☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8539

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:23 am

· #261965
אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
יא חברי השטיבל! יצא המרצע מן השוק...

מיט די פאלגענדע שורות קומט צו אן ענדע דער סומאטוכע וואס האט זיך דא אנגעהויבן אויסשפילן אין פארברייטונג לכבוד המאורע הנקרא "אפריל דער ערשטער" (למספרם), אין סאמע בלויזנדן עלטער פון דריי קורצע טעג ע"ה, און בעפאר איר ריכטיגע צייט ל"ע.

ומעשה שהיה כך היה:

ווי ס'איז אייך וואויל באקאנט, איז קאווע שטיבל דער מקום וואו חברים מקשיבים קומען זיך אויסצודרוקן און נהנה זיין מזיום של אחים לדעה, זה בכה וזה בכה, בצוותא חדא, והצד השווה שבהם אז ס׳איז א בחינה פון להחיות בהם נפש כל חי.

איז ביי עבדכם הנאמן אויפגעקומען א פארשלאג אהערצושטעלן א שטיקל פורים שפיל לכבוד אד"ע, אבער היות דער צינישער ראדאר איז גאר סענסיטיוו ביי רוב חברי השטיבל איז לכתחילה געווען אין פלאן ארויסצוקומען מיט א פארצווייגטע קאנספיראציע שיש בו כדי הפחדה און עס האט האט געזאלט אריין גיין אין קראפט מבעוד מועד, ווייל בו ביום וואלט דאך קיינער נישט געקויפט לאקשן שעבר עליו החג.

דער פלאן האט קורם געווען עור וגידין, און בעצה אחת מיט די הנהלה האט זיך געמאכט א געלעגנהייט ווען חבר השטיבל @גנדי האט אפגעשריבן א געלונגענעם ארטיקל בשם "הצעות פאר תקנות המוסדות" אינעם אכשר דרא אשכול וואס מען האט דאן אפגעטיילט אלץ אן אשכול בפני עצמו. דער נייער געטרייער מנהל @אסף המזכיר האט גענומען אויף זיך די מיה, וברשותו והסכמתו של חברינו גנדי איז דער אשכול פארשלאסן געווארן.

ווי ערווארטעט, איז געווארן א ויצעקו, אבער אנדערש ווי געפלאנט האט עס דער עולם גענומען צו ערנסט, אזש ביז מאנכע האבן געשפירט אז עולמם חשך בעדם: הלמאי? מען מעקט אן קיין חשבון און מען טרעט אויפן קרוין פון דעמאקראטיע?

שטילערהייט, צווישן די טראפן האט זיך אסף המזכיר צוריק אריינגעכאפט מיט א ייטב לב אונטערן ארעם און פרובירט א לייכטערן אופן, אבער דא האבן זיך ארויף געסמאקעוועט אויף אים די געטרייע קאווע שטיבל אויבער-חכמים וואס זענען עומד הכן על המשמר תמיד און אים כמעט צוריסן לעבעדיגערהייט.

דער קול פון ליצנות האט דערגרייכט עד לב השמים! צאללאזע תגובות און נייע אשכולות האבן ארויסגעשפראצט מכל קצוי השטיבל, די וואס האבן פארפאסט די ערשטע שלבי המערכה און האבן אריינשפאצירט אינדערמיט זענען צוטומעלט געווארן פונעם איבערקערעניש און האבן קוים באוויזן זיך צו כאפן דעם אטעם מרוב עונג ואמיץ כח.

בכדי צוריק צושטעלן א באלאנס האט מען דאן פרובירט צוריקצודרייען דאס רעדל דורך זריקת המרה כדי צו באהערשן די ציניקער, ס'האט זיך אבער אנטוויקלט אן ערנסטער חשש פון צער בעלי חיים, חברים פון שטיבל האבן זיך אנגעהויבן ארומצודרייען מיט פארזויערטע געמיטער מיטן זארג אז אולי ואולי יש דברים בגו חס ושלום, און דער עגמת נפש איז געווארן ממש קרוב לאמת.

די מנהלים און אחראים זענען געווארן פארפלייצט מיט ווענדונגען באישית ובג׳'טאלק ממש יומם ולילה, דער אומגעהויערער דרוק האט גורם געווען מען זאל נישט קענען אנגיין מיטן געהעריגן סדר היום, און ס'האט אויך ארויסגעוויזן אויף ווי ווייט בלויז א חשש טוט אפעקטירן דעם עולם.

דא האט מען שוין נישט געקענט מער ווייטער אנגיין מיטן פלאן, ויהי כחצות, מוז דא ווערן אויסגערופען בשער בת רבים:
נס להתלוצץ, עליך קאווע שטיבל!

