מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה
88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1612
מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה
מעלות אויסגאבע, א אויסגאבע פאר פרויען דורך פרויען, די איינציגסטע אויסגאבע וואס יעדער לויבט אין רימט, א אויסגאבע וואס וואלט זיך נישט געדארפט שעמען אפילו בימי תנאים ואמוראים ואנשי כה"ג.
אבער לדעתי ולדעת אסאך אנדערע, ברענגט מעלות חורבנות אין אסאך אידישע שטיבער, אנגעהויבן מיט דעם וואס זיי זענען די פאן טרעגער פון ראדיקאלע אידישקייט, זיי דינייען קאמפליטלי אז עס איז 2012, אין זיי האבן א גרויסע השפעה אויף אינזער'ע ערליכע תמימות'דיגע נשים צדקניות
אין נאכדעם די וועג וויאזוי זיי ענטפערן אויף בריוון און שאלות פון תמימותדיגע פרויען, איין באקאנטע בריוו וועגן טשעקן די מאנ'ס סעלפאון האט זיך ארימגעדרייט, אין האט יעדן נארמאלע אינגערמאן אין אפילו נארמאלע פרויען זייער אויפגעברויזט.
גראדע ביי מיר קויפט מען עס נישט, נישט ווייל כ'לאז נישט נאר ווייל זי איז פשוט נישט אינטערעסירט.
איך בין נישט געקומען אוועקמאכן זייערע גוטע חלקים, ס'וואלט נאר געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס דער ציבור דא האלט איבער דעם, צו זעט איר אז ס'זאל אייך אפעקטירן אייער לעבן?
גערעכט מער ווייניקער. אבער מעלות איז א געמישטע קללה. זי איז די איינציק פארבליבענע אויסגאבע וואס לייגט א דגוש אויף א ריכטיקן אידיש איר קאלום מאמע לשון איז א גאר געלונגענע. אויך האט זי גוטע סחורה פאר קינדער ווי די פארמעסטן וואס זאגט דער שניי מענטש וכדומה מיינע קליינטשיקע זענען אין זיבעטן הימל צו זעהן זייער נאמען אין מעלות. אויך דארף מען איר קרעדיטן פארן אריינברענגען צווישן דעם גאר פרומען עולם אז עס עקזיסטירט אזאלכע מושגים ווי OCD וכדומה אבער קלאר זי טוהט אסאך שאדן אויך מיט איר פאנאטישקייט.
אגב דער אשכול געהערט נישט ממש אין פרגוד.
געהערט אפשר טאקע נישט אין מאחורי, אבער איך האב ליעב צו דוסקוסירן אזאלכע זאכן דא צווישן אינגעלייט.
איך האלט אז יצא שכרו בהפסדו. ווי אויבנדערמאנט, קלערט עס אביסל אויף די פרומע, און די וואס זענען ווייטער פון דעם ווייסן אז זיי זענען נישט ריכטיג ווען זיי זענען נישט ריכטיג. זייער אידיש איז אויסנאמליך בא׳טעמ׳ט צו ליינען, גאר גוטע סחורה פאר די קינדער, בקיצור די איינציגסטע געלונגענע אידישע מאגאזין.
א אייגנארטיגע אויסגאבע, מיט פילע אויסנאמליכע שטריכן.
ועיי"ש ותמצא נחת,
סדא מענטשען וואס זיכען שכל, מחשבה, טראכטן, זיי זענען די איינציגסטע אידשע אויסגאבע וואס די שרייברס פרובירען צי טראכטן.
אנפארטענטלי זענען זיי עקסטרימעסטן.
נולד מאוחרסדא מענטשען וואס זיכען שכל, מחשבה, טראכטן, זיי זענען די איינציגסטע אידשע אויסגאבע וואס די שרייברס פרובירען צי טראכטן.
אנפארטענטלי זענען זיי עקסטרימעסטן.
וואס מיינסטו מיט עקסטרעמיזם?
וואס הייסט זי איז קלאר אנגעליינט מיט משכילישע ביכער?
