Bobov & Bobov
518 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1223
sunbarמשה רוקחזר זהבקען איינער בכלל מסביר זיין די מחלוקה? אין א נאטשעל פארשטיי איך נישט פארוואס איינער זאל אוועקגיין פון די מעין סינאגאגע, פון א האלבארשטאם צו א אונגאר אין גלות. נישט אז איך נעם א צד. כ'וויל פשוט פארשטיין.
האסט אמאל געהערט פון אזא זאך ווי א יורש?
איז געוועהן א באבובער רב וואס האט געהייסן ר' שלמה (בעל עטרת שלמה). ווען ער איז נפטר געווארן איז די רביסטווע אריבער צו זיין זוהן ר' בן ציון (בעל קדושת ציון הי"ד). דערנאך איז עס אריבער צו זיין זוהן ר' שלמה (בעל כרם שלמה). ווען ער איז אוועק איז די רביסטווע אריבער צו זיין זוהן ר' נפתלי צבי און ווען ער איז נפטר געווארן, אזויווי ער האט נישט געהאט קיין זין, איז עס אריבער צו זיין איידעם.
קומט דער מהר"ש השני'ס צווייטע זוהן ר' בן ציון ארי' ליבוש און שרייט אז ס'קומט זיך אים די רביסטווע ווייל ער איז א זוהן (פון ר' שלמה - דער פריערדיגער רב ז"ל). זעהט אויס ער האט פארגעסן אז זיין ברודער האט עס שוין גע'ירשנ'ט און ס'גייט דערנאך צו זיינע קינדער - נישט צוריק ארויף צו זיין טאטע'ס קינדער.
פארשטייסט?
ביסטו געזעצן ווען מען האט באשלאסן אויפצונעמען א "רב הצעיר"? ביי מיר מיינט דאס אז עס האט געמיינט אז ער וועט ווערן די נעקסטע רבי. איך האב אזוי געהערט פון מענטשן פון 45 בערך 10 יאר צוריק. שפעטער ווען זיי האבן באשלאסן צו האלטן די רביסטווע, האבן זיי געטוישט די ניגון... זיי האבן אויפגענומען א רב הצעיר ווייל זיי האבן געוויסט אז רבי נפתלי זי"ע קען שוין נישט האבן קיין קינדער.
סאנבאר, איך הער וואס דאס מיינט ביי דיר. אבער ביי קרוב צו האלב באבוב'ער חסידים האט עס נישט געמיינט אזוי, און ביי בי"ד מיינט דאס אויך נישט דאס. און איך וועל דיר זאגן נאך מער. איך קען געוויסע באבוב'ער אידן ביי וועמען דאס רב הצעיר'שאפט האט גאר געמיינט אז ר' נפתלי איז ניטאמאל רבי, נאר פשוט אז ר' בנציון לאזט אים טראגן דעס טיטל פאר אפאר יאר ביז ער גייט נפטר ווערן...
sunbarהדד בן בדדיעצט הער איך (און איך האב עס קאמפוירמד אין באבוב) אז עס איז שוין דא א האלבער פסק, אדער אפשר גאר איז עס שוין א דרייפערטל פסק, נאר בית דין האט עס נאך נישט ארויסגעגעבן אין גאס, ווייל עס איז נאך נישט פיינעלייזד.
דאס הייסט אזוי. בית דין האט מודיע געווען פאר די צדדים אז זיי נעמען אן דעם טענה פון ירושה פרטית און דאס מיינט דעריבער אז צד 45 האט אלע רעכטן זיך צו רופן באבוב, און צו דעם קומט זיי געהעריג פולע פופציג פראצענט פון אלעס וואס באבוב פארמאגט, אריינגערעכנט קעש, חפצים און ריעל עסטעיט.
יעצט האט בית דין געזאגט פאר די צדדים אזוי: נעמענדיג דאס אין באטראטכט, פרובירט אייך אויסצוקומען צווישן זיך אזוי אז איר זאלט ביידע זיין צופרידן. אויב ביז א געוויסן דאטום (וואס איך בין נישט קלאר ווען דאס איז) גייט מען זיך נישט קענען אויסקומען צווישן זיך, דאן גייט בית מאכן סדר און זיי וועלן טיילן פופציג פופציג אזוי ווי זיי ווילן.
עד כאן האב איך קאנפירמד.
