בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3839
קאווע טרינקער שרייבט
"ר' בנימין גיבט א שעור אין ספר נתיבות שלום יעדן זונטאג"
די מיינסט אוודאי ספר נתיבות עולם פונעם מהר"ל ווייל אויב לערנט ער פאר אין נתיבות שלום - וואס איז בדרך אגב א הערליכער עבודה ספר מיט א גרינגער לשה"ק פון אדמו"ר רבי שלום נח מסלאנים ז"ל און דער נאש-ספר פאר פילע בעלי דרשנים - מיין איך אז ער איז נישט דער גרויסער מח פון וואס מ'רעדט דא, ווייל אזא זאפטיגער נתיבות שלום טשולענט וואלט ער ווען אליינס געקענט צאמשטעלן.
די שעורים בספר נתיבות עולם פונעם מהר"ל דאס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער. דאס פלעגט מען לערנען ביי אונז אין פראגער ישיבה אלץ מוסר ספר, משולב מיט לומדות און אלעס וואס די זוכסט און אויך גאנץ גרינג לגבי די אנדערע ספרי מהר"ל
shem-tovקאווע טרינקער שרייבט
"ר' בנימין גיבט א שעור אין ספר נתיבות שלום יעדן זונטאג"
די מיינסט אוודאי ספר נתיבות עולם פונעם מהר"ל ווייל אויב לערנט ער פאר אין נתיבות שלום - וואס איז בדרך אגב א הערליכער עבודה ספר מיט א גרינגער לשה"ק פון אדמו"ר רבי שלום נח מסלאנים ז"ל און דער נאש-ספר פאר פילע בעלי דרשנים - מיין איך אז ער איז נישט דער גרויסער מח פון וואס מ'רעדט דא, ווייל אזא זאפטיגער נתיבות שלום טשולענט וואלט ער ווען אליינס געקענט צאמשטעלן.
איך מיין יא נתיבות שלום פון ר' שלום נח זצ"ל.
און געבן א שיעור אין דעם ספר, מאכט מיר נאר אים מער ארויפקוקען. טאקע וועגן דעם, אז "ס'פאסט" אים צו לערנען בקביעות, וברבים, אין א ספר פון בן זמנינו.
בד"וו, די שיעור איז נישט פאר אים פערזענדליך, - ס'איז פאר אנדערע, בעלי-בתים וואס ארבעטן נישט זונטאג, און קומען הערן זיין שיעור. - ע"כ ווייס איך נישט צו מ'קען פון דעם ארויסדרינגען די מוסטער פון זיין מוח.
אהא! לערנען גוטע ספרים פון א אנדערע בעל כשרון איז אויך מיר א פראבלעם!?
אה א מחי' מען ליינט און מען ליינט מיט גרויס שפאנונג יעדע ווארט פון דיינע ארבייט, מאראנצענזאפט.
איך קען שוין לאנג מיט א בלינק פון דערנאנט די חבורה, איך האב אויף זיי אויך אזא בליק, ווי אביסל קינדעריש וכו', איך מיין אבער אז אלעס האט שוין הער מאראנצן זאפט מרמז געווען, אדער גאר בקיצור ארויסגעברענגט, אין זיין ארטיקל, און עס איז איבעריג עס איבער צוגייען און מרחיב צו זיין, און אויך ווען מען זעהט די גאנצע בילד איז עס אנדערש.
וזהו המיוחדת שבהארטיקלען, סיי עס האט די פאקטן סיי עס האט די נארמאלע קריטיק, און דער חלק ההומאר שבהן, בקיצור א מושלמתדיגע ארבעט, ריכטיג בדרך הפרד"ס. {ה"א פאר הומאר}
איך וואלט געוואלט פארשלאגן מען זאל נעמען אלע שיינע באשרייבונדען פון די משפיעים, ביינעזאם מיט די שיינע נויטיגע הערות און צוזאם פארן און איינשליסן אין אן אשכול, אזוי אז מען זאל נישט קענען אריינגיסן "לימונע זאפט" אין די געשמאקע מארנצן זאפט.