אין כאן לא גילוי ולא טעראר, לא מחיקה ולא צענזור, לא מיני' ולא מקצתי'. אבל יש כאן חברים פקחים ונבונים, ויש כאן הנהלה מסורים בלב ונפש. זאל דער קאפיטל פונעם אומגעלונגענעם סאמוטאכע פארשריבן ווערן לאות ולזכר, דער גייסט פון קאווע שטיבל איז נישט מעגליך צו ברעכן!

וביליכ"ל, והעיר קאווע שטיבל צהלה ושמחה!

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:28 am

· #261967
נספח א׳
כראנאלגישער סדר פון אן אומגעלונגענעם וויץ

מאנטאג מערץ 23
[list]@גנדי׳ס פאפולערער תגובה ״הצעות פאר תקנות המוסד״ ווערט פארוואנדעלט אין א באזונדערער אשכול
דער מנהל @אסף המזכיר הייבט אן די סאמוטאכע דורכ׳ן פארשפארן יענעם אשכול פאר תגובות, און רוקט עס קיין שמייכל
אן אלטער אשכול ״פארוואס איז עס פארשפארט?״ שווימט ארויף אויפ׳ן אויבערפלאך, דער עולם פארלאנגט א הסבר
גנדי׳ס אשכול ווערט גענצליך נעלם פאר עטליכע שעה, דער עולם נעמט זיך אן פאר גנדי און עפנט נייע אשכולות לכבודו מיט אנטריסונג קעגן די מעשה נבלה
@אסף המזכיר לאזט הערן אומפארשטענדליכע זאצן, ער ווערט א צילברעט פאר ליצנות[/list:u]

דינסטאג מערץ 24
[list]@אסף המזכיר שטעלט צוריק דעם אשכול און איז מגלה טפח ומכסה טפחיים כאילו אז עפעס קאכט זיך, עס פליען הייסע קוילן אין זיין ריכטונג
@אסף המזכיר עפנט א נייער אשכול: ״קלארשטעלונג בנוגע דעם גייסט פון קאווע שטיבל״ מיט א לעכערליכע הסברה, שטעלט מיר פאר אלץ ווארטזאגער
אסף ווערט אראפגעריסן אויף א ברייטן פארנעם, ציניקער שרייען ״אפריל דער ערשטער״, ס׳איז יו״ט אינדערוואכן, דער פארקער אין קאווע שטיבל דערגרייכט רעקארד ציפערן
כ׳נעם איבער דאס ווארט, א רייע ספינ׳ס וואס הערן זיך ערנסט פאלגן נאך
אפדעיט #1 = ס׳איז פארגעקומען א פערזענליכע אטאקע אויף אן אחראי, מ׳איז מרמז אז גארנישט טוישט זיך נישט אין ק״ש
היות ס׳איז נישט קלאר, הללו מאמינים והללו אינם מאמינים
אפדעיט #2 = מער פרטים פונעם כלומפ׳רשט׳ען אטאקע ווערט נתפרסם, מען פארבינדט אויך א פערצופאל׳דיגער טעכנישער גליטש פון יענעם טאג
דער גליטש איז משכנע אז ס׳קען אפשר יא זיין ערנסט, חברים דרוקן אויס מיטלייד, טיילן מיט עצות, סטראשען די רודפים [/list:u]

מיטוואך מערץ 25
[list]אפדעיט #3 = מען שליסט אויס דעם גליטש אלץ בלויז טעכניש, מען דארף נישט זארגן אז ס׳איז פארגעקומען א אמת׳ער האקער אטאקע
דער בארואיגונג האט א פארקערטע עפעקט, מאנכע נעמען עס צו ערנסט
אפדעיט #4 = מען בארואיגט דעם עולם אז קיינער פון די אחראים איז נישט באמת אין געפאר, מען פרובירט מרמז זיין אז דער עולם קען זיין רואיג
די ציניקער כאפן דעם רמז און לאזן זיך מער נישט פאר׳נער׳ן, זיי שרייען חי וקים ס׳איז א וויץ און מ׳זאל אראפקריכן פונעם בוים
אפדעיט #5 = מען פירט אריבער דעם אשכול קיין שבת אחים, מכלומפ׳רשט צו האלטן דעם שמועס אויף א מער געהיימניספולן אופן
אפדעיט #6 = יא, ס׳האנדלט זיך פון א ערנסטע טעראר פארזוך אבער די הנהלה האט יעצט דער אויבערהאנט, ס׳איז ידם על העליונה
דער שפינוועב זייעט אן אמת׳ער פחד, די מנהלים ווערן באלעסטיגט מיט הונדערטער (!) ווענדונגען, די אמת׳ע אחראים קענען נישט עומד זיין בצערתן של ישראל [/list:u]