איך האב געפרעגט אין באבוב. קיינער ווייסט נישט פון דעם צו זאגן. וויאזוי ווייסטו אזוי גוט די נייעס?
פון ווי איך ווייס גיי איך דיר נישט זאגן, אבער איך ווייס. און דו ביסט קלאר נישט מחויב מיר צו גלייבן. פון מיין זייט קענסטו זאגן אז איך ספין. עמער ווארטן נאך אביסל צייט. מיר ווארטן אלע שוין איבער זיבן יאר, וועט מען ווארטן נאך אביסל און דערנאך וועמער זעהן.
(ס'קען אויך זיין אז דו האסט נישט געפרעגט די ריכטיגע מענטשן, אדער אז דו האסט נישט געוואלט הערן, אדער אז די ביי וועמען דו האסט געפרעגט האבן נישט געוואלט הערן...)
sunbarשנאה טוט אסאך...
זר'ל, איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער אלע עלטערע יודן וואס זייערע אייניקלעך זענען געגאנגען צו 45 זענען געווען מורא'דיג בייז. זיי האבן געדענקט וואס עס איז געווען אינדערהיים בעפאר די קריג. רבי מרדכי דוד איז געווען א זון פון רבי יעקב יצחק וואס איז געווען א זון פון רבי בן ציון. דער רבי בן ציון האט געוואוינט אין צאנז און ער האט געפירט א גרויסע קאמף קעגן באבוב דארט.
יעצט פארשטייסטו פארוואס עס באדערט די אלטע יודן אזוי?
אינטערעסאנט, מהר"ש השני האט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך משדך זיין מיט איינעם וועלכער האט געפירט א קאמפף קעגן באבוב, און דערצו נאך האלטן אזא דרשה ביים שידוך... נישט קיין וואונדער מען האט נישט אזוי געהאלטן פון אים אין סאטמאר...
זר זהבהדד בן בדדזר זהבקען איינער בכלל מסביר זיין די מחלוקה? אין א נאטשעל פארשטיי איך נישט פארוואס איינער זאל אוועקגיין פון די מעין סינאגאגע, פון א האלבארשטאם צו א אונגאר אין גלות. נישט אז איך נעם א צד. כ'וויל פשוט פארשטיין.
וואס פאר א הסבר פעלט דא אויס? א רבי איז נפטר געווארן און די חסידים זענען צוטיילט צווישן צוויי ממלאי מקום. אין סאטמאר האסטו עס פארשטאנען? אין תולדות אהרן האסטו עס פארשטאנען? אין וויזניץ האסטו עס פארשטאנען? דא איז גארנישט אנדערש.
און אפילו אן פארשטיין. דער מציאות איז אז אונגאר איז אוועק געגאנגען אין גלות, און מיטגענומען קרוב צו האלב באבוב. אפילו ללויט די קלענסטע נומערן אין בית דין האט אונגאר מער וווי א דריטל, הלא דבר הוא, דאס ווייזט דאך אז די באבוב'ער, די וועלכע זענען פאקטיש אין דעם מצב און ווערן אפעקטירט דורך דעם, זיי פארשטייען עס יא.
אויב אבער דו ווילסט דוקא הסברים, קען איך דיר דאס געבן.
ס'נישט קיין פארגלייך צו סאטמאר. אין סאטמאר זענען ביידע רבי'ס "טייטעלבוים'ס", ביידע קינדער פונעם זעלבן טאטן. ביידע קינדער זענען געבליבן מיט ריזיגע בתי מדרשים, קיינער אינישט אין גלות. ועוד ועוד
און וואס איז מיט דעם דריטן רבי'ן אין סאטמאר וועלכער הייסט דוקא האלבערשטאם און נישט טייטעלבוים?
אהרן איז געבליבן מיטן בית מדרש אין וויליאמסבורג און זלמן אין קרית יואל, ביידענס חסידים זענען אין דעם אנדערן שטאט געגאנגען אין גלות ביז זיי האבן זיך מסדר געווען. און די באבוב'ער האבן זיך אויך פיין מסדר געווען מיט א גרויסן בית מדרש.
