ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
121 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8416
פון הינטער די קוליסן קומען פאר העפטיגע אנטוויקלונגען., עס איז שוין אריינגעקומען א שיינע צאל ארטיקלען, די גראפיקס טים ארבעט פעסט, די רעדאגירונג טים ארבעט פעסט, ס'זעט אויס ווי מיר וועלן אי"ה האבן א שיינע זאך אויף יו"ט.
מיר בעטן בכל לשון של בקשה די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען צו שרייבן אן ארטיקל אדער די אלע וואס פלאנען זיך אונטערצונעמען אדער די אלע וואס פלאנען צו פלאענען. ביטע ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט. ויפה שעה אחת קודם.
גלייכצייטיג נויטיגן מיר זיך אין נאך רעדאגירער כדי נאכצוקומען די ארבעט. אויב זענט איר באהוונט אין די כללים פון אידיש גראמאטיק, ביטע קומט צו מיר אין אישי.
נאך איין זאך, ווער עס איז וויליג צו מנדב זיין א פופציגער אדער מער פאר די הוצאות זאל זיך ביטע ווענדן אין אישי.
און ווי געזאגט קען מען אדווערטייזן אדער ספאנסארן די אויסגאבע און אייער ביזנעס וועט געזען ווערן דורך הונדערטער און אפשר טויזנטער פאר אויגן.
דער דעדליין וואס איז אפיציעל (דא דארף מען לאכן...) דעם קומענדיגן מיטוואך ריקט זיך אלץ נענטער און עס הערט נישט אויף צו שטראמען מאסיווע חומר צו דער רעדאקציע.
פון דער אנדערער זייט בעט איך די אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען אן ארטיקל, גלייבטס מיר איך האב נישט קיין צייט אייך נאכצולויפן, די ארבעט זיצט איבער מיינע אקסלען, טוטס מיר א פערזענליכע טובה און קומטס מיר אנטקעגן מיט אייערע ווערק ווי אמשנעלסטנס.
און צו די אלע וואס האבן זיך נישט אונטערגענומען אן ארטיקל, זייט נישט קיין צועק לשעבר (קרעדיט: קול מבשר) שרייבט אפ א רייכער קאלום היינט און פארזיכערט אייך אן ארט אין פרעסטיזשפולער ליטערארישער "פה-סח" אויסגאבע.
שמים וארץ וועלן זיין עדות אז מיין ארטיקל איז שוין גרייט, אבער איך שיק עס נישט אריין ווילאנג
@גנדי'ס אשכול איז צוריק כבתחילה.
שבר על שבר השברנו. נישט גענוג גנדי'ס ארטיקל פעלט, וועלן מיר נישט האבן קאווע'לעס ארטיקל! לקינו בכפליים, אוי מה היה לנו. אנה אני בא מצערו של ...?
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
אפשר האט מען פארשפארט @גנדי'ס אשכול פשוט ווייל עס גייט אריין אינע'ם פה-סח און מ'נעמט נישט אהן חומר וואס איז שוין פון פריער אויפ'ן נעץ?
איך האב נישט אנגעגרייט קיין ארטיקל מחמת חוסר הפנאי, אבער די בארד און די פאות זענען עדות אז אויב לייגט מען צוריק גאנדי'ס ארטיקל וועל איך עפעס שרייבן.
בעל המאה הוא בעל הדעה ,רעספעקט ביטע!
עזריאל... 👍 👍
צום פינטל..!!!
ואגב ער האט חזוןאיש שיעור פיאות בשופי.
אין פרעוואטע זענדונגען - דא אויף דער שטיבל בלאט - טוהן פריינט מיך איינמעלדן, דאס מיין אידיש - די אויסלייג? - אומלעזבאר זי איז. וועלן וועלט זיך שרייבן עפעס - כאטשיק וואס - די פראגע איז נאר צו וועט עס, דאס אבגעשריבענס, פערשטעהר האבן?
בענדזשאמין פרענקליןאיך האב נישט אנגעגרייט קיין ארטיקל מחמת חוסר הפנאי, אבער די בארד און די פאות זענען עדות אז אויב לייגט מען צוריק גאנדי'ס ארטיקל וועל איך עפעס שרייבן.
איך האב פארגעסען צו שרייבן אן אלטימאטים איך געב 24 שעה.
