נייע ספר בשוק הרבני
146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4577
נייע ספר בשוק הרבני
זעה דא.
איז ער נישט א נוגע, וואס איז געצאלט געווארן צו האלטן א געוויסע צד אפי' פאר עס דורכטוען?
...
אהמממממ, סתם, גארנישט, כ'קלער נאר אזוי שטיל.... אויב איך מעג פרעגן... פארוואס פאלט אייך איין אז דער די תורה אין מאנסי איז באקאנט? די תורה אין וויליאמסבורג וכו?
בד"וו, וואס איז די שמועס איבער די צוואה פון רבינו הקדוש? וואס ווייזט ער אויף, אז דער רבי האט יא געשריבן א צוואה?
נייין.
איר זענט אין א גוטע ליין. עלה והצלח.
כולי האי ואולי.
אה.
כ'האב געמיינט ער איז א תלמיד פון רבין.
זייער גוט באשריבען, לדעתי דארף ר' זלמן דיר באצאהלען פאר מאכען עדווערטייזמענט פארן ספר, בדרך אגב איך פלעג אסאך דאווענען מיט ר' זלמן אין ברעזנא ביהמ"ד, זייער א געשמאקע צוגעלאזטע מענטש..
אלעס איז מעגלעך.
סדום ועמורה די טענה גייט פון א פאר ריכטונגען:
איינס, אונז ווילן נישט אז עס זאל בלייבן א רעקארד פון דעם מחלוקה וואס האט פארשעמט אזא שיינע חסידות, און יעצט אז עס ווערט געדרוקט שחור על גבי לבן, וועט עס איבערבלייבן אן אייביגע בלאט פלעק אויף די חסידות, לחרפת עולם.
עס וועט נישט זיין לחרפת עולם, דאנט ווארי. מחמת כמה סיבות,
קודם כל, אין 50-60 יאר ארום - משיח זאל פריער זיין דא - וועט עס פארוואנדעלט ווערן אין א מחלוקת צווישן 2 קדושי ומנהיגי ישראל, גארנישט אנדערש ווי די מחלוקת ביי קליווער גט, עמדין און ר"י אייבשיץ, און אנדערע פרשיות לאורך גלותינו,
צווייטענס, דער אינטערנעט וועט אריין מער אין באנוץ, און קאווע שטיבל און אנדערע מקומות ווי די פרשה איז פארשמירט וועט איבערלאזן פיל א גרעסערע חרפה ווי תשובות אין א ספר - אויב מענטשן וועלן נאך עפענען א אידיש ספר דעמאלס... - וואס מען זעהט ווי אלעס איז געווארן אויסגעארבעט דורך א דין תורה ווי ערליכע אידן, עס וועט גאר זיין א קידוש השם אין א דור וואס חז"ל זאגן דערויף 'אין בן דוד בא עד שירבו המסורות בישראל'.
שמעקעדיג וואס מען זעהט ווי אלעס איז געווארן אויסגעארבעט דורך א דין תורה ווי ערליכע אידן, עס וועט גאר זיין א קידוש השם.
👍 👍 👍
תיקו.
לב טהור ברא
ד. דער ספר איז שוין דא, אבער ביגעלאייזן האט געזאגט פאר א ידיד מיינער אז מען האט נאר געדרוקט א מספר מצומצם.
די והותר אין ביגעלאייזן.. טרייב נישט איבער... סוף כל סוף איז ער נישט קיין באבובער, נישט קיין בעל-תפילה, קוים מעלות....
נישט געפערלעך.
געקויפט אין געבליקט אביסעל.
מען קען ברוך ה אלעס פארשטיין.
סיא ברמיזה אבער אהן קיין שום מאל דערמאנט באבוב.
דער וואס קויפט עס וועט קיינמאל קיין חרטה נישט האבען.
דאס איז אן אינסייקלאפידיע טויף דעם נושא.
השם יתן.
עס זעהט אויס צו זיין א גאר אינטערעסאנטע (און מעגליך א היסטארישע) ספר. איך פרוביר צו לייגן א האנט אויף א קאפי דערפון - פארשטייט זיך בחינם... עס וואונדערט מיר נאר, איז דאס אן אקצעפטבארע זאך אז א בורר זאל ארויסגעבן אן אפיציעלע בירור נאך פאר די פס"ד איז עמטליך ארויס? כ'מיין בשלמא ווען די בירור קומט אפיציעל ארויס פון די קהלה אדער פון א פריוואטע מענטש, אבער פון א בורר וואס זיצט און האלט אין מיטן (ביים ענדע) פון די די"ת? האט דאס א precedent? איז עס אויסגעהאלטן?
