☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דארווין

דארווין

258 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6933
בלאט: 1 2 3 4 5 6

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 5:10 am

· #383975
Re: דארווין
יא? וועלכע ראש ישיבה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 5:11 am

· #383976
ליטוואק פון בודאפעסט
יא? וועלכע ראש ישיבה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אלעס נעמסטו אן. יעדע ספר. יעדע זאך מיט וואס דו ביסט אויפגעוואקסן.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 10:18 am

· #383992
שבת אחים

עוואלציע מיינט נישט אז סטוישט איין ספישיע צו די אנדערע. נאר סאיז א קאלעקציע פון אסאך קליינע טוישענונגן, און במשך די יאהרן ווערן שימפאנזיעס און מענטשען אזוי אפגערוקט איינע פונעם צווייטן אז זיי ווילן זיך שוין נישט און קענען זיך שוין נישט משדך זיין איינער מיטן צווייטן.

איך בין אביסל צימישט, וועסט מיך דא דארפן ארויס העלפען

* קודם זאגסטו אז ס'טוישט נישט פין איין מין צים צווייטען

* נאכדעם טרייסטו אינז מסביר זיין וואו אזוי עס טוישט זיך יא פין איין מין צום צווייטען, נישט קיין ווידלע טויש, נאר דארך אסאך אסאך קליינע טוישענגען - ביז ס'ווערט יא אן אנדערע מין למשל פין א שימפאנזיעס ביז אן אהבת ישרא'ל

* נאכדעם פאלסטו ציריק אין די ברענגסט א ראי' אז סטוישט זיך נישט פין איין מין צים צווייטען, סייענטיסטען האבן אלס געטרייט אין ס'האט זיך נאר געטוישט די קאליר אדער סייז, צי קאלירן און סייזעס וואס זענען אייביג געוון.

זאג, דו גלייבסט יא די סייענטיסטען אדער נישט?

אז דו ווילסט זאגן אז במשך ביליאנע יארן קען "פין עפעס" ווערן א בער, כל הכבוד, אבער ריף נישט קיין דימיון proof

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 11:00 am

· #383996
די פאסיל רעקארד:

שבת אחים
און די קלארע עווידענס פאר דעם איז אריינגעקריצט אין צענגליגער טויזנטער פאסילס. און דעס איז וואס דו זאגסט אז עוואלאציע איז אינטער א שטארקע פראגע סימבאל, איז נאר אמת ביי מענטשען וואס זענען נישט באהאוואנט מיט קיין בעל חי׳ און פארשטייען נישט קיין סייענס.

קיין נארמאלע סעקיולער אנ-בייעסט נאטראליסט וועט קיינמאל נישט זאגן עוואלאציע איז אינטער שטארקע פראגע צייכן פונקט ווי ער וועט נישט זאגן אז גרעיוועיטי איז אינטער שטארקע פראגע צייכן.


איז טאקע די עווידענס אזוי קלאר? אדער אפשר איז די פאסיל רעקארד די גרעסטע באווייז א קעגען דארווין?

לויט דארווין שטאמען אלע נבראים איין "עפעס" - universal common descent
דארך זייער זייער אסך יארן האט זיך ציביסלעך gradual זיך דאס געטוישט פין איין מין צים צווייטען evolution by natural selection

דו האלסט זיך און איין פאריפן אויף די פאסיל רעקארדס
וואס גייסטו אינז ווייזען אין די פאסיל רעקארד וואס דאס גייט אינז זאגן קלאר אז דארווין איז גערעכט?

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 12:30 pm

· #384003
רבש״ע. אונז קענען נישט קוקן צוריק אדער פארויס מיליאנען יאהרן. אבער מיר קענען נעמען די קליינע טוישענונגען און צוזאמען שטעלן א בילד וואס איז געשעהן. ווען DNA ווערט אזוי אנדערש איינע פונעם צווייטן ווערט עס א נייע מין. ופשוט הוא.

מיר זעהן די אנפאנג פון די פראצעס. און אז די אנפאנג פון די פראצעס ארבעט און אונז קענען זעהן בחוש אז בעל חי׳ קענען זיך טוישן אין אונזער לייף טיים. איז פשוט איז אויב ס׳טוישט זיך במשך די יאהרן נאכאמאל און נאכאמאל ווערט פון יענץ א נייע ספישיע.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 1:35 pm

· #384009
"אנפאנג פון די פראצעס" -אתחלתא דגאולה?

מסכים מיר קענען נישט זען אז ס'זאל זיך טוישן
וואס געט דיך אבער די חוצפה דאס צי ריפען די "אנפאנג פון די פראצעס" ווען דו האסט קיינמאל נישט געזען אז די פראצעס ער זאל קענען גיין ווייטער וואו מאכן קליינע טוישינגען אין זיין אייגען מין?

ווער זאגט אז ס'קען גיין ווייטער ביז זיך טוישן צי א צווייטער מין?

איז מעגליך, ר' שבת אחים, אז קליינע טוישינגען אין דעם זעלבן מין קען געשען און אנדערע מין קען גאר נישט געשען.
ס'איז דא מער וואו געניג סיבות צי זאגן אז ס'איז נישט מעגליך ס'זאל זיך טוישן צי א צווייטער מין

פארוואס סייענס ברענגט א ראי פין ווייראס ווען מיר זען קליינע און גרויסע טוישינגען און טאג טעגליכע לעבן, דארף א הסבר
ווער ווייסט?

א קערעל און דער ערד ווערט אויס
וואקסט ווארצעלן
וואקסט וואקסט א בוים וואקסט א בלעטעל
וואקסט א עפעל א בענענע
די עפעל די בענענע ווערט פאדארבן
מיר זען די פראצעס נישט נאר די "אנפאנג פון די פראצעס"

וואקסט א קינד אין מאמעס בויך פין א טיפה סרוחה
קימט ארויס
לאזט זיך וואקסען א בארד
טויזענטע טוישינגען קען מען זען מיט די אויגן
און דער נאך דעם גרויסער טויש - ער שטארבט!
איז דאס אויך "אנפאנג פון די פראצעס"?

א קערעפילער ווערט א קעקאן ווערט א באדער-פליי

וואו אזוי פארשטייסטו פארוואס דער סייענס טעקסט באק לויפט אזש ביזן ווייראס?

לולב הגזול » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 5:09 pm

· #384033
אפאר פאקטען:

1. DNA איז נישט 100% פערפעקט. איינמאל א מיליאן (סתם א נאמבער) געשעט א טעות.

2. רוב טעותים זענען געפערליך אבער איין פון טויזענט זענען גוט פאר זייער סערווייוועל. (נאר דא קומט אריין דער וויירוס יוכיח)

3. מ'קען סעלעקטען DNA טוישען (הונט יוכיח. לעבס פאר פרוכט-פליגען און מייז יוכיח. פרוכט און גרינצייגען יוכיח).

