☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.

ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4499

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:20 pm

· #141063
ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.
לאמיר רעדן אביסעלע ערנסט, מיר האבען טאקע א רייכע שטיבל, כולנו חכמים כולנו נבונים, יעדער איינער האט זיך זיין קוק-ווינקל אויף אלע ענינים און אוודאי אויך אויף אלול און די הייליגע טעג.
יידל וועט אונז אוודאי וויסען מסביר צו זיין אז היסטאריש איז די גאנצע מושג פון חודש אלול מער ווייניגער א נייער זאך, ער וועט אנווייזען אז אפילו די גאנער מושג פון יום הדין ווערט נישט געברענגט אין תנ"ך און אפילו אין חז"ל איז עס סך הכל עטליכע מאמרים און אין אנדערע פלעצער זעהט מען אז מ'האט נישט געמאכט אזא טראסק דערפון. יאנקל וועט טענה'ן אז דער גאנצער מושג א חודש פון תשובה איז נישט במקור קיין אידישער און איז אפשר געבארגט פון דער קאטולישער 'לענט' אדער דער מוסמלענישער ראמאדאן.
לעיקוואד מיט יאיר וועלן חוקר זיין צו עס איז בכלל אויסגעהאלטען צו מייחס זיין צו גאט אזא מושג פון יום הדין אויף אזא מענטשליכע אופן און צו עס זענען טאקע דא דריי ספרים אין הימל אדער איז אלץ נאר א משל ומליצה. מח שליט וועט פראבירען מסביר צו זיין אז וויבאלד עס איז אלץ תלוי אין אונזער קאפ איז אויב מיר רעדן זיך איין אז עס איז א יום הדין ווערט עס טאקע אזוי, געפילטע פיש וועט עם פרעגן אויב אזוי לאמיר זיך איינרעדן אז עס איז גארנישט מיט נישט ווערט עס דען אזוי? און זיי וועלן זיך ארומטענה'ן פאר פערציג בלעטער.
שמעקעדיג וועט חוקר זיין אויב די גאנצע עסק פון תשובה טוהן און ימים נוראים איז נישט צופיל פרעשור, און צו עס שטערט נישט פאר אונזערע איידעלע נפשות און די פון אונזערע קינדער אז מ'רעדט פון דעם.
די דייעטישינס וועלן חוקר זיין צו עפל מיט האניג, קרעפלעך און האניג קעיק זענען געזונט און צו מ'פארזיכערט זיך נישט א פעטע יאר כפשוטו מיט די אלע סימנים ומאכלים ומעדנים. סאשי פיש וועט אונז מהנה זיין מיט בילדער פון אן עפל טעלעפאן אין האניג און פון פארשידענע פאני פאזעס ביי כפרות שלאגען.
קאווע טרינקער וועט זיך קווענקלען צו די תשובה זיינע איז אמת'דיג און צו די אויפזיין הושענה רבה מאכט עם נישט סתם מיד און צו ער זארגט זיך נישט צופיל זיין קיטל זאל נישט שמוציג ווערן.

בקיצור, איך ווער שוין מיד פון אלעס מסביר זיין און מסכם זיין, איך הייס נישט קופערניקוס און אפילו נישט יואב, זאל ער מסכם זיין יעדער איינער, ועוד חזון לחול המועד.

אבער אלע חכמות אין א זייט, עס איז גארנישט אזא שלעכטע אדער אפגעפרעגטע זאך אז מ'נעמט אביסעלע צייט פאר תשובה מיט תיקון המעשים. אפגעזעהן צו די פיש אין וואסער ציטערען יא אדער נישט, סתם, מיר זענען דאך נישט קיין צדיקים גמורים, יעדער איינער לפי שיטתו אמונתו ונטיית לבו ווייסט עס וואלט עם גארנישט געשטערט אביסעלע בעסר צו ווערן, איז אז מיר האבען דא אזא טייערע קיבוץ פון חברים תלמידי חכמים חסידישע אינגעלייט וכו', איז לאמיר זיך דא אביסעלע אויסשמועסען וואס מיר קענען א משהו טוהן אין דער געביט פון תיקון המעשים. זאל דער עולם זיך דורכרעדן אביסעלע ערנסט קליינקייטן וואס מ'קען זיך מחזק זיין, צו בין אדם למקום, צו בין אדם לחבירו. זאל זיין די א ריכטיגע אסיפת התעוררות, אן קיינע שרעקעדיגע פלאקאטען און טאקע אויף די טריפה'נע אינטערנעט. סתם חברים צווישען זיך זאלן זיך דורכשמועסען אביסעל וואס און וויאזוי מ'קען בעסער ווערן.

