☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » הצעות פאר תקנות המוסדות

הצעות פאר תקנות המוסדות

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8476

גנדי » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:05 pm

· #259923
הצעות פאר תקנות המוסדות
אזוי ווי די מוסדות'ער האבן א קאמפאטישאן צו אויפקומען מיט מער פרומערע תקנות צו הייסען חשובער און בעסער פון די אנדערע.

לאמיר זיי העלפן. דא איז א ליסטע פון הצעות פאר תקנות.

טאטעס טארן נישט גיין מיט אן אפענעם רעקל אויפען גאס.
מאמעס טארן נישט קיין מיט קעפט סליווס.
טאטעס מוזן גיין מיט א וועסטעל (אונטערן רעקל).
א קנאבעל אין די בארד איז נישט חסידיש.
מאכט זיכער צו שיקן צו א פלעי גרופ וואס די טיטשער גייט נישט א באנדענע.
סיי די מאמע און סיי די טאטע מוזען האבן א שיעור אין חפץ חיים - שמירת הלשון א יעדן טאג.
נעגל וואסער פאר טאטע און מאמע זאלן נישט ווערן אנגערייגט און איין שיסעל.
טאטע מוז האבן א פלעסטיק אויפן טלית באטעל כנהוג.
מאמע גייט נישט מיט א הוד צוגעטשעפעט צום מאנטל אדער סוועטער.
הערט קול מבשר צו באקומען נייעס.
זיכער מאכן אויף די פעמפער פעקלעך (וואס מען באקומט דורך די שכן'ס עמעזאן) צובאדעקן די אומצניעות'דיגע שווארצע בעביס.
מען נוצט בעקינג סודע פאר שעמפו.
נישט לייגן דיפיטי דו פאר די קינדער אויף די פיאות.
חלילה נישט לאזן די יונגלעך מאכן א מיידעלישע פערם פאר די פיאות.
חלילה לאזן די קינדער טוישען אדער זעהן ווי מען טוישט די פעמפער פאר די בעביס.
נישט מאכן איין זייטיגע צעפ פאר די מיידלעך. נאר צוויי צוועפ כמנהג הצניעות.
די פרויען זיצען עקסטער אין קאך ביי די שבת סעודה.
סיי טאטע און מאמע שערן זיך אויף א זירו.
גייט נישט מיט די מאדערנע שטארק און ווילד געבלומטע בעקיטשע.
שווימט מיט אן אינטערהעמעד.
נישט לאזן די יונגלעך און מיידלעך אנטוהן מעטשינג פון העכער צוויי יאר. מען דארף איינגעוואוינען פון קליין אז מען דארף זיין באזונדערט.
גייט נישט מיט א קוטשמען צו שחרית (נאר אויפן B&H באס מעג מען גיין א קוטשמע).
בורבערי איז פון די אויסגלאסענע מאדעס פון אייראפע. נישט גייט דערמיט אויף שפיצלעך, שאל, סטרעטשיס, קערידש בעג אד"ג.
טאטע טראגט א קאפעל ביז די בור פון די מקוה.
שערן די קינדער נאר ביי א שמש נישט חלילה ביי א בארבער ווי מען קען הערן רוסישע ניבול פה.
טאטע טראגט נישט די כשר'ע פליפ-פאון אויף די פאסיג.
טאטע טארגט נישט מער פון 5 שליסלעך און איין קליינע פליפ-לאפ אויפן הויזען.
טאטע טראגען נישט ברייטע הויזען טראגער מיט איין צונגל פון אונטען, נאר דינע מיט צוויי צינגלעך. פון בלוי אדער שווארץ.
די מאמע האלט נישט די טעלעפון פון זיך אליינס אין טורבאן.
אין מקוה טאטע וויקעלט ארום די האנטוך אויך פון אונטען.
נישט לייגן קיין שום לעדער (אדער אפילו פלעדער) אויף די קערידזשעס.
מאמע גייט נישט מיט טעלעפון אויף א קייטל.
הערט אויס נאר תורה טעיפ אין די קאר (חלילה נישט קיין MP3 סידי'ס)
טאטע און מאמע נעמען נישט א שויער יעדן טאג.
מאמע גייט נישט מיט ווייסע שטרימפ אין סניקערס
פארמאגן נישט קיין ז'קוזי אינדערהיים.
נישט גיין לאנגע קליידער ביי חתונה. אדער גיין צו מעיק-אפ לעדיס.
גייט אויף וואקאציע נאר ווי עס איז דא א מנין און א מקוה.
מאמע און טעכטער גייען מיט רעגן מאנטלען ווען זיי גייען געקליידט צו א חתונה אפילו אין זומער.
מאמע און גרויסע טעכטער גייען נישט מיט פעדעד (PUSH-UP) פרויען מלבוש.
מאמע גייט נישט נייע סטייל צ'יקיני אונטערוועש. אפילו אונטער הונדרעט בגדים איז דאס א מלבוש של פריצות.
ווען עס קומט אייך צו דינגען א קאר חלילה אנעמען א רויטע אדער ווייסע קאר.
נישט לאזען די משפחה טראגן קליידער פון ז'וסי קט'ור. די ווארט ז'וסי איז מרמז אויף תאוות.
נישט האבן קיין זומער דאך (SUN ROOF) אויף די מיניווען. אויב דינגט מען א קאר וואס קומט דערמיט זאל מען עס נישט עפענען ווען די קינדער זענען אין קאר.

