אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
139 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8512
איך אויךב''ה איך האב גענוג אויפריכטיקייט אין מיר צו אויסדרוקען הסכמה און לייקן אפילו אזא איינער מיט וועם איך אגרי זעלטן (אינקלודינג אפטע).
מיט וואס דיסעגריסטי למשל? 😮
איך בין פשוט צומישט.
לכתחילה האב איך עס געשריבען און די לאנגע אשכול פון אכשר דרא מוסדות צעטליך.
נאכדעם האב איך זוכה געווען ס׳זאל ווערן א נייע אשכול. (כ׳האב נאך קיינמאל נישט אנגעהויבען א נייעם אשכול און באקומען תגובות)
נאכדעם האט מען פארשפארט פאר נייע תגובות.
און יעצט איז עס פארשווינדען געווארן.
זאל איך מוחה זיין? אדער מען וועט מיר זאגן אזוי ווי די מוסדות׳ער. געפעלט דיר נישט החלטות פון די הנהלה. זוך דיר א נייעם פלאץ...
יע זעהסט דאך וואס מען טוהט מיט מיר. עפעס זאכליך תשובה איז נאכנישט געשריבן געווארן אפילו א האלבע ווארט אבער אפפערס איך זאל נעמען א הייק עיניך רואות וויפיל כ'האב אריינגעכאפט.
סאו היזהר לך פן.
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
פופציג פראצענט פון דיינע אשכולות האבן תגובות
נו, עטס זענט איינגעשלאפן? - איך האב זיך געהאלטן ביי די זייטן, זיך מחיה געווען... וואס וועט מיר יעצט אויפהאלטן?
סאררי כ'האב הויך פיבער ,מארגן עלעווע איז דיר אויך גוט?
@איך אויך יעצט אז דו האסט סטרעפ מיט פיבער און מען באפאלט דיך פון אלע זײטן, ביזט שוין אלמאסט אינגאנצן
אינטן גײט זיך די ראד אבער דרײען און דײן מזל װעט אן הײבן צי שײנען. 😃 😃
א רפואה שלימה. סיריעסלי.
א גוטן כבוד חברי "קאווע שטיבל"
מיר שפירן א פליכט אויסצוקלארן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין שטיבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס פולסטער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.
ווי איר ווייסט זענען לעצטנס אריינגעקומע פרישע כוחות אין דער פירעשאפט פון קאווע שטיבל. באלד מתחילה האבן מיר געשטעלט אלס א הויפט ציל נענטער צו ברענגען "קאווע שטיבל" פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, און זעען מיט וואס מ'קען העכערן אונזער ניווא אז אונזער בית וועד לחכמים זאל זיין א דבר השוה לכל נפש וואו יעדער חרדישער איד זאל זיך קענען טרעפן דאס פלאץ.
א ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו
@גנדי האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.
מיר זענען דא צו ערמעגליכן א שופר פאר'ן יעדן חרדישן איד און מיר זוכן ווי ווייניגער צו צוימען דאס פרייהייט פון אויסדרוק, אבער אין דער זעלבע צייט דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז מיר האבן גענומען אויף אונז דעם ציל צו פארזיכערן א העכערער ניווא פאר'ן שטיבל וואס זאל גאראנטירן אז דאס פלאץ זאל האבן א קיום לאורך ימים, און זאל ווערן אקצעפטירט ביים ברייטן אלגעמיינעם ציבור, און ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס. דעריבער האבן מיר אויף צייטווייליג אראפגענומען דעם אשכול. מיר האבן נאך נישט באשלאסן קיין ענדגילטיגע החלטה אויף דער טעמע און וויאזוי מיר וועלן באהאנדלען ענליכע פעלער אין דער צוקונפט. מער דעטאלן וועלן מוזן נאכפאלגן בקרוב, ווי נאר עס וועט געפאסט ווערן א באשלוס צווישן די מנהלים.
א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.
וואס מיינט מער אקצעפטירבאר, אז משומר וועט מער נישט בלאקן ק''ש?
און איז דאס דען די ערשטע מאל וואס א אשכול רייסט אראפ אדער מאכט חוזק פון מוסדות אדער רבנים? פארוואס פונקט יעצט הערן זיך מחאות
ברייטן אלגעמיינע ציבור???? זייט ווען איז דער אלגעמיינע ציבור ברייט?
יא, ס'הויבט שוין ענדליך אן צו ווערן א פאני וויץ.
מאכט א פי די עף פון אספ'ס ווערטער, מען זאל עס נישט קענען פארלייקענען.
It's the beginning of the end...
קאווע טרינקערברייטן אלגעמיינע ציבור???? זייט ווען איז דער אלגעמיינע ציבור ברייט?