4. נאטור קען אויך סעלעקטען. גאלאפעגאס פינטשעס יוכיח.

5. מיר לעבען אונטער 100 יאר.

6. מיר ווייסען נאר פון עוועלאציע ארום 150 יאר.

7. מיר קענען נאר פראבען סייענטיפקלי אפאר דורות פון גרויסע חיות וואס לעבען לאנג (מענטשען, למשל) און מערערע דורות פון דער וואס פארמערען זיך שנעלער (למשל מייז, פרוכט פליגען).

8. מיט אזעלכע טוישונגען און נאטורליכע סעלעקציע קען נעמען צענדליגער טויזענטער יארען צו טיילען א סארט אין צוויי.

9. אונז לעבען נישט גענוג יאר דאס צו קענען פארשען אין א לעב אבער מ'קען ארויסנעמען א קאלקיאלעיטער און רעכענען וויפיל יארען אן עווערידש דארף נעמען פון א בוים קריכער, דארך DNA מיסטעיקס, צו ווערען א כפרה שלעגער. (קאלקיאלעיטער יוכיח).

10. ווען מער זוכען פאר ביינער און אפילו פאסיל ביינער טרעפט מען רובא דרובא מאל עליונים למעלה ותחתונים למטה.

11. דער אלע פאקטען האט שוין הקטן וכת דיליה א מיליאן מאל געהערט. איך האב זיי דא גארנישט מחדש געווען.

12. א יעדער היומען ביאינג איז מלא בייעסעס ונגיעות.

13. א יעדער איינער וואס ליינט היינט דער אשכול גייט ווייטער גלייבען אין דאס וואס ער האט געגלייבט היינט צופרי.

14. הא לן והא להו.

15. אלו ואלו דברי אלוקים חיים.

16. הללו עובדי עבודה זרה הן והללו עובדי עבודה זרה הן.

ואידך זיל גמור.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 5:34 pm

· #384036
מייקרא עוועלאשען מיט א קאלקיאלעיטער


חידה:
איך אבזערוויר מיין קינד איז געוואקסען 12 אינטשעס די ערשטע יאר, וואו גרויס וועט ער זיין ווען ער איז 80?


Survival of the Unfit:

לולב הגזול

2. רוב טעותים זענען געפערליך אבער איין פון טויזענט זענען גוט פאר זייער סערווייוועל. (נאר דא קומט אריין דער וויירוס יוכיח)

זיי ביטע מסביר דעם וויירוס יוכיח, שבת האט געהאט א הארט-טיים דערמיט

קען זיין אז דער וויירעס האט זיך יעצט ארויסגעדרייט ממות לחיים זיך ארויס געדרייט פין דעם אנטי-בייאטיק זאל דאס נישט אטעקירן,
איז דען דער עצם ווייראס יעצט מער FIT פין זיין פארגייער? א מכה
האט זו א competitive advantage?

זיי זענען און אנדערע הינזיכטן אסך אסך שוואכער

שבת אחים, פרעג דיי חבר פין מעדיקעל סקאל וועגן "fitness cost"

און וואו ווייטער דער ווייראס ווערט אפגעריקט פין זייער שורש:
a. אלץ שוואכער איז די chance זיי זאלן דאס אדורך לעבן.
b. אויב לעבן זיי דאס דארך דאפן זיי נאך אלץ בלייבן מיט דער כח מולד צי זיין
c. אויב זאל געלינגען אדרך גיין בשלום, און קענען נאך אלץ מולד זיי דארפן זיי אויך איבערגעבן זייערע "טויש", וואס איז סך הכול א מיסטעק, אויך פאר זייערע קינדער - Heritability אויב נישט איז נישט דא קיין המשכת הדורת

וואו מער טוישענגען עס מאכט זיך אלס ווייניגער איז דער ארגעניזעם FIT
ער זאל נאך ווערן אן אנדערע ספישי?!?

משל למה הדבר דומה:
א יעדער קינד האט זיין אייגענשאפט אמאל מאכט זיך א קליינער טויש און מיר האבן זייער א קליג קינד, קלאר אז דער קליגשאפט איז א דאנק דעם קליינעם טויש אין דעם DNA, זאל אבער דער אייבישטער שומר ומציל זיין אויב דער טויש זאל זיין א גרויסער

דאס איז די סיבה פארוואס ווייראס בלייבט ווייראס, ווייל ווייראס קען נאר בלייבן ווייראס!


גבולות חלק הקב"ה בעולמו:
ס'איז דא א limit וויפיל טויש ס'איז שייך

לולב הגזול האט אנגעמערקט פארשידענע ראית אז מענטשן מיט שכל מיט intelligence און מיט א פלאן קענען מאכן קליינע טוישינגען
קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם, ופשוט

קיינעם איז אבער נאך נישט געלאנגען צי מאכן א קליין הינטל וואס ער קען אריין לייגען אין א אויגן גלעזער האלטער, אדער א הינט וואס וועגט 200 פאנט
פארוואס נישט? ווייל טבע האט זיין לימיטס (הונט יוכיח. לעבס פאר פרוכט-פליגען און מייז יוכיח. פרוכט און גרינצייגען יוכיח).

לולב וועט זאגן ווייל מיר האבן נישט די צייט, מסכים, דאס איז אבער קלאר מיר זען לימיטס, איז וואו אזוי ארבעט דיין קאלקיאלעיטער?

שוין 70 יאר וואס פערד סוחרים טרייען צי מאכן זייער פערד לויפן שנעלער - יא זיי קענען, אבער ביז א מאס! און דערנאך טאפן זיי א וואנט!
מער פין דעם ווען dog breeders שטיפן דעם ענוועלאפ צי שטארק כדי צי דערגרייכן זייער ציל, באקימען זיי הינט וואס וועלן שנעלר ווערן קראנק, און די זעלבע איז מיט פערד
א competitive advantage איז אויך א disadvantage

אויב דארווין וויל ברעגן א ראי צו natural selection אן קיין שום גיידענס פין artificial selection דארף ער אויך לעבן מיט די לימיטס וואס אזא artificial selection האט


צייט צי טוישן די בעטערי!