DotComנולד מאוחרסדא מענטשען וואס זיכען שכל, מחשבה, טראכטן, זיי זענען די איינציגסטע אידשע אויסגאבע וואס די שרייברס פרובירען צי טראכטן.
אנפארטענטלי זענען זיי עקסטרימעסטן.
וואס מיינסטו מיט עקסטרעמיזם?
איך האב שוין זייער לאנג נישט געליינט סא איך קען דיר נישט געבען א משל.
איך געדענק זיי פלעגו אלץ אריינלייגן אונטער 'אז נדברו' די איינשטיינישע אויסטרעפען פין ספעציעלע פאנדזשעלויס אין שפיטאל ביים געבוירן אדער פאר די קלינינג לעדיס פאנדזעלויס וכדומה.
דאס איז נישט די ריכטיגע סחורה, כוועל דארפן אויפזיכען דוגמאות פין זייער עקסטרים השקפות.
[ציטאט אראפגענומען]
ניין כהאב נישט געליינט די וואך. מוועט מיזן זאגן אז זיי מאכן חזרה.
[ציטאט אראפגענומען]
איז דאס ערענסט אדער א וויץ?
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס איז עס היפאקריטסטווע אז איינער ליינט ביכער אין קריגט זיך דערויף?
איך זאג נישט דאס "אונטערצורייסן אנדערע אויסגאבעס און זאגאר די וואס זענען נישט אזוי מיליאן פראצענט פרום ווי א. כ"ץ'" וויזט אויף קליינקעפיג קייט. אבער איר ליינען משכילישע ביכער,פארשטייט זיך מיט א ספעציעלע היתר מסתם פין רב טויבער איז נישט קיין סתירה.
איך האב קוים באקומען די אזוי לאנג ערווארטעטע אויסגעגארטע צוטריט צו מאחורי הפרגוד און שוין האב איך וואס צוצולייגן, און דוקא נישט אין ענין וואס באלאנגט דא. (בעצם דארף מען ארויסטראגן דעם אשכול פארנט פונ'ם פרגוד לקיים מש"כ והוקענום נגד השמש).
דער עולם דארף פארשטיין אז די עקסטרעמע און צומאל זינלאזע מיינונגען וואס מען באגעגנט אין די מעלות קומט עפ"י רוב פון ליינער און פרעמדע שרייבער וואס נוצן אויס די איינציגסטע נארמאלע און פרומע אויסגאבע צו לאזן לופטערן זייערע בויך וויי. למשל דאס וואס מען האט א צייט צוריק געברענגט דא א בריוו וועגן אנטון די קינדער דענים (צו וואס דעיניש האט געלינקט אויבן) איז געשריבן געווארן אין א בריוו פון א ליינער. אדער למשל דאס וואס אנאנים האט געשריבן אז זי רייסט ארונטער אנדערע אויסגאבעס, דאס קומט נישט פון די מעלות רעדאקציע אדער זייערע אייגענע שרייבער'ס, נאר פון בריוון וואס ליינער שיקן אריין. פאקטיש האבן זיי כסדר אזעלכע בריוו וואס זענען מעורר עס הרבים אנצוטון רעגן מאנטלען און אנטון די גוי'טע א שפיצל און שווארצע שטרימפ אז זי זאל נישט פאר'סמ'ן די אויגן פון דאס צוויי חדשימ'דיג בעיבי. דאס צייגט אויף די נארישקייט פון דער פרומער עולם, און נישט פון די מעלות רעדאקטארין. הגם דאס אריינשטעלן ווייזט אויך אויף עקסטרעמיזם. אויב איר וועט קוקן אויף די ערשטע צען יאר ווען עס זענען געווען פיל ווייניגער בריוו און ארטיקלען פון יעדן מעכל און רעכל וועט איר זען אז זיי פרעדיגן אינגאנצן נישט קיין פרומקייטן. עס איז אמת אז מעלות בעצם האט געוויסע עקסטרעמע שטריכן, אבער לויט ווי איך געדענק אינדארסירן זיי כמעט נישט קיין ספעציפישע לעכערליכע פרומקייטן.
