☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער דמיון אין צייט

דער דמיון אין צייט

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4358

לולקע-ציבעך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:36 pm

· #136316
דער דמיון אין צייט
מיר פארמאגן זייגערס און קאלענדערס, וואס טיילן אונז איין די צייט אין באשטימטע חלקים. דאס איז אזא פאטענט וואס די מענטשהייט האט זיך געמאכט, כדי צו קענען קאמוניקירן און אפשמועסן זאכן. אן שעות, טעג, וואכן, חדשים, און יארן, וואלט אונז זייער שווער אנגעקומען אפצושמועסן סיי וואס האט נאר שייכות מיט צייט. מיר וואלטן נישט געקענט מאכן קיין אפאינטמענטס, אדער האלטן חשבון אויף דער טאג-טעגליכער ווירטשאפט.

מיר פארשטייען אבער, אז דער זייגער און קאלענדער האבן ווייניג שייכות מיט "צייט" בעצם. ווען א מענטש זאל זיך טרעפן אין א מדבר, אן זייגערס און אן קיין לוח, וועט די צייט מיט גארנישט זיך טוישן. זי וועט ווייטער לויפן פונקט ווי פריער. דער מענטש וועט טאקע נישט וויסן וויפיל אזייגער עס איז; אויב וועט ער בלייבן אינעם מדבר אויף גענוג א לאנגער צייט, וועט ער ביסלעכווייז אויך אנהייבן פארלירן חשבון אויף די טעג און חדשים. אבער די אלע זאכן וועלן נישט אנרירן דעם עצם געלויף פון זמן – דעם שטראם פון עבר צו עתיד.

מיר האבן זיך געמאכט א סדר אין זמן. היינט, צום ביישפיל, איז דאנערשטאג, חודש אב, תשס"ג. "דאנערשטאג" איז אבער נישט מער ווי אן אופן צו באצייכענען איין געוויסן "שטיק" פון צייט. צייט בעצם איז נישט היינט אדער מארגן – זי טוישט זיך נישט פון נעכטן אויף היינט, אפגעזען וויאזוי מיר "צעטיילן" איר פאר אונזערע צוועקן. מיר האבן זיך געמאכט דעם סיסטעם, כדי זיך צו גרינגער מאכן דאס לעבן.

דאס איז אמת נישט נאר לגבי דעם לוח און זייגער, נאר אויך מיט די סעזאנען. דאס יאר איז איינגעטיילט אין זומער, הארבסט, ווינטער, און פרילינג. אבער די אלע זאכן האבן צוטאן מיט'ן קלימאט און וועטער – מיט דער ווייטקייט פון דער זון און אונזער ביחס'דיגן פלאץ אויפ'ן ערדקוגל. מיר זענען טאקע צוגעוואוינט אנצוקוקן דאס יאר, די סעזאנען, ווי עפעס א פרט פון צייט. מיר ווייסן אבער גלייכצייטיג אז ס'איז בכלל נישט אמת. מיר רעדן פון די סעזאנען אין קאנטעקסט פון צייט, צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס מיר האבן א לוח און א זייגער: לשם פראקטישקייט. הילוך הזמן – פון עבר צום הווה און פון דארט צום עתיד – האט גארנישט איינגעלייגט דערמיט. דאס געלויף פון צייט איז די זעלבע, אפגעזען פונעם קלימאט אדער צייט פון יאר.

עס קען זיין אז איינער פון די אור-אלטע שבטים וואס לעבן נאך אין די זשונגלען פון אפריקע און דרום אמעריקע האבן גאר אנדערן סיסטעם וויאזוי צו האלטן חשבון אויף דער צייט. עס קען זיין אז זיי האבן א וואך וואס באשטייט פון דרייצן טעג. זייער טאג איז אפשר איינגעטיילט אנדערש ווי אונזערס. אפשר ווערט דער טאג דארט צעטיילט ביי חצות – פון חצות ביז חצות. אפשר גאר איז עס איינגעטיילט אין דריי חלקים. (אין מסכת ברכות געפינען מיר אז פון איין געוויסן פערספעקטיוו איז די נאכט צעטיילט אין דריי חלקים.)

אויב מיר וועלן וועלן ארגאניזירן א מיטינג מיט עמיצן פון יענעם שבט, וועלן מיר זיך טרעפן מיט דער זעלבער פראבלעם ווי דעם מענטש וואס האט פארלאנזשעט אין מדבר. די צייט איז פאר אונז אייניג, אבער מיר וועלן זיך נישט קענען צונויפשמועסן, ווייל די מיטלען מיט וואס מיר באצייכענען א צייט-אפשניט איז גאר אנדערש ווי ביי יענע.

דער סיסטעם פון סעזאנען, קאלענדער, זייגערס איז אזוי אוניווערסאל אנגענומען, אז מיר, די מענטשהייט, האבן זיך צוגעוואוינט זיי אנצוקוקן ווי אן אספעקט פון צייט אליין. ווען מען רעדט פון "זייגער", קומט זמן בעצם אויפ'ן געדאנק. אבער דאס איז בכלל נישט אמת: דער זייגער האט גארנישט מער שייכות צו צייט ווי דעם העמד אויפ'ן גוף. ביידע ווערט אפעקטירט פון דער צייט – דער זייגער מיט דער טויש אין ציפערן און דער העמד מיט'ן אפגעטראגן ווערן. קיינער פון זיי איז אבער נישט מער און נאענטער פארבינדן מיט זמן ווי דעם אנדערן. ביידע זענען זיי זאכן וואס עקזיסטירן אין, בתוך, צייט.

וואס "צייט" איז בעצם, איז באמת א פראגע וואס מאטערט די מענטשהייט שוין יארן. אמאל איז די קשיא געווען א פילאסאפישע; היינט איז זי האלב פילאסאפיש, האלב סייענטיפיש; ויש גורסין אז ס'איז נישט דאס, נישט יענץ. מיר פארשטייען איר אזוי ווייניג, אז מיר ווייסן ניטאמאל וואספארא סוג בריאה דאס איז. מיר ווייסן נישט צי זמן איז א הארט-פיזישע זאך, אן אבסטראקטער מושג, א פסיכאלאגישע תוצאה פונעם מוח, צי גאר עפעס אנדערש.

אפשר קען מען שפעקולירן, אז צייט איז אויך אזא מין אוניווערסאלער אפמאך, צו וואס די גאנצע מענטשהייט האט "מסכים געווען". פונקט ווי דעם אופן ווי מיר "צעטיילן" די צייט, וואס איז נישט מער ווי א פאנטאזירטע צייט-שטיקלעך חלוקה, אפשר איז זמן בעצם עפעס וואס קען טעארעטיש זיין "אנדערש" ווי מיר זענען צוגעוואוינט. עס קען זיין אז עפעס אינעם מענטש צווינגט אים אנצוקוקן און פילן צייט אזוי ווי מיר פילן און דערפארן איר. אבער, יתכן אז מען קען אויף אן אופן זיך ארויסרייסן פון דעם "באַקס". אפשר וועלן מיר געוואויר ווערן, אז צייט איז מער, צי אנדערש, ווי מיר קענען איר שוין פאר די לעצטע ווייסעך-וויפיל טויזנטער יאר.

