☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס

אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס

320 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3311
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

יואב » זונטאג אפריל 21, 2013 4:06 am

· #107041
זיך אונטערברומען אזא נערווען טאנצענדע כמו ניגון ביים וואשן זיך צו נטילת ידים והמסעתף, לכתחילה דורך די נאז, אויב אבער ס'צו שטיל און ס'גריצעלט נישט די ארומיגע, איז מען יוצא אפילו דורך די מויל.

ברעט מענינג » זונטאג אפריל 21, 2013 7:50 pm

· #107386
אייביג דער זעלבער אויבער חכם,
שטרעקט אויס זיין הענט מיט כוח צי געבן מזל טוב פארין חתן ווען ער איז נאך אויפען בענקעל,
ביי יעדע שבע ברכות קייט ער איבער די ברכה הויעך שהכול ניהי בדברו,
מיז טאנצען קעדאטשקע ביי יעדע חתונה,

ברעט מענינג » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 7:09 am

· #108614
ווארפט א פעקל אויפן חתן ביים עולה אין פנים אריין

יואב » פרייטאג אפריל 26, 2013 7:57 am

· #108949
אז דו קענסט יא! קומט זיך דיר טאקע פעטש.

יואב » פרייטאג אפריל 26, 2013 8:00 am

· #108950
מלמד: א נייעם יאר, א נייעם בלעטל. כ'האב נישט געפרעגט דעם אלטן מלמד קיין שום אינפארמאציע אויף קיין איין אינגל.
כולם אהובים, כולם ברורים אא"וו.

יואב » פרייטאג אפריל 26, 2013 8:01 am

· #108951
עשו האט געהאלטן די האנט אין הויזן טאש.

נייגעריגער » פרייטאג אפריל 26, 2013 8:03 am

· #108952
ווען איך בין געווען אין דיינע יארן!

יואב » פרייטאג אפריל 26, 2013 8:13 am

· #108953
נייגעריגער
ווען איך בין געווען אין דיינע יארן!

ווען איך בין געווען אין דיינע יארן, איז בכלל נישט געוועזן אזא מושג.
די היינטיגע בחורים, גיי לערן זיי ווי אזוי מ'דארף זיך פירן. או! ווי נעמט מען דעם אמאליגן תמימות.

יואב » פרייטאג אפריל 26, 2013 8:17 am

· #108954
מ'טאר שוין היינט גארנישט זאגן.
וואסו ? ער וועט זיך באליידיגען? ער איז געמאכט פון זיידן?
דער גוי'שער חינוך ברענגט מען מיר אריין.

ברעט מענינג » פרייטאג אפריל 26, 2013 9:08 am

· #108958
אין איך שעם זיך נישט צי זאגן ימח שמו

נייגעריגער » פרייטאג אפריל 26, 2013 9:17 am

· #108960
זכותו יגן על כל מי שרוצה [אויף א קאנטרעווערסיאנאלע גדול!]

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 26, 2013 10:10 am

· #108965
יואב
עשו האט געהאלטן די האנט אין הויזן טאש.

איינער וואס האלט די הענט אין טאש איז פסול לעדות, ער איז דאך א נוגע בדבר.
יואב
ווען איך בין געווען אין דיינע יארן, איז בכלל נישט געוועזן אזא מושג.

איך אין דיינע יארן האב איך שוין לאאאאנג בר מצוה געהאט.

וואלפה » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:08 pm

· #108991
איחוד פעלד
העי דאפעלט לשון, דריי זאכען מים אחרונים וואסער, גוט יום טוב און פארדעם (דא שמייכעלט מען האלבוועגס) זאגט מען אין מונקאטש יאמטיוו, נישט גוט יאמטיוו.

לע"ד איז אזוי פשט: יו"ט איז א גוטע טאג, ווען מען זאגט גוט יום טוב, וואונטשט מען אן אז "גוט" די זאלסט פארשטיין די גוטסקייט, "יום טוב" פון די גוטע טאג.

נחזר לאויסגעדראשענע זאצן: גיי לערן ווייל אויב נישט וועסטו אויסוואקסן ווי מיך.

