☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געלעגער = באריסטא: א אפריל 1 וויץ?

געלעגער = באריסטא: א אפריל 1 וויץ?

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6205

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:39 am

· #193930
געלעגער = באריסטא: א אפריל 1 וויץ?
אט דאס שרייבט מען היינט אין איי וועלט:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=834861#p834861">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 61#p834861</a>

(קרעדיט: @אפטעמיסט אין @ברסלבער'ס "איך בין א מחוצף" אשכול)

מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט
הודעהדורך קרעטשמער » דינסטאג אפריל 01, 2014 12:00 am

(צוליב די סענסיטיווקייט פון די פאלגנדע אינפארמאציע, וועלן מיר דאס בלויז לאזן אין די עפנטליכקייט אויף א קורצע צייט אפשניט, און מיר פארבאטן דאס נאכצוקאפירן אדער פארשפרייטן באיזה אופן שיהיה ח"ו.)

אל מעלת כבוד חברינו היקרים,

דא רעדט צו אייך די גרופע "מנהלים" פון אייוועלט.

ווי עס איז אייך גוט באקאנט, באשטייט די הנהלה פון צוויי באזונדערע קערפערשאפטן, גערופן "מנהלים" און "אחראים", אויך באקאנט אלס די "רויטע" (מנהלים) און "גרינע" (אחראים). די פונקציעס פון די צוויי גרופעס זענען פארשידנארטיג. בעת אויף די אחראים ליגט מער-ווייניגער די טאג טעגליכע ארדענונג פון די פארומס, אריינגערעכנט פארריכטן קעפלעך, צוטיילן אשכולות, אוועקפירן אדער לייגן שלעסער אויף שמועסן וואס באלאנגן נישט דאהי, ליגט אויף די מנהלים די געוואלדיגע אחריות פון אנהאלטן דעם אלגעמיינעם ניווא פונעם פלאץ און זעהן דערצו אז די ניקס (און יא, אויך די אחראים) זאלן זיך האלטן געטריי צו די תקנות וואס די מייסדים האבן אראפגעשטעלט ביים גרינדונג פון דעם זעלטענעם און טייערן ווינקל.

האט אבער - צו אונזער גרויס באדויער - לעצטנס פאסירט א שטארקע טשטוש הגבולים, ווען איינער פון די "גרינע" האט אריבערגעשפרייזט דעם "רויטן" ליניע און אנגעהויבן טוהן דא כאדם העושה בתוך שלו. אין פרידנסצייטן וואלטן מיר דאס באהאנדלט אינערליך, געשיקט א קלארע ווארענונג, און אויב דאס וואלט נישט געווירקט, אים אוועקגענומען די אחראים רעכטן. אבער אונזער יעצטיגער פאל איז אויסערארדנטליך און פרעצעדענטלאז, און ווי איר וועט ווייטער זעהן גרעניצט זיך דאס מיט אומגעהויערע פרעכקייט און זאגאר פארראט! דערפאר האבן מיר באשלאסן נאך לענגערע באראטונגען הונטער פארמאכטע טירן אז לא עת לחשות, מיר קענען מער נישט שלונגן און שווייגן, און טראץ די סענסיטיווקייט פון די אינפארמאציע, וועלן מיר ארויסקומען דערמיט אין די עפנטליכקייט.

מיר ווילן מקדים זיין אז צוליב די האקלקייט פון די נושא, און אויך צוליב אונזערע פעסטע תקנות, צו וואס אויך מיר מנהלים זענען פארפליכטעט, וועלן מיר נישט אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון יעדן באשולדיגונג און פארדאכט, אויך וועלן מיר לעת עתה נישט ברענגן קיין דאקומענטירטע באווייזן אונטערצושטיצן אונזערע הנחות, מיר וועלן בלויז זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים פון די סאמע וויכטיגסטע אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס צעוויסן צו טוהן פאר די חשוב'ע מיטגלידער, כדי איר זאלט אונז קענען פארשטיין און אליינס קומען צו דער באשלוס אז וואס מיר האבן געטוהן אין דעם פאל איז ריכטיג און יושר'דיג. מיר האפן אז איר וועט אונז נישט באמוטשן מיט איבריגע פראגעס, ווייל דערווייל וועלן מיר נישט ארויסגעבן מער ווי דאס וואס שטייט דא אראפגעשריבן.