דאס ווייסן מיר דאך, אז אונזערע חושים דינען א דאפלטן צוועק. פון איין זייט, געבן זיי אונז די מעגליכקייט אויפצונעמען אינפארמאציע און עקספיריענסן די וועלט. אבער פון דער אנדערער זייט זענען זיי באגרעניצט. עס זענען פאראן זאכן וואס מיר קענען נישט באנעמען, ווייל אונזערע חושים זענען זייער ספעציפיש אויפצוכאפן נאר געוויסע זאכן. אונזערע אויערן כאפן אויף לופט-כוואליעס, די אויגן באנעמען איין געוויסן מין פון עלעקטראמאגנעטישע שטראלן, די נאז דערשפירט געוויסע מאלעקיולן, דאס מויל, הענט און פיס דערהייבן נאר ממשותדיגע זאכן. די זאכן באצייכענען אבער נישט מער ווי א קליינעם טייל פון עקזיסטענץ. מיר זענען נישט אויסגעשטאט אויפצונעמען עפעס אנדערש, הגם זיי עקזיסטירן.

מיר ווייסן אויך אז די אטאם-וועלט זעט אויס גאר, גאר אנדערש ווי די, וואס מיר עקספיריענסן. די חוקי הטבע אפילו זענען דארט (אין א געוויסן זין) אנדערש. מיר האבן קיינמאל נישט געוואוסט דערפון, ווייל אויף דעם שטאפל ביי וועלכן מיר דערפארן די וועלט פירט זי זיך נישט אויף די זעלבע ווי אויף דעם סובאטאמישן שטאפל. און יענץ איז אזוי אומבאגרייפליך קליין, אז דער קאפ הייבט אן וויי טאן פון בלויז זיך פרובירן משער זיין פון וואספארא משונה'דיגע פארנעם פון קליינקייט מען רעדט דא. אויב אונזער זע-קראפט וואלט געווען מער פארגעשריטן (אין פארנעם, און אויך אין מעגליכקייט פון זען עפעס וואס געפינט זיך אויף מער ווי איין פלאץ אין דער זעלבער צייט), און מיר וואלטן געקענט מיט די אויגן זען וואס עס שפילט זיך אפ אינעם אטאם, וואלטן מיר געהאט גאר א צווייטן בליק אויף דער וועלט און אפילו אויף עקזיסטענץ.

אפשר איז דאס זעלבע אמת אויף צייט? אפשר ווערט דער מענטש געבוירן מיט עפעס א פסיכאלאגישן "טשיפּ" אין קאפ, וואס שטערט אים פון זען די זאך מיט א ברייטערן בליק? אפשר לאזט צייט כשלעצמה גיין אויף צוריק צום עבר פונקט אזוי גרינג ווי פון עבר צום עתיד? דער עבר איז דאך פונקט אזוי א חלק פון כלל-זמן ווי דעם הווה און דעם עתיד. אפשר איז דאס נאר קענען טוישן דעם הווה, נאר זען דעם עבר, און בכלל נישט קענען דעם עתיד א צמצום מיט וואס דער מענטש ווערן געבוירן, אבער פון וועלכן ער קען אויף אן אופן זיך ארויסרייסן?

אין א ווארט: אפשר זענען די מושגים פון "עבר", "הווה", "עתיד" קאנצעפטן פון אן ענליכן סוג ווי "לוח" און "זייגער"?

אפשר, אפשר נישט. כ'ווייס נישט. יעצט דארף איך אבער מסיים זיין. וועלן מיר זיך זען, מערצעשעם, נעכטן...

יואב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:23 pm

· #136390
[ציטאט אראפגענומען]

דבילה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:46 pm

· #136398
איז צייט עפעס מער ווי א מעסטער אויף איין פעולה וואס געשעט נאך די צווייטע?

יאיר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:56 pm

· #136402
וועלקאם בעק, לולקע. א פארגעניגן דיר צו פאררריכערן.
דו ביסט מעורר גאר גוטע נקודות, אבער עס איז מיר א חידוש אז דו דערמאנסט נישט רעלאטיוויטי וואס זאגט בעצם אקוראט דאס, אז צייט איז א נברא וואס מען קען בייגן, פארקרומען, פארשטייטערן, פארשנעלערן, צוריקרוקן, און פאראויסרוקן (עכ"פ טעארעטיש).

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:21 pm

· #136415
נאפאליאן האט טאקע פראבירט צו מאכן א נייע מושג פון שעות ,וואכן און חדשים וואס מאכט מער סענס. עס האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי זיין מלוכה זעלבסט.

מאטי » דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:53 pm

· #136425
בקיצור צייט איז נישט עפעס א וויהאקעל וואס פארט פון זיך אליינס און מיר כאפן זיך מיט דערמיט, נאר סך הכל אן אויפן וויאזוי מסדר צו זיין ביאלאגישער און פיזישער טוישן. וואלט דער זון נישט געשיינט, וואלטן מענטשן נישט עלטער געווארן.....כ׳מיין געטוישט געווארן. דאן מאן יימר אז צייט גייט דורך. אבער מיין נאז איז דאך פארט גרעסער וואו א יאר צוריק? מוז איך בע״כ פארענפערן כאן קודם וכאן לאחר..

יאיר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:01 pm

· #136426
moti107
בקיצור צייט איז נישט עפעס א וויהאקעל וואס פארט פון זיך אליינס און מיר כאפן זיך מיט דערמיט, נאר סך הכל אן אויפן וויאזוי מסדר צו זיין ביאלאגישער און פיזישער טוישן. וואלט דער זון נישט געשיינט, וואלטן מענטשן נישט עלטער געווארן.....כ׳מיין געטוישט געווארן.

דאס איינטיילן צייט אין די ספעציפישע שטיקלעך איז א מען מעיד אינווענטשאן, אבער צייט כשלעצמו איז אודאי קביע וקיים, אזוי לאנג ווי מעס און ספעיס עקזיסטירן.

מאטי » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:30 pm

· #136429
יאיר
moti107
בקיצור צייט איז נישט עפעס א וויהאקעל וואס פארט פון זיך אליינס און מיר כאפן זיך מיט דערמיט, נאר סך הכל אן אויפן וויאזוי מסדר צו זיין ביאלאגישער און פיזישער טוישן. וואלט דער זון נישט געשיינט, וואלטן מענטשן נישט עלטער געווארן.....כ׳מיין געטוישט געווארן.

דאס איינטיילן צייט אין די ספעציפישע שטיקלעך איז א מען מעיד אינווענטשאן, אבער צייט כשלעצמו איז אודאי קביע וקיים, אזוי לאנג ווי מעס און ספעיס עקזיסטירן.

דיפיין ״צייט כשלעצמו״ אן די שטיקעלעך.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:39 pm

· #136430
אויף דעם זאגט מען נאך פון ר' חיים פון בריסק, וואס פרעגט: ווען זענען בכורי מצרים געשטארבן? בחצות הלילה! ווען איז חצות? ס'איז דען א "צייט" חצות?
דער תירוץ ווייסט יעדער, אבער וויבאלד דאס איז געווען דער ערשטער ר' חיים וואס כ'האב פארשטאנען, האב איך א חביבות צו איר, און איך וועל דאס איבער חזר'ן.
ר' חיים ענטפערט, גערעכט, ס'דא נישטא קיין "צייט" חצות.. אבער... ס'אויך נישט דא קיין "צייט" ווען מ'שטארבט. ביז יעצט יא געלעבט, פון דא אין ווייטער נישט געלעבט. "שטארבן" איז נישט תופס זמן.
לענינינו, בכורי מצרים האבן געלעבט דעם ערשטען האלב נאכט, און די צווייטע האלב נאכט, נישט.

יאיר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:47 pm

· #136435
moti107
יאיר
moti107
בקיצור צייט איז נישט עפעס א וויהאקעל וואס פארט פון זיך אליינס און מיר כאפן זיך מיט דערמיט, נאר סך הכל אן אויפן וויאזוי מסדר צו זיין ביאלאגישער און פיזישער טוישן. וואלט דער זון נישט געשיינט, וואלטן מענטשן נישט עלטער געווארן.....כ׳מיין געטוישט געווארן.