איך ווייס נישט פין איינער וואס זאל פרום ווערן וועגן די מעלות,
מ'קען ענדערש קאלט ווערן פין די שוואכערע אידישע ליינווארג ווי ווארעם ווערן פין די מעלות
אבער איך לאז עס נישט אריין אין שטוב וועגן די שלום בית שמועסן וואס זיי פלעגן האבען ברבים
איך דארף נישט מיינע קינדער זאל מיך מחנך זיין מיט שלום בית פין די מעלות
איך הער אז זיי האבען אויפגעהערט מיט דעם, אבער דער סעלפאן בריוו האט מיך באוואויגן ווייטער צו שטיין ווייט דערפון
נישט וועגן מיין ווייב זעהט נישט מיין סעלפאן, נאר ווייל מיינע קינדער דארפן נישט וויסן אז ס'איז א אישו
קלאראיך ווייס נישט פין איינער וואס זאל פרום ווערן וועגן די מעלות,
מ'קען ענדערש קאלט ווערן פין די שוואכערע אידישע ליינווארג ווי ווארעם ווערן פין די מעלות
אבער איך לאז עס נישט אריין אין שטוב וועגן די שלום בית שמועסן וואס זיי פלעגן האבען ברבים
איך דארף נישט מיינע קינדער זאל מיך מחנך זיין מיט שלום בית פין די מעלות
איך הער אז זיי האבען אויפגעהערט מיט דעם, אבער דער סעלפאן בריוו האט מיך באוואויגן ווייטער צו שטיין ווייט דערפון
נישט וועגן מיין ווייב זעהט נישט מיין סעלפאן, נאר ווייל מיינע קינדער דארפן נישט וויסן אז ס'איז א אישו
סיי ווייסן שוין סייווי און אז זיי וויסן נאך נישט קענען זיי געוואר ווערן פון אנדערע פלעצער איך האלט עס איז א שטיקל טיפשות נישט אריין צו נעמען די מעלות וועגן דעם
אויב די שאלה איז צו עס לוינט זיך אריינצוברענגען די "מעלות" אין שטוב צי נישט, איז דער ענטפער אז יא.
די מעלות איז פון די איינציגע אויסגאבעס אין אידיש וואס איז ווערט די פינף דאללאר. זיי לייגן דגוש אויף די קוואליטעט פון די ארטיקלען און שרייבערס, און מאכן זיכער ארויסצוגעבן אן אויסגאבע מיט תוכן. ווי אויך, אזויווי יאנקל האט שוין ארויסגעברענגט, איז עס לכאורה די איינציגע אויסגאבע אין די היימישע געמיינדע וואס נעמט אריין די ליינער אין ענינים פון "מחשבה". (בדרך אגב, א ווערטל וואס ליגט מיר אין זכרון פון די "קורץ און שארף" אפטיילונג פון די מעלות: אז איר מאכט איינעם טראכטן אז ער טראכט וועט ער אייך ליב האבן, אז איר מאכט אים באמת טראכטן וועט ער אייך פיינט האבן).
זייערע חינוך ארטיקלען צום ביישפיל זענען זייער באלערנד, און אונזער געמיינדע וואלט פארדינט ווען מער מענטשן ליינען דאס. צב"ש געדענק איך אן ארטיקל בעפאר פסח וואס האט ארויסגעברענגט אז מען קען אמאל זען בחור'לעך וואס קומען צום סדר מיט צענדליגער חסיד'ישע תורות אבער ווייסן נישט דעם פשוטן טעם פארוואס מען עסט מצה. ער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אויסלערנען די קינדער וואספארא מצוה איז א דאורייתא, א דרבנן, א מנהג, א.א.וו., די קומענדיגע חודש איז געווען א בריוו וואס האט זיי קריטיקירט אז "זיי ברענגען אראפ די חשיבות פון א מנהג ישראל", אבער זיי האבן זיך געהאלטן ביי זייערס.
אמת, זיי קומען גאר אפט צו עקסטרעמע מסקנות, אבער פאר די וואס אפרישיעטן ארומצונעמען א נושא מיט סברה און שכל, איז עס זייער א געשמאקע אויסגאבע.
