☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ...היינט נאכט אי"ה

...היינט נאכט אי"ה

118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3962
בלאט: 1 2 3

shem-tov » מאנטאג יוני 3, 2013 8:36 am

· #120687
...היינט נאכט אי"ה
שוין א לענגערע צייט וואס 'כטראכט פארוואס קיינער מאכט נישט קיין אשכול פון פשוט'ע מודעות פון טאג טעגליכען לעבען, למשל טיי אווענטס, דינער'ס, רבי'שע חתונות, סתם חתונות, שבע ברכות, וואך נאכט'ס, יארצייט סעודות, הכנסות ספר תורה, הפגנות שונות, ניחום אבלים (אויף לווית איז שוין דא בד"ה) ועוד ועוד
פיל מאל זיצן מיר דא און ק"ש ביז שפעט און מ'דערמאנט זעך אוי כ'האב פארפאסט די גאר וויכטיגע חתונה אדער מסיבה און מ'בלייבט זיצן און שוין.
ס'איז דאך פשוט זה נהנה וזה נהנה, נישט יעדער פון אונז גייט יעדען טאג אין די גרויסע בתי מדרשים ווי מ'לייגט די אלע צעטלעך און נישט יעדער איז אויפגעסיינט אויף די אלע טוויטער אקאונטס און טעקס מעסעדשעס. מיין איך אז דא וואלט געווען דאס בעסטע פלאץ פאר דעם.

קורץ און שארף צום פינטעל
היינט נאכט מאכט דער און דער חתונה.
היינט קומט פאר די וויכטיגע פארטי
היינט קומט פאר א פעמפער אד"ג חלוקה דארט און דארט
היינט נאכט מאכט פלוני א הכנסות ספר תורה
היינט נאכט פירט דער רבי מלוה מלכה דארט און דארט

ענליך צו קול מבשר, זאל ער נעמען פון אונז און אונז פון אים,
כ'בעט ביטע, נישט קיין רעקלאמעס און נישט קיין נערישע פאליטיק.
פארשטייט זיך אז אויב מ'רעדט פון א גרויסע מעמד וועט זיך פארלאנגען און עקסטערע אשכול, אבער דאס איז פשוט געמאכט פאר אלע אנ"ש פון אלע אידישע געגענטער צו כאפן א בליק לאמיר זעהן צו איך ברויך ערגעץ צוצוגיין,
וואס זאגט דער עולם, כ'מיין ס'איז מוראדיג

shem-tov » מאנטאג יוני 3, 2013 8:51 am

· #120688
אלס א דוגמא.. אויף מארגן נאכט (היינט האב איך נישט געטראפן ווער סקען זאל ארויסהעלפן)

מארגן דינסטאג נאכט קומט פאר די הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג לע"נ הב' ברוך הערש כ"ץ ע"ה, דורך זיין טאטען ר' אפרים פישל כ"ץ נ"י ס'גייט ארויס אום 6:30 פון40 לארימער צום ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמער

shem-tov » מאנטאג יוני 3, 2013 8:52 am

· #120689
כ'האב שוין געטראפן
היינט נאכט קומט פאר די דינער פאר מוסד למען אחי (פאר בעל תשובה קינדער) אין וויליאמסבורג באולם אימפעריעל בשעה 8:30

אביגדור » מאנטאג יוני 3, 2013 9:42 am

· #120699
נדחה.

shem-tov » מאנטאג יוני 3, 2013 10:04 am

· #120705
זייער שיינע גראמען, אבער אנטשולדיגט מיר ביטע פיר עס ערגעץ צו מער א פאסיגע פלאץ. דער אשכול האט פאטענשאל צו זיין זייער אינפארמאטיוו פאר אונז אלע, פליז פיקס עס. יישר כח

shem-tov » דינסטאג יוני 4, 2013 10:01 am

· #121215
בארא פארק: היינט נאכט קומט פאר די דינער פאר מונקאטש תלמוד תורה באולם עטרת גאלדא פון אכט אזייגער

shem-tov » דינסטאג יוני 4, 2013 10:03 am

· #121217
בארא פארק: היינט נאכט מסיבה להצלת מוסדות תולדות אהרן אין ארץ ישראל בבית ר' מענדל וואלף גרינפעלד נ"י1148 57

shem-tov » דינסטאג יוני 4, 2013 10:26 am

· #121220
דינסטאג נאכט קומט פאר די הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג לע"נ הב' ברוך הערש כ"ץ ע"ה, דורך זיין טאטען ר' אפרים פישל כ"ץ נ"י ס'גייט ארויס אום 6:30 פון40 לארימער צום ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמער[/quote]

