☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » Bobov & Bobov

Bobov & Bobov

518 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1223
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:13 pm

· #224442
ס'איז קראנט, אבער די ווייסט נישט אויב דאס איז אמת צו נישט?

תמימותדיגע » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:32 pm

· #226005
דרך אגב.
ווען איך בין געווען אינג, זענען על פי רוב געקומען די אינגעלייט קיין באבוב אויף שמחת תורה. דער וואס האט געקענט איז שוין געקומען אויף סוכות. והמקדימין האבן מקדים געווען אויף יוה"כ.
בחורים זענען שוין געקומען צו פארן אויף ר"ה אדער גאר אויף א' סליחות.

ביי אונז האב איך באמערקט א טויש.

עס קומען אינגעלייט אויף ר"ה אדער אויך אויף יוה"כ, און פארן אהיים אין בלייבן נישט אויף שמח"ת.

אין באבוב האט מען אלע מאל געוויסט אז מען פארט אויף שמח"ת.

האט זיך די זאך געטוישט אויך אין 48? אדער נאר ביי אונז (45) איז דא דעם ערשיינונג?

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:14 pm

· #232540
16 טעג צום יום הגדול
נא וואס וועט זיין דער סוף? וועט מען ענדליך זען א סוף צו די ביטערע מחלוקה?

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 3:01 pm

· #238677
מארקוס

קוק צו און פרעג דיך נאך, ווי אזוי באבוב האט געבליעט אין לעצטע 10 יאר, מיט וואס פארא חורבן דער באבובער רב האט אנגעהויבן, און וועס שטייט היינט, בגשמיות און ברוחניות

איך פארשטיי אז באבאב בכלל און דו בפרט זענען אויף א דשיהאד מיסיע אינגאנצן אויסצורייסן מן השורש ר' נפתל'טשעס אלע האראוואניע אלע יארן פאר באבאב אבער אפשר פארציילסטו אונז זייטנקוקערס אביסל מער איבערן גרויסער חורבן וואס דיין רבי האט אנגעטראפן אין באבאב.

כנור » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 3:34 pm

· #238683
ער וועט עס דיר נישט זאגען, וועל איך עס דיר זאגען. ער האט אנגעטראפען אז נישט 50 מענטשען זענען אנטלאפען פון דארט, נאר רוב עולם זענען אנטלאפען פון דארט. די וואס האבען נישט געקענט קומען קיין באבוב 45 האבען זיך אויף געזיכט נייע רבי'ס, און קומען נאר אויף יוצא זיין (די וואס קומען נאך).

עס איז אמת אז דער וואס ווייסט וואס באבוב איז געווען אמאל, זעהט דארט באבוב בחורבנה נאך היינט, און אין באבוב 45 זעהט ער באבוב בבנינה (פונעם ערשטען טאג ביז היינט).

איך וועל נישט געבען אויפמערקזאמקייט צו די מחרחרי ריב דא וואס ווי איינער האט שוין געזאגט זענען אויף א דזיהאד א קעגען א ריז בכל ענינים, דאס איז א קעגען דער באבובער רבי פון 45 האדמו"ר רבי מרדכי דוד אונגער שליט"א. און אוודאי בין איך נישט אהער געקומען צו שפעטען פון זייער רבי; איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן און איך וועל עס קיינמאל נישט טוהן. נאר אזוי פיל זאל דער ליינער וויסען אז דער גאס איז יא א מבין ווער איז דער גערעכטע און ווער איז דער שלעכטע; ווער האט דער סלתו ושמנו פון באבוב און ווער נישט; ווער וויל אויף אן אמת שלום און ווער וויל נישט.

די אלע רוחניותדיגע חסרונות וואס מען האט דא אויס גערעכענט א קעגען האדמו"ר מבאבוב 45 איז פאלש! טאקע אלע.

קענסט מאכען דיין רבי ווי גרויס די ווילסט; באבוב 45 וועט דיר נישט שטערען; אבער פליז! רייס נישט אראפ יענעם. מאך זיך נישט גרויס דארך מאכען יענעם קליין; עס וועט דיר א סאך נישט העלפען.

דער אמת וועט עווענטואל יעדער סייווי וויסען; פעלט נישט אויס צו שרייבען מער.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:16 pm

· #238869
.

