☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך נעם זיך אן פאר אסף!

איך נעם זיך אן פאר אסף!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8517

חקרן » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:07 am

· #261128
איך נעם זיך אן פאר אסף!
צי אסף האט יא גוט געטאן אדער נישט, איז א נושא וואס מען קען דעבאטירן (אמער, סוף כל סוף ברענגט ער דאך א ייטב לב...), אבער די חוצפה פון חברי השטיבל, צו אטאקירן אזא גבאי ווי אסף, בלויז דערפאר וואס ער איז א נייער, דאס איז אומדערהערבאר. פיל שרייבער האבן נישט צוריקגעהאלטן דעם אנטיסעמיזם, שרייבנדיג מיט בייסיגע שורות, כאילו, דער נייער גרינער וואס איז קוים אין אמט וכו'... אזעלכע לשונות טארן נישט טאלערירט ווערן דא ביי אונז.

יעדער דא האט מיטגעהאלטן ווי אזוי 'איך אויך' האט פארפירט, זעענדיג אין דעם ייטב לב סאמעטוכע אן עולה קעגן די נידעריגערע עליטע פון שרייבער, אז מען דיסקרימענירט קעגן זיי (טייל האבן דאס געשריגן קעגן דער מנשה לוסטיג סאמעטוכע). פונקט דאס זעלבע שפילט זיך יעצט אפ, גיב אים א שאנס, ער איז ניי? - יא, ער איז! נו, איז וואס?! - וועט ער זיך דערלערנען מיט די צייט. אבער אטאקירן א גבאי בלויז דערפאר ווייל ער איז ניי, איז אן אומדערהערבארע פארברעך. וואס האסטו געוואלט, אז דעם ערשטן טאג וואס ער ווערט גבאי זאל ער שוין זיין אלט? - כ'מיין, טראכט אביסל...

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:10 am

· #261131
ער איז מן הסתם אזוי ניי ווי איך בין.

יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:13 am

· #261132
אז מען אטאקירט נאר אז ער איז ניי וכדו׳ איז טאקע אן עולה. אבער אז א נייער דא זאל שוין טיילן דעות ווי ביים טאטען אין וויינגארטן איז די חלק פון ׳ניי׳קייט א גרויסן פאקטאר אין די אומדעהערטע חוצפה אקעגן אן אלטגעזעצענע ניק.

יתרו » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:18 am

· #261134
i agree' he is probably not the one making the decisions here he is only the messenger
shooting the messanger wont stop the cause of the problem.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:04 am

· #261172
אויף צוויי זאכן איז די רוגזה אויפן עצם פארשפארן און נאך מער אויף די נארישע תירוץ אונז ווילן מער א אויסגעהאלטענע תירוץ פארוואס מען האט אויסעמעקט די אשכול

משבק » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:10 am

· #261175
אסף המזכיר איז ערוואטעט צו נעמען דעם פאדיום ביז געציילטע מינוט און אויסרופן "א גוטן מועד"