[quote="sunbar"][quote="משה רוקח"][quote="sunbar"
סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וועלכע רב הצעיר איז למעשה נישט געווארן די רבי?[/quote][/quote]
סתם פאר אינטערעסאנטקייט וועל איך דיר געבן צוויי וועלכע האבן צום סוף נישט ממלא מקום געווען:
אין זענטא און אין סעמיהאלי (סעמיהאי). גיי פרעג זיך נאך פארוואס...
אוהב ספריםס"ה איז דאס לעת עתה בגדר משאלת הלב, ספינען פון בית 45, עס איז בכלל נישט דא קיין קראנטע ענינים, אדרבה לפי ידיעתי איז די נושא פון די נאמען נאך נישט ארויף לדיון סופי, פאר שבת האט מען גמאכט די החלטות לגבי די טענה פון צד מהרמ"ד אודות קהלה שפרשה.
אדרבה, פארצייל וואס דו ווייסט (אזוי ווי איך האב געטאן) וואס זענען געווען די טענות פון צד מהרמ"ד אודות קהלה שפרשה, און וואספארא החלטות האט מען געמאכט איבער דעם?
sunbarאון אין אזא פאל, איז עס געווען ידוע אז ער וועט ווערן רבי. שוין אלס קליין קינד האט מען עס געזאגט. יעדער האט געוואוסט אז רבי נפתלי וועט שוין נישט קענען האבן קיין קינדער צוליב א סיבה וואס באלאנגט נישט דא אין א אפענע פלאץ...
מורא'דיגע טענה טאקע, אלס קינד האט מען עס שוין געוואוסט. די חכמה האב איך שוין געהערט פון ר' ברוך אברהם פאר די וואלן. פאר סאם ריזען האט דער עולם מיט בית דין דאס נישט אנגענומען...
sunbarאגב, פארוואס איז די אינגערע איידעם געווארן רבי?
זאג נישט אז רבי יהושע האט געלאזט, ווייל ווען יא, וואלט זיין זון נישט פארפירט אזוי...
אגב, פארוואס איז נישט מקוים געווארן די נביאות'ן וואס מען האט געזאגט ביים רב'ס פרייטאג צו נאכטס טיש, אז דער סדר פון רב רבי ביי צד 45 וועט נישט אנהאלטן קיין פיר וואכן? עס איז שוין פיר וואכן?
און הער, איך זאג דיר יא אז ר' יהושע האט אזוי געוואלט, ווייל איך קאן אים גוט, און ער ווייסט וואס ער קען און וואס ער קען נישט.
(נעם זיך עס אריין אין קאפ, נישט יעדער איז קראנק פאר כבוד)
הדד בן בדדsunbarשנאה טוט אסאך...
זר'ל, איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער אלע עלטערע יודן וואס זייערע אייניקלעך זענען געגאנגען צו 45 זענען געווען מורא'דיג בייז. זיי האבן געדענקט וואס עס איז געווען אינדערהיים בעפאר די קריג. רבי מרדכי דוד איז געווען א זון פון רבי יעקב יצחק וואס איז געווען א זון פון רבי בן ציון. דער רבי בן ציון האט געוואוינט אין צאנז און ער האט געפירט א גרויסע קאמף קעגן באבוב דארט.
יעצט פארשטייסטו פארוואס עס באדערט די אלטע יודן אזוי?
אינטערעסאנט, מהר"ש השני האט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך משדך זיין מיט איינעם וועלכער האט געפירט א קאמפף קעגן באבוב, און דערצו נאך האלטן אזא דרשה ביים שידוך... נישט קיין וואונדער מען האט נישט אזוי געהאלטן פון אים אין סאטמאר...
ער האט זיך נישט משדך געווען. איך קען שוין נישט ענטפערן ווייטער, ווייל איך וויל נישט בטעות פוגע כבוד זיין אין קיין כבוד פון קיין שום רבי. איך פארגין 45 צו באקומען האלב אויך, און דא בלייב איך שטיין...
יעדע זאך וואס דו זאגסט (Sunbar) איז וואס מען זאגט אין 48 און רוב דערפון זענען נישט אמת. איך האב קרובים וואס שרייען חי וקים אז 45 האט נישט מער ווי הונדערט מענטשן. זיי זענען נאך קיינמאל בכלל נישט אריין אין 45 צו זעהן וואס טוט זיך דארט.
אזויווי איינער האט געבעטן אויפצוהערן מיט דעם היידפארק אשכול וועל איך דיר דזשוינען און סטאפן דא.
