הויפט זייט » שרייבער » יאיר
יאיר
3,836 פאסטס
1,143 אשכולות
2012–2018
אלע פאסטס (3,836)אשכולות (1,143)
פאסטס פון יאיר (נייסטע ערשט · בלאט 42 פון 77)
- זיצען נעבען א פרוי אויף די טרעיןתורה און מחשבה · מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:43 pmאז @געפילטע פיש בעט, וועל איך צוצייכענען א לינק צו די תשובה. ווער עס קען זאל עס אהער ברענגען אדער מעתיק זיין לזכות את הרבים. מתוך דבריו: ווי מען זעט האט רב …
- זיצען נעבען א פרוי אויף די טרעיןתורה און מחשבה · מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:00 pmרב וואזנער פסק'נט אז זיצן נעבן אן אישה איז ארגער ווי זיצן קעגנאיבער איר, מפני שיוכל לצמוח מזה נגיעה. דערנאך קומט א סאדע, אן אייסקריעם, און כ'וויל נישט זאגן …
- פרשנות המקראהעמק דבר · זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:25 pmא גרויסן דאנק, פילון, פאר'ן עפענען דעם אשכול, מיר זאלן זיך אביסל באקענען מיט די לעבהאפטע פעלד פון ארכעאלאגיע בנוגע די תורה אויף א כשר'ער אופן, און פאר'ן אזוי …
- הרב נפתלי הירץ וויזלאנשי שם · פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:43 pmא בעל חשבון? דערווייל האב איך שוין געטראפן אין אים א מאטעמאטיקער, א פילוסוף אלקי, א תלמיד חכם, און א בקי בקורות הדורות. ולבי אומר לי אז דאס איז נאר דער שפיץ …
- הרב נפתלי הירץ וויזלאנשי שם · פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:42 pm👍 לאמיר אבער קלאר מאכן אז דאס איז געווען אין די צייט ווען די משכילים האבן קוים אנגעהויבן ארויסקומען פון די לעכער, און זיי זענען ממש נתפעל געווארן פון יעדעס …
- הרב נפתלי הירץ וויזלאנשי שם · פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:14 pmענדליך האב איך שוין ווער ס'זאל זיך קריגן מיט מיר... דאס מיינט אבער אודאי נישט אז איך וועל זיך נישט צוריקקריגן. שליח און דעת תורה זענען גערעכט אז דער נודע …
- הרב נפתלי הירץ וויזלאנשי שם · פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:41 amא גרויסן דאנק, ר' טאמבל, פאר'ן מיטטיילן פאר'ן עולם דער שטורמישער לעבנס געשיכטע פון וועזעל. דאס איז א גוטער דוגמא פון זאת התורה לא תהא מוחלפת. ווי מען זעט אז …
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:12 amדאס איז א שטארקע סברא פון וואס איך האב נישט געטראכט. אבער אויב מיר וועלן עס ממש אננעמען כמו שכתוב, קומט דאך אויס אז מיר קענען אלעס אריינפאקן אין דעם אין סוף, …
- אשכול אן א טיטל #2405קאווע שטיבל · דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:03 amפאר אזא טיפע חתימה פאדערט זיך א לענגערע ערקלערונג.
- דאס ליידיגע סקריןפאעזיע · מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:48 pmאזוי האט געפילטע פיש געזאגט צו דעם אלטן מאן. האט דער אלטער מאן געענטפערט מיט א פארפורוירענע שטימע און אפענע נאז לעכער: נישט וואס איז אלעס איז ליידיג, און נישט …
- ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.קאווע שטיבל · מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:03 amצריך לומר, תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות 😂.
- אשכול אן א טיטל #4503געזעלשאפט · מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:39 amשאלה: אויב מ'וועט חלילה יא בויען די בנינים, ווי אזוי וועלן די מתים אויפשטיין תחיית המתים, זיי וועלן ארויסגיין פון די קברים אריין אין די דירות?
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:34 amאיך פארשטיי נישט די שאלה. וואס זענען די צדדים, צו איז דא א היפאטעטיס אז ס'איז דא אינצווישן נאך א סארט אינפיניטי? אויב יא, וואס איז די פראפאזעל? נאך א נקודה צו …
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:21 amווי מאטל דער הונדערט און זיבעטער האט שוין אביסל מסביר געווען, ס'איז נישטא קיין חלק בלתי מתחלק ביי real numbers. אויב פרעג איך דיר וואס קומט (ביי natural …
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:08 amבחירה = אומפארשטענדליך. אין סוף = אומפארשטענדליך. אומפארשטענדליך + אומפארשטענדליך = אומפארשטענדליך. (דער חשבון שטימט, שליחנו היקר?)