אפשר קען איינער להשלמת האשכול שרייבען די מצוות וואס מען ברויך מקפיד זיין אין די קהילת רב אייזענבערגער?
למשל אין סאטמאר איז דא די שלש שבועות.
אין באבוב איז דא שיינע פיאות וכו'.
און אזוי יעדעס מקום האט זיך זיינע שלש חמורות וואס זענען ביהרג ואל יעבור.
וואס זענען די חמורות דארט?
איך ווייס לגבי א פילטער אויף די אינטערנעט, האט ער שוין איינגעפירט די לעצטע פאר יאר אז אלע מענטשען דארט דארפען האבען דער פראגראם קאווענאנט אויגען וואס שיקט א לאג פין אלע מקומות ווי מען איז געוועהן צו אים אליין.
לכאורה מירון....
אה, אזעלכע זאפטיגע לשון הרע'ס האב איך שוין לאנג נישט געליינט... ביי קלעצקי'ס לויה האב איך שוין אנערקענט אז עפעס שטימט נישט דער טראסק ארום אים. מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר.
גאלדענע מאראנצן זאפט, ווי אלעמאל!
@
איחוד פעלדאפשר קען איינער להשלמת האשכול שרייבען די מצוות וואס מען ברויך מקפיד זיין אין די קהילת רב אייזענבערגער? למשל אין סאטמאר איז דא די שלש שבועות. אין באבוב איז דא שיינע פיאות וכו'. און אזוי יעדעס מקום האט זיך זיינע שלש חמורות וואס זענען ביהרג ואל יעבור. וואס זענען די חמורות דארט?
לערנען תורה, לערנען אלע פרייע צייטען איז יסוד היסודות, ער שטייט דערויף מיט א פעסטקייט.
קאווע טרינקערשוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.
ס׳איז א גרויסע חילוק צווישען איינער וואס וויל משפיע מן הרצון להשפיע און פון איינער וואס מוז משפיע צו ממלא זיין,זיין קרענק פון קאנטרעלירען אנדערע מענטשען.
מאראנצען זאפט, הערליך שיין, געוואלדיג אראפגעלייגט,ש כוח פאר דיין ארבייט, לגבי ר' בינימין ס'זעהט טאקע אויס אביסל קינדעריש, אבער כ'מיין אז ס'נעמט גאר נישט אוועק פון זיין גוטע זאך וואס ער טוהט מיט די אינגעלייט.
איינגעמיירעטקאווע טרינקערשוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.
ס׳איז א גרויסע חילוק צווישען איינער וואס וויל משפיע מן הרצון להשפיע און פון איינער וואס מוז משפיע צו ממלא זיין,זיין קרענק פון קאנטרעלירען אנדערע מענטשען.
אמת, זייער גוט ארויסגעברענגט די חילוק פון ר' בנימין vs סאדאם כוסעין. ייש"כ.
איינגעמיירעטקאווע טרינקערשוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.
ס׳איז א גרויסע חילוק צווישען איינער וואס וויל משפיע מן הרצון להשפיע און פון איינער וואס מוז משפיע צו ממלא זיין,זיין קרענק פון קאנטרעלירען אנדערע מענטשען.
קאט די קרעפ
איינער טוט א גוטע זאך, וואס רייסט מען אים אזוי אראפ
די האלטס נישט דערפון (ווייל די ביסט שוין זייער מעטשאר) גיי נישט אהון,
איינער וואס ווייסט נישט און גייט אהון וועט ער מחליט זיין נאך אפאר מאל מיטהאלטען אויב קען ער בענעפיטירען דערפון - הי וויל טעיק איט, טאמער נישט - הי וויל דראפ איט.
ער האט עס עפעס גענומען מוט די אייגענע הענט?