"Y" is a crooked letter

נאכן כאפען מכת רוצח פונם רבין, גלייב מיר עס טוט מיר אסאך מער וויי, אז איך דארף געבן

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:17 pm

· #108996
דערמאנסט מיך,

זאלסט אריינשמייסן דיין טאכטער אזוי לאנג ביז זי וועט ווערן א בת תלמיד חכם.

איך אויך » זונטאג אפריל 28, 2013 12:57 am

· #109160
שמעקעדיג


זאלסט אריינשמייסן דיין טאכטער אזוי לאנג ביז זי וועט ווערן א בת תלמיד חכם.

אדער ביז נחום רעדט פון דיר.

ברעט מענינג » זונטאג אפריל 28, 2013 1:21 am

· #109169
מאכן א הדלקה איז עפעס א נייע מין זאך! קיינמאל נישט געווען!!

יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 7:25 am

· #109236
דער אינגערמאן וואס שפאצירט פרייטאג צונאכטס מיטן אומבויגזאמע רושוואלקע, נאסליכע פארקעמטע פיאות, און מיט א זעלטן שטרענגן פנים שפאצירט ער אייך אריבער, ארויסמורמעלנדיג פון מויל אזא פארלענגערטע "גוט שאמבעס" נאכעפאלגט מיט א לייכטן בייג מיטן קאפ.

נייגעריגער » זונטאג אפריל 28, 2013 7:33 am

· #109238
יואב
דער אינגערמאן וואס שפאצירט פרייטאג צונאכטס מיטן אומבויגזאמע רושוואלקע, נאסליכע פארקעמטע פיאות, און מיט א זעלטן שטרענגן פנים שפאצירט ער אייך אריבער, ארויסמורמעלנדיג פון מויל אזא פארלענגערטע "גוט שאמבעס" נאכעפאלגט מיט א לייכטן בייג מיטן קאפ.

"יואב": צולייגסט מיר דאך דא ברבים 😃

יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 7:36 am

· #109239
אז איך האב דיר שוין יא דא, לאמיר דיר טאקע פרעגן.
אינדערוואכן ווען די גייסט מיר פארביי קענסטו מיר אפילו נישט, שבת אבער וועסטו מיר גריסן יעדע 7 מינוט.
ווואס איז טאקע פשט, איז דאס די נשמה יתירה וואס טרייבט אייך צו גוט שאמבעסן?

נייגעריגער » זונטאג אפריל 28, 2013 8:11 am

· #109244
כ'פיל מיך שוין באלד ווי דער דארפסמאן אין יונתן שווארץ'ס ניגון!
ווען כ'פלעג קיינעם נישט זאגן גוט שבת פלעגסטו חוזק מאכן פון מיר אז כ'בין אן אנגעבלאזענער בעל גאוה! און יעצט ווען כ'וואונטש יעדע זיבן מינוט פאר יעדעם איינעם האסטו ווייטער טענות ומענות! כ'וועל מקיים זיין דעם אל יבוש מפני המלעיגים!
נו גוט, נו שוין! גיימיר צוריק צום נושא....

די העווי סמאוקער'ס וואס מיטן צוגארעטיל אין מויל זאגן זיי: מער מענטשן וואס האבן נישט גערייכערט זענען שוין געשטארבן ווי די וואס האבן יא גערייכערט.

ברעט מענינג » מאנטאג אפריל 29, 2013 8:19 am

· #109714
עפשר געסט מיר עס אביסל ביליגער?

וואלפה » מאנטאג אפריל 29, 2013 8:50 am

· #109716
וואלפה
ווי פרעגט מען אין הגדה 4 קשיות און מען ענטפערט 1 תירוץ. חוץ מה נשתנה?

א ראיה פון גמרא אז אן אמורא האט (געמאכט קידוש) אויף א בעכער אן א פיסל ( אפשר קומט עס אין "שמייכל")

ווי זאגט מען צוויי מאהל אין שמו"ע 4 נעמען פון מענטשען, אויף איינמאל ?


ודי למבין
אחד מי יודע
שלום טובה וברכה חיים

אחד מי יודע איז מער ווי איין קשיא, ווידער דער פיוט האט מער פון איין תירוץ.
התירוץ: "בצאת ישראל וג"ו מה לך הים .... מלפני אדון...

מאטי » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:26 am

· #110186
ווען מטרעפט זיך אונטער א חבר ביי א רויט לייט האקט מען לייכט אריין אינעם חבר׳ס באמפער ווי צו זאגן איך בין עס! האסט דיך דערשראקן?