משה רוקחיעדע זאך וואס דו זאגסט (Sunbar) איז וואס מען זאגט אין 48 און רוב דערפון זענען נישט אמת. איך האב קרובים וואס שרייען חי וקים אז 45 האט נישט מער ווי הונדערט מענטשן. זיי זענען נאך קיינמאל בכלל נישט אריין אין 45 צו זעהן וואס טוט זיך דארט.
אזויווי איינער האט געבעטן אויפצוהערן מיט דעם היידפארק אשכול וועל איך דיר דזשוינען און סטאפן דא.
זייט ווען איז דאס א מהלך? אז דו ווילסט אז עס זאל נישט זיין היידפארק סטייל אדרבא זיי משפיע פון דיין חכמה און ידיעות און גלייב מיר יעדער וועט ארויס גיין צופרידען איך בין זייער נייגעריג צו וויסען די פרטים פון ביידע צדדים אין א כנארעלאגישען סדר און פין א רואיגען קוק וואונקעל
איך זע נישט וואס איז שווער צו פארשטיין, דא איז געווען איין רבי וואס די רביסט'ווע האט ליידער צוליב זיין מצב הבריאות נישט צו לאנג געהאלטן, שטארק מסתבר אז ווען ער ציט ווען אן נאך צוויי דריי יאר וואלט דער ברודער זיינער געדארפט דינגען בית יעקב, נאר ס'האט זיך אזוי געפירט אז ס'איז געלונגען פאר די ברודער'ס חסידים צו זרק'ענען דעם איידעם פון אלטן רבי'ן, א הסכם פון 50/50 קוקט אויס גאר יושר'דיג און אלע צדדים דארפן זיין צופרידן דערפון.
אויף אלע בניניםאויב סאיז פיפציג אויף פיפציג וויאזוי האט איינער געהאט די גענצליכע אויבערהאנט?
גוטזאגעראויף אלע בניניםאויב סאיז פיפציג אויף פיפציג וויאזוי האט איינער געהאט די גענצליכע אויבערהאנט?
הדא היא דכתיב כל דאלים גבר.
קפנדריאאיך זע נישט וואס איז שווער צו פארשטיין, דא איז געווען איין רבי וואס די רביסט'ווע האט ליידער צוליב זיין מצב הבריאות נישט צו לאנג געהאלטן, שטארק מסתבר אז ווען ער ציט ווען אן נאך צוויי דריי יאר וואלט דער ברודער זיינער געדארפט דינגען בית יעקב, נאר ס'האט זיך אזוי געפירט אז ס'איז געלונגען פאר די ברודער'ס חסידים צו זרק'ענען דעם איידעם פון אלטן רבי'ן, א הסכם פון 50/50 קוקט אויס גאר יושר'דיג און אלע צדדים דארפן זיין צופרידן דערפון.
מסכים מיט דיר אויף הונדערט פראצענט.
הדד, קודם כל דו האסט מיר בכלל נישט ווייגעטוהן. היות איך האב נישט קיין פערזענליכע בליק אין באבוב. איך באלאנג צו א צווייטע חסידות, אבער איך האב חברים קרובים און ידידים און ביידע פלעצער, און איך פאר מיר בין נוטה צו צד 48.
אויב צד 48 פארלירט גענצליך די דין תורה אפעקטירט עס מיר נישט קיין כי הוא זה, איך דאוון נישט אין באבוב, איך שיק נישט די קינדער אהין, איך גיי אויף שמחות צו ביידע פלעצער.
אלזא, יישר כח פארן פיוס, ואם אינו ענין לכאן תנהו לענין אחר....
יעצט לענין וואס דו האסט פריער געשריבן אז לויט די קלענסטע נומערן אין בי"ד האבן זיי ארויסגענומען היבש מער ווי א דריטל, אין די קונטרס וואס צד 45 האט ארויסגעגעבן, שטייט דארט די עמטליכע נומערן וואס בי"ד האט אנגענומען אלס 30 מיט א משהו פראצענט. זיי דינגן זיך טאקע דערויף, מיט גאנצע חשבונות, פון משפחה, מיט שואגים בשקט וכו' וכו', אבער לאמיר דאס קלארשטעלן, וואס די נומערן וואס בי"ד האט אנגענומען, דא אין אפיס האב איך נישט די קונטרס מיט מיר, דאכט זיך מיר די נאמען איז הכר נא למי החותמת ולמי....