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:28 amשליח, איך פרוביר צו פארשטיין דיינע ווערטער, אבער עס גייט מיר נישט. דעם ערשטן האלב איז לכאורה פשוט, לאמיר דאס פרובירן צו ערקלערן אויף אנדערע ווערטער: אפילו אויב …
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:23 pmדי שאלה איז צו איך בין אינטערעסירט אין די אינפיניט צאל. קוים וואס איך קען זיך באכלעפטשען מיט די פיניט צאל. איך קריך דא אריין אין אומבאקאנטע וואסערן, אבער לאמיר …
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:10 pmיידל, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין ספק בנוגע גאט. ס'איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז אין סוף איז נישט דער "מהות" פון גאט, אין סוף איז נישט קיין הגדרה אויף א …
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:07 pmאיך זוך א שותף צו גיין נעכטיגן אין הילבערט'ס האטעל . איינער עוועלעיבל?
- מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞וויסנשאפט · מאנטאג אוגוסט 12, 2013 5:19 pmוועלקאם, שליחא דרבנן! ווי עס איז ניכר בין כותלי מכתבך האסטו אסאך וואס צו פארקויפן, מאך דיך באקוועם און זיי אונז ווייטער מהנה! אין אנדערע נייעס, איך פארשטיי נאך …
- בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)אנשי שם · זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:05 amכ'זע כבוד תורתו איז מסופק ביי וועם ס'איז געווען. דאכט זיך מיר ס'איז געווען דער הייליגער רב, נישט דער צאנזער. אפשר גאר ביידע.
- דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורהתורה און מחשבה · פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:51 pmדי ערשטע פיר האבן גארנישט מיט מענטשן רעכטן. די לעצטע צוויי, מעגליך אז בימים ההם האט געהייסן א חסד אז מ'גיבט די ברירה פאר א לאנד זיך צו אונטערגעבן תיכף און …
- דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורהתורה און מחשבה · פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:42 pmווי למשל אז איינער וואס האט אנגעבויט א כרם אדער אויסגערעדט צווישן של יד און של ראש זאל נישט גיין אין מלחמה?
- דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורהתורה און מחשבה · פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:39 pmשמעקט נישט גוט בין איך מחויב צוזאגן אז ס'יא דא? איך קען זאגן ה' הוא הצדיק און טוב ורע זענען נישט אפהענגיק אין קיין מענטשליך שכל. איך גיב דאך אן ביישפילן …
- דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורהתורה און מחשבה · פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:37 pmשמעקט נישט גוט שמעקט טאקע נישט גוט. מ'וועט מוזן בדוחק זאגן לויט ווי דער מורה נבוכים איז מבאר אז מ'האט נישט געקענט נעמען אן עם יצא ממצרים מעם לועז און באלד …
- דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורהתורה און מחשבה · פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:33 pmפון דעם פסוק זעסטו דאך קלאר אז תמר האט גע'חלש'ט צו חתונה האבן מיט אים נאך די מעשה, און ווען ער וואלט געפאלגט וואלט אלעס געווען כסדרן. זעסטו דאך קלאר אז די …
- נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגעןוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:13 amצוויי גרויסע אנטדעקונגען זענען אנטפלעקט געווארן די לעצטע וואכן איבער מלכות בית דוד. מען האט אנטדעקט א געביידע אין א געגנט נעבן ירושלים, אין וואס איז לויט …
- מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללהמידיא ווינקל · מיטוואך אוגוסט 7, 2013 9:13 pmנו, לאז אונז נישט מיט'ן צינג אינדרויסן, גיב ארויס עפעס פרטים.
- ומותר הבהמה מן האדםתורה און מחשבה · מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:16 amאז מ'דערמאנט שוין ראסעל'ס טשייניק, וועל איך אריינווארפן א ווארט אז דאס ווערט היבש אביוזד אין אלגעמיין. עס איז נישט סתם אז מיר האבן נישט קיין פרוף דערקעגן, נאר …
- צירופים פון טשעראפאכעסתורה און מחשבה · דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:08 pmזייער שיין צולייגט, לולקע. פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט קען מען זאגן צוויי מהלכים ווי אזוי צו פארשטיין קוואנטום מעקאניקס: א. עס איז פשוט אונזער איינרעדעניש אז …
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דינסטאג אוגוסט 6, 2013 1:58 pmזייער שיין, ונבנתה. ווען איך טראכט אריין זע איך אז מיין תירוץ איז טאקע נישט ריכטיג. א דאנק פאר'ן מיטטיילן. דו מיינסט דעם בוך "פאראדאקס" וואס איך האב דערמאנט …
- ירידת הדורות אין דער אלגעמיינער וועלטקאווע שטיבל · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:50 pmאוי, שרגא, כ'האב ערווארטעט דו זאלסט כאפן די הומאריסטישע פוינט וואס ליגט אין מיין תגובה, וואס איז אקוראט פונקט ווי דו שרייבסט, נישט אלעס וואס איז געווען "אמאל" …
- ירידת הדורות אין דער אלגעמיינער וועלטקאווע שטיבל · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 10:27 amאון פון וועמען שטאמסטו, פון א טיפה סרוחה?
