דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #4503
156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4503
עס איז זייער זייער ווייטאגליך די גאנצע געשיכטע דארט, עס איז ממש נישט צו פארשטיין ווי אזוי אזא גרויסע פירמע גייט אינטער און שפארט זיך אפ על לא דבר,
לייקתי חכם קופער פאר זיין גאלדענעם פעדער אבער האב קנאפ ידיעה וואס גייט פאר. קען איינער מגולל זיין די פרשה מתחלתה? וואס איז דער גאנצער גלובאניץ סומאטוכע?
אין הנידון דומה לראיה.
די חיליק איז נאר אז די גאנצע עדה שטייט מיטן גאב"ד אנטקעגען די ראב"ד
איין זאך האט קאווע שטיבל הנאה פון די גאנצע זאך אז @נאר,,פרייליך מיט @זלמן זאפיר זענען ביזי און צימעס און דרייען נישט א קאפ פאר יעדעם
לעמילאיין זאך האט קאווע שטיבל הנאה פון די גאנצע זאך אז @נאר,,פרייליך מיט @זלמן זאפיר זענען ביזי און צימעס און דרייען נישט א קאפ פאר יעדעם
דר'עולם דא אינדרויסען איז נישט אזוי באהאווענט אין די מציאות בכלל קוק אהער אזא קופערניקוס קוקט אהן כאילו ס'אט זיך היצט אנגעהויבען דער גאנצער סומאטוכע פינעם פרעזידענט מיטען סי אוו או דער פרעזידענט איז שוין יאר'ן לאנג אן שטער אינערהאלב די קאמפעני ס'היצט געקומען די צייט פין עמען פטור צו ווערן מער פרטים קיקט נאך אין צימעס
נאר,,פרייליךפאר מער פרטים קיקט נאך אין צימעס
סימיר גוט. צימעס איז שוין געווארן א ארט פון וואו נאכצוברענגען רעפערנצן. האהא. עולם ה-פוךּ ראיתי.
זייער שיין קופערניקוס. אבער אז מען רעדט שוין בין איך נתפעל פינעם גאב"ד אז ער בייט נישט זיין מיינונג צוליב דעם וואס עס איז נוגע פארן וואוילזיין פון זיין געמיינדע. אנדערש ווי רוב עולם דארט וואס איז אויפן זייט פונעם ראב"ד, ווען עס איז נוגע א מולטי מיליאן דאלערדיגע שפיטאל, לייגט מען זיך אונטער די טרעקטאר און הרב אלישב ווערט א קל און און רב מטעם ווען ער איז מתיר, אבער ווען עס איז נוגע אפאר דירות פאר ירושלימע אידאלעך ווערט אלעס מותר לכתחלה און דער ראב"ד ווערט אן עקסטערמיסט ווען ער האלט אז עס איז אסור.
בן תמליוןלייקתי חכם קופער פאר זיין גאלדענעם פעדער אבער האב קנאפ ידיעה וואס גייט פאר. קען איינער מגולל זיין די פרשה מתחלתה? וואס איז דער גאנצער גלובאניץ סומאטוכע?
נא?
וואס זענען די פשוטע פאקטען? אויך שנוי במחלוקת?
קאווע טרינקערבן תמליוןלייקתי חכם קופער פאר זיין גאלדענעם פעדער אבער האב קנאפ ידיעה וואס גייט פאר. קען איינער מגולל זיין די פרשה מתחלתה? וואס איז דער גאנצער גלובאניץ סומאטוכע?
נא?
וואס זענען די פשוטע פאקטען? אויך שנוי במחלוקת?