דאס איינטיילן צייט אין די ספעציפישע שטיקלעך איז א מען מעיד אינווענטשאן, אבער צייט כשלעצמו איז אודאי קביע וקיים, אזוי לאנג ווי מעס און ספעיס עקזיסטירן.

דיפיין ״צייט כשלעצמו״ אן די שטיקעלעך.

דו פרעגסט א גוטע שאלה, איך וועל דארפן מער אריינטראכטן און נאכפארשן דערוועגן. א שנעלער זוך אויף גוגל צייגט אז דאס איז גאר א קאמפליצירטע נושא.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:19 pm

· #136441
ענדליך, פיינעלי, די אויסגעווארטעטע. א דאנק לולקע. ביוטעפול ווי אייביג.

לולקע-ציבעך » פרייטאג יולי 26, 2013 1:45 pm

· #136545
דבילה
איז צייט עפעס מער ווי א מעסטער אויף איין פעולה וואס געשעט נאך די צווייטע?


ס'איז זיכער אז אן צייט וואלט נישט שייך געווען קיין "פעולה" בכלל. יעדער מין שינוי מוז האבן צייט. די שאלה איז נאר צי צייט איז ממש נאר דאס, א מיטל פאר פעולות/שינויים, אדער צי זמן איז טיפער/ברייטער ווי דעם, נאר שינוי איז דער איינציגער אספעקט פון זמן צו וואס מיר האבן צוטריט.

יאיר
א חידוש אז דו דערמאנסט נישט רעלאטיוויטי וואס זאגט בעצם אקוראט דאס, אז צייט איז א נברא וואס מען קען בייגן, פארקרומען, פארשטייטערן, פארשנעלערן, צוריקרוקן, און פאראויסרוקן (עכ"פ טעארעטיש).


ביזט גערעכט. רעלאטיוויטי זאגט דאך טאקע ממש דאס. ובכל זאת: איך בין נייגעריג צי זמן איז עפעס מער ווי א פיזישער פענאמען. רעלאטיוויטי קוקט אן זמן ווי א בריאה פונקט ווי אלע אנדערע זאכן (הגם אפשר אביסל מער דקות'דיג), און פיזישע פעולות האבן אויף צייט א פיזישן אפעקט. אפשר אבער איז די פיזישע זייט פון זמן בלויז איין אספעקט פון עפעס וואס איז מער ארומנעמיג ווי פיזישע זאך. רעלאטיוויטי זאגט אז הגם די צייט וועט לויפן פאמעליכער פאר עמיצן אין תנועה, וועט עס אבער גארנישט אויסמאכן אויף למעשה אין דעם מענטש, ווייל אלעס וועט פאר אים לויפן פאמעליכער - זיין ביאלאגישער און פסיכאלאגישער "זייגער", דאס געלויף פון זיין טראכטן, אא"וו. דער איינציגער חילוק וועט נאר זיין ווען ער פארגלייכט זיך צו דער איבעריגער וועלט, אז ער וועט זיין יונגער ווי די אנדערע מענטשן. דאס הייסט אז דער שינוי אין זמן איז נאר אין דיר ביחס צו א צווייטן, און האט נישט מיט *דיר*. די שאלה איז צי מיר קענען זיך ארויסרייסן פון די באגרעניצונגען פון מקום - אן צוקומען צו רעלאטיוו צו א צווייטנס תנועת זמן.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 26, 2013 3:28 pm

· #136564
לולקע-ציבעך

מיר האבן זיך געמאכט א סדר אין זמן. היינט, צום ביישפיל, איז דאנערשטאג, חודש אב, תשס"ג. "דאנערשטאג" איז אבער נישט מער ווי אן אופן צו באצייכענען איין געוויסן "שטיק" פון צייט. צייט בעצם איז נישט היינט אדער מארגן – זי טוישט זיך נישט פון נעכטן אויף היינט, אפגעזען וויאזוי מיר "צעטיילן" איר פאר אונזערע צוועקן. מיר האבן זיך געמאכט דעם סיסטעם, כדי זיך צו גרינגער מאכן דאס לעבן.

איז וואס ווילסטו אייגענטליך מיט דעם אשכול? אונז שווער מאכן דאס לעבן בע"כ??...
אזוי שטארק ביסטו מחמיר ומקפיד אויפן פסוק 'יוסיף דעת יוסיף מכאוב', אזש דו דרש'נסט כל תג וקוץ דערפון? 😛

יאיר » פרייטאג יולי 26, 2013 4:43 pm

· #136569
לולקע, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שאלה, אפשר קענסטו עס ריפרעיזן. און אויך, וואס ברענגט דיר בכלל צו טראכטן אז עס ליגט עפעס אנדערש אין צייט אויסער צייט אין דעם סייענטיפישן מובן?

boxcover » מאנטאג יולי 29, 2013 12:23 pm

· #137072
moti107
דיפיין ״צייט כשלעצמו״ אן די שטיקעלעך.


דבילה
איז צייט עפעס מער ווי א מעסטער אויף איין פעולה וואס געשעט נאך די צווייטע?


צייט כשלעצמו באשלוסט אז ווען איך לייג אריין א קוואדע אין פישקע, האב איך נישט גע'גנב'ט געלד פונעם פישקע. פארוואס דען יא? ווייל ווען דו גיבסט צדקה, מאכסטו א טראנספער; אן עקירה און א הנחה. ווען דו וואטשט א ווידעא פארקערט בשעת ריוויינד (די דור הVHS ודור המאובי פראדזשעקטארס יוכח) קוקט טאקע אויס ווי דו נעמסט ארויס געלט פון פישקע און דו לייגסט עס אריין אין טייסטער. די פראגע איז אבער פארואס אין ריעל לייוו זאגט מען נישט אזוי, און די ענטפער איז אז ווייל עס איז קודם געווען ביי דיר און דערנאך ערשט אין די פישקע, והא ראיה קוק יעצט אין פישקע וועסט זעהן די געלד ליגט נאך דארט. יעצט איינמאל דו צוווארפסט די בנין פון צייט כשלעצמו, האסטו גארנישט! נישטא קיין פריער און שפעטער, און נישטא קיין יעצט צו קוקן. (באמת די משל פון די פישקע איז נישט א גוטע, אבער המבין, יבין ממילא.)

צייט איז לכאורה די גרעסטע באגרענעצונג וואס דער באשעפער האט ארויפגעלייגט אויף די וועלט. אויב וואלט ער נישט באשאפן צייט ווען ער האט באשאפן די מקום, וואלטן אונז געקענט זיין אויף דא און דארט אין די זעלבע צייט. די גאנצע פראבלעם איז נאר אז עס נעמט צייט צו גיין פון דא ביז דארט, און אז עס איז נישט פארהאן קיין צייט איז די באַגרענעצונג אויך נישטא. נישטא קיין עלטערע און יונגערע מענטשן און זאכען. נישטא קיין נאכפאלגשאפט אדער פאָרויסגייער. מקום, און ווייטקייט וועט נאך אלץ עקסיסטירן, ווייל דו וועסט נאכאלץ דארפן א לענגערע דראָט פאר א לענגערע שטח.

לולקע-ציבעך » מאנטאג יולי 29, 2013 4:18 pm

· #137130
שמעקעדיג
איז וואס ווילסטו אייגענטליך מיט דעם אשכול? אונז שווער מאכן דאס לעבן בע"כ??...
אזוי שטארק ביסטו מחמיר ומקפיד אויפן פסוק 'יוסיף דעת יוסיף מכאוב', אזש דו דרש'נסט כל תג וקוץ דערפון? 😛


😂

ווייסט דאך וואס מען זאגט נאך פון קאצקער רבי'ן: יוסיף דעת - אפילו ס'איז יוסיף מכאוב.

