☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

447 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:08 pm

· #226282
ווי זאגט מען נאר נאך פון יארמע (45) רב זצ״ל? (א קרומע אייניקל פונעם אייז־קריעמער תליט״א) כל העולם כולו איז א פירוש חי אויף מסכת עבודה זרה...! ודו״ק ודפח״ח וק״ל וד״ל

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:09 pm

· #226283
קאווע טרינקער
ביי מיטאג טיש האט דער רבי ממשיך געווען, אז "גם כל העולם כולו חל מפניך", אפילו די נידריגע כל-העולם-כולו צדיקים, ווען ס'קומט ראש השנה כאפן זיי, אפילו זיי, אויך א פחד מיום הדין.

נעה, דאס איז נאר געווען בשעתו...

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:27 pm

· #226372
די רבי שליט"א האט גע'חתמ'ט לטובת די גלאבאלע שבת פרשת נח קירוב.

פארוואס איז נאכנישט דא קיין אשכול?

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:37 pm

· #226387
אינטערעסאנט כ'האב נישט געזעהן אינעם גאנצן אשכול אז איינער זאל צוברענגן די כפרה שלאגן מנהג בבית מילקשעיק.

אין די לקוטים פונעם מיטל'ן מילקשעיקער, דער הייליגע מילקמעלקער, ווערט געברענגט די הפלא'דיגע מנהג בשם החסיד רבי מייליך קו, וזל"ק:

בימים שבין ראש השנה ליום כיפור, נהג רבינו לסבב את עצמו עם עזרת הגבאים מעל ג' תרנגולים, אחד זכר ושתי נקיבות. וטעם ב' נקיבות הוא בלשונו הזך משום: "איך האב מער ליב מיידעלע פלייש". בשנים האחרונות כשחש כוחותיו הטהורים, הביאו לפניו העליקאפטער לקיים המנהג מעל התרנגולים.

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:43 pm

· #226390
ווער רעדט נאך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ״נפש תחת נפש״ פונעם רעבין... אזא שטויס געגעבן...

אויליגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:56 am

· #226442
גראדע איז געווען א קפיידע נישט צו שלאגען אין א דינסטאג (כידוע איז דאס די טאג וואס דער אייזעל איז אראפגעקומען אויף די וועלט)
און אויך נישט צווישען 6-7 פארנאכטס אין די רעבע איז געווען זייער שארף קעגן די מנהג בורות צו מקיל זיין אויב מזאגט אב הרחמים

אויליגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:58 am

· #226443
יין שרף
ווער רעדט נאך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ״נפש תחת נפש״ פונעם רעבין... אזא שטויס געגעבן...

איין יאר שנת לרפ"ק לפ"ג האט די רבי משתין געווען אויפן כפרה אנשטאט די שטויס.
ומי יבא בסוד קדושים...

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:32 am

· #226446
געווען איז עס א פשוטע נקמה, נאכוואס די אלטע חסידים פלעגן דערציילן אז פאר די מלחמה פלעגט די רבי אנטוהן א שווארצע קאלפיק פארן שלאגן כפרות אין אויסגעטוהן האט ער א ווייסע... ויהי לפלא!

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:35 am

· #226447
בכלל האט מען עס נישט גערופן ביי אונז שלאגען כפרות נאר שטויסן כפרות...
איין מאל האט די רבי געבעטן א קי, נישט וועלענדיג יוצא זיין בדיעבד מיט די ״כ״פרות נאר מיט די פרות אליינס...
(אבער די רעבעצין איז געווען צו העווי... האט מען גענומען א תרנגול ע״ש שהיה מצוי אצל יענצלו כתרנגולת)

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:00 am

· #226451
יין שרף
ווער רעדט נאך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ״נפש תחת נפש״ פונעם רעבין... אזא שטויס געגעבן...

נישט נאר אויף כפרות, ער פלעגט שטויסן מענטשען אויך. כידוע.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:25 am

· #226461
די לעצטע איז נישט ריכטיג, סתם שאולזאהנ'ס דמיונות.

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:05 am

· #226500
טאקע שאולזאהן האט עס געשריבן, אבער לכאורה נישט קיין פוסטע דמיונות נאר זייער קראנטע אינפארמאציע.
ער שרייבט קלאר ארויס אז ער האט עס באקומען פון א. מילקשעיקער חסיד...

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 9:45 am

· #228458
נעכטן ביי עלינו לשבח נאך מעריב האט רבינו שליט"א זיך צושריגען הויך "מתחת אין עוד"!
הרה"ח קלונימוס שאפראן שליט"א פון אנטוורפן, א רעכטע אייניקעל פון הרה"ק ר' שמשון דער פארעווער זי"ע האט געפרעגט דעם רבי'ן די כוונה.
די רבי האט אים ליבלעך געענטפערט: גארנישט ספעציל, סתם געוואלט מעורר זיין אז פאר די אונטערן איז מער נישט דא קיין טיקעטס.

יין שרף » זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:49 am

· #229094
ביי נעילת החג האט די רבי ענליך אנפלעקט די סוד פארוואס ביי הקפות דעקט ער זיך איבער די גאנצע קדקוד (מל׳ קדחת) מיטן טלית עד כדי עטיפת אייסיס.
נעמליך ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן פון אויסשיסן און א געלעכטער פון די טויזענטער אויף די פארענטשעס, וואס ווען די רבי הייבט אן טאנצן, ספאנטאן ברעכט אויס הילכיגע קלאטשערייען...

(אינספייערד נאכן צוזעהן א געוויסע רבי׳ס הקפות...)

אויליגער » זונטאג אקטאבער 26, 2014 3:24 am

· #230536
און די יעצטיגע מינוטין איז בנו חביבו של אדמור מסאטמאר אבדק סיגוט געווען ביים רבין איינלאדענען צו די חתונה הגדולה מארגען נאכט. די רבי האט שטארק באוונדערט די קרוינען און לייטס וואס מהאט געמאכט לכבוד די שמחה. ווי באקאנט איז סיגוטע רב א מילקשעיקע ידיד וואס ער ווייזט תמיד ארויס זיין הערצה לרבינו שליטא און האט זוכה געווען צו א זעלטענע חביבות פון רבינו.

newkave » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:39 am

· #231311
ברעיקינג ניוס!!!
ברעיקינג!

נארוואס ארויס א קלאנג אז מען האט אריינגעפירט די ראש השלשול לבית מילקשעיק אין שפיטאל.
ווי מען געט איבער איז ער אין א שווערע מצב.
מען געט נישט קיין פרטים דערווייל, אבער לויט ווי עס זעט אויס האט זיין רעבעצין עם כמעט דערהארגעט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:22 am

· #231320
די גבאים קענען מיר מסביר זיין פאר א גוט יאר, פארוואס דער אשכול איז נאך נישט אין צימעס?? דער אשכול איז אנגעפיקעוועט מיט אלע מיני לשון הרע און רכילות.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 2:06 pm

· #233534
אנגעהויבן די וואך וועלן מילקשעיקער חסידים מאכן early שבת.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:54 pm

· #238108
עס גייט ארום א שמועה אז עפעס מיסטעריעז האט פאסירט מיטן רבי'נס תורה שרייבער, וועלכער איז לעצטנס פארשוואונדן פון די ארענע. דער עולם איז באזארגט, בפרט דער רבי אליינס, וואס בכל צרתם לו צר, עמו אנכי בצרה, דרייעט זיך ארום אנגעצויגן מיט א פארקנייטשטן שטערן און גאר ערנסטע געזיכט, עס שפירט זיך ווי אין אלול. דער רבי האט זיך געאייסערט אז ווילאנג דער שרייבער איז נישט צוריק שלם בגופו וממונו בגשם וברוח, וועט ער זיך מונע זיין פון זאגן ד"ת לבטלה, וויבאלד עס ווערט נישט אראפגעשריבן.