קאווע... איך ווארן דיר, לייג צוריק דיינע פריעדיגע ווערטער...
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאללאלאל!!!!!!!! 😂 😂 😂
וואס מיינסטו, מ'קען דא טרייבן אפריל פולס ליצנות מיט'ן עולם?! גיהנום נישט!!!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/193930">viewtopic.php?f=4&t=6205&p=193930#p193930</a><!-- l -->
מזמור לאסף, אלקים, באו גוים בנחלתיך, טמאו את היכל קוויך...היינו חרפה לשכינינו, לעג וקלס לאיבה"לטיינו.
קינה לאסף מבעיא לי'
מיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.
אסף המזכירא גוטן כבוד חברי "קאווע שטיבל"
מיר שפירן א פליכט אויסצוקלארן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין שטיבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס פולסטער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.
ווי איר ווייסט זענען לעצטנס אריינגעקומע פרישע כוחות אין דער פירעשאפט פון קאווע שטיבל. באלד מתחילה האבן מיר געשטעלט אלס א הויפט ציל נענטער צו ברענגען "קאווע שטיבל" פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, און זעען מיט וואס מ'קען העכערן אונזער ניווא אז אונזער בית וועד לחכמים זאל זיין א דבר השוה לכל נפש וואו יעדער חרדישער איד זאל זיך קענען טרעפן דאס פלאץ.
א ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו
@גנדי האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.
מיר זענען דא צו ערמעגליכן א שופר פאר'ן יעדן חרדישן איד און מיר זוכן ווי ווייניגער צו צוימען דאס פרייהייט פון אויסדרוק, אבער אין דער זעלבע צייט דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז מיר האבן גענומען אויף אונז דעם ציל צו פארזיכערן א העכערער ניווא פאר'ן שטיבל וואס זאל גאראנטירן אז דאס פלאץ זאל האבן א קיום לאורך ימים, און זאל ווערן אקצעפטירט ביים ברייטן אלגעמיינעם ציבור, און ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס. דעריבער האבן מיר אויף צייטווייליג אראפגענומען דעם אשכול. מיר האבן נאך נישט באשלאסן קיין ענדגילטיגע החלטה אויף דער טעמע און וויאזוי מיר וועלן באהאנדלען ענליכע פעלער אין דער צוקונפט. מער דעטאלן וועלן מוזן נאכפאלגן בקרוב, ווי נאר עס וועט געפאסט ווערן א באשלוס צווישן די מנהלים.
א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.
איים סארי. אבער שטותים האט אויך א גבול, און ווארטן א גאנצער טאג פאר אזא לעכערליכן אנטווארט איז עקסטרימלי דיסעפוינטינג. איך מיין אז "גנדי-געיט" איז דער סקאנדאל פונעם יאר.
ביטע קומט ארויף מיט א גאנצער ליסטע פון זאכן וואס טארן נישט געשריבן ווערן דא אין שייכות מיט דעם ייטב לב'ס מאמר איבער וויאזוי א מנהיג זאל זיך אומגיין. אשאד מ'זאל זיך פלאגן צו שרייבן און ס'זאל נעלם ווערן צוליב פרישע אומבאקאנטע כוחות און מיסטעריעזע שטרעבונגען.
פאר ווער ס'האט נישט מיטגעהאלטן. ידידנו גנדי האט געשריבן אן ארטיקל אין "שמייכל" פארום. דארט האט ער געשריבן איבער תקנות וועלכע באלאנגען "דערווייל" נאך אין שמייכל פארום. ס'איז פארשווינדן געווארן פון דער אויבערפלאך ווי דער מאליעזער פליגער, מיט דעם חילוק אז דא נעמט כאטש עפעס א נייער אומערוועלטער אפישעל פאראנטווארטליכקייט.
בכלל האלט איך אז אפילו אויב זאל אלעס זיין ווי דער חשוב'ער גבאי זאגט, וואלט מען געמעגט מודיע זיין דעם עולם פאר'ן אוועקנעמען. אויך מוז מען פארשטיין פארוואס אזא סטעיטמענט האט גענומען אזוי לאנג צו קומען.
א חרפה און א בושה.
נב. אויב עפענט זיך א נייעם זייטל, נישט מיט אזויפיל ניבול פה און קטנות ווי פאליש, אבער מיט געשאנקענער פרייהייט פון ווארט, בעט איך מ'זאל מיר מודיע זיין. תודה למפרע.
# גנדי-געיט, #NoJusticeNoPeace.
בענדזשאמין פרענקליןמיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.
קוטשמעס שטײען נישט גוט אויף ברײטע מוחות.
קאוועניו, פארוואס האסטו אויסגעמעקט דיין תגובה?