מיט אונזער אינטערשריפט טוען מיר באשטעטיגען אז מיר האבן איבערגעחזרט די תקנות פאמעלעף און צוזאמען 3 מאל. און מיר האלטן אז אלע תקנות זענען זעלבסט פארשטענדליך אז דאס זענען זייער וויכטיג פאר אידישקייט, און מיר נעמען זיך אונטער איינהאלטן אלעס וואס די מוסדות איז מחליט, אזוי אויך אלע תקנות וואס די מוסדות גייט מחליט זיין. אויב איז דא א צל של חשד אז מיר האלטן נישט איין איינע פון די תקנות קען מען ארויסווארפן אלע אונזערע קינדער אן א ווארענונג. אזוי אויך אויב איז דא א חשש אז מיר "וועלן" נישט איינהאלטן איינע פון די תקנות, אדער עס איז דא אן הרגשה ביי די וועד התקנות אז מיר האלטן נישט פאר גאר וויכטיג די תועלת פון די תקנות אדער מיר שעצן נישט די שווערע ארבעט פון די וועד התקנות, קען מען שוין אהיים שיקען אלע מיינע קינדער און מיר וועלן צאלן א קנס פאר די וועד התקנות לויט וויפיל די וועד התקנות וועט מחליט זיין.

חתימת האב _________________
חתימת האם _________________


מיר געבן אויך רשות פאר די בלאט צו שיקן בריווען פון ליינער צו מעורר זיין אויף די ענינים.

אויב מאכט איר אן אסיפה צו מעורר זיין אויף די זאכן און עס בלייבט איבער געלט ביטע גיבט קאמישאן פאר גנדי תקנות אינק.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:10 pm

· #259927
גנדי דו ארבעטסט אין איינע פון די מוסדות? אזוי פיל געניאלע איינפאלן,
אבער וואס האסטו געטוהן נאך אביסל וועסטו זעהן ווי דיינע שווארצע חלומות ווערן מקוים האסט זיי אויסגעלערנט נאך טעראריזם וועגן,
א שאד...

גנדי » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:14 pm

· #259929
אויך האב באמת מורא...

איין זאך האף איך, אויב זיי נעמן געדאנקען פון דא וועלן זיי מיר כאטשיג געבן קאמישאן פון די קנסות וואס זיי גייען איינקאסיראן ווייל זיי זענען חושד אז איינער האלט נישט די תקנות פאר וויכטיג...

נופת צופים » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:28 pm

· #259962
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
שוין גארנישט אזא דשאוק, גנדי. צוביסלעך וועט כלל ישראל אנקומען צו דער גרויסע מדרגה. עט דע רעיט ווי אר גאואינג גייט עס נישט נעמען צו לאנג.

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:07 pm

· #259973
חלילה גיין מיט א באקעל פאסיק

גנדי » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:12 pm

· #260020
פלעין יודיש
חלילה גיין מיט א באקעל פאסיק


דאס איז שוין א תקנה. דאס שטייט שוין אין די קונטרס וואס ווערט געברענגט פריער.

petergrifin » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:35 pm

· #260032
מען װעט נאך באלד הײסן מאכן די סעלפאון פלען דורך די מוסדות.
מען מוז ברענגן א רעסיט בערך איעדע חודש פון די מקװה.

מנחם » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:25 am

· #260093
מענער;
וואלענע טלית קטן מיט לכה"פ דריי פלעקן.
העמדער זאלן נישט זיין העווי סטארדשט.
אראפגעלאזטע לאקן, דיפערי דאו אסור, טאפס צוקער וואסער.
עס עי עס שיך לכתחלה, בדיעבד עקא.
מיני ווען פראנט ווינדאס טארן נישט זיין טינטעט (ואכמ"ל).
רעסטעראן אסור, דעלי נאר שניצל בדיעבד.
שאוער נאר לסירוגין בעפארן מקוה מיט כשרע זייף.