דער בעסטער סימן אז מען האט זיך מוסיף געווען דעת איז אויב ס'האט וויי געטאן. א הוספה צו "דעת" מיינט, זיך אויסצוברייטערן די השגה; מיט א ברייטערער השגה קען דער דעת דעקן א גרעסערן שטח. ווען מען ברייטערט זיך אויס, טוט עס בע"כ וויי. אויב טוט א צעברייטערונג נישט וויי, איז א סימן אז מען שלאפט...

@יאיר, דורך רעלאטיוויטי זענען מיר געוואויר געווארן אז זמן איז א בריאה, און איז נישט עפעס וואס איז אינדרויסן פון עקזיסטענץ. רעלאטיוויטי דערציילט אונז אויך, אז די דאזיגע בריאה איז עלאסטיש, בייגעוודיג, נישט קיין פארפרוירענער זאך. פון אונזערע אייגענע איבערלעבענישן ווייסן מיר אויך, אז דאס געלויף פון צייט איז נישט אייביג די זעלבע; ס'איז אנדערש אין פארשידענע מצבים. אין חלום לויפט צייט סך שטאטער ווי אויף דער וואך. אין א פינף-מינוטיגן חלום קען זיך אפשפילן א מעשה פון טעג און אפילו יארן. ווען מען איז אנגעשטרענגט, אין אנגסט, לויפט צייט רוב מאל פאמעליכער ווי ווען מען איז אין א מצב פון התרוממות הנפש.

ס'איז אמת אז די חילוקים זענען נאר אין מוח. דער ביאלאגישער, פיזישער זייגער טוישט זיך נישט פון מצב צו מצב. אבער היות די וויסנשאפט ווייסט נאכנישט כהיום וואספארא מין באשעפעניש די צייט איז, קען מען אפשר שפעקולירן איבער אירע אייגנשאפטן.

דער אמת איז א דער ביאלאגישער זייגער איז נישט אזוי וויכטיג אין לעבן, ווי דעם פסיכאלאגישן צייט-געלויף. יא, אוודאי ווילן מיר ענדערש זיין יונג און געזונט ווי אלט און אפגעשוואכט. אבער וואס טוט זיך מיט א מענטש וואס ליגט פארזינקען אין א קאומא - פאר אים איז דער ביאלאגישער זייגער בכלל נוגע? און וואס טוט זיך מיט אונז אליין בשעת'ן שלאפן: דעמאלט באשטייט אונזער גאנצע מציאות פון די חלומות, און אין א חלום עקספיריענסן מיר דאך זמן מיט אנדערש ווי אויף דער וואך.

אפשר איז צייט סך מער פלעקסיבל און "יוזער פרענדלי" ווי מיר מיינען. אפשר איז אונזער באוואוסטזיין ("קאנשאסנעס") "גרעסער", מאכטפולער, ווי זמן.

יאיר » דינסטאג יולי 30, 2013 12:03 am

· #137209
לולקע, דו מיינסט צו זאגן אז ווען איך שפיר אז די צייט לויפט אריבער שנעל מיינט דאס אז בפועל האט זיך צייט געטוישט אין אירע פיזישע אייגנשאפטן פון שטייט צו שנעל, אזוי ווי אין רעלאטיוויטי? אויב יא, צו קען מען אויך זאגן אז ווען א בלינדער שפירט אז א האלץ איז א שטיין דאן ווערט די האלץ בפועל א שטיין?
אגב, ס'וועט דיר מסתמא זיין אינטערעסאנט צו הערן אז איינשטיין אליין פלעגט אזוי מסביר זיין די רעלאטיוויטעט טעאריע פאר פשוט'ע מענטשן: שטעלט זיך פאר מען זאל פלאצירן א מאן נעבן אן אשת יפת תואר, ער וועט אפילו נישט באמערקן אז די צייט לויפט אריבער. יעצט שטעלט אים ארויף אויפ'ן פלאם אויפ'ן געז רענטש, הו, יעדע סעקונדע איז ווי א שעה. "אט דאס איז רעלאטיוויטי", פלעגט דער מלך החכמים אויספירן מיט זיין אייגנארטיגן חן.

מאטי » דינסטאג יולי 30, 2013 12:20 am

· #137219
ביסט זיכער ס'קומט פון איישטין? איך האב דאס געהערט פון זשיגאן.
איך מיין אז ציבעך האט געוואלט ארויסברענגען אז צייט איז בעצם נוגע דאס וואס טוישט אונזער
ריאליטעט איז וואס איז נפק"מ די טעקניקאליטיס.

שרגא » דינסטאג יולי 30, 2013 10:49 am

· #137264
ציבעך, אזוי הערליך צעלייגט, ממש מתוק מדבש.
נאר איך מיין אז דו דארפסט נישט רעדן "בדרך אפשר" אז אפשר איז א דמיון די צייט לויט ווי מיר זענען איר געוואוינט אנצוקוקן, נאר "זיכער" איז עס בכלל נישט אזוי פשוט ווי מיר קוקן עס אן.
דאס איז קלאר אז רעלאטיוויטי האט געטוישט די אמאליגע תמימות'דיגע בליק אויף צייט. עס איז מער נישט אזוי פשוט צו זאגן מיט א זיכערקייט אז די פארגאנגענע סעקונדע וואס איז פריער באטראכט געווארן אלס מיין "הוה" איז יעצט געווארן אלס א טייל פון מיין "עבר", און יעצט ווערט די קומענדיגע סעקונדע מיין "הוה". רעלאטיוויטי ווייזט קלאר אז פאר אן אנדערן מענטש קען יענע זעלבע סעקונדע האבן אן אנדערע מציאות און ער באטראכט עס נאך יעצט אין זיין "עתיד". און קיינער פון ענק ביידע זענען נישט מער גערעכט אין דעם מציאות מער ווי דעם אנדערן. ממילא זיכער איז עס נענטער צום "לוח", ווי דו זאגסט, נאר אסאך אסאך מער מיסטעריעז, און איז עפעס וואס מענטשן זענען פראגראמירט דאס צו זען אזוי.
נאר וואס איז עס יא? דאס ווייסן מיר דאך ליידער נישט. עס זענען דא פילאזאפן וואס האלטן אז לויט רעלאטיוויטי דארף מען באטראכטן צייט ווי א "הארטע" זאך, דאס הייסט אז צייט "עקזיסטירט". עס שטייט בעצם א היינט, א נעכטן און אויך א מארגן, און "דער מענטש" איז דער וואס רוקט זיך פון איין פאזע צום אנדערן (פארשטייט זיך אזא בליק האט ערנסטע קאנסעקווענצן פאר בחירה). אבער איינשטיין אליין האט דאכט זיך נישט געהאלטן אז די רעאליטעט פון צייט איז בעצם נישט "עכט", נאר ווי פשוט-קאמפליצירט זאג אז ס'איז פשוט רעלאטיוו.