----
שבת אחים גלייב נישט קיין ווארט וואס איך שרייב, קען זיין עס קימט פין די קריסטן ימ"ש

לולב הגזול » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 8:14 pm

· #384044
הקטן

זיי ביטע מסביר דעם וויירוס יוכיח

אז דער וויירעס האט זיך יעצט ארויסגעדרייט ממות לחיים - זיך ארויס געדרייט פין דעם אנטי-בייאטיק זאל דאס נישט אטעקירן,
איז דער עצם ווייראס יעצט מער FIT פין זיין פארגייער! ופשוט, זי האט א competitive advantage!
הקטן
זיי זענען און אנדערע הינזיכטן אסך אסך שוואכער

אומשטענדען באזיגט הינזיכטן. ופשוט
הקטן
לולב הגזול האט אנגעמערקט פארשידענע ראית אז מענטשן מיט שכל מיט intelligence און מיט א פלאן קענען מאכן קליינע טוישינגען
קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם, ופשוט

4. נאטור קען אויך סעלעקטען. גאלאפעגאס פינטשעס יוכיח:
<a class="postlink" href="https://www.wired.com/2016/10/legendary-biologists-clocked-evolutions-astonishing-speed/">https://www.wired.com/2016/10/legendary ... ing-speed/</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 8:24 pm

· #384048
Re: דארווין
א ריזיגע ייש"כ הקטן. איך האב אלץ חושד געווען עוואלושען, ווייל די באווייזען זענען נאר ריכטיג ווען מ׳האט שוין אפגעמאכט אז ששת ימי בראשית איז נישט געשען. דעריבער האב איך עס אנגעקוקט ווי געבויט אויף א משענת קנה הרצוץ. ווען איך האב געליינט דערוועגען, האב איך אלץ געזוכט צו איינער האט עס פראבירט אויפצוווייזען אלץ א בעסערע מער מסתבר׳דיגע אפציע ווי סיפור ששת ימי בראשית, און איך האב נישט געטראפען.

יעצט אבער זעי איך אז פון סייענס זעלבסט זענען דא אזעךכע שטארקער קשיא׳ס, און די עוואלושען גלויבערס דרייען זיך אויס פון זיי. פאר די אנטוויקלונג פון א וויירוס אין איין יאר, ווילאנג וואלט א מענטש געדארפט לעבען? און אין צוואנציג יאר? אז מיר ווייסען אז עוואלושען טוישט נישט קיין מין אין אזעלכע מילאנער יארען, איז עס דען נישט קיין באווייז?

דער אמת איז, אז ס׳איז נאך דא פיהל צו רעדען וועגען די תורה׳דיגע בליק און וועגען די מענטשליכע בליק, ווי קיינער גלויבט נישט עכט אז דער מענטשהייט קומט פון מאלפע׳ס, נאר ווען ס׳איז נישט נוגע רעדט מען אזוי. אבער איך קען זיך נישט אראפ זעצען מסדר זיין די מחשבות, לאז איך דא אויס מיט א דאנק פאר׳ן נעמען די מי דאס מסביר צו זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 10:05 pm

· #384060
לולב זיי נישט באזארגט מיר וועלן אנקימען צי דיינע פינטשעס
מיך ווינדערד פארוואס דו האסט ארויס געלאזט מיינע באליבטע pepperd moths -
אלע, ממש אלע סא-קאלד ראיות וואס ווערן געברענגט און די טעקסט ביכער אויף עוועלאשען ווייזען אז טויש איז באגרעניצט!

ב.ד.וו דו ווייסט אפשר וויפיל איז געווען די נפקא מינא ציוושען די גרויסע פיסקלעך און די קלענערע beaks ?
פאר דער טריקעניש איז נישט געווען קיין גרויסע פיסקלעך?

וואס איך האב געשריבן איז:
דו האסט נישט געוויזען קיין איין קעס דארך נעטראל סעלעקשען צי מאכן א גרויסער טויש
דארווין וויל אבער זאגן אז מען קען עקסטרעפעלטן - ניצן א קאלקעלעטער
און ברענגט א ראי' פין סעלעקשען בידי אדם.
הגם סעלקשען בידי אדם איז "גיידעד" און ער וויל זאגן אז די פראסעס קען אויך גיין "אנ-גיידעד"
פיין וועלן מיר אים מוחל זיין, אבער natural selection וועט נישט זיין בעסער וואו artificial selection


artificial selection איז אזוי אלט וואו זיידע יעקב מיט די עקודים נקודים וברודים, און שאף זענען נאך אלץ געבליבן שאף.
די חידה וואו הויעך מיין קינד וועט זיין ביי די 80 האסטו נאך נישט גענפערט

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 10:28 pm

· #384061
לולב הגזול

אז דער וויירעס האט זיך יעצט ארויסגעדרייט ממות לחיים - זיך ארויס געדרייט פין דעם אנטי-בייאטיק זאל דאס נישט אטעקירן,
איז דער עצם ווייראס יעצט מער FIT פין זיין פארגייער! ופשוט, זי האט א competitive advantage!

בכלל נישט אזוי פשוט:
ווען מיר רעדן פין א competitive advantage! און די קאנטעקסט פין עוועלאשען דארף די advantage זיין a המשכת הדורת, b און די נייע דורת זאלן אויך ירשענען די פריש ציגעקימענע חידוש - א חידש וואס איז נאר דא במקרה

א survival advantage איז נאך נישט קיין evolution advantage

און לגבי דעם האט אינזער נייער\אלטער ווייראס גאר א שטארקע disadvantage

די פאקט איז אז די רגע וואס די נעמסט אוועק דעם אנטי-בייאטיק פאנגט דער נייער ווייראס אן אויסצישטארבן וואו די פליגען *
וואס דאס לייגט אריין natural selection און זייער א שווערע פאזיציע
איך וועל דאס אביסל בעסער מסביר זיין ווען מיר וועלן האלטן ביי די "פינדשעס"



-------
דאס איז טאקע דער וועג וואו אזוי מען באהאנעלד דער פראבלעם פין רעזיסטענס ביי HIV, ווען שבת אחים האט געשריבן אז א דאנק עוועלאציע האבן מיר די רפואה צי HIV האב איך זיך אינטער געשמייכלט, יא, אדאנק די שוואכקייט פין נעטראל-סעלעקשען. נאר וואס? היות מען קאכט זיך אין עוועלאשען איז דאס שוין ביי זיינע חברים געניג דאס צי ריפען "א דאנק עוועלאשען".

איך האב אים געגעבן א challenge ער זאל מיר אויפקימען מיט איין רפואה וואס מען קען נאר מסביר זיין דארך די טעאריע פין עוועלאשען, איך ווארט נאך!

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2017 10:53 pm

· #384063
ליטוואק פון בודאפעסט
א ריזיגע ייש"כ הקטן. איך האב אלץ חושד געווען עוואלושען, ווייל די באווייזען זענען נאר ריכטיג ווען מ׳האט שוין אפגעמאכט אז ששת ימי בראשית איז נישט געשען.


