☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

115 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11712
בלאט: 1 2 3

diff » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:10 pm

· #382272
ראגדאגיר קנעפל לינקס

חכמה בחסידים אל תאמין

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:13 pm

· #382306
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
א שטיקל אנטוישט אז מ׳דארף מסביר זיין, אבער דער רמב"ן איז נישט געווען קיין סייענטיסט. ער קומט נישט מיט א חשבון אז אזוי האט געמוזט זיין און דעריבער איז אזוי געווען. ער זאגט אז דער תורה טייטשט יום אחד אלץ א טאג פון היינט. דאס אנרופען דער גאנג אלץ אן אמונה טפלה, איז עמהארצות. דאס איז א גרייז, כאילו דער גלויבונג אין א יונגער וועלט קומט פון די קריסטען. דער רמב"ן טייטשט אזוי אין חומש.

ווען איינער וויל עפעס דערגייען, קען ער קוקען פון צוויי ווינקלעך. אדער קוקען וואס ער זעט און חשבונ׳ן אויף צוריק, אדער קען ער זוכען די אנהייב אליינס. דער בורא עולם ווייסט זיכער וואס ער האט געטוהן, און ווען ער זאגט עפעס אויף זיין מעשים, איז עס נעריש איהם נישט צו גלויבען. די שאלה בלייבט נאר וואס האט ער געזאגט. ווען ס׳איז אבער זיכער, איז די תשובה צו קשיא׳ס פון חשבונות "איך ווייס נישט". צו הייבען חשבונות העכער די קלארער עדות פון דער בורא, איז א בייעס פון איינער וואס פארלאזט זיך גיכער אויף זיך ווי אויף זאכען וואס זענען נישט איהם, הגם ס׳איז אומלאגיש.

און דער חילוק צווישען אמונה פשוטה און אמונה עפ"י חקירה עגזיסטירט נישט ביי מיר. אלץ איז אמונה פשוטה, מיינעדיג, אלץ איז א פשטות ביים מענטש, נישט קיין שכליות. איינער וואס זוכט שכליות איז עס אויך. נאר צו בארואיגען דער געוויסען, וכבר הארכתי בזה בכמה מקומות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

shtriemel » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:58 pm

· #382311
ליטוואק פון בודאפעסט
אלץ איז א פשטות ביים מענטש, נישט קיין שכליות. איינער וואס זוכט שכליות איז עס אויך. נאר צו בארואיגען דער געוויסען, וכבר הארכתי בזה בכמה מקומות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אז זיי זענען געקניפט און געבינדען איז שווער זיך צו קריגען. די יצר הרע און יצר טוב האט דאך שוין ר' דניאל כהנמן אויפגעוויזען סייענטיפיש ועוד זכה לנאבעל ע"ז. ער רופט עס נאר סיסטעם איין vs. סיסטעם צוויי. חסידישע ספרים רופען עס די נפש הבהמית vs. די פינטעלע איד. דאס דארף שוין היינט ביי אלע זיין א פשטות.

וועלכע איז גורם וועלכע קען מען מערר זיין. למשל, Exposure איז זיכער נישט עפעס וואס מ'טוט זיך צו בארואיגען די געוויסען. און דאס אליין, צו גיין זוכען ווי מ'טאר נישט קען אויך זיין במקור מיט ריינע מטרות.

איך ווייס נישט ווי אזוי מ'קען דאס אפילו דן זיין. האסט עפעס א גוטע מקור דערצו אדער דאס זאגסטו צו בארואיגען די געוויסען? 🤓 🤓 🤓

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:28 pm

· #382314
ר׳ דניאל כהנמאן וואלט פארדינט א עקסטערע אשכול אין ק״ש. ווער ס׳האט ליעב צו ליינען און האט נאכנישט געליינט זיין בריליאנט בוך ״ thinking
"fast and slow
פארפאסט גאר א גיטע בוך.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:15 am

· #382352
**

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:17 am

· #382353
*

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:22 pm

· #382605
ליטוואק פון בודאפעסט
א שטיקל אנטוישט אז מ׳דארף מסביר זיין, אבער דער רמב"ן איז נישט געווען קיין סייענטיסט. ער קומט נישט מיט א חשבון אז אזוי האט געמוזט זיין און דעריבער איז אזוי געווען. ער זאגט אז דער תורה טייטשט יום אחד אלץ א טאג פון היינט. דאס אנרופען דער גאנג אלץ אן אמטנה טפלה, איז עמהארצות. דאס איז א גרייז, כאילו דער גלויבונג אין א יונגער וועלט קומט פון די קריסטען. דער רמב"ן טייטשט אזוי אין חומש.

