☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג

אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8515

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:54 am

· #261123
אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג
אפאר נישטיגע ווערטער, טאקע בלויזע אלפעבעטן, אבער מאכטפול ווי אטאמישע וואפן. אכט טריקענע — לכאורה אומוויכטיגע — ווערטער, האט געפירט צו איינע פון די ווילסטע ריאאטן וואס דער ווירטואלער וועלט האט אמאל געזען. א בלאסן מאנטאג, א טאג וואס האט זיך אנגעהויבן ווי א פשוט'ן גרינעם טאג אין וואך איז פארוואנדעלט געווארן אין א שטורעמישער טאטאלער כאאס. א טאג וואס האט געטוישט דעם ווירטואלן וועלט אויף אייביג.

"דער אשכול איז דערווייל פארשלאסן פאר פרישע תגובות" האט זיך געלייענט דעם אומפארשטענדליכן הודעה פון דעם קוים געקרוינטען עסקן , אסף המזכיר. אסף, א חאניאקיש יונגערמאן, האט באלד ביים אנהייב פון זיין קאדענציע נישט נושא חן געווען ביי די זקנים אין קאווע הויז. אנדערש ווי זיינע קאלעגעס סדרן און סארווירער איז אסף געווען אזא איינגעמאכטער מיט א הויקער, אזא סארט וואס כאפט שריים און לערענט ייטב לב. אבער בלית ברירה האט מען זיך געווישט די נאז און מקבל מרות געווען.

אבער דאן איז געקומען די באמבע.

אסף, אנטשטאט בלייבן אין צימעס, האט אזוי בלא יודעים אריינשפאצירט אין היכל. ער איז דא!
ר' גנדי, איינער פון די אלטע גווארדיע אין קאווע צימער, א איד וואס האט זיך איינגעהאדעלט א רעפאטאציע אלס לוחם מלחמת השם און אויסגעשפראכענער לוחם קעגן סיי וואספארא נייע מנהגים אשר לא שערום אבותינו, א איד וואס האט שוין ארויסגעגעבן מערערע חלקים אשכולות וואס זענען צעשפרייט געווארן אויף ד' חלקי סאציאלע מידיע און וואטסעפפ כן יעזור השם הלאה, אט דער רבי ר' גנדי איז פונקט געשטאנען אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע מאמענט, און געוואלד! אסף, מיינענדיג ער שטייט אויף די פארענטשעס, האט געגעבן א שטיפ!


אנאנים, א מיטל-יעריגער איד א מגולח, איז געקומען רייטן אויף אלע פיר. נישט געווארט פאר קיין כבוד און מקיים געווען דעם פסוק אין חרדשיהו (א, ג ) "אם כאב צועקים, אמר ה' צבאות", און פון דארט ביז א רעוואלוציע איז נישט געווען קיין וועג.

ווען ר' איך אויך, א מער רואיגער בעלבאתישער טיפ, האט געוויזן זיין אנטשלאסענקייט צו קעמפן מיט אונז רעבעלן, זענען מיר געווארן פארזיכערט אז אסף וועט שוין נישט ארויסגיין קיין לעבעדיגער.

רבותי, אצינד האלט מען ביי די ווענדונג פונקט. לאמיר נישט אויפגעבן! מ'ווארט נאר איינער זאל זיך אונטערצינדן און דעמאלט זענען מיר א געהאלפענער! לאמיר גיין ביז בלוט, ביז'ן טויט! גיוואאלד!

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:59 am

· #261124
ווען מאכט שוין איינער ענדליך א מפתח פון אלע אשכולות איבער די גאנדי-צענזור קאנטראווערסיע?

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:05 am

· #261127
ווארט צו ,אדערוויילע גיסט זיך נאך אשכולות לרחצה ווי א איזעי נאך א וואטעווער.

משבק » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:33 am

· #261146
און דאס איז שוין נאך די אלע אשכולות וואס ווערן זיכער און די מינוטן פארמעקט . נעבעך אספ ער קען נישט אניאגן מיט די ארבעט

אחמד » דינסטאג מערץ 24, 2015 3:51 pm

· #261380
אללה אכבר. איך וויל שאריע געזעץ דא.

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:19 pm

· #261462
Re: אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג
فأين نحن فاعلون الهجوم القادم؟

ווארט זאגער » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:28 pm

· #261466
[ציטאט אראפגענומען]

Hello to you . I was in the right place at the right time. Make yourself comfortable

נופת צופים
"فأين نحن فاعلون الهجوم القادم؟

Where are we going to do the next attack ?

"אנאנים"
في مقر غرفة القهوة ؟

At the headquarters of the coffee room?

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:33 pm

· #261470
Re: אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג
@כעלעמער איך גיי יעצט ארויף אויף די ענ עס עי'ס בלעק ליסט. דו גייסט ארויף אויף די מנהלים'ס בלעק ליסט. וועלכע איז ערגער?

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:39 pm

· #261473
[ציטאט אראפגענומען]

וואספארא שפראך איז דאס, נוצן די ווארט ש*** אויף קאווע שטיבל?


נופת צופים
"فأين نحن فاعلون الهجوم القادم؟

און וואס זוכסטו אויף פעיסבוק?
😉

ווארט זאגער » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:54 pm

· #261477
[ציטאט אראפגענומען]


As long as it is in the Palestinian language should be okay with you

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:58 pm

· #261482
Re: אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג
פארוואס פעיסבוק?

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:35 pm

· #261511
נופת צופים
פארוואס פעיסבוק?

גארנישט, כ'האב געמאכט א גוגל סירטש האט ער מיר צוגעפירט צו פעיסבוק.
כ'בין דיר נישט חושד אז דו קענסט אראביש. 😛

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:25 pm

· #261529
Re: אסף המזכיר, זיין אויפשטייג און אונטערגאנג
גוגל טרענסלעיט איז די ענטפער.
<a class="postlink" href="http://translate.google.com">http://translate.google.com</a>