פרויען;
שייטלעך טארן נישט אראפ הענגן מער פון א טפח.
קערידזש רעדלעך זאלן זיין פון די איידעלע סארט וואס פאראורזאכן נישט קיין גערויש בשעת'ן שטיפן.
בענדענעס איז נישט ערלויבט בפרט די בערבערי סטייל.
דאסטערס זאלן נישט זיין געפאסט נאר לכה"פ די ברייט ווי די רבי'שע ארבלעך.
טייץ זאל נישט זיין טייט אויף די פיס.
סניקערס נאר שווארץ אדער די קאליר פון די טייץ.
שמיראכץ איז אסור, אויב צוליב א מכה זאל מען אנפרעגען ביים ועד.
סעלפאנס, נאר אין ניינטן חודש און אויך נאר א שווארצע פליפ.

פרייוויליג » פרייטאג מערץ 20, 2015 9:06 am

· #260124
הצעות פאר תקנות המוסדות
מענער און פרויען חלילה צו גיין מיט דעיאריענט.
מענער זאלן זען צו טרינקען 12 קאוועס א טאג מחליש צו זיי די תאוות.
מענער מעגן נאר גיין מיט שווארצע וואסער ברילן. אדער סייוואספארא פלעסטיג ברילן, אבער נישט מיט די לעצטע מאדע דיקע פלעסטיג ברילן וואס איז באקעסדיג אדער רינדיג (וואס אדמור״יי סטמר טראגן).
מענער חלילה נישט גיין אין סטעפינג שיך. בענדל שיך איז מן המהדרין, און ווער עס גייט מיט S&S תבא עליו ברכה.
מענער מוזן גיין אין ר״ת גאטשעס. מען וועט שטעלן אין מקוה משגיחים אכטונג צו געבן ווער עס גייט מיט באקסער אדער אנדערע אויסגעלאסענע מכנסיים.

גנדי » פרייטאג מערץ 20, 2015 11:47 am

· #260174
די ר״ת גאטשעס מוז זיין לכל הפחות 4 אינטשעס אונטער די קני.

די מקוה איד וועט טיילן מעסטערס פאר א מזכרת ביי די כינוס כלל ישראל פון איחוד הקהילות לחיזוק תקנות המוסדות נגד סכנת הדורות בעניין שמאלע געפאסטע קורצע גאטשעס באולם שאטער הענקי. ערב יום כיפור תש״צ. בראשות מועצת גדולי וועדי תקנות המוסדות. פה איסלאמיק סטעיט והגלילות יע״א.

יואב » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:05 pm

· #260179
Re: הצעות פאר תקנות המוסדות
יעצט לאך איך נאך. כ'האף ס'וועט נישט קומען א טאג און מיינע קינדער (אדער ענקער קינדער... ) וועלן קלאגן דערויף.

לית דין בר נש » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:12 pm

· #260180
יעצט באקומען א פאון קאל פון איינער פון די גרויסע מנהלי המוסדות און ער האט מיר גיבעטן איבערגעבן אז ער דארף נישט קיין שום הצעות
די אלע זאכן וואס מען האט דא געשריבן איז שוין לאנג אפגעשריבן ביי אים מיט אסאך מער. ער האט גיבעטן מען זאל אים נאר געבן אפאר יאר ער קען נישט טוהן אלעס אויף איינמאל

חוץ מזה פארוואס איז דאס אין שמייכל נישט אין אחיעזר?

יואב » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:01 pm

· #260202
Re: הצעות פאר תקנות המוסדות
ברילן ברויך מען גיין העכער די פיאות, אונטער די פיאות איז חוקת הגוי. כלפי דעם עצם גלאז זאל מען לכתחילה נעמען עטוואס א קלענערן נומער נישט צו זען וואס איז נישט וויכטיג. צו לייענען צעטלעך האבן מיר שוין דעם מנהג אבותינו "בידנו", נישט ממש אין דער גאנצער האנט, אבער לפחות א פינגער.

זון-ברילן איז אסור, פאר וועמען ס'שטערט די זון קען אראפציען זיין הוט ביז אראפ צו דער נאז. אחד מאנשי שלומינו איז געקומען זאגן אז ער פלעגט גיין מיט זון-ברילן, און ס'טראפט אים נאך דאס הארץ יעצט. אלע זיינע קינדער זענען געגאנגען לתרבות רעה. ער האט אנגעהויבן אראפציען זיין הוט, נישט נאר וואס אלע זיינע קינדער האבן זיך באלד ארויפגעכאפט צוריק אויפ'ן וועג, נאר במציאות איז דאס א סך מער פראקטיש, און ווי אפילו א גרויסער גוי'שער סייענטיסט, א סאולער-אסטראנאמער, האט ממש לעצטנס מודה געווען אז ס'איז נישט דא קיין בעסער פאנצער קעגן די זון-שטראלן ווי דעם הוט. פאר מיר אידן אבער וואס זאגן דאך יעדע וואך דעם "חבש כובע ישועה בראשו" איז קיין חידוש.