ווען איינער וויל עפעס דערגייען, קען ער קוקען פון צוויי ווינקלעך. אדער קוקען וואס ער זעט און חשבונ׳ן אויף צוריק, אדער קען ער זוכען די אנהייב אליינס. דער בורא עולם ווייסט זיכער וואס ער האט געטוהן, און ווען ער זאגט עפעס אויף זיין מעשים, איז עס נעריש איהם נישט צו גלויבען. די שאלה בלייבט נאר וואס האט ער געזאגט. ווען ס׳איז אבער זיכער, איז די תשובה צו קשיא׳ס פון חשבונות "איך ווייס נישט". צו הייבען חשבונות העכער די קלארער עדות פון דער בורא, איז א בייעס פון איינער וואס פארלאזט זיך גיכער אויף זיך ווי אויף זאכען וואס זענען נישט איהם, הגם ס׳איז אומלאגיש.

און דער חילוק צווישען אמונה פשוטה און אמונה עפ"י חקירה עגזיסטירט נישט ביי מיר. אלץ איז אמונה פשוטה, מיינעדיג, אלץ איז א פשטות ביים מענטש, נישט קיין שכליות. איינער וואס זוכט שכליות איז עס אויך. נאר צו בארואיגען דער געוויסען, וכבר הארכתי בזה בכמה מקומות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פארשטייסט, דער רמב"ן זאגט פשט, און צו זאגן פארקערט מיינט אז מען האלט זיך קלוגער פין בורא.

יציבא בארעא וכו'.

ווען די איינציגסטע ראי'אויך בריאת העולם וואלט געוועהן די תורה וואלט נישט אפשר איינגעפאלן צו זאגען אז די וועלט איז עלטער, היינט אז מען ווייסט בידיעה גמורה אז די וועלט איז עלטער, דארף מען קוקען טיפער, און זעהן אויב עס איז שייך צו מאכן די תורה שטימען מיט דער מציאות, ווייל אויב מען קען נישט, איז דא א גרויסע פראבלעם.

הקטן » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:19 pm

· #382691
shtriemel
ליטוואק פון בודאפעסט
אז פופציג יאר זאל זיין א ראיה אויף טויזענט איז נישט אויפגעוויזען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מארגען טראגט מען אן דיין זיהן א וואלד פון ביימער ווערט א מיליאן, אבער די מוכר דערציילט עם אז עס איז מעגליך אז די ביימער וועלען זיך צוואקסען דריי מאל אזוי שנעל, "ס'אמאל שוין געשען" שרייט ער.
טאמער עצה'סטו עם צו אינוועסטען האב איך פאר עם גאנצע וועלדער אין ניו העמפשיר צו פארקויפען.


איבער מארגן טראגט מען אן דיין זיהן א פיש טענק מיט אפאר gold fish ווערט $1896 אבער דער מוכר פארציילט דיר אז עס איז מעגליך אז די פישלעך זאלן זיך ציוואקסען און שיינע גרויסע פיקאק - פייגלעך "ס'אמאל שוין געשען" שרייט ער.

טאמער עצה'סטו עם צו אינוועסטען האב איך פאר עם אסך פיש צי פארקויפן.
[/quote]

הקטן » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 8:08 pm

· #383240
shtriemel

קען מען אויך מאכען אומנאטירליך פון א וואלף צו א הינט. מען דארף נעמען א קליינע בעבי וואלף, אויפהאדעווען אין א קעידש און פון יעדער דור נאר לאזען די ווייניגסטער ווילדע וואלף געבוירען קינדער. פארשערס אין סיביר האבען עס געטוהן אין אונטער 50 יאר.

דאס איז נישט געטון געווארן מיט וועלף צי הינט
דאס עקפערימענט איז געווען אויף ווילדערע פאקס צי א ראיגערע פאקס
פאקס בלייבט פאקס, וועלף בלייבן וועלף און הינט בלייבט הינט!

דו צוויי סארט פאקסן קענען ווייטער זיין ציזאמאן אין האבן קינדער ציזאמען
יחי המייקרא עוועלאשען יחי

וואס יא, ס'איז דא א נערישער טעאריע וואס זאגט אז אט אזוי זענען געווארן פין וועלף הינט
און ווער עס גלייבט ווייל אסך דאקטורים, סייענטיסן דענקערס, פילאסעפארס, געלערנטע, נאטורליסטן, זואליגסטן, ענטראפאליגסטן גלייבן, גלייבט
מיט קיין חונן לדעת האט דאס נישט, אויב עפעס איז דאס Groupthink

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 11:45 am

· #383302
Biologist Raymond Coppinger, who has spent over 45 years working with and studying dogs, says that this story is nothing more than a romantic fairy tale. “I call it a ‘just so’ story. Nobody who has ever trained a wolf had any success if they started after 19 days,” says Coppinger, a professor of biology and animal behavior at Hampshire College in Massachusetts.