שרגא » דינסטאג יולי 30, 2013 11:04 am

· #137268
און דער מושג פון "צייט" איז גראדע א גוטער ביישפיל צו אבזערווירן וויאזוי טיילמאל טוט די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווייזן די אומבאגרייפבארע קאמפליצירטקייט פון די וועלט.
געווענליך זענען סייענטיסטן די וואס "לעכערן די באלונען", אבער אזעלכע ווי איינשטיין און אנדערע גרויסע קעפ האבן געזאגט און געוויזן מער "מאדנע" באגריפן ווי די גרעסטע מיסטיקער. צו זאגן אז צייט-ספעיס "בייגט זיך"? נישט היש לך מאדנע גדול מזה? אז ווי שנעלער אן אביעקט רוקט זיך, אלץ שטייטער גייט צייט פאר יענעם אביעקט רעלאטיוו צו דעם סטאנציאנירטן אבזערווירער? אלעס איז גארנישט, אויסער אין באציאונג צו עפעס אנדערש? דער אבזערווירער אפעקטירט דעם אבזערווירטן (אויפ'ן אטאמישן לעוול)? און נאך אזויפיל שרעקליך קוריאזע און אומגלויבליכע מושגים.
בלית ברירה וועלן מיר מוזן אננעמען אז די וועלט איז גאר א מאדנע. די מעגליכקייטן זענען ענדלאז.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 30, 2013 12:01 pm

· #137270
moti107
ביסט זיכער ס'קומט פון איישטין?

יא

לולקע-ציבעך » מיטוואך יולי 31, 2013 10:08 am

· #137417
יאיר
וואס ברענגט דיר בכלל צו טראכטן אז עס ליגט עפעס אנדערש אין צייט אויסער צייט אין דעם סייענטיפישן מובן?


אין סייענס איז פאראן א צאל טעאריעס איבער צייט. עטליכע פון זיי לאזן איבער באקוועם פלאץ פאר שפעקולאציעס איבער א מעגליכקייט ארויסצוקריכן פון דער הווה-גרעניץ. זע דא.

דערנאך האבן מיר איינער פון די היינטיגע גדולים אין טעארעטישע פיזיקס, וואס האלט אז אין דער סוב-אטאמישער וועלט לויפט צייט למעשה צוריקצואוועגס. (נישט אז כ'האב די מינדסטע השגה וויאזוי דאס ארבעט. די פאנטאזיע-אפטיילונג פון מיין מוח האט געקרעשד ווען כ'האב זיך דאס געפרואווט מצייר זיין.)

חוץ מזה, האבן מיר דאך אן אלטע אסתפקתא איבער דעם משמעות פון "איך" - ווער און וואס איז דער מענטש באמת און בעצם. איך גלייב זייער, אז דער מענטש איז דאס וואס די וויסנשאפט רופט "קאנשאסנאס". אויב גייען מיר מיט דעם מהלך, איז דער מענטש סך גרעסער ווי די תקופה וואס ער פארברענגט אין דער פיזישער וועלט. דער גוף איז במילא א צייטווייליגער לבוש, וואס דינט אלץ דעם מענטש'ס אמצעי פאר זיינע איבערלעבענישן דאהי. פון אזא פערספעקטיוו, איז ביאלאגישע צייט נחשב לכלום. א מענטש'ס קליידער ווערן מיט דער צייט אפגענוצט, און די סיבה איז אויך צייט: יעדער שינוי מוז האבן צייט. ס'וועט אבער קיינעם נישט איינפאלן אז דאס, דאס אויסטראגן מלבושים, איז די הגדרה פאר זמן. ס'איז נאר א פועל יוצא פון צייט - וואס איז גרעסער ווי בלויז געבן פאר קליידער א מעגליכקייט צו ווערן אפגענוצט. דאס איז דאך זיכער אז די פסיכאלאגישע צייט איז גרעסער און מער פלעקסיבל ווי ביאלאגישע צייט, און ווי אינעם משל פון איינשטיין וואס דו האסט געברענגט. איז במילא, אויב זאלן מיר זיך זען ווי גרעסער ווי אונזער לעבנס-שפאן אויף דער וועלט, איז דער גוף בלויז א צופעליגער, צייטווייליגער מחותן צו צייט, און מיר בלייבן בלויז מיט פסיכאלאגישער צייט. נו, יענץ ווייסן מיר דאך שוין יעצט, אז מיר קענען זיך דערמיט שפילן, און ס'איז זיכער נישט קיין פארפרוירענע, באשטימטע זאך.

יאיר » מיטוואך יולי 31, 2013 11:02 am

· #137426
לולקע ציבעך
א מענטש'ס קליידער ווערן מיט דער צייט אפגענוצט, און די סיבה איז אויך צייט: יעדער שינוי מוז האבן צייט. ס'וועט אבער קיינעם נישט איינפאלן אז דאס, דאס אויסטראגן מלבושים, איז די הגדרה פאר זמן.

פארוואס נישט? דאס אויסטראגן קליידער קען זיין איינע פון די פיזישע סימנים וואס צייגן אן ווי אזוי צייט רוקט זיך, דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז נישטא קיין פונקטליכע זמן דערצו. אבער ווען מען וועט טעסטן למשל קארבאן 14 קען מען מעסטן צייט לויט די אקטיוויטעטן אין א מיקראסקאפישע אטאם. אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט די חשיבות פון ביאלאגיע אדער פון די זון, וואס צוליב דעם מעסט מען צייט לויט דעם, ס'איז פשוט די גרינגסטע וועג פאר מענטשן.
אבער אויב מיר וועלן אנהייבן רעכענען צייט לויט די פסיכאלאגישע הרגשים, וועט אונז דאס שאפן א שטיקל פראבלעם, וויבאלד מיר וועלן גענצליך פארלירן אונזער מושג פון צייט. ס'וועט מער נישט עקזיסטירן. (אויב איך טראכט יעצט פון דעם גוטן טשאלנט וואס כ'האב געגעסן פארגאנגענעם שבת, צו ווער איך יונגער מיט פיר טעג?) און בכלל, ווי אזוי צייט זאל נאר ווערן געמאסטן מוז עס זיין אויף אן אביעקטיווער וועג, אויסער אויב מיר ווילן צוריקגיין צו די צייטן פון בעפאר איינשטיין ווען צייט איז געווען א מיסטישע אומפארשטענדליכע באגריף.

שרגא » מיטוואך יולי 31, 2013 11:07 am

· #137428
יאיר
און בכלל, ווי אזוי צייט זאל נאר ווערן געמאסטן מוז עס זיין אויף אן אביעקטיווער וועג, אויסער אויב מיר ווילן צוריקגיין צו די צייטן פון בעפאר איינשטיין ווען צייט איז געווען א מיסטישע אומפארשטענדליכע באגריף.

איך מיין אז פונקט פארקערט. טאקע נאך איינשטיין מאכט מער סענס צו געבן אסאך מעגליכקייטן פאר זמן וואס מיין שכל וואלט מיך קיינמאל נישט געלאזט אננעמען מיט א פרי-איינשטיין בליק.

יאיר » מיטוואך יולי 31, 2013 11:17 am

· #137431
שרגא
יאיר
און בכלל, ווי אזוי צייט זאל נאר ווערן געמאסטן מוז עס זיין אויף אן אביעקטיווער וועג, אויסער אויב מיר ווילן צוריקגיין צו די צייטן פון בעפאר איינשטיין ווען צייט איז געווען א מיסטישע אומפארשטענדליכע באגריף.

איך מיין אז פונקט פארקערט. טאקע נאך איינשטיין מאכט מער סענס צו געבן אסאך מעגליכקייטן פאר זמן וואס מיין שכל וואלט מיך קיינמאל נישט געלאזט אננעמען מיט א פרי-איינשטיין בליק.