דאנערשטאג מערץ 26
[list]א החלטה ווערט באשלאסן אז מ׳איז שוין געגאנגען צו ווייט, מ׳קען מער נישט אנציען ווייטער
געים אווער, תם ונשלם[/list:u]

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:29 am

· #261968
נספח ב׳
הויכפונקטן פונעם סאמוטאכע

אייוועלט/קרעטשמע:
@אנאנים, שטורעמט אנטקעגן די נייע שאריא געזעצן מעשי אייועלט
@יין שרף, פארשלייערט אייוועלט בתוך קאווע שטיבל
@קרעטשמע, איז מקיים שמחה לאיד

גנדי-געיט:
@יואב, פראזלט אפ די סאמוטאכע אלץ ״גנדי-געיט"
@כלבאשבוע, דערקלערט: Je Suis גנדי
@שמעקעדיג, איז מקיים סיפור יציאת מצרים דורך די סאמוטאכע
@פלעין יודיש, פארוואנדלט די סאמוטאכע אין א גארילא

אסף המזכיר:
@אפטעמיסט, איז מספיד אסף המזכיר בחיים חיותו
@אפטעמיסט, טענה׳ט אז אסף איז אויף דראגס און א געלונגענער בדחן
@חקרן, נעמט זיך אן פאר אסף המזכיר
@טאמבל סאס, איז מעורר א פאסיגע קאפיטל קעגן דעם צורר אסף המזכיר
@משבק, שלאגט פאר דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אסף המזכיר

קאווע שטיבל:
@קאווע טרינקער, ברענגט ארויס דעם ריכטיגן ״גייסט״ פון קאווע שטיבל
@געוואלדיג, צייגט ארויס די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון חברי קאווע שטיבל
@לעיקוואד, שלאגט פאר נייע תקנות פאר קאווע שטיבל, דער עולם פארזארגט זיך פרישע ניקס אין גרויסן

טעאריעס:
@לעיקוואד, שפינט קאנספיראציע טעאריעס
@אנאנים, שרייט אויך קאנספיראציע

אפריל וויץ:
@בן נריהו, אין זיין אייגנארטיגער שפראך איז דער ערשטער צו טענה׳ן אז ס׳איז אן אפריל וויץ
@petergrifin, גראבט אויף פון קבר אן אלטער אפריל וויץ

איך אויך:
@איך אויך, טענה׳ט אז ס׳איז לאו דוקא אסף נאר א כראנישער פראבלעם אין קאווע שטיבל
@אנאנים, נעמט זיך אן פאר די מינאריטעטן

טשיקאוועס:
@קאווע טרינקער, איז מעורר ביים מילקשעיקער
@ישמעאל הכהן, איז מעורר בנוגע די מיהאלוויצע תקנות למנוע מכשול
@בענדזשאמין פרענקלין, שטעלט אן אולטימאטום און פארהאנקערט זיך די בארד און פיאות

פסיכאלאגיע:
@אנאנים, טעסט די סיסטעם
@כפתור, איז מסביר וואס ליגט אונטער די פסיכאלאגיע פון ״מגלה טפח ומכסה טפחיים״

פאעזיע:
@נופת צופים, כראנאלאגירט #גנדי-געיט שטאפל ביי שטאפל מיט קונצליכע פאעזיע
@קפנדריא, פארטיידיגט די הנהלה מיט הערליכע פאעזיע

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:31 am

· #261969
נספח ג׳
לעקציעס פונעם סאמוטאכע:

אומצאליגע מענטשן טרעפן אין קאווע שטיבל זייער פלאץ זיך אויסצוגעבן, קונה זיין ידיעות, ליינען, שרייבן, שמועסן, זיך באקענען מיט אנדערע וכו׳, א היפשער חלק האבן גענומען די חששות גאר ערנסט און זיך געשפירט פערזענליך געטראפן. ס׳זענען געווען חברים וואס האבן ממש בלי שום גוזמא געהאט טרערן אין די אויגן ווען זיי האבן געמיינט אז ״זייער״ ק״ש גייט אונטער ח״ו. מ׳דארף זיך לערנען נישט צו גרינגצושעצן אדער נעמען פאר לייכט אט די הרגשים אפילו נישט בלויז אויף קיין וויץ, כי בנפשם הדבר.

ולהיפוך, האט אלעמאל געהערשט א רושם אז דער עולם דא איז איבערגעשפיצט כדבעי׳ און היפש ראפינירט, אבער מ׳האט זיך נישט פארגעשטעלט אז מ׳זאל נישט קענען אויספירן א שטיקל א וויץ פאר עטליכע שעה… מ׳האט אונטערגעשאצט דעם קאלעקטיוו פקחות, נעווער עגעין.