דער סייענטיסט-דער-מענטש וועט דיר זאגן אז "סייענס" לאזט נישט איבער קיין פלאץ פאר ששת ימי בראשית
דער אמת איז אבער אז ריין סייענס דארף נישט האבן קיין פראבלם מיט קיין supernatural - און זיכער נישט מיט קיין "דיזיינער"
ס'איז סך הכול א שמאלער חדר פין גלויביגע וואס קלאמערט זיך מיט materialism און scientism וואס איז היינט נפיץ

materialism = די בלינדער אמונה אז physical stuff ליגט אינטער אלס וואס איז "עכעט"!
scientism = די בלינדער אמונה אז סייענס איז דער איין אין אייציגער מקור פין אמת!

סייענס איז נישט מחייב קיין איינע פין די צוויי "isms"

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 5:08 am

· #384090
Re: דארווין
איך פארשטיי נישט פונקט דיין ווערטער. סייענס וויל דערגייען וואס און וויאזוי, ווען מ׳דארף עס לאזען פאר די רצון פשוט פון דער כל יכול, האבען זיי נישט די כלים דאס אויסצוגראבען און צו פארשטייען. דעריבער איז די געטליכע יש מאין בריאה נישט קיין צד אין די סייענס פעלד. וועלכע מאשין קען מעסטען אזא זאך?
דאס איז נישט קיין באווייז אויפ׳ן אמת. דער שכל קען אונז ברענגען א באשעפער, נאר דעמאלס דארף מען וויסען אז ס׳וועט בלייבען גאנצע חלקים וואס מיר וועלען נישט קענען דערגייען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לולב הגזול » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 9:40 am

· #384097
הקטן

די פאקט איז

החי מכחיש את החי!

דער מיסטעיק לעבט איבער חתונה צו מאכען אייניקלעך. זיין ברודער "דער געזונטער" שטארבט.

וואס די רעדסט פון איז זייער שטארק מסביר פארוואס מיר טרעפען 99.99% פון חיות וואס האבען נאר אמאל געלעבט זענען היינט שוין עקסטינקט.
הקטן

לולב זיי נישט באזארגט מיר וועלן אנקימען צי דיינע פינטשעס

ליין שוין דער לינק. שוין ביי דער קעפעל וועסטו דיר כאפען אז איך רעד נישט פון דארווין ימ"ש.

נאכדעם ליין דעס:

5. מיר לעבען אונטער 100 יאר.

6. מיר ווייסען נאר פון עוועלאציע ארום 150 יאר.

7. מיר קענען נאר פראבען סייענטיפקלי אפאר דורות פון גרויסע חיות וואס לעבען לאנג (מענטשען, למשל) און מערערע דורות פון דער וואס פארמערען זיך שנעלער (למשל מייז, פרוכט פליגען).

8. מיט אזעלכע טוישונגען און נאטורליכע סעלעקציע קען נעמען צענדליגער טויזענטער יארען צו טיילען א סארט אין צוויי.

9. אונז לעבען נישט גענוג יאר דאס צו קענען פארשען אין א לעב אבער מ'קען ארויסנעמען א קאלקיאלעיטער און רעכענען וויפיל יארען אן עווערידש דארף נעמען פון א בוים קריכער, דארך DNA מיסטעיקס, צו ווערען א כפרה שלעגער. (קאלקיאלעיטער יוכיח).

די חילוק פון א מענטש און טשימפאנזי איז 2% אדער 6 מיליאן טוישען!

הרי שלך לפניך. צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. ופשוט.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 10:02 am

· #384100
דא האסטו איין סיינעטיפישע שאלה וואס די קענסט ברענגען דערויף empirical evidence פין די וועלט וואס מיר זעען


Complex Systems
וואס איר function איז אויסציפירן א ציל
אויסציפירן דעם ציל פעלט אויס knowledge
קען דאס צישטאנד קימען אן א דיזיינער?

די סייענטיפיק קאמינעטי ע"פ רוב וועט אויס לאזען די שאלה און אנפאנגען "יעצט אז מיר ווייסען אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער וואס זענען אינזער options"?

מיין נקידה איז אבער מער פין דעם
סייענס האט קיינמאל נישט געקלעמעד אז זיי האבן אדער אז זיי דארפן האבן אלע תירצים
אדער וואס איך קען אויפווייזען סייענטיפיש איז אמת אין וואס נישט איז נישט אמת
די סייענטיפיק מעדהאד איז סך הכול א דיסיפלין וואס העלפט אין געוויסע אימשטענדען, ותו לא מידי
scientism ווידער האט דאס גענימען צי אן עקסטרים וואס איז אבסארד!


למשל סייענס קען לעבן ראיג אויב זיי קענען נישט מסביר זיין intuition אדער love
זיי מיזן נישט לייקענען אז דאס עקזעסטירט בכלל ווייל זיי קענען נישט דאס זען empirically
זיי קענען זאגן דאס וואס מיר קענען נישט זען איז נישט און אינזער domain - דאס אז ס'איז נישט אין אינזער דאמעין מיינט נישט אז איך דארף זיך יעצט ציקנייטשען וואו א פרעצעל אבי ס'זאל יא שטימען empirically

Mind-Body Connection
ס'לעבט זיך אין די סייענטיפשע וועלט דערוועגן
ס'איז דא וואס ווילן מגשם זיין די "מיינד" ביזן סוף, אבער זייער אסך חוקרים קימען צי א מסקנה אז דאס זענען צוויי באזינדערע domains וואס איינס האט אן השפעה אויף די אנדערע אבער איז נישט די זעלבע זאך.
סייענס, און אסך סייענטיסטען, קען לעבן מיט א Mind וואס איז נישט Body חאטש ס'לאזט איבער דער Mind אן א אורך רוחב ועומק

שבת אחים תיקון תפילת ערבית, ווען ער נעמט זיין נאכט מעדעדעשען טוט ער פראקלעמירן אז זיי Mind איז העכער גשם
גשם איז נישט אלץ!

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 10:06 am

· #384101
לולב הגזול

נאכדעם ליין דעס:
5. מיר לעבען אונטער 100 יאר.
6. מיר ווייסען נאר פון עוועלאציע ארום 150 יאר.
7. מיר קענען נאר פראבען סייענטיפקלי אפאר דורות פון גרויסע חיות וואס לעבען לאנג (מענטשען, למשל) און מערערע דורות פון דער וואס פארמערען זיך שנעלער (למשל מייז, פרוכט פליגען).
8. מיט אזעלכע טוישונגען און נאטורליכע סעלעקציע קען נעמען צענדליגער טויזענטער יארען צו טיילען א סארט אין צוויי.
9. אונז לעבען נישט גענוג יאר דאס צו קענען פארשען אין א לעב אבער מ'קען ארויסנעמען א קאלקיאלעיטער און רעכענען וויפיל יארען אן עווערידש דארף נעמען פון א בוים קריכער, דארך DNA מיסטעיקס, צו ווערען א כפרה שלעגער. (קאלקיאלעיטער יוכיח).
הרי שלך לפניך. צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. ופשוט.