בעצם איז גלייך זיך אויסצולערנען צו קענען פארנעמען ווען א צווייטער מענטש האט אנדערע דעה אויף א נושא, דער פראבלעם איז נאר ווען יענער וויל נישט טראכטן און ער טוט דיך נאר פארשרייען און אינטימידעיטן מיט כלומר'שטע פרומקייט, אבער אז עמיצער טראכט נארמאל און לאגיש און גרייכט אן אנדערע מסקנא מעג מען פארדייען. אויב קענט איר נישט פארנעמען צו הערן און ליינען אביסל פרומערע השקפות זענט איר מיט גארנישט בעסער ווי א צווייטער שמאלער מח וואס האלט אז אלע אויסער זיין קרייז זענען גוים.
זייער גוט געשריבן, נח געציל.
דארפסט אריינקמען דא אפטער!
נח געצילדי מעלות איז פון די איינציגע אויסגאבעס אין אידיש וואס איז ווערט די פינף דאללאר.
זעקס דאללער איז עס אויך ווערד?
ווייל די פרייז איז שוין היינט 6
יא, ווען איך האב דאס געזען, האב איך געוואלט אריינשיקען פארן מערכת, גאנץ הייד פארק....
שוין עטליכע יאר וואס עס קאסט זעקס דאלאר. אנדערש ווי יעדע נארמאלע אויסגאבע אויף דער וועלט, האט "מעלות" קיין איין ווארט נישט גערעדט איבער דעם וואס זיי זענען ארויף די פרייז. בסך-הכל, אויב איינער האט גענומען די מי איבערצוקוקן זיין גראסערי-רעסיט האט ער געקענט באמערקן אז די נייע "מעלות" באר-קאוד רעכנט זעקס דאלאר אנשטאט פינף.
גראדע איז די עמי אויך לעצטנס ארויף פון פיר דאלער ביז פיר פופציג און איך געדענק נישט ער זאל שרייבן עפעס דערוועגן. יעצט פאלט מיר איין אז אויפ'ן דעקל שטייט סייווי די פרייז (אזוי ווי עס פלעגט זיין אויף די מעלות איידער זיי זענען אראפ פון וועג און אנגעהויבן לייגן קאלירפולע דעקלעך) ממילא האלטן אפשר די רעדאקטארן אז עס פעלט נישט אויס עקסטער ארויסצושרייבן.
ווען זיי זענען ארויף פון 4 צו 5 איז געווען א גאנצער הסבר.
יא ס'האט מיר אויך געבאדערט דאס אויסנארן דעם עולם. ס'א שייגעץ שטיק.
פותחים בכבוד האכסניא: יישר כח פאר'ן "קאווע שטיבל".
אני הקטן בין געווען א "מעלות פעען" פאר לאנגע יאהרן, און געהאלטן אז דאס וועט האלטן אידישקייט אין אמעריקא, איך האב עס געקויפט און געשטיצט, און געפיטערט מיין ווייב און קינדער דערמיט.
היינט - ווען מיין געזונדל איז אונטערגעוואקסן - בין איך געגאנגן צום ווייטן קאנטראסט, איך פיהל אז איך האב געמאכט א פאטאלע טעות, מיט'ן אריינעמען די מעלות אין מיין שטוב נישט אזוי ווייט, נאר מיט'ן גיין נאך דו אידילאגיע וואס ווערט דארט געפרעדיגט.
צום ענין: די "חסרונות" פון די "מעלות" איז וואס א צווייטע צייטונג - ווי די שטערן, שפאקטיוו ודומיהן - האט נישט, ("דאוינט געט מי ראנג" איך רעד נישט פון "דער גוי" און "דער בלאטע" וואס איז לכתחילה געמאכט מאנעווירן אידישקייט לויט די געשמאק פונ'ם פארטיי, אפגעזעהן וואס מען דארף פארקוקן דערוועגן)
די "מעלות" (צו חסרונות ווי אנדערע רופן עס) איז ווי א ווארימל וואס גייט שטייטליך אריין אין קאפ פון די ליינער אז: היינט איז נישט מעגליך צו זיין א איד, די מעשיות ארטיקלן עצות און הומער וואס ווערט דארט געשריבן איז מיט איין ציהל צו טרייבן די מענטש אויף א משהו העכער ווי ער קען.