(איך האב אוועקגעלייגט ליטעראטור פון פארשידענע קהלה מחלוקת'ן... לאו דוקא באבוב.)
איך האב לעצטענס גידאווענט ביי רב״צ אין זיך אזוי ארום געקוקט זעה איך די דורות פין די בחורים אין יינגעלייט אין איך האב מיר אזוי געטראכט אז די לעצטע 8 יאהר האט מען זיי געפיטערט אז רמ״ד איז א פרעמדע, נישט באבוב, ס׳קומט איהם גאהרנישט, מ׳האט איהם בדין ארויסגעווארפן, ער האט קוים א הונדערט חסידים וכו׳ - אין יעצט וועט קומען א פסק דין וואס וועט געבן לעגיטימאציע פאר רמ״ד , ער וועט זאגן פאר רב״צ גיב צוריק וואס די האסט געכאפט, זיי מעגן זיך רופן באבוב אזוי ווי דיר, וכדומה . וואס וועלן זיי זאגן פאר זייערע חסידים? 8 יאהר האט מען זיך ביטער געשלאגן, מען האט מיט יעדן רבין געשפילט פאליטיק, מען האט זיי קיין איין בילדינג נישט געלאזט ניצן, אין דא זאגט בי״ד אז ער א מחותן אין באבוב פינקט ווי די רב רב״צ? וויאזוי וועלן זיי דאס עסן? דאס וועט דאך אינטערברענגען זייער גאנצע יסוד פין רביסטיווע! אזוי האב איך מיר געטראכט. וואס זאגן ענק?
מיר זאגן, שלום עליכם ר' משה'לע באבוב'ער!
שמעקעדיגמיר זאגן, שלום עליכם ר' משה'לע באבוב'ער!
👍
משולם שטיינפעלדהדד, קודם כל דו האסט מיר בכלל נישט ווייגעטוהן. היות איך האב נישט קיין פערזענליכע בליק אין באבוב. איך באלאנג צו א צווייטע חסידות, אבער איך האב חברים קרובים און ידידים און ביידע פלעצער, און איך פאר מיר בין נוטה צו צד 48.
אויב צד 48 פארלירט גענצליך די דין תורה אפעקטירט עס מיר נישט קיין כי הוא זה, איך דאוון נישט אין באבוב, איך שיק נישט די קינדער אהין, איך גיי אויף שמחות צו ביידע פלעצער.
אלזא, יישר כח פארן פיוס, ואם אינו ענין לכאן תנהו לענין אחר....
יעצט לענין וואס דו האסט פריער געשריבן אז לויט די קלענסטע נומערן אין בי"ד האבן זיי ארויסגענומען היבש מער ווי א דריטל, אין די קונטרס וואס צד 45 האט ארויסגעגעבן, שטייט דארט די עמטליכע נומערן וואס בי"ד האט אנגענומען אלס 30 מיט א משהו פראצענט. זיי דינגן זיך טאקע דערויף, מיט גאנצע חשבונות, פון משפחה, מיט שואגים בשקט וכו' וכו', אבער לאמיר דאס קלארשטעלן, וואס די נומערן וואס בי"ד האט אנגענומען, דא אין אפיס האב איך נישט די קונטרס מיט מיר, דאכט זיך מיר די נאמען איז הכר נא למי החותמת ולמי....
(איך האב אוועקגעלייגט ליטעראטור פון פארשידענע קהלה מחלוקת'ן... לאו דוקא באבוב.)
קאן זיין, איך האב נישט געליינט דעם קונטרס, און קען זיין דו ביסט גערעכט. אבער יודל גרובערס דרשה אין 48, פאר די וואלן האב איך יא געהערט. ער האט דארט געזאגט אין זייער קלארע דיבורים, באופן דלא משתמעי לתרי אנפין, אז אויב 45 ברעכט דעם 30 פראצענט מארק, דאן זענען מיר אויף צרות. און דאס זעה איך האט בית דין אנגענומען אפילו לויט דיר.
הדד בן בדדטעפלעפעס א באבעבער קען קענפמירן???
