זיצען נעבען א פרוי אויף די טרעין
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4538
זיצען נעבען א פרוי אויף די טרעין
עס קומט מיר אויס צו פארען אויף דער טרעין לצורך פרנסה, און אסאך מאל קומט אויס אז עס איז דא א פלאץ נעבען א גויעשע פרוי.
וואס איך טוה וועל איך לאזען יעדעם אויסרעכענען אליין.
אסאך מאל זעה איך היימישע פרויען וואס בלייבען שטיין און זעצען זיך נישט אוועק לעבען א גוי אפילו, תבא עליהם ברכה.
היינט האב איך געהאט אן אינטרעסאנטע עפיזאדע.
איך האב מיך אוועקגעזעצט צווישען צוויי מענער.
איינער פין זיי איז געוועהן א ישראלי און זיין ווייב אדער פרוי חבר איז געשטאנען נעבען אים. האבען זיי זיך אזוי גערעדט און זיך מרמז געוועהן אז ער וועט זיך אויף שטעלען און געבען זיין פלאץ פאר זי, אזוי ארום וועל איך אויפשטיין און זיי וועלען ביידע בלייבען זיצען.....
געמיינט האבען זיי אז זיי האבען צוטוהן מיט א חרדי פין ישראל, איך בין דאך אבער א חרד"ק, בין איך געבליבען זיצען......
וואס האלט דער עולם האב איך געדארפט אויפשטעלען זיך בכהאי גוונא אדער נישט?
מקדש געווען שם ה'.
שוין אסאך מאל געהאט מיט חלונים, זיי נוצען אויס אינזער איינגעצוימטקייט צו זייער בענעפיט מיט א פרעכע געמיינהייט, כ'בין נישט קיין רב, אבער אז ביסט געבליבען וואלסטו געדארפט אויסטון דיין זאקען ווי די גער'ער אינגערמאן אויף אגד באס...
ס'דא א תשובה פון ר' משה אז אפילו אויב קומט עס לידי נגיעה איז עס נישט קיין פראבלעם.
א ריכטיגע ציור אויף נבל ברשות התורה.
לעיקוואדא ריכטיגע ציור אויף נבל ברשות התורה.
זיי מסביר, אויף וועלכע חלק באציהסטו זיך?
not sitting near a goite is hisgarus beimois
מצד הלכה איז נישטא קיין פראבלעם סאיז הוא בבגדו והיא בבגדו און מזיצט נישט צוזאמגעדריקט און אז מוועט בטעות קומען לידי נגיעה איז עס א דבר שאין מתכוין ממילא איז עס נישט דרך חיבה כש"כ אז דו ביסט געזעצן פריער וואס דאן קענסטו זאגען ווי רבן גמליאל ביים מרחץ של ע"ז אני לא באתי בגבולה היא בא בגבולי ווידעראום דאס וואס דו האסט זיך מתעלם געווען פין יענעמס כוונה דיך צו מאכן אויפשטעלן האסטו גוט געטאן אין איינקלאנג פון רוח חז"ל אז המנסך יין חבירו בכוונה ווערט עס נישט יין נסך ווייל אין אדם אוסר דבר שאינו שלו.
שמעקעדיגלעיקוואדא ריכטיגע ציור אויף נבל ברשות התורה.
זיי מסביר, אויף וועלכע חלק באציהסטו זיך?
דער וואס ניצט ציניש אויס יענעמ'ס חומרא אז ער וועט נישט זיצען נעבן א פרוי און מאכט זיך אזוי א פלאץ.
רב וואזנער פסק'נט אז זיצן נעבן אן אישה איז ארגער ווי זיצן קעגנאיבער איר, מפני שיוכל לצמוח מזה נגיעה.
דערנאך קומט א סאדע, אן אייסקריעם, און כ'וויל נישט זאגן ווייטער.
און... ענדיג צו, ס'קען ברענגען צו געמישטע טאנצן.
אבער דא איז דאך דא א גדול עומד על גבה, בעלה משמרתה, בעבידתיה טריד, ועוד.
יא יא, אינזערע גדולים מיינען אז די גאנצע וואס האלט זיי אפ פון פאשען אין פרעמדע פעלדער איז זייער רצון און זייער חומרות, זאלען זיי איינמאהל פראבירן צו מאכען א לאנגע שארטקאט מיט א נקיבה אויף טרעין וועלן זיי זעהן אז ס'גייט נישט אזוי שנעל.
יאיררב וואזנער פסק'נט אז זיצן נעבן אן אישה איז ארגער ווי זיצן קעגנאיבער איר, מפני שיוכל לצמוח מזה נגיעה.
דערנאך קומט א סאדע, אן אייסקריעם, און כ'וויל נישט זאגן ווייטער.
ווייטער געשעהן אויפן סאבוויי?
זי גייט דאך אראפ נעקסטע סטאפ.
און איך גלייב נישט די פסק פון רב וואזנער,
@יאיר מקור ביטע. די פסק פון ר' משה האב איך יא געזעהן, און ס'איז מסתבר, ווייל ס'איז נישט פארהאן קיין שום איסור אויף נגיעה שלא בכוונה ושלא בדרך חיבה.
כיון שניתן רשות וועל איך זיך דא אפרעדן אויף די מענטשען וואס קומען ארויף אויף א עראפלאן און מאכען א גאנצע עסק מיט זיצען לעבן א פרוי.