גראדע האבן מיר לאנג איבערגעקלערט אויב מיר זאלן קלאר ארויסשרייבן פון וועלכן "גרינער" די רעדע איז, אבער אין די ענדע איז איינשטימיג באשלאסן געווארן אז דאס מוז בעל כרחינו געטוהן ווערן, ווייל זיינע מעשים תעתועים זענען אזוי מערקבאר און אויבנאויפיג אז אפילו מיר זאלן פרובירן פארשווייגן זיינע בייזוויליגע אקטן וועט דאס פריער אדער שפעטער ארויסקומען אין די עפנטליכקייט, איז ממש א שאד אז מיר זאלן דאס נישט אויפוויקלן ווי געהעריג, והוקע אותו נגד השמש.

די רעדע איז פון א ניק וואס האט זיך אנגעבליך אהערגעשטעלט ווי א זעלטן געטרייער אחראי, שרייבנדיג און מעקנדיג ווען עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, (און אפילו ווען נישט). פון צייט צו צייט האט ער זיך געלאזט הערן מיט זיינע מיינונגען וואס האבן אפטמאל בלויז רעפלעקטירט זיין פריוואטע דעה, אבער ער האט דאס אראפגעשטעלט בשער בת רבים כאילו ער רעדט דא בשם די גאנצע הנהלה. מיר וועלן נישט איבערגיין דא די לאנגע ליסטע פון עוולות וואס ער איז באגאנגען קעגן אונז, מיר וועלן זיך באגעניגן מיטן אויפברענגן זיין לעצטע אויסברוך אין די אשכול פון "האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש".

יענער אשכול איז א טיפישער ביישפיל פון דעם פראבלעם וואס מיר האבן מיט דעם ספעציפישן אחראי. פון איין זייט שטעלט ער אן א פנים פון א געטרייער ארבייטער, און אין דער זעלבער צייט רייסט ער ארונטער רוב רובן פון אונזערע מיטגלידער וועלכע ווילן דוקא אנהאלטן דעם גאר פרומען אויסזעהן און געדאנקנגאנג. עס איז אונז געווען א הארצווייטאג צו ערהאלטן אזויפיל געזעגענונגס בריוולעך פון תורה טרייע ניקס וואס האבן זיך אפגעזעגנט פונעם פלאץ נאכן נישט קענען איבערטראגן דעם עפנטליכן העצע קעגן יעדע זאך וואס שמעקט מיט פרומקייט און ערליכקייט.

עס ווייסט יעדער איינער אז אייוועלט איז די שווארצאפל פון אויג פאר אלע ערליכע נעט-באזוכנדע אידעלעך, אויב זאל מען זיי פארשליסן דעם טויער פון מחאה דארט וואו עס פעלט אויס ווי לופט צום אטעמען, וועלן זיי אין די ענדע פארקלאפן דעם גאנצן וועבזייטל און גיין מאכן שבת פאר זיך, א זאך וואס מיר ווילן פארמיידן אויף אלע קאסטן.

אבער אלס דעם אליין וואלטן מיר נאכנישט איבערגעדרייט די שטאט, מיר וואלטן זיך באפרידיגט מיט א סילוק צום באטרעפנדן אחראי אין פריוואטן פאסט קעסטל, און אויב ער וואלט נישט פארשטאנען אויפן ווינק וואלטן מיר אים אוועקגענומען די שליסלעך. אבער וואס ברענגט אונז צו דעם פרעצעדענטלאזן שריט, איז א שטיקל דעטעקטיוו-סטיל ארבעט וואס אונזערס א געטרייער מיטגליד האט מיט גרויס ערפאלג אדורכגעפירט, וואס האט אים געברענגט צו ציען א מסקנא וואס האט אונז אלע אויפגעשטעלט די האר פון קאפ.

אויב ליינט איר די שורות שטייענדיג, רעקאמענדירן מיר איר זאלט זיך אנכאפן בעפארן ליינען ווייטער.