און אויב איינער דא וועט דיר זאגן ער איז א באבוב'ער און ער קאנפוירמד וועסטו דעמאלס וויסן קלאר אז איך האב געזאגט דעם אמת? קאל אליינס אן אפאר באבוב'ער (אזוי ווי איך האב געטאן), און אויב דו האסט דארט איינעם אין די הויכע פענסטער איז נאך בעסער, און פרעג.
שכוח, אזוי האב איך טאקע געטוהן...אזוי ווי אלעמאל ביסטו גערעכט....
moshe613איך האב לעצטענס גידאווענט ביי רב״צ אין זיך אזוי ארום געקוקט זעה איך די דורות פין די בחורים אין יינגעלייט אין איך האב מיר אזוי געטראכט אז די לעצטע 8 יאהר האט מען זיי געפיטערט אז רמ״ד איז א פרעמדע, נישט באבוב, ס׳קומט איהם גאהרנישט, מ׳האט איהם בדין ארויסגעווארפן, ער האט קוים א הונדערט חסידים וכו׳ - אין יעצט וועט קומען א פסק דין וואס וועט געבן לעגיטימאציע פאר רמ״ד , ער וועט זאגן פאר רב״צ גיב צוריק וואס די האסט געכאפט, זיי מעגן זיך רופן באבוב אזוי ווי דיר, וכדומה . וואס וועלן זיי זאגן פאר זייערע חסידים? 8 יאהר האט מען זיך ביטער געשלאגן, מען האט מיט יעדן רבין געשפילט פאליטיק, מען האט זיי קיין איין בילדינג נישט געלאזט ניצן, אין דא זאגט בי״ד אז ער א מחותן אין באבוב פינקט ווי די רב רב״צ? וויאזוי וועלן זיי דאס עסן? דאס וועט דאך אינטערברענגען זייער גאנצע יסוד פין רביסטיווע! אזוי האב איך מיר געטראכט. וואס זאגן ענק?
א פסק ברענגט גארנישט אונטער, יעדער גייט נאר פרעגן איין שאלה
פארוואס האט בי"ד נישט געקענט פסק'נען אזא פשוטע בעל בתי'שע דין תורה פאר 8 יאר צוריק(דיסקלעימער: איך האב גארנישט מיט קיין איין באבוב)
שרייבערmoshe613איך האב לעצטענס גידאווענט ביי רב״צ אין זיך אזוי ארום געקוקט זעה איך די דורות פין די בחורים אין יינגעלייט אין איך האב מיר אזוי געטראכט אז די לעצטע 8 יאהר האט מען זיי געפיטערט אז רמ״ד איז א פרעמדע, נישט באבוב, ס׳קומט איהם גאהרנישט, מ׳האט איהם בדין ארויסגעווארפן, ער האט קוים א הונדערט חסידים וכו׳ - אין יעצט וועט קומען א פסק דין וואס וועט געבן לעגיטימאציע פאר רמ״ד , ער וועט זאגן פאר רב״צ גיב צוריק וואס די האסט געכאפט, זיי מעגן זיך רופן באבוב אזוי ווי דיר, וכדומה . וואס וועלן זיי זאגן פאר זייערע חסידים? 8 יאהר האט מען זיך ביטער געשלאגן, מען האט מיט יעדן רבין געשפילט פאליטיק, מען האט זיי קיין איין בילדינג נישט געלאזט ניצן, אין דא זאגט בי״ד אז ער א מחותן אין באבוב פינקט ווי די רב רב״צ? וויאזוי וועלן זיי דאס עסן? דאס וועט דאך אינטערברענגען זייער גאנצע יסוד פין רביסטיווע! אזוי האב איך מיר געטראכט. וואס זאגן ענק?
א פסק ברענגט גארנישט אונטער, יעדער גייט נאר פרעגן איין שאלה
פארוואס האט בי"ד נישט געקענט פסק'נען אזא פשוטע בעל בתי'שע דין תורה פאר 8 יאר צוריק(דיסקלעימער: איך האב גארנישט מיט קיין איין באבוב)
אויף דעם רויטן ליין האב איך ליידער נישט וואס צו ענטפערן. און דעם שאדן וואס דאס האט געברענגט זעה איך אויך נישט קיין וועג צוריק צו דרייען.
נו! וואס נעמט שוין ווייטער אזוי לאנג? מ'ציהט אויס די געהירען פונעם עולם, לאמיר זעהן א ענדגילטיגע פסק און אויס מיט אלע איבעית אימא'ס און אם תמצא לומר'ס....