דערווייל גראבט מען אין גרויסען ביים שטח גולובענציץ דער גאב''ד מיט די חברי בד''ץ האלט'ן לאיסור הראב''ד מתיר ומעודד החפירות היינט מאנטיג ווען די הנהלת העדה האט פרובירט זיך דורכציקמען מיט'ן ראב''ד האט ער געזאגט אז ער האט נאר מתיר געווען פאר די ליטאים וואס זיכען נישט מחמיר צו זיין כשי' א''ק אבער ביי די סלונים לאט זאל מען נישט גראבען
פין די אנדערע זייט איז סלונים און שישא אנטלאפען פין אר''י אויס מורא פאר דרוק אז ער זאל מונע זיין די חילולי הקברים, אין דער זעלבער צייט האט אב''ד דמשק אליעזר הרב לייזער קאסטענבוים ארויסגעגעבען א מכתב ווי ער איז מברר די נושא
ווי ס'קוקט אויס העט'ס נאך קאסטען אסאך בלוט און קריגעריי ביז ס'העט זיך עפעס אויסלאזען דא..
בנוגע דעת הגר''ח קאניעווסקי איז פאראן חילוקי דעות יש אומרים ער האט בלויז מחזק געווען גולובענציץ צו אנגיין מיט זיינע מעשים און יש אומרים אז ס'געווען אן אסיפת הרבנים ביי אים אין שטוב ווי ער האט דערנאך געלייגט לחץ אויף דגל התורה נישט מיטצושטיין מיט די גראבונגען ביים שטח.
ס'העט נאך אסאך טינט און בלוט פארגאסען ווערן איבער די פרשה לאמיר מתפלל זיין ס'זאל שוין קומען צו א פרייליכער ענדע
עפל סדרדי חיליק איז נאר אז די גאנצע עדה שטייט מיטן גאב"ד אנטקעגען די ראב"ד
טאקע אזוי די גאנצע עדה?
פשיהא !!!
אלע סד"ד אויך? מוראדיג!!!
און וואס איז מיט די הנהלה ? אויך מיט דעם גייוועד?
וואס וועט זיין? עס איז דאך ממש די גאנצע וועלט??!!!
איין זאך וואס מען האט פארדינט אז די בילדער ווי מען שלעפט אועק די צימערמאן'ס און חעשין'ס פון אונטער די טראקטארן טראגן שוין גאר אן אנדערש פנים.
איין שורה וואס קופערניקס האט פארזעהן אויס צולאזן דעם ארטיקל
"עס גייט קיינעם באמת נישט אן אלע פראקציעס רייבן זיך דעם בייכל, "
יראו עינינו וישמח לבינו ותגל נפשינו
און האטס מיר א גוטן טאג
פאקטן גלייב איך במילא נאר פון "נארפרייליך" ווייל ער זאגט דאך נאר פאקטן, און שוין.
ס'היינט געקומען א שטיקעל שינוי אינעם מצב ווען די הפגנות פין די חעשין'ס וכו' ווי אויס מענטש בא'טיטולט עס האט ב''ה נושא פירות געווען און דערווייל לאזען די רבני הגר''ח קאניעווסקי נישט ממשיך זיין די ניי געגרינדעטער ארגענעזאציע ארץ החיים מיט אירע חפירות אויפען שטח היינט דינסטיג העט אויסגעשטעלט ווערן אן הרכב בית דין ווי ס'העט אויסגעהערט ווערן אלע צדדי הפרשה און ס'איז צום האפען אויף א פרייליכער ענדע
דערווייל זיכען די רבני ארץ החיים פרישע אנשי תקשורת זיך מצטרף צו זיין צו זייער ועד צו קענען ממשיך זיין מיט זייערע הייליגע פעולות להצלת הקברים
דערווייל זיכען די רבני ארץ החיים פרישע אנשי תקשורת זיך מצטרף צו זיין צו זייער ועד צו קענען ממשיך זיין מיט זייערע הייליגע פעולות להצלת הקברים
יעצט איז ר' חיים מותר?
טעפליעצט איז ר' חיים מותר?