אין קורצן גערעדט: ער וויל - פאר יעדען פרייז - אז אויף "מיינע פיס" זאל איך צופאסן מיין זיידנ'ס שיך, אנשטאטס צוצופאסן שיך צו "מיין פיס" אז איך זאל גיין מיט מיינע שיך אויף דעם "וועג" ווי מיין טאטע און זיידע זענען געגאנגן, מוז איך זיין ביזי צופאסן מיין טאטע'נס שיך צו מיין פיס אפגעזעהן ווי די פיס וועלן מיך (נישט) טראגן.
(בדרך צחות: "צא הלחם ב"אמאל"ק מחר" גיי און זיי לוחם מיטן יצר הרע וואס פארפירט דיך מיט אמאל'קע צייטן, אמאל איז געווען...! איי איז דאס געווען א דור דעה...! וואס ווייסן מיר היינט...! א פינסטער דור...! ווי אזוי קוקט אויס אונזער שבת, יו"ט, תפילין,דאווענען...! נאר ענדרשט "מחר" זעה ווי עס וועט דיך ברענגן מארגן.
די שטערן ווייטער, קומט נישט אריין אין מיין לעבן, ער געבט מיר נישט קיין פאלטשע וועגן צו טראכטן.
פארוואס שרייב איך? ווייל עס טוט טוט מיר וויי, עס זעהט אויס ווי פשוטע זאכן אבער אז מקוקט אויפן אויטקאם זעהט מען אז ס'איז זייער ביטער.
ווילסט זאגן א מעשה פון א צדיק?! דארפסטו עס רילעיטן צום היינט! ווילסט געבן א געדאנק א עצה?! דארף עס ארבעטן היינטיגע צייטן.
שלום עליכם
איך בין גראדע אן אייניקעל פון בעל "המכריע" - יא ס'איז א נאמען פון ספר.
יהא בואך לברכה, שלינג א טרינק קאווע,לייען און לייק, און -וואו דיין ניק זאגט פאר - זיי מכריע אונזער שווערע טעגליכע שאלות.
"שאל אביך...זקיניך ויאמרו לך" האט גארנישט מיט רילעטן צו דעם "היינט" סארי, באט וועלקאם.
סתם אינטערסאנט...
איך האב גהערט פין עטליכע גראסעריס איינס אפילו פין בארא פארק אז דע מערסטע גייענדיגע פעיפער איז דע מעלות
איך ווער משיגע פאר איר שרייבערעריי כאטש איך אגרי נישט מיט אלעס וואס זי שרייבט אבער איר קלארקייט ווי אזוי ענטפערט יעדעם בריוו איז זי א חד בדרא
מערסט גייענדע אידישע חודש'ליכע פעיפער.
איך בין אן ערליכע ליינער פון די מעלות, איך קויף עס כמעט חודש'ליך. כאטשיג איך שטיי בהשקפה אויף אן אנדערעם פלאנעט ווי מרת. ראטה, טו איך שעצן איר לאגישן צוגאנג צו איר אייגענטארטיגן מהלך אין אידישקייט, חוץ פון די געבענטשטע שינויים וואס זי האט אריינגעברענגט ביים עולם (תחת מסווה של פרומקייט כמובן), אזויווי פעמעניזם (כאטשיג זי טרייבט פיל מאל איבער), פסיכאלאגיע, מעסיגע חינוך הילדים ועוד. אבער דער עיקר וואס כ'גלייך פון מעלות איז אז אנדערש פון רוב היימישע אויסגאבעס, שרייבן זיי כמעט נישט קיין ליגנט מיטן חשבון אז מען קען דעם עולם סיי ווי פארקויפן באבקעס. עס דערקענט זיך אז די רעדאקציע פון מעלות האלט זיך צו א סטאנדארט, און פרובירט דורכזיפן אז וואס עס שטייט דארט זאל זיין באגרינדעט אין מציאות.