מיר זענען די לעצטע צייט געוואויר געווארן דורך פארשידענע אומוועגן אז - נישט מער און נישט ווייניגער, נאר - דער אלעמען באקאנטער 'געטרייער' אחראי "געלעגער", דינט גאר אלס דאפעלטער אגענט פאר אונזערע קאנקורענטן! אלע פעדימער צייגן קלאר און דייטליך אז נישט קיין אנדערער ווי ער זעלבסט האט גאר געגרינדעט דעם אנדערן וועבזייטל הידוע וואס מיר ווילן אפילו נישט אויפברענגן דעם נאמען צווישן אונזערע שפאלטן! נישט קיין וואונדער אז ער אגיטירט אזוי שטארק פאר ליבעראלקייט און קעמפט קעגן יעדע סארט מחאה וואס קען הייבן די אידישקייט שטאפלן פון אונזער ארט, אמער, הוא הגבר וואס שפילט א פירנדע ראלע אין דעם אנדערן מקום רח"ל!

ביים זיך איבערצייגן די קראנטקייט פון די שמועה לא טובה, האבן מיר שוין למפרע פארשטאנען פארוואס ער האט מיט זיין געוואלדיגע 'גוטסקייט' גענומען די מיה און געגרינדעט די טרויעריג בארימטע "אמ"ג" (אימעיל גרופע). מיר פארשטייען יעצט למפרע אז די אונטערליגנדע אורזאך דערפון איז פשוט געווען צו קענען אוועקצושלעפן ווי מער גוטע שרייבער פון אונזער וועלטל, און ווי מיר הערן טוהט ער דארט אנדרייען דעם עולם צו פאשן איבעראל נאר נישט דאהי, א זאך וואס דערקענט זיך שטארק אויף די סטאטיסטיקס פונעם סייט.

אויף דערווייל וועלן מיר זיך דא אפשטעלן, אבער אויב ער וועט פרובירן צוריקצוקעמפן ביי אונז אדער אויף זיין אנדערע וועבסייט, וועלן מיר געצווינגן זיין ארויסצוגעבן טייל פון די געהיימע באווייזן וואס מיר זאמלען איבער אים די לעצטע שטיק צייט! און מיר ווילן באטאנען אז דאס וועט אים שטעלן אין א גאר אומגינסטיגע ליכט, אפילו ביי זיינע אייגענע קאלעגעס אין דעם אנדערן פלאץ.

צום שלוס: מיר האבן טאקע געליטן א שטארקע דורכפאל, אבער מיר וועלן זיך האפנטליך צוריקכאפן דערפון ווי אמשנעלסטן, און אינאיינעם וועלן מיר צוריקשטעלן דעם הויכן ניווא פונעם פלאץ צו איר אלטע שטייגער, מיט די הילף פון א פרישע שטאב אחראים וואס וועלן האפנטליך אויסגעקליבן ווערן ביז א טאג-צוויי. (אלס תשובת המשקל וועלן מיר יעצט געבן א פארצוג פאר גאר ערנסטע מיטגלידער וועלכע האבן זיך שוין ערווארבן א נאמען פון פרומקייט און קנאות).

ועל זה באנו על החתום אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר "כל המשכב אשר ישכב עליו" וגו', ר"ח ניסן תשע"ד לפ"ק

(-חתימת המנהלים)


איז דאס א אפריל דעם ערשטן וויץ? איז דאס אמת?

הייסע נייעס.

סחורה ווי גאלד.

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 2:00 am

· #193932
שוין. דארטן רעדן זיי איבער דעם ווי איבער א וויץ.

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 2:02 am

· #193935
[ציטאט אראפגענומען]

איך ברעך מיך קאפ שוין כמעט צוויי שעה, קומט אנאנים און מאכט מיט די האנט, עה, אודאי א וויץ... 🙄

וויאזוי ווייסטו דאס?

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 1, 2014 2:02 am

· #193936
איך כאפ נישט די וויץ

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 2:03 am

· #193937
אפטעמיסט
איך כאפ נישט די וויץ

אויב איז עס א וויץ, איז די דזשאוק אן יו... דאס איז דער וויץ. דו האסט געשוויצט אביסל. נישט פאני? דערצייל דאס פאר קרעטשמער. 😂

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 2:04 am

· #193939
@אנאנים?

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 1, 2014 2:12 am

· #193940
די נייעס איז דארט ארויף פונקט 12:00, ווען עס איז געווארן די באקאנטע דאטום.