אויף טוויטער ווייסט מען צו זאגן פון א פסק אין באבוב. עס איז נכסי פרטי, אלעס האט געהערט פאר מהר"ש, ממילא קענען זיך ביידע רופן באבוב, און די בנינים איז 50/50.
לויט די וואס אינפארמירן עס זעהט עס נישט אויס צו זיין צו קראנט.
וועלכע טוויטער גרופעס זאגן דאס?
משה רוקחוועלכע טוויטער גרופעס זאגן דאס?
<a class="postlink" href="https://twitter.com/ES108">https://twitter.com/ES108</a>
Breaking! just in: Bobov Psak: its Nechse Prutee of R' Shlomo and buildings 50-50, both sides could call them selfs Bobov!
a1b2משה רוקחוועלכע טוויטער גרופעס זאגן דאס?
<a class="postlink" href="https://twitter.com/ES108">https://twitter.com/ES108</a>
Breaking! just in: Bobov Psak: its Nechse Prutee of R' Shlomo and buildings 50-50, both sides could call them selfs Bobov!
איך וואלט ענדערש געזאגט אז זיי האבן עס גענומען פון דא.
וואס זאגט 48 לגבי די דין תורה ?
אז ס'נישט אמת ....
איך האב מיך נאך געפרעגט אין 48 ,זיי שמוסן בדרך ספק ,10 מיליאן אין א צינאמען פאר 45.
איך האב יעצט געהערט פון א קראנטע מקור אז ס'נישט דא קיין שום האפט אין דעם. נישטא קיין פסק.
ונזכה ונחי' ונראה. איך האב געווארט זיבן יאר, איך וועל ווארטן נאך אביסל. נישט געפערליך. איך גיי סייווי נישט פארדינען אדער געווינען סיי וואס. איך האב געדולד.
הדד בן בדדונזכה ונחי' ונראה. איך האב געווארט זיבן יאר, איך וועל ווארטן נאך אביסל. נישט געפערליך. איך גיי סייווי נישט פארדינען אדער געווינען סיי וואס. איך האב געדולד.
דו האלטסט אז צד 45 גייט גארנישט באקומען........?
איך בין נישט צד 45
כ'פארשטיי נישט פארוואס 50/50?
ר' בנציון דארף האבן 50
ר' נפתלי 50, און פון דעם ווערט 25 ר' מרדכי דוד, און 25 ר' יהושע רובין
אזוי פארשטיי איך.
אפשר נאך פירען 8 יאהר א דין תורה טראכט מען אנדערשט
לאמיר זאגן הדד האט א ברודער וואס האט נאר טעכטער... נאך די 120 האט ער איבערגעלאזט א ירושה פון 1.7 ביליאן דאללער.
ע'פ 'הלכה', ווער באקומט דאס?
ביטע נישט ענטפערן פארדרייטע תירוצים. איך פרעג פשוט הלכה...
sunbarלאמיר זאגן הדד האט א ברודער וואס האט נאר טעכטער... נאך די 120 האט ער איבערגעלאזט א ירושה פון 1.7 ביליאן דאללער.
ע'פ 'הלכה', ווער באקומט דאס?
ביטע נישט ענטפערן פארדרייטע תירוצים. איך פרעג פשוט הלכה...
די טעכטער באקומען דאס.
sunbarלאמיר זאגן הדד האט א ברודער וואס האט נאר טעכטער... נאך די 120 האט ער איבערגעלאזט א ירושה פון 1.7 ביליאן דאללער.
ע'פ 'הלכה', ווער באקומט דאס?
ביטע נישט ענטפערן פארדרייטע תירוצים. איך פרעג פשוט הלכה...
דו ווילסט איך זאל ענטפערן על רגל אחת.
פאר גרעסערע פון מיר האט עס גענומען יאאאאאאאאאאאארן
הדד בן בדדsunbarלאמיר זאגן הדד האט א ברודער וואס האט נאר טעכטער... נאך די 120 האט ער איבערגעלאזט א ירושה פון 1.7 ביליאן דאללער.
ע'פ 'הלכה', ווער באקומט דאס?
ביטע נישט ענטפערן פארדרייטע תירוצים. איך פרעג פשוט הלכה...
די טעכטער באקומען דאס.