קיינער ניצט נישט דא הגר''ח אויף צו אסר'ן די קברים גראבעריי דיינו הגאב''ד ובית דינו ומומחי את''ק ובראשם הגאון הגדול רבי דוד
בסך הכל צו זיכען איינעם פאר די רבני ארץ החיים איז פינקט צוגעפאסט די רבני הגר''ח וואס האבען ענדגילטיג אויך מסדר געווען דעם אגודת למניעת חילול קברים
פרישע פאקטען:
אויף די מאמענט ווילען זיך די גרעבער נישט מחייב זיין צו די רבני הוועד פון הגר''ח זיי אויסצופאלגען זייערע הוראות
אויס מורא פין צופיל קולות וואס זיי העלן מקיל זיין מער ווי די ביז היצטיגע הוראת ארץ החיים
אויף די מאמענט ווילען זיך די גרעבער נישט מחייב זיין צו די רבני הוועד פון הגר''ח זיי אויסצופאלגען זייערע הוראות
אויס מורא פין צופיל קולות וואס זיי העלן מקיל זיין מער ווי די ביז היצטיגע הוראת ארץ החיים
@אנאנים זעה איך שוין אז ארץ ישראל'דיגע אידן ליינען קאווער שטיבל... רעדנדיג פריער מיט א איד פון דארט זאגט ער מיר ממש כלשונך הזהב.
ער לייגט נאר צו, אז דער סי אי או ווארפט אויך עפעס צומישטע סטעיטמענטס, קוקט אויס מ'דארף זיך גאר ווענדן צו זיין טשיף אוו סטעף
ער לייגט נאר צו, אז דער סי אי או ווארפט אויך עפעס צומישטע סטעיטמענטס, קוקט אויס מ'דארף זיך גאר ווענדן צו זיין טשיף אוו סטעף
די איראני איז אז אויב רעדט מען שוין יא פון יודען זענען זיי בלי ספק אזעלכע וואס ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן די קנאים ווען געטראפן ענדלאזע סיבות צו באגיין מיט זיי געוואלדטאטן אבער יעצט זענען זיי זיך מוסר נפש פאר די צויי טויזענט יעריגע געביינער.
די פאקטען קומען אריין נישט קלאר.
איך וועל פראבירן דאס צו שרייבן אין מיינע ווערטער, פאריכט מיר ווען איך גיי שלעכט.
פאקט 1) אין ירושלים זענען דא א ציבור אידן (א מיעוטא דמיעוטא פון תושבי ירושלים בכללית) וואס זענען דוגל אונטער א בית דין מיט די נאמען "העדה החרדית". גוט באקאנט מיט זייער הכשר אויף א גרויס פראצענט פון די מדינת ישראל'דיגע פראדוקטען. דער בית דין האט א גאב"ד, א ראב"ד, חברי בית דין, מנהלים, שוחטים, רואי חשבון, א.א.וו. פון צייט צו צייט (ד.ה. יעדע פערטעל שעה) קומען זיי ארויס מיט קול קורא'ס וואס זענען געוואנדען פאר די ציבור וואס זענען סרים למשמעותם.
פאקט 2) עס איז דא א שטח אין שטאט בית שמש (ברייט באקאנט דורך די מוסדות אורות בנות) געפינט זיך עטליכע ק"מ ווייט פון ירושלים, און עס האט זיך געמאכט א שאלה צו מ'מעג גראבן דארט. דער צד אז נישט, איז צוליב דעם וואס ס'איז מעגליך דא קברים (וואו איז נישט דא קיין קברים?) נאך פון בית שלישי. אקיצור, יש פוסקים מתירים ויש פוסקים אוסרים.
פאקט 3) אינערהאלב די פריערדערמאנטע בית דין, פון ירושלים, זענען פארהאנען חילוקי דעות.
יעצט די פאקטען וואס איך ווייס נישט
4) פארוועם געהערט די שטח?
5) ווער איז דער פוסק וועם די בעלי השטח גייען לפי דעת תורתו?