וויין זאל מען טרינקען נאר שבת ויום טוב, אויך נאר אביסל, כידוע וואס שטייט אלץ פון צדיקים איבער דער שעדליכקייט פון טרינקען וויין סיי ברוחניות און סיי בגשמיות – אויסער אוודאי פורים וואס דעמאלט גענענט דער שער השיכרות נעבן דעם דעם שער התשובה, און איז ווייטער כידוע פון די סאמע זעלבער צדיקים די אלע השפעות און געוואלדיגע בענעפיטן אלקעהאל איז בכח צו געבן פאר דעם מענטש אזש וואס מ'האט נישט געקענט פועל'ן זאת חנוכה קען מען פועל'ן מיט בלויז א שמעק ברוינפן.

לכתחילה זאל דאס זיין היימיש; בדיעבד קען מען קויפן, אבער נאר ביים משמש און זעלבסט-פארשטענדליך נאר מיט אזאנע הכשרים שרוח הוועד נוחה מהם. פאר אנ"ש איז גענצליך איבריג צו רעדן איבער דעם פגם פון גיין צו מה שקוראים "ליקע"ר געשעפ"ט"( ווי אייביג קומט אין אזא פאל אריין די גאונות אין לשון הקדוש און דער זינלאזער דראנג צו שרייבן אזוי.) בלויז איבערצוטרעטן דעם שוועל פון א וויין געשעפט איז מרבה שחוק וקלות ראש, ויהי רצון שלא יצא חילול שם שמים על ידינו.

גנדי » פרייטאג מערץ 20, 2015 2:08 pm

· #260226
א PDF פאר ווער ס'וויל עס פארשפרייטן אדער שיקן צום וועד התקנות פון אייער מוסדות.

(מתקן געווען אפאר טעותים, און געמאכט אפאר קליינע שינויים)
📎 הצעות פאר תקנות המוסדות.pdf

אסף המזכיר » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:54 pm

· #260742
דער אשכול איז דערווייל פארשלאסן פאר נייע תגובות.

אסף המזכיר » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:47 pm

· #261308
מיר שטעלן צוריק דעם אשכול אויף דערווייל.

ביטע האלטן די תגובות פארהאלטנמעסיג, עס איז שווער אנצוגיין אונטער די אומשטענדן אויב דארף מען נאכקוקן יעדע תגובה באזונדער, פארבינדט אונז נישט די הענט בידים. ודי לחכם.

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:51 pm

· #261310
אונטער וועלכע אומשטענדען? איך האב מורא דאס איז קאפעלוטשעס פרוי מיט איר נייע אייפאון. איז דאך שטאפענע יא גערעכט געווען

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:03 pm

· #261313
Re: הצעות פאר תקנות המוסדות
יישר כוח פאר'ן צוריקלייגן די קרוין אויף קאווע שטיבל'ס קאפ.
אויף דערווייל.

גנדי » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:08 pm

· #261314
א דאנק פארן צוריק לייגן מיינע ווערטער וואס איך האב געטייפט מיט בלוט...

פליקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:14 pm

· #261316
העלאאאאאאאא

איינער הערט

העעעע ההעעעעעעעלאאאאא

אה יא, עס איז ציריק דא

איך בעיט דעים עולם אראפלייגן דאס געווער, און אנגיין מיטן סדר היום

טעות לעולם חוזק

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:21 pm

· #261322
אסף איז אויף דראגס?

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:26 pm

· #261324
ויאסף אל עמיו..

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:32 pm

· #261328
מורי ורבותי: אני הקטן בערל בעל עגלה האב גארנישט צו זאגן אין דעם אשכול. און איבער דעם אשכול. און די גאנצע סומאטוכע וואס האט זיך אפגעשפיעלט, און וועט זיך נאך מעגליך אפשפיעלן אין קאווע שטיבל יצ"ו.
פאר מיר איז גענוג אז איך שטיי אין די זייט און קוק מיך צו צו די גאנצע דראמא מרישא ועד גמירא. איך האב שטארק הנאה פון די גאנצע שקלא וטריא און דיסקוסיעס וועלכע גייען דא אן. יומם ולילה לא ישבותו...!

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:01 pm

· #261338
ברוך מחיה מתים.

די מוסדות מעגן זיך לערנען אז צימאל ווען מ'שטעלט איין א תקנה און ס'ארבעט נישט זאל מען זיך נישט שעמען צו זאגן טעיתי.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:33 pm

· #261348
נו רבותי יעצט איז צייט פאר א אויפריכטיגע אויפקלערונג וואס דא איז פונקטליך פארגעגאנגען

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:51 pm

· #266321
שמעון וואלף
ברוך מחיה מתים.

די מוסדות מעגן זיך לערנען אז צימאל ווען מ'שטעלט איין א תקנה און ס'ארבעט נישט זאל מען זיך נישט שעמען צו זאגן טעיתי.


דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן