☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נייע תקנות פאר קאווע שטיבל

נייע תקנות פאר קאווע שטיבל

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8516
בלאט: 1 2

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:00 am

· #261126
נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
בעזהשי"ת יומי דניסן תשע"ה

הננו להודיע סדר תקנות חדשות לגדור גדר ולעמוד בפרץ, והמוסיף יוסיפו לו מן השמים.

בילדער

1) עס וועט נישט ערלויבט ווערן קיין שום בילדער פון רבי'ס, מחשש אז די ציעדיגע קליידער וועלן מעורר זיין הרהורי עבירה ביי די ווייבער שוהל. היסטארישע שווארץ-ווייסע בילדער זאל מען קודם דורכרעדן מיט א גבאי.

2) די זעלבע יעדע בילד פון א מאן אדער בחור וואס גייט נישט קיין לאנגע הויזן און עס דערקענט זיך די צורה פון די פיס ווערט שטרענג פארבאטן.

3) בילדער פון זינגערס עסקנים, אדער סיי וועלכער מענטש וואס פאררופט זיך אויף זיין אמת'ער נאמען און דערוואגט זיך עובר זיין דער איסור גילוי, וועלן בשום פנים ואופן נישט טאלערירט ווערן.

גילוי

הן ידוע לכל גודל איסור גילוי שהזהירו רז"ל, וכמבואר בדברי אדוננו הגר"א שגם כאשר הטעם בטל דבריהם קיימים.

היות לעצטנס איז פארגעקומען א שרעקליכע סעקיורטי בריטש, מיר האבען מגלה געווען אז די משומר פילטער האט באוויזן זיך אריינברעכן אין אונזער סערוווער און זעהן די ניקן פון אלע ניקים, זענען מיר מזהיר מהיום והלאה די תקנות:

1) יעדער איינער איז מחוייב ביז פסח זיך טוישן א ניק, לדוגמא קאווע טרינקער קען למשל ווערן קאווע זויפער, ראובן קען ווערן שמעון, לעיקוואד קען ווערן מאנסי, אפטעמיסט קען ווערן פעסימיסט, גאלד קען ווערן זילבער, יאיר קען ווערן נוגה, איינגעמיירעט קען ווערן פרייוויליג, פרייוויליג קען ווערן איינגעמיירעט, ונבנתה העיר קען ווערן חורבן הבית, כוכב קען ווערן לבנה, המלוכה והממשלה קען ווערן דעמאקראטיע, וכן הלאה. אזוי וועט אוודאי קיינער נישט כאפן ווער אונז זענען.

2) עס וועט פארגעשטעלט ווערן א נייע סיסטעם וואס ווען מען טעגט א ניק וועט דער סיסטעם רענדאמלי טעגן א צווייטע ניק, די זעלבע מיט הודעות אין אישי, אזוי עס זאלן נישט ווערן חלילה קיין פערזענליכע קשרים וואס אחריתם מי ישורנה.

שימוש באינטרנט שלא לצורך פרנסה

1) כידוע לכל גודל האיסור הרובץ על השימוש באינטרנט לצורכי הנאה בעלמא, מאכט די הנהלה קלאר אז דער סייט איז דירעקט געשטעלט געווארן דייקא פאר אזעלכע וואס זענען אנוס צו האבן אינטערנעט לצורך פרנסה, זיי זאלן נוצן דער סייט דווקא בשעת די ארבעט ווען דער בעל הבית קוקט נישט, אדער מפרסם זיין זייערע ארבעט און זוכן קשרים.

2) כדי זיכער צו מאכן וועט יעדער וואס שרייבט זיך איין מוזן איינגעבן א צעטל גע'חתמ'ט פון דריי רבנים אז ער מעג האבן אינטערנעט, און א טעקס ריטורן פארם מען זאל זעהן אז ער האט טאקע ארבעט.

3) פאר די אלע וואס האבען נישט קיין אינטערנעט וועט אויפגעשטעלט ווערן א נייע פעקס סערוויס וואס מען וועט קענען אנשטעלן צו באקומען יעדע נייע אשכול אויף פאקס, ווי אויך אריינשיקן תגובות. ווי פארשטענדליך לייגען די עסקנים אריין גרויסע כוחות דאס זאל ארבעטן געשמירט, מוזן מיר בעטן פון דעם עולם א מינימאלע השתתפות פון בלויז 180 דולר א וואך פאר די עסקנים שלא על מנת לקבל פרס.

4) בהתאם להאמור וועלן אלע תורה און מחשבה און קונסט פארומען זאפארט פארמאכט ווערן, ווי די רבנים האבן קלאר געמכט ביים גרויסן אסיפה בזה הלשון "וואס פעלט אונז אויס תורה אדער התעמקות אין מחשבה, אונז איז גענוג די הייליגע ייטב לב". עס וועט בלייבן בלויז די צימעס וואס האט פיגורירט אויבן אן פון כינוס און אחיעזר פארומען טאמער איינער זוכט די נומבער פון טעג.

ליצנות ונוסח

1) מהיום והלאה איז אסור יעדער סארט ליצנות, סארקאזם, אדער סיי וועלכער סארט שרייבאכץ וואס פאדערט מער ווי א כתה ג' חינוך עס צו פארשטיין ריכטיג. מען בעט יעדער זאל שרייבן בלויז ברחל בתך הקטנה, בעסער אויב קען מען אין רויטע באלדע אותיות, אז יעדער איינער זאל קלאר פארשטיין אלעס.

2) יעדער אשכול איז מחוייב זיך אנהייבן מיט בעזהשי"ת, אדער בס"ד, און זיך ענדיגן מיט בביאת גואל צדק בב"א. אין די נאנטע טעג וועט ארויסגעשטעלט ווערן א סיסטעם וואס וועט אליינס צולייגן צו יעדער תגובה א בס"ד און צולייגן בעזרת השם, ברוך השם, אם ירצה השם, ווי עס איז נויטיג.

3) פארבאטן צו שרייבן שלא בדרך כבוד אויף סיי וועלכע מענטש אדער אינסטיטוציע, אריינגערעכנט און בעיקר מוסדות קאווע שטיבל יצ"ו, אירע מנהלים און גבאים, וואס לייגן אריין לילות כימים לתועלת הכלל. קיין שום קריטיק וועט נישט טאלערירט ווערן.


דאס זענען די תקנות שנתקנו באסיפת חירום היום אור ליום ג' לסדר צו וזירוז, פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע מודעות וואס וועלן שטרענגער מאכן די תקנות מיום ליום ומחודש לחודש.

יעדער מעמבער זאל אונטער'חתמ'נען די פארום און עס אריינשיקען אין אפיס לא יאוחר מיום ג' לסדר אחרי מות. ווער עס וועט פארשפעטיגן וועט מען זעהן ער זאל תיכף האלטן ביי אחרי מות.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:08 am

· #261129
לעיקוואד
2) יעדער אשכול איז מחוייב זיך אנהייבן מיט בעזהשי"ת, אדער בס"ד, און זיך ענדיגען מיט בביאת גואל צדק בב"א.

און מיט א ייטב לב אינדערמיט.

יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:18 am

· #261135
...Save a draft or copy from this post before it's too late

משבק » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:26 am

· #261138
בס"ד
צו וועלכע ניק קען איך טוישן ? בב"א

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:29 am

· #261140
משבק קען זיך רויפען הויז בחור. יין שרף קען ווערן פסח'דיגע וואדקע. בענדזשאמין פרענקלין קען ווערן א פופציגער.

משבק » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:30 am

· #261142
אדער חזר בחור

יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:33 am

· #261147
געוואלט האב ״חומץ שריפה״ נאר מיין כנגדו האט די קאפירייט דעראויף!

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:35 am

· #261149
[ציטאט אראפגענומען]

דו קענסט ווערן יוסל

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:36 am

· #261150
יוסל

-- ישמעאל האט מיר אויסגעכאפט.

ישמעאל הכהן קען ווערן עקיבא הלוי.

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:38 am

· #261152
איך קען ווערן איך נישט. ודוק כי עמוק הוא.

קאצקע ציקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:39 am

· #261155
[ציטאט אראפגענומען]

יוסל


אפס איך זעה מעהאט מיר אויסגעכאפט

משבק » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:40 am

· #261156
[ציטאט אראפגענומען]

עזריאל גליק

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:40 am

· #261157
איך אויך
איך קען ווערן איך נישט. ודוק כי עמוק הוא.

איך וועלט מציע געווען "יענער נישט".

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:42 am

· #261158
קאצקע צוקער קען ווערן זאלץ וואסער.

משבק » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:44 am

· #261160
שמעקעדיג? .....עניוועיס האקטס שטיקער ווילאנג די אשכול לעבט נאך

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:46 am

· #261162
משבק
שמעקעדיג?

עיר פרעשענער.

קאצקע ציקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:46 am

· #261163
לעקוואד קען ווערן האלץ וואסער

יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:47 am

· #261164
מאטי 107 קען ווערן 701

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:52 am

· #261166
קאצקע ציקער
לעקוואד קען ווערן האלץ וואסער

לכאורה טייך-וואלד.

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:02 am

· #261171
יע אסאך ווארענען מיר באישי ובטשעט דערוועגן. אבער וואס זאח איך טוהן אז כהא'ב אזא טבע אז ווען איך זעה א שרייעדיגע עוולה מוז איך זיך אנרופען ספעציעל אויב עס איז אויף די סייט וואס איז מכלומפרשט געגרינדעט געווארן אלס א פלאץ ווי יעדער זאל האבען איקוועל רעכטן.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:11 am

· #261176
געוואלדיג וועט ווערן נעבעך

אאוטש עס איז נעגעטיוו....

האט איינער א עצה פאר מיר?

אחד העם » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:13 am

· #261177
.