ודי למבין » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:32 am

· #110192
וואלפה
וואלפה
ווי פרעגט מען אין הגדה 4 קשיות און מען ענטפערט 1 תירוץ. חוץ מה נשתנה?

א ראיה פון גמרא אז אן אמורא האט (געמאכט קידוש) אויף א בעכער אן א פיסל ( אפשר קומט עס אין "שמייכל")

ווי זאגט מען צוויי מאהל אין שמו"ע 4 נעמען פון מענטשען, אויף איינמאל ?


ודי למבין
אחד מי יודע
שלום טובה וברכה חיים

אחד מי יודע איז מער ווי איין קשיא, ווידער דער פיוט האט מער פון איין תירוץ.
התירוץ: "בצאת ישראל וג"ו מה לך הים .... מלפני אדון...

באלאנגט נישט אין די אשכול

יואב » זונטאג מאי 5, 2013 2:23 am

· #111813
זאג נאר, די מקווה איז נאס ? (חחחחחחחחחחחחחחחחחחח).

טעפל » זונטאג מאי 5, 2013 5:25 am

· #111850
יואב
זאג נאר, די מקווה איז נאס ? (חחחחחחחחחחחחחחחחחחח).

ס'איז נאך געבליבען עפעס וואסער פאר מיר?? (חחח כנ"ל)

נייגעריגער » זונטאג מאי 5, 2013 6:44 am

· #111852
יואב
זאג נאר, די מקווה איז נאס ? (חחחחחחחחחחחחחחחחחחח).

בדרך אגב [נישט אז "ודי למבין" זאל שרייען אז ס'באלאנגט נישט אין די אשכול]: האב איך נעכטן געזעהן א מאדנער באריכט אויף "ככר השבת" וועגן א נייע גוגל קראום עקסטענטשען מיטן נאמען No More Hahas וואס גייט פשוטו כמשמעו ארויסנעמען די אלע חחחחחחחחחחחח פונעם געוועב, איך האב מיך אונטערגעלאכט ביים ליינען דעם באריכט טראכטענדיג אז עס איז מיר נישט עכט נוגע, אבער יעצט מיינעך אז כ'גיי מיך איינהאנדלען א קאפי דערפון.

ברעט מענינג » זונטאג מאי 5, 2013 9:59 pm

· #112172
וואס איז דער חיליק פין א ליטוואק ביז א גוי?
טאקע נישט דא קיין חיליק! חחחחחחחחחח

atmybest » זונטאג מאי 5, 2013 10:05 pm

· #112173
וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א סאטמארע?
א קריסט גלייבט אז עס איז דא א גאט.

ברעט מענינג » זונטאג מאי 5, 2013 10:18 pm

· #112175
די דארפסט פליפן

יואב » דינסטאג מאי 7, 2013 7:17 am

· #112573
דער שמועס איז נישט פאר בחורים, אנטשולדיגט! וועסט עלטער ווערן עסטו פארשטיין.

יואב » דינסטאג מאי 7, 2013 7:22 am

· #112574
די חברה וועלעכע זענען שוין אן היי עלערט ביי ברוך ה' לעולם, ווייל מ'דארף קלאפן צו דערמאנען דעם ציבור צו זאגן יעלה ויבוא, ותן ברכה, מוריד הטל, מיט על הניסים.
און ווי נאר מ'ענדיגט חצי קדיש, נעמט זיך האגלן קלעפ ארגער ווי די קלאפערייען ביי המן, אזש א טויבער קען הערן, און א הערער קען טויב ווערן.
דער צולאזקייט איז אזוי שטורעמיש, אז עס איז כמעט אומעגליך אויפצוכאפן וועלעכע איז די אמת'ע באמבעדירונג, און וואס איז דער ווידערקויל.