יונגערמאן, דו האסט א פראבלעם?? פאר נישט!!! אדער קויף א ביזנעס קלאסס טיקעט!!! קיינער איז דיר גארנישט שולדיג
ועוד פארוואס האסטו נישט קיין פראבלעם מיט אחורי אשה???
אז @געפילטע פיש בעט, וועל איך צוצייכענען א
לינק צו די תשובה. ווער עס קען זאל עס אהער ברענגען אדער מעתיק זיין לזכות את הרבים.
מתוך דבריו:
דודאי אסור לשבת על ידה כשיש במציאות לעמוד, דנגיעת בגד הוא ודאי ויכול לצמוח מזה נגיעת גוף על ידי בגד... ועצם הישיבה על יד ערוה מכניס הרהורים כידוע והוא בכלל התרחקות מעריות.
ווי מען זעט האט רב וואזנער צוויי טעמים לאיסור. איינס, די צוויי בגדים וועלן זיך דאך זיכער אנרירן, און ממילא קען מען אויך צוקומען אז דער אייגענער גוף זאל חלילה אנרירן די אשה'ס בגד. צווייטנס, דאס עצם זיצן נעבן א פרוי ברענגט שוין הרהורי עבירה, כידוע ומפורסם בין הני חובשי בי מדרשא דלא אסתכלי אצורתא דאשה מיום הולדם.
big joeכיון שניתן רשות וועל איך זיך דא אפרעדן אויף די מענטשען וואס קומען ארויף אויף א עראפלאן און מאכען א גאנצע עסק מיט זיצען לעבן א פרוי.
יונגערמאן, דו האסט א פראבלעם?? פאר נישט!!! אדער קויף א ביזנעס קלאסס טיקעט!!! קיינער איז דיר גארנישט שולדיג
ועוד פארוואס האסטו נישט קיין פראבלעם מיט אחורי אשה???
געהערט פון א ת"ח אז אויפן עראפלאן איז נישטא קיין פראבלעם מיט אחורי אשה ווייל די אונליינער פונעם זיץ איז געניג הויך, אזוי אויך ביי באסעס
נו אודאי אזוי, ופשוט הוא.
מען דארף נישט איבערדרייען א שטאט אינעם עראפלאן, אבער יעדער פארשטייט אז עס איז נישט כדאי צו זיצן לעבן א פרוי 12 שעה און שלאפן אינאיינעם, נישט נאר צוליב חשש נגיעה וכדומה, נאר עס קען פאסירן אומאיינגענעמע אינצידענטן און מען קען אויך אויסטראכטן בלבולים כמו שכבר היה לעולמים.
דאס איז שוין א תירוץ לאחר החומרא, קיינער איז נישט מקפיד נישט צו זיצן לעבן א קינד אפילו אויב ס'שוין געווען בלבולים דארט אויך.
יאיראז @געפילטע פיש בעט, וועל איך צוצייכענען א
לינק צו די תשובה. ווער עס קען זאל עס אהער ברענגען אדער מעתיק זיין לזכות את הרבים.
מתוך דבריו:
דודאי אסור לשבת על ידה כשיש במציאות לעמוד, דנגיעת בגד הוא ודאי ויכול לצמוח מזה נגיעת גוף על ידי בגד... ועצם הישיבה על יד ערוה מכניס הרהורים כידוע והוא בכלל התרחקות מעריות.
ווי מען זעט האט רב וואזנער צוויי טעמים לאיסור. איינס, די צוויי בגדים וועלן זיך דאך זיכער אנרירן, און ממילא קען מען אויך צוקומען אז דער אייגענער גוף זאל חלילה אנרירן די אשה'ס בגד. צווייטנס, דאס עצם זיצן נעבן א פרוי ברענגט שוין הרהורי עבירה, כידוע ומפורסם בין הני חובשי בי מדרשא דלא אסתכלי אצורתא דאשה מיום הולדם.
די "כידוע" צויבער ווארט עט איטס בעסט. לאנג לעבן זאל כידוע!
לויט דעם תשובה פארשטייט זיך בעסער זיין שיטה אויף אינטערנעט, ווייל ער קריגט זיך מיט די גמרא און האלט אז אפילו בליכא דרכא אחריני חייב לעצום עיניו, דלא כהבבלי דעוצם עיניו נקרא חסיד, שאין מחויב בו מעיקר הדין, וא"כ...
אחורי אשה גייט לכוראה נישט אוועק מיט א בענקל מחיצה (זיכער נישט פאר סאטמארעס)
נאכאמאל אז דו האסט א פראבלעם מיט א פרוי אויפן עראפלאן גיי מיט א שיף
(@שמעקעדיג דו ביסט דארט געווען צו וויסען אז עס איז געווען א בילבול?)
וואס הרב וואזנער שליטא פסק'נט איז נישט רעלעוואנט ווייל די היתר דא איז פשוט כביעתא בכוחתא, ס'איז ס"ה וואס די רב שליט"א נויגט אין זיינע פסקים צום אנגענומענעם חרד'ישן טרענד וואס איז על פי רוב לאו דוקא מצד הלכה, און אז איינער וויל דוקא מפריז זיין על המידה וכוונתו לש"ש קדוש יאמר לו, די צרה איז נאר אז בד"כ טוען מאדנע אויפירונגען ברענגען נעגעטיווע רעזולטאטן, ס'שוין העכסט צייט זיך צו רעכענען מיט דעם וואס מיר לעבן אין אלגעמיין אין א ציוויליזירטע סאסייעטי און זיך אויסלערנען וויאזוי זיך אויפצופירן ע"פ הנימוס בעיסיק עטיקעט, חז"ל ברענען אין מערערע פלעצער די וויכטיגקייט פון זיך אויפפירן מיט דרך ארץ.
דא איז אפשר אויך די פלאץ ארויסצוברענגען די אבסורדוטאט פון געוויסע מענטשן אין פאל א מאנספערזאן דארף עפעס איבערנעמען פון א פרוי, זענען די פרויען געלערנט אז אויף קיין שום פאל דאס איבערצונעמען פון האנט צו האנט, אפילו א לענגערע זאך וואס איז נישטא קיין חשש נגיעה וואס דאס איז קיין שום חשש ע"פ הלכה, סיידן ער האט אינזין אן ענין פון קירבות וואס דאן זאגט אויף דעם די גמרא אפי' גדול כמשה לא ינקה מדינה של גיהנם, איז מערערע מאל גייט עס אזוי אבסורד אז כדי נישט צו דארפן איבערגעבן בייגן זיך די נשים אראפ ביז די ערד דאס אראפצולייגן אויף דער ערד וואס דאס איז נאך פיל א גרעסערן חוסר הצניעות, היש לך טפשות גדולה יותר מזה.
הכלל העולה, אין יעדן פאל איז אנדערש, אן איש פשוט זאל אויף קיין שום פאל זיך זוכען איבריגע חומרות סיידן אז ער ספראוועט זיך מיט הרהורים און ער טוט די אלע זאכן לגדר ולסייג, און פארן בעל נפש וואס לויפט אוועק פון צ"ט שערי היתר מלמדין אותו ער זאל נישט איבערגיין די גבולים וואס מאלענט אונז אראפ פארקערט פון צו זיין אן עם חכם ונבון. וכל ערום יעשה בדעת.
דיין מעשה מיט'ן ישראלי חיה אויפן טרעין, דערמאנט מיר א מעשה וואס איך האב געהאט בימי חורפי נאכ'ן חתונה. איך בין געווען ביי א סטאפ אין מאנהעטען, קומט צומיר צו א ישראלי מיט טרערן געווייקטע אויגן, אז זיין קינד צו ווייב איז שטרעבליך קראנק דא אין שפיטאל. ער איז דא פון ישראל אהן קיין אישורענס און ער דארף קויפן מעדעצין ווייל די נשמה פליט זיי ארויס. איך מיט'ן פולסטען גוטסקייט און תמימות נעם ארויס 20 דאלער, אבער דער הערט נישט אויף צו בעטן פאר מער. ער איז אוועק פון מיר, איר הערט גוט מיט 150 דאלער, און געזאגט אז די 130 עקסטער איז נאר הלואה. איך האב אים געגלייבט ווייל ער האט עס געמאכט געוואלדיג. ער האט מיר אראפגעשריבען אלע זיין אינפא ביז טאטען תרח, אבער אלעס איז געווען פאלטש.
איך בין צופרידן כ'האב געהאט מיין לעקציע פרי אין לעבן אויף קליין געלט, אז ביי די טיים איך בין אריין אין ביזנעס, האב איך קיינעם מער נישט געטראסט.
איך האב מיר אן עצה געגעבען אזוי.
איך האב געזעהן אן עלטערע פרוי, האב איך זי געגעבען מיין פלאץ.........
מעיקר הלכה איז נישט קיין פראבלעם (כשאין נגיעת בשר) כל זמן מ'קומט נישט לידי הרהור און מ'איז נישט מתכוין להנות, אבער אויב איינער איז מחמיר אויף זיך אויף א רואיגן אופן וואס ברענגט נישט לידי חילול השם אדער עלבון הבריות קען מען אים נישט אוועקמאכן, ובפרט אויב איז די אשה א פרוצה (נישט געהעריג באקליידעט, אדער א שטארקע ריח בושם, וכדומה). וביותר אז די מציאות איז צומאל אז אפילו אויב שטערט עס נישט גלייך קען עס שטערן לאחר זמן, ואין להאריך בדברים כאלו, לידע אינש בנפשי'.
נהורא נפישאכש"כ אז דו ביסט געזעצן פריער וואס דאן קענסטו זאגען ווי רבן גמליאל ביים מרחץ של ע"ז אני לא באתי בגבולה היא בא בגבולי ווידעראום דאס וואס דו האסט זיך מתעלם געווען פין יענעמס כוונה דיך צו מאכן אויפשטעלן האסטו גוט געטאן אין איינקלאנג פון רוח חז"ל אז המנסך יין חבירו בכוונה ווערט עס נישט יין נסך ווייל אין אדם אוסר דבר שאינו שלו.
וואו קומט דאס אלעס דא אריין? איר קענט דאך שוין אויך שרייבן אז זיצן איז נישט דרך השתחוי'...