אנדערע אבזערוואציעס:

[list]• שווער צו געטרויען ווירטואלע באשעפענישן אדער פארקומענישן;
• מ׳ווייסט ווי א וויץ הייבט זיך אן, מ׳האט אבער נישט קיין אהנונג ווי ס׳וועט זיך ענדיגן;
• ציניזם איז אפשר א קללה, אבער ציניקער וועלן גאנץ זיכער ראטעווען דאס מענטשהייט;
• וואס הומאריסטן קענען באווייזן קען קיינער נישט, זייער מתנה איז דאס גרעסטע ברכה עלי אדמות;
• ס׳איז היפש גרינג אפ׳צונער׳ן א ציבור;
• ס׳איז היפש שווער מצער צו זיין א ציבור;
• אפריל דער ערשטער איז ערשט נעקסטע וואך מיטוואך;
• קאווע שטיבל איז למעלה מן הזמן (Ahead of the game).[/list:u]

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:35 am

· #261970
נאך אן אבזערוואציע:

די אוואטאר מענטשעלעך פון שטיבל (אויבן) האבן אנגעהויבן פלאפלען.

.
📎 site_logoAF--.gif

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:46 am

· #261973
-"שוין אפריל דער ערשטער?" פרעגט א ותיק וזקן תושב פון קאווע שטיבעל.
- "זריזין מקדימין!" ענפערט זיין קאלעגער פון דער זעלבע יאר גאנג.

מורי ורבותי!!!

דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, קינד און קייט מוז זאפארט ווערען פארדאמט. איך האב זיך נישט געקענט אראנטירען און קומען צו זיך. דער דרייט ווייטער דער קאנספיראציע אז עס איז גאר געוועהן א אפריל וויץ, אז קיינער זאל זיך נישט דאכטען אז שטילערהייט האט מען אריין געגאסען סם און דער געשאמקסטע קאווע וואס אונז פארמגען.

רבותים!

אזוי הייבט זיך עס אן!
קודם לאכט, קודם איז דאס בלויז א וויץ!
דערנאך ווערט עס פארוואנדעלט אין דער נייע נארמע.

דער וויץ צייגט באמת וואס עס טוט זיך אפ אונטער דער קאליסען פון עטליכע וואס טרינקען שוין זייער קאווע דורך IV אינטערווינעס און שפירען שוין נישט דאס ריכטיגע. דער וויץ מוז ווערן פארדאמט!!!

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:53 am

· #261976
מען דארף נעמען די אלע קשיות און טענות וואס דער עולם האט געהאט אויף די מעשה און זיך מסדר זיין נעקסטע מאל צו באקן א בעסערע מעשה. עס זענען געווען צופיל לעכער דערין און האט געטוישט ווערזיעס צופיל מאל.

הוגה » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:54 am

· #261977
זייער א נער'ישע קארני אומגעלונגענע דזשאוק. איך גלייב נישט אז אפילו איינער פון די געהעריגע חברי השטיבל האבן "געציטערט" אדער "כמעט געהאט טרערן אין די אויגן". די שפיל האט זיך נישט געענדיגט יעצט - לדעתי - צוליב די אנגעצויגנקייט נאר צוליב דעם ווייל קארניער ווי דעם האט עס שוין נישט געקענט ווייטער גיין. ווען איך בין ווען פון די ק"ש אדמיניסטראציע וואלט איך נישט געלאזט דער אשכול פובליצירט ווערן נאר אנשטאט דעם וואלט איך געשריבן א קורץ-און-שארף התנצלות צו די חברי הק"ש ווי פאלגענד. "מיר האבן געוואלט מאכן א וויץ, עס איז נישט געלונגען, מיר אנטשולדיגן זיך פאר איין טרענען די נערווען, עס וועט מער נישט פאסירן, ואתכם הסליחה".


.

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:56 am

· #261979
להוי ידוע איך בין נישט קיין חלק פון די קאנספיראציע און איך צו נישט צוריק פון די נייע תקנות מיינע.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:57 am

· #261980
לעיקוואד
להוי ידוע איך בין נישט קיין חלק פון די קאנספיראציע

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:07 am

· #261985
די וויץ האט זיך געדארפט ענדיגן וויבאלד פסח איז באלד דא און קארן איז קטניות.

א וויץ זייגט ווען ס'איז אויף די סאמע יסודות פון א סיסטעם. א גוטע וויץ איז אויף א זייטיגע זאך אינעם סיסטעם.