ס'האט זיך צוגעשארט אפאר צעבראכענע אינגערלייט און ער האט זיי דעליווערט...
שיעורים ב?
נניח אז נאר צעבראכענע נפשות זענען בהאי חבורה, איז עטיש צו רעדן אזוי ווען ס'יתכן אז זיינע אינגערלייט דרייען זיך דא אין שטיבל?
אויסער וואס דאס איז שקר מוחלט.
.
און ווער איז דען נישט א צובראכען נפש. נעמטס אלע אראפ די מאסקעס. אוי קלי קלי קלי למה א זאפט טונא
איז הערשל שרייבער א צעבראכענע איד? אדער אפשר אייזיק לעפקאוויטש?
מתלמידי הרב בנימין שליט"א
אבער זעהט אויס אז איעדער קען ניצען א גיטע ווארט
יא.
ער זוכט נישט קיין אויבערחכמים און ער איז זיי מרחק.
דערקענט דא איינער קאווע טרינקער? פנים חדשות באו לכאן.
א הערצליכן דאנק פאר הרב קופערניקעס פאר'ן באזוכן דא ליהנות מפרי עמלי, עס איז מיר א כבוד!
להבדיל, דאנאלד טראמפ האט געזאגט א גוט ווארט: "איט'ס ווערי לאונלי עט דהע טאפ". ס'איז זייער איינזאם ביים שפיץ (אויבנאן(. 🙄
חיפוש מחיפוש נר מנר.
קודם א גרויסע שכוח פאר שרייבן דעם ארטיקעל, זייער שיין ארויסגעברענגט.
סדא אבער געוויסע זאכן וואס מקען מער קלאר שטעלן וואס דארט גייט פאר.
יעדער קען אריינגיין דארט און אויסהערן א שיעור, אנדעם וואס מזאל דיר עפעס פרעגן.
די זאך פון פארן אויף ארץ ישראל ל"ג בעומר, איז אויך נאר ווער עס איז ביכולת פארט, אסאך אינגעלייט בעלי בתים פארן נישט וועגן מקען נישט איבערלאזן די ביזנעס
איינער פארט נישט ווייל סנישט דא קיין געלט, און ר' בנימין האט קיינמאל נישט געהייסן גיין בארגן כדי צו קענען מיטפארן.
ער פירט היינט א ישיבה מיט 35 בחורים, מיט א כולל בוקר.
בין הזמנים האט ער 30 בחורים וואס קומען צו איהם אינדערהיים דאווענען שחרית, מנחה, מעריב, אין אויך 2 שיעורים פאר זיי.
די נתיבת שלום שיעור איז פרייטאג.
סדא דארט אסאך שיינע בעלי תפילה.
עס איז נאך דא אסאך זאכן וואס מקען נאך שרייבן, כהאב אבער נישט די צייט דערפאר....
מיט אנטשאלדינגוג
הרב בנימין אייזענבערג חתן דינן צינד א ליכט אין ניקלשבורגע שיהל אין וואדבערן ביום כואב


אגב האט דער קדושת יו"ט יא געהייסן ליפא אדער נישט? אזא צומישעניש
די בילדער קוקן אויס פונקט ווי די ליבאוויטשע שליחים לויפן ארום מיט זייער אתרוג צו יעדע גוי.. ער קוקט אויס אזוי פארלוירן.
זר זהבאגב האט דער קדושת יו"ט יא געהייסן ליפא אדער נישט? אזא צומישעניש
ליפא איז א אידישע נאמען, ניין?
איך מיין אז מען האט אים נישט אויסגערופן לתורה מיטן נאמען ליפא. (גערופן האט מען אים זיכער אזוי. דער הייליגער - צאנזער - רב פלעגט אים רופן "מיין ליפא'לע").