נהורא נפישאדי איראני איז אז אויב רעדט מען שוין יא פון יודען זענען זיי בלי ספק אזעלכע וואס ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן די קנאים ווען געטראפן ענדלאזע סיבות צו באגיין מיט זיי געוואלדטאטן אבער יעצט זענען זיי זיך מוסר נפש פאר די צויי טויזענט יעריגע געביינער.
אין אני מכניס ראשי אין די ריזן מחלוקת אבער אויב ליגן דארט יודן איז נישט קיין חילוק וואסערע סארט דארף מען נאכאלץ היטן אויף זייער געביין
למדןנהורא נפישאדי איראני איז אז אויב רעדט מען שוין יא פון יודען זענען זיי בלי ספק אזעלכע וואס ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן די קנאים ווען געטראפן ענדלאזע סיבות צו באגיין מיט זיי געוואלדטאטן אבער יעצט זענען זיי זיך מוסר נפש פאר די צויי טויזענט יעריגע געביינער.
אין אני מכניס ראשי אין די ריזן מחלוקת אבער אויב ליגן דארט יודן איז נישט קיין חילוק וואסערע סארט דארף מען נאכאלץ היטן אויף זייער געביין
הכי קרא שמך למדן: איך האב נישט ארויסגעשריבן קיין שום שטעלונג אין דעם נושא איך האב ס"ה ארויסגעברענגט אן איראני וואס שטעקט אינטער דעם.
קאווע טרינקערדי פאקטען קומען אריין נישט קלאר
יעצט די פאקטען וואס איך ווייס נישט
4) פארוועם געהערט די שטח?
5) ווער איז דער פוסק וועם די בעלי השטח גייען לפי דעת תורתו?
די שטח כהיום געהער פאר טויזענטער יודען וואס זענען היצט איינגעמיירעט צוליב וואס מ'האט נישט מודיע געווען בעפאר במה דברים אמורים אז מ'אינוועסט אין א בית הקברות און יעדער קונה האט ביי זיך עטליכע מתים פון טויזענטער יאר צוריק וואס איז יענס עסק
דערווייל פרובירען די וואס האבען איינגעמיירעט דעם ציבור אופנים וויאזוי אויסצוקרויסען די מתים פראבלעם דערפאר איז נולד געווארען דער שווערער סומאטוכע
און בנוסף צום פראבלעם זענען פאראן עטליכע בעלי מסחר וואס ערווארטען צו פארדינען גרויס געלד פון די מקום מנוחת המתים וואס העלן פארוואנדעלט ווערן אין געשעפטן וואס דאס פארשטערקערט די סיבות און אינטערעס אינעם אויסקראסען דעם מתים פראבלעם
טויזענטער איז מן הסתם א גוזמא, אינאלענפאלס, זאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.
קאווע טרינקערטויזענטער איז מן הסתם א גוזמא, אינאלענפאלס, זאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.
ס׳איז נישט אזוי פשוט מע׳רעדט דאך דא פון די מידעל איסט 😃
שאלה: אויב מ'וועט חלילה יא בויען די בנינים, ווי אזוי וועלן די מתים אויפשטיין תחיית המתים, זיי וועלן ארויסגיין פון די קברים אריין אין די דירות?
קאווע טרינקערזאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.
דאס יא בויען און נישט בויען במקום קבורת מתים איז נישט תלוי בדעת הקונים המוכרים הקבלנים וכו' והא ראי' די גדולים ווי הרב מ'בריסק ועוד האבען זיך געשלאגען אויף שמירת הקברים אין פרייע געגנטער ווי ס'איז זיכער געווען די דעת הקונים לפחות וויפיל די מתירים האלטען דא.
אדרבה די קונים וואס האבען אינטערעס אויסצורייסען די קברים זענען חשוד אין זיין נוגעים בדבר.
-------
אין אנדערע נייעס איז א חידוש אז דער נייעס באריכט וואס ערשיינט אין אמעריקא נעמט א צד אין די נושא און דעקט גאר שטארק די בעלי מסי''נ וואס זענען לוחם בעד שמירת הקברים.