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
זאל אבער זיין אז מ'שטעלט צוריק גנדי'ס ארטיקל; נו, מילא קאווע, ער האט שוין אפגעשריבן. עכ"פ אזוי זאגט ער. פון וואנען אבער, בענדשאמין, ביזטו זיכער אז דיין ארטיקל וועט די נייע פירערשאפט תחת השגחת ייטב לב נישט אראפרוימען? ס'מוז קלאר געשטעלט ווערן די גענויע וויזיע פון דער אסף-אדמינעסטראציע און אירע פלענער אויף דעם צוקונפט. וואס איז איר ציל, וועמען די אסף-אדמינעסטראציע האט אלץ אין פלאן צו צופרידנשטעלן און וואס די הנהלה איז אלץ גרייט צו טאן דערפאר. אשאד צו שרייבן. די הנהלה לדעתי מוז ארויסקומען מיט א לענגערן פסק, און נישט אריינשטופן נאך א פולן טאג פון וואונדער און אויפברויז א קליין תגובה'לע צווישן א מיני איך-אויך סאמאטוכע און אפריל-וויצן קאנספיראציעס.
# גנדי-געיט
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
@בן נריהו איך גיי פאר דיינע קורצע געשמאקע הודעות. עס איז נישט דער אויסלייג וואס שטייט אין וועג, נאר די פאעטישע שפראך, נו, דאס איז דאך די גאנצע שיינקייט פון זיינע תגובות.
עס איז דער ווייל אויפגעטריבן געווארן 420$ פאר דע הוצאות. מ'קען נאך באשטייערן.
איך האב דערהערט כוכבל'ס טעג און כ'פלאן אי''ה צו שרייבן א מאמר. נאר קלארצושטעלן די דעדליין איז נעקסטע וואך מיטוואך?
אפיציעל איז דער דעדליין מארגן...
נע ביז מארגן נאו טשענס ,אבער כ'גיי דיר שיקן א אישי און ביטע זאג מיר אויב דאס איז א סטייל וואס האט קונים דאהי...
איך דארף הילף!!!
מיט רעדאגירן, מיט ארגאניזירן, מיט אלעמען.
אין אישי ביטע.
רעדאגירן קענסטו שיקן צו מיר. אויף וויפיל איך בין ווערד קען איך צולייגן א האנט.
דער פה-סח גייט ווייטער אהן מיט די גאנצע שערורי' וואס טוט זיך אפ ביהיינד די סינ"ס?
יא, נאר לויט די נייע גייסט
#נייעגייסטאלערט
מען לאזט זיך נישט פון קיינעם!
אוודאי עס וועט אי"ה ערשיינען אן הערליכע אויסגאבע
אפי' דער שטן וויל נישט...
בענדזשאמין פרענקליןאיך האב נישט אנגעגרייט קיין ארטיקל מחמת חוסר הפנאי, אבער די בארד און די פאות זענען עדות אז אויב לייגט מען צוריק גאנדי'ס ארטיקל וועל איך עפעס שרייבן.
אזוי ווי גאנדי'ס ארטיקל איז צוריק האב איך יעצט צוויי ברירות אדער אפשניידן די בארד און פאות אדער שרייבן אן ארטיקל. וואס זאגט דער עולם וואס זאל איך קלויבן?
שנייד אפ א האלבע בארד און שרייב א האלבע ארטיקל
משולם שטיינפעלדשנייד אפ א האלבע בארד און שרייב א האלבע ארטיקל
און וועסט עס כאטש געבן אן האלבן לייק? 😃
איין גאנצע, האלב פאר די בארד און האלב פארן ארטיקל
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז דו האסט א בארד און פאות
Re: ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!
קוק אויף זיין אוועטאר
עס גייט פארקומען א פראטעסט פארנט פון שטוב פון מלך הכותבים מרן
@איש עברי פאר'ן זיך נישט באטייליגן אין ''פה-סח'' לעת עתה.
באסעס וועלן ארויספארן פערטל צו ביי בעדפארד און די הייוועי. כולנו למערכה ולה' הישועה.
ביטע זיך צואיילן מיט אריינשיקן אייער ארטיקל. דער מצב ווערט אנגעלייגט.
כוכבעס גייט פארקומען א פראטעסט פארנט פון שטוב פון מלך הכותבים מרן
@איש עברי פאר'ן זיך נישט באטייליגן אין ''פה-סח'' לעת עתה.
באסעס וועלן ארויספארן פערטל צו ביי בעדפארד און די הייוועי. כולנו למערכה ולה' הישועה.
דאכט זיך מיר אז איך האב אים געזען אין אשל אברהם אין אן אינטערוויאו מיט א געוויסן עלטערן מאן.
פאר אלע פה-סח אנגעלעגנהייטן קען מען זיך אויך ווענדן צו מיין געטרייער שותף לדבר מצוה
@געוואלדיג וידו כידי.