אבער אין די מעלות פון די חודש איז ערשינען אן ארטיקל וואס כ'האב זיך ממש גע'חידוש'ט צו לייענען, כ'האב געשפירט אז עס פאסט באמת נישט פארן מעלות אזא טיפשות'דיגן ארטיקל. איך באציה זיך צום ארטיקל מיטן קעפל "א געזונטער קלאפ" פון ש. הירש. שרייבט מרת. הירש ווי פאלגנד:
📎 maalos1.jpg
📎 maalos2.jpg
📎 maalos3.jpg
📎 maalos4.jpg
פארזעצונג אין קומענדיגן תגובה.
📎 maalos5.jpg
כ'מיין, וואס איז פשט? אז איר ווייסט נישט וואס די חילוק פון "אינטערנעט" און ווארלד ווייד וועב" איז, דאן פילט אן אייער מויל מיט וואסער! וואס איז פשט פון אזא נארישן ארטיקל? דעם אויספיר פונ'ם ארטיקל מיט'ן נס פונ'ם קינד וואלט איך נאך אראפגעשלונגען, ווי נישט ווי איז דאס דאך זייער מהלך. אבער ביז אהין? רבוש"ע, איך ווייס נישט וויאזוי זי שעמט זיך נישט.
אה, נאך איין נקודה וואס כ'האב ארויסגענומען פון דעם ארטיקל איז אז עס איז קריטיש וויכטיג פאר מענטשן צו פארשטיין די פשוט'ע מושגים פון טעכנעלאגיע, וואס איז דאס אינטערנעט, וואס איז דאס אימעיל, וואס איז דאס א בראוזער, און וואס איז דאס די וועב. אז נישט, קוקט מען אויס ווי די מרת. הירש און אירע נארישע נסיונות און קבלות.
מאראל פון די מעשה: קהלה-קאנטראלירטע אינטערנעט סערוויס קומט מייט א זייטיגע באונאוס פון טראסקענען שאפעס נעבן קינדער כדי זיי צו מאכן קלאטשן פאר פרייד.
נ.ב. מ'האט מיר מעורר געווען אין אישית אז מרת. מעלות הייסט נישט ראטה. זאל זיין אזוי.
זי הייסט כ"ץ, כ'מיין.
פון די אנדערע זייט איז גאנץ קאמיש ווי זי משל'ט אויס דעם מאן מיט די לאנגע בארד "ער איז א גרויסער קנאי גייט צו אלע הפגנות קעגן די מדינת הציונים". (אגב יידל די מעלות רעדאקטארין איז מרת יונגרייז - כהן נישט ראטה. ווען איך האב איר ג'אימעילט לעצט איז איר אימעיל געווען יעשיבע נעט און זי האט טאקע נישט קיין אינטערנעט צוטריט ווען איך האב איר פרובירט צו געבן לינקס, קען זיין די דעטאלן פון דעם נארישן ארטיקל זענען נישט גראד געזויגן פון פינגער).
יידלנ.ב. מ'האט מיר מעורר געווען אין אישית אז מרת. מעלות הייסט נישט ראטה. זאל זיין אזוי.
מרת מעלות פערזענליך הייסט יונגרייז, איר מאן איז די ראש הכולל אין סאטמאר מאנסי (ר' חיים יהושע) ער שרייבט אסאך די תורה ארטיקלען . מעשיות פון צדיקים - א.ד.ג. די ערשטע פאר פעדזשעס יעדן חודש.
איר טאכטער הייסט ראטה, א גרויסע שרייבער, און זי שרייבט אסאך ארטיקלעך אין די מעלות.
יידלכ'מיין, וואס איז פשט? אז איר ווייסט נישט וואס די חילוק פון "אינטערנעט" און ווארלד ווייד וועב" איז, דאן פילט אן אייער מויל מיט וואסער! וואס איז פשט פון אזא נארישן ארטיקל? דעם אויספיר פונ'ם ארטיקל מיט'ן נס פונ'ם קינד וואלט איך נאך אראפגעשלונגען, ווי נישט ווי איז דאס דאך זייער מהלך. אבער ביז אהין? רבוש"ע, איך ווייס נישט וויאזוי זי שעמט זיך נישט.