אמת, די אייגנשאפטן וואס מיר ווילן געבן פאר "צייט" איז געווארן געעפנט נאך איינשטיין, אבער טאקע דערפאר איז די מיסטישקייט און אומפארשטענדליכקייט וואס האט ארומגענומען צייט און ספעיס (און גראוויטעט) איידער רעלאטיוויטי מיט אים פארשווינדן געווארן. צייט און ספעיס זענען געווארן פשוט'ע ברואים וואס ווערן געטוישט דורך פיזישע שינויים אינ'ם ארום. אויב מיר ווילן דעפיינען צייט וועט דאס מוזן זיין דורך א פיזישע, אביעקטיווע עקספערימענט (אפילו אויב ס'איז נאר א מוח עקספערימענט), נישט דורך די אייגענע סאביעקטיווע געפילן.

הקטן » מיטוואך יולי 31, 2013 11:37 pm

· #137643
לולקע, ווי אזוי האסטו אזויפיל צייט?

לולקע-ציבעך » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 6:45 pm

· #137881
יאיר
דאס אויסטראגן קליידער קען זיין איינע פון די פיזישע סימנים וואס צייגן אן ווי אזוי צייט רוקט זיך, דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז נישטא קיין פונקטליכע זמן דערצו. אבער ווען מען וועט טעסטן למשל קארבאן 14 קען מען מעסטן צייט לויט די אקטיוויטעטן אין א מיקראסקאפישע אטאם. אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט די חשיבות פון ביאלאגיע אדער פון די זון, וואס צוליב דעם מעסט מען צייט לויט דעם, ס'איז פשוט די גרינגסטע וועג פאר מענטשן.
אבער אויב מיר וועלן אנהייבן רעכענען צייט לויט די פסיכאלאגישע הרגשים, וועט אונז דאס שאפן א שטיקל פראבלעם, וויבאלד מיר וועלן גענצליך פארלירן אונזער מושג פון צייט. ס'וועט מער נישט עקזיסטירן. (אויב איך טראכט יעצט פון דעם גוטן טשאלנט וואס כ'האב געגעסן פארגאנגענעם שבת, צו ווער איך יונגער מיט פיר טעג?) און בכלל, ווי אזוי צייט זאל נאר ווערן געמאסטן מוז עס זיין אויף אן אביעקטיווער וועג, אויסער אויב מיר ווילן צוריקגיין צו די צייטן פון בעפאר איינשטיין ווען צייט איז געווען א מיסטישע אומפארשטענדליכע באגריף.


עס קען טאקע זיין, אבער מיר קוקן עס למעשה נישט אזוי אן. פארוואס? ווייל מיר האבן בעסערע און נאענטערע הוכחות וועגן דעם געלויף פון צייט אין דער פיזישער וועלט: אונזערע גופים, וואס עלטערן זיך כסדר. ס'איז אבער באמת נישט קיין שום חילוק צווישן אונזערע קליידער און אונזערע גופים. ביידע זענען לעבעדיגע עדות צו תנועת הזמן. וואס איך וויל זאגן איז, אז פון א נאך העכערן און ברייטערן פערספעקטיוו, קען אונזער קערפער אנגעקוקט ווערן פונקט ווי די קליידער: זיי זענען אונטער דער השפעה פון זמן, וויאזוי צייט קומט צום אויסדרוק אין דער פיזישער וועלט. אבער אין דער וועלט פון מחשבה איז די הלכה אפשר אינגאנצן אנדערש.

פשט איז נישט אז מיר זאלן קענען יונגער ווערן, נאר אז אונזער פסיכיק/קאנשאסנעס זאלן קענען באקומען צוטריט צו א ברייטערן ספעקטרום, צו מער "פיטשורס" פון צייט. מחשבה איז דאך אזוי אויך פריי פון פארשידענע פיזישע הגבלות. אין דער מחשבה קען מען פליען שנעלער ווי דער שנעלקייט פון ליכט; מען זיך דארט אויך מצייר זיין לאגישע אבסורדן; מען קען טראכטן וועגן דער צוקונפט. א מחשבה איז, זעט אויס, אין א געוויסן הינזיכט למעלה מן המקום והזמן.

אויב גייען מיר מיט דער הנחה אז דער מענטש בעצם איז קאנשאסנאס (נשמה, צי וויאזוי דאס זאל נאר נישט באצייכנט ווערן), איז דאך קלאר אז דער גוף איז באמת נישט מער ווי א צייטווייליגער לבוש, פונקט ווי די קליידער וואס מיר טראגן. יא, דער גוף איז געמאכט פון גאר אן אנדער מאטעריאל און איז סך מער סאפיסטיקירט ווי מיין דזשי ענד בי רעקל; אבער דאס איז נאר לויט אונזערע הגבלות פון דער פיזישער וועלט. מיט קאנשאסנאס איז "מציאות" ברייטער ווי בלויז די וועלט, און פון א ברייטערן פערספעקטיוו - פון א מציאות וואס נעמט אריין סך מער מעגליכקייטן און היכי-תמצא'ס פון עקזיסטענץ, איז אפילו דער גוף אויך נישט מער ווי "נאך עפעס" א לבוש.

לולקע-ציבעך » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 6:46 pm

· #137882
הקטן
לולקע, ווי אזוי האסטו אזויפיל צייט?


איך האב געגעסן יאיר'ס טשולנט 😃

לולקע-ציבעך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:19 pm

· #142187
צייט, שינוי און אנטוויקלונג
דבילה
איז צייט עפעס מער ווי א מעסטער אויף איין פעולה וואס געשעט נאך די צווייטע?


מיר ווייסן נאכנישט פינקטליך וואספארא בריאה צייט איז; ווייסן מיר במילא נישט צי זי איז כולל נאך עפעס אויסער שינוי/תנועה. ס'איז אבער זיכער אז שינוי נויטיגט זיך אין צייט. אויב נישטא קיין זמן, קען גארנישט "געשען". די שאלה איז, צי דאס גייט ביידע וועגן, צי צייט איז מחייב שינוי. דאס הייסט, אויב וואלט נישט געווען אזא זאך ווי שינוי און תנועה - פון דעם באגריף אז זאכן "געשעען", רירן זיך, טוישן זיך, און אלע אנדערע פארמען פון טויש אויף סיי וואספארא אופן - צי דעמאלט האט זמן בכלל א משמעות. ווייל דאס איז אמאל זיכער, אז אויב איז שינוי/תנועה די איינציגע אייגנשאפט פון זמן, דעמאלט איז די עקזיסטענץ פון צייט תלוי אין דער עקזיסטענץ פון שינוי.

אויף ווי ווייט מיר ווייסן און זעען, איז שינוי די איינציגע פראקטישע פראפערטי פון צייט. אויב דאס איז אמת, וועט עס מיינען אז צייט דארף דעפינירט ווערן לויט די שינויים וואס שפילן זיך אין איר אויס. אין די ערשטע ווייסעך-וויפיל מיליאנען יארן וואס דער אוניווערס איז געבוירן געווארן, האט זיך כמעט גארנישט גערירט. זייער ווייניג זאכן - שינויים - זענען געשען, און די אנטוויקלונגען האבן זיך אויסגעשפילט זייער פאמעליך. ס'האט גענומען מיליאנען יארן ביז עפעס ממשות'דיג האט זיך באוויזן אין דער בריאה. ס'האט גענומען ביליאנען יארן ביז אונזער ערדקוגל איז באשאפן געווארן. ס'האט גענומען נאך ביליאנען יארן ביז דער ערשטער מענטש האט זיך באוויזן.