dogs-that-changed-the-world-what-caused-the-domestication-of-wolves

דער דר. גלייבט אויך אז הינט קימט פין וועלף, פארוואס זאל ער טראכטן אנדערש? אלע זיינע פראפסארן האלטן אזוי, מיט דעם איז ער אויפגעוואקסן, ס'מיז זיין אזוי, ס'האט דאך זייער ענדעלכע DNA, וואס דען? גאט וויל צימישען די סייענטיסטן מיט מאכן ענדעליכע DNA?
ער איז א תינוק שנשבה

מי אני » דינסטאג יולי 7, 2020 11:11 am

· #453929
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געווארט ווען אקעממ׳ס רעיזאר וועט אריין קומען. דאס איז א מין אמונה טפלה פון יעדער אינטרנט פארשער. ס׳איז באזירט אויף גארנישט, ווייזט אויף גארנישט און ניטאמאל א טעאריא. נאר א מין לעבענסשטייגער וואס געוויסע האבען ממציא געווען צו לעבען רואיגער און קענען מאכען מסקנות אין קאמפליצירטע עניינים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס׳איז א מבוכה אין פילאזאפיע צו טאקע דזשאסטיפייען פארוואס עפעס איז ״פשטות״ אין א טעאריע וכדומה מער ריכטיג? איז דאס נאר מכח פראקטישקייט אין מעטאדאלאגיע אדער איז עס בעצם עפּיסטעמיש מער אויסגעהאלטן? און אפילו אז דאס ווערט פארענטפערט בלייבט נאך אלס איבער צו פארשטיין וואס פונקטליך איז מער ״פשטות״? איז עס באשאפען ווי ווייניגער נייע ענטיטיס [פּאַרסימאָני/אנטאלאגישע פשטות], אדער איז עס דאס וואס טוהט משווה זיין ווי מער די הסבר פון די זאכן וחלקים בתוכ׳ן טעאריע וכדומה בבת אחת [עלעגאנס]? די צוויי זענען אפטמאל אין קעגנזאץ איינע צום צווייטן.

דער פילאזאף דר. עליאט סאָבּער האט געהאט געזאגט אז פונקט אזוי ווי מ׳קען נישט געהעריג ענטפערן ״פארוואס דארף מען זיין ראציאנאל?״ אן צוקומען צו א סארט סירקולאר ריזענינג, איז די זעלבע קען זיין ביי דעם צו פארענטפערן בכלל דאס מעלה פון ״פשטות״ אין הסברים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 9, 2020 10:11 am

· #454137
איך מיין אז די גאנצע טענה'ריי איז נישט אין פלאץ, ווען דער אשכול עפענער האט א פראבלעם מיט דעם וואס מ'גלייבט שטותים קען מען זיך אויס'טענה'ן מיט איהם צו ס'איז טאקע שטותים צו נישט, ער דא האט אבער גאר א צווייטער דאגה, איהם גייט נישט אן וואס מ'גלייבט, גלייב וואס דו ווילסט און וואס ס'מאכט סענס פאר דיר, אבער פארוואס באהאלטן אינפארמאציע? ער טענה'ט אז דאס באהאלטן אינפארמאציע מאכט נאר קאליע פאר אידישקייט, איינער דא איז מחולק דערמיט? אז דו האלטסט אז דו ביזט גערעכט זאג עס הויעך און קלאר, פארטיידיג דיין מיינונג מיט'ן גאנצען כח, נישט גיי און פארשווייג דעם צד שכנגד. אויב דו פארשטייסט אז דו ביזט גערעכט און דו ביזט טאקע גערעכט איז נישט דא קיין שום סיבה אז דיינע קינדער זאלן נישט אויך פארשטיין, און אויב האלטסטו אז רוב מענטשן זענען נישט גענוג קלוג צו דערגיין די טיפקייט פונעם אמת איז נישט דא קיין שום וועג צו וואוסן צו דו ביזט נישט גאר פון די מענטשן און דער אמת איז מיט'ן צד שכנגד. איך זעה נישט וויאזוי מ'קען עס אנדערש אנקוקן.

און אז מ'רעדט פון אקקאמ'ס ראזירער. דאס איז אמאל זיכער אז ס'נישט מעגליך צו ציען קיין שום מסקנות, סיי צו אמונה און סיי צו כפירה און צו סיי וועלכע זאך אויפ'ן וועלט, אנעם צוקומען צו אקקאמ'ס ראזירער. סיי די מאמינים און סיי די כופרים באנוצן זיך מיט דעם יעדער פאר זייער אגענדע, ס'איז אפילו דא א ר' חיים וואס טייטשט עס אריין אין א גמרא וועגן די דריי סימנים אויף א שוטה.

מי אני » דאנערשטאג יולי 9, 2020 1:56 pm

· #454148
והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
ולאידך גיסא פון אקעם׳ס רעיזאר:
📎 IMG_7167.jpg

די זענען נישט בעצם קיין סתירה מיט אקעם׳ס רעיזאר ודוק.