ווי עס זעהט אויס, ווען עס קומט צו די ענינים פון האקן קעגן אינטערנעט איז די שכל הישר נישט ערלויבט אריינצורעדן.
זי איז נישט דער איינציגסטער. רוב אזעלכער וואס באקומען זייער אינפארמאציע איבער טעכנאלאגיע פון צעטלעך אין שוהל און סיטיפילד דרשות ליידען אויף די צימישעניש, א חלק פון די כללותדיגער מהלך פון די מערכה וואס האט באשאפען אזא מאנסטער וואס רופט זיך "אינטערנעט", וכמדובר כמה פעמים.
למעשה קומט ארויס פון דעם א טובה, ווען פארשידענע תמימים פרעגן מיר אן ווי האסטו דאס אדער יענס, קען מען ענטפערן (בערך ווי משה געציל האט ערגעץ מסביר געווען), נעה, איך האב אימעיל אויף מיין קאמפיאטער, און פעיסבאק אויף מיין טעלעפאן. אינטערנעט? חס ושלום!.
א נייער דרגה אין טפשות. און וואס איז דער והמבין יבין? איך מיין זי לאזט דא קיין סך פאר די אימעזינאציע.
📎 mallos1.jpg
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/139240">viewtopic.php?p=139240#p139240</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/139092">viewtopic.php?p=139092#p139092</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/139413">viewtopic.php?p=139413#p139413</a><!-- l -->
מאדנע, אבער לעצטענס באקום איך א שלעכטער געפיל צו מיין באליבטע מעלות.
WELL, עס איז אפשר א גוטע זאך צו פייטן טעכנאלאגיע, אבער אויף א נארמאלע אופן. הער אויף איבערצוטרייבן אז עקסידענטס פאסירן וועגן ווידעאו קליפס פון א קעמרע, און נאך פילע מעשיות וואס מען זעהט 'אפן' דעם יד ה' ווי ער איז ברוגז אויף טעכנאלאגיע, טראץ אונזער הסתרת פנים! ווער מיר נישט קיין "אכשר דרא'ניק", און הער אויף גיין אזוי עקסטרעם מיטן קאפ אין וואנט אריין.
ס'מיר געווען באליבט ביז אין די אנהויב סמ'ך יארן. זינט זיי האבן געטוישט דעקל האט עס איינגענומען א ירידה
ואני הקטן נתגדלתי על ברכי מעלות, און ס'אפשר א בחינה פון בירא דשתית מניה לא תשדי ביה קלא, אבער הא גופא איז ווייטאגליך ווייל מעלות איז געווען דאס איינציגסטע אשר אמרנו בצילו נחיה און ס'איז דורכאויס לחם כזבים.
כ'רעד נישט פון די באטריבנע השקפות און אותות ומופתים ווי שוין אויסגעשמועסט דא. די א"ג באלערנדע ארטיקלען זענען אנגעפיקעוועט מיט גרייזן און עמי-הארצות, און ס'גאנצע בריאה באטראכט מיט היינטצייטיגע חרדישע ברילן. אפילו די מכלומרשטע אידישע סטאנדארד איז א וויץ. ס'איז צום באגריסן די אנשטרענגונג נישט אריינצוברענגען קיין ענגלשיזמען, אבער דאס שאוועניזם אין "מאמע לשון" קאלום וואו אידיש טרומפייטירט איבער איר פארגרעבטע-רייכע-שוועסטערקינד ענגליש און דאס געמאכטע-געלערנטקייט אין "וואס איז די מקור" מיט די פילע "ווארשיינליכע" מקורות שפורדעלט מיט אזויפיל קליינקעפיגקייט אז יעדער בעל נפש תצלנה שתי אוזניו, וואס דרך אגב אין אידיש זאגט מען גרילצן די אויערן, נישט גריצלן די אויער (שכוח מעלות).