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:05 am

· #261191
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
רבותי האלטס די נייע ניקס פאר יואב'ס נייע סייט. אפשר קען מען דערווייל טראכטן א נאמען פאר דע סייט.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:32 am

· #261196
בעזהשי"ת יום שנכפל בו כי טוב, נשיא לשבט ???, 13 ימים לפני ספירת העומר.

לכבוד ידיד נפשי, צנא מלא, גן הדסים, ערוגת הבושם, יין שרף, זית רענן, שדה תפוחים, ריח לבנון, נשר הגדול, ה"ה המכונה בני ברק, מלפנים לעיקוואד, יצ"ו
אחדשה"ט באהבת עולם

הנידון: "נייע תקנות פאר קאווע שטיבל"

ראה ראיתי את מה שהעלה באש שחורה, בקנאות דקדושה, תקנות חשובים ונחוצים, ומפאת חוסר פנאי, אקצר ואומר באופן על הכלל כולו שכולם יפים ומום אין בהם.

יזכה מע"כ לראות מחשבתו יוצא אל הפועל. עדי נזכה למלכינו וב"ב בראשנו.
כ"ד טיי שפייער, מלפנים קאווע טרינקער

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:17 am

· #261201
ויקרא שמי בקאווע שטיבל: וואלף שמעון.

יידל » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:28 am

· #261204
זאגט מיר איינער, מהיום והלאה בין איך גוי גדול, און שיקט מיר א לינק אהער.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:54 am

· #261209
רבותי געטראפן געואלדיג וועט ווערן
געוואלד !!!!

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:13 am

· #261213
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
טאמב-אל-אס
אדער טעמ-באלס-אס

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:41 am

· #261225
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
אפשר ראש הקהל?

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:44 am

· #261226
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
קהלסשוואנץ

petergrifin » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:48 am

· #261230
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
וואס קען מען מחדש זיין מיט מיין ניק?

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:51 am

· #261231
א מין טיפער אשכול. שטעל עס אריין אין העמק לעיקוואד.

יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:55 am

· #261233
petergrifin
וואס קען מען מחדש זיין מיט מיין ניק?

קענסט ווערן לואיס גריפפין...

petergrifin » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:58 am

· #261234
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
HOLD THE PRESSES!!!!!!!!!!

ענדליך האב איך געטראפען א לאנדס לייט מיינע!!

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:59 am

· #261235
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
און @אנאנים וואס וועט זיין מיט דיר

ירח בן יומו » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:00 am

· #261236
יומו בן ירח איז גוט?

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:01 am

· #261238
קרני פרה איז בעסער

Kool man » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:06 am

· #261241
און איך קען ווערען א ווארעמער מאן

סאשי פיש » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:06 am

· #261242
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
וואס גייט זיין מיט נשמה?

יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:11 am

· #261248
פיש קען ווערן א שיף

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:14 am

· #261250
און וואס איז מיט א נאמען פאר אסף המזכיר?..
וואס מיינט עס בכלל?

יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:14 am

· #261251
רב החובל וועט זיין תלמיד המרפא

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:37 am

· #261263
ברסלבער קען ווערן סקווערער. אנאנים קען ווערן ווארעמע גאלע. סאשי פיש קען ווערן בהמה פלייש. טאמבל סאס קען זיך פשוט צוריק שטעלן גלייך.אסף המזכיר קען ווערן לקט שכחה.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:44 am

· #261264
לעיקוואד
ברסלבער קען ווערן סקווערער.

איך בין יעצט אנגעקומען און געזען די איבערקערענישן אין שטיבל, און שוין וויל מען טוישן מיין נאמען. איך האב נאכנישט אינטערגעשריבן די נייע תקנות...
גראדע איז ברסלב קיינמאל נישט געווען קיין סתירה מיט סקווער, אפשר סקווער מיט ברסלב יא.
ביי מיר אין שטוב הערשט יעצט א שטיקל ערב-פסח אנגעצויגנקייט, בין איך געקומען דא זיך אביסל אויסלופטערן, זע איך אז דא איז גארנישט בעסער.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:49 am

· #261266
[ציטאט אראפגענומען]

פישעלע הערינג קען ווערן טשיקען נאגעד'ס

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:00 am

· #261270
שמעקעדיג
און וואס איז מיט א נאמען פאר אסף המזכיר?..
וואס מיינט עס בכלל?

כ'בין זיכער אז אסאך פרעגן זיך דאס. לדידי סאונד עס ווי א חניך מוסד הרב קוק און קען גאר זיין ער זיצט יעצט מיט זיין חתן רבי און גרייט זיך אויפצושטעלן א בנ'''ב נעקסטע וואך עם בחירת ליבו.

היסטאריקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:44 pm

· #261306
היסטאריקער?

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:49 pm

· #261309
נביא

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:57 pm

· #261337
Re: נייע תקנות פאר קאווע שטיבל
טאמבלזאלץ
זויבערסאל
קאפ איבער די פיס (צווישן די*)

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:29 pm

· #261345
טאמבל סאס

קאפ איבער די פיס (צווישן די*)



אסף וואו ביסטו?
בלאט: 1 2