הוגה » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:09 am

· #261987
נו, אויב איינער האט פון דעם באקומען גוטע לעססאנס, which I highly doubt, תבא עליו ברכה. איך האב איין לעססאן זיך געלערנט, אז אפילו נאך דעם וואס מען איז מודה אז די דזשאוק איז נישט געלונגען, פרובירט מען נאך זיך אנצוכאפן אין עני קליינע פאדעם וואס עס איז נאר מעגליך און זיך פרובירן איינצורעדן אז עס איז געלונגען כאטש למחצה לשליש ולרביע.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:14 am

· #261988
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
פאר קאמפענסאציע ווילן מיר אלע א עכטע אפריל פלוס וויץ!
נעווערדעלעס, כ'בין זיכער אז אסאך יושבי חושך האבן זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון אריינשמעקן, זעהן צו ס'טאקע אטו בבנים שובבים עסקינן?

ירח בן יומו » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:23 am

· #261991
וואו איז @גנדי פארשוואונדען געווארן?
קען ער אפשר מוחל זיין און באשטעטיגן אז אין כאן לא סטראשן ולא מעקן ולא שליסן אבל יש כאן א באנדע לצים?

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:27 am

· #261992
ביטע אריינפירן די אשכול אין שבת אחים. איך שעם מיר פשוט ס׳זאל זיין אזוי נגלה לכל...

גנדי » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:34 am

· #261994
ירח בן יומו
וואו איז @גנדי פארשוואונדען געווארן?
קען ער אפשר מוחל זיין און באשטעטיגן אז אין כאן לא סטראשן ולא מעקן ולא שליסן אבל יש כאן א באנדע לצים?


יא! מען האט מיר געפרעגט רשות פאראויס. און געבעטן מיטשפילען.

פליקער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:34 am

· #261995
ווי שעמט מען זיך נישט צי מאכן וויצען ווען מארטש 21 האבן זיך זיבן גופים גופים פארברענט כליל תקטר

און נאך צוויי ל"ע "נא"

זייער נישט שיין

איך בין סארפרייזט פון דיר קינד מיינס

גנדי » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:37 am

· #261996
איך מוז זאגען דער אמת.

מיט דערצייט האב איך זיך אויך אנגעהויבען דערשרעקן אז יעצט איז דאס טאקע א וויץ. אבער ס׳קען איינמאל עכט געשעהן. איך האב שנעל געטוישט מיין אימייל און פעסווארד פון קאווע שטיבל.

נופת צופים » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:44 am

· #261999
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
@קינד_אן_קייט דו גייסט באלד אויסנוצן דיינע לייקס
[emoji1]

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:46 am

· #262000
ער׳ז אויף די אנלימיטעד פלען

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:55 am

· #262004
אויב איינער האט ביז היינט געמאכט דעם טעות כאילו "קאווע שטיבל" איז עפעס א ווירצהויז, איז ער יעצט אויפריכטיג געוואויר געווארן אז "קאווע שטיבל" איז א וועג פון לעבן, א נקודה וואס רירט אן די נשמה פון דעם עם.
יעצט אז די סומאטוכע איז פערטיג קען מען ווענדן דעם גאנצן קאנצענטראציע פאר "פה-סח". די רעדאקציע קען נישט גאראנטירן ווילאנג די טירן וועלן נאך זיין אפן פאר פרישע סחורה.
שיקט אריין אייער ארטיקל ווי אמשנעלסטנס.

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:06 pm

· #262008
ככככ כ'ווייס שוין נישט וואס די וויץ איז. כ'האב מורא אז ס'איז טאקע דא א נייע גייסט אין שטיבל און דער אשכול איז גאר די וויץ. אלנספאל, כ'האלט אינמיטן עפענען א נייע פארום "טיי אווענט". #סגעהערט א מעשה

זוכער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:11 pm

· #262011
בכגון דא זאגט מען:
די אפעראציע איז געלונגען - אבער דער פאציענט איז געשטארבן!

תמצית: די חברי השטיבל האבן א דינע הויט. א שוואכע פיוז, א קורצן טעמפער, א שוואכן חוש פאר הומור!
א שנעלן ריספאנס, פאראנויע פון הויכן קאליבער, קאפלעקס אז יעדער וויל אונז אונטערברעגען...