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 3:03 am

· #193946
זזיי האבן געמעקט אן ערך פון צען תגובות אין דעם אשכול וואס האבן געשריבן אז סייז א וויץ, אבער איז דאס פארט אוו די דזאוק אדער נישט

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 6:18 am

· #193949
הלילה חמק עבר. נו, איז עס א דזשאוק צו נישט?

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 1, 2014 7:59 am

· #193956
דאס ערשטע מאל אייוועלט הייבט אויף די קארפעט און דעקט אויף קארופציע...
קען עס דען נישט זיין א וויץ?...

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 1, 2014 9:06 am

· #193959
געלעגער שרייבט דאס יעצט:

איך בין פארשעמט, איך בין צוטרייסלט, עס טוט מיר וויי, באמת וויי.. אבער איך בין זיך אליין שולדיג. ווען איך האב מיך צום ערשטן מאל ארויפגעסיינט אויף אייוועלט האב איך באמת געקלערט אז מ'רעדט דא פון באזעסענע אידן, אידן מיט אפענע קעפ וואס פארשטייען אן עסק. נאכן זיך דרייען אביסל האט מיר די מציאות צוריקגעפאטשט אין פנים.
איך האב געטון וואס אין מיינע אויגן האט אויסגעזען ריכטיג. אבער מיין פרצוף איז אויפגעדעקט געווארן. די אקט פפון די הנהלה טוט מיר וויי אבער איך נעם עס ווי א צייכן אז ס'איז צייט צו גיין ווייטער.

זייטס מיר אלע געזונט מיינע טייערע פריינט, איך האב אמת'דיג הנאה געהאט די צייט וואס איך האב דא פארברענגט מיט אייך. צו געוויסע וועל איך זיך בענקען, צו אנדערע וועל איך זיך פרייען.. איך זאג זיך אפ פון מיין פאסטן און אלע מיינע פונקציעס ווערט אפגעשפארט. איך וואונטש יעדן א חג כשר ושמח, א געזונטן זומער און א גמר חתימה טובה.

הצלחה וברכה.

קרעקער » דינסטאג אפריל 1, 2014 9:57 am

· #193964
אלע זענען דארט אין עפעס אזא מין שאק איבער די שוידערליכע אויפדעקינג קוים זיי קענען קימען צו זיך
כאילו מהאט דא אנדעקט א כופר אדער ארגערס
קאם אן קינדערלעך ביז מיט אפאר יאר ציריק האט מען דיסקאסט אין ענקער פארום אפענע ניוול און ניאוף
יעצט זענט עטץ אזוי הייליג אז ממש סזעהט אויס ווי ענק גייען עס נישט איבערטראגען
בארואיגטס ענק

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:11 am

· #193968
קרעקער די אלע דארטן שרייבן בדרך צחות, קיינער נעמט עס נישט ערנסט, קאמאן!