כ'ווייס נישט צו אין לויף פון די יארן האט זיך מעלות געטוישט צו איך האב זיך געטוישט, אבער אמאל פלעג איך דאס גלייכן און היינט קען איך קוקן נאר אויפן דעקל.
הערשי זאגסט גוט. גראדע די מאמע לשון קאלום האלט איך איז לויבנסווערד. אינדערצייט וואס אלע חרדישע אויסגאבעס מאכן פון אונזער מאמע לשון א קריפל, פרובירט די מעלות אנצוהאלטן איר ארגינאלקייט און שיינקייט. מען האט שוין געשמועסט דא אז מעלות קומט זיך קרעדיט אויף אריינברענגען גייסטישע מחלות ווי או סי די א.ד.ג. אלס א פאקט ביים גאר פרומען ציבור. אןיך איז די מעלות א נעסטל פון פעמאניזם וואס איז נישט בנמצא ערגעץ אנדערש ביי חרדים וחרדות לדבר השם.
הערשי אפילו די מכלומרשטע אידישע סטאנדארד איז א וויץ. ס'איז צום באגריסן די אנשטרענגונג נישט אריינצוברענגען קיין ענגלשיזמען, אבער דאס שאוועניזם אין "מאמע לשון" קאלום וואו אידיש טרומפייטירט איבער איר פארגרעבטע-רייכע-שוועסטערקינד ענגליש און דאס געמאכטע-געלערנטקייט אין "וואס איז די מקור" מיט די פילע "ווארשיינליכע" מקורות שפורדעלט מיט אזויפיל קליינקעפיגקייט אז יעדער בעל נפש תצלנה שתי אוזניו, וואס דרך אגב אין אידיש זאגט מען גרילצן די אויערן, נישט גריצלן די אויער (שכוח מעלות).
נו, לאז אונז נישט מיט'ן צינג אינדרויסן, גיב ארויס עפעס פרטים.
זייער שיין אויסגעשמוסט דא
ס'איז דא משפחות וואס מ'ווארט שוין ראש חודש אויף 12:00 פאר די מעלות...
מיינע צוויי סענטס:
לייענדיג די בריוון דארט האב איך באמערקט אז חוץ זייער עקסטרעמיזם, זענען זיי זייער שטארק מיט זייערע מיינונגען, טאמער איז דא א בריוו פון א לייענער וואס שרייבט עפעס קעגן זיי אדער דיסעגריט מיט זיי, ענטפערן זיי אפ זייער שארף, אסאך מאהל וועלן זיי אטאקירן דעם שרייבער(מיט ווערטער) און מאכן ליצנות פינעם בריוו, בעסיקלי אז וואס זיי האבן געזאגט/געשריבן איז פסוק וחתום, מ'טאר נישט האלטען אנדערש.
איין ארטיקל וואס איך פלעג זייער ליב האבן צו לייענען איז געווען פון צ. הירש, עפעס אזוי ווי א חינוך ארטיקל, ער פלעגט דארט שרייבן זייער שיינע געדאנקען ווי אזוי צו פירן א שבת טיש, א יו"ט, חוהמ"ד מיט קינדער, און בכלל די רילעישאנשיפ פון די טאטע מיט די קינדער ווי אזוי דאס דארף צו ארבעטן, ער שרייבט געשמאק, מיט הומאר, און היפש עדזשאסטעט צו 2012 (ווען איך האב עס געליינט איז נאך געווען 2012)
אינטערעסאנט אנצומערקן אז מעלות איז לכאורה די מאסט פאפעלער מעגעזין ביים היימישען אלטרא ארטעדאקסישען עולם.
ס'איז. ס'פארקויפט מער ווי די שטערן. בעליוו איט אר עלס
מער? כמעט צוויי מאל אזויפיל.
זיי מאכן געלט אויך, אדער איז עס מער לשם מצוה אדער האבי?
לכבוד שבת קודשזיי מאכן געלט אויך, אדער איז עס מער לשם מצוה אדער האבי?
ס'איז א פעטיש.
אריין אין פעטיש אשכול...
איך מיין אז מ'קען שוין טוישן קעפל צו: מעלות - א קללה אין שטוב!