שוין לאנג נישט געזעהן אזא קורצע זאכליכע תוכנ'דיגע תגובה... כהאב דיר געוואלט לייקן און אפפס סאיז נישטא.
חבל חבל על האי שופרא דבלי בארעא, אזא שיינע בלימעלע אזוי פריצייטיג פארשניטן געווארן, נעבעך.
יחי יואב! (איך האף העסט זײן מײן חבר דארט.)
לכבוד אפריל פולס - אולי וואלט געווען א געדאנק צו טוישן די אויסקוק פון די מעין שער בלאט פון אונזער פארום - איידענטיקעל צו אייוועלט? כ'האב נישט קיין אהנונג וויפיהל ארבעט ס'ליגט דערין. שטעל דיך פאר ווי ס'וואלט אויסגעזען ווען דער עולם דערוועקט זיך מיטאמאל זיך צו טרעפן א מיטגלידער פון אייוועלט.
@איך אויך האט געלייקט דעם אסף המזכיר, שטאקלהאם סינדראם בתפארתו...
טאמבל סאסלכבוד אפריל פולס - אולי וואלט געווען א געדאנק צו טוישן די אויסקוק פון די מעין שער בלאט פון אונזער פארום - איידענטיקעל צו אייוועלט? כ'האב נישט קיין אהנונג וויפיהל ארבעט ס'ליגט דערין. שטעל דיך פאר ווי ס'וואלט אויסגעזען ווען דער עולם דערוועקט זיך מיטאמאל זיך צו טרעפן א מיטגלידער פון אייוועלט.
ס'וואלט לכאורה געווען א בעסערע וויץ...
איינער שיקט מיר יעצט די דברי הסכמה וחיזוק.
.....You are welcome. It's disgusting how certain members get away with any garbage
they write. For example , Tum.... or ham.... etc. where they write their
half kfirah and they get support from the others.
Basically I think all they need us is for likes thats all.
.
בענדזשאמין פרענקלין@איך אויך האט געלייקט דעם אסף המזכיר, שטאקלהאם סינדראם בתפארתו...
פארוואס זאל איך עם נישט לייקן און וואס האט עס מיטן שטאקהאלם סינדראם?
רעדט ער דען עפעס קעגן מיר? ער איז מסביר זיין צד ,מ'קען זיך דינגן און דיסקאסירן אבער כאטשיק איז דא א ריספאנס פון די הנהלה.
טאמבל סאסזאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.
קוקט אויס ווי די דער עולם לאזט זיך זייגן... חרדים ווערן פארלוירן פאר עני מעקסיקען זונה.
איך הייב אן טראכטן אז ידידינו איך אויך איז פארט פון די קאליר מלחמה.
אסף המזכירא ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו
@גנדי האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.
כבוד המנהל,
איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער, און כולם פה אחד האבן געזאגט אז קאווע שטיבל איז א סייט פול מיט אפיקורסות, ניבול פה און ליצנות.
צו זאגן אז ק"ש רעספעקטירט תקנת המוסדות איז סימפל היפאקרעסי.
דער אמת איז אז די אפריל פולס דזשאוקס בייאונז וואלט געדארפט האבן די כח צו קענען אפעקטירן די עכטע וועלט. ווי למשל, אז עמיצער זאל מכלומרשט האבן אויפגעדעקט אז באריסטא איז דוד עקשטיין און ונבנתה העיר - שמואל שלמה טעלער, און דער עולם גולם זאל קויפן.
יא. ס'קראפטעט פון קאפ ביז פוס. טעד קראוז פאר פרעזידענט.
איך פאנג גאר אן קלערן אז גנדי איז נישט קיין אנדערער ווי דעם טרויעריג-בארימטען אסף בן המדתא, און די סומוטאכע איז געווידמעט צו שענקן אויפמערקזאמקייט אויף וואס טוט זיך אין אונזערע מוסדות (אנטשולדיגט ייטב לב).
כאכאכא! דעם אלטן אפטע קען מען נישט פאפן!
petergrifinיחי יואב! (איך האף העסט זײן מײן חבר דארט.)
קאווע טרינקעריא. ס'קראפטעט פון קאפ ביז פוס. טעד קראוז פאר פרעזידענט.
קרוז קען נישט געווינען אן א פעיס טרענספלענט
ישמעאל הכהןקאווע טרינקעריא. ס'קראפטעט פון קאפ ביז פוס. טעד קראוז פאר פרעזידענט.
קרוז קען נישט געווינען אן א פעיס טרענספלענט
וועגן דעם לויפט ער מיט זיין ווייב.
#gandigate
#assafgate
#ichoichgate
#bringbackgandiseshkol
וועלכע האלט איר איז די מערסטע קעטשי?