ווערסיעס פון די פּרינציפּ פון פּלעניטוּד קענען זיך יא סותר זיין דערמיט. דאס איז ווייל דאס נעמט אן אז א זאך וואס קען עקזיסטירן גייט עקזיסטירן, אפילו עס איז בעצם שלא לצורך. און עפ״י אקעם׳ס רעיזאר פארמערט מען נישט ענטיטיס שלא לצורך.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 9, 2020 2:01 pm

· #454150
מי אני
דער פילאזאף דר. עליאט סאָבּער האט געהאט געזאגט אז פונקט אזוי ווי מ׳קען נישט געהעריג ענטפערן ״פארוואס דארף מען זיין ראציאנאל?״ אן צוקומען צו א סארט סירקולאר ריזענינג

די אמת איז אז מ'דארף טאקע נישט זיין ראציאנאל, ווי היטשענס האט געזאגט "I'm perfectly happy for people to have these toys, and to play with them at home, and hug them to themselves and so on, and share them with other people who come around and play with their toys. So that's absolutely fine. They are not to make me play with these toys. Ok? I will not. Play. With. The toys. Don't bring the toys to my house. Don't say my children must play with these toys. Don't say my toys—might be a condom, here we go again—are not allowed by their toys. I'm not going to have any of that."

<a class="postlink" href="https://youtu.be/aGpocp9b68Q">https://youtu.be/aGpocp9b68Q</a>

מי אני » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:51 pm

· #505856
מי אני
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געווארט ווען אקעממ׳ס רעיזאר וועט אריין קומען. דאס איז א מין אמונה טפלה פון יעדער אינטרנט פארשער. ס׳איז באזירט אויף גארנישט, ווייזט אויף גארנישט און ניטאמאל א טעאריא. נאר א מין לעבענסשטייגער וואס געוויסע האבען ממציא געווען צו לעבען רואיגער און קענען מאכען מסקנות אין קאמפליצירטע עניינים.
ס׳איז א מבוכה אין פילאזאפיע צו טאקע דזשאסטיפייען פארוואס עפעס איז ״פשטות״ אין א טעאריע וכדומה מער ריכטיג? איז דאס נאר מכח פראקטישקייט אין מעטאדאלאגיע אדער איז עס בעצם עפּיסטעמיש מער אויסגעהאלטן? און אפילו אז דאס ווערט פארענטפערט בלייבט נאך אלס איבער צו פארשטיין וואס פונקטליך איז מער ״פשטות״? איז עס באשאפען ווי ווייניגער נייע ענטיטיס [פּאַרסימאָני/אנטאלאגישע פשטות], אדער איז עס דאס וואס טוהט משווה זיין ווי מער די הסבר פון די זאכן וחלקים בתוכ׳ן טעאריע וכדומה בבת אחת [עלעגאנס]? די צוויי זענען אפטמאל אין קעגנזאץ איינע צום צווייטן.

דער פילאזאף דר. עליאט סאָבּער האט געהאט געזאגט אז פונקט אזוי ווי מ׳קען נישט געהעריג ענטפערן ״פארוואס דארף מען זיין ראציאנאל?״ אן צוקומען צו א סארט סירקולאר ריזענינג, איז די זעלבע קען זיין ביי דעם צו פארענטפערן בכלל דאס מעלה פון ״פשטות״ אין הסברים.
הרב דר. מיכאל אברהם רעדט ארום אין דעם (מאות ה) ואפילו ממבט התלמודי והראשונים זעהט מען אז דאס האט מען אָנגענומען. לדוגמא ער ברענגט צו דאס וואס דער גר"ח זאגט אויף די ג' סימני שוטה בחגיגה ג: אז דאס איז מכח פשטות (ולכאורה כן הוא בכל ענין חזקה) און בכלל דעם געדאנק אז אפושי במחלוקת לא מפשינן (ועיין ג"כ בכתובות נז. ועיין ג"כ ברשב"א בקידושין ב: שכתב, "כל היכא דאיכא לאקשויי חדא ולשנויי שינויא דמיתרצא ביה כולא מתניתין טפי עדיף מאפושי הוויי ופירוקי".) ער זאגט אז דאס איז טאקע אויך דאס וואס ליגט אונטער דעם געדאנק פון "צד השוה".

ער פאר זיך האלט אז עס איז יא דא א קשר צווישן פשטות און אמת (ווי איידער ווייל פשטות איז פשוט גרינגער און אז עס האט די זעלבע "אמת" ווי אן אנדערן אויסוואל וועהלט מען זיך דאס וואס איז גרינגער) און דאדורך איז עס טאקע קובע להלכה.
בלאט: 1 2 3