ס'קוקט אויס אז די צד האוסר האט א שטארקער אנערקענונג ביי די רעכט דענקענדע מענטשען.
קיין שום חידוש. די "צייטונג" בעקט אתרא קדישא לאורך כל הדרך.
דעת תורהקיין שום חידוש. די "צייטונג" בעקט אתרא קדישא לאורך כל הדרך.
אבער צום ערשטען מאל וואס די עבודה בראשות הראב''ד ווערט אזוי געדעקט מיט א שטארקייט דעם דעת האוסר.
ובפרט אז זיין השקפה שרייבער ב. טויב זאל נאך האבען א דריסת הרגל נאך אזעלכע דרשות דאס איז גאר גרויס נייעס
יאירשאלה: אויב מ'וועט חלילה יא בויען די בנינים, ווי אזוי וועלן די מתים אויפשטיין תחיית המתים, זיי וועלן ארויסגיין פון די קברים אריין אין די דירות?
מסתמא נישט שייך למעשה, ווייל כ'האב אן הרגשה אז די בעלי דירות זענען גלגולים פון די וואס זענען באגראבן דארט, ממילא איז היינו הך.
איצט געווארפען פאשקעווילן אין וויליאמסבורג אקעגן אברהם סלאנים און אויפן ראב''ד שליט''א, למעשה מיין איך אז ס'האט א פארקערטע אפעקט, אז אברהם סלאנים איז אזא נידריגע אזוי ווי די ראב''ד שליט''א אפשר איז ער טאקע אזא גדול ווי די ראב''ד שליט''א ..
outspokenאיצט געווארפען פאשקעווילן אין וויליאמסבורג אקעגן אברהם סלאנים און אויפן ראב''ד שליט''א, למעשה מיין איך אז ס'האט א פארקערטע אפעקט, אז אברהם סלאנים איז אזא נידריגע אזוי ווי די ראב''ד שליט''א אפשר איז ער טאקע אזא גדול ווי די ראב''ד שליט''א ..
דערווייל פרובירט נאך סלונים צו באקומען דעקונג אז ער געהער נישט צו די מחטטי שכבי כדאי צו קענען אהערשטעלן זיין שטח פאר'ן היימישען ציבור און די ציבור פין דגל התורה זאל וואוינען ביי די געגראבענער שטח
דערווייל זעהט נאך אויס אז דער מתווך קעסטנבוים העט נאך פרובירען צו שאפען דעקונג פון אתרא קדישא פאר א. סלונים אז ער איז נישט צווישען די מחטטים
נאדער די פרסומת היינט אין אמעריקא
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/367641209180651521/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 21/photo/1</a>
וואס איז די דין מיט א רודף?
סלינקיוואס איז די דין מיט א רודף?
וואס הייסט וואס מ'מעג איהם הארגענען כמבואר ברמב"ם הלכות רוצח ושמירת הנפש.
די וויליאמסוברע פאשקוויל ווארפער האבען בפירוש געפאסקענט אז מ'מעג איהם הארגענען..
מסכים אז הגאון רב משה שטערנבוך פאקט זיי אלע איין אין תורת הנגלה.... אבער די צד שכנגד טענה׳ט אז דא איז עס נישט אזוי שטארק מיוסד אויף הלכה ממש נאר מען דארף זיין א שטיקל קנאי,לפנים משורת הדין, אנטי-ציוני ועוד ועוד ביי אזעלכע פעלער ווי גראבן קברים. אין צו דעם טויגן דע אנדערע חברי העדה החרדית בעסער...
נאר,,פרייליךקאווע טרינקערזאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.
דאס יא בויען און נישט בויען במקום קבורת מתים איז נישט תלוי בדעת הקונים המוכרים הקבלנים וכו' והא ראי' די גדולים ווי הרב מ'בריסק ועוד האבען זיך געשלאגען אויף שמירת הקברים אין פרייע געגנטער ווי ס'איז זיכער געווען די דעת הקונים לפחות וויפיל די מתירים האלטען דא.