ביי א געוועהנליכע דין תורה וואלט עס געוועהן א עוולה, ווייל א בורר איז א דיין, אנדרעש ווי א טוען וואס קען טוהן וואס ער וויל, משא"כ א בורר וואס איז איינער פין די דיינים, און די דיינים דארפען זיך דורכשמועסען און קומען צו אן אייניגע החלטה לגבי די פסק, איז ארויסגעבען א ספר מיט זיינע שיטות לגבי דער דין תורה א עוולה.
אבער אין דעם פאל, טענה'ט ר' גרואס אז דער דין תורה איז שוין פערטיג, און דער פסק איז שוין כתוב וחתום, נאר זיי געבען עס נישט ארויס מחמת טעם הכמוס, ממילא מאכט שוין נישט אויס דער ספר.
צו ער איז גערעכט צו נישט, קען יעדער דיסיידען אליין, איך האלט ער וואלט נאך געמעגט ווארטען ביז נאך דער פסק, אלץ הרחק מן הכיעור, אבער כידוע איז ר' גראוס נישט מקפיד אויף דער פסוק.
@הוגה די פסק איז שוין דא און עס גייט ווערן פובליק אינאיינעם מיט די סאטמער בארא פארק פסק אדער די סאטמער בני ברק פסק, עס און היינט צו טאגס אין סטייל אויסציגעבן מיליאנען פאר א די״ת, און דערנאך גונז זיין די פסק ביז לכשיבוא משיח,
זעט אויס עס און א בחינה פון אחכה לו בכל יום שיבוא, און די די״ת איז נאר געמאכט געווארען ווייל מען וויל אז משיח זאל וויסען צי וועם ער זאל גיין, וועלכע רבי עס זאל אונז פירען קעגן משיח צדקינו.
מ'דארף ווארטן צו זעהן.
אויב איהר קענט ביטע זאגט מיר, אויף וואס באשטעטיגט ער זיין היתר אויף פרעש ווייפס שבת? איז עס נאר פאר קינדער אודער אויך ערוואקסענע?
לערן אדורך.
זכה, מלאכתו נעשית על ידי אחרים...
עס זענען דא שמועות.
ביסט אבער מודה אז אויב דו פערזענליך וואלסט געווען אופען אנדערע זייט מטבע וואלסטו געווען פונקט אזוי משוכנע אז ער איז ראנג.
ב.ד.וו. פיינער מוח'ל דער וואס האט געמאכט דעם נאמען ברי עדיף ,איך זעה פאר א העפטיגע אויסטויש און פאלעמיק אהין און צוריק להגדיל געלט ולהאדירה.
איך אויך
ב.ד.וו. פיינער מוח'ל דער וואס האט געמאכט דעם נאמען ברי עדיף
🙄
ספר "ברי עדיף"
דאס ספר
"ברי עדיף" וועט באשטיין פון צוויי חלקים.
ערשטער חלק: ווי חשובע רבנים ודיינים שליט"א וועלכע פירן אן מיט דין תורות, האבן באריכת מברר געווען דעם
"דעת תורה" לגבי די ירושת בית באבוב בכל פרטיה ודקדוקיה ההלכתיים.
צווייטער חלק: אן אוצר פון פילע דאקומענטן, וועלכער צייגט קלאר די הנהגת בית באבוב פון די קהלה און די מוסדות אין די יארן פון תש"ס ביז תשס"ה, ירא הקהל וישפט!
כן ירבה וכן יפרוץ! לשם ולתפארת ולתהלה!אינטרעסאנט.
ספר "ברי עדיף" האלט שוין אינמיטן די צוגרייטונגן, און עס וועט בקרוב ערשיינען לאור עולם בשטומ"צ,
אלע אינטערסאנטקייטן וועלן קלאר ווערן.
נו, נו.
דער עיקר איז אז דו ווילסט נישט דער אשכול זאל ווערן צימעסדיג. כ'הער.
מ'בעהט די עולם זיך שנעלער בארואיגען פאר ס'ווערט ברוין דא, איך ווארט נאך אויף תשובה פון די פרעש ווייפס, מיט דאנק..
איך האב אייך געענטפערט.