שליחנהורא נפישאכש"כ אז דו ביסט געזעצן פריער וואס דאן קענסטו זאגען ווי רבן גמליאל ביים מרחץ של ע"ז אני לא באתי בגבולה היא בא בגבולי ווידעראום דאס וואס דו האסט זיך מתעלם געווען פין יענעמס כוונה דיך צו מאכן אויפשטעלן האסטו גוט געטאן אין איינקלאנג פון רוח חז"ל אז המנסך יין חבירו בכוונה ווערט עס נישט יין נסך ווייל אין אדם אוסר דבר שאינו שלו.
וואו קומט דאס אלעס דא אריין? איר קענט דאך שוין אויך שרייבן אז זיצן איז נישט דרך השתחוי'...
עס קומט אויף אזויפיל אריין אז זאלס'ט נישט טענה'ן אז אה"נ מעיקר הדין איז נישטא קיין חשש אבער אעפ"כ איז עס מכוער הדבר ודו"ק
big joeאחורי אשה גייט לכוראה נישט אוועק מיט א בענקל מחיצה (זיכער נישט פאר סאטמארעס)
דו שרייבסט עס נאכען עס מברר זיין להלכה?
אדער די שרייסט עס נאר כדי דערמיט פראבירען אפווענדען רב וואזנער?
ביטע גיב אן מראי מקומות בהלכה אז א הויכע בענקעל וואס איז אינגאנצן מפסיק איז נישט גענוג, תודה.
ס'דא א מחלוקת אויב זיצען אינטער א פרוי אויף א באס הייסט ''מאחורי'' די פרומע (ובתוכם די עדה החרדית) האלטן אז יא און די מקילים (ובתוכם ר' חיים קנייבסקי) האלטן אז ביי זיצען בכלל גייט נישט אהן ''מאחורי''
(חוץ מזה רוב אחרונים האלטן אז ''אחורי'' גייט נישט אהן היינטיגע צייטן, אבער דאס איז א שמועס פאר א צווייטע מאהל)
דע גמרא זאגט אין ברכות דף סא' א' לא יהלך אדם אחורי אשה בדרך ואפילו אשתו, נזדמנה לו וכו'. וכל העובר אחורי אשה בנהר אין לו חלק לעה"ב. זאגט תוס'. פי' אם רגיל בכך לפי שיבא לידי נאוף וסופו יורד לגיהנם: זאגט אויף דעם דע מהרש"א דה"מ וכל. דה"נ גבי שיחה אמרו כל המרבה שיחה וכו' דהיינו ברגיל בכך: ווי איז ערגער? א נהר אדער און פליגער אדער אויף דע סאבוועי/באס?
לענ"ד איך פארשטיי נישט דעם ספק,
דער גאנצער פראבלעם פון אחורי האשה איז אודאי נאר ווען זי גייט און די זעהסט אלע אירע חלקי הגוף בשעת דו גייסט אונטער איר.
אויף א באס אדער עראפלאן קענסטו דאך כמעט נישט זעהן די פרוי ווייל דער אנלאנער איז א פולע מחיצה.
אלא מאי אויב זיצט א פרוי אין א אנדער שטוב פארענט פון מיר הייסט אויך אחורי האשה?
און טאמער זיצט די פרוי 2 זיצן פאראויס איז גרינגער? אין עראפלאן זיץ איך אפט גאנץ אונטן, און פארנט פון מיר זענען פאראן הונדערטער פרויען!
elter-zeideדע גמרא זאגט אין ברכות דף סא' א' לא יהלך אדם אחורי אשה בדרך ואפילו אשתו, נזדמנה לו וכו'. וכל העובר אחורי אשה בנהר אין לו חלק לעה"ב. זאגט תוס'. פי' אם רגיל בכך לפי שיבא לידי נאוף וסופו יורד לגיהנם: זאגט אויף דעם דע מהרש"א דה"מ וכל. דה"נ גבי שיחה אמרו כל המרבה שיחה וכו' דהיינו ברגיל בכך: ווי איז ערגער? א נהר אדער און פליגער אדער אויף דע סאבוועי/באס?
רגיל בכך מיינט ער זוכט די געלעגנהייטן
איך גיב קידוש דעם שבת (לכבוד DIFF שרייבן אידיש)
שמעקעדיגאיך גיב קידוש דעם שבת (לכבוד DIFF שרייבן אידיש)
Hold it! Did it lechovod zaidi that possibly wasn't born here. Anybody else that doesn't know local language isn’t worth to come in discussion with.
אפדעיט: ביי די קידוש וועט נאר זיין ביטערע הערינג און ציפעדיגע געטראנקען, ע"ש די ציפעדיגע ענטפער פון DIFF
diffשמעקעדיגאיך גיב קידוש דעם שבת (לכבוד DIFF שרייבן אידיש)
Hold it! Did it lechovod zaidi that possibly wasn't born here. Anybody else that doesn't know local language isn’t worth to come in discussion with.[/quote
thank you
zeidi,
פונעם גמרא זעט מען אז ס'דא צוויי באזונדערע פראבלעמען, איינס איז לילך אחורי אשה, ואפילו אשתו, וואס דאס האט נישט מיט ראי' אדער הרהור, נאר אלץ כבוד, ווי די גמרא שמועסט אויס לויט די שיטה אז דו פרצופין נבראו, הי מינייהו סגי ברישא? זאגט די גמרא אז אדם איז געגאנגען פראנויס, אלץ אחורי ארי ולא אחורי אשה, וואס דארטן איז זי דאך געווען זיין ווייב, זיי זענען געווען באהאפטן פון הונטערוויילעכץ, אזוי אז אפילו אויב אדה"ר האט געוואלט וואלט ער נישט געקענט זעהן.