תירוצים זענען נישט קיין proof!


-----

"ליין שוין דער לינק. שוין ביי דער קעפעל וועסטו דיר כאפען אז איך רעד נישט פון דארווין ימ"ש."
די עוועדענס פין grant ווערט געברענגט און א יעדער טעקסט באק אויף עוועלאשען, דא באשרייבט דער שרייבער זייער לעבן אין וועזען, און איז געשריבן בלשון עממי, מיר איז באקוומער צי ליינען סייענטיפישע פאפירן, דארט זען מען מער די קליינע אותיות the devil is in the details - אבער אז די מיינסט אז דא איז דא עפעס חדושים וועל איך עס ליינען

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 10:14 am

· #384102
וויירוס יוכיח!

לולב הגזול
הקטן

די פאקט איז אז די רגע וואס די נעמסט אוועק דעם אנטי-בייאטיק פאנגט דער נייער ווייראס אן אויסצישטארבן וואו די פליגען

החי מכחיש את החי!
דער מיסטעיק לעבט איבער חתונה צו מאכען אייניקלעך. זיין ברודער "דער געזונטער" שטארבט.


בנוגע דעם קראנקן ווייראס ווייסטו נישט דער מציאות, איך האב נישט ערווארטעט זאלסט וויסען
זעה דא:
Viral fitness cost prevents HIV-1 from evading dolutegravir drug pressure


We now show that H51Y in combination with R263K increases resistance to dolutegravir but is accompanied by dramatic decreases in both enzymatic activity and viral replication.

באמערק וואו ער שרייבט נישט נאר זענען זיי פעסט קראנק זיי ליידן אויך אויף ערעקטייל דיספאנקשען
חתונה מאכען אייניקלעך??? אויף מאנע שונאים!

איך קען דיר ברענגען נאך 100 מקורות דעראויף - פין די "אויסגעהאלטענע" סייענטיפיק קאמיאנעטי

לולב הגזול » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 10:37 am

· #384105
דער קראנקן ווייראס לעבט איבער חתונה צו מאכען אייניקלעך. זיין ברודער "דער געזונטער" שטארבט.

11. דער אלע פאקטען האט שוין הקטן וכת דיליה א מיליאן מאל געהערט. איך האב זיי דא גארנישט מחדש געווען.

12. א יעדער היומען ביאינג איז מלא בייעסעס ונגיעות.

13. א יעדער איינער וואס ליינט היינט דער אשכול גייט ווייטער גלייבען אין דאס וואס ער האט געגלייבט היינט צופרי.

לולב הגזול » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 10:39 am

· #384106
[quote="הקטן"]
תירוצים זענען נישט קיין proof!

10. ווען מער זוכען פאר ביינער און אפילו פאסיל ביינער טרעפט מען רובא דרובא מאל עליונים למעלה ותחתונים למטה.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 11:11 am

· #384108
לולב הגזול
דער קראנקן ווייראס לעבט איבער חתונה צו מאכען אייניקלעך. זיין ברודער "דער געזונטער" שטארבט.

איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט
איך האב צוויי options
a. די דינגסט דיך מיט דער מקור וואס איך האב געברענגט, דו האלסט ס'איז נישט דא קיין fitness cost
אדער
b. דו האלסט אז דאס וואס איך האב געברענגט רעדט פין דעם "געזונטער" און ער איז נישט מולד
פליז זיי דיך מסביר

לולב הגזול » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 1:09 pm

· #384114
fitness cost קומט נישט דא אריין. fitness cost איז זייער שטארק מסביר פארוואס מיר טרעפען 99.99% פון חיות וואס האבען נאר אמאל געלעבט זענען היינט שוין עקסטינקט.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 4:15 pm

· #384123
הקטן
We now show that H51Y in combination with R263K increases resistance to dolutegravir but is accompanied by dramatic decreases in both enzymatic activity and viral replication

Viral fitness cost prevents HIV-1 from evading dolutegravir drug pressure
אז דו זאגסט אנדערש מן הסתם ווייסטו וואס דו רעדסט, אדער קענסטו נישט קיין ענגליש

in each case וועל איך לאזן דער ליינער אליין באמערקן דיין מהלך, זיי מיר געזונט.

לולב הגזול » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 4:19 pm

· #384124
הקטן

די פאקט איז אז די רגע וואס די נעמסט אוועק דעם אנטי-בייאטיק פאנגט דער נייער ווייראס אן אויסצישטארבן וואו די פליגען
וואס דאס לייגט אריין natural selection און זייער א שווערע פאזיציע


די רגע וואס דער אומשטענדען טוישען זיך ווערט דער מעלה א גרויסע חיסרון. דאס טאקע איז דארוויניזם על רגל אחת.

די פאקט אז די רגע וואס די נעמסט אוועק דעם אנטי-בייאטיק פאנגט דער נייער ווייראס אן אויסצישטארבן איז דער גרעסטע ראיה פאר selection. אויב נעמט מען עס אוועק בכונה תחילה איז עס א ראיה פאר guided selection און טאמער טוישט זיך די אומשטענדען נאטורליך איז עס א ראיה פאר natrual selection.

----

היינטיגע צייטען האבען סייענטיסטען שוין געלונגען אריינצולייגען אנדערע genes אין א חיה. דערווייל האט נאך קיין שום סייענטיסט נאך נישט מצליח געווען צאמשטעלען א נייע בריה.

דער אלע געלונגענע gene editing זענען נאר קליינע שינויים, איינצעלנע DNA קאפי/פעיסט. אויב זענען בעלי חיים גערוקט מיט מיליאנען שינויים (דאס קען מען ציילען אין א לעב) דארף מען פשוט טוישען מער genes ווי זיי האבען ביז יעצט און נאכדעם וועלען זיי אויך דאס קענען באווייזען.

יעצט קען מען דן זיין אזוי:

אדער וועט מען זאגען, דער טעכנעלאגיע איז דא. ס'נאר נישט גענוג סעפיסטיקעטעד ווייל ס'נאך נישט אריבער גענוג צייט פון ווען דער טעכנעלאגיע איז ארויס. ס'קוקט אויס ווי און 20 יאר וועט דאס אויך זיין.

אדער קען מען זאגען גבולות חלק הקב"ה בעולמו און אז א קערעפילער ווערט א קעקאן ווערט א באדער-פליי און ממילא וועלען זיי נאר קענען טוישען ווייסע אויף שווארצע אבער ערצייגען א נייע מין, דאס נישט.

אויב דרוקט מען מיר צום וואנט בוחר צו זיין אין איינער פון דער צוויי וועל איך אננעמען די תנא קמא.

והנמשל מובן מאליו?