כ'האב געזעהן, אבער כ'האב געטראכט אז אפשר האט איהר עס שוין געזעהן אינעווייניג..
ערענסטערהייט?
ווען דער דין תורה וואלט זיך שוין גענדיקט, וואלד איר גערעכט געווען, אבער וואו לאנג עס איז נישט דא א פסק, נאך דערצו נאך אכט יאר,
קען איינער אפשר אראפברענגען א שטיקל ביאגראפי פון דעם מחבר הרב גרוס שליט"א? מיהו זה ואיזה הוא?
איז ער א חסידישער רב? א ישיבישער תלמיד חכם?
ווער זענען זיינע רבי'ס? וואו האט ער גלערנט? וואס איז זיין דרך הלימוד? זיינע שטארקע פונקטן ולהיפוך? וואס איז זיין דרך הפסק? לערנט ער פאר שיעורים? פסק'נט ער אין אלע חלקי התורה, ווצב"ש עניני אבן העזר אויך אדער בלויז או"ח מיט דין תורה'ס?
///...///
יושר דברי אמת
איינער האט אפשר א פי דעי עף פון דעם קונטרוס יושר דברי אמת
זאל ער עס ביטע דאונלאדען צו א דראפ-בקס כדי אז דערווייל זאל זיין א מענה. שכויח
.
יעצט געהערט, אז אלץ אן ענטפער צו דעם "ברי עדיף"
ומו"ל זיין א קונטרס "שמא לא תפנה", און באזונדערע חלק איבער דעם נאמען "באבוב" מיט נאמען "שמא קא גרים".
איין זאך האט זיך זיכער געלוינט מיטען נייעם ספר אז ער איז דא מיטען גאנצען שטארקייט!!
באבובעראיינער האט אפשר א פי דעי עף פון דעם קונטרוס יושר דברי אמת
זאל ער עס ביטע דאונלאדען צו א דראפ-בקס כדי אז דערווייל זאל זיין א מענה. שכויח
דאס אז דער נייע קונטרס שיצא לאור בקרוב ברי עדיף איז א שטארקע תירוץ דאס ווייסטו אלץ א פשטות נאר דער קונטרוס וואס איר האט מיר געשיקט אויף די פאסט ( פרעג מיך פארוואס איך האב נישט קיין שייכות אהער) מיט׳ן נאמען יושר דברי אמת דאס איז ״דערווייל א מענה״. איך האב מורה אז איך שמעק שוין די מהלך פון ברי עדיף......
תמחול לי לפני ראש השנה אם כתבתי קצת צימעסדיג התכוונתי רק לגופו של הענין לכאורה 😕
מצטרף צו די בקשה צו שרייבן מער איבער די היתר אויף פרעש ווייפס.
לערן אין ספר.
הופיע: ספר שזאת התורה לא תהא מחלפת
מיט גרויס שמחה טוהן מיר מודע זיין פאר די ציבור מבקשי אמת אז ב"ה די לעכערליכע טענות ומענות וועלן שוין נישט בלייבען אהן קיין ענטפער. כאפטץ פאר עס בלייבט גאהנישט איבער!!
הופיע: ספר שזאת התורה לא תהא מחלפת
תשובה להלכה בעניני חתנו כבנו וירשת שררה
ב"ה.
גוט וואך גוט יום טוב!
פון דיינע קאמענטארן זעהט אויס אז עס קיצעלט דיר שוין די נייע הלכה'דיגע חיבור "שזאת התורה" חלק א', וועלכע איז אויסגעארבייט געווארן דורך רבנים הגאונים גדולי תורה והוראה שליט"א.
נאר וואס עס איז ארויס די ידיעה, האבן ערליכע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן געמאלדן אז זיי זענען משתוקק צו קויפן דעם נייעם חיבור.
נאכצוקומען די פארלאנג וועט טאקע צענלדיגער טויזנטער פון דעם נייעם ספר ווערן צושפרייט בכל קצוי תבל.
ביי די געלעגנהייט וועלן אדמורי"ם, רבנים, תלמידי חכמים און אידן יראים ושלמים ובעלי בתים נכבדים איבער די גאנצע וועלט האבן א קלארן בילד אין די מערכה, און זעהן וואס עס האט זיך אפגעשפילט די לעצטע 8 יאהר.
דער מחבר פון דעם ספר הלכה איז די תורה הקדושה!!!
אלעס האט קלארע מקורות אין שלחן ערוך וספרי הפוסקים
אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת