☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » פארוואס איז עס פארשפארט??

פארוואס איז עס פארשפארט??

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1812

zurich » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:29 pm

· #44105
פארוואס איז עס פארשפארט??
אסאך מאל אינמיטן בראעזען קאווע שטיבל טרעפט מען זיך אן אין אשכולות און מ'וויל שרייבן כאפט מען זיך אז ס' פארשפארט!! פארוואס ווייל אזוי האב איך געהייסן!!

ממילה די אשכול גייט זיין געווידמעט צו פרעיגן אז מ'טרעפט אן אשכול וואס האט א ריגעל דערויף בלי סיבה, וועט מען קענען דא פרעיגן פארוואס ס'פארשפארט!

די אשכול
כ'האב געפרעגט א מוהל...
איינער ווייסט פארוואס ס'פארשפארט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:56 pm

· #44272
פראגע צו באריסטא, גבאי דקהילתינו הק'
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס איז דער אשכול "ווען סאטמאר רב וואלט נישט אנגעקומען קיין אמעריקע" פארשפארט? אמת, ס'איז געווען א פאר שרייבערס וואס האבן זיך אויס געדרוקט שלא בדרך כבוד א קעגן א גדול בישראל. אבער מען דארף הערן זייער מיינונג אויך. אפילו ס'שטערט. ספעציעל איינער וואס האט איהם געקענט פערזענליך.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:15 pm

· #44279
אויב סאיז נישט צי סאך געבעטען, וואלט געווען א שיינער זאך אז ווען יס גייט ארויף א שלאס אויף אן אשכול זאל טיחן די סיבה און א תגובה . איך פארשטיי אבער אז די וואלינטעירס זענען פארנימען.

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 12:40 am

· #123472
ועשית לו כאשר זמם....!!

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4020">viewtopic.php?f=33&t=4020</a><!-- l -->

ר' שמחה » מאנטאג יוני 10, 2013 3:25 am

· #123497
זר זהב
ועשית לו כאשר זמם....!!

<a class="postlink" href="/topic/4020">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=4020</a>

וואס הייסט די אשכול זאגט נישט גארנישט ?
עס מעלדט אז מוסדות חסד לאברהם האבן זיך צוגעשפארט, צו סאיז אמת, איני יודע.

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:36 am

· #149311
וואס איז פשט מ'שפארט אפ נייעס אשכולות היינט רעכטס און לינקס? די גבאים זענען אין א שלעכטע גוסטע היינט?

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:39 am

· #149316
זענען באבלאזן אז ווינער האט פארלוירן.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:40 am

· #149318
[ציטאט אראפגענומען]


מטעם אנשי שם?

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:41 am

· #149319
דאן פארוואס איז דא צוויי איינס פאר היינס און איינס פאר לאפעז? שפאר דארט אויך צו איינס

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:42 am

· #149320
[ציטאט אראפגענומען]

Big deal!
וועמען שטערט דאס? פארוואס זאל מען נישט קענען יעדעם אויספראקן אדער אויסלויבן באזונדער? ממה נפשך. אויב ווערט דער אשכול אקטיוו, מיינט ס'איז דא אינטערעסע דערין. אויב נישט וועט דאס במילא אראפארן. ס'איז מיר אינטערסאנט פארוואס מ'האט זיך פארטשעפעט אויף אזא נארישן ענין.

סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:43 am

· #149321
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע שפארט מען צו און וועלכע נישט?
עס איז נאך דא אפענע!!!

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:46 am

· #149325
קינדער, ביהעיווטס.
די גבאים דארפן נישט ווערן ביזי אזוי שפעט ביינאכט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:47 am

· #149326
מטאר נישט וועלן צו סאך. פעיסבוק פארשפארט מען אויב מ'וויל צו סאך חבירים, טוויטער אויב מ'וויל צו סאך אותיות, און קאווע שטיבל אויב מ'וויל צו סאך אשכולות.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:49 am

· #149328
[ציטאט אראפגענומען]

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:47 am

· #149347
איך בין מכניע מיין דעת צו די דעה פון די געהרטע גבאים וואס גיבן זיך איבער בלב ובנפש פאר דעם פלאץ ערב בוקר וצהרים שלא על מנת לקבל פרס. יעצט וויל איך סתם פארשטיין וואס איז די אויפברויז דא. גבאי שני האט נאכמיטאג שוין פארשפארט דער איצטיגער אקטיווער אשכול איבער וואלן אפדעיטס, מיטן טענה ס'פארלאנגט זיך נישט א באזונדערן אשכול פאר דעם. כ'האב דאן געהויבן אויגן ברעמען הלמאי אזא אשכול זאל נישט זיין ערלויבט צו אנגיין. למעשה האט ער זיך לבסוף בארעכנט דאס אויפצועפענען. יעצט האט דאס שוין 6 בלעטער, און ס'איז שטארק אקטיוו און נוצבאר געוועזן דורכאויס די נאכט. ס'איז פארגעקומען א זייער קולירפול פריימעריי נאכט מיט פילע אינטערסאנטע פארמעסטן, געפלאכטן מיט צאללאזע פארשידענע אגענדעס. איינער וויל רעדן פון דעבלאזיא, א צווייטער פון חיים דייטש, און א דריטער פון טשארלס היינס. אנדערע ווילן רעדן איבער ספרינג וואלי אדער ראקלענד קאונטי, און א באריכט איבער שפיצער ווינער ווילן אויך געוויסע היילייטן. און דאס איז אלעס פון אינדרויסן די צימעס זאנע וואו ס'האנדלט זיך איבער פארטיישע איינגעלגנהייטן. פארוואס ברויך מען אלצדינג אריינקוועטשן אין איין אשכול? איך מוז יעצט בלעטערן פילע אלגעמיינע נייעסליך און אנאליזן? אז כ'האב געוואלט דעבאטירן נעכטן מיט הוגה איבער טשארלס היינס, האט דאס געזאלט זיין אינעם 138 שטאקיגע וועבערמאן געביידע. מילא דאס האב געשריבן אויבן אויך. אז ס'איז דא אינטערעסע און ס'ווערט אקטיוו, דאן איז דאך גוט. און אז ס'איז נישט דא, נידערט דער אשכול אראפ במצולות האשכולות און א גוטן טאג. איך ווייס נישט פארוואס דאס ברויך ווערן דערשטיקט בייזערהייט.

יואב » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:17 pm

· #260753
פארוואס האבן די גבאים פארשלאסן דעם אשכול איבער מעגליכע תקנות? וואט-דע-העק איז ראנג? אייוועלט דא?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:27 pm

· #260762
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/260742">viewtopic.php?p=260742#p260742</a><!-- l -->

ממש אומפארשטענדליך.

גנדי » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:39 pm

· #260768
איך ווייס נישט אויב איך זאל דאס נעמען פרעזענליך אדער נישט.

אפשר ווייל די הנהלה האט נישט געוואלט מען זאל צולייגן נאך עצות פאר די וועד התקנות...


"אל קידינג עסייד", די נייע תקנות המוסדות איז ווי יענע מעשה וואס פארשפרייט זיך און מען מוז דאס אפשטעלן. די איינציגסטע וועג איז דורך ליצוניתא דע"ז.

איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז געווארען אפגעשפארט.

אלץ מחבר פון דעם. האף איך צו באקומען אן עקספלענעשיאן. איך האף עס קומט נישט פון פרעשור פון די מוסדות הקדושים.

כוכב » מאנטאג מערץ 23, 2015 4:40 pm

· #260827
קען מיר איינער מסביר זיין די גנדי סומאטוכע און וואו זיין אשכול איז אהינגעקומען?

יין שרף » מאנטאג מערץ 23, 2015 4:44 pm

· #260828
כוכב
קען מיר איינער מסביר זיין די גנדי סומאטוכע און וואו זיין אשכול איז אהינגעקומען?

פליקער » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:12 pm

· #260843
א נייע שעריף אין שטיבל
גנדי איך האב געהערט דיין וויי געשריי

איך האב נאך אויסגעפיעט צי ליינען יענעם אשכול

איך עגרי טאטאלי מיט דיר, עס איז לכאורה נישט פארשטענדלעך פארוואס מען האט עס פארשפארט און דערנאך אוועק געפירט

איך האב נאך נישט געפיעט עס צי לייקן

וויל איך דא ארויס פונעם גדר און דיר זאגן בקי בארד מלא

איך האב זייער געלייקט דיין ארטיקל

עס איז געוועין א קנאקעדיג'ס

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

סאשי פיש » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:14 pm

· #260845
פארוואס איז עס פארשפארט??
איך לייק דיך דא!
נישט עספיעט עס צו לייקען אין די אריגענעלע אשכול

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:17 pm

· #260847
שוין אריבער באלד פינף שעה.

פארוואס איז קיינער נישט מסביר וואס דא גייט פאר.

בן נריהו » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:54 pm

· #260870
אפריל דער ערשטער - אין א וואך עס קומט צו גיין. אין בעפארברייטונג דערצו - פילייכט - האט זיי, די גבאים, א שפאס פארגלוסט.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 7:35 pm

· #260919
דאכט זיך מיר אז איך פארשטיי פשט, די מוסדות האבן אנגערופן ווארענען אז אויב פארשפארט מען נישט די אשכול שוין, וועלן זיי שוין יעצט איינפירן די אלע תקנות ומפני תקנת הכלל האט מען פארשפארט.

פליקער » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:58 pm

· #261031
עס זעיט דא אויס ווי צימעס האט א ליק און האט איבער גערינען אהער.

petergrifin » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:00 pm

· #261034
העי צימעס שלאפט שוין פיר טעג!!

כלבאשבוע » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:40 am

· #261187
📎 gandhi.jpg
אנבעליוויבל! גנדי דיין זיס שטיקל איז שוין פארשפרייט איבער די וועלט עניוועי.

ביבער » מיטוואך אפריל 29, 2015 8:55 pm

· #271073
אייוועלט עליך קאווע שטיבל פארוואס איז עס פארשפארט? און וואס איז פשט אז קיינער פרעגט עס נישט ביז יעצט? Am I missing something?

סדרן » מיטוואך אפריל 29, 2015 9:11 pm

· #271078
דער אשכול ווערט גרייזיג אויסגענוצט אלס ציל ברעט פאר קריטיק קעגן דער הנהלה אין המשך צו דעם אומבאגרינדעטן קריטיק אויף א בלויזן אפרילס פול וויץ, און איז דעריבער אפגעשפארט געווארן.
סיי וועלכע באגרינדעטע קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט נישט דא, נאר זאל געשריבן ווערן על מקומה הראוי, און וועט גענומען ווערן אין פולסטן ערנסטקייט.

יואב » מיטוואך אפריל 29, 2015 9:12 pm

· #271079
סדרן
דער אשכול ווערט גרייזיג אויסגענוצט אלס ציל ברעט פאר קריטיק קעגן דער הנהלה אין המשך צו דעם אומבאגרינדעטן קריטיק אויף א בלויזן אפרילס פול וויץ, און איז דעריבער אפגעשפארט געווארן.
סיי וועלכע באגרינדעטע קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט נישט דא, נאר זאל געשריבן ווערן על מקומה הראוי, און וועט גענומען ווערן אין פולסטן ערנסטקייט.

איז דאס נאך א וויץ? #הייליגע-קרעפלעך!

petergrifin » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:29 pm

· #271114
מארגן איז דער לעצטער טאג אין אפריל, כאפט ארײן.

יואב » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:41 pm

· #280696
Re: פארוואס איז עס פארשפארט??
דער ניק האמת לאמיתו האט געעפענט אן אשכול "וויאזוי זיך צו באגיין מיט אים", כ'האב געוואלט קאמאנטירן אבער ס'איז פארשפארט. ממה נפשך פארשטיי איך נישט פארוואס דער אשכול איז דא, אבער פארשפארט.

כוכב » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:46 pm

· #280698
איך האב עס פארשפארט. עס האט מיר אויסגעזען ווי א גרויליגע אשכול איבער פריוואטע מענטשן. איך וואלט עס ווען געמעקט, איך האב פשוט נישט יעצט קיין צייט דורכצוגיין אויף הונדערט פראצענט האב איך עס קודם אפגעשפארט ולאות מחאה.

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 6:21 pm

· #280710
טייערע ברידער איך קען פארשטיין פארוואס ס'איז פארשפארט
אבער מען האט מיך נישט פארשטאנען די כוונה מיט די אשכול
די נושא איז נישט געווען די ספעציפישע פאקטען וייל ווי איך גלייב וועט משפחת מייזליש סייווי טוען כפי הוראת רבם המהר"א איך האב עס נאר געברענגט אלץ דוגמא און איך האב געוואלט די עולם זאל דעבאטירען די ענין בכלוליות
און איך מיין אז דאס וואס ראובן האט מיר פארגעהאלטען בנוגע די מייזליש באציאונגען ליין ביטע איבער וועסטו זעהן אז זל"ט האט דאכט זיך מיר קלאר געזאגט אז מ'איז אים מחויב מקרב צו זיין ער האט גערעדט (לפי ידיעתי ) נאר פוןו אים געיבן חיזוק בנוגע ענינים מיט וואס ער איז מצער זיין משפחה און ארומיגע

האמת לאמיתו » פרייטאג יוני 5, 2015 4:38 pm

· #280903
[ציטאט אראפגענומען]

שוין פרובירט ס'איז דאך אבער פארשפארט.....
אויב איינער וויל זאל ער ענפערען דאנ אבער עפענען א אייגענע אשכול
נאר פליז לאציך ויסען ווי סוועט זיין איך וויל אויך מיטהאלטען

א איד » מיטוואך יוני 17, 2015 4:38 pm

· #283338
יואב
דער ניק האמת לאמיתו האט געעפענט אן אשכול "וויאזוי זיך צו באגיין מיט אים", כ'האב געוואלט קאמאנטירן אבער ס'איז פארשפארט. ממה נפשך פארשטיי איך נישט פארוואס דער אשכול איז דא, אבער פארשפארט.

פארוואס טרעף איך נישט דעם אשכול?
איינער קען אפשר שאפן א לינק?

מפוזרי » דינסטאג אפריל 19, 2016 3:52 pm

· #330056
Re: פארוואס איז עס פארשפארט??
איך מוז אויסדרוקן מיין אנטריסונג. כ'האב געהאַלטן אינמיטן א משא ומתן בהלכה מיט ידידי ר' נהורא נפישא, אין א תורה ומחשבה אשכול, און פּלוצלינג ואיננו ער איז נישטאָ מער, ואני אנה אני בא מיטן צונג אינדרויסן.[emoji34]

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:08 pm

· #330064
מען האט דאס געשטעלט אין מאחורי,

מפוזרי » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:27 pm

· #330071
Re: פארוואס איז עס פארשפארט??
היתּכן? קודם כל דאַכט זיך איז שוין אמאל געווען דא א רעדע דערוועגן אז ס'האט נישט קיין פּשט אריבערצופירן אן אשכול טיף אינמיטן א דיסקוסיע, און אזוי אויך איז עס נישט קיין יושר פאר די וואס האבן זיך שוין באטייליגט.

והשנית, ווי קומט דא אריין מאחורי? מ'האט גערעדט דא פונעם ריינעם הלכה'שן שטאַנדפּונקט, אין אזא פּלאַץ ווי מ'שרעקט זיך נישט ארויסצולייגן גאַנץ תורת משה נאַקעט אויפן טיש, פארלירט מען זיך פון א שטיקל אבן העזר?

קל וחומר » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:33 pm

· #330074
Re: פארוואס איז עס פארשפארט??
כ'געב אים גערעכט.

אין העמק דבר זענען פארהאן זאכן וואס קענען פיהל מער שאטן ווי די פאר הלכה'לעך וואס 'יעדער' וואס האט צוטריט צו ק"ש ווייסט ממילא, ואעפ"כ צוליב 'פרייהייט פון ווארט' מונחת בקרן זווית וכל מי שרוצה לקרוא יבא ויקרא!

קוקט אויס אז נאך אלעם זענען מיר נאך אלס איין שטיק 'סיסטעם' און יעדעס מינדעסטע רמז פון די ענינים איז שוין טאבו.

בן אדם » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:40 pm

· #330076
ווייל ס'דרייען זיך דא בחורים שלא טעמו טעם שכל מעולם

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:53 pm

· #330080
דעמאלס אפשר נאך בין הזמנים קען מען עס צוריקשטעלן 😛

ערנסט גערעדט, וועט מען אפשר אפטיילן די חלק תגובות וואס באלאנגען אהין, און די קלענערע העלפט צוריקלייגן צווישן די צוויי מצות.

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 4:58 pm

· #330081
אפשר זאל מען אפטיילן נאר די חלק הלכות אבן העזר.
גראדע האב איך נישט קיין צוטריט צו מאחורי, כ'האב שוין געהאט עטליכע מאל און אראפגעפאלן, אזוי ס'מיר פארלוירן די אפעטיט.

בן אדם » דינסטאג אפריל 19, 2016 5:17 pm

· #330087
נהורא נפישא
כ'האב שוין געהאט עטליכע מאל און אראפגעפאלן, אזוי ס'מיר פארלוירן די אפעטיט.

שבע יפול צדיק וקם. וויאזוי פארלירט מען כסדר צוטריט?

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 5:21 pm

· #330089
איך ווייס נישט, דער אמת איך פלעג נישט קיין סאך שרייבן אדער ליינען ספעציעל. נאר איינמאל איז ארויס א גזירה אז אויב שרייבט מען נישט כסדר פליט מען אראפ, און יעצט בין איך ווידער אראפגעפלויגן.
אקעי נישט אזוי פיל מאל, ס' איז די צווייטע מאל. איך גלויב איך בין נישט די איינציגסטע.

בן אדם » דינסטאג אפריל 19, 2016 5:26 pm

· #330090
נו, זאל די אייבישטער העלפן אז מאחורי זאל נאך היינט אויפגעלויכטן ווערן מיט א נהורא נפישא אנס"ו.