קינות גירושין » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:30 pm

· #141071
איך מיין אז איך דארף זיך טובלן מער אין מקוה, סברענגט קדושה

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:33 pm

· #141074
איך דארף דאווענען מער פון פארענט

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:34 pm

· #141075
עשה טוב איז דאך אויך גוט.. נא, עמער יוצא זיין מיט געבן מער לייקס.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:36 pm

· #141076
מער נישט זיין ראסיסטיש כלפי רויטע

קינות גירושין » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:39 pm

· #141079
זר זהב
מער נישט זיין ראסיסטיש כלפי רויטע

איז שוין דא א אשכול וועגן דעם?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:41 pm

· #141080
קינות גירושין
זר זהב
מער נישט זיין ראסיסטיש כלפי רויטע

איז שוין דא א אשכול וועגן דעם?

מ'ווארט פאר רויטע וואנצעס

אביגדור » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:43 pm

· #141081
ווייטער אנגיין אחד בפה ואחד בלב מיט א אימפעט און א פרישקייט.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:43 pm

· #141082
לעיקוואוד: ס'איז א הערליכער ארטיקל מיט וואונדערבארע נקודות למחשבה. נאר אלס ליטוואק, (איך שטעל מיר אזוי פאר. מעגליך אז דו ביסט א פארחניוק'טער חסידיש'ער יונגערמאן מיט א לאנגע, צופלויגענע (נישט געקעמט) בארד און אנגעטון די שמונה בגדים, אריינגערעכנט דעם געלן, פארפלעקטן וואלענעם טלית קטן און דעם צוקנייטשטן פלאכן ביבער הוט, אפילו אין די גרעסטע היצן, וועלכער איז פון די היימישע חברה שמועסערס אויף ראדני, און א תושב אין וויליאמסבורג עיה"ק). וועלכער ציטערט פאר די שקיעה (פון וואס מ'ציטערט נישט אין די ליטא 'עמער נישט אויסרעכענען. ס'איז דאך אלול.) און פאר אלול. ווילעך דיר מודיע זיין אז דו האסט פארשפעטיגט. ר"ח איז געווען כמעט א וואך צוריק. מ'בלאזט שוין שופר און אפילו די אידן וועלכע מאכן א לעיבן א גאנץ יאר האבן שוין אויך אנגעהויבן תשובה צו טון.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:44 pm

· #141083
ouch

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:44 pm

· #141084
יא יא, ליצנות א' דוחה מאה תוכחות.
ביי די לעצטע שורה פון לעיקוואד איז שוין גערינען טרערן פון מיינע אויגן, זענען געקומען די מגיבים און אלעס אויסגעטרוקנט. והקולר תלוי בצוארם.

שמו יגער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:45 pm

· #141086
אביגדור
ווייטער אנגיין אחד בפה ואחד בלב מיט א אימפעט און א פרישקייט.

דו רעדסט צו זיך אדער ביסט מעורר וואס "אנדערע" קענען מתקן זיין??

אביגדור » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:49 pm

· #141089
שמו יגער
אביגדור
ווייטער אנגיין אחד בפה ואחד בלב מיט א אימפעט און א פרישקייט.

די רעדסט צו זיך אדער ביסט מעורר וואס "אנדערע" קענען מתקן זיין??

איך בין לעצטענס נתרשל געווארן אין דעם ענין, און ווייניג געוועהן אחד בפה ואחד בלב. איך נעם מיך פאר זיך צוריקצוכאפן און מיט א אלול'דיגע התחזקות ווייטער אנהייבן זיין אחד בפה ואחד בלב, אחד חכם ואחד תם וכו'. דער עיקר אז פיו ולבו זאלן חלילה נישט זיין שָׁוִין.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:01 pm

· #141098
דו האסט מיר געמאכט הארץ קלאפעניש. פאר א מינוט האבעך געמיינט אז דו לערנסט נישט ריכטיג פשט אין די רש"י פ' וישב. אבער כ'זעה אז דו לערנסט ב"ה זייער גוט פשט.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:22 pm

· #141119
שמעקעדיג

והקולר תלוי בצוארם.

דיין פעטיש?

אליצפן » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:25 pm

· #141125
erased

סלינקי » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:37 pm

· #141139
תשע"ד
ת'שובה ע'ל ד'רך קאוועש'טיבל

הקטן » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 6:36 pm

· #141248
שמעקעדיג
יא יא, ליצנות א' דוחה מאה תוכחות.
ביי די לעצטע שורה פון לעיקוואד איז שוין גערינען טרערן פון מיינע אויגן, זענען געקומען די מגיבים און אלעס אויסגעטרוקנט. והקולר תלוי בצוארם.

וואס איז די פוינט אין בלעמען א צווייטען? כאפ דיך צוריק!

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:12 pm

· #141263
זיך מקבל:
צו אפרעדן מענטשן פון חתונה האבן מיט פרעמדע מיידלאך.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:20 pm

· #141264
קאווע טרינקער
זיך מקבל:
צו אפרעדן מענטשן פון חתונה האבן מיט פרעמדע מיידלאך.

דו ביסט 100% גערעכט. דיין טאטע האט דאך חתונה געהאט מיט דיין מאמע.... 😂

אויס מענטש » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:54 pm

· #141276
מקבל נישט צו ליינען מער צימעס
ברענגט מיר צו קוקן שלעכט אויף אידן
-לייען די מגיבים-
---
בעזה איינהאנדלען אינטערנעט אינדערהיים צו קענען הערן מער שיעורים און דרשות

מאן דאמר » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:19 pm

· #141298
קאווע טרינקער
זיך מקבל:
צו אפרעדן מענטשן פון חתונה האבן מיט פרעמדע מיידלאך.

אונזער שטיבל איז שוין פון לאנג באוואוסט פארן אפהאלטן אומאויסגעהאלטענע חתונות

טעפל » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:39 am

· #141342
לעיקוואד גוט געזאגט, ערענסט גערעדט, אזוי ווי ס'שטייט נישט עסן עשי"ת פת פלטר, אביסל ווייניגער בארעדן אידען, צו איז עס פאפא צו סאטמער וגו'..כנלע"ד הקלושה..

יאיר » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:03 am

· #141709
שמעקעדיג
יא יא, ליצנות א' דוחה מאה תוכחות.
ביי די לעצטע שורה פון לעיקוואד איז שוין גערינען טרערן פון מיינע אויגן,

צריך לומר, תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות 😂.

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:41 pm

· #141978
שמעקעדיג
יא יא, ליצנות א' דוחה מאה תוכחות.

שטייט דאך שוין, מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך...

מאראנצןזאפט » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 10:04 am

· #148009
נישט געזען דעם אשכול, ביז יעצט ערב ראש השנה תשע"ד הבעל"ט.
א דאנק אייך מרן שליט"א, אזא וגילו ברעדה בעידנא דקא גרים.
בשם כל הקהל הקודש תלמידיו ידידיו ואהוביו וואונטש איך אייך א זיס לעכטיג יאר, שנה שתולכינו בה קוממיות, לראות בישועתן ושמחתן של ישראל, בהתרוממות קרן התורה והיראה, כאוות נפשו הטוב, וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה בניקל ובשמחה.

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:36 am

· #218441
ארויפגעברענט לכבוד ראש חודש אלול הבעל״ט

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:22 pm

· #536519
10 יאר שפעטער...

בעל אחריות » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 10:18 pm

· #536602
זעהסט אפילו אויף ק"ש גייט אן די פיער פרעשור, קיינעם פאסט נישט אריינצעקומען מיט אן ערנסטקייט אלס מה יאמרו הבריות...