מצטמק ויפה » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:15 am

· #193970
זענען זיי משוגע אדער וואס? איך האף דאס איז נאר א וויץ. וועלכע נארמאלע מענטש זאל טראכטען אז איינער פון אונז, נאך גאר פון די ערפונדערס איז אינטערסירט אונטער צו ברענגען איי וועלט? וואס?? איי וועלט קאנקערענט פאר קאווע שטיבעל .....??? כאַ כאַ איך קען נישט אויפהערן לאכן, באלד וועט נאך איינער זאגן אז נאוקיא איז א קאנקערענט צו סעמסאנג... אדער גאר המזמרים איז א קאנקערענט פאר שירה, זענט עטס משוגע דאס איז א ווי מדמה זיין א גוטע געשמאקע הייסע טשולענט צו א אונגארישע לעטשאוי ....
ברוך השם געלויבט דער פון אויבן, קאווע שטייגט און שטייגט מיט אלע אירע מעלות און געשמאק-קייט, און אז איינער האלט עס נישט אויס, האללא האסט א ברירה די טיר'ן זענען אפען פאר יעדעם.
און יעצט צום טענות און מענות וואס איך הער א גאנצען טאג, אז אויף קאווע שטיבעל איז דא ... כפירה.... כפירה.... וואס? וואו? ווען? איך בין שוין דא א פאהר חדשים און איך זיך מיט בדיקת חמץ ליכט די כפירה, אבער הילד איננו.
און כדי ארויס ווייזן אז איך מיין עס אמתדיג, וויל איך זאגן; אז יא, עס איז דא זאכן וואס דארפן א תיקון, למשל מען לינקט אמאל צו נישט איידעלע יו טוב קליפס, אבער האללא אויב די האסט דיין יו טוב אפען, האסטו נישט מיט דעם קיין פראבלעם, רעד איין דיין באבע. (איך האב טאקע נישט קיין פראבלעם מיט דעם, ווייל מיין יו טוב איז ברוך השם פארשפארט) און אין הכא נמי, עס איז אויך דא אמאל וואס עס פאלט אריין אז איינער דריקט זיך אויס שמץ של כפירה ווי למשל די אשכול בנוגע די קראנטקייט פון די מעשה פון פורים, וואס דער פותח וואלט געמעגט אראפלייגן זיינע הערות אָן מאכן הנחות, אבער הער אויס נאטינ"ג אי"ז פּערפעק"ט, און וועגן דעם ווערט נאך נישט א גאנצע היימישע געשמאקע שטיבל אפגעפרעגט.
און וואס זאל איך ענק זאגן? קומטס אריין מיט מיר און מאחורי, וואס דארט שרייט ארויס דער "מי כעמך ישראל ... יא! דער שמוציגער קאווע שטיבל און גאר אין די פארמאכטע פארום, לאזט זיך נישט גלייבן מיט וואס פאר א איידילקייט זאכן ווערן דורך געטוען, אזעלכע שיינע נושאים מיט אזא רייכקייט אראפגעלייגט און אלעס אויף א היימישע יודישע פארנעם.
יא יא מיר זענען די מיליטער פונם אייבירשטען!!!

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:16 am

· #193971
ברעיקינג: אייוועלט'ס זייטל האט געקראכט!

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:18 am

· #193972
קוק אהער, שמעקעדיג. הישמע כזאת, מען באזינגט דארטן אונזער באליבטע באריסטא, כאחד הנבלים, און ער מאכט זיך דא ניטאמאל וויסענדיג? דאס קען מיינען איינס פון די צוויי, אדער איז ער בעצה אחת מיט זיי לגבי דער עיפריל פולס דעי דזשאוק, אדער איז עס אמת און ער איז פארנומען יעצט ביים וועד החינוך אינקוועזיציא מיטינג. אלו ואלו, שמעקט עס נישט גוט.

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:20 am

· #193973
פארוואס זאל באריסטא אהערקומען און זאגן קלאר אויב ער איז טאקע ער, צי נישט?

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:23 am

· #193974
אז געלעגער איז באריסטא, מילא. אבער אז ער איז אויך ר' זלמן לייב'ס גבאי, דאס איז שוין טאקע פרעצעדענטלאז.

שצם_חנכל » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:24 am

· #193975
כ'קום דא סטרעיט פון אייוועלט
אז סאיז דאון וועל איך מוזן דא ליינען, איך תגב'ה ווייניג ממילא וועל איך נישט קענען מוחה זיין כראוי ואתכם הסליחה

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:28 am

· #193976
טאמבל סאס
אז געלעגער איז באריסטא, מילא. אבער אז ער איז אויך ר' זלמן לייב'ס גבאי, דאס איז שוין טאקע פרעצעדענטלאז.

אזוי שטייט דארט? מען קען יעצט נישט אריינגיין אין זייער סייט.
טאמבל, עס זעהט דיך אויס ווי א וויץ אדער אמת? אויב א וויץ, איז עס פון די גאר געלונגענע אפריל פירסט פרענקס ביים היימישן עולם. בעסער נאך ווי דער בחור'ל וואס האט היינט געזינגען אויף הודו לד' לאנדאן ברידזשעס פאללינג דאון.

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:28 am

· #193977
טאמבל סאס
אז געלעגער איז באריסטא, מילא. אבער אז ער איז אויך ר' זלמן לייב'ס גבאי, דאס איז שוין טאקע פרעצעדענטלאז.


וואו איז געשטאנען אז ער איז זלמן לייב'ס גבאי?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:29 am

· #193978
אפטעמיסט
ברעיקינג: אייוועלט'ס זייטל האט געקראכט!


ס'האט מער נישט געקענט אויסהאלטן געלעגער'ס כפירה.