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 4, 2013 1:03 pm

· #121268
בארא פארק: דעם גרויסע "מעמד...." באולם ריגער 8:30, אסיפות חינוך ותקנות דורך קהל חסידי באבוב 48, דאס איז בלויז נאר פאר באבוב חסידים, נישט פאר דער המון עם.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 24, 2013 9:01 am

· #127423
היינט נאכט איז שבעה עשר בתמוז. הגם מ'הייבט ערשט אן פאסטן מארגן איז וויכטיג צו וויסן דאס פאלגנדע:
עס גייט זיין זייער הייס היינט און מארגן, י"ז. אויך רעגנדיג און פייכט (יומעד) וואס וועט מאכן שוויצן און פארלירן וואסער.
עס איז קריטיש וויכטיג צו טרינקען אסאך וואסער און עסן לייכטע עסנווארג און פרובירן זיין ווי מער אין עירקאנדישאן די קומענדיגע 2 טעג.

ויה"ר שהימים אלו יתהפכו וכו',

אבגד » מאנטאג יוני 24, 2013 9:31 am

· #127426
אויך איז וויכטיג צו וויסן אז כאטש מען הייבט ערשט מארגן צו פאסטן אבער די דריי וואכען הייבט זיך שוין אהן פון ביינאכט, דהיינו זיך נישט שערן, נישט הערן מוזיק וכדו׳, ע״כ ווער עס וויל זיך נאך שערן פאר די דריי וואכען וואס איז כדאי (מכח די 9 טעג), זאל זיך שערן היינט בייטאג.

boxcover » מאנטאג יוני 24, 2013 10:04 am

· #127431
אבגד
שערן פאר די דריי וואכען וואס איז כדאי (מכח די 9 טעג).

וואס הייסט? ס׳איז אן ענין צו זיין אפגעשוירן פאר די ניין טעג?

אבגד » מאנטאג יוני 24, 2013 10:22 am

· #127435
פשוט פראקטיש אז מען קען זיך נישט זייפען! כאטש אפגעשוירן זאל מען זיין

יין שרף » מאנטאג יוני 24, 2013 3:27 pm

· #127476
אויך געדענקען צו שניידן די נעגל...

אבגד » מאנטאג יוני 24, 2013 3:29 pm

· #127477
יין שרף
אויך געדענקען צו שניידן די נעגל...

אוודאי דארף מען געדענקען צו שניידן די נעגל ווייל טאמער נישט וועט עס וואקסן אין די וועלט אריין, אבער עס מוז נישט זיין היינט, מ׳קען שניידן ערב שבת.....

אבגד » דינסטאג יוני 25, 2013 10:52 am

· #127674
היינט נאכט זאל דער עולם אויספאסטן, טאמער נישט וועט מען בלייבן הונגעריג.
אבער מ׳בעט דער עולם ״פאקן מיט א סדר״

משה רבנו » מאנטאג יולי 22, 2013 5:20 pm

· #135302
שמחת בית בעלזא
היינטנאכט קומט פאר די לחיים פונעם בעלזערס אטאכטער מיט הבחור ...ספרין.סתם איינער פון די חסידים

יין שרף » מאנטאג יולי 22, 2013 5:24 pm

· #135305
לידיעה בעלמא, די בעלזער'ס אייניקל, מיט א ספרין א אייניקל פון קאמארנא רבי פון ירושלים.

משה רבנו » מאנטאג יולי 22, 2013 5:30 pm

· #135309
וועם איז עס בעצם אינטרעסאנט.מילא ווען סאיז עפעס אבאמבע שידוך..

פלוין פון ממרא » מאנטאג יולי 22, 2013 5:32 pm

· #135310
אין אויך א אייניקעל פין איינער מר גרינפעלד פין נוי יארק ,

וואס איז פשט אז ער טוט אזעלכע שידוכים??

פלוין פון ממרא » מאנטאג יולי 22, 2013 5:38 pm

· #135314
מען רעדט נישט אזוי!!!!!

איך האב נישט ליב ווי אזוי די רעדסט

איך האב געמיינט צו פרעגן באופן כללי,נ

ישט ח"ו אויף די בחור פאר זיך

chosen people » מאנטאג יולי 22, 2013 5:44 pm

· #135318
וועלכע קאמארנע איז עס, ר' נתנאל אדער ר' אליעזר, צו זייערס א קאזין?

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:11 pm

· #138766
גייט די tv show boardwalk empire שיסן א מאווי דא און וויליאמסבורג ביי די געשעפט נעקסט דאר פון ברוקלין קאר סערוויס

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:19 pm

· #138772
שאולדיספריםפאקער
שיסן א מאווי

😂 😂 😂 👍

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:21 pm

· #138774
משה רבנו
וועם איז עס בעצם אינטרעסאנט.מילא ווען סאיז עפעס אבאמבע שידוך..