די לעצטע מאל איינער האט געזאגט ידו כידי האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט
איך שטיי נאר צו זיין רעכטע זייט, לדעתי קען מען נאך נוצן איינער פאר די לינקע זייט.
@כוכב
ווי האלט די מצב? די דעדליין איז שוין פאראיבער. איז דא גענוג סחורה כאטש אזוי גראב ווי א בוני עולם זשורנאל?
אן אפדעיט ביטע!
געוואלדיגאיך שטיי נאר צו זיין רעכטע זייט, לדעתי קען מען נאך נוצן איינער פאר די לינקע זייט.
איך בין גרייט צו שטיין צום לינקע האנט
"ובשמאלה עושר וכבוד" סיי וועלכע עשירות און כבוד עס איז דא שייך, בין איך גרייט מקבל צו זיין באהבה!
נתן מנחם@כוכב
ווי האלט די מצב? די דעדליין איז שוין פאראיבער. איז דא גענוג סחורה כאטש אזוי גראב ווי א בוני עולם זשורנאל?
אן אפדעיט ביטע!
דער דעדליין איז נאכנישט פאריבער סחורה האלט אין איין שטראמען און סחורה האלט אין איין אנגענומען ווערן.
נתן מנחם, ווען שיקסטו דיין ארטיקל?
ווען גייט זיין די דעדליין?
קום אין המלאכה מרובה.
עס דארף נאך געשאפן ווערן א קליינע סומע ביז צום ענדגילטיגן ציל, אויב ווילט איר ספאנסארן פון דרייסיג דאלער אין העכער ביטע קומט אין אישי.
כוכבנתן מנחם@כוכב
ווי האלט די מצב? די דעדליין איז שוין פאראיבער. איז דא גענוג סחורה כאטש אזוי גראב ווי א בוני עולם זשורנאל?
אן אפדעיט ביטע!
דער דעדליין איז נאכנישט פאריבער סחורה האלט אין איין שטראמען און סחורה האלט אין איין אנגענומען ווערן.
נתן מנחם, ווען שיקסטו דיין ארטיקל?
איך בין פשוט נישט קיין שרייבער איך בין א גוטע ליינער. איי קענט וועיט!
שרייבערס אויס ווילט איר זיין זיכער מיט מיט אייער ארטיקל און איר ווילט אז אייער ארבעט זאל זיין שיין אהערגעשטעלט
לאזט נישט אויף די לעצטע מינוט און גיבט אייך א יאג צו און שיקט עס שוין צו ר' כוכב זז"ג
מיין ארבעט - דאס צוגעזאגטע שרייב ווערק - וועט באלד זיין גרייט פאר דער רעדאקטער צו ערהאלען.
משבקדי לעצטע מאל איינער האט געזאגט ידו כידי האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט
קוק נאר ווער עס שרייבט עס.. דער משבק אליין..
חכם איינער ,ער איז פון די אנדערע.
קלארשטעלונג: אלע פה-סח ארטיקלען וועלן עווענטועל ארויסגעשטעלט ווערן דא אויפ'ן ווירטואלן שטיבל. אויסער זייער ערשיינונג אינעם מאגאזין קומט זיך פאר די טייערע שרייבער אז מ'זאל קענען לייקן און קאמענטירן אויף זייערע ווערק.
אבער הערשט נאך יו''ט צו געבן די פארדינטע מאס אנערקענונג פאר דער אויסגאבע, און צוביסלעך, נישט אלעס אויף איינמאל, ליתן רווח בין פרק לפרק.
די שרייבער וועלן איטליכער באקומען אין אימעיל זייער ארטיקל אינעם רעדאגירטן פארעם. עס איז אלעמענס אויסוואל און בחירה צו נוצן וועלכע ווערסיע ער באגערט.
וואלט געווען א גוטע עצה טאמער די קונטרוס קען ארויס קומען ווי פריער, דארף מאכן כמה קאפיעס אין שיין צאמלייגן, איינס לייגן ביים שווער איינס ביים טאטן איינס אין ביהמ״ד, אין איינס פאר מיין שכן.
עכ״פ זאל זיין צייט זיך צו קענען רירן, נישט יעדער האט א פרינטער אין די היים אין דארף גיין צו א פרינטער געשעפט
תודה
שטילע
שטילע, איך גלויב אז ווי מער מענטשען לייגן צו א פלייצע צו די ארבעט וועט עס ווערן געענדיגט פריער. און כ'גלויב אז זיי נעמען נאך אן וואלונטירן.
שטילע איך ווארט פאר דיין נדבה.
איך געב נאר צדקה ווען מען באקומט צירוק דאפלט, איז פה-סח אין כלל?