אדרבה די קונים וואס האבען אינטערעס אויסצורייסען די קברים זענען חשוד אין זיין נוגעים בדבר.
-------
אין אנדערע נייעס איז א חידוש אז דער נייעס באריכט וואס ערשיינט אין אמעריקא נעמט א צד אין די נושא און דעקט גאר שטארק די בעלי מסי''נ וואס זענען לוחם בעד שמירת הקברים.
ס'קוקט אויס אז די צד האוסר האט א שטארקער אנערקענונג ביי די רעכט דענקענדע מענטשען.
אתרא קדישא קוקט אויס גוט צישרויפט אז די חיזוק איז אז אלבערט פריעדמאן דעקט זיי
שמו יגערמסכים אז הגאון רב משה שטערנבוך פאקט זיי אלע איין אין תורת הנגלה.... אבער די צד שכנגד טענה׳ט אז דא איז עס נישט אזוי שטארק מיוסד אויף הלכה ממש נאר מען דארף זיין א שטיקל קנאי,לפנים משורת הדין, אנטי-ציוני ועוד ועוד ביי אזעלכע פעלער ווי גראבן קברים. אין צו דעם טויגן דע אנדערע חברי העדה החרדית בעסער...
יא. אבער דעם שולחן ערוך און די נושאי כלים האט נישט ר' עמרם בלוי געשריבן, נאר דער בית יוסף וסייעתו. נאך. דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אן ענליך ווארט איבער א גאון עצום וואס איז נאכנישט געווען באוואוסט אלס עקסטרעמער קנאי. " א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט. אבער א גאון נישט".
על ראשון ראשון. רבי עמרם האט טאקע נישט געשריבן די שולחן ערוך אין דערפאר האב איך געזאגט אז דאס קען רב שטערנבוך די בעסטע, אבער נאר אויף צו געבן א פסק וכדומה. אבער דארט ווי עס פארלאנגט זיך מער קנאות ( so to speak .......) קענען זיי די מלאכה בעסער. אין בנוגע דאס ווארט פון רבי׳ן טענה׳ן זיי אז מווארט אין מווארט אין זעט אויס אז ער האלט נאך אלץ נישט ביים ווערן ״זייערס״ א קנאי
@קופערניקעס נא... אביסל זיך צירוק האלטן.. עס איז פארט אלול און ווי נישט ווי זענען ביידע זייטען שותומצ״ו, עס איז א שטארקע ווייטאג ווי אזוי די מצב דארט זעט אויס, עס איז ממש לא יאומן כי יסופר וואס גייט יעצט פאר אין אר״י, איך באקום מחשבות זרות צי די אלע ענליכע מלחמת קודש וואס מען האט געפייט צענדליגער יאר צירוק בעפאר עס איז געווען אינטערנעט צו עס עס האט נישט געהאט די זעלבע פנים..
berlbalagulehדער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אן ענליך ווארט איבער א גאון עצום וואס איז נאכנישט געווען באוואוסט אלס עקסטרעמער קנאי. " א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט. אבער א גאון נישט".
דאס האט די סאטמאר רב ז"ל געזאגט ווען מ'האט געברענגט דעם גאב"ד בעל מנחת יצחק ז"ל פון מאנטשעסטער
נאר,,פרייליךדעת תורהקיין שום חידוש. די "צייטונג" בעקט אתרא קדישא לאורך כל הדרך.
אבער צום ערשטען מאל וואס די עבודה בראשות הראב''ד ווערט אזוי געדעקט מיט א שטארקייט דעם דעת האוסר.
ובפרט אז זיין השקפה שרייבער ב. טויב זאל נאך האבען א דריסת הרגל נאך אזעלכע דרשות דאס איז גאר גרויס נייעס
כ'האב געזעהן (געהערט) ווי איינער פרעגט דעם רעדאקטאר היינט, "וואס גייט פאר מיט ענק, שטעלט אייך פאר ווען איינער זאל רעדן אזוי ווי ענקער שרייבער אויפ'ן ראב"ד אין אמעריקע וואלט דאך געווען א וועלטס איבערקערעניש, מיט חתימות עד לב השמים"!