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:36 am

· #193979
קרעטשמער האט נישט פאראויסגעזעהן אז היי יאר געפאלט אויס אפריל פולס דעי בו ביום דמפגרי ביה רבנן לתלתין יומין ברציפות, און אלע דרייען זיך מיט די מאמע'ס פינקע איי-פאוין אינעם ביזעם טאש און סיינען אריין אין די היימישע וועבזייטלעך.

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:43 am

· #193980
איך האב שוין לאנג צוריק אנגעהויבען שפירען ביים ליינען געלעגער'ס שרייבעריי אז עפעס פעדימער ציען אהער, ייש"כ פאר די אחראים מנהלים אויף אייוועלט פארען אויסקלארען דעם בילד, איך גלייב אז נאך פילע האבען אזוי באמערקט.

פליקער » דינסטאג אפריל 1, 2014 11:39 am

· #193985
דעיס איז א אייועלט וויץ כדרכם "קארני"
באלד גייט מען אויסריפן, איצט מעיג מען לאכן, אן אלע ככככ'ס וועלן נאכפאלגן, יוש איז עס געוועין א גיץ, שוילאנג נישט אזוי געלאכט וועט מען זאגן, און עס גייט זיין היסטאריע למלכי חעלעם.

שעפטל » דינסטאג אפריל 1, 2014 12:05 pm

· #193993
כיכיכיכיכי כ'לאך שוין פון פראנויס.

קוקט מיר מער אויס ווי ס'איז א קאמפיין צו שלעפן די קינדערישע בחורים וואס הייבן היינט אן בין הזמנים.... נעעעבעך

ממש איך שעם מיך! אשרינו שיש לנו קאווע כזה

ווישעווער » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:05 pm

· #194021
ענדליך לאזט מען שוין ארויף די אפריל פולס געדאנק

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:12 pm

· #194024
בין איך די איינציגסטער וואס טראכט אז תגובות אראפצוברענגען יענעמס שווער אויפגעארבעטע זייטל ברענגט אראפ די סטאנדארט פון דיזע זייטל, אז די גלייכסט נישט די קראוס טאון שטיבל שטופ א פיס אין דיין מויל, אדער גיי אריבער אהין און מאך קולות וברקים, נאו פאוינט אין אהערקומען צושטערן די מנוחה מיט ענדלאזע קאממענטס אבאוט ווי נאריש און פארמאכט זיי זענען קאוז קיינעם אינטרעסירט עס נישט, לפחות די וואס שרייבן דא פאר הנאה אינטרעסירט עס נישט, קענט סעי די סעים אבאוט די וואס שרייבן דא להכעיס מיט זיי ווילעך ניטאמאל פירען א געשפרעך פון א מייל אוועק......

לאליפאפ » דינסטאג אפריל 1, 2014 1:36 pm

· #194027
יא ס'אינטערעסירט מיר בפירוש. ווער צווינגט "דיר" דא צו זיין, קריטיקיר נישט יענעמ'ס נושאים.

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 2:26 pm

· #194043
העי טשיל איך עקסערסייז מיין ג-ט גיווען רייט צו זיין אבזעקטיוו און טראכטן אינדרויסן פונעם קעסטל, און איך בעט אלע חשובע חברים צו טוהן די זעלבע, אויב קוקט דיר אויס אז אראפרייסן יענעמס שווערע ארבעט איז א חלק פון די הצלחה פון די שטיבל אדער אויב האסטו סתם אזוי חשק יענעם אוועקצומאכן דאן איז דאס דיין החלטה און איך קען נישט און וויל נישט דיר איינטיילן וואס צו טוהן, פון די אנדערע זייט איז דא אזוינע וואס עס טוהט זיי וויי די צענזור דארטן אדער די רעלאטיוו פארמאכטקייט דארטן, נו האבעך נישט קיין טענות צו זיי, אבער איך וויל ארויסברענגען מיין צד פון די מטבע און זעהן צו אנדערע יושבים אגריען מיט מיר, די קשיא איז צו מברויך זיי אראפרייסן אוט אוו די בלו ווען זיי פרובירן צו מאכן אן אומגעלוגענער אפריל פולס וויץ, די פרידאם איז אל יורס טו דו וואסאימער דו ווילזט נאר עז איז מיי פרידאם צו שרייבן אז עס מאכט די זייטל אויסקוקן ווי א באנטש אוו פולס וואס פרובירן יענעם אונטערצוברענגען ווען אין פאקט איז די זייטל א געשמאקע אינטולעקטואלער פלאץ וואו מקען קונה זיין אסאך ידיעות און האבן שיינע און טיפע ארגומענטס אין אלע נושאים סאו ניין איך וועל נישט אוועקגיין ווייל איך האב הנאה דא און איך וועל קריטיקירען יענעמס נושאים ווייל איך דיסעגרי מיט אים, נישט ווייל איך וויל יענער זאל סטאפן שרייבן וואס עס ליגט אים אויפן מאגן אדרבה איך וויל הערן ביידע צדדים אין דעים נושא.