עס קומען פאר יעדן פארטאגס מניני תהלים אין ווייבער שול, ווי דער עולם ווארט אויף די קאווע טרינקערס בלע"ז בעגלא ובזמן קריב.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות!

petergrifin » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:58 pm

· #238187
שמעקעדיג

עס קומען פאר יעדן פארטאגס מניני תהלים אין ווייבער שול, ווי דער עולם ווארט אויף די קאווע טרינקערס בלע"ז בעגלא ובזמן קריב.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות!


@berlbalaguleh גײ פיק עם אויף פליז!!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:50 pm

· #250896
פריער ביים אור החיים הק' שיעור האט זיך רבינו שליט"א שטארק מתמרמר געווען אויף א געוויסע אדמו"ר וואס נעמט מיט בחורים אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל.

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:12 am

· #250901
אז מ'רעדט שוין, וואס האלט רבינו בנוגע די לעצטע סומאטוכע איבער מענער וואס שטיפן בעבי קעריזשעס?

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:32 am

· #250902
ביסט נישט געווען ביים דינער? רבינו שליטא האט קלאר געזאגט אז דרייווען קערידזעס איז פאר פרויען און דריייוען קארס איז פאר מענער, ואסור להחליף..!

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 10:25 pm

· #251205
ממש יעצט נאך מעריב, ביים סופער-לחיים האט רבינו שליט"א זיך גאר שטארק מתמרמר געווען איבער די פייערדיגע מחלוקה אינערהאלב די פאנאוויטשע ישיבה. רבינו שליט"א האט בתוך דבריו מרמז געווען אז דאס זענען די תוצאות פון לערנען תורה נישט בקדושה, כידוע גייען די ליטוואקען נישט אין מקוה טעגליך, און לאזן זיך וואקסען בלורית רח"ל (מענערישע ביי האר ה"י), און בכלל איז קדושה, ספעציעל אין שובבי"ם, נישט קיין עסק ביי זיי. ומה יעשה הבחור שלא יחטא?
רבינו שליט"א האט באלד תופס מחשבה געווען, און זיך אויסגעדרייט צו הרבני ר' משה וואס איז דאהי אלץ גאסט פון טעקסעס, און זיך אנגערופען: איי סאטאמר, חב"ד, קלויזענבורג, באבוב, פאפא, וויזניץ, קראסנא, תולדות אהרן, עדה החרדית, בעלזא, טאהש, ספינקא וכו'? - נו, דארט איז עפעס אנדערש.
והדברים נשגבים.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 5, 2015 11:08 pm

· #257259
רבינו שליט"א דרש כמין חמור על המדרש התקבצו מאכלים זה בזה.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:38 am

· #261121
די רבי שליט"א איז געפערלעך אנגעצויגען. עפעס מורמעלט ער זיך אונטער: מחה תמחה, מ'דארף מעקן די מעקערס. ואין אתנו יודע עד כי יבוא שילה.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:59 am

· #261170
וואס עפעס ואין אתנו יודע א וודאי יודע נאר ווער עס ווייסט זאגט נישט...

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:04 pm

· #261339
רבינו שליט"א יצא זה עתה מחדרו בפנים צהלות, ואמר "שווערע קוויטל... אבער ב"ה..."
והדברים נשגבים.

יואב » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:07 pm

· #264074
אין מילקשייק האט מען מקובל במסורה צו לייגן סופאזעטאריס ערב פסח כדי פטור צו ווערן פון די פסולת גורן וקטניות צו וואס זיי האבן געגעבן געבורט נאך מלפני החג, אזוי זאל מען חלילה ברויכן מוציא זיין אפפאל וואס האט זיך געשאפן פון ריין חמצ'דיגע אכילה נאך אריינגעריקט דריי מינוט בעפאר סוף זמן אכילת חמץ. נאך א טעם איז צוליב ביעור ביעור, שטייט דא ביעור, שטייט כאשר יבער הגלל עד תמו ואכמ"ל דצ"ך עד"ש.

זינט מ'האט זיך אבער דערוואוסט אז די חברה שמירן די סופאזעטאריס מיט געבראקטע חזיר פעטענס, האבן זיך חסידים ואנשי מעשה געלאזט שניידן דעם גוף, און אזוי מוציא געווען דעם שאור שבעיסה דורך אידן יראים ושלמים, רחיים של יד, שמורה משעת קצורה. איי ווער קען דען זאגן דעם דריטן טאג פסח אז ס'איז נישטא קיין זכר פון דער ערב פסח פרעסעריי; נו, אויף דעם האט דאך דער אלטער מילקשייקער געזאגט "מ'ברויך טון, נישט אויפטון".

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:43 am

· #268435
הלכות ומנהגי ימי הספירה לבית מילקשעיק
איבערגעטיישט אין א לייכטע אידיש פאר עמי הארצים


א. די רבי איז מקפיד צו זאגן ברכת אילנות ביי א קראצמעך בוים. עלטערע חסידים געבן אן אז די סיבה איז וויבאלד אינדערהיים איז נאר געווען קראצמעך ביימער אין געגענט, ממילא פירט מען זיך אזוי אלס מסורה.

ב. אין די ימי הספירה איז מען מקיל אז מען מעג ארויסשלעפן די האר פון די נאז מיט א שינוי.

ג. מוזיק איז מותר נאר ווען געזינגען דורך א פרוי, משום אין איסור חל על איסור.

ד. ל"ג בעומר פלעגט אדמו"ר אמצעי ניצן א גיד הנשה אלץ די שטריק אין די בויגן. ומי יבא בסוד קדושים.

ה. פסח שני איז די מנהג אין מילקשעיק צו עסן מצה געשמירט מיט אווקאדא. די מנהג נעמט זיך פון דעם אז מילקשעיק איז געווען זייער שווער צו באקומען פוטער.

ו. אין שלשת ימי הגבלה פירט מען זיך צו פאסטן, אז ס'זאל זיין גענוג פלאץ פאר טשיז קעיק, קרעפלעך און אוודאי מילקשעיק.

ז. אין די ימי הספירה פירט מען זיך צו ציילן יעדן טאג אן א ברכה, כדי נישט צו פארשעמען רבינו שליט"א וואס דאווענט פאר די עמוד כמנהג אבותיו הק'.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 31, 2015 8:48 am

· #293058
צוליב די אומפאפולערקייט לעצטענס אין חצר הקודש, האט מען געהייערט א PR קאמפעני, להרים קרן התורה והחסידות כימי עולם וכנשים קדמוניות.

אגב, די נאכט איז רבינו שליט"א צוגעפארן - אין באגלייטונג פון די שיעור ד' בחורים - צום נענסטע נייט קלוב, לזכר המנהג עתיק חמשה עשר באב וכו'

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 31, 2015 12:53 pm

· #293102
עזריאל באטשי פלאפ?

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 8:03 pm

· #299233
ברעיקאינג!!!!
רבינו שליט"א איז היינט אפעציעל ארויס פון קלאזעט!!!
און די רעביצין האט זיך איינגעשפארט אין קלאזעט!.

פרטים איבער זיך מקשר זיין וועט נאכפאלגן.

קאווע טרינקער » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 5:27 pm

· #299588
קאווע טרינקער
היינט ביי שלשידות האט דער רבי געטייטש, בערב תאמר מי יתן בוקר, ס'דא אינגעלייט וואס זאגן נישט קיין סליחות, מ'פרעגט זיי וואו ביסטו געווען ביי סליחות ביינאכט, ענטפערן זיי אז זיי זאגן סליחות אינדערפרי. ובבוקר תאמר מי יתן ערב ודוק. ודפחח.

די וואך אין די מילקשייקע גיליון

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:39 am

· #299643
איך שטיי דא אין ביהמ"ד און די רבי איז נאכאלץ נישט אריינגעקומען.. איין מינוט, מ'זאגט אז די רבי וועט באלד זיין, ער איז פשוט אינטעשטעליג מיט How I met your mother עפיסאטס.