מענין לענין, היי יאר ביים ציון האט זיך געוואלגערט נייע זאגערלעך, אריין געדרוקט די תמניא אפי אויך אויף ליפא. איך האב מיך עטוואס צובייזערט אויף זיי, איי מין שב"ק ממשמש ובא און ער לייגט מיר אריין דא ליפא וואס כמדומה זאגט מען עס נישט. איך האב געטאן א מעשה רב, און עס פשוט אויסגעלאזט. איים שור אז נאכאמאל וועלן זיי נישט האבן די גאטס עס צו טון 🙂
דעת תורהאיך מיין אז מען האט אים נישט אויסגערופן לתורה מיטן נאמען ליפא. (גערופן האט מען אים זיכער אזוי. דער הייליגער - צאנזער - רב פלעגט אים רופן "מיין ליפא'לע").
כ'זע כבוד תורתו איז מסופק ביי וועם ס'איז געווען. דאכט זיך מיר ס'איז געווען דער הייליגער רב, נישט דער צאנזער. אפשר גאר ביידע.
לידיעת כ"ת, דעם צאנזער רב פלעגט מען רופן "דער הייליגער רב". איך האב דאס געמיינט, נאר שלא לבייש את מי שאין לו האב איך אריין געלייגט בתוך דברי אז דאס מיינט מען דעם צאנזער רב.
איך פארשטיי נישט פארוואס פארציילן אלע פריוואטע זאכן ברענגט קירבה פאר א מענטש.
ווען א מענטש וואס איך קען נישט, פארציילט מיר אלעס איבער זיין פערזענליכן לעבן, אין די ערשטע פינף מינוט וואס מיר שמועסן, נעם איך ארויס דערפון צוויי זאכן.
איינס, יענער איז לכאורה א געפערליכע שוטה.
צוויי, מען קען יענעם נישט געטרויען קיין כי הוא זה מיט סיי וועלכע פריוואטע אינפארמאציע.
ווערן נאנט מיט יענעם? פארקויפט פאר יענעם? וואספארא שייכות האט עס?
----
יישר כח מאראנצןזאפט פארן אנאליז, און פאר אלע קאמענטירער
משולם שטיינפעלד
----
יישר כח מאראנצןזאפט פארן אנאליז
נו געב א לייק פאר מאראנצן. וועסט נישט שטארבן
לאז ,ער איז באבלאזן היינט.
הלוואי נאר היינט
מזל טוב!. ער האט נעכטען בר מצוה געמאכט זיין קינד
זעה איך גוט?
א רונדיגע רבישע קעיק? פוי.
קאווע טרינקערזעה איך גוט?
א רונדיגע רבישע קעיק? פוי.
וואס האסטו נישט ליב?
רינדיג?
רביש?
אדער א קעיק?
קאווע טרינקערזעה איך גוט?
א רונדיגע קעיק? פוי.
@קאווע טרינקער, אפיקורסות האט אויך א שיעור!!! מיר האבן א מסורה, די בעש"ט האט נאר געגעסן רינדעכיגע ספאנדזש קעיק! די גר"א האט געגעסן פיר עקעדיגע אדער sliced קעיק. הרב אייזענבערגער איז א חסידישע משפיע און ער האלט זיך צו די חסידישע מסורה. וויפיל איז די שיעור אפ צו שפעטן פון הייליגע מנהגים???
ער קען נישט בענטשעם אויף א געהעריגע גלאז אן א פיס?
שרייבער
וואס האסטו נישט ליב?
רינדיג?
רביש?
אדער א קעיק?
רביס וואס זענען רינדיג פון זויפיל קעיק עסען.
געקויפט א ריזיגער לאט אין בארא פארק פאר 8 מיליאן דאלאר!
שמועות וואלגערען זיך אין די גאסען אז ר' בנימין ידיד ה' האט געקויפט א מעכטיג ריזיגער לאט אין בארא פארק ביי 52 און 18 כמעט א בלאק גרויס פאר די פאנטאסטישע סומע פון 8 מיליאן דאלאר וועלכע איז באצאלט געווארען דארעך מהדורת בערקאוויטש הידוע בשמו הטוב ר' פנחס בערקאוויטש
ס'הייסט אז ר' בנימין מיט זיינע שעפערישע פלענער פלאנט צי בויען דארט א ריזיגע צענטער לתורה ולתפלה מיט די שענסטע מקוה אין שטאט ביי מינים, און א כוואליע פון נייע דירות פארען ציבור מיט א תקנה חתונה זאל, בקיצור א ימות המשיח פראיעקט
וואס זאגט דער עולם? איינער ווייסט מער דיטעלס?
<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps/@40.6263846,-73.9829581,20z">https://www.google.com/maps/@40.6263846,-73.9829581,20z</a>
<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps/@40.6263846,-73.9829581,69m/data=!3m1!1e3">https://www.google.com/maps/@40.6263846 ... a=!3m1!1e3</a>
<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps/@40.626363,-73.982936,3a,75y,280.41h,75.72t/data=!3m4!1e1!3m2!1sL0iOjfqZWr-NQbvmkfkZxw!2e0">https://www.google.com/maps/@40.626363, ... kfkZxw!2e0</a>
אויב איז דאס אמת זאג איך צוויי ווערטער "כל הכבוד"
א ערליכער רב א נארמאלער מענטש איז אזוי מצליח אין די היינטיגע משוגענע וועלט איז א ריכטיגע נס
דער לאט איז א פרעבלימאטישע לאט, אסאך חסידותן האבן שוין געהאט א אויג דערויף אין זיי האבן ארויס געצויגען היות מקען נישט בוין דארט צו טיף ווייל סאיז נאנט צו די טרעין טרעקס אין די חוקרים האבן פעסטגעשטעלט אז דער ערד דארט איז שוואך אין קען נישט פארנעמען א גרויסע בנין, יש אומרים אז די סיבה פארוואס סאיז שווער צו בויען דארט איז ווייל ס'פלעגט דארט זיין א געז סטאנטציע אין זיי האבן געהאט טאנקען אין די ערד וואס האט עס שוואך געמאכט.
כבין זיכער אבער הרב אייזענבערג האט אדורך געטוען אלע צדדים אין מסתמא האט ער א שטיקעל פלאן.
זאל עס זיין מיט א באנטש הצלחה.
טאקע צוליב די פראבלעמען פון די לאט האט ער געצאלט בלויז 8 מיליאן דאללער
איינער קען מיר געבן "בלויז" 8 מיליאן דאלער? שקויעך!
שמעקי ביסט ווערט מער ווי שמונה אבטיחים ,דאנט סעלל יורסעלף טשיפ.
גיזעהן היינט אין די וואך ער טיילט דוללער"ס חנוכה
עס זעהט ממש אויס ווי אין חב"ד ער האט דויך א חב"דסקע צורה און שטייט ביי א שטענדער און די עולם גיייט דוירך נעמען דוללערס
#קאסט א שמייכל
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/251289/2016/10/06/brooklyn-ny-plans-unveiled-for-massive-six-story-synagogue-in-bp/">http://www.vosizneias.com/251289/2016/1 ... gue-in-bp/</a>
דער קאמאנטירער וואס טענ'ט אז הרב אייזנבערגער זאלל זיך ארויסציען פון ב"פ איז לדעתי 100% גערעכט. אין 20 יאהר ארום וועט ב"פ אויסזעהן ווי קראון הייטס אין די 80ציגער יאהרען וואס איז געבליבען מיט נאר לובאוויטש. דער נפק"מ וועט זיין אז אין אין ב"פ וועט דאס זיין באבאוו אין נאך אפאהר גבירישע קינדער.. די גאנצע געגנט וועט ווערעו ג'ענטריפייד באוואינט מיט סטודענטן, דאקטוירים און כינעזער..