דערנאך איז דא א צווייטע זאך פון וכל העובר אחורי אשה בנהר אין לו חלק לעה"ב ווייל זי איז מגבהת בגדיה, און דער גייט ספעציעל אונטער איר כדי צו קענען זעהן, און דערפאר איז הרגיל בזה סופו בא לידי ניאוף.
כל הדיון רק להלכה אבל למעשה כבר נוהגים להקל בזה
גיי אויף די טרעין יעדען טאג וועסטו זעהן מידל עיזש יודען ליטווישע חסידישע ובני תורה וואס זיצען הארט לעבען האלב נאקעטע גויטעס און קוקען אריין אין א גמרא אדער לערנען דף היומי אויפען אייפעד
קען זיין אז עבירה גוררת עבירה ווייל זיי לערנען דף היומי קומען זיי צו צו נגיעה בנכרית רח"ל
דורך אויס דעם אשכול לע"ד מאכען עטליכע א פאר טעות'ען
שלא בדרך חיבה מעג מען אפילו בבשרה ממש ובתנאי שאין בה הרהור . הגה בעצמכם ווי אזוי מעג א מאן דאקטאר אונטער זוכען א פרוי? דער היתר פון צורך רפואה איז נישט גולטיג ווייל אביזרייהו דערוה איז דאך ביהרג, וואס איז אסור איז אסור ואפילו לדבר עם בתולה מאחורי הגדר. "מעשה באדם אחד שנתן עיניו באשה אחת והעלה לבו טינא (רש"י: מרוב אהבה נטמטם לבו והעלה חולי), ובאו ושאלו לרופאים ואמרו אין לו תקנה עד שתבעל. אמרו חכמים ימות ואל תבעל לו. (הציעו הרופאים הצעה אחרת:) תעמוד לפניו ערומה. (אמרו חכמים:) ימות ואל תעמוד לפני ערומה. (הציעו הרופאים הצעה אחרת:) תספר עמו מאחורי הגדר. ימות ולא תספר עמו מאחורי הגדר.
דאס מיינט אויב ס'האנדלט זיך מיט הרהורי תאוה איז דאך אסור אפילו בלא נגיעה ולפי זה למי שבא לידי הרהור אסור "לו" אפילו "בלא נגיעה" לנסוע בסובוויי!
וזהו מש"כ ר' משה בתשובה שבלי הרהור ובלי נגיעת "חיבה" אין כאן איסור כלל.
ולציין נשי הספרדים נהגו לנשק יד החכמים ובימים מקדם נהגו האשכנזים לרקוד עם הכלה בידים ממש (שהרי זה למצוה ולא משום חיבה) ראה בספר הקלאסי יוסף אומץ (ורק המדקדקים דהיינו די וואס זענען געווען פארפרומט כרכו מטפחת סביב ידיהם)
📎 Negia1.JPG
ראה גם בשו"ת פני יהושע לבעל מגיני שלמה (ח"ב סימן מד): "גם באיסור דרבנן לא נקב הרמב"ם, כי אם מה שהוא לֵהָנות מדבר עבירה, אבל על נגיעה לחוד לא הזהיר, ולא מצאנו שיהיה איסור נגיעה בשום ערוה, כי אם בנידה". וכ"כ גם הרב מ' פיינשטין בדעת הרמב"ם, וזה לשונו: "כל איסור נגיעה בעריות הוא אף להרמב"ם, שסובר שהוא מן התורה, דוקא דרך תאווה, כמפורש בדבריו. ומשמע שבלא דרך תאווה אין אף איסור מדרבנן, שהרי לא הזכיר איסור כזה. מפורש כן בש"ך [= ב'שפתי כהן'], שהביא ראיה ממה שמצינו, שהאמוראים היו מחבקים ומנשקים לבנותיהם ואחיותיהם" (איגרות משה, אבן העזר ב סימן יד). משמע מדבריהם, שהרמב"ם חזר בו ממה שכתב בפיהמ"ש. ראה גם דברי הרב יוסף חיים מבגדאד, שכתב: "חכם וזקן, שהנשים נושקות ידיו, אין צריך לסרב ולדחותן, כי זו הנשיקה שהיא על גב היד אינה דרך חיבה" (עוד יוסף חי, סדרה א, פרשת שופטים).
ווען הרב וואזנער שרייבט אז עס קען צו קומען צו נגיעה מיינט ער בפשטות לאנשים שבאים מזה לידי הרהור כי בלא הרהור אין איסור כנ"ל.
זייער שיין ארויסגעברענגט איין צד, ויש חולקים. פון רמב"ן בכמה מקומות איז משמע אז להרמב"ם איז אפי' נגיעה שלא דרך חיבה אסור מדאורייתא, (וכן הוא פשטות ד' הב"י יו"ד סי' קצה, ב"ש אה"ע ריש סי' כ', בית יעקב מצויזמיר סי' פ', נתיבות לשבת אה"ע שם), וי"א אז ס'איז אסור מדרבנן (כ"נ בפלתי יו"ד שם, סד"ט שם, נחפה בכסף ח"ב אה"ע סי' יט, עזר מקודש אה"ע סי' כ', וכן משמע בש"ך שציינת). ועי' שדי חמד אסיפת דינים מער' חתן וכלה אות יב ואוצר הפוסקים אה"ע סי' כ' סעיף א' אות ג' מה שהאריכו. (ודברי האג"מ אינם מוכרחים כלל, וכעת א"א לי להאריך).
וממילא אזוי אויך די נידונים וואס איר האט געשריבן (נשיקת ידי החכמים וריקוד עם הכלה) תלויים בזה, והרבה מאוד כתבו לאיסור, עי' שדי חמד שם. די מדקדים אין יוסף אומץ מיינט בכלל נישט פארפרומטע, נאר די וואס זענען מחמיר כהאוסרים (ובאמת אפי' בהפסק מטפחת יש אוסרים הרבה).
דוכט זיך ר"ש וואזנער שרייבט ערגעץ דנהוג עלמא כהפליתי ודעימי' אז ס'איז אסור מדרבנן, וא"כ לשיטתי' אזיל גם בלי הרהור. אבער אפי' אויב נעמט איר אהן כהמקילים (ואני לא באתי למדה זו להכריע), קענט איר אבער נישט באטיטלען די וואס שרייבן אנדערש 'טועים'.
ועדיין אני אומר, אפי' לויט די מקילים, וויבאלד מ'קען ברגע כמימרא במחשבה לבד עובר זיין אויף אן איסור דאורייתא (ולכמה פוסקים יהרג ואל יעבור), בוודאי המחמיר על עצמו (אויף א נארמאלן אופן) תבא עליו ברכה. ועי' בעזר מקודש הנ"ל שכ' כעי"ז.
דאס איז אלעס א מחלוקה אינעם שיטת הרמב"ם גופי', אבער איז דען דא נאך ראשונים דקאי כוותי' בכלל דיש בעצם איסור נגיעה? (ואף ביש תאוה והרהור ממש, מכל מקום לא הוסיף בנגיעתו עבירה יותר מבלי הנגיעה, דלא תקרב הכוונה לחיבוק ונישוק וכדו' לא סתם נגיעה. איך פרעג בלויז, איך האב באמת נישט קיין אנונג).
(הרב וואזנער, האט שוין עפעס א קולא מחדש געווען לאורך ספריו וחידושיו? איך פרעג סתם, ווייל ביי יעדע היינטיגע שאלה כמעט טרעף איך זיין נאמען פיגורירן צווישן די אוסרים, איז מיר עס אינטערעסאנט).
דאס וואס ער שרייבט אז נהוג עלמא אז ס'איז אסור מדרבנן, אין א עלמא וואס מען גייט צו א מענער דאקטער ווען מען קען פונקט אזוי גיין צו א פרויען דאקטער, און מען פארט אויפן סאבוועי בלי חשש כלל, איז שייך צו זאגן נהוג עלמא אזוי? (אפשר מיינט ער אז אפי' להרמב"ם נהיגי דהוא רק מדרבנן, ונקטינן כהחולקים דליכא איסורא כלל).
דעת תורהדאס איז אלעס א מחלוקה אינעם שיטת הרמב"ם גופי', אבער איז דען דא נאך ראשונים דקאי כוותי' בכלל דיש בעצם איסור נגיעה? (ואף ביש תאוה והרהור ממש, מכל מקום לא הוסיף בנגיעתו עבירה יותר מבלי הנגיעה, דלא תקרב הכוונה לחיבוק ונישוק וכדו' לא סתם נגיעה. איך פרעג בלויז, איך האב באמת נישט קיין אנונג).
אז ס'איז דא בכלל אן איסור קריבה איז לכולי עלמא, די שאלה איז נאר צו מדאורייתא, און רוב ראשונים שרייבן ווי דער רמב"ם (ראב"ד, סמ"ג, רבינו יונה, חינוך, כפתור ופרח, מאירי, ריטב"א, ר"ן, ריב"ש, טור). והעיקר, אזוי איז גע'פסק'נט להלכה, עי' אה"ע סי' כ' ויו"ד סי' קנז. אין דעם איז די שאלה צו דוקא דרך חיבה והנאה (הגם י"א אז בזה אפי' הרמב"ן מודה דאסור מדאורייתא, סוגיין דעלמא דלא כוותייהו), ומזה כתבנו לעיל. (כמעט קיינער איז נישט מחלק צווישן נגיעה און חו"נ, נאר חו"נ איז אלעמאל דרך חיבה. ועי' שד"ח הנ"ל ובמעין החכמה אטב"ח אות נז).
דעת תורה
(הרב וואזנער, האט שוין עפעס א קולא מחדש געווען לאורך ספריו וחידושיו? איך פרעג סתם, ווייל ביי יעדע היינטיגע שאלה כמעט טרעף איך זיין נאמען פיגורירן צווישן די אוסרים, איז מיר עס אינטערעסאנט).
דאס וואס ער שרייבט אז נהוג עלמא אז ס'איז אסור מדרבנן, אין א עלמא וואס מען גייט צו א מענער דאקטער ווען מען קען פונקט אזוי גיין צו א פרויען דאקטער, און מען פארט אויפן סאבוועי בלי חשש כלל, איז שייך צו זאגן נהוג עלמא אזוי? (אפשר מיינט ער אז אפי' להרמב"ם נהיגי דהוא רק מדרבנן, ונקטינן כהחולקים דליכא איסורא כלל).