ביסט א נאר. וואלטסט געקענט זיין א גרויסע גביר.
הדד בן בדדsunbarלאמיר זאגן הדד האט א ברודער וואס האט נאר טעכטער... נאך די 120 האט ער איבערגעלאזט א ירושה פון 1.7 ביליאן דאללער.
ע'פ 'הלכה', ווער באקומט דאס?
ביטע נישט ענטפערן פארדרייטע תירוצים. איך פרעג פשוט הלכה...
די טעכטער באקומען דאס.
אויב ס'זיין געלט, אבער אויב ס'נכסי ציבור באקומט דאס די(עומדים על) ציבור.
outspokenהדד בן בדדsunbarלאמיר זאגן הדד האט א ברודער וואס האט נאר טעכטער... נאך די 120 האט ער איבערגעלאזט א ירושה פון 1.7 ביליאן דאללער.
ע'פ 'הלכה', ווער באקומט דאס?
ביטע נישט ענטפערן פארדרייטע תירוצים. איך פרעג פשוט הלכה...
די טעכטער באקומען דאס.
אויב ס'זיין געלט, אבער אויב ס'נכסי ציבור באקומט דאס די(עומדים על) ציבור.
איך פרעג וועגן סתם א מענטש. איך האלט אין די גמרא ביי די מעשה פון די בנות צלופחוד.
און אויב די 1.7 ביליאן דאללער וואס הדד האט, קומט בירושה פון זיין טאטן וואס מען האט נישט צוטיילט, גייט עס צו זיינע טעכטער אדער זיין ברודער באקומט זיין חלק???
דרך אגב, לגבי באבוב, איז דאס לשיטת 48 נאר נוגע לגבי די פערזענליכע חפצים פון מהר"ש. די קהלישע בנינים באלאנגט פאר מלכות באבוב.
איידי דכתבינן, פאלט מיר איין, די בנינים וואס באבוב האט איבער די גארער וועלט איז א חלק פון די סכסוך, אדער יעדער איינער האט מה שתפס???
משולם שטיינפעלדאון אויב די 1.7 ביליאן דאללער וואס הדד האט, קומט בירושה פון זיין טאטן וואס מען האט נישט צוטיילט, גייט עס צו זיינע טעכטער אדער זיין ברודער באקומט זיין חלק???
דרך אגב, לגבי באבוב, איז דאס לשיטת 48 נאר נוגע לגבי די פערזענליכע חפצים פון מהר"ש. די קהלישע בנינים באלאנגט פאר מלכות באבוב.
איידי דכתבינן, פאלט מיר איין, די בנינים וואס באבוב האט איבער די גארער וועלט איז א חלק פון די סכסוך, אדער יעדער איינער האט מה שתפס???
בלויז די בארא פארקער בנינים און מוסדות.
פארוואס טאקע?
ממה נפשך אויב איז גאנץ באבוב די נכסים פון מהרנ"ץ זאלן לוקחי בנותיו עס פאדערן, ווידער אויב גאנץ באבוב איז נכסי קהל שערי ציון, און עס איז נישט נכסי פרטי, וואספארא רעכט האבן אנשי מהרב"צ אויפצוגעבן אויף נכסי ציבור וואס געפינט זיך נישט אין בארא פארק?
משולם שטיינפעלדפארוואס טאקע?
ממה נפשך אויב איז גאנץ באבוב די נכסים פון מהרנ"ץ זאלן לוקחי בנותיו עס פאדערן, ווידער אויב גאנץ באבוב איז נכסי קהל שערי ציון, און עס איז נישט נכסי פרטי, וואספארא רעכט האבן אנשי מהרב"צ אויפצוגעבן אויף נכסי ציבור וואס געפינט זיך נישט אין בארא פארק?
פצוגעבן? איך כאפ נישט וואס די פרעגסט.
פארוואס פאדערן נישט אנשי 48 די בנינים אין מאנסי?
אין ארץ ישראל ליגן אלע אריגינעלע באבובע בנינים ביד 48?
בנוגע מאנסי, ווייס איך נישט.
אין ארץ ישראל איז אלעס ביי 48
פארוואס פאדערן עס נישט צד 45?
משולם שטיינפעלדפארוואס פאדערן עס נישט צד 45?
איך ווייס נישט. פרעג הדד"ס חברים.