און נישט דאס איז פון די סאמע אויסגעדראשענע אקטיוויטעטן, נאר וואס עס פאלגט נאך. נעמליך, עטליכע העכער דעם ארבעים לבינה קענען זיך פשוט נישט קאנטראלירן פאר געלעכטער, און שעפן סיפוק פאר א שמיטה פון די אקציע וואס געוויסע וואנזינגע האבן נארוואס מסדר געועזן.
אינמיטן ברך עלינו קענען זיי נאך שמייכלן, און אויסברעכן אין אזא איינגעהאלטנעם שטילן אויספלאץ.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 8:03 am

· #112582
געווען א מאל אין א שוהל, ווי דער "מוחזק" אויסצורופען, איז געווען פון די סארט חברה, כנ"ל.
זיין מנהג איז געווען, אז נאך דריי מאל זעצען אויפן בימה, האט ער געווארט א האלבע מינוט, צו מאכן זיכער אז ס'שטיל געווארן... ובתוך כך האבן שוין די מעריב-זיצער אויסגערופן הויעך "יעלה ויבוא"... וכדי בזיון וקצף / ליהודים היתה סחורה.

יואב » פרייטאג מאי 10, 2013 8:06 am

· #113762
בעל דרשן בשעת'ן דרעשן: "איך זאג אלץ".
אנטשולדיגט'ס מיר, אבער איך קימער זיך גאנץ קנאפ מיט וואס איר האט געזאגט דאן, גענוי ווי איך קימער זיך איצט.

גאלד » פרייטאג מאי 10, 2013 9:23 am

· #113773
זינגען די סקולענער אודה ה' ביי א שבע ברכות די ערשטע ניגון

גאלד » פרייטאג מאי 10, 2013 9:28 am

· #113774
נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס זמן שחרית, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "פונקטליך!"

מ גפני » פרייטאג מאי 10, 2013 9:44 am

· #113780
גאלד
נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס זמן שחרית, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "פונקטליך!"

אדער:
נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס ווען דער מולד גייט זיין, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "וועעעעען?!?"

מאטי » פרייטאג מאי 10, 2013 11:00 am

· #113803
דער לאנגער קדיש יתום זאגער מ׳האלט שוין טיף אינמיטן אנעים זמירות אבער ער שרייט שרייט נאך יהא!!!!! שלמא!!!!! רבה!!!!!!! און ס׳הערט זיך אזא האלבער אמן צווישענרוף פון זיין ווינקל

ברעט מענינג » פרייטאג מאי 10, 2013 11:22 am

· #113815
פארסט אויפן טראוועי?

ברעט מענינג » פרייטאג מאי 10, 2013 11:24 am

· #113818
ווי ביסטי דעם זיבעטען?

ברעט מענינג » פרייטאג מאי 10, 2013 11:26 am

· #113822
אדער א מלאך אדער א גלח

ברעט מענינג » פרייטאג מאי 10, 2013 11:27 am

· #113824
מ גפני
גאלד
נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס זמן שחרית, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "פונקטליך!"

אדער:
נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס ווען דער מולד גייט זיין, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "וועעעעען?!?"

נאכדעם ריפט זיך איינער אן, נא נישט געפערליך!

ברעט מענינג » פרייטאג מאי 10, 2013 11:52 am

· #113836
א גיטן וואס טיט זיך?
גארנישט טיט זיך נישט אליין!

ברעט מענינג » פרייטאג מאי 10, 2013 11:57 am

· #113839
אמאליגע חתונה האט געהאט טעם,
ר׳ יו״ט עהרליך האט געשפילט סע האט זיך געשפירט גאנץ אנדערש

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 10, 2013 12:24 pm

· #113848
און חייעמענדל האט גע'בדחן'ט...

(היינט בדחן'ט אונזער טייערער ניק.....................)

מאטי » פרייטאג מאי 10, 2013 1:01 pm

· #113870
זאויאאהאהאהההויס

ברעט מענינג » מאנטאג מאי 13, 2013 11:31 am

· #114610
ני האסט שוין א קרעפל תורה?

ברעט מענינג » מאנטאג מאי 13, 2013 11:37 am

· #114613
לאמיר דיר זאגען איין זאך!
די בעסטע גוי, איז נישט קיין דוגמא צים ערגסטע יוד!

אברמי פון בארא פארק » דינסטאג מאי 14, 2013 2:46 am

· #114926
דער ערשטער רגע יאנקל זעט מיין נייע סמארטפאון: האסט א פילטער?

אברמי פון בארא פארק » פרייטאג מאי 17, 2013 6:47 pm

· #115347
ווען די באבע וואלט געהאט רעדער, וואלט זי געווען א וואגן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7