן, אדער איז דער גאנצע זעכציג יאר וואס מ'האט געזעהן רבי שלמה האלברשטאם געוועהן א שו-שפיל? אין איז געוועהן אזוי רחוק מן האמת, והא ראי' קוק ווי אזוי דאס זעהט אויס היינט אדער ניין מהר"ש מבאבוב האט דאס געמיינט גאר ערנסט נאר די ממלאי מקום זענען שפילערס?

ועוד לדלות ולהשקות את הגן בקרוב

משה רוקח » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:36 pm

· #87750
ככה ככה
עס זענען פאראן פארשידענע הסברים וואס וואלגערן זיך אין דער גאס.
1) הרב בערגער ווארט צו אויף אפאר מינוט איידער זיין עראפלאן ציהט אפ, און דאן וועט ער חתמ'ענען און לויפן, איידער די הקפדות פונעם רמ"ד וחסידיו יאגן איהם נאך.
2) הרב בערגער האט געהערט אז זיין צד פלאנט צו רופן די רבנים אין ערכאות של עכו"ם נאכ'ן פסק, און ער האט נישט קיין חשק דערצו, סיי אז ער אליינס וויל נישט דאטרפן זיך אהערשלעפן צו קומען אין קאורט, און סיי אז ער וויל אויסציען די צייט כדי איינצושפארן פאר די רבנים אפאר חדשים אדער יארן פון אט דעם בזיון.
3) הרב בערגער וויל נישט חתמ'ענען אויפ'ן פסק ווילאנג זיין צד צאלט איהם נישט וואס זיי זענען איהם שולדיג, בתוך שאר בעלי חובי ישראל. זיין צד האלט נישט ביים צאלן ווילאנג ער דעליווערט נישט א בעסערע פסק.
4) אזוי ווי הרב גרויז האט אפגעשריבן א גאנץ ספר'ל פארן בית דין, און ס'זעהט אויס ווי דער בית דין האט עס אנגענומען פאר גוט געלט, על כל פנים מער ווי זיי האבן אויפגענומען די 11 בלעטער וואס הרב בערגער האט צוגעשיקט, ווילן זיי מער צייט אפצושרייבן א ספר נגדי קעגן הרב גרויז'ס ספר, לכאורה מיט פשט'לעך און שיעורי כללי פון רב מאיר הייזלער, אדער פון די מיללער'ס וכדומה. - כאטש רב בערגער האט דאך שוין צוגעזאגט (כדי צו שפארן צייט...) אז ער וועט נישט ענטפערן אויף הרב גרויז'ס תשובה, איז דאס נאר געוועהן גילטיג ווילאנג ער האט געטראכט אז זיין תשובה אין מער תשובה נצחית ווי הרב גרויז'ס, אבער אז ס'שטעלט זיך ארויס פארקערט, איז דאך א גוטע פתח חרטה און הוברר הדבר למפרע וכו' וכו'.

5) בית דין האט געזאגט פאר הרב בערגער בסודי סודות אז די פסק וועט זיין א ריזיגע געווינס פאר צד א' (נישט ווי צד ב' וויל פארקויפן [נישט בחינם האבן זיי אויפגעמאכט איבער צעהן נייע טוויטער אקאונטס צו פארשפרייטן זייער לגיונות] אז צד א' איז א טאטאלע פארלירער), האט הרב בערגער שטילערהייט גע'חתמ'עט דעם פסק און געבעטן בית דין עס נישט ארויסצוגעבן ביז ער איז צוריק אין מאנטשעסטער כדי די בריונים פון צד ב' זאלן אים נישט קענען קיין שלעכטס טוהן.

אביגדור » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:42 pm

· #87756
יא?

טעפל » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:48 pm

· #87765
[ציטאט אראפגענומען]

ס'קומט פון א קראנטע מקור??
צופעליג קען איך א איד אין 48 קורץ וואס דאס וואלט געוועהן זיין ענטפער..

משה רוקח » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:03 pm

· #87783
דאס וואלט געוועהן די ענטפער פון אלע קורץ'עס אויף 48.
די מעשה מאכט סענס.