באמת פרעגט איר צוויי גוטע שאלות, ס'וואלט גוט געווען איינער זאל אים פרעגן 😉 . אבער לגבי א דאקטער איז דער היתר אז לצורך רפואה ובעבידתי' טריד איז מען מקיל בדרבנן (ובאמת שרייבט ער טאקע אין ח"ג סי' קפו וח"ד סי' קסז מ'זאל נישט גיין שלא לצורך, וע"ע מנחת יצחק ח"ז סי' עג, דוכט זיך ס'זענען אמאל געווען גאנצע מערכות דערוועגן). לגבי דעם סאבוועי, נהוג עלמא צו זיצן בנגיעת בשר?
למעשה טרעף איך נישט וואו דער שבה"ל שרייבט נהוג עלמא, מעגליך ס'איז בלויז א טעות.
Shaliach writes that hirhur and negia are mehatorah. Why do we never hear it at leining
in the sefer v'alehu lo yibol it cites R' Shlomo Zalman Auerbach that once he was sitting next to a talmid on the bus, and an old lady came onto the bus. R' Shlomo Zalman told his talmid, "if you don't get up for her (letting her sit next to R' Shlomo Zalman) I will."
שליחזייער שיין ארויסגעברענגט איין צד, ויש חולקים. פון רמב"ן בכמה מקומות איז משמע אז להרמב"ם איז אפי' נגיעה שלא דרך חיבה אסור מדאורייתא, (וכן הוא פשטות ד' הב"י יו"ד סי' קצה, ב"ש אה"ע ריש סי' כ', בית יעקב מצויזמיר סי' פ', נתיבות לשבת אה"ע שם), וי"א אז ס'איז אסור מדרבנן (כ"נ בפלתי יו"ד שם, סד"ט שם, נחפה בכסף ח"ב אה"ע סי' יט, עזר מקודש אה"ע סי' כ', וכן משמע בש"ך שציינת).
שיין געענטפערט, אבער אויף דעם וואס איר שרייבט "וכן משמע בש"ך" איז מיר קשה. שהרי זה לשון הש"ך בסימן קנז ס"ק י: נראה לי דעת הרמב"ם אף הרמב"ם לא אמר אלא כשעושה חו"נ דרך חיבת ביאה שהרי מצאנו בש"ס בכ"מ שהאמוראים היו מחבקים ומנשקים לבנותיהם ואחיותיהם וכן משמע מפורש ממה שכתב
הרמב"ם בהלכותיו חיבוק או נישק דרך תאווה וזה לא כבית יוסף לקמן סוף סימן קצה.
דער איסור קריבה לערויות איז דער זעלבע ביי א פרעמדע ווי ביי א שוועסטער מ'קען נישט ציטיילען א לאו. ס'איז נישט קיין נפק"מ צו איר נעמט און ר' משה'ס מסקנות לגבי סאבווי צו נישט, און אויב מ'קען זיך היטען פון הרהור. אבער ער זאגט דארט (שו"ת אג"מ אה"ע ב' סי' יד) אז שלא בדרך חיבה ותאווה "אין שום איסור" און עס איז "מפורש כן בש"ך" הנ"ל, אזוי שטייט אין ש"ך והמנהג להלכה כמותו. ווייס איך נישט ווי אזוי איז אייך אויס געקומען צו שרייבען אזוי איז משמע אין ש"ך? דער לשון כמובא פה איז גאנץ קלאר.
מ'קען ברענגען פול ראשונים לכאן או לכאן אבער להלכה פסק'נט מען געווענליך ווי דער ש"ך ואין אחריו כלום [להלכה, אבל כמובן כיון שבשו"ע מובא ג"כ להלכה ש"מאד מאד צריך להתרחק מהנשים" ומי יאמר זכיתי לבי אבל אחרי ההלכה בגדר איסור קריבה יש דברים שהם ג"כ להלכה אבל הם מסורים ללב כל אחד ואחד וא"א לקבוע מסמורות ע"ז.
יונה כהןשהרי זה לשון הש"ך בסימן קנז ס"ק י: נראה לי דעת הרמב"ם אף הרמב"ם לא אמר אלא כשעושה חו"נ דרך חיבת ביאה שהרי מצאנו בש"ס בכ"מ שהאמוראים היו מחבקים ומנשקים לבנותיהם ואחיותיהם וכן משמע מפורש ממה שכתב הרמב"ם בהלכותיו חיבוק או נישק דרך תאווה וזה לא כבית יוסף לקמן סוף סימן קצה.
חו"נ דרך ביאה און חו"נ דרך תאוה זענען דוכט זיך צוויי באזונדערע זאכן, נו, טפוס לשון ראשון?
ר' יונה, איר קענט דאך פרעגן פיל שטערקער, וויאזוי קענען די אחרונים שרייבן אז ס'איז אסור מדרבנן, ס'איז דאך מפורש בגמרא עולא מנשק לה וכו'?
די תירוץ איז, ווי תוס' זאגט שוין דארט אין שבת (יג. ד"ה ופליגא דידי'), אז דאס האבן נאר די אמוראים געמעגט דדמיין עלייהו כי כשורא. פארט ברענגט דער ש"ך א ראי' אז ס'איז נישט קיין דאורייתא (דער גאנצער נידון דארט איז צו יהרג וא"י, וואס לויט דער ש"ך איז עס נאר ביי א דאורייתא), ווייל א דאורייתא ווערט נישט מותר מיט די סברא. אבער א דרבנן איז עס טאקע יא, אזוי זענען מסביר די אחרונים שציינתי, ודברי האג"מ צ"ע.