מצד השני, אין אונזערע צייטן געשעען זאכן זייער שנעל, ממש אויגנבליקליך. קאמוניקאציע פון איין עק וועלט צו דער אנדערער איז נאענטער און גרינגער ווי אמאל א שמועס צווישן מענטשן אין זעלבן הויז. זאכן ווערן ערלעדיגט שנעלער. דער מענטש אנטוויקלט זיין פסיכיק שנעלער. ער ווייסט סך מער און וואס ער וויל נאר געוואויר ווערן געדויערט אים א טויזנסטל די צייט וואס ס'האט גענומען מיט - עממ - צוואנציג יאר צוריק. צייט, לפי זה, לויפט היינט סך שנעלער ווי אמאל.

דאס קען אפשר טראגן א פראקטישן משמעות אויך, אויב נעמט מען אריין אין חשבון נאך עפעס. דער אינטערנעט האט אריינגעברענגט א נייעם מין באגריף, פון וואס די וועלט האט קיינמאל פריער נישט געוואוסט: צוזאמברענגען מענטשן און געדאנקען, און אויסגלייכן חילוקים. אמאל זענען מענטשן אויפגעוואקסן און האבן אפגעלעבט אויף דער וועלט לויט די אומשטענדן און השגות פון זייער סביבה. מענטשן האבן געוואוסט נאר דאס וואס זיי האבן געהערט און געזען. היינט קען יעדער זען און וויסן אלעס. און די זאכן וואס ער זעט און לייענט אויפ'ן אינטערנעט, לאזן איבער א השפעה אויפ'ן מוח. וואס מער מען ווייסט, אלץ ברייטער, אין א געוויסן זינען, ווערט דער קאפ.

די מענטשהייט פעקלט זיך ביסלעכווייז אריבער צו דער ווירטואלער וועלט. אלץ מער זאכן, באדינגונגען, און התחייבות'ן פון לעבן גייען אריבער צום אינטערנעט. דאס מיינט אז מיר קריכן אלץ מער אריין אין יענער וועלט, וואו די חילוקים צווישן געדאנקען און מיינונגען ווערן אפגעווישט.

ס'איז אבער נישט נאר מיט'ן אינטערנעט. עס זענען פאראן מערערע תחומים פון לעבן, וואו ס'האבן אייביג געהערשט אומגלייכקייט און אנדערשקייט, און ס'איז געווען א דבר פשוט אז אזוי "קומט עס" - אבער אין אונזערע צייטן ווערן די דאזיגע חילוקים ביסלעכווייז מינימיזירט און אפילו אפגעווישט. מאן/פרוי איז איין דוגמא. ס'איז נישט נאר די גלייכהייט וואס די צוויי מינים געניסן היינט, נאר אויך מיט הייראט, אז דאס אמאל פשוט-פארשטאנענע באדייט פון חתונה-האבן ווערט ערזעצט מיט עפעס אנדערש - עפעס וואס נעמט אריין מערערליי מענטשן, אויף מערערליי אופנים. דער חילוק פון די צוויי מינים הייבט אן אונטערהינקען ביים יסוד ממש. א מאן קען ווערן און פרוי און פארקערט.

די זעלבע ערשיינונג זעען מיר מיט קלאסן-אונטערשיידן, ראסן, און אפילו צווישן מענטשן און חיות. פאראן אן ערנסטע באוועגונג היינט וואס האלט אז די רעכטן פון חיות זענען פונקט אזוי, צי כמעט אזוי, חשוב ווי די פון מענטשן.

וואס זאגט דאס אלעס? עס דערציילט אונז אז די בריאה אין אונזער תקופה וויל זען וואס מער גלייכהייט, אייניגקייט, איינהייטליכקייט. זי וויל באזייטיגן חילוקים, אונטערשיידן, אנדערשקייטן. דאס איז אן אנטוויקלונגס-פראצעס און געשעט נישט אויפאמאל פון איין מינוט אויף דער אנדערער. עס ארבעט בהדרגה, שטאפלווייז, ביסלעכווייז. אבער עס זעט היפש קלאר אויס, אז דאס איז די ריכטונג אין וועלכער די בריאה גייט יעצט.

לולקע-ציבעך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:10 pm

· #142784
צייט, שינוי און אנטוויקלונג - ב'
עוואלוציע האט זיך נישט אנגעהויבן מיט לעבעדיגע באשעפענישן. דער פראצעס פון אנטוויקלונג, אז זאכן בייטן זיך, שטעלן זיך צוזאמען, ווערן אנדערש, מער קאמפליצירט און סאפיסטיקירט, האט זיך לפי דער וויסנשאפט אנגעהויבן אינאיינעם מיט דער בריאה. א כהרף-עין נאכ'ן "ביג בענג" האט ממש גארנישט ממשות'דיג עקזיסטירט. ס'איז געווען א מצב פון כמעט-פשטות. ס'איז טאקע נישט געווען קיין "אחדות הפשוט", ווייל ס'איז שוין געווען א בריאה, וואס האט אנטהאלטן "שינוי" און דעם באגריף פון מערצאל, לשון רבים, דאס און יענץ, אזא מצב און אן אנדערער סארט מצב. אמת. אבער ס'איז געווען קרוב לזה. די בריאה האט נישט אנטהאלטן קיין סך "מינים זאכן" און מצבים.

אינאיינעם מיט דער בריאה איז באשאפן געווארן דער מושג פון אנטוויקלונג, פון עוואלוציע. דער כמעט-גארנישט וואס איז געווען, האט זיך באלד אנגעהויבן בייטן און אנטוויקלען. אזוי האבן זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן באווייזן די סובאטאמישע פארטיקלען, וועלכע האבן זיך עווענטועל צוזאמגעשטעלט און געבוירן דעם אטאם. אטאמס האבן זיך אנגעהויבן פארבינדן און צונויפשמעלצן, ביז ס'זענען פון זיי, פונעם צוזאמשטעל, ארויסגעקומען מערערליי זאכן און באשעפענישן.

סוף כל סוף האבן זיך די שטערנס אנגעהויבן באווייזן, און שפעטער זענען נאכגעקומען די פלאנעטן. איין אזא היפש-קליינער פלאנעט, אין א פארווארפענעם ווינקל פונעם אוניווערס האט באשלאסן זיך צו אנטוויקלען אזוי, אז אויף זיין פלאך זאל זיך עווענטועל באווייזן א חידוש פון א באשאף: לעבן. דער עוואלוציע-פראצעס איז אבער אן אומרואיגער קאנצעפט, וועמען עס פעלט זיצפלייש. "לעבן" אליין האט זיך ווייטער אנטוויקלט, און לבסוף האט דער פראצעס געבוירן א בריאה וואס מיר האבן א נאמען געגעבן "מענטש".

"ביאלאגישע עוואלוציע" הייבט זיך אן נאך דעם וואס "לעבן" האט זיך באוויזן, און באציט זיך אויף דער ווייטערדיגער אנטוויקלונג פון אלערליי לעבעדיגע באשעפענישן, כולל דעם מענטש. דער מענטש איז אבער נישט קיין תוצאה פון בלויז ביאלאגישער עוואלוציע, נאר פון עוואלוציע בכלל. די זאכן וואס האבן געבוירן דעם מענטש - די זאכן פון וואס דער מענטש איז אייגנטליך צוזאמגעשטעלט - זענען אויך אמאל נישט געווען און שפעטער געווארן. זיי זענען נישט ארויסגעשפרונגען פון איין רגע אויף דער אנדערער, נאר האבן זיך אנטוויקלט. פשוט'ערע זאכן האבן זיך צוזאמגעשמאלצן און אינאיינעם זענען זיי געווארן א נייע, מער-קאמפליצירטע זאך, וואס האט זיך דערנאך ווייטער ממשיך געווען צו אנטוויקלען.