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 3:25 pm

· #300331
Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע
נעכטן אויפדערנאכט, ביים שיעור כללי "שואלין ודורשין" האט דער רבי ווי יעדעס יאר ארומגערעדט איבער די פילע סימנים בליל ראש השנה און זייער גרויסקייט הן ברוחניות און מער אזוי בגשמיות — פראקטעצירונגען וואס קיין חילוק זייער צאל זענען זיי אלע אנגעהאנגען דוקא אין דער אכילה. ס'טייטש מ'איז טועם, מ'זאגט יהי רצונ'ס און גאט, באזירט אויף דער דאזיגער התנהגות טיילט צו א יאר צו זיינע באשעפענישן. פאר די זיסווארג עסערס — א זיס לעכטיג יאר, ווידער פאר די שונאי ישראלים — דעם פארכטיגן טייל פון פרשת בחוקותי און אויך נאר צוליב דעם יהי רצון.

דער צאל סימנים וואקסט יערליך צוזאמען מיט די בייכער, מיר לעבן אבער היינט אין א דור וואו ישועות איז שוין מער מצוי ווי צרות. ס'הייסט מ'האמער אזא גרויסן סורפלוס אין ישועות אזש אויב זאלן זיך אלע סגולה-כוללים חלילה וחס פארמאכן בלייבט נאך ישועות אין די רעזערוון צו דעקן די צרות בדרך כבוד פאר א שיין ביסל יארן. הפנים, דער געדאנק פון האבן מער יהי רצונ'ס ווי די טעג פון יאר איז שוין איינמאל נישט קיין חידוש. און וואס איז שייך בל תוסיף, אוי אוי שובבים! הלוואי זאל מען קודם מקיים זיין דעם מינימום — געוואלד ווי נידריג דער דור איז, מיר זענען פאר'יתומ'ט, וכמרגלא בפומיה דרבי, "אונזערע עידית איז ווי זייערע זיבורית".

היי יאר האט דער רבי בלשון צח ונקי געבעטן פונעם עולם אז ראש השנה אויפדערנאכט זאל מען עסן "אייסעס". צו זיין מער אויפריכטיג: נישט עסן, אוודאי נישט לעקן, מ'זאל דאס פארלענדן בחיפזון און מיט אזא ווילדקייט וואס זאל לאזן דעם שטן געפרוירן אבער זיינע בייזע אינטריגעס צעלאזט. א ברכה זאל מען נישט מאכן פשוט צוליב היסח הדעת, נאר מ'זאל אינזין האבן בשעת'ן ברכה'נען אויף דעם פאטעטא-טשיפס צו פטר'ן דעם אייסעס. ערשט נאכדעם וואס מ'האט שוין מקיים געווען דעם כאשר יבער הגלל עד תומו זאל מען זאגן בכוונה גדולה "יהי רצון שימחה זכרם של אייסיס כקרח תחת השמש". 

לכתחילה האט דער רבי געזאגט זאל דער אייסעס באשטיין פון לפחות צוויי סארט קאלירן, ס'טייטש איינס קעגן די מיליטאנטן פון איראק ווידער דער צווייטער — פון סיריע. "אז עמיצער קען שאפן דריי, פיר צי אפילו פינף קאלירן, איז אשרי לו ואשרי חלקו. מ'מוז זיך אבער דערפאר נישט אנשטרענגען, פון הימל איז מען נישט אזוי מקפיד". שוין, אונז ווייסמער דאך נישט פון היינט אז אונזער רבי איז א מקיל. נישט חלילה פאר זיך, אדרבה, דער רבי פראבירט שטענדיג מחמיר צו זיין — זיכער אזוי ווען ס'קומט צו דער אכילה. ער פארשטייט אבער דעם שוואכן דור, ער פארלאנגט נישט יותר מדי.