לולב הגזול » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 4:21 pm

· #384125
הקטן

אז דו זאגסט אנדערש מן הסתם ווייסטו וואס דו רעדסט, אדער קענסטו נישט קיין ענגליש

איך זאג נישט אנדרעשט. אפשר איז מיין אידיש נישט גענוג גוט פאר דיר?

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 4:26 pm

· #384126
Throughout 150 years of the science of bacteriology, there is no evidence that one species of bacteria has changed into another

Alan H. Linton
Professor of Bacteriology
University of Bristol (UK)

ס'דא וואס האבן אן הרגשה אז דאס וועט זיך טוישן און די קימעדיגע 20 יאר!

מה רבו מעשיך ה
ס'דא היינט cutting edge סייענס וואס ווייזט אז DNA איז ווייט נישט דער הויפט שפילער ווען עס קימט צים באשאף פין נייע ספישיס אדער אברים
וואס יא?
איז נאך נישט קלאר (אפשר 20 יאר ארים וועט מען שוין וויסען)
איז דער נייער אחראי אויך אויסגעשטעלט צי מיאטעשענס?
ווייסט איין גאט אין הימל!
פאר מער דערוועגן:
what-genes-cant-do

ס'איז צייט שוין צי גרייטן א נייער ניא-דארווין טעאריע

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 9:36 pm

· #384141
ליטוואק געב א קוק אויף די טענה פין Antony Flew, למשל, "סייענס" איז בכלל נישט געשטאנען און וועג פין זען א דיזיינער, פארקעראט
מער און מער בעיקר פין די בייאלעדזי פעלד קימען צי דער מסקנה
What convinced Antony Flew that there was a God?



לפנים כופר Paul Davies physicist, cosmologist and astrobiologist שרייבט


Through my scientific work I have come to believe more and more strongly that the physical universe is put together with an ingenuity so astonishing that I cannot accept it as a brute fact....I cannot believe that our existence in this universe is a mere quirk of fate, an accident of history, an incidental blip in the great cosmic drama.



There is for me powerful evidence that there is something going on behind it all. . . It seems as though somebody has fine tuned nature's numbers to make the Universe. . . The impression of design is overwhelming.


It is hard to resist the impression that the present structure of the universe, apparently so sensitive to minor alterations in numbers, has been rather carefully thought out...The seemingly miraculous concurrence of these numerical values must remain the most compelling evidence for cosmic design.

דאס איז זיס

It may seem bizarre, but in my opinion science offers a surer path to God than religion.


איך קען ברענגן און די 100טע אויב נישט מער

(3 האב איך ריזערוועד פאר שבת אחים)

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 11:42 am

· #384324
שבת אחים
למשל סאיז דא פול מיט קליינע קריכיגע באשאפענישן וואס האבן זיך עוואלעווט אויסצוקוקן פונקטליך ווי זייערע ארומיגע ענווייערמענט, אסאך פון זיי קוקן למשל אויס פונקט ווי די גרינע בלעטל פונעם בוים כדאי צו פארבלענדן די אויגן פון די אנדערע בעלי חי׳. די זעלבע איז מיט די באוויסטע משל פון ״דארווינס פייגלעך״ (פיניטשעס)אין די גאלאפעקאוס אינזילן וואס אויף געוויסע אינזילן ווי סזענען געוואקסן מעהר הארטע בלעטער איז די זעלבע ״מין״ פייגל איוואלוועט צו האבן א שטערקערע פיסק (ביע״ק בלע״ז). אט די אלע זענען לכאורה נישט׳ רענדאם׳.

נאר וואס?
יש מנהיג לבירה??

הקטן » מיטוואך פעברואר 14, 2018 6:29 pm

· #395642
songbirds-brains-mates
www.pnas.org/content/112/11/3517
וואס עוועלאציע קען אלס טון

“The magic of the songbird is that vocal learning is incredibly rare to find in animals,” said Dr. Woolley. “No ape can do it (except the human), no monkey can do it, and no rodent can do it.” And she believes that by understanding more about how songbirds use their brains to make sense of sound, she can learn more about how humans use theirs to develop a spoken language early to communicate later in life.


לכורה נישט רענדאם, וואס?
פארוואס נישט, יא רענדאם! א געזיליאן יאר
אבער די נקיבות טון דאך פארקערט
ok א געזיליען+ יאר

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש פעברואר 17, 2018 11:36 pm

· #395764
[ציטאט אראפגענומען]

מ'מוז גלייבן אלעס וואס די וויסנשאפטלער זאגן, אזוי שטייט און גמרא, "חכמה בגוים תאמין", אויב נישט קען זיין אז דו בוזט א כופר בדברי חז"ל.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש פעברואר 17, 2018 11:42 pm

· #395765
[ציטאט אראפגענומען]

א. אין גמרא שטייט אז "מעשה בראשית" און "מעשה מרכבה" טאר מען נישט לערנען ברבים, זעהט אויס אז די גמרא האט געהאלטן אז נישט יעדער קען עס פארשטיין, און דו קליינע ראצער ווילסט זאלן אז דו קענסט עס פארשטיין?

ב. ווייל מ'קען נישט אפטיילן אור פון חושך, און אין פסוק שטייט, ויבדל אלקים בין האור ובין החושך.

ג. אין פסוק שטייט 'ויהי ערב ויהי בוקר יום שני' און הערשט שפעטער שטייט 'ויאמר אלקים יהי מארת ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה והיו לאתת ולמועדים ולימים ושנים'.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 18, 2018 12:01 am

· #395767
הקטן
שבת אחים
למשל סאיז דא פול מיט קליינע קריכיגע באשאפענישן וואס האבן זיך עוואלעווט אויסצוקוקן פונקטליך ווי זייערע ארומיגע ענווייערמענט, אסאך פון זיי קוקן למשל אויס פונקט ווי די גרינע בלעטל פונעם בוים כדאי צו פארבלענדן די אויגן פון די אנדערע בעלי חי׳. די זעלבע איז מיט די באוויסטע משל פון ״דארווינס פייגלעך״ (פיניטשעס)אין די גאלאפעקאוס אינזילן וואס אויף געוויסע אינזילן ווי סזענען געוואקסן מעהר הארטע בלעטער איז די זעלבע ״מין״ פייגל איוואלוועט צו האבן א שטערקערע פיסק (ביע״ק בלע״ז). אט די אלע זענען לכאורה נישט׳ רענדאם׳.

נאר וואס?
יש מנהיג לבירה??

הקטן: אט דאס איז די פונדאמעטאלע חילוק צווישן די עוואלוציאנערן (תלמידיו של דארווין) און די מאמינים בה' אלוקי ישראל. זיי זעהען די זעלבע פאקטן. און די טיפשים נייטן זיך אריינצולערנען פשט אז דאס איז וואס זיי רופן אן..."עוואלוציע/דארוויניזם". און די נארמאלע מענטשן די בעלי שכל פארשטייען אז דאס איז חכמה אלוקית. וואס הקב"ה האט מיט גרויס חכמה באשאפן א יעדע זאך און באשעפענישן לפי צרכיהם...!