איז, ווען מען רעדט פונעם "ביג פיקטשור" פון דער מענטשליכער אנטוויקלונג בכלל, מיינט מען נישט איין ספעציפישן אספעקט פונעם מענטש - זיין גוף, אויסזען, מעגליכקייטן, חושים, און אנדערע "פיטשורס" פון מין מענטש - נאר דער גאנצער "זאך", אנגעהויבן פון די אטאמס, מאלעקיולס, צעלן, ארגאניזמען, ארגאנען, קערפער-טיילן, שכל, אא"וו. דער חלק הגוף פונעם מענטש, הייסט עס, איז א קליינער טייל פון זיין אלגעמיינעם עוואלוציע-פראצעס.

לויט דער אנגענומענער סייענטיפישער מיינונג איבער דער כראנאלאגיע פון עוואלוציע, איז די מענטשליכע אייגנשאפט פון "שכל" - חכמה, הבנה, קאנשאסנעס וכו' - נאכגעקומען א שיין-ביסל צייט שפעטער ווי דעם עצם גוף. דער מענטש האט זיך יארטויזנטער לאנג ארומגעדרייט אויף דער וועלט בתורת ובצורת חי', וואס פאלגט נאך זיינע אינסטינקטן, אן דער מעגליכקייט פון טראכטן און מאכן "מענטשליכע" חשבונות. סוף כל סוף האט די עוואלוציע ערפינדן שכל-קאנשאסנאס, און דערמיט איז דער גורל פון דער ספעציפישער מענטש-באשעפעניש גע'חתמ'עט געווארן אלץ א מין בפני עצמו, וואס איז גאר אנדערש און שטייט סך העכער ווי די אנדערע לעבעדיגע באשעפענישן, מיט וועלכע דער מענטש האט זיך ביז נישט לאנג צוריק גע'חבר'ט און געשלאגן.

מיר געפינען אז עוואלוציע זעלבסט פאקוסירט אויף ספעציפישע פרטים אין דער בריאה. די אטאמס, צום ביישפיל, האבן זיך נישט געביטן מיט קיין סך איינמאל זיי זענען אנגעקומען צום שטאפל ביי וועלכן זיי שטייען היינט. אנשטאט די זאכן וואס זענען שוין געווען, האט עוואלוציע זיך גענומען צו די ביינער פון די ניי-אויפגעקומענע באשעפענישן. לדוגמא: ווען די בריאה האט זיך אנטוויקלט און געבוירן דעם מענטש, האט עוואלוציע געפירט דעם מענטש זיך צו אנטוויקלען צו העכערע שטופעס, ביז ער האט דערגרייכט די מדריגה ביי וועלכער ער שטייט היינט. בשעת דאס האט זיך אויסגעשפילט, האט עוואלוציע צורו-געלאזט דעם אטאם, און אים געלאזט מער-ווייניגער ווי ער איז געווען. ער האט זיך, כאילו, "אפגעלאזט" פון אלעם און קאנצענטרירט דעם פראצעס אויפ'ן כלל-בריאה פונעם מענטש זעלבסט.

ס'איז זייער מסתבר אז פונקט ווי עוואלוציע האט געטרייבערט דעם גוף און חושים זיך צו אנטוויקלען און פארבעסערן, האט זי דאס זעלבע געטאן מיט'ן מוח. דער מוח, און אלע זיינע כאראקטער-שטריכן, זענען דאך נאך אלעם א פראדוקט פון עוואלוציע נישט ווייניגער ווי דעם גוף און דעם רעשט פון דער בריאה. געפינען מיר טאקע היינט, אז דער חלק וואס אנטוויקלט זיך צום מערסטנס איז דער מענטשליכער מוח, זיין קאנשאסנאס. מיר ווייסן נישט קיין סך איבער דעם מוח, וואס איז פון די קאמפליצירסטע ערשיינונגען אין דער בריאה. מיר ווייסן אבער אזויפיל, אז דער מוח פונקציאנירט אויף א סיסטעם פון פארבינדונגען, קאנעקשאנס, צירופים אזעלכע. ביים יסוד באשטייט דער מוח פון אן אסטראמאנישן ציפער פון "ניוראנס", וואס פארבינדן זיך און פארמען אויס אזעלכע נעצן. די נעצן אנטוויקלען זיך און טוישן זיך לויט די איבערלעבענישן, רצוניות, און מחשבות פונעם מענטש. די דאזיגע ניוראן-נעצן טוישן אויס אינפארמאציע. אינאיינעם, פירן זיי אויס אלע אויפגאבעס פונעם מענטש, פון די פשוט'ע קערפערליכע פונקציעס, ביז זיינע טיפסטע הרגשים, נטיות, און געשמאקן.

אין אונזערע צייטן זענען מיר עדות צו אן אויפשטייג אין אן אויסברייטערונג פון די מענטשליכע השגות און אויך א כסדר-וואקסנדע ערשיינונג פון צוזאמברענגענישן, קשרים, צוזאמבינדונגען, קאנעקשאנס. דער אינטערנעט פארגלייכט אונטערשיידן, צעווישט מחיצות, צעשווענקט גרעניצן, ברענגט צונויף פרעמדע, און עלימינירט די תהומות פון דבר והפיכו. אבער דער אינטערנעט איז באמת בלויז דער וועג-ווייזער; די גאנצע בריאה פארקירעוועט זיך ביסלעכווייז אין אזא ריכטונג. בזעיר אנפין געפינען מיר די ערשיינונג אין אונזער קליינעם וועלטל פון פרומע אידן. די חילוקים פון חסידיש און ישיביש, חרדיש און ארטאדאקסיש, ארטאדאקסיש און כל-הנערים אנדערע שטרעמונגען אין אידישן פאלק אלץ ווייניגער שארף-דעפינירט. צווישן חרדים רייסן זיך אריין זיטן פון דרויסן, און ביי מאדערנע ארטאדאקסן קומט אין דער מאדע אריין דאס לערנען חסידישע ספרים און אפילו ארויפקוקן דער חסידישער קולטור. אין ארץ ישראל ווערן די חילוקים פון חרדים און דתיים-לאומיים אויך ווייניגער קלאר. די חילוקים צווישן די צוויי לאגערס איז היינט שוין קאנצענטרירט אויף געציילטע עיקרים - בעיקר מיליטערדינסט.

עס זעט מער נישט אויס ווי אזא ווילדע פאנטאזיע, אז קומען וועט דער טאג ווען יעדער וועט וויסן אלעס וואס איז דא צו וויסן, און אלע וועלן זיך מער-ווייניגער פארשטיין. יעדער וועט וויסן וואס טוט זיך ביי יענעם און וואס יענער טראכט און פארוואס ער טראכט אזוי. אין אזא מצב, פון כמעט-זעראו חילוקים און גבולים, לאזט זיך מצייר זיין א וועלט אין וועלכער אלע קענען פאראייניגט ווערן - טראכטן אינאיינעם, פאקוסירט אויף די זעלבע, אדער ענליכע צילן און שטרעבונגען.

וואס וואלט געווען אזא מין איינהייטליכער ציל, וואס קען פאראייניגן דעם אינטערעס פון דער גאנצער מענטשהייט? ווער ווייסט... ווער ווייסט וואס מיר וועלן נאך דורכגיין, מצבים און שינויים, ביז מיר וועלן אהין אנקומען. ס'איז מעגליך אז די מענטשהייט וועט צו יענער צייט שוין האבן עקספערימענטירט און אויסגעפרואווט אלעס וואס דאס קאלעקטיוו מענטשליך הארץ קען נאר גליסטן און וואס זיין פאנטאזיע קען זיך נאר פארשטעלן, און מ'וועט זיך ווענדן צו עפעס מער, העכערס, ווייטערס, טיפערס...