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:11 pm

· #87790
רבי שלמה האלברשטאם - דער באבוב'ער רב עד פטירתו, א איד מיט זעלטענע כשרונות אין טאלאנטאן, ער האט אויך געוויסט זיינע שוואכקייטן, ער האט אבער שווער געארבעט איבערצוקומען מיט אומ-נאטירליכע כוחות זיינע שוואכקייטן, זיינע מדות הסבלונות איז אומ-שרייבאר, וויפיל געדולד דער מענטש האט פארמאגט, אוי דאס קען מען נישט ארויס ברענגען, עד לחולשתו בערך תשנ"ז-נ"ט, האט יעדעס מאל באזונדער געארבעט צו האבען געדולד, רוב מאל האר ער טאקע נישט געהאט אבער שווער געארבעט אויף יא, וויפיל צייט דער מענטש האט געהאט פאר ווער עס איז נאר אריין צו איהם, אוי, זיינע סבלנות, אויב האט ער נישט געהאט קיין נערווען אין א מאמענט צו הערען אדער שמועסן מיט איינעם (וואס איז געוועהן דבר יום ביומו) האט ער דאס קיינמאל ארויס געוויזען, ער האט אזוי באהאלטן זיינע פנימיות, אז א צווייטע איד זאלן קענען אוועק גיין מיט א שמייכעל אדער גוט הארציג, דאס האט געגעבען פארן באבוב רב פריש צו ארבעטן אויף זיך.

דעם כסדר ארבעטן אויף דער זיך, אט דאס, האט אריין געגעבען אין דער פרעזענטליכקייט אין דער עצמיות פון שלמה האלברשטאם, צו זיין דער באקאנטע באבוב'ער רב וואס אונז האבען געקענט, ער האט שטארק געהאלטן זיין דיגניטי אבער אין דער זעלבע צייט אפגעגעבן די אטענטשען פאר איינער וואס האט דאס געברויכט.

וויפיל דער איד האט מוותר געוועהן אויף דער זיך, אפילו בשעת מעשה האט עס איהם געקענט גוט וויי טוען פארוואס ער איז מוותר, דאך האט ער געקענט לייגען זיי נגיעות אין דער זייט, אעפ"י וואס בשעת מעשה האט ער זיך געבייזערט אויף פארוואס טאקע ער לייגט זיינע נגיעות אין דער זייט.

ווען מ'רעט פון 'ממלא מקום' פון דער באבוב רב, וואס מיינט דאס? וואס מיינט אנפילען דעם פלאץ פון באבוב רב? רבי שלמה הרלברשטאם האט בכלל נישט געהאט דער זעלבע הנהגה ווי זיין טאטע דער 'קדושת ציון', דער 'קדושת ציון' האט איבערהויפט נישט געהאט א ענדליכקייט אין זיין טאטעס הנהגה דער ערשטע באבוב'ער רב, נו, אויב אזוי וואס מיינט איבערנעמען דעם פלאץ פון דעם מהר"ש השני מבאבוב?

זיצט א דין תורה וואס ציט און עס שלעפט זיך קרוב צו אכט יאר! ענדליך הייבט אן ארויס צו אינען א כמו-פסק, ווי לעכערליך אין נעריש איז דאס געווארען אויף געכאפט. אויף דעם, אויף אזא פסק ווארט מען שוין זיבען און א האלב יאר? ווי אזוי האט דער חכם געזאגט ווי נאר דער מ'איז אריין צו ערשטן מאל אין בית דין שטיבל: "סטמר האט געמאכט א חילול השם דורך גיין אין קאורט, באבוב מאכט א חילול השם דורך גיין אין בית דין", די ווערטער פון דעם חכם הרואה את הנולד איז דאן געוועהן שווער צו פארשטיין, אבער, נאך זיבען און א האלב יאר ווען עפעס א פסק, אדער מחצה שליש ורביע פון א פסק איז ארויס, פארשטייט מען שוין זייער גוט די ווערטער פון דעם חכם.

וואס פאר א ירושה האט רבי שלמה האלברשטאם איבערגעלאזט נאך זיך, וואס פאר א הדרכה האט ער געלערנט, וואס האט דער נישט-באבוב'ער ווי יא-באבוב'ער זיך געלערנט פון דעם איד? האט ער געלערנט אז פרויען דארפען זיך אנטוען א הוט, בחורים מוזען אנטוהן שווארצע זאקען, אז מ'מוז רעדן בלויז אידיש, אז מ'טאר נישט גיין אין א צווייטע בית מדרש אויסער באבוב, אז ממוז דאווענען א ספעציעלע נוסח, איז ער געווען א דיקטאטור צו זיינע חסידים, וואס יעדע יומא דפגרא האט ער אפגעשאסען נאך א פרישע רייע פון תקנות וחרמות?

דער קדושת ציון שרייבט ב'אגרת הקודש' הידוע חסידי באבוב: "שמעתי בשם זקיני מצאנז זי"ע שאמר וכו' והבעש"ט זי"ע אחז צדיק דרכו בקודש לדורות עולם בעמוד גמ"ח והוא לזכות גם את חבירו בנפש ובגוף, וזהו דרך החסידות לסייע לזולתו הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא, עכדה"ק. האט דער קדושת ציון זיך איינגערעדט אז דער דרך הבעש"ט איז אנגעקומען קיין באבוב, און נאר צו באבוב, און נאר א באבוב'ער פירט זיך אין דעם דרך הבעש"ט, אין ווען ער שרייבט "לסייע לזולתו הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא", מיינט דאס נאר דער וואס איז מאנ"ש, דהיינו מאנשי שלומינו?

איז דער סאטמאר רבי געוועהן גערעכט אז נשתכחה תורת הבעל שם טוב? איז באבוב אויך מודה צו דער ווערטער פון דעם ספר ויואל משה? ווען דער קדושת ציון האט געשריבען "לזכות גם את חבירו בנפש ובגוף" וואס דאס איז דער דערך הבעש"ט, האט ער דאס אפגעשריבען בלויז צו א באבוב'ער חסיד? און ווער עס באלאנגט נישט צו אנ"ש (אנשי שלומינו) דערביי איז דא אנדערע דינים?

פון ביידע יורשים ואדמורי"ם וואס האבען איבער גענומען די אדמורות פון רבי נפתלי צבי האלברשטאם, וויל זעהט מען אין זיי דאס ארבעטן אויף זיך, צו ברעכן זייער נאטור פאר א צווייטע איד'ס וועגן, זייער מדות הסבלנות, זייער מוותר זיין פון דער זיך, זיך זעלבסט זיך נישט אזוי שטארק ליעב צו האבען, דער ואהבת לרעך כמוך זאל זיך מער אנזעהן, אדער איז דער גאנצע זעכציג יאר וואס מ'האט געזעהן רבי שלמה האלברשטאם געוועהן א שו-שפיל? אין איז געוועהן אזוי רחוק מן האמת, והא ראי' קוק ווי אזוי דאס זעהט אויס היינט אדער ניין מהר"ש מבאבוב האט דאס געמיינט גאר ערנסט נאר די ממלאי מקום זענען שפילערס?

ועוד לדלות ולהשקות את הגן בקרוב

למדן » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:43 pm

· #87814
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

ס'קומט פון א קראנטע מקור??
צופעליג קען איך א איד אין 48 קורץ וואס דאס וואלט געוועהן זיין ענטפער..

די מעשה איז ארומגעגאנגען 5-8 יאהר צוריק אויף רב"צ'ס זוהן מיט אדמו"ר מהר"א

moshe613 » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:08 pm

· #87827
ווילאנג וואלצער מיט אנדערע ריינע ראסע ריינער באבובער חסידים זענען ביי 48 קענען זיי שרייען טויזענט מאל ׳אונז זענען די ארגינאלער׳ צו איז ווי הטובל ושרץ בידו. אין ער בתוכם....

היימישער » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:55 pm

· #87854
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

ס'קומט פון א קראנטע מקור??
צופעליג קען איך א איד אין 48 קורץ וואס דאס וואלט געוועהן זיין ענטפער..

שוין לאנג נישט און פאלם ספרינגס שוין אהיים געקומען פאר טו בשבט

חשבון » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:58 pm

· #87857
בלייבט איבער צו דאנקען גאט אז מיין טאטע מאמע זענען נישט קיין באבובע ריינע ראסע

באבובער » זונטאג פעברואר 17, 2013 5:05 pm

· #87861
משה רוקח

5) בית דין האט געזאגט פאר הרב בערגער בסודי סודות אז די פסק וועט זיין א ריזיגע געווינס פאר צד א' (נישט ווי צד ב' וויל פארקויפן [נישט בחינם האבן זיי אויפגעמאכט איבער צעהן נייע טוויטער אקאונטס צו פארשפרייטן זייער לגיונות] אז צד א' איז א טאטאלע פארלירער), האט הרב בערגער שטילערהייט גע'חתמ'עט דעם פסק און געבעטן בית דין עס נישט ארויסצוגעבן ביז ער איז צוריק אין מאנטשעסטער כדי די בריונים פון צד ב' זאלן אים נישט קענען קיין שלעכטס טוהן.

אט אט, נאך אפאהר שעה וועט הרב בערגער לאנדען אין מאנטשעסטער אין
ליהודים יהי' אורה ושמחה וששון ויקר..........

זר זהב » זונטאג פעברואר 17, 2013 5:51 pm

· #87879
אין דער איד די וואך זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די היסטארישע נייעסלעך און אנאנסן פון תשכ"ג איז דארט דא א מודעה פון קהל בני ציון וואס רופט א דינער פאר די "באבעווע" ישיבה. שטייט נישט באבאב, נאר באבאוו.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11