@קינד_און_קייט. און @אסף_המזכיר... JOB WELL DONE

גאנצל » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:18 pm

· #262012
פאר אזא וויץ איז נישט קיין וואונדער אז מ'האט גענומען א "קינד" פאר א גבאי

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:28 pm

· #262013
מ'טאר עכט נישט שפעקעלירן אין די אידענטיטעט פון ניקס, אבער אזוי נישט אום שבת גערעדט האב איך חששות אז קינד און קייט איז גאר דער מלך ההומאר, פינקי וועבער אליין. וויפיל הוגה און אני הקטן ווילן אראפרייסן די מייסטערהאפטיגע געלונגענע וויץ ווייסן מיר דאך יא אז אזא וויץ קומט נישט פון סתם פארפאטשקענען די צייט. ס'איז זיכער אז קייט און אסף האבן גראדוטירט הומאר-שולע און רעדן זיך דורך מיט דזשימי קימעל אן דעילי בעסיס. וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס דער מאמענט האט געברויכט איטערוויוען טורקס און נישט אסף אליין. אוי יוזל כ'שטיק מיר פאר געלעכטער!! חאחאחאחא!!!!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:06 pm

· #262023
יענץ געלעכטער, ס'האט מיר געקאסט געלט. כ'האב געקויפט א domain פאר א נייע פארום.

נופת צופים » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:26 pm

· #262029
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
@אסף איז לכאורה טורקס אליין.

אחד העם » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:34 pm

· #262033
פליקער

און נאך צוויי ל"ע "נא"

קינצלעריש!
😢

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:36 pm

· #262034
רבותי עס איז נאך אנמיטן, אפריל 1 איז נעסטע וואך דעמאלטס קומט די עכטע אויפדעקונג, סטעי טונד לאזט זיך נישט פארפירן !!!

petergrifin » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:23 pm

· #262049
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
מען פירט זיך טאקע צו טוישן די בעטטעריס פאר פסח..

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:48 pm

· #262066
My two cents
GET OVER IT!!!

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 3:05 pm

· #262070
שמעקעדיג
נאך אן אבזערוואציע:
די אוואטאר מענטשעלעך פון שטיבל (אויבן) האבן אנגעהויבן פלאפלען.
.

איך זעה אז די מענטשעלעך זענען שוין נמאס געווארן פון די נושא, זיי שמועסן שוין ווייטער אנדערע ענינים.

מיר האט מען אויסגעלערנט פאר די חתונה אז אפילו ווען קען זיך נישט איינהאלטן און מען מוז עפעס אריינפליקן די ווייב, זאל מען עס אבער טון אויף א וועג אז עס זאל איר נישט גיין עד דכדוכה של נפש, אז זי זאל דאס נאך קענען נאכדעם פארגעסן ווען מ'בעט זיך איבער.
זעט אויס אז דער אפריל-מוקדם וויץ איז טאקע געגאנגען צו ווייט.

אגב, גוגל האט פאריאר אפריל דער ערשטער צוגעשטעלט א קאווע שטיבל ביי יעדן אינדערהיים...

נתן מנחם » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:22 pm

· #262079
מורי ורבותי איך וויל דא מיט טיילען א מעשה שהי'
ווען איך בין געווען א קינד האב איך אמאהל מיט די עצת מרגלים פון מיין מאמע לאוי"ט מיטגענימען מיין ברידער צו א קלאס שבת פארטי ביי א חבר שבת נאכמיטאג. כנראה האט די מאמע זאל לאנג לעבען זיך געוואלט לייגען שלאפען האט זי מיר מכבד געווען מיט א מצוה.
מיינע חברים האבען נישט געשמעקט אז איך האב מיטגעברענטג מיין ברידער'ל א קליינע פימפענאטע האבען זיי איהם געטשעפעט און געריפען "קליינע בעיבי". מיין ברידער האט עס נישט אויסגעהאלטען האט ער זיי געזאגט "נאר איך בין א בעיבי? מיין ברידער (אני הקטן) גייט שלאפט מיט א צאמי ביינאכט.... מער האט נישט אויסגעפעהלט (איך האב נאך געהאט בעק אופ מיינע חברים וואס איך האב געדארפט חנפ'נען) און איך האב גוט צושלאגען מיין ברידער בפני קהל ועדה מיט די הילף פון מיינע חברים.
ווען איך בין אהיימגעקמען און מיין טאטע האט מיר געפרעגט היתכן? האב איך געזאגט: טאטי עס איז נאר געווען א דשאוק! און איך ברויך נישט דערציילען צו מיין טאטע האט געקויפט מיינע לאקשען געבאקען אדער פריש געמאכט נאך פסח.

אט דאס איז דא געשעהן א נייע מנהל ר' אסף האט געוואלט ווייזען בעלות (אדער געוואלט טרייען די סיסטעם, יא אונז געדענקען נאך ווען יעדע איינער פון אונז האט אויספראבירט צו זעהן אויב ווען מען לייגט די לייט סוויטש פונק אינמיטען אויב עפענט זיך די לעקטער צו נישט.....) און האט אונז אלע אנגע'מקל'ט (די טייערער ניקס) און שפעטער ווען ער האט איינגעזעהן אז עס איז צרות זאגט ער "סארי עס איז געווען א דשאוק................."