דער רמב"ם זאגט זייער א גוטן משל איבער דעם. ווען א מענטש זאלל אריינגיין אין א פלאץ (מוזעאום) וואו ס'זענען דא הערליכע בילדער און צייכענונגען פון בערג און וועלדער און טייכן. אויב ער וועט זאגן אז די אלע זאכן זענען געווארן פון זיך אליינס דורך א צופאל. ס'האט זיך אויסגעגאסן פלעשלעך טינט פון פארשידענע פארבן און ס'איז ארויסגעקומען אזא הערליכע בילד. דער מענטש איז דאך א חסר דיעה. און א יעדער נארמאלער מענטש וועט פארשטיין אז א גרויסער קונסטלער האט דאס געמאכט מיט גרויס חכמה...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 18, 2018 1:09 am

· #395769
הקטן

בער בלייבט בער - ס'איז אייביג געווען שווארצע בערן און ווייסע בערן


<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=LsM8n1g57SA">www.youtube.com/watch?v=LsM8n1g57SA</a><!-- w -->

לייגטס אוועק די קליפ, אין מילליאן יאר ארום, ווען הקטן וועט 'טענה'ן אז "ס'איז אייביג געווען ברוינע דזיראפעס און ווייסע דזיראפעס", זאלסטו האבן מיט וואס איהם אפצופרעגן.
שאל אביך ויגדך, ס'געווען אמאל א צייט ווען ס'נאר געווען ברוינע דזיראפעס.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 18, 2018 7:46 am

· #395786
[ציטאט אראפגענומען]
ניין, ס'איז סודות התורה.


[ציטאט אראפגענומען]
רש"י הקדוש קריגט מיט אייך, ער זאגט אז ס'האט נישט קיין פשט על פי פשוטו של מקרא.


[ציטאט אראפגענומען]
מוז זיין אז ס'איז נישט כפשוטו, נאר סודות התורה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 18, 2018 7:48 am

· #395788
[ציטאט אראפגענומען]

קום צוזאמען טייטשן, חכמה בגוים=וויסנשאפט פון די פעלקר. תאמין=זאלסטו גלייבן.
ענידיוועס, מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 18, 2018 9:22 am

· #395792
רביה"ק זי"ע: חכמה בגויים, תאמין. אז דו זאלסט גלייבן אז ס'איז דא אזא קאנסעפט ווי חכמה ביי די גויים. אבער דאס מיינט נישט אז איך קען נישט קריטיש אנאליזירן וואס זיי זאגן. אויב דאס שטימט מיט'ן מציאות אדער נישט...!

הקטן » מאנטאג פעברואר 19, 2018 5:32 pm

· #395967
רביה''ק זי''ע
הקטן

בער בלייבט בער - ס'איז אייביג געווען שווארצע בערן און ווייסע בערן


<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=LsM8n1g57SA">http://www.youtube.com/watch?v=LsM8n1g57SA</a>

לייגטס אוועק די קליפ, אין מילליאן יאר ארום, ווען הקטן וועט 'טענה'ן אז "ס'איז אייביג געווען ברוינע דזיראפעס און ווייסע דזיראפעס", זאלסטו האבן מיט וואס איהם אפצופרעגן.
שאל אביך ויגדך, ס'געווען אמאל א צייט ווען ס'נאר געווען ברוינע דזיראפעס.

באהאלט דעם קליפ, אויף דעם קליפ וועט מען דאך קלאר זען אז ס'איז אייביק געווען ווייסע, הגם נישט קיין סך.

פאר דו שרייבסט, ווער קודם געוואר וואס די "חכמה בגוים" זאגן, מאך דיך נישט צונער
די קלעסיק סטאדי פין די פיסקלעך פין די פייגליך, זאגט בכלל נישט אז דא איז באשאפען געווארן א נייער סארט פייגל - "סערווייוועל אף די פיטעס" איז מסביר פארוואס פין דער אלטער בער אדער פייגיל איז היינט דא מער וואו אנדערע.

דאס איז ס'איז אייביג געווען ביידער בערן איז נישט מיין חידיש

כרם זית » זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:45 pm

· #457987
אין די ספר ''הרב הדומה למלאך'' וואס באשרייבט דער גאון ר' ברוך בער ז''ל, ווערט געברענגט אז ווען רב''ב איז געווען אין ניו יורק איז פארגעקומען א קבלת פנים פאר אים ביי די ניו יורקער באן סטאנציע, וואו עס האט צווישן אנדערע אויפגעטראטן די מעיאר פון ניו יורק לכבודו. האט דאן דער מעיאר געזאגט אז די עצם מציאות פון ר' ברוך בער איז א סתירה מיט דארווינ'ס טעאריע וויבאלד עס איז נישט מעגלעך אז אזא אויסגעארבעטע מענטש זאל שטאמען פון מאלפע'ס.

באותו ענין האב איך געהערט פון א מגיד שיעור אז ווען א בחור פרעגט א קשיא פון ראשונים איז עס די גרעסטע אפרעג אויף דארווינ'ס טעאריע, וויבאלד עס קומט אויס אז די היינטיגע מוחות פארשטייען די זעלבע ווי אמאליגע...

מי אני » דינסטאג פעברואר 2, 2021 7:23 pm

· #466392
📎 3E2A79EE-0EFE-48E8-9DEB-9E60FF9894E7.jpeg מספר על האדם (פי״ב) מהרב מנחם נחום משטעפינעשט/איטצקאן זצ״ל.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:33 pm

· #488397
📎 C89C5760-A184-4587-8A9E-797FD6255B33.jpeg

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:47 am

· #489652
📎 6A2B2B95-F9B9-4F2B-9B20-B12FCCD3589F.jpeg
דער נוצרישער טעאלאג דר. ראָווען וויליאמס.

מי אני » זונטאג מערץ 20, 2022 10:10 pm

· #496752
הרב דר. מיכאל אברהם שרייבט:
ידידי נדב שנרב אמר לי פעם שהוא אינו מבין מדוע האבולוציה סותרת את המסורת שלנו יותר מהגרביטציה. אם מניחים שחוקי הטבע פועלים בלי מפעיל, אז גם הגרביטציה סותרת את האמונה שלנו לא פחות מהאבולוציה, ואם אנחנו מקבלים את העובדה שהמדע מתאר את פעולתו של הקב”ה, אזי אין סתירה מהותית בין תיאוריה מדעית כלשהי לבין המסורת הדתית.