עס האט אויסגעזעהן ווי עס גייט אים אריין אין קאפ, ער זאגט אז די עקסטרעמע האבן א פייט צווישן זיך ווער עס קען זיין מער אויסגעשפראכן און צעווילדעוועט.
אבער רח"ל דו הייסט דאך א נארמאלער מענטש, ווילאנג קען מען נאר'ן דעם עולם, היינט איז אן אפענע וועלט אין 2 סעקונדעס רופט מען דעם חבר קיין ירושלים און מען הערט פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט. מען קען זייער ווייניג מענטשן ארומפירן מיט שקרים.
פרישע פאקטען אויפען פראנט:
די עטליכע רשעים וואס האבען דעם ראב''ד אזוי איינגעמיירעט אין ביטער'ן פעקל האבען דערגרייכט זייערע
מוואלה בקו החשיפות; הקרע בעדה החרדית יוביל להדחת הגר"מ שטרנבוך, כתגובת נגד הוא יפתח בית דין משלו במימון אמריקאי - פיצול שיחליש את העדה החרדית.

נאר,,פרייליךפרישע פאקטען אויפען פראנט:
די עטליכע רשעים וואס האבען דעם ראב''ד אזוי איינגעמיירעט אין ביטער'ן פעקל האבען דערגרייכט זייערע
מוואלה בקו החשיפות; הקרע בעדה החרדית יוביל להדחת הגר"מ שטרנבוך, כתגובת נגד הוא יפתח בית דין משלו במימון אמריקאי - פיצול שיחליש את העדה החרדית.
אויב עס איז אמת - מן הסתם נישט אמת - וועט ער לכאורה מיטנעמען די דריי גרעסטע קנאי׳שע קהלות אין אר״י תולדות אהרן, סאטמער מוהר״א, דושנסקי, די עדה וועט איבערבלייבען מיט סאטמער מוהרז״ל, תוא״י, (און אר״י גייט מוהר״א מיט תו״א אנדערש ווי דא אין אמעריקע)
בדחן, זעהט נישט אויס אז דו האסט אמאל באזוכט ירושלים, סאטמאר מהר"א איז די קלענסטע קנאי'שע(?) קהילה דארטן. חסידי ירושלים איז צוויי מאל אזוי גרויס.
איך האב נישט גערעדט פון ירושלים דווקא, עדה האלט זיך בעה"ב איבער גאנץ אר"י כולל בני ברק,
אבער מיין פוינט איז נישט ווער עס איז גרעסער מוהר"א אדער זיין ברידער, זיי זענענן מן הסתם בערך די זעלבע גרויס, די פאקט אז די עדה בלייבט איבער נאר מיט מוהרז"ל אין תוא"י אין איר באזע, דארף זיין א וועיק אפ קאל פאר די פירער דארט אז זיי זאלען ראטווען וואס איז נאך שייך צי ראטווען.

בדחןאיך האב נישט גערעדט פון ירושלים דווקא, עדה האלט זיך בעה"ב איבער גאנץ אר"י כולל בני ברק,
אבער מיין פוינט איז נישט ווער עס איז גרעסער מוהר"א אדער זיין ברידער, זיי זענענן מן הסתם בערך די זעלבע גרויס, די פאקט אז די עדה בלייבט איבער נאר מיט מוהרז"ל אין תוא"י אין איר באזע, דארף זיין א וועיק אפ קאל פאר די פירער דארט אז זיי זאלען ראטווען וואס איז נאך שייך צי ראטווען.