כ'קען זיך נישט אויס בכללי הוראה, אבער לו יהא אז פשט אינעם ש"ך איז כדבריך, פסק'נט מען טאקע ווי דער ש"ך אפילו ווען רוב פוסקים שלאחריו שרייבן פארקערט?
אלענפאלס, כ'בין נישט געקומען דא זיך מתוכח זיין מיטן אגר"מ להלכה, נאר ארויסברענגן אז ס'איז דא גאר א שטארקע מקום להחמיר, נישט סתם א פארפרומטקייט.
שליח אלענפאלס, כ'בין נישט געקומען דא זיך מתוכח זיין מיטן אגר"מ להלכה, נאר ארויסברענגן אז ס'איז דא גאר א שטארקע מקום להחמיר, נישט סתם א פארפרומטקייט.
100% גערעכט! אבער דאס איז נישט נאר דער דעה פון ר"מ אז אזוי איז פשט אין ש"ך אלע לערנען אזוי די אוסרים אסר'ן אבער נישט משום לא יקרבו פשוט נאר צוליב הרהור והרהורי עבירה קשים מעבירה און טאקע וועגען האבען אחרונים זיך געקריקט מיט ר"מ.
אבער נישט אויף דעם פוינט, עס איז נישט דא א דירעקטער איסור. און עס כאפט א נפק"מ למשל ביי אן אלטיטשקע איינגעבויגענע אשה פון 101 יאר, איז דאך נאך אלס דא אן איסור יחוד משום לא פלוג, אבער איז דען דא אן איסור פון סתם סתם נגיעה שאינה של חיבה למשל צו העלפן איר ארויף גיין שטיגען? איך זאג נישט אז איך בין דאס גרייט צו טוהן, אבער לפי ההלכה וואס פונקט איז דער איסור?
און פון ווי איז דער היתר אז א מאן דענדיסט זאל מאכען א קלינניק פון ציינער פאר פרויען און מיידליך, [נאר דערפאר אז ער איז פארנימען מיט זיין ארבעט איז ער נישט מהרהר, [דער אויסנאם ארבעט נישט ביי איסור יחוד אדער נדה] מ'זעט דאס זעלבע ביי א פרוי וואס באדינט בנגיעה אן אלטען איד וחזו מה עמא דבר. ס'איז פשוט נישט דער מנהג אז עס איז אסור אפילו "שלא" לצורך רפואה.
Rabbi moshe knew that there is hirhur by plain people. But the tora hid the isur from them as i explaind above umutav sheyiyu shogegim.
Today rabonnim cannot be maikil because they are not apreciated and are called names like Mikel R
ר' יונה, כ'בין נישט זיכער אז כ'פארשטיי וואס איר שרייבט און פון וועלכע אחרונים איר רעדט, אבער עכ"פ אין די אחרונים שציינתי לעיל שטייט גאנץ קלאר אז אפי' בלי שום הרהור איז דא לא יקרבו (למר מדאורייתא ולמר מדרבנן) גם בקריבה שלא דרך חיבה. די וואס לערנען אז ס'איז אסור מדאורייתא קריגן זיך כמובן מיטן ש"ך, אבער פון די וואס לערנען אז ס'איז אסור מדרבנן זענען דא וואס לערנען אזוי אינעם ש"ך, וכאשר ביארתי לעיל. איר קענט נאר זאגן אז דער שורש האיסור פון קריבה איז משום סייג (און אזוי שטייט ארויס אין אבות דר"נ רפ"ב לגבי דער דאורייתא'דיגער איסור), אבער למעשה יעצט איז עס אן איסור פאר זיך און ס'איז אסור אויך ווען מ'קומט נישט לידי הרהור, ודמיא ממש ליחוד שג"כ משום סייג ולבישול בשר בחלב וואס איז נאר א סייג שלא יבואו לאכול (כס"מ ריש הל' טומאת מת).
בעבידתי' טריד איז דער היתר אז ס'הייסט בכלל נישט קריבה נאר א מעכאנישע מעשה (עכ"פ לויט די שיטות), נישט סתם א היכי תמצי מ'זאל נישט צוקומען לידי הרהור.
Seems Shaliach agrees that its mutar. He sais hirhur isnt the problem and it isnt negia shel kraiva
כ'ווייס נישט צו איר מאכט א ווערטל אדער כ'האב באמת נישט גענוג קלאר געשריבן, וויבאלד כ'בין יעצט אין א רעדעוודיגע מאוד וועל איך איבערשרייבן, העכסטענס א תגובה לבטלה.
הרהור איז אסור (מן התורה) סיי וויאזוי, ובזה לא נחלק אדם מעולם. נגיעה דרך חיבה איז אויך אסור סיי וויאזוי (להלכה מה"ת), וגם בזה לא נחלקו. נגיעה שלא דרך חיבה ובלי הרהור, דאס איז געווען דער נידון, און אויף דעם האב איך געברענגט אז אין רוב אחרונים שטייט אז ס'איז אויך אסור (מחלו' צו מה"ת אדער מדרבנן), להלכה למעשה CYLOR.