אז ס'דא איין נארמאלע רבי וואס מאכט שידוכים און זוכט נישט קיין "באמבע" קומט זיך עם קרעדיט.
(אבער שטילערהייט קען זיין ער זוכט נישט קיין גרויסע מחותנים כדי ער זאל קענען זיין די גענצליכע באלעבוס אויף די חתונה.)

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:27 pm

· #138777
יום כיפור קטן....

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:35 pm

· #153860
איז ראש חודש חשון. יעלה ויבא.

shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 8:33 am

· #166443
הייבט מען אן אין חוץ לארץ צו זאגן
ותן טל ומטר לברכה
א געזונטע ווינטער

שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 10:24 am

· #166451
ביי אונז האט מען שוין אנגעהויבן נעכטן נאכט, וכן מבואר בלוח דאור ליום ה' מתחילין, איך מיין קענסט איבערדאווענען

בארא פארקער » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:52 pm

· #192327
היינט נאכט קומט פאר א פוירישע פארטי פאר באבוב 48. די פארטי איז אין נוא זערסי אין איינטריט קאסט לכה"פ $1,500.
די פרעסעריי וואס קומט דארט פאר איז אין לשער, די איינציגסטע חסידות ווואס נעמט ארויס די מענער פאר א night out
די פארטי קומט פאהר אין <a class="postlink" href="http://www.therockleigh.net">http://www.therockleigh.net</a>
📎 BjgJg1rIAAArNE2.jpg

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:56 pm

· #192330
זיי זענען געקומען מיט א טענה, פארוואס נאר די רבי? האט מען עס געמוזט טאן.

בארא פארקער » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:00 pm

· #192331
רויטע וואנצעס
זיי זענען געקומען מיט א טענה, פארוואס נאר די רבי? האט מען עס געמוזט טאן.

אבער דארט האט די רבי נישט געצאלט איינטריט.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:08 pm

· #192337
קאסט א לאך. טוויטער האט שוין איבער געשריבען.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1">https://twitter.com/hasidic1</a>

מ גפני » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:09 pm

· #192338
בארא פארקער
היינט נאכט קומט פאר א פוירישע פארטי פאר באבוב 48. די פארטי איז אין נוא זערסי אין איינטריט קאסט לכה"פ $1,500.
די פרעסעריי וואס קומט דארט פאר איז אין לשער, די איינציגסטע חסידות ווואס נעמט ארויס די מענער פאר א night out
די פארטי קומט פאהר אין <a class="postlink" href="http://www.therockleigh.net">http://www.therockleigh.net</a>

איך זעה אויף די מודעה אז ס'איז אויך פאר פרויען

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:14 pm

· #192379
בארא פארקער
היינט נאכט קומט פאר א פוירישע פארטי פאר באבוב 48. די פארטי איז אין נוא זערסי אין איינטריט קאסט לכה"פ $1,500.
די פרעסעריי וואס קומט דארט פאר איז אין לשער, די איינציגסטע חסידות ווואס נעמט ארויס די מענער פאר א night out
די פארטי קומט פאהר אין <a class="postlink" href="http://www.therockleigh.net">http://www.therockleigh.net</a>

קודם פארוואס פויעריש? אפשר טייערע!
זיי באקומען א נייט אוט ווייל זיי האבן נישט א כינוס כלל ישראל אויך נישט א צניעות אסיפה אין אפילו נישט א גיוס צוזאמקום פליז פארגין זיי עס! יישר כח

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:15 pm

· #192380
רויטע וואנצעס
זיי זענען געקומען מיט א טענה, פארוואס נאר די רבי? האט מען עס געמוזט טאן.

עס איז דויך די זעלבע רבי!!!

לעמיל » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:33 pm

· #192393
היינט נאכט קומט פאר די גרויסארטיגע חתונה בבית שלעפשיץ

יין שרף » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:34 pm

· #192395
?

לעמיל » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:39 pm

· #192402
יין שרף
?

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21869">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21869</a>

בארא פארקער » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:48 pm

· #192605
לית דין בר נש
קודם פארוואס פויעריש? אפשר טייערע!
זיי באקומען א נייט אוט ווייל זיי האבן נישט א כינוס כלל ישראל אויך נישט א צניעות אסיפה אין אפילו נישט א גיוס צוזאמקום פליז פארגין זיי עס! יישר כח

זאג דו פויעריש אדער טייער?
📎 845368405.jpg 📎 845368450.jpg 📎 Bjh0ScyIIAEvkZO.jpg 📎 Bjh9CjIIYAA062K.jpg

בארא פארקער » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:51 pm

· #192606
נאך
📎 Bjhoj5hIYAAsC6g.jpg 📎 BjhqooNIEAAB__f.jpg 📎 BjhrdJwIIAA5bW2.jpg 📎 BjhrmnMIgAELvtD.jpg

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:51 pm

· #192607
איך ווער א בבובער!

בארא פארקער » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:52 pm

· #192608
נאך
📎 BjiV2qSIcAAggBP.jpg

שפתים ישק » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:32 pm

· #192613
שפתים קישאקTM!

בארא פארקער » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:41 pm

· #192617
טרייב נישט איבער. קיינער האט נישט גערעדט וועגען וואטשען שמוציגע ווידיאוס וגו'
אבער אזא פרעסעריי וואס איך האב געהערט וואס איז דארט געווען, אין די גאנצע ארויס פארן קיין נוא זערסי צו א גויאשע זאל איז פאויעריש אין מיינע אויגן.
כאילו ס'איז נישט דא קיין אידישע אדער אפי גוישע גרויסע זאלן אין נו יארק.

כ'בין נישט באקאנט אבער כ'מיין אז ס'איז נישט דא נאך א חסידות וואס טוט אזאנעס.
אבער די אמת איז עטץ זענטץ אייביג אנדריש, נו מה נשתנה?

דריידל » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:57 pm

· #192620
בכלליות האב איך נישט ליב די געפיראכץ פון באבוב 48, אבער איך מיז זיי קאנגראדיאלירן (דער וואס פארשטייט נישט די ווארט קען בעטן @אנאנים נאכציקוקן אין דער איד תשכ"ב) אז זיי פייפן זיך אריין אין די וועלט און לעבן נישט מיט א פחד פון מה יאמרו הבריות. זיי טיען וויאזוי זייער רב פארשטייט איז אויסגעהאלטן און דרייען זיך נישט אויס צו זעהן וואס די גאס זאגט.

זיי האבן זיכער געוויסט פון פאראויס אז זייערע שונאים וועלן מאכן אן עסק פון אזא לעוויש פארטי אבער זיי דערשרעקן זיך נישט. זיי זאגן אפען: מיר זענען א מער מאדערענע סארט חסידות און וועם עס געפעלט נישט זאל וויסן אז מ'דארף אים נישט צו מנין.

בארא פארקער » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:01 pm

· #192621
יא יא דריידל גערעכט, אבער זיי ווילן זיך אהער שטעלען אלץ א פרומע חסידות, טאמער וועסטו זעהן פון די נאנט ווי זייי פיהרן זיך.
ער הייסט די בחורים אנטוען שווארצע זאקן, מיידלעך רעדן אידיש, נישט רעדן ביים דאוונען וגו'
ער וויל פון ביידע וועלטן

טיטאניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:16 pm

· #192622
בארא פארקער
יא יא דריידל גערעכט, אבער זיי ווילן זיך אהער שטעלען אלץ א פרומע חסידות, טאמער וועסטו זעהן פון די נאנט ווי זייי פיהרן זיך.
ער הייסט די בחורים אנטוען שווארצע זאקן, מיידלעך רעדן אידיש, נישט רעדן ביים דאוונען וגו'
ער וויל פון ביידע וועלטן

און עס באדערט דיר? נעמט דיר עפעס צי?
איך האב אויך א בויך מיט קריטיג אויף עם און זיין קהילה, אבער ווען ער איז גיט איז ער גיט
סתם אראפ צי רייסען אין די וועלט אריין האט נישט קיין זין
עס איז א פראכטפילער אווענט, און איך דאווען אז מיין קהילה זאל עס אויך מאכען בקרוב במהרה שמעקט מיר זייער

טיטאניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:17 pm

· #192625
בארא פארקער
טרייב נישט איבער. קיינער האט נישט גערעדט וועגען וואטשען שמוציגע ווידיאוס וגו'
אבער אזא פרעסעריי וואס איך האב געהערט וואס איז דארט געווען, אין די גאנצע ארויס פארן קיין נוא זערסי צו א גויאשע זאל איז פאויעריש אין מיינע אויגן.
כאילו ס'איז נישט דא קיין אידישע אדער אפי גוישע גרויסע זאלן אין נו יארק.

כ'בין נישט באקאנט אבער כ'מיין אז ס'איז נישט דא נאך א חסידות וואס טוט אזאנעס.
אבער די אמת איז עטץ זענטץ אייביג אנדריש, נו מה נשתנה?

ביסט שטארק הינגעריג? איך אויך!
אבער א ערוואקסענע מענטש האקט נישט אבי אין די וועלט אריין בלויז ווייל די הינגער קיטשעט עם און די קנאה ברענט
מיר הינגערט אויך און איך בין זיי אויך מקנה, אבער אנשטאט האקען אויף א שיינע זאך לויף איך היינט אין רעסטוראנט פאר א רייכער סאפער צי ווייזען אלע 48טערס אז איך קען אויך!!!!!
😂

שפתים ישק » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:23 pm

· #192627
שפתים קישאקTM!
בלאט: 1 2 3