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:45 pm

· #238873
זיך אנגע׳חובות׳ט מיט מסירת נפש ביי האלב בארא פארק פאר זיין טאטעס מוסדות!

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:56 pm

· #238876
קאם אן מיט אזא דשיהאדיסט שטייט מען נישט אין ווארט. אדער אפשר איז ער א פחות מבן עשרים און קען נאר די נייע איינגעבאקענע דאקטארינע? דעמאלטס איז ער אונס אבער נאכאלץ אמגלויבליך!

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:22 pm

· #238883
.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:26 pm

· #238885
וואס הייסט ווייט? ביסט א מכינה בחור'ל?

ברעט מענינג » מוצ"ש דעצעמבער 6, 2014 9:46 pm

· #239104
כ'בין געוועהן ביי א חופה דעי וואך, און דער ש"ץ מ"ץ וואס האט אויסגערופן די כיבודים איז געוועהן זייער א פלאכער יונגערמאן, נישט אזא אויסגעבאקענע וואס ווייסט נישט וואס פליט און וואס הענגט, ער האט אלעס שיין נאך געזאגט פון די צעטל, די תמימות האט ארויס געשיינט פון זיין פנים.
ווען אינמיטן זעה איך הגרמ"ד מבאבוב אנקומען אלס קרוב, און נאך די כתובה ליינען הער איך ווי דער יונגערמאן ליינט ארויס פון ס'צעטל און רופט אויס...
" כ"ק אדמו"ר מבאבוב איז מכובד מיט די ערשטע פינעף און פערציג ברכות...

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:06 am

· #296757
צד מרב"ץ האט אריינגעגעבן א פעטישאן צום פעדעראלע געריכט מאשר צו זיין די פסק בי"ד.
📎 QuickMemo+_2015-08-19-11-04-27~2.jpg

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:18 am

· #296760
אז מ'רעדט שוין, דא איז די נייע לאגא פון באבוב 45 יונגל קעמפ
📎 CHj1J6EUcAEIlEX.jpg

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:49 am

· #296763
שמעון וואלף
צד מרב"ץ האט אריינגעגעבן א פעטישאן צום פעדעראלע געריכט מאשר צו זיין די פסק בי"ד.

פעטישען? דאכציך א arbitration.

יין שרף » מאנטאג יוני 4, 2018 5:20 pm

· #404880
א בפירוש'ע רמב"ם..
[quote="די רמב"ם אין הלכות כלי המקדש פ"ג ה"ה"]ולא היה מחלק אלא באבוב יחידי מפני שהוא מחלק יפה[/quote]

ברוך שאמר » מאנטאג יולי 30, 2018 2:29 am

· #410085
באבעוו 45
האט איינער אפשר געהערט אז דאננער האט געוואנען די גרויסע לייף אינשארענס??

65th » מאנטאג יולי 30, 2018 12:01 pm

· #410097
Re: Bobov & Bobov
עס דרייט זיך אויף די נייעס אז מ׳האט בגנבעט איינם א 90 יעריגע אויף 15/48 די זילברצייג אין שטיב
עס איז אויך דא קליפע דערפין
דער אייציגע וואס איך טראכט וואס וווינט אופן עק 15-48 איז א רב וואס זיין נאמן הייבט זיך אהן מיט א בית אין עס ענדיגט זיך מיט א בית
ער איז נאך נישט 90 אבער ער האט זילברצייג וואס ער האט גיארשנט אין ער האט זיך נישט גיוואלט טיילן מיטן ברידער
ער האט נישט גילאזט די דין תורה פסקנן וועגן דעהם
ער לאזט נישט קיינמאהל רעדן וועגן ברידער
ער מיינט אז די היסטוריה וועט פארגעסן פין ברידער
קען זיין אז די ברידערס יורשים האבן גישיקט א גנב ארויס צי נעמן זילברצייג?
איך גלייב אלעס אין גארנישט



Sent from my iPhone using Tapatalk

65th » מאנטאג יולי 30, 2018 12:02 pm

· #410098
<a class="postlink" href="https://newyork.cbslocal.com/2018/07/30/brooklyn-home-burglary/">https://newyork.cbslocal.com/2018/07/30 ... -burglary/</a>
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11