בדחן טייערער חלמא טבא חזית איר קענט בכלל ניש די מאפע בארה''ק דער ראב''ד האט ניטאמאל היצט געקענט ארויסדערזעהן פינעם הנהגת ה'בלאט פראקציע נאר א גאר קורצע הבהרה פון רצונו של אדם זהו כבודו און פארגעס ניש דא רעדט מען פון א רשכבה''ג וואס קען נעמען די גרעסטע קנאי'שע קהילות פון אר''י צו זיך
כ'פארשטיי איר זענט סך הכל א בדחן אבער בדחנות האט אויך א גדר ווי איין...
ס'מיר טאקע א פלא פ''ו כאטש עפעס א מודעה לכה''פ וויפיל די נטורי קרתא באקימט אין בלאט זאל דער ראב''ד זיך פארדינען מחמת כבודו הרמה וואס ווערט אזוי מבוזה.
זכותים ליום הדין
אלמעכטיגער גאט
ביסטאך א יודע הכל, דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך האב יעצט געטוהן, אבער דיין רשב"א שרייבט דאך קלאר מצוה לפרסם עושי מצוה, ואם אין אני לי מי לי, ע"כ בין איך דא מגלה מעשי הטובים.
ממש יעצט קום איך צוריק פון גאס, שוויצעדיג און מיט שמוציגע הענט, נאכן אויפהייבן פון די ערד עטליכע 100 פאפירן, געשריבן מיט הייליגע תורה-אותיות דברי בזיון אויף א תלמיד חכם.
הייליגע באשעפער, זאל די שווייץ, די שווארצע הענט, און די בזיונות מכפר זיין אויף אלץ וואס איך האב געטוהן כנגד רצונך דורכאויס די יאר, און נאך איין בקשה, איך בעט דיר, נעם אראפ דעם חרון אף פון כלל ישראל, און זיי מעניש נאר די וואס האבן עוסק געווען אין דעם, דער מנסח, דער פרינטער, דער ווארפער, און ס'זאל מקוים ווערן "יכירו וידעו כל באי עולם" אז "יש מנהיג לבירה".
אני החותם מטה
קאווע טרינקער (מיין עכטע נאמען איז נישט קיין סוד אין הימל)

קאווע טרינקער
קאווע טרינקער (מיין עכטע נאמען איז נישט קיין סוד אין הימל)
קאווע'לע, אין פאל ס'קומט פאר סיי וואספארא צומישעניש קען מען דיר לייכט אידענטעפיצירן מיט דיין אוואטאר. מ'וועט אריינסקענען דיין אוואטאר, ס'וועט באלד ארויפשווימן די "בת פלוני לפלוני" אינפארמאציע. און סך הכל פון 5 מענער זי האט, וועט נישט זיין שווער דיר צו באמערקן דער יעניגער מיט די שווארצע הענט
איך קען נישט אריינרעדן אין די שמוץ וועש סומאטוכע, ווייל איך בין לגמרי נישט באקאנט אין דעם, אבער איך מוז גראטולירן @קאווע טרינקער פאר זיין שיינעם אקט פון אויפהייבן פאשקעווילן, באמת וואלט מען געדארפט צוזאם נעמען יעדן פאשקעוויל וואס ווערט געווארפן אויף סיי וועמען, אבער עכו"כ ווען עס איז געשריבן אויף א גדול בישראל.
אשריך קאווע טרינקער, כמותך ירבו בישראל.
אשריך קאווע טרינקער, כמותך ירבו בישראל.
קאוועלע אשריך!! אבער פון ווי נעמסטו דאס אז אזא אקט ווי אויפהייבען פאשקעווילן וואס זענען געשריבען געווארן קעגן גדולי ישראל וועלן דיך העלפן פטור ווערן פון ״ אלע״ דיינע עבירות פון א גאנץ יאר. איז דאס פעיר??? ועוד זיי נישט אזוי שטארק מתפלל פאר די הענט ידי זרים שכתבו שטנה נגד צדיק לאז די אויבערשטער פירן זיין וועלט מיקס אוט פראם היס ביזנס...