ודפח"ח

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:31 pm

· #262081
נתן, ווען ס'ווען נישט אויפן קאלאנדער א וואך פאר עפריל דעם ערשטען וואלט איך געזאגט ביסט גערעכט

ביבער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 6:40 pm

· #262139
א פחד וואס מ'קען טהון מיט א ציבור און דער ציבור זאל זיך נאך לאזן... איך פארשטיי אבער נישט פארוואס איינער זאל בכלל ווערן אנגעצויגן, פרידאם אוו ספיעטש איז נישט עפעס וואס מ'געט, אייוועלט געט נישט, ק"ש געט יא, פרידאם אוו ספיעטש נעמט מען זיך אליין! אויב אין ק"ש איז דא צענזור איז אויס ק"ש נישט אויס פרידאם, דאס פריי ווארט וועט אייביג איבערלעבן! און קיינער קען עס נישט אוועקנעמען.

ובחדא מחתא וועל איך זיך שוין באדאנקן פאר די הנהלה וואס געט אזא ווארימע אכסניא פארן פרייען ווארט, אבער ווי די וועלט זאגט אונטער יעדער וויץ ליגט אביסל אמת, מען דארף מוחה זיין אויף די איינצעלנע אינצידענטן ווי מנהלים בעיקר די חודש גבאים טהון מעקן אדער פארעכטן, דאס איז א מעילה בהקדש ועון בל יכופר!

יאיר » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 9:47 pm

· #262190
שוין, אז דער וויץ איז שוין פאריבער, לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
עס איז א שיינע זאך אז דער/די מנהל/ים האבן געוואלט פרייליך מאכן דעם עולם לכבוד אפריל דעם ערשטן, איך אפרישיעיט זייער אנשטרענגונג, כאטש ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, וואלט געמעגט אריינגיין מער פלאנירונג אזוי אז עס זאל מאכן סענס.
אבער ווי זאגט לעיקוואוד, פטור בלא ביקורת אי אפשר. עס שטערט מיר נישט אז מען האט געמאכט א וויץ, אדרבה, ס'איז אפשר א זיסע זאך. אפילו דאס וואס דער וויץ איז געווען אויפ'ן חשבון פון די פרה קדושה פון "דמוקרציה" (כנוסח הגאון בעל אגרות משה) וואלט איך אויך אראפגעשלינגען. וואס שטערט מיר אז א וויץ דארף האבן א נארמאלע בדחן, מ'קען זיך נישט עפענען א ניק מיט א כלומר'שטע אדער אמת'ע נייע מנהל, אנמאכן א מהפיכה, און נאכדעם ארויסגיין א צופרידענער און זיך קלאפן דעם בויך. ר' אסף טייערער, ווער אימער דו זאלסט נאר זיין, אויב דו ווילסט מאכן א וויץ פון דעם עולם, האב כאטש די כדורים עס צו טון אויף דיין אמת'ן ניק. נו, פארשטייט זיך אז ער האט צוואנציג אנדערע ניקים, גיי ווייס וועלכע איז די אמת'ע.
ווען עס איז לעצטנס געווען דער שמועס וועגן גילוי, האב איך מיך געהאלטן דאס מויל און נישט געזאגט מיין אייגענע מיינונג, פשוט ווייל איך האלט אז סיי די מחמירים און סיי די מקילים האבן איבערגעטריבן. ידאס איז א פערסאנעל החלטה וואס יעדער דארף מאכן פאר זיך. אבער געוואלד, מיר האלטן דאך נאך סאך פריער. ווער רעדט פון שרייבן די אייגענע נעמען? קודם זאל מען אויפהערן פארדרייען א קאפ מיט די הונדערט און איינס ניקים, שיקן די איידעלע בקשה מיט איין ניק און די שטרענגע בקשה מיט א צווייטער ניק. זיך אהערשטעלן אלס א פרומער אויף איין ניק און אלס אן אויפגעקלערטער אויף א צווייטער. איך פארשטיי אלע מיינען בלויז לשם שמים, אבער אפילו ווען דאס איז אמת, דער ציל הייליגט נישט די מיטלען, בפרט ווען ס'איז אויף א קביעות'דיגער אופן.
דאס, און נאר דאס, איז מיין פראבלעם מיט קאווע שטיבל. דאס אנאנאמיטעט ווי יעדער קען שפילן אויף דעם צווייטנס נערוון פארגרוילט מיר דאס פלאץ דא אין אלגעמיין, און דער געשעעניש האט היבש איבערגעצויגן דאס שטריקל. יא, מען מאכט טאקע לעבעדיג, מען שיקט איין ניק צו מעלדן מען שרעקעדיגע מודעות, א צווייטן שיקט מען אונטערהעצן וועגן די שרעקליכע עולה, א דריטן מוחה זיין, און אזוי ווייטער.
אנטשולדיגט, דאס איז נישט אן אפריל פול'ס וויץ. דאס איז ביליגע אפנארעריי. און כדי צו אויסדרוקן מיין מחאה דערויף מאך איך א נדר אז איך קום נישט אריין אין שטיבל פאר א וואך צייט, (לכל הפחות נישט מיט מיין אויפגעקלערטע "יאיר" ניק 😂).