אקעי. מען מאכט א סיז פײער פאר עטליכע שעה...
איך אויך איך האב באמת מיטלייד מיט דיר, עס טוט מיר באמת וויי ווי אזוי מען האט דיר דא געטריט, און איך האלט עס איז באמת נישט מענטשליך.
בכלליות האלט איך אז די גיבסט א געוואלד צו צי קאווע שטיבל.
אבער, דא קומט דער אבער, עס קומט מיר פאר די ליידסט אביסל אויף אגרעססיוונעסס און אימפאלסיוונעסס. דיינע תגובות זענען צומאל העסליך און אגרעסיוו און די ווייסט עס ניטאמאל. עס שיינט מיר אז די ביזט ניטאמאל ביכולת עס צו פארשטיין. אין אימפלעקאציע ברויכסטו אביסל נידערען דיין טאן און נישט זיין אזוי קאמפס גרייט פאר יעדע איריטעשין.
מיין קורצע פסיכלאגישע אנאליז האט איר באקומען פון מיר גענצליך אומזיסט פאר א קאנמפעסעשן פאר דיינע ליידן דעם היינטיגן טאג (און פאר דיין פיבער).
פון דיין חבר
יתרו
פיין טענקס ,קאנסטראקטיוו קריטיסיזם בינעך אייביג גרייט צוהערן און ניין עס מיינט נישט אז פון יעצט אן גיי איך האלטן אז ריפארם און קריסטליכע דרעק האט א פלאץ אויף ק''ש.
וואס האט עטס געטאן? - איך שטיי דא און איך קען קוים אטעמען פאר געלעכטער, איך רייס זיך און היס זיך מיט יעדן תגובה, שוין עטליכע מאל אראפגעפאלן פון די בענקל... ס'איז דא פורים און תשעה-באב צוזאמען... דער עולם איז דא ג-ו-ט אנגעצויגן...
דאס ליצנות איז גרויס, נישט דא ווער זאל לאכן.
אגב, וואס האט נאסעדער רב געהאלטן, אין א עיבור יאר האלט מען ר' אלימלכ'ס יארצייט אדר א' אדער ב'?
מנחםדאס ליצנות איז גרויס, נישט דא ווער זאל לאכן.
אגב, וואס האט נאסעדער רב געהאלטן, אין א עיבור יאר האלט מען ר' אלימלכ'ס יארצייט אדר א' אדער ב'?
אין נאסאד 43 וואשט מען זעך צום סעודת הילולא אדר א' און מציעט אריין ביז אדר ב'. לקיים כל השטויות.
יתרואיך אויך איך האב באמת מיטלייד מיט דיר, עס טוט מיר באמת וויי ווי אזוי מען האט דיר דא געטריט, און איך האלט עס איז באמת נישט מענטשליך.
בכלליות האלט איך אז די גיבסט א געוואלד צו צי קאווע שטיבל.
גם אני מצטרף לדברי יתרו בן חותן משה
החותם בכאב
בנימין פרענקל
פה וואשינגטאן הבירה
יא מא מיי, יא מא מיי, יאיי מאיי מאיי מאיי...
לעבעדיג...
איך צייל ביז 3, אז גנדי'ס ארטיקל איז נישט צוריק, עפען איך א נייע פארום (נאך 8 תגובות קען מען שוין אריין מאחורי! Discount expires in 10 days)
בענדזשאמין פרענקליןמיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.
קוק שוין ווער עס רעדט דא! ווער איז נעקסט, אנאנים?
אז דו ביזט נישט צום געפינען דא פאר א מלוגמא ווי גרויס דער יאר איז, נאך א גאנצע פראסטיגע ווינטער אן קיין חמין במוצ"ש, וואס ווילסטו? צו קריטיקירן איז ער פלוצים דא.....
אסף המזכירווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס.
דוכט זיך אז אזא ייטב לב איז נישטא, אבער ס'איז גוט...
איך בין ערשט יעצט אנגעקומען און באמערקט די גאנצע סומאכטוכע. ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז איינער האט דא אינזין עפעס זייטיגע חשבונות. צו מען וויל דא זען די רעאקציע פון דעם עולם, אדער סתם מאכן אביסל לעבעדיג אין א פארשלאפענע תקופה. איך ווייס נאר נישט פונקטליך ווער שטייט הינטער דעם און וואס. און דא קומען מיר צוריק צו די ווייען פון ווירטואלע רעאליטעט, וואו יעדער קען פירן יעדן ביי די נאז.
פארפאלן ס' גיט געלונגען. די עולם גייט באנאנעס די הנהלה האט געוואלט מאכן א עפריל פולס וויץ אז אפילו די זקנים פונעם שטיבל זאל כאפן דאס קדחת חחח
Wow!!