ובזה יצאתי ידי חובתי יעצט חזק ואמץ און גייטס אלע ווייטער אן שרייבן וואס אייער הארץ באגערט אייך, שיעלע @ ביידע בתי מדרשים.

נ.ב. נאכן מגיב זיין האב איך באמערקט אז עס קאן זיין אז געוויסע חברים דא ווילען וויסן וואס גייט דארט פאר און עס אויסשמועסן דא לידיעה בעלמא און פארן צוועק פון אנדרייען א געשמאקע שמועס וואו מען קען זיך טענהן ביז בלוט איז אפשר וואלט געווען א פלאן צו עפענען אן אשכול וואו מען קען מגיב זיין אויף די אשכולות פון קראוס טאון, און דער עולם קען שרייבן זייערע טענות אויף א שיינעם אופן און ערלויבן צו דורכטוהן די נושאים פון דארטן מיט מער אן אפענעם בליק און צונג, אדרבה ואדרבה ווילאנג מען פרובירט נישט יענעם וויי צו טוהן ער איז דאך פארט דיין ברודער וואס האט דיר דיפ דאון -אינטער אלע שאלאכצער פון קנאות אדער פארמאכטקייט- ליב

סלינקי » דינסטאג אפריל 1, 2014 4:44 pm

· #194128
עס איז א אלטע שפעקולאציע אז ס'איז אלעס די זעלבע הנהלה. ער/זיי האט אנגעהויבן מיט אייוועלט (ביהמ"ד הגדול) נאכדעם ווען ער האט געזעהן אז ס'איז דא אן עולם וואס איז שרעקליך דורשטיג האטער געפענט א קאווע שטיבל מיט ביה"כ'ס (צימע"ס) און שפעטער צוגעבויעט א 'פאליש' פאר די וואס זענען נאך אלץ נישט געווען צופרידן...
נעקסט קומט א מקוה...? אה שוין דא, מ'דארף אבער האבן א קארטל אריינצוגיין...

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 1, 2014 7:48 pm

· #194174
געלעגער האט זיך יעצט געלאסט מעלדן אז ס'איז געווען א וויץ.
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט.
#קארני

Shiala » דינסטאג אפריל 1, 2014 8:14 pm

· #194177
עט ליעסט דעי טרייד צו מאכן א גוטס.......

קאוועניק » דינסטאג אפריל 1, 2014 8:32 pm

· #194179
לפי מיטב ידיעתי איז דער ברעין אונטער ביידע סייטס די זעלבע אינגערמאן, כקען עם גראדע,

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:20 pm

· #194194
א) פארוואס האט באריסטא מיטגעשפילט מיט זיי? הלא דבר הוא!

ב) דא, אין שטיבל, זייענדיג גאר א פרומע וועבזייטל, זענען מיר נישט נאכגעלאפן די חוקת הגוי פון מאכן ליצנות באחד לחודש אפריל, אזוי אנדערע וועבזייטלעך, וואס רופן זיך מיט אידיש קלינגענדע נעמען, האבן געטוהן. ראו מה בין בני לבן חמי...

מאטי » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:57 pm

· #194202
אזוי ווי אפריל דאס ערשטע זינט.... (פרעגט לעמל׳ן) איז איינגעפירט בכל תפוצות העולם צו מאכן א שטיקל אויסנארדערליכקייט צו פארטושן די מוחות פאר א קורצע צייט, קומט דאך אויס אז דער עולם ווייסט שוין פון פאראויס אז עפעס פאני גייט קומען און ס׳שוין היינט א קלישעי א נארמאטיוו ס׳קומט אזוי . אלזא האט די הנהלה פון ק״ש מחליט געווען אז מ׳גייט מאכן .... גארנישט!! וואס דאס איז יעצט אויסנארדערליך וויבאלד דער עולם עקספעקט אז מ׳זאל יא עפעס מאכן.

טעפל » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:08 am

· #194276
פישל'ע העררינג
א) פארוואס האט באריסטא מיטגעשפילט מיט זיי? הלא דבר הוא!

וואו האט ער מיטגעשפילט?

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:15 am

· #194280
טעפל
פישל'ע העררינג
א) פארוואס האט באריסטא מיטגעשפילט מיט זיי? הלא דבר הוא!

וואו האט ער מיטגעשפילט?

ער האט עס נישט פארלייקענט. נישט דא אין די עפענטליך, און נישט אין אישי אויב מען האט איהם געשיקט פרעגן.

כשאני לעצמי, מיין איך אז עס איז נישט קיין וויץ געוועהן, על אף וואס די הודעה איז ארויף פונקטלעך 12:00AM אפריל דעם ערשטן. עס איז געוועהן אין א בחינה פון כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, און איינמאהל פאר אלעמאל אנווייזן דעם ליבעראלע געלעגער אז קיינער דארטן עפרישיעיט נישט זיין נארמאלקייט און באזעסנקייט, ואי איישר חייליה פו די באהערדע וואלטן זיי איהם געוואלט טראסקענען בלא בלא בלא.

אזוי מיין איך, ואינו מוכרח.

טעפל » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:20 am

· #194285
אינטערסאנט איך האב אויך אזוי געטראכט, בבחינת אין יעדע שקר ליגט אביסל אמת, מ'רעדט צום שויגער און מ'מיינט די שנור..

חכם עתיק » מיטוואך אפריל 2, 2014 11:05 am

· #194300
פישל'ע העררינג
טעפל
פישל'ע העררינג
א) פארוואס האט באריסטא מיטגעשפילט מיט זיי? הלא דבר הוא!

וואו האט ער מיטגעשפילט?

ער האט עס נישט פארלייקענט. נישט דא אין די עפענטליך, און נישט אין אישי אויב מען האט איהם געשיקט פרעגן.

כשאני לעצמי, מיין איך אז עס איז נישט קיין וויץ געוועהן, על אף וואס די הודעה איז ארויף פונקטלעך 12:00AM אפריל דעם ערשטן. עס איז געוועהן אין א בחינה פון כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, און איינמאהל פאר אלעמאל אנווייזן דעם ליבעראלע געלעגער אז קיינער דארטן עפרישיעיט נישט זיין נארמאלקייט און באזעסנקייט, ואי איישר חייליה פו די באהערדע וואלטן זיי איהם געוואלט טראסקענען בלא בלא בלא.

אזוי מיין איך, ואינו מוכרח.


למען האמת ווער איז יאר קיצוני דארט? דאכט זיך נישט צייטליך און נישט למעלה און אפילו די אלטע קרעמער זענען נישט קיצונים, מייסטענס איז עס די שרייבערס.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:59 pm

· #194326
פישעלע, געלעגער אליינס האט געשריבן דעם ארטיקל

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:06 pm

· #194327
משולם שטיינפעלד
פישעלע, געלעגער אליינס האט געשריבן דעם ארטיקל

געלעגער איז קרעטשמע?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:09 pm

· #194328
ניין, ער איז נישט, כפי ידיעתי.

Shiala » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:19 pm

· #194333
נאר מנהלים האבן עקסעס צו די קרעטשמער אקאונט, אחוץ אויב מען האט אים פאר די דזאוק געגעבן עקסעס אדער ער האט עס געשריבן און א מנהל האט עס געפאוסט

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:20 pm

· #194334
ער האט עס געשריבן, געפאוסט האט עס א צווייטער

איך אויך » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:05 pm

· #194372
ביטע נישט דיסקאסירן די איידענטיטעט פון די סטעף און שרייבער אויף עולם הביצה ,עטץ וואלטס נישט געוואלט מען זאל דארט דיסקאסירן איבער ענקער איידענטיטעט.

petergrifin » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:20 pm

· #261048
No jokes.