הויזן טראגער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 9:53 pm

· #262192
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
די קענסט נאך שנעל מחליט זיין נישט ארויסצוגיין כדי נישט עובר צו זיין אויף דיין נדר

ווארט זאגער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:44 pm

· #262200
היות אסאך זאגען לעצטנס דא מיט א פשטות אז יעדער האט דא אפאר ניקס וואלט איך געוואלט בעטן באווייזן אויף דעם. איך האב נישט נאך א ניק און ס'מיר נישט בייגעפאלען צו האבן נאך ניק ישראל קאפקע האט אויך געשריבן אזוי לעצטנס. דער וואס רעדט אויף דעם און ער וויל גילוי האט דאך אויך נישט נאך א ניק ווייל אויב יא קען ער פשוט אויפגעבן זיין אנדערע ניק און ער דארף נישט עובר זיין אויף איסור גילוי ח"ו אויב אזוי פארוואס שמירען ענק ארויף אויפן ציבור דא מעשיות אן קיין באווייזען?!
(דאס גייט נישט ארןיף אויף אסף פארשטענדליך וואס האט בפשטות יא נאך א ניק ווייל ס'קומען נישט אריין פרישע גבאים פון די גאס)

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:21 pm

· #262208
יאיר וואס איז דער פארגלייך? סתם האבן מערערע ניקס כדי צו טעראריזירן איז אפשר נישט ריכטיג, אבער דא האט מען געוואלט די הילף פון א מנהל!

נופת צופים » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:58 pm

· #262226
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
פארוואס טוט נישט די הנהלה בלאקן פון אויפמאכן צוויי ניקס. יעדער ניק מוז האבן אן אייגענע איי פי ( יוניק )

ברסלבער » פרייטאג מערץ 27, 2015 9:11 am

· #262255
יאיר
און כדי צו אויסדרוקן מיין מחאה דערויף מאך איך א נדר אז איך קום נישט אריין אין שטיבל פאר א וואך צייט

@יאיר, הַכּל יִהְיוּ מֻתָּרִים לָךְ, הַכּל מְחוּלִים לָךְ, הַכּל שְׁרוּיִם לָךְ, אֵין כַּאן לא נֶדֶר, וְלא שְׁבוּעָה, וְלא נְזִירוּת, וְלא חֵרֶם, וְלא אִסּוּר וְלא קונָם וְלא נִדּוּי, וְלא שַׁמְתָּא, וְלא אָרוּר. אֲבָל יֵשׁ כַּאן מְחִילָה סְלִיחָה וְכַפָּרָה. וּכְשֵׁם שֶׁמַּתִּירִים הַבֵּית דִּין שֶׁל מַטָּה כַּךְ יִהְיוּ מֻתָּרִים מִבֵּית דִּין שֶׁל מַעְלָה:

למדן » זונטאג מערץ 29, 2015 9:05 pm

· #262626
קען א יחיד מומחה מתיר זיין אהן א פתח (און אהן אפילו בעטן) אדער איז דאס מדין טאטע?
שוין לאנג נישט געלערנט פרשת מטות

נופת צופים » זונטאג מערץ 29, 2015 9:12 pm

· #262628
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
איך פאר איינס בין זעך משתתף, האמיר שוין צוויי הדיוטות, ווער נאך?

למדן » זונטאג מערץ 29, 2015 9:15 pm

· #262630
דאס איז דאך מיין פראבלעם, כ' וויל זיין פון די דריי הדיוטות...דערווייל געט ער אזא מותר מותר מותר.
יעצט אז א בי''ד האבן מיר קען מען דן זיין אויב ס'איז א גוטער בי''ד

נופת צופים » זונטאג מערץ 29, 2015 9:23 pm

· #262635
Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!
גייסט מיך פארהערן? הדיוטות ברויכן אויך קענען עפעס?

למדן » זונטאג מערץ 29, 2015 9:35 pm

· #262645
הדיוטות דארפן גארנישט קענען, קוים וואס די מומחים קענען עפעס

פארוואס? » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:48 pm

· #263721
למדן
הדיוטות דארפן גארנישט קענען, קוים וואס די מומחים קענען עפעס

מאך דיר אויף נאך צוויי ניקס, וועסטו האבן דריי הדיוטות