שאלתיאל » זונטאג מערץ 20, 2022 11:43 pm

· #496755
איך ציטער אריינצולייגן מיין קאפ צווישן די גרויסע בערג וואס האבן זיך דא ארומגעאמפערט אבער איך זעה אז מען האט נאכנישט אראפגעברענגט ר' גדליה נדל'ס תורה איבער דער עוואלוציע. ער טענה'ט אז מען קען אנעמען דארווינ'ס טעאריע פון עוואלוציע און ס'איז נישט קיין סתירה כהוא זה צו מעשה בראשית און צו דעם אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט. איך פארשטיי נישט אינגאנצן עד הסוף וואס ער זאגט אבער איך וועל ציטירן דא עטליכע שטיקלעך:

📎 1.PNG
📎 2.PNG

דא שרייבט ער מיט וואס ער קריגט זיך אויף אים

📎 3.PNG

מי אני » מאנטאג מערץ 21, 2022 8:13 am

· #496762
הרב דר. נתן סליפקין איז זיך שטארק מסתמך אויף אים אין זיין The Challenge of Creation.

כרם זית » מאנטאג מערץ 21, 2022 10:15 am

· #496767
Re: דארווין
הרב יהושע ענבל אין זיין ספר 'לדרכה של תורה שבעל פה' האט עטליכע הערות אויף ר' גדליה. כ'וועל עס שפעטער בע''ה מעתיק זיין.

שאלתיאל » מיטוואך מערץ 23, 2022 1:52 pm

· #496919
כרם זית
הרב יהושע ענבל אין זיין ספר 'לדרכה של תורה שבעל פה' האט עטליכע הערות אויף ר' גדליה. כ'וועל עס שפעטער בע''ה מעתיק זיין.

אונז ווארטן מיר אויפן העתקה

מי אני » מאנטאג אפריל 4, 2022 3:02 pm

· #497482
הרב שמואל אלכסנדראוו ז״ל אין זיין טל תחיה אויף אבות איז מפרש דעם (אבות פ״ג מי״ז) אם אין קמח אין תורה אם אין תורה אין קמח, אז דאס גייט מיט דעם אז נאטורליכע סעלעקציע וואו מ׳האט געזוכט צו סורווייוון און פארשאפן ״קמח״ ומזון לקיום המין, דאס האט צוביסלעך גורם געווען אז די ביי וועמען די דעת איז נתפתח געווארן [״תורה״] און האבן דאס גרינגער געקענט דאדורך שאפן זענען סעלעקטירט געווארן. און דערנאך האט דאס געשטארקט אז זיי זאלן ווייטער גרינגער קענען פארשאפן די ״קמח״ ומזון. 📎 51F05792-7B26-4A0E-810F-908D1E299100.jpeg

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יוני 29, 2022 6:10 pm

· #503280

הקטן » דאנערשטאג יוני 30, 2022 6:22 am

· #503302
יא מודה נישט מודה איז נישט אזוי ווייט נוגע
וואס איז מיר געווען מער אינטערעסאנט איז וואו אזוי דער "יאמען פעקטער" שפילט אזוי שטראק א ראלע אין סא-קאלד קאלטע סייענס
when the conference was announced, 23 fellows of the Royal Society, Britain’s oldest and most prestigious scientific organisation, wrote a letter of protest to its then president, the Nobel laureate Sir Paul Nurse. “The fact that the society would hold a meeting that gave the public the idea that this stuff is mainstream is disgraceful,”

מי אני » דאנערשטאג יוני 30, 2022 11:26 am

· #503311
דאס איז די געדאנק פונעם פראבלעם פון א פאלשע בּאלאנס אין מידיא. ענליך צו ווי אזוי מ׳פארשטייט אז מ׳האט נישט צו געבן דאס זעלבע אייניגע פלאטפארמע, כדי כלומפרש׳ט צו געבן א בּאלאנס, צווישן די וואס האלטן אז די וועלט איז פלאך און די וואס האלטן ווי די אלגעמיינע מאדעל דערין. (ווער ווייסט? אפשר וועט מען טאקע טענה׳ן אז מ׳דארף טאקע יא, ובפרט לפי א רעליגיעזן מבט לפי מש״כ, לדוגמא, בעל החוות דעת/נתיבות בשו״ת שבות יעקב (ח״ג סימן כ).) עס דארף זיין מיוסד לפי העווידענס. די שאלה/מחלוקת דא צווישן זיי איז צי ביי דעם גייט דאס אריין בגדר זה.

‏דא (צום סוף) האב איך געשריבן איבער דאס שוועריקייט פון טרעפן א פאראייניגטע טעאריע וואס זאל משווה זיין אלע פענאַמענאַ בתוך דעם - סיי ביי דעם און סיי ביי מדע בכלליות. עס איז ענליך צו דעם ווי אזוי מ׳האט נישט קיין פאראייניגטע טעאריע בפיזיקס, לגבי צב״ש גראוויטי, אויך נישט (און אפשר איז גאר אפילו אומעגליך צו האבן). און ווי איך האב צוגעצייכענט דארט צו דא איבער דעם אז עס איז נאך ווייט נישט פערטיג וכעין א טעאריע/מאדעל פאר גראוויטי בפיזיקס. ‏
און דא אויך ווער ווייסט? אפשר איז דאס וואס מ׳מיינט מיט ״'מעל הטבע', 'נשמה', אדער 'גאט', איז אזא גוטער הסבר ווי [די טעאריע פון] גרעוועטי איז א הסבר פארוואס א שטיין פאלט צו דער ערד״. ס׳איז א בא ללמד ונמצא למד און ארבעט פארקערט אויך: נישט (נאר) אז די מושגים זענען פונקט אזא שטארקער מבוסס׳דיגע הסבר ווי די טאריע פון גרעוויטי, נאר פונקט אזוי ווי די הסבר/מאדעל פון גרעוויטי ומהו באמת איז נאך בעצם רופפת, כן הוא מיט די מושגים…
די חילוק, כמובן, איז אז די היפאטעזיעס וכו׳ איבער פארוואס זאכן פאלן אראפ [גרעוויטי] זענען, עכ״פ אין פּרינציפּ, ניתן ליפרך און מ׳וועט זוכן אַן אנדערע הסבר אויף די אבזערוואציע, משא״כ ביי די מושגים. ווי אויך אז רוב מאל וועלן די אבזערוואציעס שטימען מיט די (מאטעמאטיקס בתוך ה)מאדעל וואס עס זאגט פאר, משא"כ ביי די סארט מושגים ווי מופתים ורוה"ק, ופשוט.

און ווי איך האב צוגעברענגט אויבן פון דר. נדב שנרב איז דאך די טעאריע פון גרעוויטי פונקט אזא סתירה צו רעליגיע/מסורה/טעאיזם ווי עוואלושאן…
בלאט: 1 2 3 4 5 6