ר' מאטל, מחשובי אנ"ש ומזקני העדה, א איד וואס פארמאגט שוין נישט קיין ציין האט אנגעפרעגט דעם רבי'ן צי מ'קען יוצא זיין מיט "אייז-קרעים". דער רבי האט זיך כדרכו בקודש צעשמייכלט און זיך געאייסערט: "עט! פון מיין מאטעלע האב איך אזא נארישע שאלה נישט ערווארטעט.". דער רבי בגודל ענוותנותו און צוגעלאזענעם כאראקטער האט אבער גענומען די מי מסביר צו זיין פאר די פשוטי עם אחת מני אלף סודות נשגבות טמורים ונעלמים וואס נעמט אלץ ארום דעם אייסעס vs אייז-קרעים.

"קודם כל איז דער שר הממונה אויף אייז-קרעים אינגאנצן א צווייטער ווי דער פון דעם אייסעס, הגם ביידן פון זיי זע איך אפט זיך דרייען אין היכלים מיט קאלטע טעמפעראטורן. והשנית, חסידי מילקשעיק עסן דאך אייז-קרעים נאך פון אינדערהיים, דאס האט דאך שוין דער זיידע איינגעפירט מ'זאל האבן א זיס און פעט יאר. איז פשט ס'איז נישט אדער לייגט מען תפילין אדער היט מען שבת. א איד איז א איד."

נאכדעם וואס דער גבאי האט שנעל געברענגט א רעקארדער-מאשינקע אפצוכאפן דברת קדשו וואס איז געקומען גענצליך אומגעראכטן, האט דער רבי פארגעזעצט: “אט דאס איז דער ייצר הרע וואס פראבירט אלע תחבולות צו מאכן ר' מאטל זיך ארויסצודרייען פון דער מצווה, ווארום ווער אויב נישט ער ווייסט וואס איין בייס פון ר' מאטל קען איבערשרייבן ס'גאנצע מאפע פונעם כדור העולם."

האט דער רבי אריינגעטייטשט דעם פסוק אין משלי "באין תחבלות יפל עם". זאגט דער רבי, "'באין תחבלות', דער שגץ דער שטן ווייסט אז אויב דרייט ער נישט אן תחבלות, דאן  'יפל עם' וועט דער אייסיס פאלן."

"זאלט איר ר' מאטל טאקע זען צו עסן אן אייסעס דעם ראש השנה" זאגט אים דער רבי, "און זאל זיין דוקא א בלויען אייסעס — יעך וויל ביים טיש זאלט איר מיר צייגן אייער צונג'".

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 3:33 pm

· #300332
איך ווארט קוים אויף די באריכט פון מוצאי יו"ט וועגן די חוצפה פון ר' מאטל צו ארויסשטעקן זיין צונג צום רבי'ן

נתן מנחם » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 3:34 pm

· #300333
איין זאך האט די רבי נישט קלאר געמאכט צו עס זאל זיין קליינס אדער מהדרין. דאס וועלען שוין די חסידים מיזען אריינלערנען און רבי'נס ווערטער. איש כפי "טעמו" "ולשונו".

Milk shake » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 4:51 pm

· #300347
איך וויל אמת'דיג נישט אריינרעדן, מ'זאל נישט זאגן לכבוד עצמו הוא דורש, אבער די וואס פארשטייען צום רבי'נס "טעם" הכמוס, זאלן זיך נישט לאזן פון די גבאים וואס פארפירן - כלומרשט פאר כבוד רבינו - צו סערווירן מילק שעיק מיט ספלענדא אדער נוטרא, נאר זאלן געבן די ריכטיגע סחורה מיט געהעריגע צוקער, לכתחילה פון די סארט וואס הייסט וואנילע, געמישט מיט ממש בלויז א משהו פון טשאקאלאדע, און דייקא מיט צוקער, וכל המרבה הרי זה משובח, לעשות רצון צדיק!

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 5:07 pm

· #300352
נתן מנחם
איין זאך האט די רבי נישט קלאר געמאכט צו עס זאל זיין קליינס אדער מהדרין. דאס וועלען שוין די חסידים מיזען אריינלערנען און רבי'נס ווערטער. איש כפי "טעמו" "ולשונו".


קלאר אז די כונה איז אויף "קליינס אייזקריעם הויז". יואב שרייבט דאך, "חסידי מילקשעיק עסן דאך אייז-קרעים נאך פון אינדערהיים, דאס האט דאך שוין דער זיידע איינגעפירט מ'זאל האבן א זיס און פעט יאר". דאס איז קלאר א רמז אויף "קליינס אייזקריעם הויז", אז מ'זאל עסן אזוי סאך, ביז מען ווארט גרויס ווי א הויז.

מנחם אבראמאוויטש » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 6:01 pm

· #300376
אויך האט דער רבי שליט״א מתיר געווען צו עסען די רעזעל״ס אים ראש השנה, הגם ס׳האט ניסלעך.
די טעם, מפיו פונעם דיין שליט״א איז ווייל היות די רעזע״ל מאשין דרייט די אייז קריעם צוזאמען מיטען לעפל איז עס מין בשאינו מינו כפול. די ניסעל אין די אייז קריעם און די לעפל.
וכן הובא בש״ך.

Milk shake » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 5:41 pm

· #300546
לשאלת רבים:
בנוגע די נייע פארטיג געפאקטע אייז קריעם און רעזזעל וואס קומט שוין גרייט אין די ספעציעלע ליגעדיגע פריזערס פון די גראסערי געשעפטן, מ'דארף בלויז צאלן, אראפציען דעם דעקל, און ארויסרוקן דעם לעפעלע און הכל מוכן לסעודה, א הערליכע "כמו אייז קריעם סטאר" געריכט זיצט גרייט פאר אייך, איז די שאלה ווי פאלגנד, אויב דאס האט די זעלבע חשיבות ווי די פרישע ווייכע אייז קריעם ראזזעל און יאגורט וואס מ'קויפט אשטייגער אין "אייז קריעם הויז", אדער אין "ספרינקל'ס" בלע"ז, וכדומה, ווען ס'קומט אזוי ארויס מער אפעטיטלעך פון מאשין ארויס פרישערהייט, וויבאלד די פארטיגע קומען דאך אויך אריגינעל פון די זעלבע מקורות, און ווערט סערווירט אויף די זעלבע אופן ווי מ'קויפט אין געשעפט,
בשלמא אויב וואלטן די אייז קריעם'ס געקומען אן די געהעריגע טאפינג'ס, קוקי קראמבס, ניסלעך, און טשאקלעט מעסס, וואלט נישט געווען קיין שאלה, אויב וואוינט מען נאנט צו די אייז קריעם הייזער איז ווייטער נישט קיין שאלה, ס'איז בכלל נישטא קיין צוויי צדדים, נאר וויבאלד ס'קומט ממש כעין די פריש פון געשעפט, און נישט יעדער קען זיך יעדע מאל ווען ס'איז דא א באדארף פאר א אייז קריעם אדער רעזזעל זיך אריבערשלעפן ביז צום לעכטיגן אייז קריעם סטאר, דעריבער ווארט דער עולם אויף א הוראה מפורשת יוצאת מפה מפיק ניצוצות האדמו"ר שליט"א ממילק שעיק יע"א.
איך האב אריינגעטראגן דעם קאמפליצירטן שאלה אל הקודש פנימה אין מילק שעיק, און די תשובה האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
----
תשובה:
בימי הרחמים והסליחות תשע"ה פה מילך שאקל יצ"ו
עיינתי בשאלה ואגב חביבותא עברתי על השאלה פעמים הרבה, והגם שאני טרוד מאוד מאוד בטירדות והכנות לקראת הימים הנשגבים הבעל"ט, אבל לאור נחיצות הענין שאינו יכול להמתין עד אחר החגים, וגמרנו דאין דיחוי אחר דיחוי אלא למעט, הקדשתי זמן מיוחד לענות על התשובה הדחופה, ולא ישבתי ליקח עט בידי לערוך התשובה, טרם שלקחתי מקלחת חמה ואח"כ "מילק שעיק קרה" בתור הכנה לכתיבת התשובה הקדושה, וזה החלי,
הנה זה ברור לכל בר דעת, ולכל מי שטעם מעודו טעם ראזעל או אייז קרעים והמסתעף, שאינו דומה ראיה לשתיה, ופשוט וברור בלי חולק, שכל מי שהיכולת בידו ילך אפילו למרחוק עד ד' מילין כדי להגיע לחנות של אייז קרעים, ויקח מן הטריים ישר מהמכונית, ויקפיד שיהי' בראשו סגלגולת כמו סביבון והר משופע ועולה, עם שפיץ, כנהוג מקדמת דנא בלי שום שינוי כלל, ויגישנו לפניו או לבני ביתו וילדיו וכדו' כראוי וכיאות לבני מלכים, ומכאן ואילך הרשות ביד כאו"א להוסיף עליו טאפינ"ג עם שכבה ע"ג שכבה כאוות נפשו הטהורה,
וזהו רק לכתחילה, אבל בדיעבד, ובודאי בשעת הדחק אין שום איסור בדבר לקנות אותן האייז קרעים וראזזעל המונחים בחנות גרויסערי.
ודו"ק כי מחמת קדושת הימים קצרתי.
מקום החתימה

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:14 am

· #301903
כל נדרי..... ס'שפעיט... די רבי איז נאך אלץ נישט אין שוהל....

סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:34 am

· #301915
Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע
די רבי וואוינט אין ארץ ישראל?

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:38 am

· #301916
על שם העתיד, דער רבי האט א ווייטער בליק

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:42 am

· #301918
לכאורה איז די רבי מקרב די נשמה פון א אידיש מיידל אין א עריע קלאב.

Kool man » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:43 pm

· #302141
נו, מוציא לייז אויפ'ן רעבי'ן..

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 12:45 am

· #312100
אזוי דרייט זיך א רעדל... אמאל איז מילקשייק געווען די זאך
. ר' מיילך בידערמאן האט אלץ אוועקגענומען

יואב » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 7:53 pm

· #315683
אין מילקשעיק גייט מען זיך נישט גרינג אום מיט דעם ניטל. וויבאלד ס'איז דא מחלוקות, האט דער אוהב שלום ורודף שלום, דער הייליגער רבי גע'פסק'נט אז דער ניטל זאל זיין אין קראפט פונעם פיר און צוואנציגסטן אין דעצעמבער אויף דער נאכט, ביז נאך דעם זעקסטן פון יאנואר.

איין אויסנאם איז ביי סעודות רעווין דרעווין — טעכניש מוצאי שבת — דעמאלט זאגט יא דער רבי שובבים תורה. שובבים האט דער רבי געזאגט איז דוחה אלצדינג. ועוד, ס'איז דאך דא דער כלל פון תדיר משאינו תדיר. שובבים שובבימ'ט מען דאך א גאנץ יאר; נישט לערנען, נישט ממש א גאנץ יאר.

שאך שפילט נישט דער רבי. און נישט ווייל ער איז דערקעגן דעם דאזיגן שפיל, נאר פשוט צוליב דעם וואס ער קען דאס נישט. דער זיידע וואס איז קיין שאך שפילער אויך נישט געווען האט לפחות געקענט ראממי; דער היינטיגער קען אפילו סטראטיגאו אויך נישט. דערויף בויען מתנגדים אז די גאנצע סיבה פארוואס ניטל איז אזוי גרויס אין מילקשעיק איז פשוט ווייל לערנען קען חלילה וחס דער רבי אויך נישט. עפ"ל.

שמעון וואלף » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 8:33 pm

· #315688
לויט מיין אינפארמאציע האט די רבי געוואלט איינפירן אז ניטל זאל געפראוועט ווערן פון יאנואר דעם זעקסטן ביז דעצעמבער דעם פיר אין צוואנציגסטן. די יועצים האבן אבער געטענה'ט אז תפסת מרובה לא תפסת, איז עס געבליבן פונ'ם פיר אין צוואנציגסטן ביזן זעקסטן.

בשורה טובה איז געמאלדן געווארן מבית רבינו אז מ'וועט קענען אריינטראגן צום רבין שעות צעטליך ווי אזוי מ'האט אפגעראכטן דעם ניטול
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9