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:15 amווען יענע איינס וועט ארויספאלן וועט מען דעמאלט זיך זארגן און ריעוועליועיטן דעם חשבון. אדער לאמיר גיין מיט דיין משל. דער מאן דהוא ווייסט אז אין פופצן מינוט ארום …
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:45 amונבנתה, דיין משל איז נישט דומה לנמשל, וויבאלד אין אונזער פאל איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס "יעצט" זאל ער נישט קענען נעמען סיי וועלכע פון די שאכטלען. ס'איז …
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:24 amהאסטו א גוטער ביישפיל פון דמיון אין צייט...
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:22 amפארוואס זאגסטו 'ער'? מען רעדט נישט וואס ער ווייסט יא אדער נישט, איך וויל וויסן וואס זענען זיינע 'אמת'ע' שאנסן - כלפי שמיא. איך פארשטיי נישט דיין שאלה. די חברה …
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:08 amמיין פוינט איז אז ביידע פון די קעסטלעך זענען אין שפיל אזוי לאנג ווי ער ווייסט נישט קלאר וועלכער מטבע ער גייט צום ערשט אנטרעפן, די זילבערנע אדער די גאלדענע. ער …
- ירידת הדורות אין דער אלגעמיינער וועלטקאווע שטיבל · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:02 amנישט נאר הויזן, נאר בכלל דאס גאנצע גיין אנגעטון איז א רעלאטיוו מאדערנע זאך פון די לעצטע הונדערט טויזנט יאר . פאר די מערהייט פון די היסטאריע פון דעם מענטש איז …
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:52 amנאכאמאל, איידער ער עפנט בכלל דעם באקס, האט ער א דאפלטער ספק, אויב טרעף איך אז די ערשטע מטבע איז זילבער, דעמאלט האב איך אן איינס אין צוויי שאנסן צו טרעפן די GS …
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:37 amאהא, יעצט פארשטיי איך וואס דו פרעגסט. יעצט לאמיר זען, ער ווייסט טאקע אז ער גייט טרעפן איינע פון די צוויי, און ער ווייסט אויך אז די שאנסן גייען זיך רוקן פון …
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:22 amגערעכט, כ'האב נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט מיין פוינט אין ליכט פון וואס דו האסט געשריבן. וואס איך מיין צו זאגן איז אז מיט'ן זען די ערשטע מטבע האט זיך פאקטיש …
- די געפילטערטע וועלטתורה און מחשבה · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:19 amשרגא, זייער שיין. דאכט זיך מיר אז די צאל זעעוודיגע ספעיס און ענערגיע איז 27% נישט 4%.
- וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיותוויסנשאפט · דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:16 amונבנתה, לאמיר פרעגן א בעסערע שאלה. איידער דו עפנסט אויף סיי וועלכע באקס האסטו בערך 33% שאנס צו באקומען די GS. דו עפנסט אויף איין באקס און דו טרעפסט זיך אן טאקע …
- צימערמאן און לאוב קליקעגעזעלשאפט · מיטוואך יולי 31, 2013 10:01 pmאויב עס איז פארהאן א לעגאלע וועג ווי אזוי אפצושטעלן א פראטעסטירער כאטש ער שטערט נישט די ארדענונג (שווער צו זאגן אויב צימערמאן גייט אריין אין דעם כלל) דאן מיינט …
- צימערמאן און לאוב קליקעגעזעלשאפט · מיטוואך יולי 31, 2013 9:42 pmדאס מיינט אז אבי גערעדט שטעלט אפ פרידאם אוו ספיטש. כאילו די געזעצן פון פרידאם אוו ספיטש גייען אן אין וויליאמסבורג.
- דער דמיון אין צייטתורה און מחשבה · מיטוואך יולי 31, 2013 11:17 amאיך מיין אז פונקט פארקערט. טאקע נאך איינשטיין מאכט מער סענס צו געבן אסאך מעגליכקייטן פאר זמן וואס מיין שכל וואלט מיך קיינמאל נישט געלאזט אננעמען מיט א …
- דער דמיון אין צייטתורה און מחשבה · מיטוואך יולי 31, 2013 11:02 amפארוואס נישט? דאס אויסטראגן קליידער קען זיין איינע פון די פיזישע סימנים וואס צייגן אן ווי אזוי צייט רוקט זיך, דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז נישטא קיין פונקטליכע …
- איך געדענק נישט דעם גרױסן זבענקפאעזיע · דינסטאג יולי 30, 2013 11:32 pmתנוח דעתך, שלום. מאקס פלאנק איז געווען אן איידעלער מענטש, אן אוהב ישראל און אן אוהב שלום וועלכער האט פרובירט שתדל'ען ביי היטלער'ן אז ער זאל צוריקציען פון זיין …
- דער דמיון אין צייטתורה און מחשבה · דינסטאג יולי 30, 2013 12:03 amלולקע, דו מיינסט צו זאגן אז ווען איך שפיר אז די צייט לויפט אריבער שנעל מיינט דאס אז בפועל האט זיך צייט געטוישט אין אירע פיזישע אייגנשאפטן פון שטייט צו שנעל, …